☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

885 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18

מאיר הערש » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:36 pm

· #235920
כנור
נתן מנחם
...ביי אונז אין באבוב זענט עטץ אלס געווען די זנב פון די חסידים (די צווייטע קלאס פון ריין ראסע באבוב'ער)...

דא האט איר עס אין א נאטשעל און פונעם הינטס מויל.

דאס איז דער סיבה פון דער מחלוקת, ווייל ביי נתן מנחם איז רבי נפתלטשע געווען א זנב (עפרא לפומיה) אין באבוב וואס מען דארף פארגעסען און אויסמעקען פון באבוב, היה לא תהיה!

דאס איז אמת אבער נישט נאר ביי נתן מנחם נאר אויך ביי אלע אנדערע רב"צ שוויצערס און פרעג נאר ראזענבערג וואס האט געזאגט אז דער מהרנ"ץ זצ"ל האט מען נאר אויפגענומען אלץ רבי ווייל ער איז פארט דער עלטערער ברודער און וואס וואלט דער וועלט געזאגט אויב מען וואלט אויפגענומען רב"צ דעמאלסט? און ער האט נאך געהאט די חוצפה צוצולייגן אז אויב מען וואלט דאן געמאכט א vote וואלט דער מהרנ"ץ נישט געהאט מער ווי 2%. פונקט פארקערט! רב"צ וואלט נישט געהאט מער 2%אדער אפילו ווייניגער. דער גאנצע פסק דין איז געווען באזירט אויף דער ליגן. דער פסק דין איז א שאנד און חרפה און בושה וואס איז נישט געהערט געווארן אין דער גאנצע וועלט.

נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:48 pm

· #235927
נתן מנחם
די אינהאלט פון די דרשה היינט נאכט וועט זיין אזוי: די בית דין און די רבנים זענען קאראפטירט אדורך און אדורך די גדולי ישראל האבען אלע אזוי געזאגט (בעל פה פארשטייט זיך.....). יעדע ווייסט די פשוט'ער הלכה למשה מסיני אז "חתנו כבנו" (עיין אין די גראבע 400 זייטיגע קונטרס וואס בית צדוקים האט ארויסגעגעבען לכבוד די מעמד אדיר ונשגב). אני שלום! אונז זיכען שלום און אונז ווילען זיך מפשיר זיין אזוי ווי ר' משה שטרנבוך שרייבט אז אפילו נאך א פסק מעג מען זיך מפשיר זיין, אונז אפעלירערן צו די צד הגעווינערס אז אונז ווילען זיך אראפזעצען און אויסארבעטען א פשרה וואס וועט ברענגען שלום.

טייערע געוועזענע באבוב'ער חסידים, איטס טא לעיט! יעצט איז צו שפעט זיך מפשיר צו זיין. מ'קען נישט שיקען ר' גרשון שפיגעל די 88 טאג צו פראבירען צו מאכען עפעס א פשרה. די שיף איז שוין אפגעפארן נאכ'ן פארלירען אזוי מיאוס מאכט מען נישט קיין פשרות!

שלום? דאס יא, אויב עטץ פאלגטס 101% אן קיין שום שטיקלעך קען מען רעדען וועגען א שלום. (באבוב'ער, הרג'טס מיר נישט פאר דער ליין) אבער קודם וועט מען מוזען אויספאלגען א פסק דין אויף וואס מען האט גע'חתמ'ט שטרי בירורין צוויי מאהל.

ווי נאר עטץ קומטס אהן צו די האטעל היינט אויב וועט עטץ קוקען לינקס וועט עטץ זעהן די ברוקלין בריק, אלץ א דערמאנונג אז לאטס ענק נישט פארקויפען די ברוקלין בריק היינט נאכט (די ריזיגע מעכטיגע ביהמ"ד אויף 49 סטריט וואס וועט לייגען בעלזא ירושלים צו שאנד גייט נישט ארויף אזוי שנעל ווי עטץ מיינטס וכו' די רבי'ס קינדער דארפען הייזער קודם!) און ווען מען קוקט רעכטס זעהט מען די קאורט הויז וואס וועט ענק דערמאנען טאמער וועט מען נישט אויספאלגען ביז די לעצטע סיעף קטן וועט מען זיך טרעפען אין קאורט בקרוב און דעמאלטס וועט עטץ פארלירען אפילו די פאר זכותים וואס די בית דין האט ענק יא געשאנקען (ווי די צו-נאמען די 6 מיליונערס און די דריקען די ספרים פון כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ זצ"ל) ווייל אין קאורט איז נישט שייך פשרות ביי זיי קוקט מען ווער איז גערעכט און ווער איז ראנג. און נאך ענקער ריזיגע ריסוירטש (געדויערט 90 טעג און נעכט) ווייסט עטץ זייער גוט ענקער קאורט אפציע איז זייער שוואך.

ביטע נישט עסן צופיל דורך'ן טאג ווייל מען ברויך האבען פלאץ פאר די לאקשאן און קאלעיד וואס מען וועט ענק היינט נאכט פיטערען. מען גייט ארויסוואקען מלא שמחה אויפגעהייטערט מיט א פנים משחקת און די מח וועט מען שוין דמיון'ן ווי די ריזיגע בנינים וואקסען ארויס איבער נאכט. ווי אלע שטיקלעך וועט גוט ארבעטען קעגן באבוב וכו' אבער געדענקטס ווי נאר ענק וואקען ארויס פון די האטעל גיבטס נאכאמאל א קוק רעכטס צו די ברוקלין בריק און לינקס צו די ברוקלין קאורט הויז.

און צום שלוס וויל איך מיך געזענגענען פון אלע געוועזענער באבוב'ער חסידים מיט א ברכה א ברכה וואס איז פאסיג פאר ענק אלע בלי שום יוצא מן הכלל. "יהי רצון שניהי' לראש ולא לזנב" ביי אונז אין באבוב זענט עטץ אלס געווען די זנב פון די חסידים (די צווייטע קלאס פון ריין ראסע באבוב'ער). לאמיר האפען אז מיט די נייע גרינדונג פון די פרישע חסידות וועט עטץ זיין פון די ראש און נישט די זנב.

איך וויל דא אראפברענגען עפעס וואס איך האב געשריבען 3 חדשים צוריק און איז ווידער גילטיג היינט נאכט לכבוד די מעמד האדיר והנשגב:

ווער איז שולדיג און ענקער פארלוסט?
.....נאר מיז מען זאגען אז די ביסט אליין שולדיג! די חמור גרם, וואס האסטו געגלייבט די אלע שקרים וכזבים וואס מ'האט אייך שטענדיג פאפירט: "אין 48 שעה נעמען אונז צוריק דאס ביהמ"ד!!!".... "בנות ציון איז קיין פראגע נישט דאס איז זיכער אונזער!!".... "מתיבתא קעמפ דאס איז דאך אונזער היים-ארט (יא יא, פרעדיג ארט) אונז זענמיר דאך דארט מוחזק!!"... "קעמפ גילה איז דאך יעקב פירער'ס פריווארט"... "אונז גייען באקומען 150 מיליאן"... שפעטער "50 מיליאן"... און נאך שפעטער "30 מיליאן"... נאך ביז פארגאנגענעם חודש "זיכער נישט אונטער 20 מיליאן"... הא! הא! ניטאמאל קיין קארגע 7 מיליאן!! [וויינגער ווי 5%...], און וויפיל מאל האבן ענק נעבעך געטאנצען "חסדי השם" און זיך געכאפט נאכדעם וואספארא פארלירערס עטס זענטס?... און ווי כתה א' קינדער האט עטס געגלייבט יעדע ווארט ווי בהמות דקות, מ'האט ענק געשטאפט ווי געשטאפטע גענז און עטס עסט נאך אלס אלע בעלאוני"ס, ווי לאנג נאך וועלן ענק זיך לאזן נער'ן און פארפירט ווערן פון ענקער וועג ווייזערס?!....

עס ווערט פארציילט בשם די אלטע וואוידיסלאוו'ע רב זצ"ל, אז ס'דא א באקאנט ווערטל, אז 'טאמער מען לייגט זיך מיט א קאץ שטייט מען אויף צוביסען'. האט די וואוידיסלאוו'ע רב צוגעלייגט מיט א זיסען קנייטש, אז 'טאמער שטייט מען אויף און מען איז נישט ציביסען, איז א סימן אז מ'שלאפט נאך', ודפח"ח. ווענד איך זיך צו די אלע חסידים פונ'ם 'צד א', עורו משנתיכם! שטייטס אויף פון ענקער טיפן און 'לאנגען' שלאף! קוקטס מיט וועמען עטץ שטייטס, ווער ס'איז ענקער ראשי הקהילה, כאפטס ענק וויפיהל זיי האבן ענק איינגערעדט, און וויפיהל ס'איז מקיום געווארן, איך רעד שוין נישט ווי מיאוס ענק האבן פארלוירן "על פי דין תורה" - וואס איז געוועהן ענקע פאן טראגער באלד אהנהייב ענקער רבי'סטיווע ואכמ"ל - נאר אפי' דעם בית המדרש וואס גייט צאמפאקען די וועלטס גרעסטע און שענסטע אשר כמהו לא היה... איז אויך נאך בדמיון, און עטץ האלט שוין ווייטער ביים זיכן א נייעם קעמפ, נאך 10 יאר וואנדערן, און די הרחבת גבולי הקודש און קיין קאנטראסט מיט וואס באבוב האט פיאנירט און פארלויף פון איר "ווידער-אויפבלי" וכו' וכו',

פרעגט זיך די שאלה: "ווילאנג נאך וועט עטץ גלייבען די שקרנים מיט זייערע טעאריעס?, ווילאנג נאך וועלן ענק פאלען און מאמין זיין און נערישע ראשי הקהילה?
ענק שטייען יעצט ביי א שוועל מיט א שווערע נסיון, 'ויקוב ההר את הדין', מ'האט ענק ביטער צוגעפאכעט, עטץ זענטס צופראסקען אינגאנצען, די בי"ד צדק האט ענק אריינגעריבן אינ'ם זיבעטען ריב אריין, אויסגעשפילטע בהמות זענען ענק פארבליבן, וואס האבן אמת'דיג געגלייבט די וואס האבן ענק איינגערעדט מיט כל ערליי מינע שטותים והבלים, שקרים וכזבים, וכו', און יעצט: וואס איז ריכטיג צו טוהן?, גיין אין ערכאות ח"ו?! מ'וועט ממילא דארט פארלירן קעגן די מאנסטערישע צד שכנגד וואס האט בלויז געהאט סייעתא דשמיא פון די ערשטע רגע ביז'ן היינטיגע טאג. און ווער רעדט נאך וואס די רבנים וועלן זאגען?!? און וואס די המון עם וועט זאגען?.... נאר וואס דען? זאגען אז די ב"ד צדק איז נישט עהרליך, לאמיר נישט פארגעסן ווער ס'איז די "תובע" - די ריפער'ס צו בי"ד?, און ווער ס'האט אויסדערוועלט די דיינים? און ווער האט מיט דריי יאר צוריק גע'חתמ'ט ווידער שטרי בירורין אז מען גייט פאלגן די פסק פון דעם "עהרליכן" בי"ד, (און אויף דעם אז א דיין געט אן השגחה אויף א זאל וואס דינגט ביי באבוב וואס איז א כלי שלישי..., האט ער באקומען א בפירוש'ן פסק-הלכה פון הרב שמחה ראטה, "ענקער טוען", אז ער מעג, ודי בזה).... אלא מאי מען וועט סתם 'נישט פאלגען' ווייל מ'איז נישט צופרידען, וואסארא פנים עט דאס האבן פאר די גאס? פאר דיר אליין? פאר דיינע קינדער? נישט פאלגען א בי"ד'ס פסק דין?!?!, וויאזוי פלאנט מען צו האבן סיעתא דשמיא אויב מען פאלגט נישט וואס אין די תורה שטייט?!?

נאר וואס דען? יא, די אמת טוט וויי, אבער מ'האט נישט קיין ברירה מען מוז מודה זיין אז ביז היינט האבן ענק זיך געלאזט נער'ן. דערמאנט אייך נאר די באקאנטע מעשה ביים הייליגען קדושת ציון זצוק"ל דער יוד וואס האט זיך אפגערעדט אז די פרנסה גייט אים נישט גוט און זיין קאנקארענט איז זעהר מצליח האט אים די הייליגע קדוש"צ געענטפערט "ווייל אז מ'פירט יענעמס געשעפט באותו זמן ווען מ'פירט די אייגענע געשעפט קען מען נישט מצליח זיין".. הערטס אויף צו זיין ביזי מיט אונז און פאקעסטס אויף אייער קהילה אז זי זאל בליען, די מוסדות זאלן וואקסען, דורך האבן אייגענע פרעכטיגער בנינים, וכו וכו', והעיקר גייטס ווייטער נעמטס אהן דעם פסק-"דין" וועט עטס ארויסגיין זיגערס. פארקערט וועלן ענק דאך ממילא פאלירן.

לערנטס ענק אביסעל פון אונז באבובער חסידים. אלעס פראבירט עטץ נאכצומאכען פראבירטס דאס אויך..... אונז פירען נאר אונזער חסידות עס גייט אונז נישט אהן כי הוא זה וואס עס טוט זיך ביי ענק. אונז האבן און קארגע 10 יאר אויפגעשטעלט פרישע בנינים אפילו אונז זענען געווען מוחזק אוןן אלע בנינים וואס זענען געשטאנען בימי רבינו המהרנ"ץ זצ"ל. א נייע קעמפ כרם שלמה, א נייע בנין בנות ציון, א משנת יונה, א נייע ת"ת אין מאנסי, א נייע ישיבה קטנה אין מאנסי, א נייע ביהמ"ד אין לעיקוואד, א נייע בנין פאר די ישיבה גדולה אין בני ברק, עס בויעט זיך יעצט א נייע ביהמ"ד אין מאנסי, מען ארבעט אויף די פלענער אויף א נייע ריזיגע בנין פאר די ת"ת אין בארא פארק, און א נייע בנין פאר די בנות ציון. א טיש שטוב אויף 48 סטריט. ועוד. און ענק פארמאגען ליידער נישט קיין איין בנין, זיצען מיט אנגעמארגעדשטע און אנגעחובות'טע רענטאל בנינים וואס יעדע יאר ווארפט מען ענק ארום ווי שרצים. מ'צאלט נישט אין צייט די מלמדים און איינגעשטעלטע די איינגעשטעלטע טוישן זיך עפטער ווי די וועש. די אומסטאבילקייט איז ביטער. פארוואס? "ווייל אז מ'פירט יענעמס געשעפט באותו זמן ווען מ'פירט די אייגענע געשעפט קען מען נישט מצליח זיין".. און פארקויפטס מיר נישט אז ענק האבען נישט קיין גבירים מיט געלט! ענק האבען גענוג און נאך עשירים. נאר אוודאי אז מ'נעמט געלט פון זיי אויף שטותים והבלים ווי גרויסע חתונות, פראפעגאנדע, בילדער ביכער, מעילינגס, הייזער פאר די בנש"קלעך, וואקאציעס וכו' מען ברענגט Nat Lewin פאר 50 אלפים צו פארלירען א קאורט קעיס וכו' וכו, וכו' האט מען נישט קיין געלט פאר קיין מוסדות און קיין איינגעשטעלטע און עס פארגייט די אפעטיט פון די גבירים צו געבן פאר אזעלכע נערישקייטען. און די מוסדות באקומען א שם אזוי ווי זיי האבן. "ווייל אז מ'פירט יענעמס געשעפט באותו זמן ווען מ'פירט די אייגענע געשעפט קען מען נישט מצליח זיין"..
געדענק ווען די וועסט זיצען ביים אסיפה היינט נאכט, אז אויב וועלן די פארשטייערס פון דיין קהילה טוהן ווי די פארשטייסט, און אהנעמען די פס"ד באהבה אהן קיין שטיקלעך, אשריכם ואשרי חלקם און אפשר וועט אמאהל ווערען שלום. אבער טאמער גייען זיי אייך איינרעדן מיט נייער טאקטיקען וויאזוי מען גייט "זיכער געווינען", געדענק! אז די ביסט שוין אויפגעשטאנען.... די האסט אנערקענט אין דיין טעות... חזר עס נישט איבער נאכאמאל.... ווייל עס טוט זייער וויי נאכאמאל יעדן מאל ווען מען פאלירט...[/quote]

כנור » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:00 pm

· #235933
דער דרשה של דופי איז פון די שרייבער פון די פאלגענדע שורות (זעה זיין מאטיוואציע).

נתן מנחם
...ביי אונז אין באבוב זענט עטץ אלס געווען די זנב פון די חסידים (די צווייטע קלאס פון ריין ראסע באבוב'ער)...

דא האט איר עס אין א נאטשעל און פונעם הינטס מויל.

דאס איז דער סיבה פון דער מחלוקת, ווייל ביי נתן מנחם איז רבי נפתלטשע געווען א זנב (עפרא לפומיה) אין באבוב, וואס מען דארף פארגעסען און אויסמעקען פון באבוב, היה לא תהיה!

און מיינע גוטע פריינד אין באבוב וואס פאר דער אמת און פאר שלום זענען זיי געגאנגען אין גלות אן א דאך איבערען קאפ, זאג איך, בעסער צו הייסען זעקלטשין ווי צו זיצען מיט אזעליכע רשעים וואס שרייבען דא "מצד באבוב" און הייסען באבוב.

געדענקטס

a rose by any other name is but a rose

לא המקום מכבד את האדם אלא האדם מכבד את מקומו

טוב שמן משמן טוב - דאס גוטע נאמען וואס עטץ האט זיך ערווארבען אין צעהן יאר גלות ווי עטץ האט מקדש שם שמים געווען ווי עטץ זענט געווען, דאס איז דער עיקר, און דאס קען מען פון אייך נישט צונעמען.

איך בין נישט קיין באבובער אבער איך האב ענק ליב און וועגען דעם שרייב איך.

איך ווינטש ענק עלה והצלח - ביי מיר (און ביי אלע נארמאלע מענטשען פון דער וועלט) וועט עטץ אייביג זיין באבוב.

פליישיגער » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:08 pm

· #235939
מארקוס
מאיר הערש

ווער האט געעפנט א נייע קהלה, צו פייטן מיט באבוב? חסידי 45 האלטן אז רב"צ האט אוועקגעכאפט דער באבובער ביהמ"ד וואס אין אמת'ן געהערט 45.
דער פסק? דער פסק, ווי הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א (וואס י.י. מייזעלס מיט זיינע 8 חברה האבן אויך געוואלט אונטערשמירן מיט שווערע טויזנטער דאלער) האט געזאגט אז עס איז א חילול שם שמים בפרהסיא און איר אלע מיט'ן רבי'ן צוזאמען דארפן תשובה טון און די דיינים וואס האבן גענומען שוחד מוז'ן אויפהערן צו פסק'ענע'ן.
ווייל טאקע רמ"ד איז א שלום'דיגע איידעלע באבובער רבי, וועט ער זיכער נאכגעבן און צולייגן א נאמען צו באבוב, ווען אין אמת'ן זאל רב"צ וואס פארגינט נישט א צווייטן און ארט אים אז אנדערע האבן אויך, זאל זיך טוישן דער נאמען און מאכן שלום אזוי ווי זיין טאטע וואלט געוואלט.

חסידי 45 האלטן? ווער זאגט אז ענק זענען גערעכט? באבוב, און ווי בי״ד האט גע׳פסק׳נט האט באבוב ״גארנישט״ געכאפט

ביסט אויפען קאפ געפאלען? די האסט א הוא אמינא אז ווען 45 איז ווען 'מוחזק' צו דער פסק וואלט אזוי אויסגעקוקט?
ווי אין פסק שטייט אז די מוחזקות פון 48 איז נישט געכאפט, בי''ד קוקט אויף די זאך לפי המוחזקות

כנור » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:16 pm

· #235946
די וועסט אים מוזען לערענען וואס מיינט מוחזקות ווייל חוץ פון חוזק ווייסט ער גארנישט.

אן עם הארץ דאורייתא וואס האט פיינט תלמידי חכמים און פיינט א ערליכע איד.

נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:39 pm

· #235960
פארוואס ווילען זיי יעצט שלום? מען קען עס מסביר זיין אזוי, די אמת איז וועגען איין סיבה ווייל חוץ פון פארלירען די בנינים, געלט און די נאמען האבען זיי פארלוירען א גאר וויכטיגע זאך וואס ביי זיי איז דאס די שדרה פון די חסידות וואס ריפט זיך "ליגיטימאציע" און דאס איז וואס באדערט זיי דאס מערסטע מער ווי די מיליאנער און די בנינים. והא ראי' קוק נאר אין די בריוו פון ר' שטערנבוך נאר די נאמען איז וואס באדערט זיי. ענק האבען פארלוירען מיליאנערס אין בנינים און ריעל עסטעיט. דאס גייט זיי נישט אהן, וועגען דעם רעדן זיי בכלל נישט. נאר די לעגיטימאציע איז וואס באדערט זיי און עסט זיי לעבערדיגעהייט.

דערפאר איז פאר זיי געבליבן נאר איין אפציע צו צוריקגעוואונען אביסעלע לעגיטימאציע, אויב דער 'עכטע' באבוב'ער רב וועט זיי אנערקענען און זיך אוועקזעצן ביים טיש מיט זיי. שלום וועט זיי געבן עפעס אויף וואס זיי האבן געשפענדעט מיליאנען דאללער אן ערפאלג - לעגיטימאציע.

זיי ליידען שוין פון דעם מחלה יארן לאנג זייט תשס"ה זיי האבען אויסגעגעבען די מערסטע געלט פון עני אנדערע חסידות אין די וועלט, אז איין זאך "אנערקענטס אונז אלס א חסידות און אלץ באבוב". למשל באבוב לאטא האט פארלוירען יעדעס יאר געלט אבער די מארקעטינג קאמפיין פון די נאמען באבוב איז געווען גוט גענוג אז זיי זאלען אנגיין. געשווענדערט צענדליגע טויזענטער דאללערס אויף פיקטשער ביכער אלץ אז גרונם פון קרית פאפא זאל מיינען אז זיי זענען די עכטע און ריכטיגע באבוב. נעכטען נאכט האט נאך זייער טוויטער אקאונט ארויסגעשיקט "צוגעגרייט 3000 זיצען אין האטעל". וועמען נער'ן זיי? (לעצטע וואך האבען זיי פארשפראכען 2000 בלאק וואוטס פאר הייקינד אנשים ונשים און אין איין וואך איז צוגעוואקסען צו 3000 און בלויז אנשים????) אלעס אז דער 90 יעריגע אידל פון די מושב זקינים זאל מיינען אז זיי זענען לעגיט! און דאס איז וואס עסט זיי אויף און פארדעם ווילען זיי די שלום!

מאיר הערש » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:48 pm

· #235966
איר ווייסט גאנץ גוט אז די אזוי-גערופענע "דיינים" זענען גוט קאראפט און זייער פסק איז א שאנד און חרפה און בושה פאר דער גאנצע וועלט. טאמער ס'איז נישט אזוי, לאמיר זען איר זאלט איבערמאכן דער פסק דין מיט ערליכע דיינים, ווי הרה"ג משה שטרנבוך שליט"א און זיין גלייכן. אודאי וועט איר דאס נישט טון מיט טויזענטער תירוצים, מען קען נישט, עס פאסט נישט, ס'איז א סך געלט, וכו' וכו'. אבער דער אמת ווייסט איר גוט ווייל איר ווייסט אז איר וועט פארלירן אין גרויסן.

כנור » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:20 pm

· #235981
נתן מנחם, "ר' שטערנבוך" איז ער ביי דיר?

ביי דיר איז ער גארנישט? נאר דיינע אינטערגעקויפטע רבנים זענען כשרע "דיינים"?

עפעס שטימט נישט דא; די גלייבסט אין דער תורה צו נישט?

נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:44 pm

· #235988
עס איז געווען א צדיק וואס פלעגט אנריפען יעדע איד וואס איז נאר אריינגעקומען צו איהם "צדיק" ביז עז איז איינמאהל אריינגעקומען א מן הארץ און געזאגט: רבי, אויב בין איך א צדיק און דער רבי איז דאך אויך א צדיק לאמיר זיך משדיך זיין. האט די רבי איהם געענטפערט יא יא איך וועל מיך משדך זיין מיט אזעלכע צדיקים ווי מיך און די זאלסט דיך משדך זיין מיט אזעלכע צדיקים ווי דיר.
@כנור זיך דיר א שרייבער דיינס גלייכען זאל זיך מתווכח זיין מיט דיר. איך שעהם מיך צו זיין אין זעלבען אשכול ווי דיר. זיי נישט באליידיגט אבער איך קען מיך נישט אזוי אראפלאזען.

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:50 pm

· #236016

כ''ק מרן אדמו''ר מהר''ש זצ''ל פלעגט דערציילן דעם ענין בשם הרה''ק ר' וועלוועלע זשאברזשער זצוק''ל (בן הרה''ק ר' מיכל'ע זלאטשוב'ער זצוק''ל)

פלעין יודיש » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:06 pm

· #236021
איז דא א נומבער ווי איך וועל קענען מיט האלטן מיט א לייוו האקאפ די דרשה היינט ביינאכט
אזוי אויך ווי קען מען מיט האלטן כסדרדיגע אפדעיטס בנוגע די פילוג אין באבוב?

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:08 pm

· #236022
מאיר הערש
מארקוס
לאמיר דיר העלפן.

שרייען אז די רבנים, זענען לוקחי שוחד! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
טעראריזירט בארא פארק אז מען זאל נישט עסן פון דער הכשר! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
געשריבען אין ענקערע ביכ״ל, אז באבובער רב, הג״ר חיים יענקל טויבער הג״ר ברוך אברהם הורוויץ, זענען שקרנים, זייפנים און ליגנער׳ס! - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
גערופען באבוב אין בג״ץ. - דאס איז ״מעשי מחלוקת״
גענומען דער בריוו פון ר׳ משה שטערנבוך און עס באהאלטן, ביז׳ן לעצטע מינוט. - דאס איז ״מעשי מחלוקת״

און דאס איז אלעס געטוען געווארן, נאכם ״אני שלום״ דרשה.

כ׳קען מיך נישט ״פארשטעלן״ די קומענדיגע ״שלום״ שריט וואס עס ערווארט אונז.

קיינער שרייט נישט אז די רבנים זענען לוקחי שוחד. מען זאגט נאר די פאקטן וואס דו און אלע אנדער ווייסן גאנץ גוט. פרעג נאר הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א פארוואס ער האט אנגעשריגן און ארויסגעווארפן מייזעלס מיט זיינע 8 חברה וועסטו געוואויר ווערן וועלכער מין פסקי דין תורה דאס איז. א שאנד און חרפה און בושה!

טיפיקל 45 פראפאגאנדע, הערנדיג דעם נייעס האב איך געריפן קיין א''י צו די יודעי דבר, און די מעשה הייבט זיך נישט אן מבואו ועד צאתו, נאר וואס דען, ס'גייט אין איינקלאנג מיט די אלע אנדערע זאפטיגע נייעסלעך פון צד 45 די לעצטע 10 יאר, מ'גייט אלץ געווינען, אונדז האבן געווינען, 48 שעה אין מתיבתא, מיר באקומען בנות ציון בנין וכו' וכו', שוין צייט אויפצושטיין קינדערלעך!

כנור » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:11 pm

· #236026
חסיד

זיי נישט קיין ליגנער (ביזט דאך שוין סייווי א ליגענער), רופט טאקע קיין א"י און איבערצייגטס איין אליין.

כנור » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:13 pm

· #236027
[ציטאט אראפגענומען]

you hit the nail on the head
נאך דא בעלי שכל
👍

כנור » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:18 pm

· #236029
פלעין יודיש
איז דא א נומבער ווי איך וועל קענען מיט האלטן מיט א לייוו האקאפ די דרשה היינט ביינאכט
אזוי אויך ווי קען מען מיט האלטן כסדרדיגע אפדעיטס בנוגע די פילוג אין באבוב?

45 האט בעסערס וואס צו טוהן (א היסטארישע טאג גייט זיין היינט נאכט), און זיי וועלען נישט אפדעיטען.

קיין האק אפס איז אויך נישט דא, ווייל דא גייט דער באבובער רבי (דער וואס טראגט דעם פארדינטען נאמען) רעדען פערזענליך צו זיין חסידים, יא, איבער 1500 משפחות געשוואוירענע חסידים אויף דער וועלט, וואס יעדער רבי וואלט זיך געווינטשען אזעליכע חסידים.

פאר דער וואס וויל וויסען ביז נאך דער אסיפה וואס עס טוהט זיך, זאל ליינען 48 סטריט חסיד, און נתן מנחם'ס תגיבות (מוחזק שקרנים) און וויסען אז עס איז געשעהן פינקט פארקערט.

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:21 pm

· #236031
[ציטאט אראפגענומען]

יא יא, דער גאנצער פשעטל וואלט אפשר געהאט א פיסל צו שטיין אויף ווען ער קומט ארויס מיט דעם דריי חדשים צוריק, און וואלט ביי יעצט געהאלטן פערטיג מיטן פאלגן ווי דער פסק מאנט. משא''כ יעצט ווען מ'וועט אפשר אנהייבן האלבוועגס צו פאלגן מארגן, און די ספרי תורה האט מען נאך נישט צוריקגעגעבן (אויף דעם איז נישט געוועהן קיין 90 טעג) און מ'דריקט קונטריסים און ספרים און מלויפט צו רבנים פון תל אביב, חולון, טאראנטא, שווייץ און האלאנד דאן צדיק טייערע איז אביסל צו שפעט צו שרייען אני שלום, דער שפיל איז אפגעפרעגט ביי נארמאלע מענטשן.
פאר זיינע אייגענע וועט עס גוט ארבעטן, ווייל זיי זענען שוין עדיקטעד צו די קאלעיד 10 יאר, און עסן שוין אפעטיטליך די לאקשן מקדמת דנא, אבער ווען דער אני שלום קומט אהיים פלאצט ער אויס מיט א צינישן געלעכטער ''אוי מיינע אקסן, וואס כ'קען זיי אלץ נישט פארקויפן'' און קייקלט זיך מיט א שטורעמישן געלעכטער ביז שפעט ביי נאכט!

כנור » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:24 pm

· #236032
ראו מה בין בני לבן חמי

קוק וואסערע חסידים 48 האט, און וואסארע חסידים 45 האט.

ער איז א באבובער, אזוי זאגט ער; און ווייסט ניטאמאל ווער רבי מרדכי דוד איז!

"צינישן געלעכטער"! ער מעסט צדיקים לויט זיינע השגות.

מאיר הערש » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 5:17 pm

· #236044
נאכאמאל, איך וויל פארשטיין. אויב איין צד איז אריין א שטות אז ס'קומט זיך אים אלעס און "ער" און נאר "ער" מוז זיין דער איינציגער רבי פון אלע און יעדער איינער מוז אים נאכטאנצן, פארוואס מוז דער צווייטער זייט מאכן שלום? פארוואס מעג דער צווייטער זייט נישט האבן דער זעלבע רעכט איינצופאלן דער זעלבער זאך? קען איינער דאס געבן צו פארשטיין?

אויב דער ערשטער וואלט געווען א שטיקעלע פארגינער וואלט שוין לאנג געווען שלום. איטס אפ טו הים און קיין אנדערע.

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 5:28 pm

· #236049
מאיר הערש
נאכאמאל, איך וויל פארשטיין. אויב איין צד איז אריין א שטות אז ס'קומט זיך אים אלעס און "ער" און נאר "ער" מוז זיין דער איינציגער רבי פון אלע און יעדער איינער מוז אים נאכטאנצן, פארוואס מוז דער צווייטער זייט מאכן שלום? פארוואס מעג דער צווייטער זייט נישט האבן דער זעלבע רעכט איינצופאלן דער זעלבער זאך? קען איינער דאס געבן צו פארשטיין?

אויב דער ערשטער וואלט געווען א שטיקעלע פארגינער וואלט שוין לאנג געווען שלום. איטס אפ טו הים און קיין אנדערע.

יא יא אבער ווען ביידע האלטן כולו שלי, און דער רב פסק'נט פלוני אתה חייב, און מ'פאלגט נישט נאר מ'שרייט קאזאק הנגזל, אני שלום, ברענגט דאס ארויף א געלעכטער אויף די לעפצן!

מאיר הערש » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:08 pm

· #236067

נאכאמאל זאגסטו ליגן. רמ"ד האט קיינמאל נישט געזאגט כולו שלי. א גוט-הארציגער מענטש ווי רמ"ד ארט נישט אז ס'איז דא נאך א באבובער רבי אדער נאך 10 נאר פאר'ן אומפארגינער ארט עס. אודאי וועלן די "דיינים" (אויב דו ווילסט זיי רופן אזוי) פסק'ענען חייב פאר'ן באעוולטן וואס האבן זיי נישט משחד געווען מיט גראב געלט ווי די אנדערע.
יעצט קענט איר לאכן. איך וואלט געוואלט הערן אייער געלעכטער ווען איר וועט זיך טרעפן אין א"י מיט הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א. אה, איך הער פונקט, אז איר וועט דוקא זען זיך נישט צו טרעפן מיט אים אלץ מורא אז איר וועט באקומען דאס זעלבע ווי מייזעלס...

כנור » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:14 pm

· #236070
ביזט גערעכט מאיר הערש, ביי די אזוי גערופענע וואלען האט 45 אנגעזאגט דער עולם צו שטימען אז אויב 45 געווינט דער דין תורה זאל מען אויך געבען פאר 48.

דאס איז א פאקט וואס מען קען באשטעטיגען ביי אלע דיינים, אפילו די וואס ענטפערען נישט דער טעלעפאן.

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:20 pm

· #236072
מאיר הערש
חסיד
מאיר הערש
נאכאמאל, איך וויל פארשטיין. אויב איין צד איז אריין א שטות אז ס'קומט זיך אים אלעס און "ער" און נאר "ער" מוז זיין דער איינציגער רבי פון אלע און יעדער איינער מוז אים נאכטאנצן, פארוואס מוז דער צווייטער זייט מאכן שלום? פארוואס מעג דער צווייטער זייט נישט האבן דער זעלבע רעכט איינצופאלן דער זעלבער זאך? קען איינער דאס געבן צו פארשטיין?

אויב דער ערשטער וואלט געווען א שטיקעלע פארגינער וואלט שוין לאנג געווען שלום. איטס אפ טו הים און קיין אנדערע.

יא יא אבער ווען ביידע האלטן כולו שלי, און דער רב פסק'נט פלוני אתה חייב, און מ'פאלגט נישט נאר מ'שרייט קאזאק הנגזל, אני שלום, ברענגט דאס ארויף א געלעכטער אויף די לעפצן!

נאכאמאל זאגסטו ליגן. רמ"ד האט קיינמאל נישט געזאגט כולו שלי. א גוט-הארציגער מענטש ווי רמ"ד ארט נישט אז ס'איז דא נאך א באבובער רבי אדער נאך 10 נאר פאר'ן אומפארגינער ארט עס. אודאי וועלן די "דיינים" (אויב דו ווילסט זיי רופן אזוי) פסק'ענען חייב פאר'ן באעוולטן וואס האבן זיי נישט משחד געווען מיט גראב געלט ווי די אנדערע.
יעצט קענט איר לאכן. איך וואלט געוואלט הערן אייער געלעכטער ווען איר וועט זיך טרעפן אין א"י מיט הרה"ג ר' משה שטרנבוך שליט"א. אה, איך הער פונקט, אז איר וועט דוקא זען זיך נישט צו טרעפן מיט אים אלץ מורא אז איר וועט באקומען דאס זעלבע ווי מייזעלס...

ככלב שב על קיאו מיט די מעשה פון הגה''צ אבד''ק קרית באבוב, ידידי היקר לא דובים ולא יער,
בדרך אגב וויל איך פארשטיין, מיר ארט נישט אז די רעדסט מיט א גראבקייט אויף הגרי''י שליט''א, אבער פיר און א האלב יאר האט עטס געשריגן איתו עמו כלומר אליו אז דער וואס רעדט אויפן איידעם קומט ד' מיתות בית דין, איז ממ''נ אויב טאר מען נישט רעדן אויף רבי'ס איידימער פארוואס איז הגה''צ ר' יעקב ישראל אנדערש,
אלא מאי, איתגלא קלונך ברבים אז דער כ''ק מהר''ש זצוק''ל האט מיט ענק א מכה בדופן!

כנור » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:24 pm

· #236077
מיט דיר האט ער!

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:27 pm

· #236079
כנור
מיט דיר האט ער!

יא קלאר! מכוח התענה פון רצון קדשו האבן מיר באקומען דעם פסק וועלכער דו קענסט נישט אראנשלינגן! עס רופט זיך PAYDAY מיין חבר! גיי צו די אסיפה עס די לאקשן און טרינק די קאלעיד און פריי דיך און לאך מיט מיטן עולם! איך פריי מיך מיט!

BLOOMINGBURG NY » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:46 pm

· #236124
Called for 7:45

משגיח » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:55 pm

· #236126
מעידזשער נייעס!!! אויב 45 פאלגט נישט די פסק 100% געבט באבוב ארויס נעקסטע וואך 4 בענדער פון תורות פון כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ זצוק"ל!!!

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:57 pm

· #236129
איך גיי עס נישט קויפן!! איך וויל שטארק זען זיינע תורות, איך וועל זיך איינהאלטן!

אביסעל שכל » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:27 pm

· #236140
זארגט אייך נישט, נישט דא קיין תורות נאר אויסגעזויגענע מופתים און באבע מעשיות וואס זיי שעמען זיך ארויס צוגעבן! דארפסט דיך נישט איינהאלטן!

משה פיטות » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:37 pm

· #236144
חסיד
[ציטאט אראפגענומען]

יא יא, דער גאנצער פשעטל וואלט אפשר געהאט א פיסל צו שטיין אויף ווען ער קומט ארויס מיט דעם דריי חדשים צוריק, און וואלט ביי יעצט געהאלטן פערטיג מיטן פאלגן ווי דער פסק מאנט. משא''כ יעצט ווען מ'וועט אפשר אנהייבן האלבוועגס צו פאלגן מארגן, און די ספרי תורה האט מען נאך נישט צוריקגעגעבן (אויף דעם איז נישט געוועהן קיין 90 טעג) און מ'דריקט קונטריסים און ספרים און מלויפט צו רבנים פון תל אביב, חולון, טאראנטא, שווייץ און האלאנד דאן צדיק טייערע איז אביסל צו שפעט צו שרייען אני שלום, דער שפיל איז אפגעפרעגט ביי נארמאלע מענטשן.
פאר זיינע אייגענע וועט עס גוט ארבעטן, ווייל זיי זענען שוין עדיקטעד צו די קאלעיד 10 יאר, און עסן שוין אפעטיטליך די לאקשן מקדמת דנא, אבער ווען דער אני שלום קומט אהיים פלאצט ער אויס מיט א צינישן געלעכטער ''אוי מיינע אקסן, וואס כ'קען זיי אלץ נישט פארקויפן'' און קייקלט זיך מיט א שטורעמישן געלעכטער ביז שפעט ביי נאכט!

חסיד די ביסט בכלל נישט גערעכט יעדער איינער פארשטייט אז עס האט געדארט צייט פיו ווען ער האט געכאפט זיין פאטש אין פנים, ביז ער איז געקימען צי זיך יעצו קימט ער אירוס אין זאקט אפילו אלע רבנים זאגען אז.... אים כל זה דין תורה איז דין תורה איוב זאקט ער עס קימט עם קרעדיט

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:03 pm

· #236150
מען טוישט נאמען!!

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:07 pm

· #236152
צו באבוב_45

פאר א ''היכר''

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:16 pm

· #236155
📎 IMG-20141118-WA0190.jpg

סאו וואט » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:41 pm

· #236159
ווי אזוי האט זיך דו קאלאוואר געבראכען?

אפדעיט?

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:25 pm

· #236182
נייע לאגא גאר גוט

📎 IMG-20141118-WA0198.jpg

petergrifin » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:41 am

· #236209
דער רבי האט (זײער) גוט גערעדט און מסביר געװען אביסל אלע צדדים אבער למעשה גײט מען פאלגן די פסק בעיקר כדי עס זאל װערן שלום. און יא דער רבי האט קאנפירמד אז רב מענדל שאפראן שליט"א האט איהם געזאגט קלאר אז ער מעג גײן אין קאורט. דער רבי לײגט צו – אבער װאס ס'װעט געשען איז אז מענטשן װעלן צוליב דעם גײן אין קאורט אן א היתר...

און װי אויך האט ער געזאגט בקול רם, "און די מטרה פין דעם איז אז ס'זאל װערן א גאנצע שלום!! און דאס זאגן מיר צו את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה! אונז נעמען דעם שריט אויף די מטרה אנצוקומען צו א גאנצע שלום און דעמאלס װעט זיך די פסק האלטן! אז ס'װעט זײן א גאנצע שלום װעט עס זיך האלטן. והמבין יבין."

petergrifin » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:44 am

· #236213
װי אזוי קען מען ארויף לײגן אן אודיא קליפּ פון װאטסעפפ?

אויסגערוט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:56 am

· #236220
in File manager go to whats app, then what's app media, then what's app audio

דולה ומשקה » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:03 am

· #236221
א שיינע בייפאל - זעלבע פאנט, שורה, און סייז...
bobov 45 logo.jpg

chusid » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:05 am

· #236222
וואס האט די רבי געזאגט אז ווי לאנג עס וועט זיין שלום וועט מען אויספאלגען די פסק וד'ל ?

ברוך שאמר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:10 am

· #236225
chusid
וואס האט די רבי געזאגט אז ווי לאנג עס וועט זיין שלום וועט מען אויספאלגען די פסק וד'ל ?

בקיצר ער האט געמאכט א גיטע זשאב מיט פעטער בן ציון

חסיד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:23 am

· #236228
ידידי היקרים

כ'מוז ארויסברענגן דעם גוטן געפיל ב"ה דאס אומגלויבליכע האט פאסירט און מ'האט עס דערלעבט! יודו לד' חסדו!
לענגערע הערות, און אנאליזן אי"ה מארגן און א גוט זיסע נאכט!!

דולה ומשקה » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:25 am

· #236229
צוליב סיבה לא נודע למי איז 48 נישט צופרידן, אויב פאלגט מען נישט פסק איז ער א רשע וכדומה. דא אז ער האט יא געפאלגט איז מען ווייטער מיט טענות אדער חוזק אדער עפעס אנדערש שדורשים לגנאי.
באבוב איז דאך געבויט אויף שלום, עכ"פ פון נאכען קריג, רבי מרדכי דוד האט זיך אונטער גענומען צו פאלגען דער פסק, פארוואס קומט באבוב (פלעין) מיט מער שנאה וכו' אנשטאט שלום מאכען מיט דער מצב.
איך האב שוין פון לאנג חושד געוועהן אז דער שלום ואחדות וואס מ'האט פארקויפט אויף מהר"ש איז סתם געוועהן א פראפאגאנדע, ווייל קוק ווי אזוי אנשי מהרב"ץ רעאגירען, זיי קענען נישט עומד בנסיון זיין, זיין פארלירען זיך אינגאנצען.

אויב רופט מען דעם חיבור 'ליקוטי כרם שלמה' א 'ספר הקדוש' (כמובא בקונטרסי 'אמרי קודש'), וויל איך דא מעתיק זיין א שורה:

...הרי דבשעת שאנשים מחזיקים כבר במחלוקות קשה להם להפסיק, רק אדרבה הריב הולך ומתרחב, כי נעשה כסומים בלי ראות. ולהינצל מזה אין עצה אחרת כי אם להתפלל אל השי"ת, שישמרם ויצילם מנפול ברשת המחלוקות...

(כרם שלמה פ' שופטים עמוד קמד)

זיי האבען אן געהויבען זייערע מחלוקות בשעת התפלה, און לכאורה האבען זיי נישט געדאווענט זייט דעמאלס...

דולה ומשקה » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:44 am

· #236231
באבוב 45 באס
bobov 45 bus.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:46 am

· #236232
באבוב 45 לעטטערהעד
צו באמערקן: עס שטייט נישט בראשות אבד"ק שליט"א
bobov 45 letterhead.jpg

petergrifin » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:04 am

· #236233
אויסגערוט
in File manager go to whats app, then what's app media, then what's app audio

?Thanks. I'm asking how to post it on kaveshtiebel

מארקוס » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:11 am

· #236239
לאמיר זעהן ווי אזוי דער פסק, איז געווארן אויסגעפירט אין די לעצטע 90 טעג:

עי׳ בהפסק:

א. איז רמ״ד נישט נוגע.
ב. באבוב האט, ביזדערווייל, מקיים פסק געווען כדת.
ג. איז רמ״ד נישט נוגע.
ד. רמ״ד מעג ״זיך״ ״נישט״ באנוצען מיט דער נאמען ׳באבוב’ בכלל, ביי זיך אויכעט נישט! - ניין ס׳איז נישט בלויז א היכר!
ה. רמ״ד מעג ״זיך״ ״בלויז״ באנוצען מיט דער נאמען ׳באבוב’ מיט א שם לוי, אפילו ביי זיך! דו ביסט נישט באבוב!
ו. לאמיר זעהן ווי אזוי זיין ״פאלגן״ שטומט מיט דער פסק דין:
ז. נוץ עס אויס מיט פלעזשור, הגם דער נייער סימבאל שטומט נישט ממש מיט דעפ סעיף, עי׳ סעיף ט׳, דאך איז עס דער זעלבע הייעך, טאקע נישט אזוי קלאר ווי דער ווארט באבוב איז. (יעצט קען מען פארשטיין, פארוואס ס׳איז דא אזוי פיל סעיפים וועגן דער נאמען, ווייל מיט דעם אלעם, האבן זיי זיך האלב וועגס ארויסגעדרייט!)
ח. עמיר צו ווארטן מיט געדולד.
ט. דא ליגט די הונט באגראבן, ביז היינט אווענט, מוזען אלעע בנינים פון זיי האבן דער נייע נאמען ״באבוב45״ אויף די ווענט, טוישן, לעדערהעדס, זיגלעך וכו׳ וכו׳.
י. איז רמ״ד נישט נוגע.
יא. רימיינדער, נישט נוצען דער נאמען ״באבוב״ אן א צונאמען, אפילו נישט בקריאה און נישט בכתיבה!!!
יב. אזויווי רמ״ד האט רופט זיך יא באבוב45, איז דער סעיף מער נישט אקטועל, עי׳ סעיף ט״ו.
יג. די נייע לוגו שטימט בלויז מיט תנאים [א] און [ב], תנאי [ג] פארלאנגט אז ס׳זאל זיין דער זעלבע גרויסקייט און צורה ווי די ווארט באבוב, אבער לעמשה, ס׳האט די זעלב ליין אינדערמיט, אבער די צוויי נאמערן זענען באלד שמעלער ווי דער ו׳, בשעת ס׳וואלט זיין אזוי ברייט וויי צוויי ברייטע אותיות!
יד. עמיר צו ווארטן מיט געדולד.
טו. עי׳ סעיף ט׳.
טז. נאו קאממענט.
יז. ווי עס זעהט אויס גייען זיי דאס פאלגן.
יח. טעכניש האבן זיי דאס אויף אויסגעפאלגט, אבער עי׳ סעיף י״ג תנאי ג׳
יט. עמיר צו ווארטן מיט געדולד.
כ. עמיר צו ווארטן מיט געדולד.
כא. טעכניש זיך רופן באבוב45 איז גורם א פראבלעם, אבער בי״ד לאזט זיי זיך אזוי רופן, טו בעד.
כב. מיט פלעזשור, היות ׳באבעפינעפינפערציג׳ איז זעהר א לאנגע נאמען, עמיר זיך באגנוגען מיט דער צווייטער האלב.
כג. דאס האבן מיר אויסגעפאלגט, ביז צום לעצטן פינטל אין די לעצטע פאר וואכן.
כד. נאו פראבלעם
כה. ענקער אויסוואהל. געדענק, מען אבער שוין נישט טוישן צו עפעס אנדערש. אויף ענקער מצבות וועט מען מוזען קראצען פ״נ… היה אדוק לצדיקי בית באבוב45, באבוב45ער רב וועט מוזען חתמנען - הק׳ יהושע אבד״ק באבוב45… האסטיך געקליבען, יעצט עס עס אויף…
כו. האלטן מיר אין מיטן מקיים זיין
כז. ייש״כ.
כח. מיט פלעזשור.
כט. [א] היינט נאכט, מוז סעיף ט׳ ווערן מסודר [ב] האסט נאך צייט [ג] שוין מסודר.
ל. אקעי
לא. דאס הייסט אז מען גייט נאך זיצן בים טיש צוזאמען…
לב. ר׳ מענדל שאפראן איז אויך מחזק דער סעיף…
לג. אוי געוואלד, דער סעיף האבן ענק אינגאצן פארגעסן, אי״ה ביי נעקסטע ישיבת בי״ד.
[לד. דער צוגעלייגטע סעיף פון רמ״ד אז ס׳זאל זיין שלום] דא בין איך צומישט, ווייל אויב האסטו צוגעלייגט א סעיף, מיינט עס אז די ביסט אקעי מיט דער פסק, אבער למעשה, שטעלט זיך ארויס אז נישט, אבער שוין.

ווי ס׳איז רויט מוז נאך היינט מסודר ווערן.
אויב נישט פארלירן ענק דער זכות פון זיך רופן באבוב אינגאנצען אפילו מיט א שם לווי.
(רמ״ד האט געקענט האלטן דער דרשה ר״ח אלול, און געהאט פלענטי צייט צו טוישן)

ברוך שאמר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:46 am

· #236241
עס איז טאא בעד ! איר וועט מיזן אנערקענען אז עס איז דא צויי באבעוו איינער הייסט באבעוו 48 אין איינער הייסט באבעוו 45 !

מארקוס » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:53 am

· #236242
Time will tell.

אויסגערוט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:07 am

· #236253
petergrifin
אויסגערוט
in File manager go to whats app, then what's app media, then what's app audio

?Thanks. I'm asking how to post it on kaveshtiebel

When you go to attach the file you select audio then you will have an option of "unknown" and there you will see whats app audio

מאיר הערש » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:29 am

· #236263
אויז באבוב48 שוין צופרידן מיט דעם אדער אס איבלט אים נאך אלס?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18