Bobov & Bobov
518 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1223
אוהב ספריםלכבוד הרב פאפריקא
איך ווייס נישט וואס האט דיר אזוי ארויף געברענגט די בלוט אין קאפ אז די שפרינגסט און די האסט מיר געשיקט אין אישי די פאלגענדיגע הודעה
אבער איך האב דיך פארפאקט צוזאמען מיט וועמען די ארבעסט פאר, איך בין דא מפרסם די הודעה, כדי דער עולם זאל זעהן
אזהרה
געשיקט געווארן: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:41 pm
דורך פאפריקא
מיר ווייסען ווער דו ביסט
זיך נישט אז דיין תולדות און בילדער זאלן ארומפליען
האב רחמנות אויף דיין פאמיליע און קינדער
[ציטאט אראפגענומען]
איך זע יין שרף ציטערט שוין אויף זיינע ביינער
איך ווייס אליינס נישט ווער איך בין, איך ווארט שוין לאנג איינער זאל מיר עס מגלה זיין...!
אויב פאפריקא האט טאקע געשיקט די סטראשע גיי פארשטיי פארוואס ער באקומט נישט תיכף ומיד א חסימה טובה לחיים ולשלום.
קיבל.
איך זעה אז דער עולם איז גאר אנגעצויגן, אז עס קומט באלט א פסק דין.
וויל איך לאזן וויסן פאר אלע ידידים, אז עס איז זיך נישט דא וואס צו זארגען. כ'האב יעצט באקומען א באריכט פון די הויכע פענסטערס, אז זיי טוהן כל מה שביכלתם אז בשום אופן זאל קיין פסק נישט זיין.
מ'קען כעת נאכנישט ארויסגעבן אלע דיטאלען אבער אזויפיל קען מען זאגן אז מ'זוצט שוין מיט די גרעסטע לויערס און ליטעגעטרס, פרטים יבואו.
באבובעראיך זעה אז דער עולם איז גאר אנגעצויגן, אז עס קומט באלט א פסק דין.
וויל איך לאזן וויסן פאר אלע ידידים, אז עס איז זיך נישט דא וואס צו זארגען. כ'האב יעצט באקומען א באריכט פון די הויכע פענסטערס, אז זיי טוהן כל מה שביכלתם אז בשום אופן זאל קיין פסק נישט זיין.
מ'קען כעת נאכנישט ארויסגעבן אלע דיטאלען אבער אזויפיל קען מען זאגן אז מ'זוצט שוין מיט די גרעסטע לויערס און ליטעגעטרס, פרטים יבואו.
איך זעה אלעמאל ווי דו האלסט דיך ביי דיינס אז עס גייט נישט זיין א פסק. הלוואי ביסטו גערעכט. אבער דער מצב זעהט אויס יעצט ביטער פאר אונז.
עס האט אויסגעזען אהנהייב וואך אז די פסק קומט ארויס דיע וואך. איך מיין אז יעצט האלט עס ביי פרשת נצבים.
איך האף אז דו ביזט גערעכט
לויט מיין ידיעה הייסט עס אז בי"ד האט שוין געשריבן די פסק. זיי האבן עס געאימעלט צו רב בערגער אז ער זאל עס מגיה זיין. זיי קענען פסקנן אהן אים אויכערט ווייל אויב דריי רבנים חתמנען איז עס גילטיג.
פסק איז כדלהלן:
1. נאר איין באבוב, צד רמ"ד דארף צולייגן א כינוי אלץ היכר. עס גייט הייבן באבוב45. די 45 מוז זיין די זעלבע גרויס ווי די אויתיות באבוב, און די זעלבע פאנט.
2. צד רב"צ איז די איינציגסטע באבוב בכל העולם. (אפילו נאר אין ב"פ האט מען געחתמט שטרי בירורין, אבער די רביס האבן ביידע געחתמט און זיי דארפן פאלגען בכל העולם)
3. בנינים אלעס בלייבט ביי צד רב"צ.
4. געלט הייסט עס אז צד רמ"ד באקומט 7 מיליאן פלאס א שיבושל.
צד רמ"ד טוט אלעס אין די וועלט צוריק האלטן אז די פסק זאל נישט יוצא זיין לידי פועל. אבער כנראה אז עס גייט זיי גארנישט העלפן. אבער אפילו חרב חדה מונחת על צוואריך אל יתייאש עצמו מן הרחמים. ותן בלב המלכות (מאן מלכי רבנן) ושריו ויועצין עלינו לטובה.
לאמיר נעמען א דעת הקהל:
דריגט דא פארן poll.
<a class="postlink" href="http://vote.pollcode.com/81465748#sthash.0Qxa7kQb.dpuf">http://vote.pollcode.com/81465748#sthash.0Qxa7kQb.dpuf</a>
לכאורה וועט די נאמען פון אשכול זיך אויך מיזען טוישען צו bobov & bobov45 ????
נתן מנחםלכאורה וועט די נאמען פון אשכול זיך אויך מיזען טוישען צו bobov & bobov45 ????
רעדט דיך איין!
אפשר וועל איך דארפען טוישען מיין ניק אויכעט? הע.
די פלענער אנטוויקלען זיך זייער שנעל, ס'גייט זיין גוט.
אונז וועלן גיין עד הסוף!!
[ציטאט אראפגענומען]
קלילא טיערע,
דיין נאמען זאל דיר לייכט מאכן.
איך האב דיר שוין פריער געבעיטהן טעיק עיט איזי.
קיין פסק קומט נישט ארויס.
אט אט........ גייט מען צושמעטרן די בי"ד המשוחדים.... איץ אין די וורקס.
קיין חילול השם און קיין כפוית טובה וועט נישט זיין.
והכול על מקומו יבא בשלום.
באבובער דיינע ווערטער זענען ווי שטעך ווערטער אין מיינע אוירען. די מציאות זעהט נישט אויס אזוי. די רבנים פארן מיט א באלדויזער אין ווילן פון אונז מאכן 'כבישי ברוקלין' (לשונו פון אריק שרון). מען גייט אונז איבערפארן מיט א טרעקטאר טרעילער. קען זיין אז עס גייט זיין א נס. אבער דערווייל איז חרב חדה מונחת על צווארינו. מיר ווען בע"ה איבערלעבן די פאטש, אבער נישט מיט דינייעל. אז מער וועלן אדרעסירן די פאטש קענען מיר זיך מחזק' זיין. אבער אז מער וועלן לייקענען, וועט די פראסק ווי טוהן צעהן מאל מער.
לאמיר זיך יעצט קאנצעטרירען אביסעל וויאזוי עס זעהט יעצט אויס די מיטונג פון צד ר' מרדכי דוד'ל:
די הויכע קעפ מאכען א שטיקעל רשימה פון פראבלעמען וואס מען מוז מסדר זיין און אדורך רעדן מיט די אורים ותומים וויאזוי מען גייט זיך אן עצה געבן:
א) וואס טוט מען מיט א. דייטש וואס מען איז שולדיג 17 מיליון דוללער און דא באקומעט מען נאר 7, וויאזוי קען מען גאראנטירן אז ער וועט זיך נאך באווייזען פאר די נעילת החג בילדער אויפן גאניק פון דעם רבין'ס שכן?
ב) וויאזוי וועט מען באצאלען אלע וואס מען האט געבארגט געלט אויף דעם חשבון???
ג)וואס וועט מען פארקויפען פאר אלע אונזער גולמים יעצט? תשס"ה האט מען זיי געזאגט ביז א וואך האט מען צוריק די מתיבתא בנין. זיממער תשס"ה האט מען זיי צוגעזאגט די קעמפס. תשס"ח האט מען זיי איינגערעדט אז מען גייט באקומען די נייע בנות ציון בנין מיט עטרת גאלדא (אהן הרב באבד'ס השגחה). תשע"א האט מען זיי איינגערעדט אז מען גייט באקומען די שטח אויף 48 סטריט נעבן אלטע ביהמ"ד. תשע"ג האט מען זיי איינגערעדט אז טאקע נישט קיין בנינים נאר 35 מיליון דולר מיט מתיבתא קעמפ!! תשע"ד האט מען אנגעהויבן פאנטאזירען וואס מען וועט טוען מיט די 35 מיליון דולר? א ריזיגע ביהמ"ד וואס וועט לייגעך בעלזא ירושלים צו שאנד.
ועכשיו מה נענה??? וואס וועלען מיר יעצט דערציילען פאר די צווייטע קלאס געוועזענער באבובער בירגער (פארוואס באדערט זיי דאס טיטול די מערסטע? די אמת טוט וויי??) ????? פאר 7 נישטיגע מיליונערס קען מען קוים באצאלען די קאסטבארע דין תורה??? א בנין בויען איז דאך אפגערעדט?
די הייליגע רבי פארוויקלט זיך אין זיין טלית, די פנים ווערט בארשט רויט און דעקט צו די פנים מיט די הייליגע הענט און בעהט דעם גבאי אריינצוברענגען די צאנזער רב'ס קאפל און די גארטעל פון שינאווער רב די הויזען טראגערס פון דעעשער זיידע די און אלטע פאהר זאקען פון ר' יעקב איטשע דאמבראווער און ווערט פארטראכט פאר א וויילע......................
נאך 15 מינוט הייבט זיך אויף די רבי און זאגט ארויס איין ווארט פון זיין מויל: ערכאות!
דאס איז דאך די בעסטע עצה, מיט איין שטיין צו הרג'נען צוויי פייגעלעך. די בעלי חובות וועלען ווארטען, א. דייטש וועט ווייטער קומען צו נעילת החג, די חסידים וועלען זיך ווייטער איינרעדן אדש וועט אונז געבן די בית המדרש, מקוה (כאטש איין בור) קעמפס, ת"ת, אפילו די נייע בערגעמענט שטח וכו,
נו פרעג איך אייך, איז דאס נישט די אורים ותומים פון אונזער דור????
כאטש איך האלט אז דער מצב איז ביי אונז ביטער, פיל איך פאר וויכטיג צו קלאר מאכן פאר דיר, טייערע באהאלטענער ניק אונטער די נאמען פון נתן מנחם.
דו ווייסט אז ביי אונז איז די עולם נישט געקומען ווייל מען געזוכט בנינים. אזוי אויך נישט ווייל מען געזיכט באקוועמליכקייט. אזוי אויך נישט ווייל מיר האבן געזיכט די גרויסע עולם. יעדער האט געוויסט (י"ב אדר תשס"ה) אז קיין איינער פון די דריי איז נישטא ביי אונז. דאס מיינט נישט אז מיר האבן געהאלטן אז אזוי איז ריכטיג.
למעשה יעצט זעהט אויס איז די צייט וואס ביי רב"צ איז מקויים אז ער איז א ..... וואס השעה משחקת לו.
אבער געדענק די ווערטער פון די פריערדיגע רב ז"ל:
א גאנצע נאכט שלאכט מען נישט. זיין צייט גייט קומען. ער גייט אויך נאך איין טאג כאפן זיינס. וויאזוי ווייס איך נישט, אבער ברור אז ער גייט אויך כאפן זיינס.
אזויווי איך בין א באבובער וויל איך דיר זאגן קלאר:
1. איך גיי נישט טוהן צו דיר וואס דו טוסט יעצט צו אונז. איך גיי מיר פירן אזוי רבינו האט אונז געלערנט אז מען טאר נישט וויי טוהן קיין שום איד אפילו ער איז דיין שונא.
2. איך בין דיר מוחל בלב שלם. איך וויל נישט אז עס זאל דיר שאטן אויף דעם וואס דו גיסט יעצט זאלץ אויף די וואונדען וואס האלטען זיך אינמיטן מאכן.
אני הק' ווייט פיש האב זירא שייכות צו באבוב דירעקט אבער צו צאנז האב איך יא א שטארקע געפיל
ווער עס קען אביסעל די הייליגע פייער און קאך פון די צאנזע רב'ס תשובות (וואס איז אגב שטארק צו פארדאנקען די באבובע משפחה וואס האבן עס אפגעדריקט) וואס די גזע פון באבוב איז דאך א צאנזער אפשטאם
איז ''ברור לכל'' אז די שרעקליכע עיוות הדין און השפלה פון אזא צדיק ווי המהרנ''צ זצ''ל וואס האט בפשטות ובתמימות געדינט דעם באשעפער און זיך מקריב געווען פאר זיין טאטענ'ס קהילה אט די פארברעך וועט נאך ארויסקומען לעין כל פריער אדער שפעטער
אט די הייליגע צאנזע אמתער ברען פאר'ן אויבערשטען און פאר צדק ויושר וועט נאך אפרעכענען זיך פון די מעוותי ומקלקלי הדין.
9 יאהר זוצן אין בי״ד, אין די גאנצע וואס 48 קען ארויפצווינגען אויף 45 איז א סימן היכר צום נאמען באבוב????
48 שרייבט דעם פסק אהן די אהנוועזנהייט פין צד 45, 48 האבן אלע דריי דיינים אויף ענקער זייט, ממש א חלום פין יעדן בעל דין, אין דאס איז די גאנצע???
moshe6139 יאהר זוצן אין בי״ד, אין די גאנצע וואס 48 קען ארויפצווינגען אויף 45 איז א סימן היכר צום נאמען באבוב????
48 שרייבט דעם פסק אהן די אהנוועזנהייט פין צד 45, 48 האבן אלע דריי דיינים אויף ענקער זייט, ממש א חלום פין יעדן בעל דין, אין דאס איז די גאנצע???
משה, ביסט א גוטער ספינער, אבער שתי תשובות בדבר אחד חכם ואחד.. איין אמת'ע און איין לדבריכם.
דער אמת איז אז די גאנצע פסק איז שוין געשריבען געווארן פאריאהר חודש שבט, פאר ענק האבען אהנגעהויבן מאכן קונצען, יעצט איז נאר די מכה בפטיש אויף געוויסע פרטים וואס מ'האט דעמלסט נישט צוגענדיקט.
לדבריכם וואלט מען געזאגן אז אויב בי"ד זיצט נאר מיט אונז און אכ"ז מאכן זיי נאר א היכר, מיז זיין אז בי"ד איז משוחד פאר 45, און בע"כ איז דאס א עיוות הדין, בלא בלא בלא
שמיעסענדיג מיט חברים די באמאכטע נייעס וועגן ד י די"ת האט איעדע סברות אהין און צוריק.
בקיצור אין מיטן געט מען א פרעג אויב 48 קומט יעצט און זאגט אז ווער ס'וויל קען יעצט צוריק
קומען און מען נעמט זיי אויף בסבר פנים יפות ווער גייט? נישט קיין איינער איז געווען אינטערסירט.
In Bobov anyone that LEFT is a GONEER
they don't want to hear, see and think of you.
Gone Gone Gone
chulem vaiter griffen
הרה"ג ר יהושע פירער איז יעצט געווען ביי הרה"ג ר שלמה מיללער פון טאראנטא פרעגן היתכן צד רמ"ד פארריפט זיך אז ער גיבט א היתר צו גיין אין ערכאות? ער האט געענטפערט לא דים ולי יער ער האט זיי נישט געגעבן אז היתר. זיי ניצען זיין נאמען שלא ברשותות ער האט געזאגט זיי האבן געריפען נעכטען אבער קיין היתר האב איך זיי נישט געגעבן.
הרה"ג ר' מענדל שאפראן האט זיי קלאר געזאגט היינט אינדעפרי אז זיי טארן נישט גיין אין קאורט, ער האט געזאגט בזה הלשון "שלינגטס עס אראפ און גייטס ווייטער עס האט נאך קיינמאל און קיינער נישט מצליח געווען צו איבערדרייען א פסק דין אין ניו יארק קאורט (חוץ איינס ווי די דיינם זענען געזעצן זונטאגס און דאס איז קעגן די געזעץ.) און די חילול ד' וועט זיין ריזיג" עכ"ל
נתן מנחם ביטע נישט זיין א מכנה שם לחבירו ובפרט א רבי פון פילע חסידים, א רבי וואס האט אסאך מאס תורה אריינגעברענגט אין א ק''ק בישראל ביטע נעמט אראפ דעם שם כינוי.
עס האט נאך קיין רבי נישט געהאט א שענערע נסיעה קיין ארץ ישראל וכו' מיט יענעם געבן א צונאמען
איך פערזענליך האב נישט קיין כח פאר ערכאות.
די פאקט איז אז יעדער זאך וואס מען האט ביי אונז געטוהן צו מענאווערן די דין תורה צו אונזער זייט האט נישט געהאלפן.
גיין צו ערכאות גייט אונז מער קאליע מאכן ווי ווען אונז גייען פאלגען די דין תורה ווי גרויסע קינדער.
יא מיר האבן/גייען פארלוירן (אפשר נישט-אפילו חרב חדה אל יתייאש מן הרחמים), און מיר מוזען פאלגען.
חוץ אויב מיר באקומען א היתר בכתב וואס מען קען מפרסם זיין.
שוין געענדיגט מיט די דין תורה! גענוג צייט פארברענגט יעצט לאמיר אנהייבען די לאנג ערווארטערטע מחלוקה בתוך כת של רמ"ד צווישען די הייליגע שוואגערס רבי (אונגער) מיט די רב (רובין) [עס איז כדאי צו דערמאנען א שיין ווארט פון כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ אויף זיינע צוויי איידימער: צעווישען מיינע צוויי איידימער ריהט די באשפער, אזוי ווי עס שטייט לא לנו ד' לא לנו]
פארוואס האט רמ"ד נשט קיין שליסעל אדער קיין צוטריט צו די מהרנ"צ'ס הויז אויף 15 עוועניו? איז ער נישט א יורש?
פארוואס זענען רמ"ד חופה'ס מער נישט אויפ'ן פארטש פון כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ זצ"ל הויז?
פארוואס איז רמ"ד געפארן אפאר וואכן צוריק קיין מאנסי אויף שבת נאכדעם וואס ער האט געהערט אז ר' יהושע'לע רובין גייט דארט פירען א שבת לכבוד די געבורט פון זיין איר אייניקעל?
פארוואס האבען רוב קארטשינער בתי מדרשים און מוסדות איבער דער וועלט אראפגענימען אזוי אומבאמערקטערהייט פון זייער לעטערהעד די ווערטער "בראשות הגה"צ אבד"ק"??
פארוואס פארקויפט רמ"ד'ס איידים (און עווענטואל ממלא מקום) חיים ברוך הלברשטאם די חמץ שטילערהייט פאר די עכטע רמ"ד חסידים?
פארוואס גייען מער נישט די צוויי רעביצין'ס אונגער און רובין צוזאמען אויף שמחות ( א זאך וואז זיי פלעגען נארג יין צוזאמען)?
ועוד ועוד
ווייט פישנתן מנחם ביטע נישט זיין א מכנה שם לחבירו ובפרט א רבי פון פילע חסידים, א רבי וואס האט אסאך מאס תורה אריינגעברענגט אין א ק''ק בישראל ביטע נעמט אראפ דעם שם כינוי.
עס האט נאך קיין רבי נישט געהאט א שענערע נסיעה קיין ארץ ישראל וכו' מיט יענעם געבן א צונאמען
אנטשולדיגט עס איז געווען א טייפא. אבער א גוטע!
wow
נתן מנחם ארבעט אהן א פעסטע מחלוקה ביי יענעם'ס זייט
זאג נאר אזוי דערשראקען ביסטו פון צד רמ''ד אז זיי זענען מילא אזעלכע לוזער'ס?
matovu
I know that genius. No one is dreaming.
זעהט אויס אז דו ביסט יא נתן מנחם
נתן מנחםווייט פישנתן מנחם ביטע נישט זיין א מכנה שם לחבירו ובפרט א רבי פון פילע חסידים, א רבי וואס האט אסאך מאס תורה אריינגעברענגט אין א ק''ק בישראל ביטע נעמט אראפ דעם שם כינוי.
עס האט נאך קיין רבי נישט געהאט א שענערע נסיעה קיין ארץ ישראל וכו' מיט יענעם געבן א צונאמען
אנטשולדיגט עס איז געווען א טייפא. אבער א גוטע!
צוויי מאל די זעלבע טייפא
??????
שוין נישט לאזן דער ניק וואס וויל דיגרעידן נתן מנחם פארפירן די אשכול. אז ער וויל קען ער אהנהייבן א נייע אשכול
טעות
Breaking ! Psak will be out soon
DTF
את אשר יגרנו בא
יא איך האב עס געזען
און נישט אזויווי
@באבובער האט געזאגט
נתן מנחם, קענסט מיר מסביר זיין די טיפקייט פון די לא לנו ווארט? איך כאפ עס נישט.
📎 1408674781.jpg📎 1408674747.jpg
📎 1408674800.jpg
📎 1408674807.jpg
📎 1408674815.jpg
📎 1408674824.jpg
איך בין טאקע נישט קיין באבוב׳ע ,אבער איך בין נוטה לצד מהרמ"ד,פשוט ווייל זיי האבען געבראכען א רעקארד און אונזער סיסטעם.
דהיינו זיי האבען זיך אפגעטיילט פון א סיסטעם,זיי האבען געפיפען אויף די באבוב׳ע שיינע יודען און געמאכט שבת פאר זיך.
דיע פסק איז אוודאי א גאר מיאוסע קלאפ פאר זייער שריט.
איך שטעל מיך פאר אז אשיינע פאר יודען דארטען וואס די חסידות איז זיי נוגע בנפשם (איקלאדונג דיע רבי,וואס האט גראדע א שטארקע כאראקטער). וועלען דארפען זעען א טערעפיסט,און וועלען דארפען זיך לערנען וויאזוי צו דיעלען מיט דעם.
בנוגע די די״ת איז א שאד צו רעדן,איעדער וואס האט שוין אמאל געווען אינוואלווד און א די״ת,ווייסט אז די דאזיגע דיינים און זייערע פסק דין,האט מיט די תורה קיין שום שייכות,סאיז א טעות מעיקרא צו ספענדין געלט אויף זיי.
איך מיין אז אפילו צד מהרב״ץ וועט אוכט מודה זיין אז נישט די תורה וואס די אויבערשטער האט אונז געגעבן מסיני ,האט זיי געגעבן א געוואונס.
און איך האף און איך בעט צום אויבערשטען אז מענטשען זאלען זיך עפענען די אויגען,און אפשטעלן דיע רויבעריי ביזנעס,דורך אויפהערן שטיצען דיע רויבערס.
(סאיז ליידער זייער שווער זיך ארויסצוזעען פון דעם פראבלעם,ליידער איז דין תורה היינט,דאס בעסטע מיטעל צו בארויבען מענטשען,און קארט מוזטו קענען אויפווייזען,און דין תורה היינט איז די בעסטע וועג וויאזוי צו פארדרייען און מונפאלירען פאקטען,די ברויכסט נאר האבן אפאר טאלער צו באצאלען די רויבער.)
עכ״פ ווען זיי פרעגן מיך. זאלען זיך אפווישען די נאז און טרייען זיך אליינס אויפצובויען ווייטער.
ווען די רבי פרעגט מיך זאל ער זיך אויפשטעלן דעם שבת און אויסרופען,ברידער טייערע מגיי מיר מער נישט קריגען,לאמיר זיך נעמען און די האנט אריין.
די רבי האט אסאך קאוואליפיקעשינס,און זיינע ערשטע יארען פלעגט ער זיך אסאך אפגעבען מיט זיינע חסידים,ער קען אויפבויען גאר א שיינע זאך.
ביי די ענד אויף די דעי,אויב ער העט זיין שטארק און פיהרען א שיינע חסידות,און זיך אפגעבען מיט זיינע מענטשען,וועט ער זיין די געווינער,דאס איז וואס מענטשען דארפען.
מהרב״ץ קען נישט און האט נישט זיינע טאלאנטען,און טאלאנטען קעמען נישט געוואונען און די״ת.
מיינע ווערטער צו מהרמ״ד וחסידיו נאך דעם ״סיום״ פון דעם אזויגערופענע די״ת,״חזק חזק ונתחזק״ שטארקטס ענק בויעטס ענק אויף און זיייטס ענקער אייגענע געווינערס.
מהרמ״ד ווייז דיין לידערשאפט און אזא מצב,סאיז אן opportunity of growth נוץ עס.
איך בין נישט קיין באבובער און איך האב נישט קיין צד צו קיין איינע פון די צוויי רבי'ס, איך קוואט אבער איבער די ווערטער
איינגעמיירעט
מיינע ווערטער צו מהרמ״ד וחסידיו נאך דעם ״סיום״ פון דעם אזויגערופענע די״ת,״חזק חזק ונתחזק״ שטארקטס ענק בויעטס ענק אויף און זיייטס ענקער אייגענע געווינערס.
מהרמ״ד ווייז דיין לידערשאפט און אזא מצב,סאיז אן opportunity of growth נוץ עס.
ערב כ''ו אב איז א יום מסוגל
אינטערסאנט אינעם זעלבן טאג כ''ה אב וואס די בי''ד האט ארויסגעגעבן א שטורעמיש פסק איבער די באבוע נושא
איז אין דעם זעלבן טאג פאריאר ארויס א שארפע פסק דין בארה''ק וואס האט אויפגעטרייסעלט די קנאישע וועלט📎 file.jpeg
קוקט אויס ערב כ''ו אב איז א טאג מסוגל פאר אזעלכע שטורעמישע פסקי דין
ק/פ פון וואטס אופ
איך גלייב אז כ"ו אב איז די 48 יארצייט. אמת אז 45 האט געכאפט א ריק אין די אייער אזאנס וואס טוט שטארק וויי אבער די רגע זייערע חלומות פון געווינען בנינים מיט צענדליגע מעלאנעס האבן זיך גענדיגט וועלן זיי זיך אנהייבן בויען פון אלף מיט פרישע כוחות אן קיין חלומות.
אלע 45 חסידים זענען צובראכן אבער קיינער פון זיי בענקט זיך נישט יעצט צוריק צו ר' בנציון. זיי בלייבן טריי פארשווירענע חסידים פון זייער רבי און יעצט נאך מער. אויב ביז היינט האט ר' מרדכי דוד געדארפט וויינען צו זיינע גבירים פאר געלט וועלן זיי היינט קומען צולויפן און זיך לאזן קאסטן. אויב דער אינגערמאן האט ביז היינט אוועקגעגעבן פון זיינע ביסן וועט ער היינט זיין גרייט צו נעמען א הלוואה אבי צו ברענגן געלט פאר זיין רבין.
פארגעסט נישט אז ווען די 45 חסידים האבן זיך אפגעטיילט איז זיי תיכף געווען קלאר אז זיי האבן נישט קיין בנינים און אז רוב ציבור פארבלייבט דעסט וועגן דאך איז זיי אלס ווערד געווען אבי צו זיין מיט זייער רבין.
45 בויעט זיך שוין 10 יאר פאזעטיוו. טראץ אלע מיטשערייען און שוועריגקייטן זענען זיי צופרידענע מענטשן. איין שטארקע חסרון איז געווען דארט דאס איז די חלומות אז זיי גייען רייך ווערן פון די דין תורה. יעצט האבן זיי געכאפט דעם קלינגענדיגן פראסק. די פראסק וואס וועקט זיי אויף און שטעלט זיי אוועק אויף דער ערד מיט ביידע פיס אן קיין חלומות.
ווארט נאר ווארט וואס די חברה גייען יעצט באווייזן. זיי גייען וואקסן אויף די לענג און די ברייט מיט מעכטיגע בנינים און איך מעכטיגע שול די גרעסטע אין ב"פ. צענדליגע בארא פארק אינגעלייט וואס געהערן נישט דווקא צו א געוויסע פלאץ וועלן זיך איינגלידערן דארט. לדעתי וועלן זיי ביז עטליכע יאר זיין די גרעסטע שענסטע און רייכסטע חסידות אין בארא פארק מיט א רבי איז תלמיד חכם א איידעלער וואס פארטראגט זיך מיט יעדעם און פירט נישט קיין פאלטיק מיט קיינעם. עס וועט בלייבן פאר 48 בלויז צו שטיין פארגאפט פון די מעכטיגע וואוקס פון יענעם און זיך האלטן מיט א רבי וואס איז אז גאון עצום אין חסידישע מעשיות מיט טייטשלעך און צוריסן מיט די גאנצע וועלט פירט פאליטישע חשבונות מיט יעדע צווייטע קהלה / חסידות. גייט נישט צו די כינס כלל ישראל ווייל ס'איז איר הכתרה פאר סקולענע רבי וכו'
די יארצייט פון 48 איז כ"ו אב. אגב איז די יום הולדת פון 45 גראדע אויך אין כ"ו אב. לייגט דאס אוועק איר וועט מיר נאך קומען פרעגן פון ווי האסטו געוויסט?
ק/פ
.
דאס איז אלעס אויב גייט ער גיין פאזיטיוו און אננעמען דעם פסק און זאגן פאר זיינע חסידים, אזוי האט דין ד"ת גע'פסק'נט, יקוב הדין את ההר, און מ'הייב מיר אן פון דאסניי
אויב אבער גייט ער זיך קריגן און ער גייט שרייען שוחד, ווייס איך שוין נישט
עס איז קיין סתירה צו בויען פונדאסניי בנינים און בויען מיט פאזיטיווע כוחות די קהילה
און בחדא מחתא מברר זיין דעם אמת'ן דעת תורה בנוגע זיין סטאטוס, קהילת תולדות אברהם יצחק האט זיך אויך שטארק פאזיטיוו געבויט נאכן פס''ד
עכ''ז האבען זיי ארויסגעגעבן א חיבור לברר אמיתית צוואת בעל דברי האמונה, און די טענות וואס בארעכטיגען די רבי מתולדות אברהם יצחק צו זיין יורש
דא האט רמ''ד א שטארקערע שאנס צו איבערצייגען גערעכטיגקייט ווייל למעשה איז ער געבליבען מיטן נאמען ''באבוב'' ער ברויך נאר מוסיף זיין א אות צוויי, עס איז פארט שטארקער ווי קהילת תוא''י וואס האט זיך גענצליך געדארפט בייטן נאמען
לעמילק/פ פון וואטס אופ
איך גלייב אז כ"ו אב איז די 48 יארצייט. אמת אז 45 האט געכאפט א ריק אין די אייער אזאנס וואס טוט שטארק וויי אבער די רגע זייערע חלומות פון געווינען בנינים מיט צענדליגע מעלאנעס האבן זיך גענדיגט וועלן זיי זיך אנהייבן בויען פון אלף מיט פרישע כוחות אן קיין חלומות.
אלע 45 חסידים זענען צובראכן אבער קיינער פון זיי בענקט זיך נישט יעצט צוריק צו בנציון. זיי בלייבן טריי פארשווירענע חסידים פון זייער רבי און יעצט נאך מער. אויב ביז היינט האט מרדכי דוד געדארפט וויינען צו זיינע גבירים פאר געלט וועלן זיי היינט קומען צולויפן און זיך לאזן קאסטן. אויב דער אינגערמאן האט ביז היינט אוועקגעגעבן פון זיינע ביסן וועט ער היינט זיין גרייט צו נעמען א הלוואה אבי צו ברענגן געלט פאר זיין רבין.
פארגעסט נישט אז ווען די 45 חסידים האבן זיך אפגעטיילט איז זיי תיכף געווען קלאר אז זיי האבן נישט קיין בנינים און אז רוב ציבור פארבלייבט דעסט וועגן דאך איז זיי אלס ווערד געווען אבי צו זיין מיט זייער רבין.
45 בויעט זיך שוין 10 יאר פאזעטיוו. טראץ אלע מיטשערייען און שוועריגקייטן זענען זיי צופרידענע מענטשן. איין שטארקע חסרון איז געווען דארט דאס איז די חלומות אז זיי גייען רייך ווערן פון די דין תורה. יעצט האבן זיי געכאפט דעם קלינגענדיגן פראסק. די פראסק וואס וועקט זיי אויף און שטעלט זיי אוועק אויף דער ערד מיט ביידע פיס אן קיין חלומות.
ווארט נאר ווארט וואס די חברה גייען יעצט באווייזן. זיי גייען וואקסן אויף די לענג און די ברייט מיט מעכטיגע בנינים און איך מעכטיגע שול די גרעסטע אין ב"פ. צענדליגע בארא פארק אינגעלייט וואס געהערן נישט דווקא צו א געוויסע פלאץ וועלן זיך איינגלידערן דארט. לדעתי וועלן זיי ביז עטליכע יאר זיין די גרעסטע שענסטע און רייכסטע חסידות אין בארא פארק מיט א רבי איז תלמיד חכם א איידעלער וואס פארטראגט זיך מיט יעדעם און פירט נישט קיין פאלטיק מיט קיינעם. עס וועט בלייבן פאר 48 בלויז צו שטיין פארגאפט פון די מעכטיגע וואוקס פון יענעם און זיך האלטן מיט א רבי וואס איז אז גאון עצום אין חסידישע מעשיות מיט טייטשלעך און צוריסן מיט די גאנצע וועלט פירט פאליטישע חשבונות מיט יעדע צווייטע קהלה / חסידות. גייט נישט צו די כינס כלל ישראל ווייל ס'איז איר הכתרה פאר סקולענע רבי וכו'
די יארצייט פון 48 איז כ"ו אב. אגב איז די יום הולדת פון 45 גראדע אויך אין כ"ו אב. לייגט דאס אוועק איר וועט מיר נאך קומען פרעגן פון ווי האסטו געוויסט?
ק/פ
נחמו נחמו עמי
דער רמ"ד איז ביז יעצט געווען א טאטאלער דורכפאל און יעצט ווערט ער נאכמער א דורכפאל
אבער א וודאי וועט ער מיט שטארקע כוחות זיך קענען הייבן צוריק צו ווערן א שיינע צאנז-באבוב קהלה
אבער מיט המשכת בית באבוב גייט עס קיין שייכות נישט האבן
איך זעי נישט פארוואס ער זאל נישט אנהייבן פון דאסניי זיך געבן א נייע נאמען ערגעץ מבית אבותיו זיינע מענטשן זענען שוין עניוועי נישט אינטערסירט אין באבוב
אבער ווי זוי רב"ץ האט דאס אזוי גוט געמאכט דאס פארשטיי איך ניט בי"ד איז אינגאנצן לצדו און מאכן כאילו דער רנ"ץ ובניו זענען בכלל נישט קיין נומבער דא פלאי פלאים
צד רמ"ד מבאבוב-45 געגנבעט פריוואטע פאפירען
די פסק איז שווער אראפ צושלינגען אבער ס'ארויס געקומען פאפירען וואס ר' אברהם ברוך ראזענבערג האט אראפ געשריבען פאר זיך בשעת איינער פון די זיצן תשס"ט אין באבוב-45 שפרייט יעצט ארום די קאפי'ס צו ווייזען אז דעמאלטס האט ר' אברהם ברוך געהאלטען אז אונז זענען יא יורשים.
גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווי מ'שעמט זיך נישט ארויס צו געבן פני קהל ועדה אז מ'האט געגנבעט איינם מיט זיינע פריוואטע פראפירן
📎 ROSENBERG_Page.01.Ksav.Yad.jpg
שרייבערדאס איז אלעס אויב גייט ער גיין פאזיטיוו און אננעמען דעם פסק און זאגן פאר זיינע חסידים, אזוי האט דין ד"ת גע'פסק'נט, יקוב הדין את ההר, און מ'הייב מיר אן פון דאסניי
אויב אבער גייט ער זיך קריגן און ער גייט שרייען שוחד, ווייס איך שוין נישט
מענטשען רעדן וועגען שוחד.
איך מיין אז די נקודה איז אסאך ווייטער.
נארמאל איז א דיין געמאכט צוזיין א תורהדיגע אטאריטעט וואס זוכט אוועקצושטעלן די דין תורה,ממוז דאך אבער לעבן נעמט מען אפאר דאללער,און לאמיר זאגען אפילו אסאך דאללער צו לעבן בריוח פיין און וואויל.
פאר ווער סאיז באקאנט מיט די דיינישע סיסטעם דא רעדט מען פון א מעסיוו ביזנעס,און א קעש ביזנעס.
זיי זיצען בא ביזנעס דין תורהס זיי לערנען זיך ביזנעס,זיי נעמען די קוואנטומס פון קעיש און זיי איווענסטין,זיי פליפין,זיי ווערען שותפים מיט זייערע קליענטין,טוענים און בוררים,קויפען און איווענסטירען צוזאמען,סאיז א מעסיוו ביזנעס,מיט פריוואטע אינטרעסען און חשבונות.
שוחד איז א פראבלעם ווען סאיז דא א דיין און א טוען,דא איז גארנישט דא סאיז ביזנעס לייט וואס טשילען צוזאמען אויף יודענס אויסגעהארוועטע קעש.
ווער סהאט אמאל מיטגעהאלטען מיט א די״ת ווייסט אז איך בין נישט מגזים,איך בין גאר מקצר במקום שראוי להאריך.