☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

885 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18

שטילע אינגערמאן » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 4:25 pm

· #218138
שיין
📎 BvqQWWkIYAAb1fW.jpg

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 4:31 pm

· #218140
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/218000">viewtopic.php?p=218000#p218000</a><!-- l -->

נאך א פשט » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:50 pm

· #218151
יין שרף

וואס רבי מענדל שאפראן האט גענפערט ווייסטו אויך???

[ <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/217601">viewtopic.php?p=217601#p217601</a><!-- l -->



ניין, ילמדנו רבינו. וואס האט ער געזאגט?

גאלד » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:54 pm

· #218152
9 יאר צו שפעט!!!
פרעגסט מיך, יעדער קען דאך מיר דא, איך האב קיין פאראיבל קעגן קיין איינע פון די באבובער רבי'ס ס'אינגאנצן א ריב לו לא,
אבער פון א דרויסדינגע בליק, קוקט מיר אויס דער פסק גוט פאריקט, גוט גוט משוגע, צידרייט, קיין פירוש, קיין יושר, קיין אינטעלעגענץ,
נאך 9 יאר האלטן געשפאנט די וועלט, און אזא פיס אוו גארביטש???
קודם כל, וואו בכל מקצועות התורה זויגט מען ארויס די אלע סארט סעיפים,
איך וואלט ערווארטעט נאך אזוי ארומפירן דעם ציבור, זאל כאטש די עולם התורה רייכער ווערן מיט א קנאקעדיגע פסק הלכה וואס כלל ישראל וועט קענען ניצן לדורות הבאים עד ביאת משיח,
דערווייל איז אלעס געשריבן אויף א סגנון ווי די עשרת הדברות, אן קיין סברות, הסברים, מראה מקומות,
צווייטנס ווי קען מען הייסן איינער א גרויסע אנגעזעהנער אדמו"ר נאך 9 יאר צו פלוצלינג טוישן זיין נאמען,
און ער איז נאך מחויב צו מודיע פאר יעדן (ע"פ פסק הבי"ד): "איך בין נישט באבובער רבי נאר באבוב-45 רבי"
הזאת נורמאלי???
סיריעסלי!!
ועל כולם, איך קלער אז אין פראקטיק, איז שוין רמ"ד אפגעזיגלט אלס א באבובער רבי, אין להשיב,
נאך 9 יאר קען מען נישט צוריק דרייען קיין זייגער,
ווען דער פסק וואלט ארויסגעקומען אין די ערשטע יאר וואלט עס געהאט א השפעה,
א זאלי איז מיר אמאל מסביר מיט לאנגע הסברים פארוואס רביצין סאשע קען נישט זיין קיין סאטמאר רביצין, ווייל זי רעדט עברית וכדומה,
זאג איך קען זיין ביסט גערעכט אבער ליידער איז ער סאטמאר רביצין פאר איין סיבה, ווייל זי איז חתונה געהאט צום סאטמארע רבי,
די זעלבע לענינינו קיין שום פסק בי"ד גייט נישט טוישן חסידי רמ"ד צו פאפענע אונגארישע אידן,
די מציאות איז די אידן זענען באבובער תלמידים וחסידים, קיין טראפ אנדערש ווי אנשי 48,
איך האב אבער א פילינג אז אנשי רמ"ד זענען בטלניש אין זיי גייען זיך דא פארפאטשקען און זיך טוישן צו צאנז-באבוב,
לפענ"ד איז דאס זעלבסטמארד,
זיי זאלן למען השם דוקא לאזן צו באבוב-45, גארנישט עפעס אנדערש,
קודם כל מ'האט זיך זיי דאך ביז יעצט גערופן 45, פשוט להבדיל צו 48,
ממילא וועט כמעט זיך נישט אנזעהן אז דא עפעס געשעהן א טויש, אונז זעמיר נעכטן געווען 45 און מ'זעמיר ווייטער,
צווייטנס איז עס א נאמבער, איך זעה נישט וויזוי א נאמבער זאל זיך איינגעבן אלס דער איינציגער נאמען,
דריטנס היות עס איז א נומבער מיינט דאס אז "באבוב" איז די איינציגע ווארט וואס איז א נאמען פון א שטאט,
פערטנס, 45 איז מער א גאסן שפעט נאמען, אזוי ווי "זאלי" "ארויני", מיינט דאס אז אזוי לאנג די נומער "45" וועט לעבן, וועט בעל כרחך דער נומער "48" אויך נתעורר ווערן,
פיפטנס, ס'העט זיין זייער שווער פאר א פרעמדער רב אדער פערזענליכקייט זיך צו באציען צו רמ"ד מיט דעם נומער "45", דאס מיינט "באבוב" איז ער זיכער "45" אדער יא אדער נישט,
זעקסטן דער נומער "45" איז אויפאלענד אז לעולם ועד, כל רואיה יכירי וידעו אז דער 45 איז איז ווייל רב"צ וויל דער נאמען באבוב נאר פאר זיך,

בקיצור ס'איז שטארק יתכן לומר אז אין פראקטיש האט דער פסק גארנישט געטוישט, נאר איין זאך אז רמ"ד איז רייכער געווארן מיט 7 מיליאן דאלאר, גארנישט מער

כן נלפע"ד נכון

petergrifin » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:59 pm

· #218155
@גאלד
איך טענה שוין יארן אז מען דארף ארײן ברענגן אפאר אונגערישע באטשיס און זײ אויסמישן מיט
די גאליציאנער. נאר אזוי העט אפשר בעסער װערן. 😂

דריידל » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 6:07 pm

· #218158
[ציטאט אראפגענומען]


זייער מעגליך אז ער פלאנט דערפון. קודם האט ער אבער געוואלט קלארשטעלן אז ער איז די ריכטיגע ממלא מקום און אלעס קומט זיך פאר אים, נאכדעם וועט ער זעהן וואס מ'קען פארהאנדלן למען השלום.

איך האלט אז ס'וועט אים געבן א גאר שיינע אימעזש אויף די גאס אויב גיט ער א חתיכה הראויה להתכבד פאר צד מהרמ"ד.

אגב, וואס זענען די טשענסעס אז ביי רמ"ד וועט מען דעם שבת זינגן "ואפילו בהסתרה"?

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 7:31 pm

· #218166
אין די לעצטע עטליכע שעות האט די בית דין צוגעלייגט נאך עטליכע סעיפים, נאכן משים לב זיין אז לויט טייל ראשונים האט מען נישט ריכטיג גע'פסקענט, ואלו הן:

לד. על צד א' להוכיח לבחורי הישיבות שלהם להפסיק ללכת עם "שווארצע זאקן" (Black Socks) בשבתות וימים טובים, וכן לא יצדדו את החגורה של ה"טיש בעקיטשע" או כל כזה מנהג שזכותו אך ורק לצד ב', וכן יחול הדין בחתונות וכל כיו"ב.

לה. כמו"כ על הרה"צ רמ"ד ועל הרה"צ ר"י להורות לציבור שלהם, באופן שיבינו, שאין עליהם לשיר לשורר לרנן ולנגן שירים אשר מקורם ויסודם לבית באבוב, בלי שיוסיפו תנועות זרות משירים שונים בנשימה אחת, וכן אסור עליהם להנמיך קולם בהוסיפם קטעים הנ"ל.

לו. חובה על צד א' לקבוע חג שבו מגיעים חסידים מעיירות ומדינות רחוקות להסתופף בצל הרבנים הצדיקים רמ"ד ור"י, אחרת מימים האחרונים של סוכות, שבימים האלו הזכות אך ורק לחסידי צד יורשי באבוב ע"פ דין תורה להגיע לרבם לרגל.

לז. היות שבימים האחרונים מאז שיצא פסק דינה של תורה לאור, היו כאלו שטעו ואמרו שבחירת השם החדש של צד א' וקביעתה על כל הבנינים וכדו', עם כל התנאים האמורים לעיל בסעיפים ג' ד' ה' ו' ז' ח' ט' י' י"א י"ב י"ג י"ד ט"ו ט"ז י"ז י"ח י"ט כ' כ"א וכ"ה, אפשר לשנותה במשך תקופה של חמש שנים, דהיינו כל רבע שנה חלק קטן מהשינוי, הננו להבהיר בשער בת רבים שעל צד א' להשלים עם הפסק תוך כדי תשעים יום מיום הפסק דין, ועל צד ב' יש להשלים עם הפסק תוך חמש שנים מיום הפסק דין, כפי שמבורר בס' כ"ט.

לח. כמובן שהבית דין פסק הכל לפי דעת תורתינו הקדושה תורה שבכתב ותורה שבעל פה ומפורשיה, ולא הוסיפו דבר על דעת עצמן, כמו שכתוב כי השוחד יעוור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים, וק"ו ודו"ק.

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 9:25 pm

· #218172
יאיר דו האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פון מויל. איך בין שוין הייזעריג פון נאכזאגן אגאנץ שבת אקוראט וואס דו זאגסט ,עס איז פלאי פלאים! מבהיל על הרעיון!

יואב » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:00 pm

· #218177
איך אויך
יאיר דו האסט מיר ארויסגענומען די ווערטער פון מויל. איך בין שוין הייזעריג פון נאכזאגן אגאנץ שבת אקוראט וואס דו זאגסט ,עס איז פלאי פלאים! מבהיל על הרעיון!

ניין יאר האט גענומען אז איך אויך זאל זיך ממש טרעפן הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט ר׳ יאיר׳ן. א תוצאה וואס איך טו גראדע יא שטארק רעספעקטירן פון דעם דין תורה.

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:01 pm

· #218178
קען מען עס איינקעשן?

נהורא נפישא » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:47 pm

· #218184
איך בין זיכער געווען אז משיח וועט אנקומען פריער, שוין יעצט ברויך איך חיזוק אין אמונה.

כוכב » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:48 pm

· #218185
ווייסט איינער וואס מגייט רעדן ביי דער גענעראל פארזאמלונג ? וואס איז ר` מרדכי דודס פלאן אויף ווייטער? וואס זאגן די הויכע שישקעס? וואס שמועסט מען מגייט פאלגן צו נישט?

איחוד פעלד » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:51 pm

· #218186
כ'פארשטיי נישט, די בושה איז נישט אויף דער פסק, זיי האבען גע'פסק'נט אויף דעם וואס מען האט זיך.געפייט.

טאמער עפעס איז די בושה אויף די צדדים אז זיי פייטען זיך אויף א גוי'עשע נאמען פין א פאררוקטער שטעטעל אין פוילין, און אויף דעם באצאלט מען מיליאנען.

סיי צד א' סיי צד ב' מעגען זיך שעמען אויף א סטופיד מחלוקת ווי אויף א סטופיד נאמען פין א שטעטעל.

נאכמער רעדענדיג דא און דארט איז די גרעסטע פלא אז אין 48 נעמען זיי אהן כאילו זיי האבען געווינען, און 45 נעמט אהן אז זיי האבען פארלוירען, ווען אין פאקט דארף 48 געבען זעקס מיליאן דאלאר פאר 45. הלוואי אויף מיר געזאגט אזוי צו פארלירען.

כ'וואלט טאקע מער הנאה געהאט ווען 45 זאל האלטען דער נאמען און אזוי אריין ריקען אין די שטומפע 48 חברה אין זיביטען ריפ, אבער אזוי בין איך אויך צופרידען צו זעהן אז ב"ה מיר האבען דערלעבט א ריאליטי טשעק צו די אוטענטישקייט פין היינטיגע חסידות, אז צו האלטען א נאמען פין א אלטע גוי'עשע שטעטעל צאלט מען מיליאנען.

און טאקע דאס האט דער בעש"ט געוואלט מחדש זיין, ווייל נאר דאס וועט האלטען אידישקייט בעקבתא דמשיחא.

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:56 pm

· #218187
איחוד פעלד
כ'פארשטיי נישט, די בושה איז נישט אויף דער פסק, זיי האבען גע'פסק'נט אויף דעם וואס מען האט זיך.געפייט.

פאלש. מ'האט בעיקר געפייט דארט אויף פראפערטי נישט אויף Uniform פון די בנות ציון.

Kool man » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:45 pm

· #218199
פארראכטען צוליב בין אדם לחבירו, מתעבר על ריב לא לו [איך קער נישט אהן צו קיין איינע פון די באבוב'ס/באבאוו'ס/באביב'ס], שבת מברכין אלול.

יין שרף » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:08 am

· #218203
הערט אויף וויינען מיט די "פורים תורה" שוחד שוחד.
קודם כל אויב אזוי, פארוואס 3 יאר צוריק האט צד מהרמ"ד נאכאמאל אונטערגע'חתם'עט שטרי בירורין מיט די זעלבע "דיין משוחד"???

און צווייטענס לידועה בעלמא, סיי א בורר און זיי א טוען ווערן אפעציעל באצאלט נאר פון די צד וואס נעמט אים!!! דאס מיינט זבל"א וזבל"א!!
ער ווערט באצאלט מהפך זיין לזכותו פון זיין צד.
Kool man
מוטשע איך זיך צו פארשטיין א פסוק אין חומש, וואס דען מיינט לא תקח שוחד? איז דא א בעסערע משל?

ווען מען גייט צו א געהעריג אוועקגעשטעלטע בי"ד פאר א דין תורה, מעג קיין איין דיין נישט נעמען סיי וואס פון סיי וועלכע בעל דין.

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:10 am

· #218211
@יין שרף
וויינען מעגן זיי שוין אוכט נישט.
מהאט פון זיי אלעס פארכאפט,און וויינען טארען זיי אוכט נישט,זיי מוזען גיין ווי א שאף צו די שחיטה ?.
איז דאס אוכט א חלק פון די פסק ?
קאם אהן לאז עם כאטש וויינען.

יין שרף » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:30 am

· #218219
ניין! וויינען באלאנגט אויסדרוקלעך נאר פאר באבוב...
וחסד אבותיו תזכור עת לריב יגשו....

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:35 am

· #218222
איך האב מורא דאס יאר העט ער שוין נישט וויינען.

הרב_שלום » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:37 am

· #218224
זיי האבן ביידע אינטערגעשריבען שטרי ברורין צו גיין ביי די דריי דיינים, די אלע טענות אז זיי באקומען א אומדרעקטע געהאלט פון 48 האבן זיי געקענט זאגען פארן אינטער שרייבען

אוהב ספרים » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:42 am

· #218226
ביי די וועי, דער טשאקאווער איז א מחותן'ס א טשוואק צו רמ"ד אויכעט

ער איז מחותן מיט ברוך דוד וואס איז אויף רמ"ד צד

לית דין בר נש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:37 am

· #218243
petergrifin
ק/פ װאטסעפפ

בסד
כהאב נישט געהאט קיין צייט צו שרייבען אבער יעצט האב איך אביסעל צייט א שאד יעצט האסטו יא צייט

בנוגע די פסק בית דין פון באבאב לאמיר דאס צו נעמען אביסעל

קודם די וועיג ווי אזוי זיי האבען אראפ געשריבען די פסק איז סתם סטאפיד. די טענות וואס צד 48 האט פארלאנגט איז סתם משוגע אראפ צו שרייבען אויך א פסק צו טוישען יאניפארעמעס וכדומה איז מיינע אויגען זענען זיי קליינע בעביס

אבער דער עיקר וואס כפארשטיי נישט געווענטליך ביי א דין תורה באקומט יעדער צד עפעס מען ווארפט צו א ביינדעל פאר יעדעם מען האט אים געווארפן 6.2 ובפרט אז יעדער איז מודה נישט יעדע איז מודה אז 45 איז א גרויסע פארצענט פון באבוב לאמיר זאגען די ווייניגסטע איז 25 פארצענט. לשיטתך נו קומט דאך זיי אויך וואס עפעס? זעהט אויס בי"ד פארשטייט אנדערש ובפרט ווען בובוב איז געבויעט געווארן דורך רבי נפתלי זצל. יש הרבה חולקים בזה יא אמת ער האט נאר געקענט בויען ווייל ער האט געהאט א הייליגען טאטען אבער למעשה האט עס דאס געבויעט מיט זיין בלוט אין פלייש ער איז געווארן א בעל חוב פאר מליאנען נאר וועגען בובוב ???
נו וואס האבען די רבנים געשריבען אז פאר פארטי פייט געט מען א פייג דאס הייסט אזוי אז נאכדעם וואס ער טאר זיך נישט רופן באבוב נאכדעם וואס ער דארף אלעס אויסרייסען אין זעכער מאכען אז די גאנצע וועלט מסוף העולם ועד סופו ווייסט אז זיי זענען נישט באבאב אין זיי דארפן אנהייבען בויען מוסדות בנינים שוהלן פון דאס ניי
אלץ פיינקייט געט 48 פאר 45 6 מיליאן דאללאר צו קענען בויען נייע מוסדות אבער זיי געבען דאס נישט יעצט נאר און משך פון 5 יאר זייער שיין
אין שרייבען נאך צו אז אויב 48 וועט נישט באצאלען דאס געלד טאר 45 גארנישט טיען אליין ניין בי"ד שרייבט אויב 45 גייט נישט אראפנעמען די נאמען טאר 48 גארנישט טוהן נאר מען וועט נאכאמאל מאכען א מושב בית דין טויט משוגע
אבער דא הייבט זיך אן דער פראבלעים ווען די דין תורה זאל זיין צווישען פשוטי אידען וואלט מען געזאגט פארען בית דיו עטץ האט קלאר גענומען דא איין צד עטץ האטץ געפאסקענט שלא על פי תורה ??? ווייל די ווילסט אנדערש?ממילא פייף איך אריין אונעם פסק בית דין כדארף נישט דיין פארשטינקענע פאר דאללאר במשך 5 יאר אין איך רוף מיך ווייטער מיטען נאמען באבוב
אבער דא איז דער פראבלעים הרב מרדכי דוד איז א רבי בישראל א מנהיג העדה נישט קיין חילוק וויפיל חסידים ער האט מוז ער אנ נעמען דעם פסק אפילו דער פסק איז נישט קיין פסק. ווייל די גאנצע וועלט גייט קוקען מיט גרויסע אויגען וואס ער גייט טיען צו ער גייט יא אדער נישט פאלגען דעם פסק.
אבער איין זאך איז זעכער אז דער פסק איז דער לעצטער פסק פון אזא דין תורה צווישען צוויי קהילות אדער צווישען צוויי ברודער קיינער וועט מער נישט גיין צו דין תורה ווייל מען זעהט אז דער פסוק ושפטו משפט צדק גייט מער נישט אן היינטיגע צייטען.
בקוצר סקען זיין אז צד הרב בנציון האט געוואונען. אבער וואס סאיז ברור אז די הייליגע תורה האט היינט פארלוירען ??? ווייל די ווילסט אנדערש? מיר האבען פארלוירען כו אב תשלט דער לוחם פאר כבוד השם ותורתו אין היינט כו אב תשסד האט מען פארלוירען די תורה אליין.
דאס איז מיין מיינונג WHO CARES אין יעדער מעג מחולק זיין על טעם וריח און להתווכח. א גוט שבת

יצחק מרדכי בראך
אב״ד דובשענע והגלילות

שעפטל » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:55 am

· #218244
עפעס מוז איך אריינווארפן... גראדע האב איך גאר הנאה פונעם פסק! אזוי גייט עס, נישטא קיין פשרות, דא דארף מען נישט זיין קיין נייס גיי'ס, דא דארף מען איין זאך, איז ער יורש? נעם ס'גאנצע, איז ער נישט דאן שפאציר אוועק. ווי שוין ארויסגעברענגט אין ספר ברי ושמא, און ווי ס'קוקט אויס האט דאס די בי"ד אנגענומען און הרה"צ ר' מרדכי דוד (איך ווייס נישט זיין טיטל יעצט) איז קיין יורש נישט, ער איז בכלל נישט קיין מענטש צום טיש, נאך שיין מ'האט אים געגעבן 6.2 מיליאן דאלער.... און יא פאר איך פארגעס... די זכות פון דריקן די ספרי מהרנ"ץ באלאנגט אויך אויסשליסליך פאר צד מהרמ"ד.. (אבי מ'שרייט אז די בי"ד איז איינזייטיג...).

עניוועיס, וויש דיך אפ די נאז, הער אויף שרייען אז מ'האט משחד געווען, דער געט שוין די הכשר אפאר יאר, און יענער איז שוין א מחותן מיטן באבוב'ער דיין אויך אפאר יאר, האסט געהאט א שאנס צו טשאלענדזשן ביז די וואך, נישט ווען מ'האט שוין געזעהן אז ס'קומט צו אן ענדע. האסט עס נישט געטוהן ווייל האסט מורא געהאט פארן פארלירן און האסט געוואלט פלעין געוואלט שלעפן. איטס אווער! טרעף א גוטע נאמען, בוי דיך אויף עפעס שיין פון דאסניי און באצאל די חובות און זיי מצליח.

און צו די באבוב'ע געווינער, באצאל יעדע פעני יעדע דריי חדשים, מאך נישט קיין קינצן אפילו זיי רופן זיך באבוב-לאטא (וואס על פי פסק בי"ד טארן זיי נישט ניצן באבוב פארן צונאמען...) געב דאס געלט, און לאך א גוטס!

איך אויך » זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:43 am

· #218247
שעפטל ,דו לייגסט אראפ זייער א סימפליסטיק אויסקוק פון די פרשה ,אבער וואס זאל מען טוהן אז לייף איז א טראפקעלע מער קאמפליקעטד ווי דאס.

Kool man » זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:12 am

· #218249
געמעקט, איך וועל עס לאזען פאר די באבובער צווישען זיך, כ'על האלטען מיין נשמה אינדרויסען פון די סומאטאכע ער"ח אלול

Kool man » זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:18 am

· #218250
לידיעה ולהבהרה, איך בין כלל נישט קיין באבובער, נישט קיין באבוב 48, און נישט קיין באבוב 45, [אוי! נישט געזאגט בנשימה אחת, פארראכטען: באבוב45] איך האב נישט מיט קיין איין צד, איך בין געווארען אויפגעברויזט זעענדיג אזא בלינדע איינזייטיגע פסק, ביזי 25 סעיפים מיט שטותים וועגען אלע מיני נעמען און ניקס, די ישיבה קטנה, ישיבה גדולה און קעמפס, קינדערישע פסק וועגען יונפארם, וואס מאכט עס אויסזעהן אז דער פסק איז א פארגעשריבענע, און ס'שטונקט, איך האלט טאקע אז ס'קומט זיך שלעק פאר 45 אז זיי האבען זיך נישט אויפגעהויבען אפאר יאר צוריק און אפגעפיצט פון אזא פאנעל פון דיינים, יעצט שניידען זיי די פירות.

נ.ב. די שבת אין ביהמ"ד האט דער גאנצער עולם - נישט קיין באבובער חסידים - געברויזט אויף די פסק, חוץ איינער וואס האט געהאלטען אז ס'איז א גוטער פסק [פערצופאל ארבעט ער פאר א הייסען 48 חסיד].

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:22 am

· #218252
לאליפאפ
איחוד פעלד
כ'פארשטיי נישט, די בושה איז נישט אויף דער פסק, זיי האבען גע'פסק'נט אויף דעם וואס מען האט זיך.געפייט.

פאלש. מ'האט בעיקר געפייט דארט אויף פראפערטי נישט אויף Uniform פון די בנות ציון.



איז לאמיר פארשטיין, די פראבירסט זאגען אז אין בית דין האט מען נישט געטענה'ט וועגען דער נאמען באבוב ארויף צו אראפ, נאר אנדערע נארמאלערע טענות, ווי צ.ב.ש. געלט ענינים, און פלוצלונג האט דער בית דין באקומען א רוח טהרה און דאס אריין געשטופט אין פסק?

ווען ביידע באבוב'ס וואלטען פארשטאנען וואס פאר א בושות דער פסק מיינט פאר ביידע צדדים וואלטען זיי לכתחילה נישט געטענה'ט אזעלכע בושה'דיגע טענות.

נאר וואס דען? זיי זענען ביידע א באנטש פין סטופיד בעיביס, דער פאר באצאלען פארען נאמען, און דער פאר גיין בחרב ובחנית קעגען א בית דין און זאגען אז זיי האבען גענומען שוחד, אלץ ווייל זיי האבען פארלוירען, וואס האבען זיי פארלוירען, נישט געלט, נאר א פארשטיקענע שם עבודה זרה.

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:23 am

· #218253
Kool man
לידיעה ולהבהרה, איך בין כלל נישט קיין באבובער, נישט קיין באבוב 48, און נישט קיין באבוב 45, [אוי! נישט געזאגט בנשימה אחת, פארראכטען: באבוב45] איך האב נישט מיט קיין איין צד, איך בין געווארען אויפגעברויזט זעענדיג אזא בלינדע איינזייטיגע פסק, ביזי 25 סעיפים מיט שטותים וועגען אלע מיני נעמען און ניקס, די ישיבה קטנה, ישיבה גדולה און קעמפס, קינדערישע פסק וועגען יונפארם, וואס מאכט עס אויסזעהן אז דער פסק איז א פארגעשריבענע, און ס'שטונקט, איך האלט טאקע אז ס'קומט זיך שלעק פאר 45 אז זיי האבען זיך נישט אויפגעהויבען אפאר יאר צוריק און אפגעפיצט פון אזא פאנעל פון דיינים, יעצט שניידען זיי די פירות.

נ.ב. די שבת אין ביהמ"ד האט דער גאנצער עולם - נישט קיין באבובער חסידים - געברויזט אויף די פסק, חוץ איינער וואס האט געהאלטען אז ס'איז א גוטער פסק [פערצופאל ארבעט ער פאר א הייסען 48 חסיד].



אונז אלע גלייבען דיר אויף יעדעס ווארט.

דריידל » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:24 am

· #218254
טאמער האט צד 45 פארלאנגט אויסשליסליכע בעלות אויפ'ן נאמען באבוב און זיי האבן עס אויפגעברענגט ביים די"ת און שפעטער פארלוירן, זענען זיי זיך אליין שילדיג. טאמער אבער איז זייער טענה געווען אויף געלט און בנינים, פארשטיי איך נישט וויאזוי בי"ד האט געקענט פסק'ענען אויפ'ן נאמען.

לכאורה האט 45 אנגעדרייט די סומאטוכעס איבער'ן נאמען. יעצט ווען זיי האבן פארלוירן דארף מען נישט בלעימען 48 אדער בי"ד פאר די קינדערישע פסק.

קאפקעיק » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:41 am

· #218257
סה״כ פון די וואך נייעס די וואך, נייעס און קורצען :

די בית דין האט נאמענירט ר׳ מרדכי דוד מיטן טשעלענטש , אדער 6 מיליאן$ אדער א טאפ אייז קאלט וואסער איבערן קאפ? , למעשה האט ער באקומען ביידע (אזוי ווי אלע סעלעבערטיס) ,
יעצט זיצט ער און זינקט די הויכע פאל פון ״ואפילו בהסתרה״!

שרייבער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:10 am

· #218266
[ציטאט אראפגענומען]

איינמאל מען איז געגאנגען צו דין תורה איז די טענה בכלל נישט קיין טענה

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:18 am

· #218268
יאיר
איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי א דיין שעמט זיך נישט אונטערצושרייבן אזא פסק. ניין, איך רעד נישט וועגן יושר. נאר פשוט דער תוכן הדברים. איך האב געמיינט אז דא פירט זיך עפעס א דין תורה אויף נכסים, אויף ירושה אין רבנות, אויף נכסי ציבור, דערווייל האבן די דיינים געגעבן אזא רוק אריין די נכסים און רביס'טעווע אין איין זאץ, כאילו דאס איז נאר בדרך אגב. און די איבריגע דריי פולע זייטן געווידמעט אויף די וויכטיגע שאלה צו רמ"ד מעג זיך רופן באביב אדער באבאוו, צו ער מעג זיך רופן באבוב צאנז אדער נאר צאנז באבוב, און ווי גרויס די בוכשטאבן פון 45 זאלן זיין, און ווי אזוי די אוניפארם זאל אויסזען. דאס האט מען דן געווען במשך די לעצטע ניין יאר? איך ווייס נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן. ס'איז מיר באמת א פלא ווי אזוי אן ערוואקסענער מענטש וועלכער האלט זיך גענוג געלונגען צו קענען פסק'ען מולטי מיליאן דאלער דין תורה'ס שעמט זיך נישט צו אונטערשרייבן אויף אזעלכע נארישקייטן.

במחילת כבודכם און אנדערע שרייבערס, בין איך דאס מאל מיט איחוד פעלד. איך פארשטיי נישט אייער טענה. איר האלט אז מען איז געקומען צום בי"ד טענה'ן בלויז וועגן נכסים, און בי"ד האט מדעת עצמם אנגעהויבן רעדן שטותים פון א נאמען און בוכשטאבן? ווען 2 שותפים וועלן האבן א ד"ת וועגן א קאמפעני וואס מאכט אונטערהויזן, וועט איר חוזק מאכן פון בי"ד אז זיי זענען אזוי נידריג אז אין זייער פסק רעדן זיי פון אונטערהויזן? אתמהה! אויב עפעס, איז די קשיא ענדערש אויף די וואס האבן גערופן צו דין תורה, אויף וועלכע זאכן זיי האבן זיך פארלייגט. בי"ד איז דא צו ענטפערן יעדן אויף וואס מען פרעגט, ועם חכם תברר וכו', כנלענ"ד נכון.

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:34 am

· #218270
שעפטל
עפעס מוז איך אריינווארפן... גראדע האב איך גאר הנאה פונעם פסק! אזוי גייט עס, נישטא קיין פשרות, דא דארף מען נישט זיין קיין נייס גיי'ס, דא דארף מען איין זאך, איז ער יורש? נעם ס'גאנצע, איז ער נישט דאן שפאציר אוועק. ווי שוין ארויסגעברענגט אין ספר ברי ושמא, און ווי ס'קוקט אויס האט דאס די בי"ד אנגענומען און הרה"צ ר' מרדכי דוד (איך ווייס נישט זיין טיטל יעצט) איז קיין יורש נישט, ער איז בכלל נישט קיין מענטש צום טיש, נאך שיין מ'האט אים געגעבן 6.2 מיליאן דאלער.... און יא פאר איך פארגעס... די זכות פון דריקן די ספרי מהרנ"ץ באלאנגט אויך אויסשליסליך פאר צד מהרמ"ד.. (אבי מ'שרייט אז די בי"ד איז איינזייטיג...).

עניוועיס, וויש דיך אפ די נאז, הער אויף שרייען אז מ'האט משחד געווען, דער געט שוין די הכשר אפאר יאר, און יענער איז שוין א מחותן מיטן באבוב'ער דיין אויך אפאר יאר, האסט געהאט א שאנס צו טשאלענדזשן ביז די וואך, נישט ווען מ'האט שוין געזעהן אז ס'קומט צו אן ענדע. האסט עס נישט געטוהן ווייל האסט מורא געהאט פארן פארלירן און האסט געוואלט פלעין געוואלט שלעפן. איטס אווער! טרעף א גוטע נאמען, בוי דיך אויף עפעס שיין פון דאסניי און באצאל די חובות און זיי מצליח.

און צו די באבוב'ע געווינער, באצאל יעדע פעני יעדע דריי חדשים, מאך נישט קיין קינצן אפילו זיי רופן זיך באבוב-לאטא (וואס על פי פסק בי"ד טארן זיי נישט ניצן באבוב פארן צונאמען...) געב דאס געלט, און לאך א גוטס!


אויב וואלטן זיי אנגענומען אז צד מהרמ"ד איז נישט קיין יורש, וואלטן זיי גע'פסק'ענט אז ער טאר זיך נישט רופען באבוב פיריעד, און דאס האט צד מהרב"ץ געוואלט, און דאס האט גראוז געוואלט, גראוז האט גע'חזר'ט די לעצטע ניין יאר אז צד מהרמ"ד איז נישט באבוב, ער דארף נישט באקומען נישט קיין געלט און נישט קיין נאמען.
די מציאות איז אז בי"ד האט יא אנגענומען אז ער איז א יורש און ער מעג זיך רופען באבוב, און מ'האט נישט אנגענומען גראוז'ס טענה, און מיט די הלכה'דיגע חלק האט בערגער געטוהן א פיינע דזשאב.
מ'האט עפ"י הלכה זיי נישט געקענט אוועקנעמען די נאמען באבוב, זעסטיך אז פאר אנדערע מקומות האבען זיי נישט געקענט פסק'ענען.

מיט די געלט חלק האט מען מער ווייניגער אנגענומען אז דאס גייט מיט די קהילה, און ממילא היות צד מהרב"ץ איז א מוחזק און רוב, קומט זיך פאר מהרמ"ד אדער גארנישט, אדער א דריטעל פון א האלב.
(פארשטייט זיך אז דאס אז מהרב"ץ האט רוב און א מוחזק איז נאר מכח אלימות, אבער למעשה איז דא אזא זאך ווי תפוס אפי' שלא ברשות, דאס הייסט מ'גייט נישט מיט יושר ווער וואלט באמת געהאט רוב, און וועם קומט זיך עס, מ'גייט מיט מציאות, במציאות זיצט ער דארטען. (און דאס איז די סיבה פון אפענע וואלען, ווייל אויף למעשה איז נאר נוגע וואס מ'האלט אפען, ס'איז נישט נוגע דיינע טיאריעס.)

דיע פסק האבען ביידע נישט געוואלט, מהרמ"ד האט געוואלט געלט, מהרב"ץ האט געוואלט אז ער זאל זיין די איינציגסטע באבוב און די לעגימיטע ממשיך פון די באבוב'ע דינאסטיע, האט מען דאך געדארפט עפעס א פשרה, און דאס האט זיך געצויגען דיע אלע יארען.

למעשה די ענדגילטיגע פשרה לכאורה איז זייטיג צו צד מהרב"ץ ווייל זיי האבען עם אוועקגענומען די נאמען שלא כדין, מיט פארשידענע ערמימיות'דיגע תירוצים, וואס גראוז האט ארומגע'חוש'ט די לעצטע פאר יאר, און צד מהרמ"ד נישט האבענדיג א געריבענע טוען אויף זייער זייט, זענען פשוט געגאנגען כצאן לטבח.
קודם האט גראוז גע'טענה'ט אז באבוב 45 הייסט נישט אוועקגענומען די נאמען באבוב ס'איז נאר פשוט להיכר, און ס'נישט ווי מ'נעמט זיי אוועק די נאמען באבוב.
און דערנאך האט ער געזאגט אז די נישטיגע געלט וואס מ'טיילט זיי צו, זאל זיין גענוג זיי אוועקצונעמען די נאמען, וואס יעדער פארשטייט אז די נישטיגע געלט איז נישט ווערד גענוג זיי אוועקצונעמען די נאמען.

למעשה איז עס אזא מאנופיולירטע פסק, ווייל פון איינ זייט קען מען זאגען פאר צד מהרמ"ד דו האסט די נאמען באבוב, 45 איז נאר א היכר ווי די ביסט located.
פון די אנדערע זייט פארשטייט יעדער אז ס'איז א ליצנות'דיגע נאמען, קודם זיי גייען דיך מופען פון 45, און נאכדעם א נומבער און די רעבישע ביזנעס איז עפעס נישט צו דער זאך, איז בעיסיקלי צווינגסטו עם יא צוצולייגען א נאמען צאנז באבוב וכו' וואס דאס נעמט שוין יא אוועק פון אריגינעל באבוב, וואס דאס איז שוין שלא כדין.

דאס איז די היפאקראטיע פון דעם פסק, וואס רעגט מיר אויף און נאך אסאך אנדערע, אז בי"ד האט נישט מפשר געווען ביושר, זיי האבען זיך געלאזט פון די שטערקערע טוענים, און קלאר "מפשר געווען" און געגעבן מער פאר צד מהרב"ץ.
דאס הייסט נישט מפשר געווען, דאס הייסט אוועקגענומען שלא כדין, היות האסט עם אוועקגענומען וואס קומט זיך אים כדין און עם נישט געגעבן גענוג דערפאר.

כוכב » זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:50 am

· #218271
דער נאמען איז נישט בלויז יא נאמען נישט נאמען, ווי ר' אברהם ברוך ראזנבערג שרייבט אין זיין פס יד, איז דער נאמען דער מבחן פון לעגיטימאציע, בין איך וואס איך וויל זאגן אז איך בין, אדער נישט, בין איך רעכט אז יענער איז נישט וואס איך האלט ער איז נישט, אדער ניין.
ר' מרדכי דוד איז אויפגעשטאנען יענעם אינדערפרי און אויסגעשריגן קבל עם ומלואה, איך בין באבובער רבי, און מיינע חסידים זענען די באבובער קהילה, ווידעראום יענער איז גארנישט, אויב בי"ד נעמט דאס צו פון אים'ן, איז עס א היסטארישע דורכפאל.
מ'קען קיינעם נישט אפהאלטן פון זיין א רבי, דער דין תורה איז נישט צי ר' מרדכי דוד איז א רבי פאר טויזנטער חסידים, נאר צי בין איך דער אריגינעלער ברענד, בין איך קאקא קאולע, אדער א נייע ברענד.

למאי נפק"מ? דאס קענסטו פרעגן אויף יעדע זאך אין דער נארישער עוה"ז, אבער אויף די וועלט מיינט עס אסאך.
א - קיינער וויל נישט מ'זאל אים צונעמען זאכן וואס קומט אים ביושר, ר' מרדכי דוד האלט אז ער איז דער ריכטיגער יורש און ער האלט נישט ביים אוועקשפאצירן פון זיינס א זאך.
ב - בין איך דער בעל מחלוקת, דער גנב, אדער בין איך לעגיטים. דאס איז א מולטי מיליאן דאלער פראגע.
ג - וכו וכו' זענען מיינע חסידים רעבעלס, אדער די אריגינעלע קהילה.
די אלע פראגן ווערן פארענטפערט מיט ווער ס'האט דעם נאמען.

בי"ד האט אומצווייטיג געוואלט קלארשטעלן זייער פערספעקטיוו.
די אלע תנאים שונים ומשונים איז פשוט אז 45 זאל נישט ניצן קיין לופהאלס אווערצורייטן דעם פסק בי"ד. עס זאל פאר אלעמאל קלאר בלייבן איינגעקריצט און זאל טאקע אויסגעפירט ווערן מכוח אל הפועל.
יעדע אגרימענט, און יעדע פאטענט בזמננו אלה, אין פאקט ענטהאלט נאך פיל מער אבסורדישע תנאים ביז צו די קלענסטע דעטאלן, ווייל אנדערש קען מען זיך נישט באווארענען.
און זאל איינער פרובירן שפילן מיט אזעלכע ברענדס ווי מארלבארא, קאקא קאולע, מקדאנעלדס, אדער באדווייזער, די מינדעסטע טוויסט און ער טרעפט זיך אין קאורט.
ממילא איז לעכערליך צו קריטיקירן בי"ד פארן זיך אראפלאזן צו אזעלכע שטותים. אין א נארישע וועלט דארף מען זיך פון אלעם באווארענען, ענד איף יו דו איט, דו איט אלל דע וועי, ענד דו איט רייט.
און ווי אנדערע האבן גע'טענה'ט, לאמיר זאגן צוצונעמען די יוניפארם פון 45 איז א שטות, אבער ווילאנג עס איז דא א תביעה דערויף פון 48 דארף בי"ד פסק'ען און געבן זייער חוות דעת דערויף, וכך הוה.

שעפטל » זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:07 am

· #218275
פארשטיי אבער אז מ'קען גאר זאגן פארקערט אויך... באבוב האט קלאר געווינען אלעס, די בי"ד האלט 100% אז ס'קומט זיך גארנישט פאר די צוויי איידעמער, זיי וואלטן ווען גע'אסר'ט צו רופן מיט סיי וואספארא נאמען וואס פאנגט זיך אן מיט א ב', (ווי בארשא צו גאר בערעגסאז), קומט אים נישט קיין גראצער געלט, ס'איינציגסטע זאך וואס ס'קומט אים יא אלס חלק הירושה, איז די כתבי ידות, טעיפס, און דאקומענטן פון זייער שווער ז"ל...
דאס איז דער פסק! דאס איז על פי תורה! און אזוי דארף צו זיין ווען צוויי צדדים גייען צו דין תורה, שטייט נישט אינערגעץ אז מ'דארף צופרידן שטעלן ביידע! איינער געווינט אינגאנצן און איינער פארלירט ווי א לוזער מליזער!

נאר וואס דען? אלס חלק השלום און אלס פשרה האט מען צוגעווארפן א ביינדל פון 6.2 מיליאן דאלער, וויסענדיג ווי טיף אין חובות די נעפיו'ס זענען, (מאנכע זאגן אז דאס איז די טשענדזש פון די 10 מיליאן וואס באבוב האט געאפערט פאר די נעפיו'ס מיט אפאר יאר צוריק, 3.8 האט געקאסט די דין תורה...)
און איבער'ן נאמען, ווי איך פארשטיי איז פונקט ווי בעלזא מכנובקה קען אזוי הייסן, טראץ דעם וואס זיי זענען ניטמאל א 25% פון בעלזא, קען מען ממש נישט זאגן פאר די נעפיו'ס אז פון היינט אין ווייטער זאלן זיי זיך רופן דאבשינא (אפפס, שוין דא איינס, סארי מאך עס קארטשין אד"ג).

דער עולם שפילט דא עפעס שאקט אז מ'האט נישט גערעדט פון די נכסים, איך זעה סעיף א' זייער קלאר א פסק איבער די נכסים, וואס נאך האבן זיי געדארפט שרייבן בנוסף?

יעצט פרעגסטו פארוואס ס'דא די איבריגע מסתמה 25 סעיפים איבערן נאמען? ווייל אויף דעם רייסט מען זיך 10 יאר! יא מ'האט געבעטן דא א בנין, דארט א קעמפ, (איבערן ביה"ח איז דאך דא אנאלטער פסק) די עיקר פייט איז געווען אז ער איז באבוב'ע רבי, האט בי"ד זייער קלאר געדארפט מאכן אז אזוי און אזוי איז די פסק, און מ'קען נישט אויסשפילן!

27 טעג פארבליבן...

געשוויסטער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:22 am

· #218276
איך האלט גראדע אז ביי א דין תורה קען אדמו'ר מ'בעלזא געוואונען קעגן אדמו'ר מ'בעלזא ירושלים.

געשוויסטער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:41 am

· #218278
יעצט לעצם הענין.

די עיקר סיבה פארוואס מיר האבן גערופן צד רב'צ צו דין תורה, איז געווען צו ווייזן אז ס'איז דא א תורה, און מען קען נישט טון וואס מען וויל. עס איז נישט קיין הפקר וועלט.
ליידער ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט דאס פארקערטע, דהיינו, אז אפילו די בית דין האט נישט אין אכט גענומען קיין כי הוא זה פונעם תורה.
אנשטאט וויינען און שעלטען, וועל איך זאגן עפעס אנדערש.
אונז האבן א רבי וואס קיינער אין די וועלט האט נישט. א מושלם במעלות ובמידות. א איד וואס איז כולו תורה.
צדיקים פון די פריעדיגע דור האבן זיך משתעשע געווען מיט עם.
א איד וואס וועט אין פייער גיין פאר שלום. א איד וואס איז אלעמאל בשמחה, און מיט א שמייכל. א איד וואס די טיטל שר התורה איז געוויס פאסיק אויף עם. די סבלנות וואס אונזער רבי האט צו יעדער איד, איז ממש אין לשער.
ער לאזט זיך אראפ צו א קינד ווי כאילו ער וואלט געווען די זעלבע גיל.

אשרינו אז מיר האבן זוכה געווען צו האבן אזא הייליגע רבי!
אונז זעמער שטאלץ!

outspoken » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:00 pm

· #218279
@געשוויסטער

גוט געזאגט אלע מעלות פון די מ''ח דברים, אבער מיט באבוב האט דאס נישט קיין שייכות...

געשוויסטער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:02 pm

· #218280
outspoken
@געשוויסטער

גוט געזאגט אלע מעלות פון די מ''ח דברים, אבער מיט באבוב האט דאס נישט קיין שייכות...


איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט.

געשוויסטער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:04 pm

· #218281
אי'ה דעם דינסטאג וועט מען זיך צוזאמקומען אין ביהמ'ד הגדול בב'י, וואו די ראשי קהלה וועלן אויפטרעטן און מודיע זיין אז מען נעמט אן די פסק, און מען וועט פארלאנגען פון רב'צ צו שלום מאכן און ענדיגן די מחלוקה.

לית דין בר נש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:09 pm

· #218282
געשוויסטער
און מען וועט פארלאנגען פון רב'צ צו שלום מאכן און ענדיגן די מחלוקה.

ווי אזוי פארלאנגט מען דאס?
מען גייט אים איבערעטן אויף די צעהן יאר וואס מען האט זיך שלא ביושר גערופען באבוב?

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:11 pm

· #218284
ונזכה ונחיה ונראה.

אויב וועט ער עס טוהן איז עס זייער א קלוגער געווייגטער שריט שריט מצדו.

זיין עולם קען דאס לכאורה נישט אזוי גרינג שלונגען.

נאך א שאלה וואס כ'האב שוין ארום געפרעגט משני הצדדים און באקום נישט קיין קלארער ענטפער, ווער באקומט דער געלט, די מוסדות אדער איז דאס פריוואטער ירושה געלט?

געשוויסטער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:12 pm

· #218285
לית דין בר נש
געשוויסטער
און מען וועט פארלאנגען פון רב'צ צו שלום מאכן און ענדיגן די מחלוקה.

ווי אזוי פארלאנגט מען דאס?
מען גייט אים איבערעטן אויף די צעהן יאר וואס מען האט זיך שלא ביושר גערופען באבוב?


שלא ביושר איז נאך די צייט וואס די בי'ד האט באשטימט.
ביז דעמאלס איז נישט דא קיין שום פראבלעם זיך צו רופן באבוב.

און צו אזעלכע ווי דיר, וויל איך בעטן.
הערטס אויף מיט די בלינדע שנאה.

געשוויסטער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:13 pm

· #218286
איחוד פעלד
ונזכה ונחיה ונראה.

אויב וועט ער עס טוהן איז עס זייער א קלוגער געווייגטער שריט שריט מצדו.

זיין עולם קען דאס לכאורה נישט אזוי גרינג שלונגען.

נאך א שאלה וואס כ'האב שוין ארום געפרעגט משני הצדדים און באקום נישט קיין קלארער ענטפער, ווער באקומט דער געלט, די מוסדות אדער איז דאס פריוואטער ירושה געלט?


די רבי באקומט די געלט, און ער וועט באשלוסן וואס צו טון דערמיט.

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:15 pm

· #218287
און וואס איז מיט די רב? אויב איז עס פריוואטער ירושה געלט, דארף ער נישט באקומען די העלפט?

לית דין בר נש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:16 pm

· #218288
איחוד פעלד
ווער באקומט דער געלט, די מוסדות אדער איז דאס פריוואטער ירושה געלט?

לאז רמ"ד און אייזיק דייטש זיך אליין שלאגן אויף דעם! מיש זיך נישט אריין.

געשוויסטער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:20 pm

· #218290
איחוד פעלד
און וואס איז מיט די רב? אויב איז עס פריוואטער ירושה געלט, דארף ער נישט באקומען די העלפט?


מן הסתם איז די רב מוותר

לית דין בר נש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:20 pm

· #218291
געשוויסטער
יעצט לעצם הענין.

די עיקר סיבה פארוואס מיר האבן גערופן צד רב'צ צו דין תורה, איז געווען צו ווייזן אז ס'איז דא א תורה, און מען קען נישט טון וואס מען וויל. עס איז נישט קיין הפקר וועלט.
ליידער ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט דאס פארקערטע, דהיינו, אז בית דין האט אונז געוויזן אז ס'איז דא א תורה, און מען קען נישט טון וואס מען וויל. עס איז נישט קיין הפקר וועלט.


אשרינו אז מיר האבן זוכה געווען צו האבן אזא הייליגע רבי!
אונז זעמער שטאלץ!

לית דין בר נש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:22 pm

· #218292
איחוד פעלד
און וואס איז מיט די רב? אויב איז עס פריוואטער ירושה געלט, דארף ער נישט באקומען די העלפט?

ער האט די שווערס הויז פאר א משכון

לית דין בר נש » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:38 pm

· #218295
איינגעמיירעט
שעפטל
עפעס מוז איך אריינווארפן... גראדע האב איך גאר הנאה פונעם פסק! אזוי גייט עס, נישטא קיין פשרות, דא דארף מען נישט זיין קיין נייס גיי'ס, דא דארף מען איין זאך, איז ער יורש? נעם ס'גאנצע, איז ער נישט דאן שפאציר אוועק. ווי שוין ארויסגעברענגט אין ספר ברי ושמא, און ווי ס'קוקט אויס האט דאס די בי"ד אנגענומען און הרה"צ ר' מרדכי דוד (איך ווייס נישט זיין טיטל יעצט) איז קיין יורש נישט, ער איז בכלל נישט קיין מענטש צום טיש, נאך שיין מ'האט אים געגעבן 6.2 מיליאן דאלער.... און יא פאר איך פארגעס... די זכות פון דריקן די ספרי מהרנ"ץ באלאנגט אויך אויסשליסליך פאר צד מהרמ"ד.. (אבי מ'שרייט אז די בי"ד איז איינזייטיג...).

עניוועיס, וויש דיך אפ די נאז, הער אויף שרייען אז מ'האט משחד געווען, דער געט שוין די הכשר אפאר יאר, און יענער איז שוין א מחותן מיטן באבוב'ער דיין אויך אפאר יאר, האסט געהאט א שאנס צו טשאלענדזשן ביז די וואך, נישט ווען מ'האט שוין געזעהן אז ס'קומט צו אן ענדע. האסט עס נישט געטוהן ווייל האסט מורא געהאט פארן פארלירן און האסט געוואלט פלעין געוואלט שלעפן. איטס אווער! טרעף א גוטע נאמען, בוי דיך אויף עפעס שיין פון דאסניי און באצאל די חובות און זיי מצליח.

און צו די באבוב'ע געווינער, באצאל יעדע פעני יעדע דריי חדשים, מאך נישט קיין קינצן אפילו זיי רופן זיך באבוב-לאטא (וואס על פי פסק בי"ד טארן זיי נישט ניצן באבוב פארן צונאמען...) געב דאס געלט, און לאך א גוטס!


אויב וואלטן זיי אנגענומען אז צד מהרמ"ד איז נישט קיין יורש, וואלטן זיי גע'פסק'ענט אז ער טאר זיך נישט רופען באבוב פיריעד, און דאס האבן זיי טאקע געטוהן און דאס האט צד מהרב"ץ געוואלט, און דאס האט גראוז געוואלט, גראוז האט גע'חזר'ט די לעצטע ניין יאר אז צד מהרמ"ד איז נישט באבוב, ער דארף נישט באקומען נישט קיין געלט און נישט קיין נאמען.
די מציאות איז אז בי"ד האט יא אנגענומען אז ער איז א יורש און ער מעג זיך רופען באבוב, ??? אתמהה און מ'האט נישט אנגענומען גראוז'ס טענה, און מיט די הלכה'דיגע חלק האט בערגער געטוהן א פיינע דזשאב. 😂 😂 😂
מ'האט עפ"י הלכה זיי נישט געקענט אוועקנעמען די נאמען באבוב, איי מען האט יא? תיקו זעסטיך אז פאר אנדערע מקומות האבען זיי נישט געקענט פסק'ענען. ווייל זיי האבן נישט געחתמעט שט"ב

מיט די געלט חלק האט מען מער ווייניגער אנגענומען אז דאס גייט מיט די קהילה, און ממילא היות צד מהרב"ץ איז א מוחזק און רוב, קומט זיך פאר מהרמ"ד אדער גארנישט, אדער א דריטעל פון א האלב.
(פארשטייט זיך אז דאס אז מהרב"ץ האט רוב און א מוחזק איז נאר מכח אלימות, אבער למעשה איז דא אזא זאך ווי תפוס אפי' שלא ברשות, דאס הייסט מ'גייט נישט מיט יושר ווער וואלט באמת געהאט רוב, און וועם קומט זיך עס, מ'גייט מיט מציאות, במציאות זיצט ער דארטען. (און דאס איז די סיבה פון אפענע וואלען, ווייל אויף למעשה איז נאר נוגע וואס מ'האלט אפען, ס'איז נישט נוגע דיינע טיאריעס.)

דיע פסק האבען ביידע נישט געוואלט, מהרמ"ד האט געוואלט געלט, מהרב"ץ האט געוואלט אז ער זאל זיין די איינציגסטע באבוב און די לעגימיטע ממשיך פון די באבוב'ע דינאסטיע, און אזוי שטייט קלאר אין די פסק האט מען דאך געדארפט עפעס א פשרה, און דאס האט זיך געצויגען דיע אלע יארען.

למעשה די ענדגילטיגע פשרה פסק לכאורה איז זייטיג צו צד מהרב"ץ ווייל זיי האבען עם אוועקגענומען די נאמען שלא כדין, עפ"י דין תורה מיט פארשידענע ערמימיות'דיגע תירוצים, וואס גראוז האט ארומגע'חוש'ט די לעצטע פאר יאר, און צד מהרמ"ד נישט האבענדיג א געריבענע טוען אויף זייער זייט, זענען פשוט געגאנגען כצאן לטבח.
קודם האט גראוז גע'טענה'ט אז באבוב 45 הייסט נישט אוועקגענומען די נאמען באבוב ס'איז נאר פשוט להיכר, און ס'נישט ווי מ'נעמט זיי אוועק די נאמען באבוב.
און דערנאך האט ער געזאגט אז די נישטיגע געלט וואס מ'טיילט זיי צו, זאל זיין גענוג זיי אוועקצונעמען די נאמען, וואס יעדער פארשטייט אז די נישטיגע געלט איז נישט ווערד גענוג זיי אוועקצונעמען די נאמען.

למעשה איז עס אזא מאנופיולירטע פסק, ווייל פון איינ זייט קען מען זאגען פאר צד מהרמ"ד דו האסט די נאמען באבוב, 45 איז נאר א היכר ווי די ביסט located.
פון די אנדערע זייט פארשטייט יעדער אז ס'איז א ליצנות'דיגע נאמען, קודם זיי גייען דיך מופען פון 45, און נאכדעם א נומבער און די רעבישע ביזנעס איז עפעס נישט צו דער זאך, איז בעיסיקלי צווינגסטו עם יא צוצולייגען א נאמען צאנז באבוב וכו' וואס דאס נעמט שוין יא אוועק פון אריגינעל באבוב, וואס דאס איז שוין שלא כדין. ??? פארוואס

דאס איז די היפאקראטיע פון דעם פסק, וואס רעגט מיר אויף און נאך אסאך אנדערע, וואס גיהערן צו צד רמ"ד אז בי"ד האט נישט מפשר געווען(ביושר), זיי האבען זיך געלאזט פון די שטערקערע טוענים, און קלאר "נישט מפשר געווען" און געגעבן מער פאר צד מהרב"ץ.
דאס הייסט נישט מפשר געווען, דאס הייסט אוועקגענומען שלא כדין, היות האסט עם אוועקגענומען וואס קומט זיך אים כדין און עם נישט געגעבן גענוג דערפאר. דו קענסט די דין אדער דו גיהערסט צו זיין פארטיי?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18