☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

885 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:59 am

· #234233
מאיר הערש
חסיד
moshe613
וואס די גאס וועט שמועסן ווייס איך נישט, אבער וואס באבובער חסידים וועלן אלעמאל שמועסן אז ווען רב"ץ איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט! ביז רב"ץ איז באבוב געווען איינס, פין רב"ץ אין ווייטער נישט. פינטל.

הלמאי? או אינו ואיפך אנא, באבובער חסידים וועלן אלעמאל שמועסן אז ווען רמ''ד איז געווארן רבי האט זיך באבוב צוטיילט! ביז רמ''ד איז באבוב געווען איינס, פין רמ''ד אין ווייטער נישט. פינטל.
נאר ע''כ צ''ל אז די ביסט אויך מסכים אז רב''צ איז דער לעגעטימער באבוב פינטל
דיינע ווערטער האבן דיך מיעס פאראטן!

משה האט זיך גארנישט פארעדט. ער רעדט וואס דער דין תורה האט אנגעמאכט מיט זייער שטעלן רב"צ פאר דער איינציגער באבובער רבי אן קיין פארוואס אן קיין פארווען (דער וואס האט די מאה דער האט די דעה...). די אמת איז אז רב"צ איז דער רחמנות און אפשר גאר דער לוזער, ווייל רוב וועלט האלטן יעצט פון דער צווייטער באבובער רבי נאך מער ווי זיי האבן געהאלטן פריער.

מאיר הערש ברוכים הבאים!
ליין איבער פון משה "וואס די גאס וועט שמועסן ווייס איך נישט, אבער וואס באבובער חסידים... דרייסט יעצט אויס דעם דאשיק? זיי מחליט און רוף דיך נישט אן ווען ס'איז בולט אז אבי געהאקט א טשייניק,
במשכל שני האב איך הנאה פון דיין תגובה אז גאר מהרב''צ איז דער לוזער, ווייל דאס ברענגט וויידער ארויס ווי בוימאל אויפן וואסער מיט וואסערע קאלעיט מ'פארקויפט ענק לאקשן שוין צען יאר, ווי דערמאנט פון וואוידיסלובער זצ''ל אז מ'לייגט זיך מיט קעץ שטייט מען אויף צוקראצט, און טאמער נישט אז א סימן אז מ'שלאפט נאך! ששששאאא שעפעלע דרימל צוריק איין! און געדענק אז גם אויל מחריש לחכם יחשב!

תמימותדיגע » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:02 pm

· #234234
דאס אז די פסק האט אונז וויי געטוהן עד דכדוכה של נפש, פאר דעם דארף מען נישט ק"ש. דאס איז ידוע לכל.
דאס אז ביי אונז ווייסט קיינער (יא קיינער) נישט וואס מען פלאנט צו טוהן, איז אויך ידוע לכל. (אויסער פאר די 48 ניקס וחבריהם).

דאס אז עס איז נישט קיין נפק"מ וואס מען גייט מחליט זיין בנוגע די אזויגערופענע גרויזאמע פסק בי"ד, וואס מיר וועלן טוהן, גייט עס נישט טוישן די קנאה ושנאה וואס הערשט פון 48 צו 45, איז אויך ידוע לכל.

איז וואס קאכט זיך דא.

די וויכוח איז נישט ווער ס'איז גערעכט. ווייל בייטע וועלן אייביג האלטן אז זיי זענען גערעכט. די פסק בי"ד האט נישט געטוישט די מיינונגען ביי די פרעמדע דעת הקהל. ווייל יעדער וואס האט געהאט סימפאטיע פאר 48 וועט אודאי ווייטער האבן סימפאטיע. און יעדער וואס האט געהאט סימפאטיע פאר 45 וועט ווייטער האבן פאר 45 סימפאטיע.

אויב די וויכוח איז סתם ווייל מען וויל צאפן יענעםס בלוט (אונטער אן אנענימע ניק וויל מען צאפן אן אנענימע ניק), אויב אזוי קען איך זאגן בפה מלא 'דו ביסט זיכער נישט א באבובער חסיד'. באבוב איז אלעמאל געווען די היפך פון דעם.

מאיר הערש » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:19 pm

· #234237
מארקוס
אזוי האסטו באשלאסן, שיהיה ככה.
וואס הייסט אז ״ער״ דארף מאכן שלום? רמ״ד האט ״עם״ גענומען אין קוירט! די האסטו די פאקטן פארקערט.
אונז שרייען מיר שוין שלום 10 יאר, מען אפערט ענק פשרות פון אלע זייטן.
ענק זענען די וואס שרייען ״הכל שלי״, און אז באבוב דארף באצאלן פאר רמ״ד די רענט פאר נוצען די בנינים פאר די לעצטע 10 יאר.

ווער האט ארויסגעווארפן וועמען מיט פאליציי און געמאכט א חילול השם? פארוואס פארדרייסטו די מעשה? ווער שרייט "הכל שלי" און שרייט נאך אלס און וויל נאך אלס זיין די איינציגע באבוב מיט אלע בנינים מיט אלעס? פארוואס זאל רמ"ד אננעמען פשרות? אפשר זאל רב"צ אננעמען פשרות? וואלט ער געמאכט א פשרה 50-50 דאס הייסט א פשרה. חצי שלי וחצי שלך. נאר וואס? רב"צ וויל אלעס און געבן א ביינדל פאר די אנדער זייט און זיי זאלן זיין צופרידן פון דעם?

חסיד
מאיר הערש ברוכים הבאים!
ליין איבער פון משה "וואס די גאס וועט שמועסן ווייס איך נישט, אבער וואס באבובער חסידים... דרייסט יעצט אויס דעם דאשיק? זיי מחליט און רוף דיך נישט אן ווען ס'איז בולט אז אבי געהאקט א טשייניק,
במשכל שני האב איך הנאה פון דיין תגובה אז גאר מהרב''צ איז דער לוזער, ווייל דאס ברענגט וויידער ארויס ווי בוימאל אויפן וואסער מיט וואסערע קאלעיט מ'פארקויפט ענק לאקשן שוין צען יאר, ווי דערמאנט פון וואוידיסלובער זצ''ל אז מ'לייגט זיך מיט קעץ שטייט מען אויף צוקראצט, און טאמער נישט אז א סימן אז מ'שלאפט נאך! ששששאאא שעפעלע דרימל צוריק איין! און געדענק אז גם אויל מחריש לחכם יחשב!

וואלסטו געוואוסט וואס די גאס שמועסט וואלסטו זיך נישט אזוי געקלאפט אין בייכל. איך בין נישט קיין 45 און אויך נישט קיין 48, אבער איך ווייס יא וואס די גאס שמועסט און אפילו וואס א סך 48 שמועסן און וועגן דעם האלטן רוב אז סוף כל סוף איז רב"צ דער לוזער.

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:06 pm

· #234246

מורא'דיג דיין תשובה, און דיינע סברות פיט דעם 45 פראפיל אקוראט ווי צוויי טראפן וואסער, און הגם די ביסט א פרעמדער קיין באבוב, ווי איך בין א קארלסבורגער, אבער לשיטתך וויל איך דיר זאגן אז די זאלסט אהינלויפן אויף אלע פיר ווייל עס איז קלאר אד דיין תכונת הנפש אקוראט!
ועוד גם זאת
קוקטס נאך אלע מאיר הערשן'ס תגובות זענען 90% איבער באבוב,
יא ביסט לכאורה א פאפא'נער!

מאיר הערש » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:29 pm

· #234256
חסיד
מורא'דיג דיין תשובה, און דיינע סברות פיט דעם 45 פראפיל אקוראט ווי צוויי טראפן וואסער, און הגם די ביסט א פרעמדער קיין באבוב, ווי איך בין א קארלסבורגער, אבער לשיטתך וויל איך דיר זאגן אז די זאלסט אהינלויפן אויף אלע פיר ווייל עס איז קלאר אד דיין תכונת הנפש אקוראט!
ועוד גם זאת
קוקטס נאך אלע מאיר הערשן'ס תגובות זענען 90% איבער באבוב,
יא ביסט לכאורה א פאפא'נער!

אז דו ווילסט מיר נישט גלייבן, גלייב נישט. אז איינער שרייבט נאר וועגן איין חסידות הייסט עס שוין אז יענער געהערט צו יענע חסידות? אפשר בין אין טאקע א פאפענע אדער סאטמערער אדער גאר נישט קיין חסיד און איך וויל מיך נאר מישן אין אינטערעסאנטע טעמעס?

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:35 pm

· #234260

ס'איז נישט דא ווער ס'זאל לאכן!

סאו וואט » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:39 pm

· #234265
נתן מנחם, דו אלע שרצים וואס וואקסן און באבוב, איז פירות הנושרים פון דער חינוך סיטעם בימי רבי שלמה ז"ל.

לויט ווי איר הער, איז רמד'ס מוסדות יא אויפן גוטע וועג זייט זייער נייער אדמינסטראציע שטיינמעטץ, און איז מער גארנישט אנגעקנאקט.

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:40 pm

· #234267
סאו וואט
נתן מנחם, דו אלע שרצים וואס וואקסן און באבוב, איז פירות הנושרים פון דער חינוך סיטעם בימי רבי שלמה ז"ל.

לויט ווי איר הער, איז רמד'ס מוסדות יא אויפן גוטע וועג זייט זייער נייער אדמינסטראציע שטיינמעטץ, און איז מער גארנישט אנגעקנאקט.

ב''ה פאר דעם יהי לו מה שלו, און זאל ער אראפקריכן פון באבוב און זיך גיין זיין וועג! מיט הצלחה און מזל, אכי''ר!

פליישיגער » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:10 pm

· #234272
באבוב ערקלערט אונז טוישען נישט נאמען !
<a class="postlink" href="http://kretchme.org/viewtopic.php?f=11&t=167&start=48#p2807">http://kretchme.org/viewtopic.php?f=11& ... t=48#p2807</a>
עס איז א אויפרייס

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:40 pm

· #234282
פליישיגער
באבוב ערקלערט אונז טוישען נישט נאמען !
<a class="postlink" href="http://kretchme.org/viewtopic.php?f=11&t=167&start=48#p2807">http://kretchme.org/viewtopic.php?f=11& ... t=48#p2807</a>
עס איז א אויפרייס

אן אויפרייס ווייס איך נישט אבער אויפגעריסן אדער אונגער'יסן איז מער צוגעפאסט!

נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:09 pm

· #234289
מאיר הערש
חסיד
מורא'דיג דיין תשובה, און דיינע סברות פיט דעם 45 פראפיל אקוראט ווי צוויי טראפן וואסער, און הגם די ביסט א פרעמדער קיין באבוב, ווי איך בין א קארלסבורגער, אבער לשיטתך וויל איך דיר זאגן אז די זאלסט אהינלויפן אויף אלע פיר ווייל עס איז קלאר אד דיין תכונת הנפש אקוראט!
ועוד גם זאת
קוקטס נאך אלע מאיר הערשן'ס תגובות זענען 90% איבער באבוב,
יא ביסט לכאורה א פאפא'נער!

אז דו ווילסט מיר נישט גלייבן, גלייב נישט. אז איינער שרייבט נאר וועגן איין חסידות הייסט עס שוין אז יענער געהערט צו יענע חסידות? אפשר בין אין טאקע א פאפענע אדער סאטמערער אדער גאר נישט קיין חסיד און איך וויל מיך נאר מישן אין אינטערעסאנטע טעמעס?

איך בין נישט אריבעצייגט צו די ביסט א צד הפארלירער חסיד צו נישט, איין זיך ביסטו זיכער, "גוט משוגע" לשיטתך אז די האסט גארנישט מיט באבוב און 90% פון דיינע תגובות זענען ארום באבוב און די האסט גארנישט מיט באבוב איינגעשטויסען מיז איך דיר עפעס מגלה זיין: די ביסט נישט נארמאל! פארוואס זאל איינער וואס עס איז נישט נוגע בכלל זיין אינטרעסירט אין א ווילד פרעמד מחלוקה??? די "גאס" וואס די רעדסט און קוקסט ארויף אויף רעדט שוין נישט וועגען באבוב כמעט די פסק איז שוין ארויסץ קעיס קלאזד! און די האסט נעבעך נישט וואס צו טוען נאר זיך אננעמען פאר א ווילד פרעמד מחלוקה? טאמער זאגסטו אמת דארפסטו זעהן א פסיכאלאג זאפארט!
אפשר טוסטו עפעס בעסער מיט דיין צייט? פארוואס מישסטו זיך נישט אריין און די סיריער קריג אפשר דערצייל זיי וואס די "גאס" האלט וועגען זיי אדער גיי העלף ארויס מאכען שלום צווישען דרום און צפון קאריע זאג זיי אויך וואס די "גאס/וועלט" האלט.

יעצט בנוגע די "גאס" וואס עטץ רעדסט דא מיז איך דאס אביסעל צונעמען דאס באדייט פון די "גאס". קודם כל די חלק פון די גאס וואס די רעדסט וועגען זענען אן אסיפה פון אומפארגינישע מענטשען וואס זענען קריטיקירער בכלל און אנטי עסטעבלישמענט בפרט. נעמען זיך אהן פאר פארלירערס און פאר שוואכלינגס, שעלטען בתי דינים בישראל ווען זיי פסקנען קעגן זייער פארשטאנד און שרייען און קאורט האט מען א בעסערע טשענס און אין די זעלבע צייט שעלטען זיי די אמעריקאנער קאורט סיסטעם. זייז ענען אומסטאבילע מענטשען וואס טוישען זייער מיינונג אויף מענטשן און חסידות'ן טעגליך. ווי נאר די "גאס" איד טרעפט אמאהל דער רבי וואס ער האט פיינט און יענער רבי גיבט איהם א קאמפלימענט אדער ער זאגט איהם אז ער הכאט געזעהן זיין זיידעס ספר און שטארק הנאה געהאט איז ער שוין נהפך פון שונא צו חסיד נלהב. די גאס זענען מענטשען וואס באבוב (און אזוי אויך יעדע צווייטע חסידות) וועט קיינמאל נישט האבען פון זיי קיין טובה. וואס מען וועט נאר טוען גוטס צו שלעכטס וועלען זיי אלץ זיכען צו באשמוצען. אלץ וועלן זיי זיך פרייען מיט באבוב'ס דורכפעלער און זיך בייזערען אויף זייערע הצלחות. פון די גאס מענטשען וועט באבוב נישט האבען נישט קיין חסידים נישט קיין תלמידים נישט קיין געלט און נישט קיין כבוד. ממילא באבוב דארף נישט די "גאס"!!!! אסאך גרויסע רבי'ס האבען נישט געהאט קיינעם כמעט פון די גאס און זיי פירען הערליכע ריזיגע צענטערען פון חסידות, איך וועל אנכאפען איין משל די בעלזא רב שליט"א האט נישט געהאט די גאס קיינמאל און אפילו הכי האט ער אויפגעשטעלט א הערליכע חסידות מיט מרביצי תורה, מוסדות, בנינים וכו' און דאס אלעס אהן די "גאס", די זעלבע מיט כ"ק אדמו"ר מויזניץ ב"ב האט אויך נישט געהאט די גאס....... די גאס קען ווייטער בילען, אבער געדענקטס דאס מאכט איהם נישט קיין קלענערער רבי אדער קלענערע חסידות "די הינט בילען אבער די באן פארט ווייטער" די גאס קען שרייען וואס זיי ווילען.

באבוב בפרט, וועט מען אלעמאל פיינט האבען:
באבוב איז שוין פארפיינטעט ביי די גאס נאך פון די צייטען פון די ערשטער באבוב'ער רב זצ"ל שפעטער איז די ביטערע שנאה אריבערגעגאנגען צו די מיטעלע רב די קדושת ציון זצ"ל הי"ד און די שנאה האט זיך געטראפען דאס וועג אויך מעבר לים נאך די קריג און האט זיך באזעצט צוזאמען מיט אונז דא אין די גאלדענע אמעריקא. יא, אזוי ווי עטץ הערטס די גאס האט פיינט געהאט די הייליגע רב זצ"ל. מען האט איהם נישט פארגינען מען האט געשפעט אויף איהם טאג און נאכט. די "גאס" האט איהם אויסגעהאקט די פענסטערס און געמאכט מכשולות ווי נאר זיי האבען געקענט. פרעגט ענק נאך ביי די עלטערע אידען. און אט דער ירושה איז אריבער צו די יורש ומ"מ עפ"י תורה כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א.

שישו מעי שישו! אז איך בין אין די ריכטיגע פלאץ. דאס פלאץ וואס די וועלט האט פיינט דאס פלאץ וואס די וועלט פארגינט נישט. אט "דאס איז באבוב". און דיע אלע וואס שרייען אז באבוב מיט ארויסווארפען אידען פון ביהמ"ד גייט נישט צוזאמען! האב איך נייעס פאר אייך די קענסט נישט באבוב! די ביסט פון די "גאס" אידען. ווייל די ערשטע רב ז"ל האט ארויסגעווארפען שינאווא מחוצפים. די קדושת ציון זצ"ל האט ארויסגעווארפען זקינים חסידים פון די ערשטע רב וואס האבען זיך נישט געוואלט מכניע זיין און די רב ז"ל האט ארויסגעווארפען חסידים דא אין אמעריקא וואס האבען איהם פארדרייט א קאפ און געשפעט.
איך וואלט אויך געהאט א גרויסע קנאה און שנאה ווען א רבי וואס איז נישט מיינע גייט ב"ה אלעס אזוי גוט עס זאל נישט שאטען א שלעכט אויג, באבוב האט א עושר ווי איזי ענגעלענדער וואס שטאפט באבוב מיט מיליונערס א יאר. איך וואלט אויך געהאט א ביטערע טעם אין מויל ווען א רבי וואס האט גע'ירש'נט אלע בנינים פון זיין טאטע הערט נישט אויף בויען נייע בנינים (אין בלויז קארגע 10 יאר האט מען געבויט
א נייע בנין פאר די מיידלעך אויף 14-50 גאס מיט זאל פאר חתונות,
א ריזיגע ישיבה קטנה קעמפ אויפגעשטעלט פון דאסניי אין סאוט פאלסבורג,
א הערליכע בנין אין די צענטער פון בני ברק פאר א ישיבה גדולה,
א נייע ביהמ"ד מיט שלאף צימערן בנין אין די קינדער קעמפ קעמפ שלוה
א נייע שפיל און שלאף בנינים און די מיידעל קעמפ קעמפ גילה,
נייע בנין פאר די ישיבה קטנה אין מאנסי,
נייע בנין אין מאנסי פאר די ת"ת,
איבערגעמאכט א הערליכע מקום תורה די געלונגענע משנת יונה און בארא פארק,
אפגעקויפט די נאוואמינסקער בנין אויף 16-47 פאר די ת"ת,
אפגעקויפט א ריזיגע ביהמ"ד אין לונדון,
אויפגעבויט א נייע ביהמ"ד וואס איז כמעט גרייט אין מאנסי.

און נאכאלץ נישט פערטיג!
יעצט האט מען אנגעהויבען בויען א 100 קלאסרום-ניין שטאקיגע בנין ת"ת אין בארא פארק (בערגעמאנט בנין).
מען האט לעצטענס אפגעקויפ די דריי הייזער אויף 14טע עוועניא נעבען די אלטע בנין בנות ציון ווי מען גייט באלד אנהייבען בויען א נייע בנין פאר די מיידעל שולע.

טייערע "גאס", וואס איז מלא האס, קעגן באבוב מען מאכט שפאס,
עטץ קענסט פלאצען, ווייל אוי ווי ענק זענען בארעכטיגט!

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:18 pm

· #234291
אין איין ווארט: די גאס, עליו הכתוב אומר גאסן יונג!.

נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:28 pm

· #234294
אויף דעם האט די רבי זי"ע געוויינט ביי די הושענות "די ביטערע גאס רייסט שטיקער פון אונז" !

moshe613 » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:17 pm

· #234303
גיט ארויסגיברענגט, חוץ פין ריעליסטעיט האבן ענק גאאאארנשט וואס צו פארקויפן.

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:29 pm

· #234308
moshe613
גיט ארויסגיברענגט, חוץ פין ריעליסטעיט האבן ענק גאאאארנשט וואס צו פארקויפן.

יא יא, איי פיל יאר פעין,
אבער לאמיר לאזן די קינדירישע מיין רבי איז גרעסער געים אין חדר, למעשה ריעל עסטעיט איז גוט און בעסער ווי גוט.
און עס איז עפעס אויף וואס אפאר הונדערט מענטשן האבן מסכים געוועהן צו גיין דערפאר פיר מאל אין ערכאות!

moshe613 » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:54 pm

· #234315
יעדעס מאל איך דאווען אין 48 אין זעה ווי רב"ץ לויפט ארום צווישן די בענק לאך איך זיך אינטער שטילערהייט. [רעדאגירט - ביטע נישט בארעדן פערזענליך א רבי] איז יעצט דער וואס שישקעט די מערסטע אין אפשר איז דאס טאקע א שטיקל כפרה.

נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:15 pm

· #234319
איך האב געטראפען א תגובה פון אונזער חבר @moshe613

ליינטס און האטס הנאה:

דורך moshe613 » דינסטאג פעברואר 12, 2013 7:02 pm

חברה אין 48, איך דארף נישט עפענען דריי פיר נעמען אין שרייבן אין פארום בבחינת הוא מותיב ליה והיא מפרך ליה אין מיין מצב רוח איז ברוך השם זייער דערהויבן אין איך מיז נישט אהנקומען צו קיין אויפגעמאכטע נערישע דמיונות מעשהלאך וואס א חוץ פינם כותב אליינס וואס צושמייכלט זיך גלייב איך נישט אויב נאך איינער העכער 13 האט בכלל געלאכט פין דעם. צו איז פשוט אן עקל צו זעהן ווי שטארק די חלומסט בית דין גייט מכלומפרשט צופיקסן 45 אין נאך א גרעסערע רחמנות איז נאר צו טראכטן וויאזוי די גייסט אויס זעהן ווען די גייסט ליינען די פסק ווארט ביי ווארט.

נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:53 pm

· #234324
יישר כח פאר די קאמפלימענט! איך האב אלס געהאפט צו האבען אזא גאלדענע פעדער ווי איהם.

נתן מנחם » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:38 am

· #234424
די צד הפארלירערס האבען באקומען א בית דין פון ארץ ישראל וואס איז גרייט מזמין צו זיין די רבנים וואס האבען ארויסגעגעבען די פסק דין בנידון באבוב צו א דין תורה אין ארץ ישראל צו דן זיין אויב זיי זענען א בית דין כשר. די אזוי געריפענער פורים בית דין האט אדיווייל נאר איין רב עפעס אן אומבאקאנטע הרב לעווין פון תל אביב. (איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דער נאמען און מסתמא דיר אויך נישט). איך מיין אז ער איז א ספרדי און א שטיקעל מזרחי געמישעכץ לויט ווי גוגל דערציילט. אבער די פראבלעם איז אז ער זיכט נאך 2 רבנים וואס זאלען וועלען מיטזיצען מיט איהם ווייל זיינע 2 שותפים רבנים וואס זיצען ביי זיינע דין תורות ווילען נישט אננעמען דעם דין תורה. אפילו הר' גביוף פון מאנסי וויל נישט זיין אויף דעם בית דין.

אויב איהר ווילט זיין א רב ביי דעם דין תורה קענט איהר זיך מעלדען ביי הר' בן ציון דוב הלברשטאם בעמח"ס וזאת התורה ונכד הקעדישעס ציהען.

צד הרמ"ד האט א פראבלעם מיט דעם, ווייל די פעסטע שטארקע קנאקעדיגע ציפידיגע בריוו וואס הרב משה שטרנבוך שליט"א האט געשריבען שטייט אז כדאי מערער צו זיין אן אמעריקאנער בי"ד קען מען נאר טוען ביי א צווייטע אמעריקאנער בי"ד ממילא איז די בריוו פון הרב שטרנבוך מיט די תל אביב בי"ד א סתירה. אבער פון די צווייטע זייט who cares? א סתירה ביי אזלעכע פארלירערס זענען פון די קליינע פראבלעמען. די עיקר איז "אונז האבען א היילגער רבי".......אונז האבען ליב צו עסן לאקשאן וואס מען פיטערט אונז און אלעס איז גוט און פיין. ממילא נישטא קיין סתירות נישטא קיין פראבלעמען אלעס איז גוט.

רבותי עס קומט אסאך fun! איך קען קוים ווארטען צו זעהן ווי דער מן הארץ פון תל אביב פרעגט אין עברית שאלות צו הרה"ג ר' אברהם ברוך ראזענבערג און הרה"ג ר' זלמן גרויז און די אנדערע רבנים. דאס וועט זיין something special!!

און אנדערע נייעס קומט שטרענגע ווארענונגען פון לונדון אז טאמער פאלגט נישט הרמ"ד די דין תורה וועט בי"ד כדתיא מיט איהרער רבנים ארויסגעבען א שארפע בריוו קעגן הרמ"ד און וועלען אנזאגען אלע רבני העיר, צייטונגען און איינוואינער צו איגנארירען די "מסע האבלים". די פרעשור איז עד אין שיעור! עס הייסט די גרויסע פרישוואסער ברידערס האבען געווארענט רמ"ד אז טאמער פאלגט ער נישט זאל ער נישט קומען קיין לונדון.

באבוב שטייט קאמפס-גרייט אויף סיי וועלכע באשלוס די פארלירערס גייען מאכען.
טייערער "גאס", אוי וועט עטץ אונז נאך מער פיינט האבען.

אוי אני שלום!

סאו וואט » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:33 pm

· #234444
נעבעך דו איינציגסטע זאך וואס צד צד הפאליריס (נתן מנחם וכת דיליה, ווייל רמ"ד וואס ער האט, איז ער צופרידען און ביי עהם א געווינס, משא"כ...) קענען טוען, איז צו שיסען פאלשע רומער'ס.
איי פיל יור פעין.

פליישיגער » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:41 pm

· #234445
צד באבוב 48 דארף ווען יעצט צו זיין זייער רואיג און צופרידען, פארוואס קלאפען זיי אהן ביי אלע צימערן פין רבני חוץ לארץ מיט גרויסע בערזלעך?

נתן מנחם » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:37 pm

· #234454
סאו וואט
נעבעך דו איינציגסטע זאך וואס צד צד הפאליריס (נתן מנחם וכת דיליה, ווייל רמ"ד וואס ער האט, איז ער צופרידען און ביי עהם א געווינס, משא"כ...) קענען טוען, איז צו שיסען פאלשע רומער'ס.
איי פיל יור פעין.

האסט פארגעסן צו ענדיגען דיין תגובה מיט "איך האב גארנישט מיט באבוב קיין שייכות איך האב נאר פערזענליך ליב געהאט כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ וכו' איך זאג נאר וואס איך (און דער גאס) האלט........................." בלא בלא בלא

נתן מנחם » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:46 pm

· #234457
פליישיגער
צד באבוב 48 דארף ווען יעצט צו זיין זייער רואיג און צופרידען, פארוואס קלאפען זיי אהן ביי אלע צימערן פין רבני חוץ לארץ מיט גרויסע בערזלעך?

זיין זייער רואיג? וואס עפעס אונז האבען דא א סוכסוך וואס א איד האט אונז געריפען צו דין תורה צוצונעמען אונזער הויז און אלעס וואס אונז פארמאגען אונז האבען בלית ברירה געמיזט צאלען פאר א טייערע לאנגע דין תורה (רבנים, טוענים, נציגים) און צום סוף שרייט די תובע אז ער קלערט פון נישט פאלגען די פסק בית דין! און איך זאל זיין רואיג? ביסטו פון קאפ געפאלן? באבוב גייט טוען אלעס און ממש אלעס אין די וועלט זיי צו צווינגען צו פאלגען. טראסט מיר דאס וועט זיין א זייער פעינפול טריטמענט טאמער וועט מען דארפען צווינגען א איד וואס ריפט זיך א (אני שלום) רבי פון חסידים פשוט צו פאלגען א דין תורה וואס ער איז געווען די תובע און גע'חתמ'ט שטרי בירורין.

חסיד » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:44 pm

· #234472
ליינענדיג דא די תגובות פון די 'גאסן יונגען' (אלע וואס זענען נישט 45 זיי זענען די נוטאלע 'גאס'!) איז פשוט נתפעל צו ווערן וויאזוי מען קען נעמען דעם תורה דעם אמת און אלעס ארום און דאמפען און איגנארירן אלץ פארן צוועק פון 'אונז האמיר א רבין'
רבותי, א איד האט גאזאגט פארן אני שלום אז לידועה טאמער וועט ער נישט אויף הונדערט פראצענט פאלגן דעם פסק טראגט ער די אחריות פון דעם עתיד פון הליכה לבי''ד אויף זיך לזמן ארוך מאוד!
יעצט בלייבט נאר צו זען צו פרעשור פון רבנים, בריוו פון הגר''ח קנייבסקי, לחץ פון נגידים, די שווארצע שאצונג פון די לויערס אויף אויסזוכטן אין קאורט, ועל כולם א טאטאלער PR דורכפאל (ביי די נארמאלע מענטשן, נישט די גאס וועמנס באשלוס האט נאר מיט שנאה וכדומה) צוזאמן מיט א ברעקל יראת שמים וועט ברענגן צו די געווינטשענע רעזולטאטן!

פליישיגער » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 6:40 pm

· #234506
נתן מנחם
פליישיגער
צד באבוב 48 דארף ווען יעצט צו זיין זייער רואיג און צופרידען, פארוואס קלאפען זיי אהן ביי אלע צימערן פין רבני חוץ לארץ מיט גרויסע בערזלעך?

זיין זייער רואיג? וואס עפעס אונז האבען דא א סוכסוך וואס א איד האט אונז געריפען צו דין תורה צוצונעמען אונזער הויז און אלעס וואס אונז פארמאגען אונז האבען בלית ברירה געמיזט צאלען פאר א טייערע לאנגע דין תורה (רבנים, טוענים, נציגים) און צום סוף שרייט די תובע אז ער קלערט פון נישט פאלגען די פסק בית דין! און איך זאל זיין רואיג? ביסטו פון קאפ געפאלן? באבוב גייט טוען אלעס און ממש אלעס אין די וועלט זיי צו צווינגען צו פאלגען. טראסט מיר דאס וועט זיין א זייער פעינפול טריטמענט טאמער וועט מען דארפען צווינגען א איד וואס ריפט זיך א (אני שלום) רבי פון חסידים פשוט צו פאלגען א דין תורה וואס ער איז געווען די תובע און גע'חתמ'ט שטרי בירורין.

אלעס פיין און וואויל, אבער וואס איז דאס גיין פארלייגען גרויסע סומעס געלט פאר רבנים צו פרעשורען אויף צו נעמען א צד נגד רבי מ''ד (מסתמא זענט'ס שוין אזוי מורגל פינעם גאנצען פירן די ד''ת)

חסיד » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:27 am

· #234603

אויב דאס איז דיין איינציגע סטראטעגיע שטייט באבוב גאר גוט! ב''ה! באבוב איז אין די גדולות אויב מוז מען זאגן פלאטקעס מיט לאקשן צו פארענטפערן דעם שטורמישן אויפברויז וואס הערשט ביי רבנים און סתם ערליכע אידן, אז א קהלה בישראל נעמט די חוצפה ארויסצוגעבן א ספר קעגן א בית דין בישראל, און צעגערט ארום מיטן אויספאלגן א פסק, און נעמט עס יעצט אן נאר ווייל דער פרעשור איז אומדערטרעגליך גרויס, און אפי' דאס נאר טיילווייז און למחצה ולשליש! כ''ק הגה''ק מהר''ש זצוק''ל האט כידוע פארלוירן א די''ת ביי הגר''מ פיינשטיין, און הגם ער האט געהאלטן אנדערש, האט ער נישט געדריקט קיין תשובה, אדער ספרים, ועאכו''כ נישט ארומגעשלעפט די פיס נאר געפאלגט און שוין, ראו מה בין בני לבן חמי!

moshe613 » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:50 pm

· #234660
רבינו אדמו"ר מהר"ש זצ"ל האט אויפגענומען דעם הרב לעווין אלס ר
אברהם דב לוין

הרב אברהם דב לוין
הרב אברהם דב לוין (נולד בשנת תש"ח, 1948) הוא אב"ד בית דין לדיני ממונות בירושלים.

תוכן עניינים [הסתרה]
1 תולדותיו
2 ספרים ופרסומים
3 לקריאה נוספת
4 קישורים חיצוניים
תולדותיו[עריכת קוד מקור | עריכה]
נולד בתקופת מלחמת השחרור בירושלים לרב ברוך יצחק לוין ולזהבה, בת הרב אברהם יצחק טיקוצ'ינסקי, בעת שהתגוררה משפחתו בביתו של הרב מבריסק לאחר שנאלצה לעזוב את מקום מגוריה בשכונת מקור חיים ששכנה באזור ספר. הסנדק שלו היה הרב יצחק אייזיק הלוי הרצוג.

למד בתלמוד תורה "יבנה" בירושלים, בישיבת תפארת צבי ובישיבת פוניבז'. בשנת תש"ל עבר לישיבת בריסק בירושלים, ששכנה בבית שבו נולד. היה מתלמידי הרב יוסף דוב הלוי סולובייצ'יק מירושלים. בשנת תשל"א נישא לצפורה, בת הרב אברהם שוורץ. לאחר נישואיו התגורר בבני ברק ולמד בכולל תפארת ציון ובכולל לדיינות "שבט מיהודה" בתל אביב בראשות הרב אפרים בורודיאנסקי והרב חיים גדליה צימבליסט.

בשנת תשל"א הוסמך להוראה. בשנת תשל"ב שימש בבית ההוראה של הרב נסים קרליץ בבני ברק. בשנת תש"מ עבר בחינות לדיינות ברבנות הראשית, וקיבל כושר לרבנות מהרבנים הראשיים לישראל הרב אברהם אלקנה כהנא שפירא והרב מרדכי אליהו.

ב[size=200]שנת תשמ"ט כיהן תקופה קצרה בראשות קבוצת אברכים במוסדות באבוב בבת ים.[/size] כאשר נפטר אביו באלול תשמ"ט עבר למלא את מקומו בראשות כולל "ישיבת מקור חיים", וכן מילא את מקומו כדיין בבית הדין לדיני ממונות בירושלים.

משנת תש"נ נשא בכמה תפקידים ברבנות ירושלים. תחילה כיהן כרב הממונה על נישואי עולים חדשים. משנת תשנ"א רב שכונה בירושלים. משנת תשנ"ב - אב בית דין לממונות ולבירורי יהדות; משנת תשנ"ה - מנהל אגף הנישואין; ומשנת תשס"ה - רב ופוסק כללי.

בשנים תשנ"ח – תש"ס השתתף כחבר בוועדה לבירור יהדות לעולי מדינות חבר העמים ברבנויות המקומיות בני ברק ובאר שבע. בשנת תש"ס הקים את מערכת רישום הנישואין של "שארית ישראל" בבני ברק. בין השנים תש"ס – תשס"ה כיהן כרב מחלקת הנישואין במועצה הדתית בפתח תקווה.

עומד בראש "בית דין ירושלים לדיני ממונות ובירורי יהדות", השוכן ברחוב חיי אדם בירושלים, שהוקם בשנת תש"ס.

הרב לוין הוא חתן פרס הרב קוק לספרות תורנית לשנת תשס"ח (2008). ערך ופרסם עשרות מאמרים בכתבי העת המעיין, "צהר" ועוד, וכן בספרי "הלכה ורפואה". סדרת "פסקי דין" שלו מופיעה בפרויקט השו"ת. בין השנים תש"מ – תשנ"ג היה מעורכי האנציקלופדיה התלמודית, בעיקר בסדר טהרות ובחלק חושן המשפט שבשולחן ערוך.

בנו, חיים מרדכי, נפטר בגיל 38 בשנת תשע"ד, אחרי מחלה ארוכה.

ספרים ופרסומים[עריכת קוד מקור | עריכה]
עבודת לוי, על מסכת זבחים, בני ברק, תשל"ו
פסקי דין בדיני ממונות ובבירורי יהדות (שנים עשר כרכים), תשנ"ג – תש"ע
פסקי דין א – ב, תש"ס
סדר מכירת חמץ ובהמה המבכירה לגוי כמנהג רבני ירושלים, ניסן תשס"ה

moshe613 » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:50 pm

· #234661
רבינו אדמו"ר מהר"ש זצ"ל האט אויפגענומען דעם הרב לעווין אלס ראש הכולל חושן משפט אין קרית באבוב בת ים.

<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%91%D7%A8%D7%94%D7%9D_%D7%93%D7%91_%D7%9C%D7%95%D7%99%D7%9F">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%99%D7%9F</a>

נתן מנחם » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:49 pm

· #234681
moshe613
רבינו אדמו"ר מהר"ש זצ"ל האט אויפגענומען דעם הרב לעווין אלס ראש הכולל חושן משפט אין קרית באבוב בת ים.

<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%91%D7%A8%D7%94%D7%9D_%D7%93%D7%91_%D7%9C%D7%95%D7%99%D7%9F">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%99%D7%9F</a>

רבינו האט אויפגענימען רמ"ד אלס א מגיד שיעור אין מתיבתא אמאהל אויך. דאס מאכט איהם נאכנישט באבוב'ער רבי.

און לשיטתך אז עס מיינט יא עפעס. איז דאך דער חכם לעווין א נוגע און קען נישט פסק'נען אין די באבוב'ער סוכסוך

חסיד » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 3:22 pm

· #234701
סתם לופטיגע שטותים, ווער איז דער לעווין, אה האסט געטראפן אויף וויקיפידיע! זאג נאר הגאון הגדול הצדיק מרן ר' חיים קנייבסקי שליט''א קוקסטו אויך נאך אויף וויקיפידיע?!

BLOOMINGBURG NY » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 7:27 am

· #234889
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=75927">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=75927</a>

נתן מנחם » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 8:35 am

· #234897
דער אני שלום רבי איז זיך געגאנגען אנפרעגן ביי די גדולי ישראל צו באקומען א היתר מערער צו זיין אויף די פסק. און פארשעהמטעהייט האט ער באקומען א פראסק אין פנים מיט א גראבע ברחל בתך הקטנה איסור מערער צו זיין אויף די פסק און ח"ו גיין צו ערכאות.
ווי האב איך ענק געזאגט עטליכע מאהל: ער וועט זיך אליינס באגראבען און אט דא האט איהר נאך א פאל ווי ער האט זיך אליינס באגראבען.

המשך יבא

נתן מנחם » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 11:46 am

· #234921
עס איז דא אויף טעיפ ווי די פירער פון די פארלירערס כ"ק אדמו"ר מאני (שלום?) זאגט דיע שמייליגע ווערטער צו א רב אויף די טעלעפאן די וואך "עס גייט מיך נישט אהן אויב אלע בתי דינים אין די וועלט וועלען זיך פארמאכן, איך דארף טוהן וואס איז גוט פאר מיר" עכ"ל.

קאמענטארען זענע איבריג!

משולם שטיינפעלד » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 1:34 pm

· #234934
אדער ברענגסטו פרוף דערצו, אדער מער פרטים איבערן שמועס, אז נישט איז עס אזוי קראנט ווי אלע מעשיות פון ביידע צדדים

ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 6:57 pm

· #234967
[ציטאט אראפגענומען]

במחילת כבוד תורתו פארשטיי איך נישט דעם בריעף ס'איז לאו רישא סיפא ולאו סיפא רישא ,און די רישא זאגט ער אז ער מישט זעך נישט אריין ,און אין די סיפא זאגט ער אז דער ד''ת איז געווען ע''פ דין און מען דארף פאלגן צד רמ'ד זאגט דאך אז דער ד''ת איז געווען שלא כדין , איי ער האט מברר געווען אז זיי זענען נישט גערעכט ,ער זאגט דאך אז ער מישט זעך נישט,אפשר ווייסט ער נישט דער מצב הד''ת אין אין אמעריקא , און קען זעך נישט פארשטעלן און קען זעך נישט פארשטעלן אז רבנים מפורסמים זאלן מעוות דין זיין, אפשר מיינט ער טעקע דאס אז אויב איז געווען א ריכטיגע ד''ת דארף מען פאלגן אזוי וואו ער זאגט ''מחובת הציות לד''ת'' וואס אוואדאי איז דא אזא חובה, עכ''פ ע''פ הלכה טאמער איז נישט געווען קיין אויסגעהאלטענע ד''ת און די שטרי ברורין איז בטל געווארן כטענתם ,איז זיי דער בריעף גארנישט מחייב ,און כ'ווייס נישט בכלל צו וואס זיי דארפן חתימות .

שושן פורים » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:35 pm

· #234974
בין איך דער איינציגסטער דא וואס עקלט זיך פון די גאנצע באבובע חזיריי??!!!

כמיין, כאפט א בליק אויף סאטמאר, איינעם אינטערעסירט בכלל ווער ס׳ריפט זיך סאטמאר? מ׳שלאגט זיך אויף ריעל סטאף הונדערטע מיליאנען, משפחות זענען נישט צופראסקעט, משה גבאי קען אריינוואקן אין הופער צו א קידוש , חיים שלמה פישער קען גיין צו זכרים אין ראדני, חיים יושעלע קען גיין צו יעדע ארוינישע חתונה, וכדו׳

איז פארוואס אין באבוב פראסקעט מען זיך ווי קליינע קינדערלך? איך בין עכט- ניין איך בין עכט, ב״צ איז א לוזער - מ״ד איז א גרעסערע, צו וואס???!!!

נאר אז מקען זיך הארגענען ווי ערוואקסענע אויף העווי קעש פעלט נישט אויס זיך צו שלאגן ווי בעיביס ואידך פירושא זיל גמור, ומכלל הן אתה שומע....

אויסגערוט » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:16 pm

· #234994
שושן הזהרו בדבריכם ווען איך האב אזוי געטענהט פאר א קורצע צייט צוריק האבן זיי כמעט געמאכט די דאך פאלן אויף מיך

דולה ומשקה » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:41 pm

· #234999
די שאלה איז נאר צו הרמ"ד איז דער וואך פרשת חי' שרה אריין צום טיש צום לעצטן מאל אלץ 'באבוב רבי' אדער נישט, תו וועט ער אריין קומען קומענדיגע פרייטאגטס צו נאכטס צום טיש אויך אלץ באבוב רבי.

מיטוואך פרשת תולדות הבא עלינו לטובה וועט מען וויסען מער פונקטליך ווי מ'האלט אויף דער וועלט. וועק מיר נאר אויף בזמן הרבינו תם, ביז מינוטן ביפאר קען זיך נאך זאכען טוישען...

בארא פארקער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:42 pm

· #235000
שושן פורים

נאר אז מקען זיך הארגענען ווי ערוואקסענע אויף העווי קעש פעלט נישט אויס זיך צו שלאגן ווי בעיביס ואידך פירושא זיל גמור, ומכלל הן אתה שומע....

@שושן פורים כ'וויס נישט טאמער די ווייסט, באבוב האט זיך שוין געלאגען אויף די ריעל סטאף מ'האט זיך שוין געשלאגן אויף געלט אין בנינים, איין זייט איז געוואנען הכל בכל מכל כל, פון די גרויסע ביהמ"ד ביז די לעצטע שראפעל אין בעיסמענט פון אנטווערפענע מקווה,
יעצט האלט מען ביי די צווייטע חלק, ווי אזוי די אנדערע מעגן זיך רופן,
איי סאטמער קריגט זיך נישט בכלל אין די נאמען? נו, זיי האבן נאכנישט גענדיגט זיך אויסשלאגן אויפן קעש אין בנינים 😉

פליישיגער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:52 pm

· #235006
:BobovTxt: RT @ibuffu: Bobov 45 has paper signed by 40 gedolim that 45 dose not have to listen to psak

שושן פורים » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:13 pm

· #235017
בארא פארקער
שושן פורים

נאר אז מקען זיך הארגענען ווי ערוואקסענע אויף העווי קעש פעלט נישט אויס זיך צו שלאגן ווי בעיביס ואידך פירושא זיל גמור, ומכלל הן אתה שומע....

@שושן פורים כ'וויס נישט טאמער די ווייסט, באבוב האט זיך שוין געלאגען אויף די ריעל סטאף מ'האט זיך שוין געשלאגן אויף געלט אין בנינים, איין זייט איז געוואנען הכל בכל מכל כל, פון די גרויסע ביהמ"ד ביז די לעצטע שראפעל אין בעיסמענט פון אנטווערפענע מקווה,
יעצט האלט מען ביי די צווייטע חלק, ווי אזוי די אנדערע מעגן זיך רופן,
איי סאטמער קריגט זיך נישט בכלל אין די נאמען? נו, זיי האבן נאכנישט גענדיגט זיך אויסשלאגן אויפן קעש אין בנינים 😉

אההההה!!! הייסט עס אז נאר נאך מ׳האט געוואונען די עסעט״ס האט מען אנגעהויבן זיך צו שלאגן אויף די נאמען, אין סאטמאר איז נאר א טעכנישע פראבלעם אז מ׳האט נאכנישט געסעטלט אויף די קעש אבער בעצם שטייען ביידע זייטן קאמפס גרייט אז ווי נאר מען איז קלאר איבער די בילדינגס קומט א העפטיגע מלחמה איבער ווער סאיז סאטמאר זענטא אדער ווער סאיז סאטמאר 152 אדער גאר 14-13.

אדאנק פארן זוי שיין מסביר זיין

סאו וואט » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:03 pm

· #235029

דו סיבה פארוואס זיי שלאגען זיך ווי בעביס, איז וויבאלד זייער רב, רבי שלמה לברשטאם ז"ל האט אריינגעלייגט ווייניג קאנפידענס און זיינע חסידים, האבענדיג אליין קעמפלעקסעס מיט זיין בעיבישע חסידות, וואס זייער הלכה מנהגים איז געבויט נאר אויף אפאר מעשיות פון באבוב צאנזעה דזשיקוב קאמינקא זיידע, און דעטס איט. דארט ווי ס'נישטא קיין תורה נישטא קיין חכמה.

משה פיטות » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:32 am

· #235054
נתן מנחם
עס איז דא אויף טעיפ ווי די פירער פון די פארלירערס כ"ק אדמו"ר מאני (שלום?) זאגט דיע שמייליגע ווערטער צו א רב אויף די טעלעפאן די וואך "עס גייט מיך נישט אהן אויב אלע בתי דינים אין די וועלט וועלען זיך פארמאכן, איך דארף טוהן וואס איז גוט פאר מיר" עכ"ל.

קאמענטארען זענע איבריג!

מראה מקום? לינק ?

משה פיטות » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:36 am

· #235057
איין זאך וואל איך פארשטיין פארוואס האט ר' חיים קניבסקי געשריבן א בריוו? זייט ווען מישט ער זיך אין די חסידשע דרעק?
קאן מיך איינער דאס מסביר זיין?

מאיר הערש » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 7:22 am

· #235105
שושן פורים
בין איך דער איינציגסטער דא וואס עקלט זיך פון די גאנצע באבובע חזיריי??!!!

כמיין, כאפט א בליק אויף סאטמאר, איינעם אינטערעסירט בכלל ווער ס׳ריפט זיך סאטמאר? מ׳שלאגט זיך אויף ריעל סטאף הונדערטע מיליאנען, משפחות זענען נישט צופראסקעט, משה גבאי קען אריינוואקן אין הופער צו א קידוש , חיים שלמה פישער קען גיין צו זכרים אין ראדני, חיים יושעלע קען גיין צו יעדע ארוינישע חתונה, וכדו׳

איז פארוואס אין באבוב פראסקעט מען זיך ווי קליינע קינדערלך? איך בין עכט- ניין איך בין עכט, ב״צ איז א לוזער - מ״ד איז א גרעסערע, צו וואס???!!!

נאר אז מקען זיך הארגענען ווי ערוואקסענע אויף העווי קעש פעלט נישט אויס זיך צו שלאגן ווי בעיביס ואידך פירושא זיל גמור, ומכלל הן אתה שומע....

יא עס עקלט געפערליך. דאס איז וואס איך האלט אין איין זאגן. א איד וואס פארגינט נישט א צווייטן, קען נישט קיין רבי און זיכער נישט קיין באבובער רבי ווי ר' שלמה זצ"ל איז געווען. כולו שלי איז מידת סדום.

מארקוס » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:22 am

· #235130
מאיר הערש

יא עס עקלט געפערליך. דאס איז וואס איך האלט אין איין זאגן. א איד וואס פארגינט נישט א צווייטן, קען נישט קיין רבי און זיכער נישט קיין באבובער רבי ווי ר' שלמה זצ"ל איז געווען. כולו שלי איז מידת סדום.

אהא, און רמ״ד, ער איז דער פארגינער, ווייל ער פארגינט גאנץ באבוב פאר זיין פעטער!
כ׳פארשטיי.
זאג נאר, וואס גענוי האנדלט זיך דער דין תורה?
אה! כ׳דערמאן מיך. רמ״ד ״פארגינט נישט״ אז זיין פעטער איז באבובער רב, און און אז זין פעטער האט אלע בנינים. רמ״ד, ״ער״ וויל זיין באבובער רב, און ״ער״ וויל האבן אלע בנינים. דעריבער איז ער געלאפן אין קוירט... דאס האט עם טאקע זיין עלטער שווער אויסגעלערנט, אז דער צוגעקומענער אייניקל זאל גיין אין קוירט און ארויסווארפן זיין באליבטע זוהן פון זיין ביהמ״ד. דאס הייסט לויט דיר ״פאריגנען״. און רמ״ד, עם פאסט שוין יא צו זיין באבובער רבי.

מאיר הערש » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:01 am

· #235142

יא, רמ"ד פארגינט עס זאל זיין מער ווי איין באבוב. אים ארט נישט עס זאל זיין 10 באבובס, יעדן מיטן זעלבן נאמען. ער האט קיינמאל קיינעם נישט ארויסגעווארפן פון זיין ביהמ"ד אפילו זיי זענען "אפיציעל" 48 חסידים. פארוואס? ווייל ער איז א מענטש. א גוט הארציגער און פארגינער. ער, אלס איידים, האט די זעלבע רעכט איבערצונעמען די רביסטעווע ווי זיין פעטער, דער ברודער. נישט נאר די זעלבע רעכט, נאר דאס איז גענוי ווי דער ממלא מקום פון דער זיידע ר' נפתלי צבי האט געטון.
זיין פעטער, אבער, וויל זיין דער איינציגער באבובער רבי מיט אלע בנינים - כולו שלי, כולו שלי, כולו שלי. זיין איינרעדן אז עס קומט אים אלעס איז אן עקל. ס'איז דא גענוג גרויסער עולם צו צעטיילן פאר עטליכע רביס.
וואס זאגסטו ליגן? ווער האט ארויסגעווארפן וועמען פון ביהמ"ד און געמאכט א גרויסער חילול ה'?

שושן פורים » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:34 am

· #235149
זיך שלאגן אויף בנינים איז העכסט נארמאל און אדרבה!! זאך מען זיך פראסקענען עד זוב דם, ס׳הייסט פון ביידע צדדים האבן מענטשן געגעבן געלט צו בויען, ביידע האלטן אז זיי זענען די ריכטיגע ממשיכי דרכו, איז נישט מער ווי נארמאל אז יעדער זאל שרייען כולו שלי.

אבער די נאמען???? הו קעירס!! סך הכל א ביליגע קינדערישע תאוות הנצחון וואס האט נישט קיין שום פשט אין די היסטאריע פון לאגיק, סקומט צו וויינען (כוואלט ווען געוואלט לאכן אבער וואס זאל יאך טאן אז די נער איז מיינס) עצמי ובשרי, מיינע שכנים, ידידים באקאנטע פון ביידע צדדים ארויפגעקוקטע מענטשן (געוועזענע) , דיינים, ת״ח , ביזנעס לייט שטייען און פייטן ווי בעיביס?!?! איך בין עכט, מגייט ענק צופיקסען ווייזן ווער סאיז עכט ב-א-ב-ו-ב , מענטשן גייען נישט צו אייגענע קינדערס שמחות , פארוואס? ווייל ער האט די חוצפה בקטנות מוחו צו האלטן אז די פעיקע באבוב איז גאר די עכטע?? געוועזענע פריינט וואס זענען דם שונאים בלויז פאר די חוצפה פון טאנצן תנו שבח אפאר גאסן ארויפציר ווי ער וואלט ווען געוואלט?!?! רחמנא לצלן? להיכן הגענו??

שוין!!! כאשוינישט קיין כח!!!

שושן פורים » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:43 am

· #235152
פארציילט מיר איינער אז שפאצירענדיג אין וויליאמסבורג טרעפט ער צוויי צובליטיגטע אינגעלייט פארברענגען געמיטליך, זייענדיג נייגעריג גייט ער צו צו זיי פרעגנדיג, וואס שמועסט מען דא? ענטפערן זיי, גאנישט מרעדט פון ביזנעס, זיך נישט קענענדיג איינהאלטן פרעגט ער, און וואס איז די בלוט?? אה, די בלוט? פריער האט מען גערעדט פון סאטמאר.

והמבין יבין

מאיר הערש » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:53 am

· #235157
[ציטאט אראפגענומען]

דו האלטסט פונקט ווי די לינקע ציוניסטן - למען השלום זאל מען אוועקגען גאנץ ארץ ישראל - אדער כאטש ירושלים און נאך א פאר הויפט שטעט - פאר די אראבער. אז נישט פירט זיין זיך נישט אויף ערוואקסן און מען איז פונקט אזא לוזער. 😕
למען השלום זאל רמ"ד אוועק געבן גאנץ באבוב פאר רב"צ.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18