☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

885 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18

בשבילי! » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 8:07 pm

· #237485
יא הרב שאר. ער איז געווען בידידות מיט הק' הרב טברסקי הי''ד

אביסעל שכל » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:42 pm

· #237502
א שוטה

בארא פארקער » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:11 pm

· #237511
יא, ס'דא א ריקארדינג, ס'ליגט צוזאמען מיט ר' מנדל שאפראן'ס ריקארדינג. והמבין יבין

petergrifin » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:36 am

· #237521
אביסעל שכל
א שוטה

אײנער מיט ״אביסל שכל״ רופט אן א צװײטער שוטה.

גאליציאנער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:47 am

· #237538
בשבילי!
📎 IMG-20141124-WA0022.jpg

אמאל האב איך געוויסט אז "כל מילתא דעבידא לגלויי - לא משקרי בה אינשי". אבער קוקט אויס אז דאס איז נאך א ראי' אז מ'האנדעלט נישט מיט "אינשי" נאר גאר עפעס אנדערש.

אדרבה קלונג אן "חזק" האטליין וועסטו הערן די הרב אברהם שאר'ס דרשה און הערן אז ער דערמאנט נישט די נושא בכלל.
קלינג אן הרב יחיאל באב"ד און פרעג עם צו ער האט געשריבען אזא בריעף.
קלינג אן הרב מענדל שפרן און פרעג עם "פינקטליך" וואס ער האט געזאגט.
קוק נאך די מעשים פון באבוב 45 און לאז מיך וויסען צו ס'האט שייכות מיט "שלום", איך רעד פון מעשים וואס נישט יעדער האלט מיט אויפ'ן מינוט למשל "אלע" ספרי תורה, בג"ץ און א"י, קורט אויף מחנה גילה, קורט אויף טרעידמאר"ק וכדו', איך רעד נישט פון באסעס און סיינס וכו' וואס מ'קען מיט דעם ווייזען א שיינע פנים פאר די low infomation voters

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:38 pm

· #237731
גאליציאנער

אוי, אזוי טיפיקל, און ס'איז הפלא ופלא ווי נארמאלע מענטשן קענען נאך קויפן די לאקשן תורות!

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 5:10 pm

· #242757
גראנטיג פאלגט נישט. זיי לייגן א ווידיא פון רב''צ הדלקת הנירות, זיי שרייבן ''באבוב (48)"

חסיד » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:32 pm

· #245216
אין איין שורה
מסביר צו זיין דעם לאגא און די אנדערע לאגאס אין איין ליין איז אזוי:
היות מיר שעמען זיך מיטן אנגעריסענעם (תרתי משמע) נאמען,אבער בעצם האבן מיר די תורה מיטן פסק בי''ד אין דער ערד, אבער מוזען דאך ווייזן א שטיקל פנים פאר אונזערע אוהבי נפש 'די גאס', טוט מען די מינימום אבי צו יוצא זיין (וי''א יוצא בשן ועין, והמבין יבין!)

chusid » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:56 pm

· #245224
איך האב נישט קיין מיינוג איבער די גאנצע באבובע מחלוקה אבער די קונצן מיטן לאגא איז נישט געפאלגט די דין תורה. זיי האבן דאך קלאר דאס געוואלט אפהאלטן פון געשען. אין מיין דיקשאנערי הייסט דאס נישט געפאלגט די פסק דין

כנור » פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:52 pm

· #245463
ווען באבוב 48 זאל איין האלטען דער פסק און באבוב 45 נישט, וואלט געקענט זיין טענות פארוואס טוהט באבוב 45 נאר דער מינימום (הרב ראזענבערג האט דאך געזאגט אז עס איז גוט און גענוג). אבער למעשה האלט נישט באבוב 48 איין זייער חלק פונעם פסק אז זיי מוזען רופען דער אנדערע באבוב "באבוב-45", איז אלזא וואס פארא טענות קען מען צו באבוב-45 האבען.

באבוב 48 רופט אן דער אנדערע באבוב "45" פלעין, און זענען מדגיש 45 און דעטס אול, זענען נישט גורס באבוב בכלל און טייל רופען זיי נאך אלץ קארטשין (נגד הפסק); איז פארוואס דענמאלט טאר נישט באבוב 45 מדגיש זיין דער "באבוב" און פארוואסערען דער "45"? מען וויל דאך זיי באראבעווען זייער איידענטיטי!

למעשה האט מען עס פארויס געזעהן אז 48 וויל נישט קיין שלום בשום אופן, און אויפען פסק איז טאקע דא צוויי עיקולים; איז למעשה קיין גילטיגע פסק נישט דא; נאר באבוב-45 האט געטוהן לפנים משורת הדין; קען דאך נישט קומען דער וואס טוהט נישט אפילו די מינימום און פארלאנגען אז יענער זאל טוהן דער מאקסימום! און ווען ער זאל יא טוהן וואס די פארלאנגסט וועסטו דען שוין יא מאכען שלום?!

בקיצור, די ווילסט איינעם שלאגען און פארלאנגסט אז ער טאר זיך נישט באשיצען! דאס טוהען נאר די אראבער; זיי מעגען שיסען אנשים נשים וטף אבער מדינת ישראל טאר נישט הרגענען זייערע טעראריסטען, און דער וועלט נעמט זיך נאך אן פאר זיי! די נוצרים שרייען אז מיר זענען נישט די אידען, מיר זענען נישט געווען ביי מתן תורה; די אראבער שרייען אז אין ארץ ישראל זענען קיינמאל נישט געווען קיין אידען, און א בית המקדש איז קיינמאל נישט געשטאנען; און דער וועלט איז אויפען בעסטע אופן "נוטראל" ווי א סאך ליינערס דא!

טייערע chusid; אז די וועסט אריין טראכטען וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט. וואס איז דיין נוטראלקייט ווערט, ווען די זעהסט ווי מען בא'עוולט א גאנצע קהילה, א הייליגע קהילה, און דער "עלטצטע" זוהן פונעם מהר"ש זי"ע! איז ער נישט אויך געווען א זוהן!

און א סוד וועל איך דיר זאגען (צווישען פיר אויגען) אז דער באבובער רבי פון 45 איז גרייט צו א סאך מער ווי עס שטייט אין פסק אויב ער זאל נאר האבען מיט וועמען צו גיין צום טיש. געהערט האביך (איך קען עס נישט קאנפירמען) אז ווען ר' משה חיים מאנדעלבוים איז אוועק האט רבי מרדכי דוד געקרעכצט אז "עס איז שוין נישט דא מיט וועמען צו גיין צום טיש". דער האפענונג איז געווען אז ר' משה חיים (וואס איז געשטארבען פון צער פון זעהן דער פועל יוצא פונעם ספליט) וועט נאכען פסק ארבעטען אויף שלום, און ער וואלט זיכער אזוי געטוהן טאמער ער וואלט געלעבט. יעצט אבער זענען זיי געבליבען נאר מיט אינגעלעך וואס ווייסען נישט דער אל"ף בי"ת פון באבובער חסידות, און וואס עס מיינט שלום און מענטשליכקייט.

נישט דא מיט וועמען צו גיין צום טיש.

מארקוס » זונטאג יאנואר 4, 2015 9:34 am

· #245633
.

מארקוס » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:39 pm

· #245663
כנור

כנור טייערע:
ראשית כל, ענדליך האט מען דערלעבט, אז ביסט מודה אז ענק פאלגן נישט דער די״ת.
לאמיר גיין צוביסלעך.

באבוב פאלגט נישט דער די״ת - מען רופט ענק ״45״.
באבוב וויל נישט שלום - באבוב וויל ענק נישט קענען.

דער ערשטע מקיים צו זיין דער ערשטער חלק פון דער פסק איז געווען באבוב, און אן קיין שום שהיות, האט מען געצאלט די ערשטע התחייבות.
אבער לאמיר גיין לגופו של ענין:
באבוב רופט ענק בלויז 45 - דו נוצט דאס אלס א היתר, אז ענק מעגן זיך רופן באבוב, און באהאלטן די 45.
1. דער פסק איז מחייב יעדער צד, נישט קיין חילוק צו דער אנדערע צד פאלגט יא צו נישט.
2. ענק רופן 45, איז נישט קיין עולה. ענקער חסידות ״הייסט״ באבוב45. לאמיר עס קלאר ארויס שרייבן, דער נאמען פון ענקער חסידות באשטייט פון נישט איינס, עס באשטייט פון 4 ווערטער ״באבוב פינעף און פערציג״, תולדות אברהם יצחק האט 3, ענק האבן 4.
לאמיר עס דיר געבן בעסער צו פארשטיין.
דער ״באבובער דרך״ - וואס ענק האבן אזוי ליב, איז אין באבוב. ענקערע דרך, ענקערע מנהגים, ענקערע רבי, רביצין, רב, ענק אליינס, הכל בכל מכל כל הייסט מער נישט באבוב, ענק זענען נישט באבוב, ענק זענען ״באבוב פינעף אין פערציג״
כזה:
באבוב פינעף אין פערציגער דרך
באבוב פינעף אין פערציגער מנהגים
באבוב פינעף אין פערציגער רבי
באבוב פינעף אין פערציגער רביצין
באבוב פינעף אין פערציגער רב
באבוב פינעף אין פערציגער חסיד

ניין, שעפעלע, פינעף אין פערציגער איז ״נישט״ קיין היכר, און נישט קיין העקער ווי רמ״ד וויל, עס איז א חלק פון ענקער נאמען. ענק זענען אדורך געגאנגען א שינוי השם פראסידזשער, וואס מען מאכט פאר א חולה מסוכן, עס איז א פיינליכע פראצעדור, מען וויל נישט מודה זיין דערין, ס׳נעמט צייט זיך צוצוגעוויינען, ס׳איז א ביטערע פיל, אבער ענק וועלן און גייען עס אראפשלינגען.

באבוב, איז א חסידות וואס איז באזירט אויף די דרך ומנהגי רבוה״ק לבית באבוב
באבוב פינעף אין פערציג, איז א נייע קאנצעפט, א פריש געגרינדעטע חסידות דורך רמ״ד און ר״י רובין, וואס רעדן זיך אז זיי גייען בדרכי די שוועיער זכרוינע לבכאאכעע.

דער פסק דין, פארלאנגט אז יעדער איינער מוז אנערקענען און רופן דער צווייטן צד מיט ריכטיגן נאמען.
באבוב45 מוז רופן באבוב מיט נאמען באבוב, און קיין שום צונאמען.
באבוב מוז רופן באבוב45 מיט נאמען באבוב45 און קיין שום צונאמען.

דא שאפט זיך א שטיקל פראבלעם:
באבוב פינעף אין פערציג איז א לאנגע נאמען, 4 ווערטער, ס׳נעמט אויף זעהר אסאך, ווען מען וויל דערציילן א ווערטל וכדומה.
א פראבלעם!

למעשה איז דא נאך אן אישו.
רמ״ד, דער רבי וואס ענק טענה׳ן איז מורא׳דיג איבעגעגעבן צו זיינע חסידים, האט געמאכט דער 90סטן טאג א באשלוס.
ס׳איז געווען 3 צדדים.
1. נישט פאלגן דער די״ת.
2. צו פאלגן דער פס״ד ווי א נאמנארמאלעאלע מענטש, יוד, זיך צו קלויבן א נארמאלע נאמען ווי ״צאנז-באבוב״, וואס קלינגט שיין, ס׳מאכט סענס, אנהייבן פון פריש וכו׳ וכו׳ אלעס וואלט געווען צופרידן.
3. אויסנארן דער וועלט מיט׳ן עולם. מען גייט זיך רופן ״באבוב45״ שם מ״ה, היכר, העקער. זאלן זיך מיינע חסידים באגראבן פאר בושה, באהאלטן די 45 בארבע קצות הדעזיין, אבי מען זאל דעם פעטער נישט רופן באבוב, נאר באבוב48.

דיין טייערע רבי, האט נישט געטראכט פון דיר, ער האט נישט געטראכט פון זיך, ער האט געטראכט פון זיין פעטער צו מאכן דער באשלוס.
נישט קיין חילוק, וויאזוי ער איז געקומען צו דער מסקנא. כהיום זענטס עטץ ״חסידי באבוב פינעף און פערציג״.

יעצט לאמיר צוריקגיין:
דער מנהג העולם, אז חסידות׳ן וואסן האבן לאנגע נעמען, נוצט מען דער לעצטע נאמען, ס׳איז פשוט גרינגער און שנעלער. קיינער ווערט נישט באליידיגט, ס׳איז אקסעפטעבל.
נעם א משל ווי ״צאנז קלויזנבורג״ - מען רופט זיין קלויזנבורגער חסידים, קלויזנבורגער רב, קלויזנבורגער ביהמ״ד. קיינער ווערט נישט באליידיגט.
צאנז גריבוב, דער איז דער גריבוב רב, און דעטס איט. ווער רופט עם צאנז גריבוב, אפילו ער אליינס נישט.
תולדות אהרן - זיי זענען די אהרעלעך, א גוטן טאג, אזוי גייט עס, כ׳האב נאך נישט געהערט קיין קאמפלעינט.

פון אט דעם דרינג איך ארויס צוויי זאכן:
1. מען דארף נישט נוצען ״אלע״ 4 ווערטער פון ענקערע נאמען, צו רופען ביי די לעצטע איז נארמאל, און אז מען גיבט דיך די 3 לעצטע ווערטע, זאלסט פילן גוט, עס איז ״ענקערע נאמען״. יא! באבוב איז ״נישט״ ענקערע איידענטיטי, ״באבוב״ איז ״אונזערע״ איידענטיטי, ענקערע איידענטיטי איז ״באבוב פינעף און פערציג״. אזויווי ס׳איז נישט דא נאך איינער וואס אבד״ק פינעף אין פערציגף אדער חסידי פינעף און פערציג, דעריבער איז 45 גאנץ א גוטע איידענטיטי פאר ענק, און ווי דערמאנט אז עס אקסעפטאבעל אין דער גאנצע וועלט - זיי נישט אנדערש, וויין נישט.

אבער יעצט קוק ווי די רבש״ע פירט א וועלט:
ווען רמ״ד ואלט זיך געקליבן דער צווייטער אפציע, זיך צו רופען ״צאנז באבוב״, וואלט מען ענק דאך גערופען ״באבוב״, ווייל דאס איז דער לעצטע ווארט, ווי דערמאנט. אוי וואלט ער אפגעטוען זיין פעטער! ענק וואלטן זיך גוט געפילט, אונז וואלטן געפלאצט, וואס וואלטן ענק געמאכט נאך בעסער פילן (כ׳ווייס אז די גייסט עס לייקענען). און וואלטן זיך געמוזט שטאפן דאס מויל. און ענק וואלט זיך גוט געפילט מיט א נארמאלען נאמען.
נו! איז געקומען רמ״ד און האט זיך גערופען באבוב45.
יעצט איז ער פינעף און פערציגע רבי. ענק באהאלטן די 45 אין ווינקלען, ענק שעמען זיך דערמיט.
ענק זענען געבליבן ״קרח מכאן וקרח מכאן״

כ׳מיין אז ס׳איז גאנץ קלאר, אז ענק צו רופען ״45״ איז נישט קיין עולה מצד דער פס״ק, ווייל עס איז נישט א ״צונאמען״ עס איז א חלק פון ענקער נאמען, ס׳איז נישט אויסגעשמועסט, אז מען מוז ארויס זאגן דאס ווארט אינגאנצען, און אויב נישט האט מען נישט יוצא געווען.
אבער, ענק זאלן רופן באבוב, באבוב48, צו בלויז 48, דאס 100 פראצענט אין קעגנזאץ פון דער די״ת.

יצעט לגבי ענקערע קאנסטאנטע געשריי ״וואס טוט באבוב פאר שלום״

לאמיר עס מאכן קורץ:
וואס האט רמ״ד געטוען פאר שלום?
געגאנגען צו ערכאות - למען השלום
געגאנגען צו בג״צ - למען השלום
חרוב געמאכט קעמפס - למען השלום
גע׳גנב׳ט פראגרעמס פון באבוב - למען השלום
גענוצט גענוי די זעלבע נעמען פון די מוסדות - למען השלום
גלייגט עיקולים ווי נאר מעגליך - למען השלום
פראלקאמירט אז מען דארף נישט פאלגן דער דין תורה - למען השלום
געפאלג אזוי איינצרעדן די גאס - למען השלום
וכו׳ וכו׳

וואס האט באבוב געטוען פאר שלום?
געאפפערט פשרות - למען המחלוקת
ערלעדיג בית יעקב ווי ענק זאלן קענען דאווענען - למען המחלוקת
זיך געבעטן ביי ענק צו פאלגען דער פסק געהעריג - למען המחלוקת
געצאלט אן קיין מאנקי ביזנעס - למען המחלוקת
מען רופט ענק באבוב45 אדער 45 כנ״ל - למען השלום

אבער ניין, דאס איז נישט שלום, דאס האט באבוב געטוען פאר מחלוקת!
וואס ענק טוען, יהיה מה שיהיה, אז למען השלום.
וואס אונז טוען = מחלקות.

ר׳ יוד, חוץ פון ״פלאטקענען״ ״אני שלום״ און ״והמבין יבין״, האט רמ״ד נאר געארבעט למען המחלוקת, דריי נישט קיין קאפ.
באבוב האט קלאר געזאגט פאר ר׳ שלמה פרישוואסער, וועט ער פאלגן געהעריג, וועלן זיך די רבי׳ס טרעפן און ס׳וועט זיין שלום.
אבער געוואיר ווערנדיג ווי רמ״ד לויפט מאכן עיקולים, האט ער שוין אויך מודה געווען, אז רמ״ד אז דער וואס וויל נישט קיין שלום.

ווי אזוי עס זאל נאר זיין.
ר׳ מרדכי דוד האט דער שליססעל פון שלום.
נישט באבוב, און נישט ר׳ משה חיים מאנדלבוים אין קבר.
״זאגן אז ער איז ״גרייט״ פאר א סאך מער, איז פשוט ״געפלאטקעוועט״, חוץ פון שרייען שלום האט ער נאר געטוען למען המחלוקת.

רמ״ד, דארף פשוט איין טאג באשליסן, אז מען גייט פאלגן דער פסק, אין קונצן, וועסטו זעהן ווי עס וועט זיין שלום.
״והמבין יבין״
דו ווייסט וואס דאס מיינט?
אויב די פארשטייסט וואס איך שרייב, דאן ביסטו א מבין און אויב נישט...

chusid » זונטאג יאנואר 4, 2015 2:54 pm

· #245704
וואס איז דע צוויי עיקולים פון וואס כנור רעדט?

גאליציאנער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 12:14 pm

· #263802
[ציטאט אראפגענומען]

ביי סלונים איז נישט געווען א דין תורה. דער שווארצע האט אליין פארשטאנען אז ער מיז זיך טוישען און האט זיך באגעניגט מיט דער אנדערע אויסשטעל. און טאקע דערפאר איז עס דער איינציגער מחלו' וואס האלט זיך מיט דער זעלבע שטארקע שנאה צענדליגע יאר וואס איז א שטארקע פלא. און דער תי' איז אז ווען מ'וואלט געגאנגען און די"ת און געצווינגען זיך צו טוישען וואלט זיך אסאך שנעלער באראויגט דער שנאה.

אויף טשערנאביל ווייס איך נישט, סך הכל רעדט מען פון 50 מענטשן, און אפי' ס'איז יא געווען א די"ת הייסט עס נישט "רוב" אקעגן דער רשימה פון גרויסע ערענסטע חסידות'ן וואס ביי יעדער איינס פון זיי, האט מען געהייסען טוישען.

איך גלייב נישט אז דער בלעזא האט זיך געשטעלט פארן עדה"ח, אויב יא ברענג א צעטיל אדער עפעס.

שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:12 pm

· #266282
אינטערעסאנט וויאזוי כולל שומרי החומות האט זיך אן עצה געגעבן מיט'ן פסק. אויף ר' יושע רובין שרייבן זיי סתם אבדק"ק און אויף זיין ווייב שרייבן זיי הרבנית מבאבוב וויבאלט ס'דאך נישטא קיין פסק אז זי מעג זיך נישט רופן באבוב סתם
📎 CBi_YznUIAAn2O8.jpg

חסיד » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:30 pm

· #266847
שמעון וואלף
אינטערעסאנט וויאזוי כולל שומרי החומות האט זיך אן עצה געגעבן מיט'ן פסק. אויף ר' יושע רובין שרייבן זיי סתם אבדק"ק און אויף זיין ווייב שרייבן זיי הרבנית מבאבוב וויבאלט ס'דאך נישטא קיין פסק אז זי מעג זיך נישט רופן באבוב סתם

נאר קלאר צו מאכן, אין פסק שטייט יא והן כל בעלי משרה.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:30 pm

· #266885
און וואס איז די משרה פון די רבנית פונ'ם אבדק"ק?

חסיד » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:17 pm

· #267060
שמעון וואלף
און וואס איז די משרה פון די רבנית פונ'ם אבדק"ק?

צו טיילן קניידל פארעמס שביעי של פסח

ברוך שאמר » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:01 am

· #270416
שמעון וואלף
אינטערעסאנט וויאזוי כולל שומרי החומות האט זיך אן עצה געגעבן מיט'ן פסק. אויף ר' יושע רובין שרייבן זיי סתם אבדק"ק און אויף זיין ווייב שרייבן זיי הרבנית מבאבוב וויבאלט ס'דאך נישטא קיין פסק אז זי מעג זיך נישט רופן באבוב סתם

איך פארשטיי זייער קלאר פין וועלכע פין דע צוויי באבעוו מען רעדט דא lol

נופת צופים » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:00 pm

· #270709
Re: BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

מארקוס » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:00 pm

· #271223
מבחינת דער פסק פון דער דין תורה, וואלט זי געדארפט חתמענען ״באבוב-45׳ער רעביצין״.
אירע חתימה, איז ווי ״כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א 45.״ וואס יעדער פארשטייט, אז נישט דאס האט דער פסוק געמיינט.
מצד השני ברענגט עס ארויס ווי שטארק זיין שעמען זיך מיט׳ן מאדנע געקליבענע נאמען ״באבוב-45״.

ווי אזוי ס׳זאל נאר זיין. כ׳גלייב נישט אז באבוב וועט מאכ׳ן אן עסק דערפון.
די גאס (עקסקלודינג, די שרייבערס דא פארשטייטצעך, און די פאר אידיאטן וואס פארגעינען נישט באבוב) און צוביסלעך אויך די געוועזענע באבוב׳ער חסידים עליהם השלום, הייבן זיך אויסצולערנען זייערע נייע ״איי-די״.
מיט די צייט, וועט עס שוין ווער סעקנד נעיטשער.
איטס דזשאסט א מעדער אוו טיים.

נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:19 pm

· #271230
Re: BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!
איים סארי. כ'האב נישט געמיינט אריינצוטרעטן אין צימעס. סארי. פעך.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:56 pm

· #271276
מארקוס
מבחינת דער פסק פון דער דין תורה, וואלט זי געדארפט חתמענען ״באבוב-45׳ער רעביצין״.
אירע חתימה, איז ווי ״כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א 45.״ וואס יעדער פארשטייט, אז נישט דאס האט דער פסוק געמיינט.
מצד השני ברענגט עס ארויס ווי שטארק זיין שעמען זיך מיט׳ן מאדנע געקליבענע נאמען ״באבוב-45״.

ווי אזוי ס׳זאל נאר זיין. כ׳גלייב נישט אז באבוב וועט מאכ׳ן אן עסק דערפון.
די גאס (עקסקלודינג, די שרייבערס דא פארשטייטצעך, און די פאר אידיאטן וואס פארגעינען נישט באבוב) און צוביסלעך אויך די געוועזענע באבוב׳ער חסידים עליהם השלום, הייבן זיך אויסצולערנען זייערע נייע ״איי-די״.
מיט די צייט, וועט עס שוין ווער סעקנד נעיטשער.
איטס דזשאסט א מעדער אוו טיים.

די מעשה איז אבער אז די זעלבע וואס זאגן באבוב 45 זאגן אויך באבוב 48 אם כן מה הועילו חכמים בתקנתם

מארקוס » מאנטאג מאי 4, 2015 12:34 pm

· #272352
די מיינסט די ״תקנה״ וואס רמ״ד האט מתקן געווען!
באבוב האט געוואלט אן אנדער ״תקנה״ וואס רופט זיך ״צאנז-באבוב״ אדער עני אנדערע נאמען...
לפי זה איז דיין פראגע גאר געצילט צו דיר אליינס...

גאלד » מאנטאג מאי 4, 2015 1:09 pm

· #272366
"באבוב" איז א עטניסיטי, ס'א בעקגראונט, א מהלך החיים, דהיינו דאס איז דער טיפישער גאליציאנער בארא פארקער חרדי, וואס איז זיך נוהג כפי הדרכות מהר"ש מבאבוב זצ"ל מיקם ועולה חסידי באבוב אחר החורבן.

פון אט דער עטניסיטי זענען היינט מאנכע חסידים פון ר' בנציון שליט"א און מאנכע פון ר' מ"ד שליט"א, די לעבל 48/49 טוישט נישט קיין טראפ פון דעם מציאות,

אזא גאטונג פון די ריזשענע רביס קיינער הייסט נישט ריזשן, אבער יעדער איז זיי מקבל אלס "א ריזשענער" סארט רבי/חסידות און אירע אייגנארטיקייטן,

petergrifin » מאנטאג מאי 4, 2015 1:40 pm

· #272385
Re: BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!
ער וויל עס נישט פארשטיין.

יושב בסתר » מאנטאג מאי 4, 2015 4:42 pm

· #272447
גאלד
"באבוב" איז א עטניסיטי, ס'א בעקגראונט, א מהלך החיים, דהיינו דאס איז דער טיפישער גאליציאנער בארא פארקער חרדי, וואס איז זיך נוהג כפי הדרכות מהר"ש מבאבוב זצ"ל מיקם ועולה חסידי באבוב אחר החורבן.

פון אט דער עטניסיטי זענען היינט מאנכע חסידים פון ר' בנציון שליט"א און מאנכע פון ר' מ"ד שליט"א, די לעבל 48/49 טוישט נישט קיין טראפ פון דעם מציאות,

אזא גאטונג פון די ריזשענע רביס קיינער הייסט נישט ריזשן, אבער יעדער איז זיי מקבל אלס "א ריזשענער" סארט רבי/חסידות און אירע אייגנארטיקייטן,

דער בויאן'ער רבי רופט זיך נישט רוזין'ער רבי נישט די סאדיגרא אין נישט די בוהוש'ער, דאך זענען אלע רוזין'ער רבי'ס.

petergrifin
ער וויל עס נישט פארשטיין.

והמבין יבין!

חאצקעל שניידער » מיטוואך מאי 13, 2015 10:41 pm

· #274926
Re: BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!
גייט ערעפלעין באבוב (מלפנים באבוב 48) באיקאטירן חברת הצלה?

חסיד » מאנטאג יוני 15, 2015 4:52 pm

· #282788
הפלא ופלא ווי לפנים משורת הדין מ'טוט אלץ למען השלום! ממש א קידוש ד'!

petergrifin » מאנטאג יוני 15, 2015 6:04 pm

· #282812
Re: BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!
@חסיד דו באקומסט א ביפ יעדעס מאל מען זאגט די ווארט באבוב?

איש את רעהו » מאנטאג יוני 15, 2015 8:31 pm

· #282855
ווען מען רעדט פון די פריערדיגע אדמורי''ם זי''ע זע איך אז מען דערמאנט נאר באבוב סתם

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 15, 2015 10:29 pm

· #282906
וואס האסטי געוואלט, מ'זאל שרייבן אויף מהר"ש כ"ק אדמו"ר מ'באבוב-45 ז"ל?

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג יוני 15, 2015 11:20 pm

· #282913
שמעון וואלף
וואס האסטי געוואלט, מ'זאל שרייבן אויף מהר"ש כ"ק אדמו"ר מ'באבוב-45 ז"ל?

אוודאי
אין 45 זאל מען אזוי רופן אין שרייבן.. אין ביי די אנדערע זאל זיין פשוט .... נישט אזוי...

מארקוס » דינסטאג יוני 16, 2015 10:19 am

· #282961
גאנץ איינפאך.
איינס אויפן פירמא צעטיל שטייט
״באבוב45״ נתייסדה ע״י כ״ק מרנן רבותה״ק זצוקללה״ה

ר׳ יוד! וועלכע מרן רבותה״ק האבן מייסד געווען קהל באבוב-45?
כמדומני די צוויי מרנן לעבן נאך.

אויב דערמאנען זיין דער באבובער רב ז״ל, וואלטן זיי טעכניש געדארפט שרייבן כ״ק אדמו״רים מבאבוב זצ״ל.
אזויווי ווען א בעלזער, סאטמארער, גערער, וויזניצער דערמאנען דעם באבובער רב ז״ל שרייבן זיי אדמו״ר מבאבוב, און ווען זיין שרייבן אדמו״ר זצ״ל מיינט עס דער בעלזער, סאטמארער, גערער וויזניצער רבי זצ״ל - וואס לעבט שוין נישט.
ה״ה מיט די באבאפינעפונפערציגער, ווען זיין דערמאנען אדמו״ר זצ״ל, פארשטייט יעדער רעכטדענקיגער אז דא האנדלט זיך פון אדמו״ר מבאבאפינעפונפערציג זצ״ל, אבער אזא פיגור ביז דערווייל באשטייט נאכנישט.
אבער דאס אלס א חלק פון זייערע ״וויתור״ למען ״השלום״... וואס שפעטער ארויסגעברענגט אינעם בריוו...

אבער כ׳פארשטיי זייערע ווייטאג...

petergrifin » דינסטאג יוני 16, 2015 11:55 pm

· #283175
און איך פארשטײ דײן װײטאג.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18