☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

885 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18

חסיד » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 9:43 am

· #232139
moshe613
Braking news!! באבוב מהרמ״ד האט א היתר פין 3 גרויסע רבנים אז זיי מעגן גיין אין קאורט אקייגן די לעצטע פסק דין.

הייסט אז נאך צען יאר פארלירן וויל צד מהרמ''ד נאך א גרויסע פארלוסט, נא נא! אזוי ווי מ'בעט זיך אזוי שטייט מען אויף. וכידוע וואס הגר''מ שפרן האט זיי געזאגט בענין זה ''עס איז נישט דא קיין היתר נישט צו פאלגן, און דורכאויס די יארן זענען שוין כמה דין תורות אנגעקומען אין קאורט און ביי רובם ככולם האט די ערכאות באשטעטיגט דעם פסק

ע''כ ידידיי היקרים טאמער ווילט עטס נאך א יום כוא''ב (כ''ו אב תשע''ד)
דאן גייטס א פערדן מאל אין ערכאות (1 באלד בראשית 2 ביה''ח 2 מחנה גילה 3 קרית באבוב)

ס'גיט » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:54 am

· #232167
איך הער אז זיי האבען נאך צוויי חתימות פון די 2 בעלעדע רבי'ס!

יין שרף » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 1:57 pm

· #232211
חסיד
דאן גייטס א פערדן מאל אין ערכאות (1 באלד בראשית 2 ביה''ח 2 מחנה גילה 3 קרית באבוב)

וואס איז געווארן מיט די קרית באבוב משפט?

moshe613 » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 2:46 pm

· #232226
אז מען האט א היתר צו גיין אין קאורט פין חשובע רבנים ־ וואס איז די פראבלעם?

מארקוס » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 5:46 am

· #232395
נאט אייך דער היתר!
📎 1.jpg
גיי פראביר צו אפיעלן אן ארביטרעישאן אין קוירט...

סתם פאר נייגעריקייט, וויפיל מאל דארף א בר דעת פארלירן, אז ער זאל איינמאל פאר אלעמאל איינזעהן, אז ער האט נישט קיין טשענס צו געווינען?

דאכציך אז רמ״ד האט די פאלגענדע אפציעס אויפ׳ן טיש.

1. פאלגן דער די״ת, אן אנצוהייבן בויען זיין רעפוטאציע, וואס ליגט ביז דערווייל אין דר׳ערד.
2. גיין אפיעלן אין קוירט, ווי ער וועט 99.99% נאכאמאל פארלירן, אין זיין צו שאנד און צו שפאט, נאך מער ווי ער איז יעצט.
3. סתם נישט פאלגן דער די״ת. נעמענ׳ידג אין באטראכט, ווי ער שטעקט אריין די נאז ביי יעדע שמחה, און מאכט מהומות זיך צו זעצן אויף א מכובד׳יגע פלאץ למען די בילדער. וועלכע רעספעקטפולער צייטונג וועט דען וועלן נעמען א שטאנד קעגן א די״ת אין עם וועלן דערמאנען. וועלכע נארמאלע עושר וועט עם וועלן שטיצן? וועלכע רעכטדענקיגער רב וועט וועלן האב א שייכות מיט עם?

אפשר איז דא א פערדע אפציע?
4. גיין מפייס זיין פעטער פאר׳ן וועלן צונעמען נכסים און פארמעגן וואס יעדער נאמאלער מענטש האט מתחילה פארשטאנען אז ס׳קומט עם נישט, און גורם זיין אן עגמת נפש פאר טויזנטער יודן, און ס׳וועט זיין שלום על ישראל, ווי נישט ווי האט ער דאך געשריגן ׳אני שלום׳.

א פיפטע אפציע זעה איך נישט.

moshe613 » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:50 am

· #232431
לעניית דעתי איז רמ"ד נישט קיין לוזער נאר א וויקטים פין א קארופטע בי"ד, זיין רעפוטאציע אין די גאס איז זייער הויעך, ער האט אהערגעשטעלט אין 9 יאהר אזעלכע גרויסע מוסדות מיט אזיין גרויסן פארנעם, אלע זיינע טענות פארגעלייגט פאר א בי"ד, אהן צו שיקן זיינע קינדערלאך נאכצושרייען רב"צ, אויף די גאס, ווי רב"ץ טוט שבת אין יו"ט אין פאר כל נדרי, אהן צו פיטערן זיין עולם שנאה מיט נאך שנאה, ווי רב"ץ טוט ווען ער האט קלאר געזאגט אז גיין צו שמחה אין 45 בימ"ד איז אזאך וואס טוט איהם פערזענליך וויי, די גאס קוקט ארויף אויף אזעלכע רביס, נישט דא צופיל פין די קוואליטי.

לדעתי אין לויט וואס איך הער נאך, הייסט עס אז ראב"ד עדה החרדית מיט הרב חיים קנייבסקי האבן געשריבן בריוו pro באבוב 45, אין 2 אמעריקאנער בתי דינים האבן מבטל געווען די פסק בי"ד אין געגעבן א היתר פאר 45 צו גיין אין קאורט.

מארקוס » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:59 am

· #232436
moshe613
לעניית דעתי איז רמ"ד נישט קיין לוזער נאר א וויקטים פין א קארופטע בי"ד

כהאב נישט עקספעקטד פון דיר צו זאגן אנדערש, אבער דאס ביסטו גערעכט אז סאיז בלויז ״לענ״ד״.

moshe613
זיין רעפוטאציע אין די גאס איז זייער הויעך, ער האט אהערגעשטעלט אין 9 יאהר אזעלכע גרויסע מוסדות מיט אזיין גרויסן פארנעם

ער האט אהערגעשטעלט?
ער האט אראפגעציפט פון באבוב, אזעלכע גרויסע מוסדות, וואס צאלן נישט געבהעריג קיין וועזשעס וכו׳ וכו׳

[quote="moshe613"אלע זיינע טענות פארגעלייגט פאר א בי"ד.[/quote]
אמת ויציב.

[quote="moshe613"אהן צו שיקן זיינע קינדערלאך נאכצושרייען רב"צ, אויף די גאס, ווי רב"ץ טוט שבת אין יו"ט אין פאר כל נדרי, אהן צו פיטערן זיין עולם שנאה מיט נאך שנאה.[/quote]
דאס האט ער געטוען 5 יאר איידער ער איז געווארן רבי.

moshe613
ווי רב"ץ טוט ווען ער האט קלאר געזאגט אז גיין צו שמחה אין 45 בימ"ד איז אזאך וואס טוט איהם פערזענליך וויי.

להד״ם.

moshe613
די גאס קוקט ארויף אויף אזעלכע רביס, נישט דא צופיל פין די קוואליטי.

איך זיך דער גאס, כ׳קען עס נישט טרעפן נישט אין בארא פארק, וויליאמסוברג, מאנסי גרעיטער ניו יארק, אמעריקא קאנאדא אייראפע און ארץ ישראל.

moshe613
לדעתי אין לויט וואס איך הער נאך, הייסט עס אז ראב"ד עדה החרדית מיט הרב חיים קנייבסקי האבן געשריבן בריוו pro באבוב 45, אין 2 אמעריקאנער בתי דינים האבן מבטל געווען די פסק בי"ד אין געגעבן א היתר פאר 45 צו גיין אין קאורט.

ווילאנג ס׳איז נישט אזעלכע בריוו, איז עס סתם געפלוידערט.

לגופו של ענין
וואס גייען ענק גענוי פארלאנגן פון קוירט?

moshe613 » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:48 pm

· #232486
לגופו של ענין, ברעכן אין פאבליק איז נישט שיין.

ס'גיט » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 2:42 pm

· #232501
moshe613
לעניית דעתי איז רמ"ד נישט קיין לוזער נאר א וויקטים פין א קארופטע בי"ד, זיין רעפוטאציע אין די גאס איז זייער הויעך, ער האט אהערגעשטעלט אין 9 יאהר אזעלכע גרויסע מוסדות מיט אזיין גרויסן פארנעם, אלע זיינע טענות פארגעלייגט פאר א בי"ד, אהן צו שיקן זיינע קינדערלאך נאכצושרייען רב"צ, אויף די גאס, ווי רב"ץ טוט שבת אין יו"ט אין פאר כל נדרי, אהן צו פיטערן זיין עולם שנאה מיט נאך שנאה, ווי רב"ץ טוט ווען ער האט קלאר געזאגט אז גיין צו שמחה אין 45 בימ"ד איז אזאך וואס טוט איהם פערזענליך וויי, די גאס קוקט ארויף אויף אזעלכע רביס, נישט דא צופיל פין די קוואליטי.

לדעתי אין לויט וואס איך הער נאך, הייסט עס אז ראב"ד עדה החרדית מיט הרב חיים קנייבסקי האבן געשריבן בריוו pro באבוב 45, אין 2 אמעריקאנער בתי דינים האבן מבטל געווען די פסק בי"ד אין געגעבן א היתר פאר 45 צו גיין אין קאורט.

ביזט אויף גארנישט ווערד צו ווערן גענטפער'ט ,נאר דאס וואס די זאגסט וועגן ר' חיים קנייבסקי ,הער איך ,אז ווען ר' חיים האט געהערט אז זיי גייען ניצען זיין חתימה כדי נישט צו פאלגען בי''ד, האט ער זיך שטארק געבייזערט אין באלד געשריבען א בריוו אז ''אין אחר דברי בי''ד כלום'' , אין האט עס געגעבען פאר א שליש ,ער זאל עס ארויסגעבען ווען (אין אויב) זיי גייען טאקע מאכען א חילול השם,מיט זיין חתימה.

נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:02 pm

· #232502
נאך 2 קארגע וואכען געבליבען צום דעדליי"ן פון 90 טעג. עס איז נישטא קיין סימן אפילו אז די צד הפארלירערס האלטען ביים אויספאלגען די פסק.

למעשה איז דאס נישט פאלגען א מורא'דיגע גרויסע טובה פאר באבוב. איך וועל אביסעל דאס צונעמען די ענין פארוואס איך זאג אזוי:

ווען וואלטען צד מהרמ"ד געפאלגט וואלט זיי געבליבען מיט א א שטיקעל נאמען באבוב למחצה לשליש ולרביעה. זיי וואלטען אויסגעפוילגט די פסק "יוצא צו זיין" און טאמער באבוב וועט האבען טענות וועלען זיי פארקויפען פאר די וועלט קוקטס אונז פאלגען אין די שלעכטע באבוב'ער רודפ'ן אונז. וואס אונז טוען איז נישט גענוג וכו' און באבוב וואלט זיך געמיטשטע מיט דעם קראנקען קינד א גאנץ לעבען.

אבער אויב פאלגען זיי נישט (ווי עז זעהט יעצט אויס) וועלען זיי סוף כל סוף פארלירען די גאנצע נאמען. יעדער ריר קעגן א קאורט ארדער וועט מען זיי שלאגען מיט א פעטע lawsuit זיי וועלען פארלירען די גאנצע זכות פון הייסען באבוב מיט א שם לויה לפניה ולאחריה.

די היסטאריע פון די לעצטע יארן איז מעייד אז יעדע מאהל זיי האבן געטוען א שריט נגד דעת תוה"ק און גורם געווען א חילול ד' האבן זיי מיאוס פארלוירען למשל די קעמפס האט מען דן געווען זוממער תשס"ה. די דיון איז געוען ווער זאל באקומען די צוויי קעמפס (יונגעל קעמפ שלוה און בחורים קעמפ מתיבתא) און בית"ד האט זיי מצייע געווען אז ביז דערווייל זאל מען זיך צוטיילען איין קעמפ פאר באבוב און איין קעמפ פאר צד מהרמ"ד. מה עשה הקב"ה? ויחזק ד' את לב...... און זיי זענען צוריקגעקומען אז בשום אופן זענען זיי נישט מסקים אויף א 50/50 פשרה זיי ווילען ביידע קעמפס. האט בי"ד נישט געהאט קיין ברירה און דן געווען און עס האט זיך ארויסגבעשטעלט אז לטובת החינוך דארף קעמפ שלוה גיין צו די פירערס פון די ת"ת וואס זענען געווען אינטער באבוב און קעמפ מתיבתא איז הגה"צ די ראש ישבה שליט"א געקומען מיט א בריוו פון זיין שווער כ"ק רביה"ק זצ"ל אז מתיבתא איז ער בעה"ב און די ערשטע פסק בי"ד חלקי וזמני האבען זיי פארלוירען ביידע קעמפס.

אזוי אויך אין קעמפ גילה ווען באבוב האט געאפערט איין מיליון דאללער פאר ר' יעקב פירער עס אויפצוגעבען. איז ער נתייעץ געווארן דורך צד הרמ"ד נישט זיך צו לאזען און עווענטואל האט ער פארלוירען די קעמפ און אויך נישט באקומען די מיליון דוללער.

אזוי אויך די בית החיים ווי מען האט מצייע געווען א פשרה אז עס זאל זיין א וועד פון 4, צוויי פון יעדען צד האבען זיי אויך נישט מסכים געווען און עס געשלעפט און קאורט און מיאוס פארלוירען ( אפשר איז די קאורט אויך משוחד געווארען פון די טארטיקובער הכשר) אז היינט צו טאג האט באבוב 2 אויף די וועד און זיי האבען 1 וואס האט ניטאמאל קיין שייכות מיט די חברה קדישא מער.

און יעצט.... וועלען זיי נאכאמאהל מאכן צוהיצטע אומאדורכגעטראכטע שריטען און וועלען נישט פאלגען די פסק בי"ד און די ענדע קענט עטץ שוין אליינס.................די קאורט וועט זיי צווינגען צו פאלגען אזוי ווי 99.9% פון אלע קעיסעס און די זעלבע צייט וועט בי"ד צונעמען די זכות פון א צו נאמען ווייל עס איז שוין נאך 90 טעג. און די 6 מיליון קענען זיי זאגען קדיש אויף. און זיי וועלען עס אפיעלען ביז די סופרים קאורט וואס וועט עס צוהערן אזויווי זיי האבען אויסגעהערט די רובאשקען קעיס.

און ענגליש זאגט מען "you are your worst enemy"

@moshe613 טאקע וועגען אזעלכע געלונגענע חברה ווי די וואס פון דיינע תגובות שפריצט חכמה מיט בינה צוזאמען געפלאכטען האט מען ענק אלע אזוי פארפירט און יעצט ווידער נעמט מען ענק אויף די חלום רייד און לאלא לענד פון געווינען אין קאורט........................ עס בלייבט מיר ענק צו וואונטשען have a safe trip

moshe613 » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:14 pm

· #232506
נאך צוויי וואכן, קענסט נישט אויסווארטן?

ס'גיט » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:30 pm

· #232513
moshe613
נאך צוויי וואכן, קענסט נישט אויסווארטן?

אוי ווי מ'קען נישט ווארטען!!!! אלע ליגנט זאל קלאר ווערן , בריווען פון די ראב''ד ירושלים, ר' חיים קנייבסקי ,ר' יחזקאל ראטה, בי'ד של ר' נ. קרעליץ, אב''ד בית חיים יהושע, הרב חיד''א ווייס ,וכו' וכו' (איך געדענק שוין נישט אלע, אפשר ווען עס וועט ארויסקומען וועל איך זיך דערמאנען!!!!!)

moshe613 » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:35 pm

· #232515
די מקור פין די אלע נייעסלאך קומט פין רב"ץ חברה, אין באבוב 45 איז ממש קיינער רעדט גארנישט.

חסיד » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 4:59 pm

· #232532
moshe613
די מקור פין די אלע נייעסלאך קומט פין רב"ץ חברה, אין באבוב 45 איז ממש קיינער רעדט גארנישט.

כ'קען מיך נישט פארשטעלן פארוואס מ'הערט נישט פון צד 45
אפשר ווייל דער מצב איז מיעס באקראצט?!

ס'גיט » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 5:20 pm

· #232543
חסיד
moshe613
די מקור פין די אלע נייעסלאך קומט פין רב"ץ חברה, אין באבוב 45 איז ממש קיינער רעדט גארנישט.

כ'קען מיך נישט פארשטעלן פארוואס מ'הערט נישט פון צד 45
אפשר ווייל דער מצב איז מיעס באקראצט?!

זארג דיך נישט רמ''ד איז א פארשלעפטער אייביג געווען, ער וועט זיך דערמאנען די 90'סטע טאג בין השמשות.

moshe613 » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 8:42 pm

· #232590
בקיצור די חברה אין 48 זענען זעהר פארנומען לעצטענס, צענדליגע נייע אקאונטס אויף טוויטר מיט משוגענע אויפגעמאכטע נייעס, א חלק אלס 48 אין א חלק שפילן ווי 45, שיסן דיסאינפארמאציע א גאנצן טאג, אין שפעטער בעטן זיי נאך פין די 45 חברה זיך צו פארענטפערן אויף זייערע שטותים. ביזדערווייל די חברה אין 45 מאכן א גיטן ארבעט, זיי רעדן אויכעט וועגן וואס זיי טוהן, זיי האלטן זיך מיט פעסטקייט, זיי גיבן נישט ארויס קיין שום אינפארמאציע, אין דאס רעדט זיי אויף געפערליך.

וואס זאל איך זאגן? איך וואלט אויכעט געוואלט וויסן וואס 48 וויל וויסן, זיי ווילן וויסן כדי צו קענען קאליע מאכן אין נאכדעם שרייען אז גאט איז אין רב״צ הענט, אין איך וויל סתם אזוי וויסן אויס נייגעריג קייט.

בארא פארקער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:02 pm

· #232595

די וווייסט פונקטלעך וואס רב"צ מענטשן ווילן וויסן אין וואס זיי וייסן שוין. וויסט פונקטלעך אז קיינער פון רמ"ד מענטשן געבן נישט ארויס די עכטע נייעס,
טאמער ביסטו נישט אליהו הנביא מאכט נישט דיין תגובה א משהו סענס

אויסגערוט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:05 am

· #232692
לכבוד אלע באבובע/באבוב 45 איש אחד בשמו הטוב יבורך

איך ווייס נישט צו איך רעד פאר יעדעם דא אבער זיכער פאר א גרויסע חלק פונעם ציבור. ווילאנג עס איז געווען נייעס און פייטס האמיר זיך אלע פאסמאקעוועט מיט אלע ענקערע שטיק און קאונטערשטיק. אבער דער לעצטיגער שטיק צייט איז עס מער איך בין דער געווינער/ אה אה איך בין. צו דו ביסט א שגץ צו נישט.

וויל איך ענק זאגן א שטיקעל נייעס....ווי קאולדנד קעיר לעסס
איז ממילא אויב איר קענסט עס האלטן אויף אייערע אייגענע טשענעלס וואלט מען הנאה געהאט.

I don't mean anyone personal... And no I don't belong or care for any of the two sides

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:47 am

· #232735
אויסגערוט

ברוך הבא חכם הרזים! דער נאמען פונעם אשכול שטייט באבוב, אויב עס געפעלט דיר נישט, גיי מאך דיך א קאווע און א צווייטן אשכול!
אגב עס איז פון דעם אשכול מיר באקאנט געווארן אסאך אינפארמאציע (און מיס-אינפארמאציע) וואס ברענגט מיך צו קלערן אז ס'איז נישט קיין חסרון אין אמונה צו גלייבן אז די האסט יא נגיעות אינעם ענין און ס'שמעקט דיר נישט דער מהלך ווי ס'פארט ב''ה!

moshe613 » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:42 am

· #232751
לבקשת הרבים ספר וזאת התורה בעניין דין תורה דבאבוב
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/folderview?id=0B8ECvRjRy_68SkRmNTItbENvdnM&usp=sharing#grid">https://drive.google.com/folderview?id= ... aring#grid</a>

מארקוס » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:29 am

· #232763
זיי מיר מסביר איין זאך.

פארוואס זענט עטץ אוועק פון באבוב?
רב״צ איז נישט פאר ענק.
רב״צ האט פיינט דעם מהרנ״ץ.
רב״צ מאכט חוזק פון מהרנ״ץ.
וכו׳ וכו׳

לו יצוייר, ווען רב״צ וואלט זיך צוגעשטעלט צו אלעס וואס רמ״ד וואלט געוואלט ער זאל טוען. וואלט עטס ווען געווען צופרידן, און ענק וואלטן זיך נישט אפגעטיילט.
שטומט?

לויט דעם ספר, האט רמ״ד באקומן דאס באבובער רבנות, צוזאמען מיט זיין רביצין ביי זיין חתונה. ניין?
פרעג איך דיר.
האסטו אלעמאל אזוי געוואוסט, אז רמ״ד איז די צוקומפט פון באבוב?
האסטו אלעמאל אזוי געוואוסט, אז די רב ז״ל האט גע׳חלומ׳ט אז אויף זיין בענקל וועט זיצן רמ״ד, און ערגעץ אינדערזייט זיין זוהן רב״צ?

דער תירוץ איז ניין.
איז וואס איז מיר די גאנצע ספר ווערד.

אונטערשטע שורה.
די תורה האלט אז ס׳קומט רמ״ד גארנישט.
די האסט אלעמאל געוואוסט, ביז שנת תש״ס, אז רמ״ד קומט גארנישט.
דיין רבי האט אלעמאל געוואוסט, אז יבוא היום, און זיין פעטער וועט זיין רבי.

דער ביכל מאכט דיך פילן גוט, אז דער רב ז״ל האט אין כ׳ס און די די ל׳ס נישט געזאגט אז זיין צעהן יעריגע בנציונ׳דל זאל זיין רבי!
דער ביכל מאכט דיך פילן גוט, אז דער רב ז״ל האט אין די כ׳ס און אין די ל׳ס נישט געקלערט אז זיין ר׳ נפתלי וועט זיין זכר׳לאז?

good for you.

ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן.
כ׳בין זיכער, אז ״אלע״ טענות אינעם ביכל איז ארויפגעלייגט געווארן אויפ׳ן בי״ד׳ן טיש.
און ״מיט דעם אלעם״ האט עטץ נאכאלס פארלוירן.
איך מוז ענק קאנגראטולירן, ענק זענען אסאך גרעסערע פארלירער ווי איך האב געקלערט ענק זענען.

יעצט לאמיר נאר צו ווארטן עטליכע טעג, און זעהן ווי אזוי ענק גייען אונז אהער שטעלן די ״גרענד פינאלי״.

אויסגערוט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 12:22 pm

· #232773
הוא הדבר אשר דברנו.עס פלעג זיין אינטערעסאנט אבער איז שוין נישט.

בארא פארקער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 12:54 pm

· #232785
אויסגערוט
לכבוד אלע באבובע/באבוב 45 איש אחד בשמו הטוב יבורך

איך ווייס נישט צו איך רעד פאר יעדעם דא אבער זיכער פאר א גרויסע חלק פונעם ציבור. ווילאנג עס איז געווען נייעס און פייטס האמיר זיך אלע פאסמאקעוועט מיט אלע ענקערע שטיק און קאונטערשטיק. אבער דער לעצטיגער שטיק צייט איז עס מער איך בין דער געווינער/ אה אה איך בין. צו דו ביסט א שגץ צו נישט.

וויל איך ענק זאגן א שטיקעל נייעס....ווי קאולדנד קעיר לעסס
איז ממילא אויב איר קענסט עס האלטן אויף אייערע אייגענע טשענעלס וואלט מען הנאה געהאט.

I don't mean anyone personal... And no I don't belong or care for any of the two sides

העי? די? ביסט בעה"ב דא אין שטיבעל?
הערסט א געשעפט? ס'געפעלט דיך נישט אדער ביסט נישט אינטרעסירט, דארפן אלע באבובער אויפהערען שרייבען.
ווער האט די געפרעגט? ביסט בכלל א מענטש צום טיש? ביסט נישט אויסגערוט, גיי לייג דיך,
אקעי רבותי מיך געפעלט נישט די אשכול פון טעכנאגלישע פראגעס אין הילף, יעדער זאל יעצט אויפהערען שרייבען דארט

באבובער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:00 pm

· #232786
moshe613
https://drive.google.com/folderview?id=0B8ECvRjRy_68SkRmNTItbENvdnM&usp=sharing#grid

איך פארשטיי נישט פארוואס, אבער עס פעהלן עטליכע בלעטער פון דער דאונלאוד.

בארא פארקער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:21 pm

· #232794
לבקשת הרבים ספר וזאת התורה בעניין דין תורה דבאבוב
moshe613
https://drive.google.com/folderview?id=0B8ECvRjRy_68SkRmNTItbENvdnM&usp=sharing#grid

די עולם קויפט עס נישט אין די געשעפטן, פארקויפ מען עס אנליין, ס'גייט נישט דארט טיילט מען עס בחינם אנליין,
געפעלט מיר נאר ווי די שרייבסט לבקשת הרבים
דארפסט פארשטיין א שמיציגע פאשקעוויל אן קיין ווארט אמת וויל נישט די עולם אפי' וועסט עס אריין שטיפען אין די הענט

moshe613 » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 2:41 pm

· #232830
דווקא א זייער אינטערעסאנטע היסטארישע ספר, מעגסט עס דורך ליינען.

נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 4:25 pm

· #232853
דין תורה אפדעיט:

די צד הפארלירערס זענען זייער ביזי מיט די בריווען וואס זיי האבען באקומען פון די "גדולי ישראל" און מען גייט עס מפרסם זיין די ניינציגסטער טאג פאר זמן ר"ת.
דא האט עטץ די מעשה מיט די בריווען דברים כהוויתן. sit back relax and enjoy!!!

די צד הפארלירערס דיין פון ירושלים איז געגאנגען צו זיין משפחה קרוב הרה"ג ר' משה שטרנבוך די ראב"ד פון בד"ץ און געבעטען א בריוו אז זיי דארפען נישט פאלגען די פסק בי"ד און פארשטייט זיך די ראב"ד האט אפגעזאגט זיך אריינצומישען אין דעם ד"ת. נאך לייגען אסאך פרעשור (אזוי ווי די ראב"ד שרייבט אליינס אין זיין בריוו) האט די ראב"ד איהם אפגעשריבען א בריוו (און איהם נישט באטיטלט אלס דיין "באבוב" נאר אלב קרוב) און די בריוו שטייט אז הגם פון אויבען אויף זעהט די פסק אויס זייער שטארק קעגן איין צד אבער ער קען זיך נישט אריינמישען אין דעם דין תורה ווייל ער קען נישט די סכסוך און ער קען זיך נישט אויס אין אמעריקאנער ד"ת און פסקים קען ער זיך נישט אריינמישען. און אויב ווילען זיי מוזען זיי גיין צו אמעריקאנער רבנים וואס קענען זיך אויס אין דעם ד"ת און אין אמעריקאנער ד"ת און עס אדורך רעדן מיט זיי. איין זאך יא בעהט ער אז די צוויי קהילות זאלען מאכען שלום.

דאס איז די ריזיגע פעסטע שפיציגע בריוו וואס די באבוב'ער דארפען ציטערען פאר 😛 אז די "פוסק הדור" זאגט: לאטס מיך אפ! איך מיש מיך נישט אריין.

ליתר שאת: זענען די פארלירערס געלאפען צו הרה"ג ר חיים קניבסקי שליט"א און ער האט פארשטייט זיך אפגעזאגט פון זיך אריינמישען און שרייבען א בריוו. אויף אזויפיהל יא אז ער האט מסכים געווען צו צושרייבען אויף הרה"ג ר' משה שטערבוך'ס בריוו אז ער בעהט די צוויי קהילות זאלען מאכען שלום. אבער ער באטאנט זייער קלאר אז שלום איז נאר נאכדעם וואס מען פאלגט די פסק. חלילה פון קלערן נישט צוצוהערן צו א פסק דין און ער בעהט מען זאלען אויספאלגען דעם פסק און חלילה נישט גיין און ערכאות קעגן א פסק פון א בי"ד בישראל און מאכען א חילול ד'.

באבוב דארף לכאורה באצאלען די ירושלים'ער צד הפארלירער דומ"ץ פאר ערלעדיגען צוויי גרויסע רבנים מאשר צו זיין און העלפען אינפארסען די פסק דין. פארשטייט זיך אז די צד הפארלירער וועלען די בריווען נישט ארויסגעבען. ימים ידברו

נאכאמאהל האבען זיי זיך געגראבען די אייגענע גרוב מיט א שארפע פסק פון די "גדולי ישראל" אז זיי טארען חלילה נישט גיין אין ערכאות און זיי מוזען פאלגען.

moshe613 » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 4:52 pm

· #232860
הוא אשר אמרתי, 48 זענען די וואס פארפלייצן די אינטרנט מיט רומערס. אין 45 האט מען גארנישט קאנפירמד.

נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 5:23 pm

· #232865
moshe613
הוא אשר אמרתי, 48 זענען די וואס פארפלייצן די אינטרנט מיט רומערס. אין 45 האט מען גארנישט קאנפירמד.

הוא אשר אמרתי
מען דערציילט ענק גארנישט מען רעדט ענק איין לאקשאן א גאנצען טאג און ענק קויפען עס פאר 10 יאר און שפעטער ווען מען פארלירט אזוי ביטערליך און אזוי מיאוס מוז מען גיין אויף דיפרעסיע פילען. אזעלכע חברה ווי די זענען די בעסטע געוואונטשענער חסידים וואס ענקער פירער'ס האבען זיך נאר געקענט וואונטשען לעמעלעך וואס ווייסען גארנישט און וואס מען רעדט ענק איין איז הייליגץ וואב הייסט דער און דער האט געזאגט אונז גייעעען באקומען בנות ציון בנין. 48 שעה האט מען צוריק מתיבתא בנין.... די קעמפס זענען זיכער אונזער...... די ביהמ"ד איז אונזער נאך פאר ראש השנה........... און שפעטער פארלירט מען אלעס הייבט מען אהן שרייען אז באב"ד'ס הכשר איז טריפה און די נציגים פון ענקער זייט זענען נישט געווען די ריכטיגע געריבענער חברה וכו' וכו'. שולדיג זענען נאר ענק אליינס! זייטס נישט בטלנים און לאטס ענק נישט פירען צום שחיטה. צען יאר חלום'ן איז מער ווי גענוג. עטץ קענטס ליינען א תגובה אין דעם ענין וואס איך האב געשריבען 2 חדשים צוריק דא האט איהר א לינק
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/218475">viewtopic.php?p=218475#p218475</a><!-- l -->

moshe613 » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 5:35 pm

· #232867
די סאונדס אסאך מער ווי איינער וואס דארף פילן ווי עני באדי עלס אין 45.

moshe613 » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:34 pm

· #232918
מער מענטשן אין 48 האבן געגלייבט אז ביז צוויי וואכן וועט די גאנצע זאך צוזאמפאלן, זיי גייען זיך ניטעמאל קענען רופן באבוב מיט א צו נאמען, די מוסדות פאלט אט אט צוזאם, די גאס גייט איהם בויקאטן.

ס'גיט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:08 pm

· #232969
moshe613
מער מענטשן אין 48 האבן געגלייבט אז ביז צוויי וואכן וועט די גאנצע זאך צוזאמפאלן, זיי גייען זיך ניטעמאל קענען רופן באבוב מיט א צו נאמען, די מוסדות פאלט אט אט צוזאם, די גאס גייט איהם בויקאטן.

כאטש רוב פון 48'טס דמיונות ווערן מקיום. 45 באקימט גארנישט !!!!! נישט קיין בימ'''ד , נישט קיין מתיבתא, נישט גילה ,נישט 42 בילדינג, בנות ציון , קעמפס וכו' וכו' וכו' גארנישט! גארנישט! ניטאמאל די נאמען באבוב (ok, מיט א צונאמען יא, אויך מיר באבוב!,ס'איז אזויווי ווען א סערט וויזניץ 'ע חסיד שרייט אז ער איז וויזניץ!!) פרעג איך דיר איז דאס נישט א צוזאמפאל?! איז דאס נישט א באסט ,צו די גרויסע אויפגעבלאזענער באבל, עטס האטס געבלאזען ביז היינט?! חוץ פון דעם וואס יא, אלע 45, מוסדות ,האלטען טאג טעגעליך ביים ברעג פון צוזאמפאלען, מיט חובות און פראבלעמען אן א שיעור.

ברוך שאמר » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 6:02 pm

· #233128
moshe613
די סאונדס אסאך מער ווי איינער וואס דארף פילן ווי עני באדי עלס אין 45.

אוי זאגסט די גיט

נתן מנחם » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 9:11 am

· #233473
ברוך שאמר
moshe613
די סאונדס אסאך מער ווי איינער וואס דארף פילן ווי עני באדי עלס אין 45.

אוי זאגסט די גיט

דאס איז א א ריכטיגע איי וועלט תגובה. איינער שרייבט אפ א געשרייבעכץ און נאכדעם קומען אן אפאר ליידיג גייערס וואס ווייסען ניטאמאל וויאזוי צו האלטען א פעדער אין די האנט און נעמען זיך די מיה און שרייבען "אוי זאגסטו גוט" אדער "שכויח" אדער "חחחח".

רעדענדיג וועגען פילן, לאמיר זיך דערמאנען וואס האט פארסירט אין די צד הפארלירערס ישיבה קטנה תשס"ח ווען די מנהל דארט אב"ד אפריון שליט"א האט געריפען 17 פון די 23 בחורים'ס עלטערין און געבעטען מען זאל זיי לייגען אויף פילן רח"ל. די עלטערין האבען געמאכט א ויצעקו...... און די מעשה איז ארויסגערינען.

חסיד » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 9:28 am

· #233476
למעשה האלטן מיר 12 טעג צום דעדליין און פון צד 45 זעט מען א גרויסע אנגעצויגנקייט צו וועלכע זייט זיך צו ריקן בבחינת אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר, דער בית דין וועלכער איז שוין ביז יעצט אנגעגעסן פון דעם צד המחרחרי ריב, וועלכער בארעדן דעם בית דין און טערארעזירן זיי ממש ווי.. ווי .. אה יא דעם רב הצעיר בימיו, און זעען איין וואס צד באבוב האט גע'טענה'ט די לעצטע 9 יאר, און טאמער די 90 לויפן אויס קען דער בית דין צוריקימען זאגן אז דער צו-נאמען דארף אויך גיין א גאנג, ווידער קענען זיי נישט אראנשלינגן דעם פיל, אז די אלע בנינים ווי זיי זענען אויפגעוואקסן און דער חסידות באבוב, האט מיט זיי גארנישט, זיי זענען א אנגער'יסינע חבורה פון פורשים, און קענען ניטאמאל אנריפן רבוה''ק לבית באבוב אן קלאר מאכן און די זעלבע שורה אז זיי זענען נישט קיין ממשיכי דרך פון די צדיקים!
ימים ידברו!

נתן מנחם » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 10:44 am

· #233502
יעצט קומט אהן די נייעס אז נאך 10 יאר האבען די פארלירערס זיך אנגעהויבען כאפען דאס וואס באבוב שרייט שוין 10 יאר אז ענקער נציגים זענען די שוואכסטער נציגים וואס א קהילה קען נאר אהערשטעלן און טאקע זיי האבען ענק דעליווערט אויב איך מעג עס אזוי אנריפען "די גרעסטע פארלוסט אין א אידישע דין תורה זייט די אידען האבען מקבל געווען תורה מסיני" און יעצט האבען זיי אויפגענימען פרישע 25 יעריגע פריצאקעס אלס די נציגים וואס האבען קאנעקשינ"ס מיט לויערס (וואס זיי קענען פון ביזנעס און פון די ארגענעזאציע דרור) אזעלכע נחמן קאללער טיפ לויערס וואס טויגען אין ריעל עסטעיט קלאזינגס וכו'

רבותי! ווידער לאזען זיי זיך פארפירען אזוי שטארק?

לאמיר דא אביסעל צונעמען די צד באבוב'ס נציגים וואס ארבעטען שוין 10 יאר און זענען ב"ה געווען סוקסעספול. אנגעהויבען מיט די בורר האט מען דערוועלט הרה"ג ר' זלמן גרויז וואס יעדע ווייסט איז די נאמבער 1 טוען אין יעדע דין תורה. די פאקט איז ער איז די ערשטע טוען וואס ווערט פארכאפט אויף יעדע דין תורה) לעמת זה האט צד רמ"ד גענימען א גאנץ גוטע בורר הרב בערגער פון מאנטשעסטער וואס איז גראדע א גוטע פיק. נאר ער האט געהאט די חסרון פון זיין אן אויסלענדישע און זיך נישט גוט אויסגעקענט צו גוט מיט באבוב בכלל.

די טוען האט באבוב גענימען הרב יודל גרובער א פערפעסיאנאלע טוען וואס ארבעט זייער גוט מיט הרב זלמן גרויז און איז א חסידישע איד וואס קען זיך גוט אויס אין די חסידישע דין תורות און זיצט טעגליך אין בתי דינים און הייסט זייער א געלונגענע טוען לעמת זה האבען צד מהרמ"ד גענימען הרב שמה ראטה וואס האט בערך 5 דין תורות א יאר און רוב פון זיי זענען ביזנעס סוכסוכים דין תורות. מען האט געמאכט פון איהם ליצי ליצנות כידוע נישט קענעדיג אפילו נאכזאגען באבובער נעמען גלייך און ווי נאר ער האט געעפענט זיין מויל האט יעדע שוין געשמייכעלט (בבחינת וויצע פרעזידענט ביידען) ואכמ"ל.

די דריי נציגים האט באבוב געהאט 1) ר' אברהם אהרן לעזער א דורכגעברענטע באבוב'ער חסיד א פערזענליכע איש סודו אלע יארן פון כ"ק רבינו הק' זצ"ל און אויך א גוטע פריינט פון כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ זצ"ל (יא ער איז פאקטיש געווען זייער נאנט מיט איהם, פרעג דיך נאך ביי די פאר עלטערע אידען וואס זיי פארמאגען) ער איז א א איד א ביזנעסמאן וואס האט שוין פארדינט און פארלוירען און צוריק פארדינט מער געלט ווי אונז אלע האבען צוזאמען. א איד וואס זיצט אסאך ביי דין תורות און קאורט און קען די סיסטעם זייער פיין.
2) הרב אהרן בן ציון בייגעל א באבוב'ער היסטארי פערפעשינאל וואס טאמער איינער קען יעדע מעשה אין באבוב די לעצטע 65 יאר איז עס איהם אויך איז ער באקאנט אלס א חכם מחוכם און ער האט געדינט אלס גבאי פון די היילגע רב ז"ל אין די לעצטע 8 יאר.
3) הרב אשר לאנדא אליינס א באוויסטע טוען רבני און גאר קלוגע איד וואס אליין זיצט אין בית יוסף בית דין יעדען טאג א רב און איז א תלמיד חכם מופלג או קען זיך זייער גוט אויס און פוסקים און שו"ת וואס זענען נוגע למעשה. און נישט ווי די צד הפארלירערס וואס האבען אינגעלייט וואס סורטשע"ן אויף אוצר החכמה די ווערטער "חתנו כבנו" און דריקען 800 זייטיגע פאשקעווילען.

לעמת זה האט צד מהרמ"ד צוגעשטעלט דריי אידען וואס זענען אין לעבען נישט געזעצען אין א דין תורה שטיבעל איינער וואס איז אין לעבען נישט געוועהן באהאווענט מיט באבוב א צווייטע ווילאמסבורגער אידל וואס איז פשוט דארט געזעצען ווייל ער האט באצאלט פאר דין תורה. און די דריטע די מייסד המחלוקה דארף נישט קיין גרויסע עקספלענעישא"ן ווי ער האט אונטערגעברענט די פארטיי טעגליך מיט זיינע האספולע טיפשות'ן. פשוט 3 בעלי מחלוקה וואב האבען נישט צוגעגעבען מער ווי פלייש צום זיצונג.

למשל אז ביידע צדדים ברענגען אראפ מומחים אויף די באבוב'ער נכסים ווערט האט באבוב אראפגעברענגט א פארפעשינא"ל מענטש און די אנדערע זייט האט אראפגעברענט א בחור וואס אנגעהויבען טוען אביסעל קאנסטראקשען יענע יאר.

די באבוב'ער ליגע"ל טיעם איז א חבורה פון 8 פערציג אדער קרוב לבן ארבעים יעריגע אינגעלייט וואס זענען עוסק אין LAW פאר יארן און האבען טאקע מצליח געווען מיט א קנאקעדיגע געוואונס פאר באבוב. מען געווינט נישט פון ריטעינען די טייערסטע לויערס! נעט לאוין איז א גוטע לויער אין זיין פעלד נישט אויב די ברענגסט איהם אראפ אין קאורט אהן וויסען וועלכע צד ער פארטיידיקט........... אבער די עיקר איז אז די שעפעלעך קלאפען זיך אין בייכעל "אונז האבען נעט לאוין אויף אונזער זייט "אבער פארגעסט נישט די נאך ברכה" אז אפילו מיט נעט לאוין האט עטץ מיאוס פארלוירען.

גייט מען יעצט און מען נעמט אויף א 25 יעריגע פריצאק וואס מיינט ער קען אפאר לועירס ווייל ער איז א עסקן אין דרור ארגענעזאציע און משה פ. ברענגט זיין ריעל עסטעיט לאויער און אויף איהם פארלאזט מען זיך?

ביים גיין אין ערכאות גראבען ענק זיך (נאכאמאל) די אייגענע גרוב!

זייטס נישט קיין נערנים ענק וועלען צום סוף מוזען פאלגען עניוועיס. קעש איט אין ווילאנג עטץ קענטס וועט די וועלט כאטש רחמנות האבען אויף ענק און ענק שטיצען מיט געלט אויפצושטעלן בנינים מיט מוסדות. ביים גיין צו קאורט קענט עטץ פארלירען די ביסעל זכותים וואס ענק האבען יא באקומען (די 6 מיליון און די צונאמען צום נאמען באבוב).

נאכ'ן אדורך ליינען מיין תגובה טראכט איך צו מיך פארוואס געב איך זיי גוטע עצות פארוואס זאלען זייז זיך נישט באגראבען ווייטער אזוי ווי ביז יעצט? אבער דערנאך האב איך מיך געכאפט אז זיי ליינען סייווי נישט ק"ש אלע זייערע גענויגטע ניקס שרייבען אלעמאל "איך בין נישט א באבוב'ער איך שרייב נאר מיין אייגענע מיינונג" וכו' עס האט קיין איין ניק נאכנישט געשריבען "איך בין א פארברענטע חסיד פון מהרמ"ד. אינטרעסאנט פארוואס?
ממילא קען איך שרייבען עצות ווייל זיי דרייען זיך סייווי נישט דא.

סאו וואט » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 10:15 pm

· #233601
צו דו ביסט נתן מנחם צו נישט, ווייס איך נישט, אבער דערמאנסטו פון עהם, און פון זיין איי קיו.

אברהם ארן לעזער איז געוועהן פארענדס מיט רבי נפתלטישע... פארוואס? ווייל ער האט עהם איינגערעד צו אינוועסטן און א טייער שאפ, און דער פראפיט גייט גיין צום מוסדות, דערווייל האט ער גענומען דער געלט פאר זיך און טאש,
אנגעקאקט רבי נפתלטשע מיט חובות, און דערנאך געשריגען הויך, רבי נפתלטשי באגראבט אונ און חובות, און רבי נפתלטשע מיט זיין צדקות האט געשלינגען, און זיך ניטאמאל פארענטפערט, וואס ער וואלט געקענט.

ליין דורך מיינע תגובות וועסטו זיך כ'האב גארנישט איינגעשטויסען מיט באבוב בעזרת השי"ת ברוך הוא וברוך שמו, ישתבח שמו לעד, אבער ס'אונטרעסירט מיר נישט אויב ר' מרדכי דוד פייפט אן דער דין תורה, איך האלט ער טוט קלוג אויב פייפט ער אן. כנלענ"ד.

ברוך שאמר » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 11:54 am

· #234034
סאו וואט

פאר א מנהיג ווי ער איז אנציפייפן א דין תורה וואס יעדער ווייסט אז מען האט אינטערגעשריבן שטרי בירורין א גרויסע no no

moshe613 » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:22 pm

· #234037
48 וואס האט פארכאפט א רביסטיווע מיט כח הזרוע והפאליס אהן קיין שום שאלה/הלכה/בי"ד פשוט מיט פעטש אין פאליס, זיי זענען וואס שרייען יעצט צו 45 אז זיי מוזן פאלגן בי"ד אפילו האבנדיג פסקי בי"ד וואס פטר'ט זיי. דאס רופט "היפאקריטן".

רב"ץ מיט זיינע געשוועסטער וואס האבן גערודפט אין אפגעפייניגט רבי נפתלי'ן כל ימי חייו, שרייען יעצט אז רב"ץ גאר איז דער נרדף ווייל מען האט איהם אריינגעזינגען... "היפאקריטן".

די ליסטע איז לאנג, היסטאריע וועלן "נישט" טוישן.

מארקוס » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:30 pm

· #234038
רמ״ד האט א פראבלעם, כאפ מיך נישט ביי דעם ווארט, נישט מיט די תורה האט ער פראבלעם.
ס״ה איז ער נעבעך געשיקט געווארן צו די״ת, דורך א ציווילע דזשאזש. דאס לעצטע פלאץ ווי ער האט געואלט זיין איז אין די״ת, ווייל ער האט געוואוסט אז ער האט נישט קיין טשענס עפ״י דין ישראל.
וואס איז זיין פראבלעם?
ער האט געבויעט א חסידות, אויף דער נאמען ״באבוב״, די אלע וואס האבן זיך נישט געטראפן דאס פלאץ אין באבוב פורים תשס״ה, אבער האבן נאך אלס געוואלט בלייבן ״באבובער חסידים״, האבן ביי עם געטראפן א לעזונג.
דאס איינציגסטע וועג צו אטראקטירן דעם עולם, איז געווען אז ער איז ״אדמו״ר מבאבוב״, ער איז דער ״יורש״, ווי זיי האבן פראקלאמירט - אז ״המשכת בית באבוב״ מיינט זיי.
ווען ער גייט זיך ארויס פורים תשס״ה, און ער רופט זיך דאמבראווא, וואלט ער אין זיין לעבן נישט געהאט קיין עולם. אויב שוין נישט באבוב, וואלט זיין עולם געגאנגען צו ר׳ יעקב יאסעלע, סקולען, צו סתם זיך געגאנגען בשכינות.

צעהן יאר האט ער איינגערעדט זיין עולם, אז ער איז באבוב. נאך 10 יאר, שטעלט זיך ארויס, אז למעשה האט ער געוויסט, אז ״באבוב״ איז ״ער״ נישט. זיין עולם איז מער נישט ״חסידי באבוב״, זיינע אנהענגער קענען זיך מער נישט רופן ״איך בין א ״באבובער״״. כ׳גיי נישט אריין צו לגופו של ענים לגבי דער נאמען.

האט ער דא צוויי פראבלעמען, איינס, זיין איינרעדן דאס עולם - דער עולם איז בייז אויף עם. צוויי, דער נאמען.
מיט׳ן נישט פאלגן, מיט׳ן אויסרייד, שוחד, עוות הדין, צו אלע אנדערע נארישע תירוצים, גיבט ער א לעגטימאציע אז ער איז ״יא״ באבוב, און זיינע חסידים קענען זיך ווייטער שטאלצירן אז זיי זענען ״באבובער חסידים״.

איי מיט׳ן נישט פאלגן דער די״ת וועט ער מאכן א חילול ה׳?! - איך גלייב נישט אז ״ער״ האט א פראבלעם דערמיט, און ווי ווייט איך הער פון זיינע חסידים, האבן זיין אויך נישט א פראבלעם דערמיט.

לגבי די קאנסעקווענצען, ער קלערט נישט דערפון, אזויווי ער האט נישט געקלערט דערפון ווען ער האט גענומען באבוב אין קוירט.

חסיד » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:47 pm

· #234039
moshe613
48 וואס האט פארכאפט א רביסטיווע מיט כח הזרוע והפאליס אהן קיין שום שאלה/הלכה/בי"ד פשוט מיט פעטש אין פאליס, זיי זענען וואס שרייען יעצט צו 45 אז זיי מוזן פאלגן בי"ד אפילו האבנדיג פסקי בי"ד וואס פטר'ט זיי. דאס רופט "היפאקריטן".

רב"ץ מיט זיינע געשוועסטער וואס האבן גערודפט אין אפגעפייניגט רבי נפתלי'ן כל ימי חייו, שרייען יעצט אז רב"ץ גאר איז דער נרדף ווייל מען האט איהם אריינגעזינגען... "היפאקריטן".

די ליסטע איז לאנג, היסטאריע וועלן "נישט" טוישן.

נדרף? קיינער זאגט נישט היינט אז מהרב''צ איז א נדרף, אלא מאי רמ''ד איז דער נדרף? האב איך שוין געשריבן אויבן און לחזרה ציטירט אין קליין:
ווער איז געגאנגן 4 מאל אין ערכאות?
ווער איז אריינגעקומען (היסטאריש) 7:45 י"ג אדר נאכן מכריז זיין בביה''ח אז מ'וועט דאוונען 9 אזייגער בבית מהרנ''צ?
ווער האט אנגעהויבן א דאנערשטאג נאכט שיעור, און פארוואס?
ווער האט געעפנט א האס-אפיס בית צדיקים אין מתיבתא? (כ'וועל שוין נישט דערמאנען וואס מ'האט אלץ געפונען דארט תשס''ה)
ווער איז געשטאנען גלייכגילטיג שמיני עצרת אין ביהמ''ד ווי נישט אים מיינט מען בכלל?
ווער האט געהייסן אז דער רב הצעיר טאר נישט אריינגיין רעדן צום ברודער פריוואט? (אחר החתימה על המכתב בליקוטי כר''ש)
וועמנס בחורים האבן געריפן פייערלעשער רעגלמעסיג, ואין פוצה פה ומצפצף? (אויסער הררח''ד בלום כידוע)
ווער האט געשטערט און אויסגעלאשן וועכנטליך די לעקטער ביים ליל רביעי שיעור, אהן קיין שום מחאה כל שהוא?
ווער האט געהייסן רופען סטראשן מענטשן תשס''ד-ס''ה חלילה נישט געבן סידור קידושין פארן רב הצעיר?
ווער האט מבטל געוועהן דעם דינסטאג נאכט שיעור אין ישיבת כרם שלמה תשס''ב?
ווער האט געהייסן אויפהערן פארקויפן חתן תורה אין ביהמ''ד הגדול און עס גענומען פאר זיך?
ווער האט געכאפט בתקיפות א תקיעת שופר און געברענגט העכער טויזנט אידן צו געלעכטער אום ראש השנה?
וועמען איז געגאנגן בנפשו צו מבטל זיין א פשוט'ע דברי חיים שיעור אין לונדון?
ווער האט צוגענומען מיט כח דעם פעטער'ס פלאץ אויבנאן פורים תשס''ד?
ווער האט מיט כעס ארויסמארשירט פון מתיבתא ר''ח חשון תשע''ב ווייל רנר''צ האט איבערגענומען הררי''י ה''ש שיעור?
ווער האט געזען ווי מ'רייסט אראפ א פשוט'ע אומשילדיגע שטריימל הוק פון די וואנט?!
ווער האט נישט געלאזט זאגן קיין דרשה ביי א הכנסת ס''ת ווייל דער שווער לאזט נישט?
ועל כולם ווער איז דער אני שלום וועלכער קען נישט פארדייען דעם פלוני אתה חייב?

מהרב''צ האט מיט פאליס ובזרוע כלשונך גענימען דעם ביהמ''ד אלץ ממלא מקום אביו ואחיו, און נישט צוגעלאזט די מחריבי הכרם אנזייען פראבלעמען און שטערן רוב מנין ובנין פון באבוב, און ווי ס'איז אתגלאי הדבר למפרע אז דער בי''ד האט באשטעטיגט דאס וואס חסידי באבוב האבן פארשטאנען באלד מתחילה!
פאלגן דעם פסק דאס איז מדין תורה מיט א קבלת קנין און איינער וואס פאלגט נישט שטייט שוין אין רמב"ם בפרק כ"ה מהלכות סנהדרין (הי"א) וז"ל, מי שבא לבית דין וקִבל הדין, ואמרו לו לשלם והלך ולא שילם, אין מנדים אותו עד שיתרו בו שני וחמישי ושני, ואח"כ מנדין אותו עד שיתן מה שהוא חייב. אויף זיין א ממלא מקום אפי' נניח שלא בצדק ווערט מען נאך נישט מנודה,
און רבותי אלע וואס האבן אונטערגעשריבן שטרי ברורין זענען נכלל אין דעם, דאס איז נישט קיין קינדער שפיל,
און ווי ס'זעט אויס וועט מען האבן היסטאריע נעקסטע וואך, ווי א גאנצע קהלה גייט אריין אין אזא הארבן מצב בריש גלי! וועלכער איז אויך בא סופו ולימד על רישא וואס די מטרה פונעם גאנצן מחלוקה לשם 'אני שלום' וואס דער באדייט דערפין איז!!

נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:35 pm

· #234089
די וואך שבת נאכמיטאג איז א בחור פון צד רמ"ד מתיבתא א זון פון איינער פון די ראשי הקהלה פון די צד הפארלירערס אריינגעבראכן אין די הויז פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און אנגעהויבען שעלטען מיט מיאוסער ווערטער. איינער פון די אייניקלעך פון רבינו שליט"א האט איהם ארויסגעווארפען פון שטוב.

שפעטער איז ער אריין אין באבוב'ער ביהמ"ד און געטוען די זעלבע און עטליכע יונגעלייט האבען איהם פארשיקט.

"אז מען זייעט אן עפלעך וואקסט ארויס עפלעך, און אז מען זייעט איין שרצים וואקסט ארויס שרצים"!

נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:55 pm

· #234095
[ציטאט אראפגענומען]

העי העי צוריק גייט א קאזע! מען איז ענדליך פטור געווארן די צווייטע קלאס בירגער (כלשון ידידינו) זיי נעמט מען נישט צוריק. פליז גיב נישט קיין גוטע עצות. לאז זיי אלע בלייבען ווי זיי זענען.

נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:56 pm

· #234096
מיינע געפילען זאגען מיר אז יעצט קומט א קנאקעדיגע תגובה פון @moshe613

וואס האלט עטץ?

moshe613 » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:43 am

· #234197
וואס די גאס וועט שמועסן ווייס איך נישט, אבער וואס באבובער חסידים וועלן אלעמאל שמועסן אז ווען רב"ץ איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט! ביז רב"ץ איז באבוב געווען איינס, פין רב"ץ אין ווייטער נישט. פינטל.

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:52 am

· #234202
moshe613
וואס די גאס וועט שמועסן ווייס איך נישט, אבער וואס באבובער חסידים וועלן אלעמאל שמועסן אז ווען רב"ץ איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט! ביז רב"ץ איז באבוב געווען איינס, פין רב"ץ אין ווייטער נישט. פינטל.

הלמאי? או אינו ואיפך אנא, באבובער חסידים וועלן אלעמאל שמועסן אז ווען רמ''ד איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט! ביז רמ''ד איז באבוב געווען איינס, פין רמ''ד אין ווייטער נישט. פינטל.
נאר ע''כ צ''ל אז די ביסט אויך מסכים אז רב''צ איז דער לעגעטימער באבוב פינטל
דיינע ווערטער האבן דיך מיעס פאראטן!

מאיר הערש » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:55 am

· #234216
חסיד
moshe613
וואס די גאס וועט שמועסן ווייס איך נישט, אבער וואס באבובער חסידים וועלן אלעמאל שמועסן אז ווען רב"ץ איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט! ביז רב"ץ איז באבוב געווען איינס, פין רב"ץ אין ווייטער נישט. פינטל.

הלמאי? או אינו ואיפך אנא, באבובער חסידים וועלן אלעמאל שמועסן אז ווען רמ''ד איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט! ביז רמ''ד איז באבוב געווען איינס, פין רמ''ד אין ווייטער נישט. פינטל.
נאר ע''כ צ''ל אז די ביסט אויך מסכים אז רב''צ איז דער לעגעטימער באבוב פינטל
דיינע ווערטער האבן דיך מיעס פאראטן!

משה האט זיך גארנישט פארעדט. ער רעדט וואס דער דין תורה האט אנגעמאכט מיט זייער שטעלן רב"צ פאר דער איינציגער באבובער רבי אן קיין פארוואס אן קיין פארווען (דער וואס האט די מאה דער האט די דעה...). די אמת איז אז רב"צ איז דער רחמנות און אפשר גאר דער לוזער, ווייל רוב וועלט האלטן יעצט פון דער צווייטער באבובער רבי נאך מער ווי זיי האבן געהאלטן פריער.

מארקוס » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:10 am

· #234217
moshe613
וואס די גאס וועט שמועסן ווייס איך נישט, אבער וואס באבובער חסידים וועלן אלעמאל שמועסן אז ווען רב"ץ איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט! ביז רב"ץ איז באבוב געווען איינס, פין רב"ץ אין ווייטער נישט. פינטל.

ענדליך האסטו געזאגט וואס אונז שרייען מיר שוין לאנג!
דאס גאנצע עקזיסטענס, חסידות, נאמען, פון ענק איז בלויז אז: ״ווען רב"ץ איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט״.
די רעשט קימערט ענק גארנישט, א רבי וואס פאלגט נישט די תורה, מוסדות וואס קראכן אונטער, נישט הייסן באבוב, די גאס זאל לאכן פון מיר, גארנישט, אבי אז מען וועט קענען זאגן: ״ווען רב"ץ איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט״.

כ׳האב נייעס פאר דיר, בי״ד דינגט זיך מיט דיר, ״ווען רב״ץ איז געווארן רבי, איז באבוב געבליבן אין באבוב״ און די וואס זענען זיך אוועק זענען פון עפעס א ניי געגרידנעט, שלמיזל׳דיגע, אנגמאכטע, חסידות, וואס נאך 10 יאר קענען זיי נאך נישט באשליסן ווי אזוי זיך צו רופן. אבער ווי אזוי עס זאל נאר זיין, חזר דיך גוט איין, און לערן אויס דינע קינדער, ״ווען רב"ץ איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט״.

ווייסט וואס כ׳וועל דיר זאגן, ביזט אפשר גערעכט: ״ווען רב"ץ איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט״.
באבוב האט זיך צוטיילט...
די גרעסער העלפט, איז געבליבן און הייסט נאך אלס באבוב.
די קלענערע העלפט, איז מען ב״ה פטור געווארן, און זיי הייסן שוין מער נישט באבוב.

מאיר הערש » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:36 am

· #234224
מארקוס

קענסט זאגן וואס דו ווילסט און רב"צ קען זיך האלטן מיט'ן נאמען באבוב אבער וועט נישט ווערן מער חשוב אין די וועלט מיט דעם ווייל צום קנעכל פון זיין הייליגער ברודער זצ"ל קומט ער נישט צו - אין אלע הינזיכטן... אויב ער וואלט כאטש געמאכט שלום, וואלט דער נאמען באבובער רבי אים א ביסל געפאסט.

מארקוס » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:53 am

· #234229
מאיר הערש

אזוי האסטו באשלאסן, שיהיה ככה.
וואס הייסט אז ״ער״ דארף מאכן שלום? רמ״ד האט ״עם״ גענומען אין קוירט! די האסטו די פאקטן פארקערט.
אונז שרייען מיר שוין שלום 10 יאר, מען אפערט ענק פשרות פון אלע זייטן.
ענק זענען די וואס שרייען ״הכל שלי״, און אז באבוב דארף באצאלן פאר רמ״ד די רענט פאר נוצען די בנינים פאר די לעצטע 10 יאר.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18