☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!

885 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18

אוהב ספרים » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:02 pm

· #220628
📎 1409619483.jpg

אוהב ספרים » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:17 pm

· #220636
📎 1409619487.jpg

בארא פארקער » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:20 pm

· #220639
די בלעטער וואס זענען בימים ההם ארויס געקומען קעגן קאונסילמען דוד גריענד איז זייער ענדליך צו דעים, איינער ווייסט וואס כ'מיין?

באלעבאס » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:53 pm

· #220651
BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!
נאדיר דעם גאנצען קונטרס ״יא אני שלום״
פון צד רמ״ד:

http://www.scribd.com/doc/238367760?access_key=key-n8P2ZZeE7lqMDy4JyyWl

מארקוס » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 7:07 am

· #220721
כ'מוז זאגן.נאכ'ן הערן דער פסק דין האב איך נישט געפילט עפעס ספעשעליהעפי, ווייל בי"ד האט גע'פסק'נט א פסק, וואס כ'האב פארשטאנען וועט אזוי זיין.
אבער, העלאו!? נאכ'ן ליינען דער 'אני שלום', כ'שפרונג פאר שמחה ווי אזוי ס'איז מיט דעם אלעם געלונגען פאר באבוב צו געוואונען דער די"ת!

כ'מיין, ליינענדיג וואס דא שטייט, וואלט מען אונז געדארפט ארויסשליידערן, פון אלע בנינים, קעמפס, און עס געבן פאר הרב איש השלום אדמו"ר מבאבוב45 אויף א גאלדענע טאץ.
און דאס אלעס אנגעבליך על פי דין תורה.

מאיר הערש » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 9:35 am

· #220724
באבוב48 האט טאקע געוואוונען דער דין תורה און מיט דעם איז דער נאמען און רעספקעכט פאר באבוב48 א סך געפאלן אין דער וועלט. א שאד!
אז רב"צ וועט זיך טרעפן מיט א גדול אין א"י אדער יוראפ וועט ער נישט באקומען א גרעסערן 'שלום עליכם באבוב'ער רבי' ווי רמ"ד וועט באקומען. רמ"ד וועט מען רופן באבוב'ער רבי אויף יעדן פאל און זיין באבוב'ער חסידות וועט בלייבן קראנט ביי אלעמען.

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 10:10 am

· #220727
מאיר הערש
באבוב48 האט טאקע געוואוונען דער דין תורה און מיט דעם איז דער נאמען און רעספקעכט פאר באבוב48 א סך געפאלן אין דער וועלט. א שאד!
אז רב"צ וועט זיך טרעפן מיט א גדול אין א"י אדער יוראפ וועט ער נישט באקומען א גרעסערן 'שלום עליכם באבוב'ער רבי' ווי רמ"ד וועט באקומען. רמ"ד וועט מען רופן באבוב'ער רבי אויף יעדן פאל און זיין באבוב'ער חסידות וועט בלייבן קראנט ביי אלעמען.

עתידות איז סתם נאריש פארויסצוזאגן.
באבוב'ע נאמען איז נישט געפאלן ביי קיינעם וואס איז געווען געהויבן ביז היינט, אפשר באבוב45 איז גערעגט מער ווי ביז יעצט, אבער אין די פרעמד איז עס נישט געפאלן. אויב געפאלן איז באבוב45 פארן נישט גלייך זאגן אז מ'גייט פאלגן דעם פסק.

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 10:17 am

· #220730
אוהב ספרים
📎 1409619487.jpg

א שאד צו צונעמן די גאנצע מעשה, אבער בזה החלי דער חכם הרזים שרייבט אז די סיבה אז זיי זענען געגאנגן אין ערכאות איז צוליב דריי הזמנות וואס זענען איגנארירט געווארן!
קען ער ביטע ווייזן א קאפיע דערפון ווייל אויזער ער ווייסט קיינערנישט עד היום דערפון
א קלאסיקל רינגעלע אינעם קייט פון שקרים אנגעהויבן פונעם אני שלום דרשה אא''וו

מאיר הערש » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 10:17 am

· #220731
יעדער לאכט
מאיר הערש
באבוב48 האט טאקע געוואוונען דער דין תורה און מיט דעם איז דער נאמען און רעספקעכט פאר באבוב48 א סך געפאלן אין דער וועלט. א שאד!
אז רב"צ וועט זיך טרעפן מיט א גדול אין א"י אדער יוראפ וועט ער נישט באקומען א גרעסערן 'שלום עליכם באבוב'ער רבי' ווי רמ"ד וועט באקומען. רמ"ד וועט מען רופן באבוב'ער רבי אויף יעדן פאל און זיין באבוב'ער חסידות וועט בלייבן קראנט ביי אלעמען.

עתידות איז סתם נאריש פארויסצוזאגן.
באבוב'ע נאמען איז נישט געפאלן ביי קיינעם וואס איז געווען געהויבן ביז היינט, אפשר באבוב45 איז גערעגט מער ווי ביז יעצט, אבער אין די פרעמד איז עס נישט געפאלן. אויב געפאלן איז באבוב45 פארן נישט גלייך זאגן אז מ'גייט פאלגן דעם פסק.

כאפ א שמועס מיט מענטשן וועסטו אליין הערן וואס מענטשן זאגן היינט אויף באבוב48.

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 10:21 am

· #220733
בפרט נאכן ארויסווייזן דעם ווייטאג מיטן ארויסגעבן ראזנבערגז כתבים און באב''ד'ס בויקאט
טיפיקל מעשה 45 פון 15 יאר
נ.ב, פאר יודעי דבר געדענקן די מחאה פון כ''ק מהר''ש זצוק''ל איבערן טעראר אקט איין מוצ''ש אין קרוינהייטס אויפן געוועזענעם דאמברובער ביהמ''ד אנגעפירט דורכן אלעמען באקאנטן אני שלום! וד''ל

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 10:32 am

· #220734
חסיד
בפרט נאכן ארויסווייזן דעם ווייטאג מיטן ארויסגעבן ראזנבערגז כתבים און באב''ד'ס בויקאט
טיפיקל מעשה 45 פון 15 יאר
נ.ב, פאר יודעי דבר געדענקן די מחאה פון כ''ק מהר''ש זצוק''ל איבערן טעראר אקט איין מוצ''ש אין קרוינהייטס אויפן געוועזענעם דאמברובער ביהמ''ד אנגעפירט דורכן אלעמען באקאנטן אני שלום! וד''ל

וד"ל נישט ארום.. אהער מיט די מעשה!

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 10:37 am

· #220736
מאיר הערש
יעדער לאכט
מאיר הערש
באבוב48 האט טאקע געוואוונען דער דין תורה און מיט דעם איז דער נאמען און רעספקעכט פאר באבוב48 א סך געפאלן אין דער וועלט. א שאד!
אז רב"צ וועט זיך טרעפן מיט א גדול אין א"י אדער יוראפ וועט ער נישט באקומען א גרעסערן 'שלום עליכם באבוב'ער רבי' ווי רמ"ד וועט באקומען. רמ"ד וועט מען רופן באבוב'ער רבי אויף יעדן פאל און זיין באבוב'ער חסידות וועט בלייבן קראנט ביי אלעמען.

עתידות איז סתם נאריש פארויסצוזאגן.
באבוב'ע נאמען איז נישט געפאלן ביי קיינעם וואס איז געווען געהויבן ביז היינט, אפשר באבוב45 איז גערעגט מער ווי ביז יעצט, אבער אין די פרעמד איז עס נישט געפאלן. אויב געפאלן איז באבוב45 פארן נישט גלייך זאגן אז מ'גייט פאלגן דעם פסק.

כאפ א שמועס מיט מענטשן וועסטו אליין הערן וואס מענטשן זאגן היינט אויף באבוב48.

אהא, הייסט דו האלסט אז איך בין אין מדבר במקום שאין איש?? איך האב שוין געכאפט אסאך אסאך שמועסן מיט אסאך מענטשן, קיינער האט גארנישט קעגן באבוב! וואס מענטשן קענען זאגן (מחוסר ידיעה) אז דער בי"ד האט נישט גוט גע'פסק'נט. אבער אלעס נאר אויפן בי"ד! אויף באבוב האט קיינער נישט גארנישט קיין שלעכטס צו זאגן

חרבונה » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:01 am

· #220746

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:02 am

· #220747
יעדער לאכט
איך האב שוין געכאפט אסאך אסאך שמועסן מיט אסאך מענטשן, קיינער האט גארנישט קעגן באבוב! וואס מענטשן קענען זאגן (מחוסר ידיעה) אז דער בי"ד האט נישט גוט גע'פסק'נט. אבער אלעס נאר אויפן בי"ד! אויף באבוב האט קיינער נישט גארנישט קיין שלעכטס צו זאגן

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:05 am

· #220751
חרבונה

אויף א בלאג איז נישט אינטערעסאנט. דו ווייסט נישט ווער ס'זיצט אינטערן סקרין.

מאיר הערש » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:06 am

· #220753
ווי איך האב פריער געשריבן אז איינער טענה'ט איך בין דער באבוב רבי און נישט דער צווייטער, זאגט דער רבש"ע פונקט פארקערט, יענער איז רבי און דו נישט. אויב דער בית דין וואלט געגאנגען אין די וועגן פון באשעפער "והלכת בדרכיו" און גע'פסק'נט אזוי אדער כאטשיג זיי אויסגעגליכן א ביסל - ווי נישט ווי, עס קומט זיך דער צווייטער זייט וואס פירט ווייטער נאך דער הייליגער צדיק, דער הייליגער רבי, דער עלטערער ברודער דער צדיק יסוד עולם זצוק"ל, און וואס האט כאטשיג איבערגענומען א דריטל פונ'ם קהילה אויב נישט מער - וואלטן זיי (דער בי"ד) מער מצליח געווען מיט'ן פסק הלכה און געהאט מער כבוד סיי פון באבוב און סיי פון דער וועלט. יעצט גייט איין זייט ארום אין דער וועלט מיט'ן נאז אראפ און דער צווייטער זייט טוט דער נאז פון דער וועלט אראפקוקן אויף זיי. בקיצור, ביידע האבן פארלוירן.

לכתחילה וואלט עס געווען פיל שענער אז עס זענען דא צוויי באבוב'ער רבי'ס אדער אפילו 5 באבוב'ער רבי'ס, אזוי ווי ס'איז דא א סך נאדווארנער רבי'ס, א סך ספינקער רבי'ס, א סך חוסטער רבי'ס וכו'. קען אויך זיין א סך באבוב'ער רבי'ס און די וועלט וועט נאר פארדינען דערפון. - מען דארף דאך קענען פארגינען...

איך האב געהערט אז א סך חשוב'ע אידן אין באבוב 48 האבן געהאפט אז "מען" וועט מסכים זיין מאכן עטליכע באבוב'ער קהילות. עס וואלט געווען סך בעסער פאר די חסידים צו האבן א רבי אויף א קלענערן פארנעם. דער פאקט איז, ווען דער מהר"ש השני זצוק"ל האט אנגעפאנגען פירן נאך די מלחמה האט ער געהאט א קליינעם עולם און זיך געקענט אפגעבן מיט זיי ממש פערזענליך און עס זענען טאקע אויסגעוואקסן חשוב'ע חשוב'ע חסידים, אנדערש ווי די חסידים וואס זענען צוגעקומען שפעטער אין די הונדערטער אדער טויזנטער און דער מהר"ש האט זיך נישט געקענט אזוי אפגעבן מיט זיי.

חרבונה » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:08 am

· #220754
יעדער לאכט
חרבונה

אויף א בלאג איז נישט אינטערעסאנט. דו ווייסט נישט ווער ס'זיצט אינטערן סקרין.

עס זעט אויס ווי ציווילע מענטשען, לאו דווקא פון מענטשען וואס זענען אין די שמעלץ טאפ פינעם באבובער פרשה.

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:24 am

· #220759
יעדער לאכט
חסיד
בפרט נאכן ארויסווייזן דעם ווייטאג מיטן ארויסגעבן ראזנבערגז כתבים און באב''ד'ס בויקאט
טיפיקל מעשה 45 פון 15 יאר
נ.ב, פאר יודעי דבר געדענקן די מחאה פון כ''ק מהר''ש זצוק''ל איבערן טעראר אקט איין מוצ''ש אין קרוינהייטס אויפן געוועזענעם דאמברובער ביהמ''ד אנגעפירט דורכן אלעמען באקאנטן אני שלום! וד''ל

וד"ל נישט ארום.. אהער מיט די מעשה!

נישט קיין פראבלעם
אין קרויהייטס האט ר' יעקב איטשע אנגער (אדמו''ר מ'אני שלום הראשון) געהאט א סוקסעספולן ביהמ''ד מיט א גאר שיינעם עולם (לפי ערך בימים ההם), ווען די געגנט איז געווארן פארלאזט צוליב דעם שלחנו כי עלה השחר כידוע האט ער פארקויפט דעם ביהמ''ד און זיך אריבערגעצויגן צום יעצטיגן לאקאל אין ב''פ (כידוע איז ר' יעקב איטשע ומשפ' געוועהן בייז אויף כ''ק מהר''ש אז דער ביהמ''ד הגדול אויף 48 איז צו נאנט צו זיינס און ער איז געווארן אויסגעשפילט פון מתפללים, כ''ק מהר''ש האט דאן געבעטן אידן צו גיין מחזק זיין די מנין דארט)
הכלל ר' יעקב איטשע האט גע'טענה'ט אז אלע ספרים אונעם פארקויפטן קרוינהייטסער ביהמ''ד געהערן אים, חב''ד האט גע'טענה'ט אז ס'איז געוועהן א חלק פונעם מכירה, דער הויפט לוחם אין די מערכה איז געוועהן ידידנו היקר דער כ''ק בעל אני שלום, וועלכער האט כנהוג נישט געוואלט גיין און דין תורה נאר אחז צדיק דרכו בקודש און איין מוצש''ק האט ער גענומען עטליכע בחורים מיט א ווען און אנגעהויבן אנלאדענען די סחורה! א לויבאוויטשער בחור האט אים באמערקט און אלאמירט די חב''ד בחורים און מכות זענען געפלויגן על ימין ושמואל. דעם קומענדיגן מוצ''ש ביי מלוה מלכה האט כ''ק מהר''ש געזאגט א שארפע מחאה דרשה ''ווי וואגט מען זיך צו נעמען אונזערע בחורים צו טוען מעשה אלימות'' וכו' ופני ה'אני שלום חפוי ע''כ בקיצור הדברים
להמשך איז לעצטענס דער באטרעפנדע באקרוינט געווארן אלץ דעם אני שלום מיום הוולדו!!!

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:29 am

· #220760
מאיר הערש
ווי איך האב פריער געשריבן אז איינער טענה'ט איך בין דער באבוב רבי און נישט דער צווייטער, זאגט דער רבש"ע פונקט פארקערט, יענער איז רבי און דו נישט. אויב דער בית דין וואלט געגאנגען אין די וועגן פון באשעפער "והלכת בדרכיו" און גע'פסק'נט אזוי אדער כאטשיג זיי אויסגעגליכן א ביסל - ווי נישט ווי, עס קומט זיך דער צווייטער זייט וואס פירט ווייטער נאך דער הייליגער צדיק, דער הייליגער רבי, דער עלטערער ברודער דער צדיק יסוד עולם זצוק"ל, און וואס האט כאטשיג איבערגענומען א דריטל פונ'ם קהילה אויב נישט מער - וואלטן זיי (דער בי"ד) מער מצליח געווען מיט'ן פסק הלכה און געהאט מער כבוד סיי פון באבוב און סיי פון דער וועלט. יעצט גייט איין זייט ארום אין דער וועלט מיט'ן נאז אראפ און דער צווייטער זייט טוט דער נאז פון דער וועלט אראפקוקן אויף זיי. בקיצור, ביידע האבן פארלוירן.

לכתחילה וואלט עס געווען פיל שענער אז עס זענען דא צוויי באבוב'ער רבי'ס אדער אפילו 5 באבוב'ער רבי'ס, אזוי ווי ס'איז דא א סך נאדווארנער רבי'ס, א סך ספינקער רבי'ס, א סך חוסטער רבי'ס וכו'. קען אויך זיין א סך באבוב'ער רבי'ס און די וועלט וועט נאר פארדינען דערפון. - מען דארף דאך קענען פארגינען...

איך האב געהערט אז א סך חשוב'ע אידן אין באבוב 48 האבן געהאפט אז "מען" וועט מסכים זיין מאכן עטליכע באבוב'ער קהילות. עס וואלט געווען סך בעסער פאר די חסידים צו האבן א רבי אויף א קלענערן פארנעם. דער פאקט איז, ווען דער מהר"ש השני זצוק"ל האט אנגעפאנגען פירן נאך די מלחמה האט ער געהאט א קליינעם עולם און זיך געקענט אפגעבן מיט זיי ממש פערזענליך און עס זענען טאקע אויסגעוואקסן חשוב'ע חשוב'ע חסידים, אנדערש ווי די חסידים וואס זענען צוגעקומען שפעטער אין די הונדערטער אדער טויזנטער און דער מהר"ש האט זיך נישט געקענט אזוי אפגעבן מיט זיי.

דאס אז ס'איז דא אסאך רביס אין אנדערע חסידות'ער מאכט עס נישט פאר א "נארמאלע זאך". זיי מיר ביטע מסביר די פשט פון 2 רביס מיט די זעלבע נאמען? וואס פארדינט די וועלט?? ווען דער הייליגער צאנזער רב זי"ע איז נסתלק געווארן האבן אלע קינדער איבערגענומען??? צו אנדערע חסידות אינדערהיים האבן אלע קינדער ממלא געווען דעם טאטנס פלאץ? אויסדריקליך נישט!! איןן קינד האט איבערגענומען און די אנדערע קינדער האבן זיך מסדר געווען אין אנדערע שטעט. ווען אליהו הנביא איז געגאנגען מיט ריב"ל אין א שטאט וואס מ'האט זיי זייער נישט שיין מכבד געווען האט ער "פארשאלטן" די שטאט אז זיי זאלן האבן אסאך מנהיגים. קומט נישט ארויס קיין שום טובה פון די וועלט ווען ס'דא 2 רביס מיט די זעלבע נאמען.

די טענה אז תובע זיין וועגן די נאמען אז ס'איז גלייך צו די לבנה איז אזא מין שטות. די לבנה האט דען געהאט טענות אז דער זין הייסט אויך לבנה??... האט מען דען זיי געגעבן דעם זעלבן נאמען?? פארוואס נישט? וואלט דאך געקענט זיין אזא טובה פאר די וועלט. פונקט ווי ספינקא.. ס'גייט נישט אזוי, מ'קען נישט געבן פאר 2 קאמפעניס די זעלבע נאמען. די לבנה האט גע'טענה'ט אויף די "סייז" האט מען אים קלענער געמאכט. קיינער האט דא נישט תובע געווען זיין סייז אדער זיין אדמורו"ת מ'האט תובע געווען אז ער רופט זיך מיט די זעלבע נאמען, ער קען זיין א גרויסע רבי, רוף דיך נישט אזוי ווי מיר.

וועסט קוקן אין אידישע היסטאריע וועסטו באגעגענען אסאך אזאנע דין תורה'ס אין שטעט אין דערפלעך, ס'איז קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר א בי"ד צו פסק'נען אז, אקעי ביידע קענען זיין דא רב ווייל ס'ווערט ארויסקומען א טובה פאר די וועלט (פאר וועם?..) און (אני) שלום על ישראל. יעדער פארשטייט אז ס'קען נישט ארבעטן אזוי.

דו האסט אליינס געהערט אז א סך חשוב'ע אידן אין באבוב 48 האבן געהאפט אז "מען" וועט מסכים זיין מאכן עטליכע באבוב'ער קהילות? ווערסט אפילו נישט רויט ווען די שרייבסט דעי שורה?

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 12:12 pm

· #220778
חסיד
יעדער לאכט
חסיד
בפרט נאכן ארויסווייזן דעם ווייטאג מיטן ארויסגעבן ראזנבערגז כתבים און באב''ד'ס בויקאט
טיפיקל מעשה 45 פון 15 יאר
נ.ב, פאר יודעי דבר געדענקן די מחאה פון כ''ק מהר''ש זצוק''ל איבערן טעראר אקט איין מוצ''ש אין קרוינהייטס אויפן געוועזענעם דאמברובער ביהמ''ד אנגעפירט דורכן אלעמען באקאנטן אני שלום! וד''ל

וד"ל נישט ארום.. אהער מיט די מעשה!

נישט קיין פראבלעם
אין קרויהייטס האט ר' יעקב איטשע אנגער (אדמו''ר מ'אני שלום הראשון) געהאט א סוקסעספולן ביהמ''ד מיט א גאר שיינעם עולם (לפי ערך בימים ההם), ווען די געגנט איז געווארן פארלאזט צוליב דעם שלחנו כי עלה השחר כידוע האט ער פארקויפט דעם ביהמ''ד און זיך אריבערגעצויגן צום יעצטיגן לאקאל אין ב''פ (כידוע איז ר' יעקב איטשע ומשפ' געוועהן בייז אויף כ''ק מהר''ש אז דער ביהמ''ד הגדול אויף 48 איז צו נאנט צו זיינס און ער איז געווארן אויסגעשפילט פון מתפללים, כ''ק מהר''ש האט דאן געבעטן אידן צו גיין מחזק זיין די מנין דארט)
הכלל ר' יעקב איטשע האט גע'טענה'ט אז אלע ספרים אונעם פארקויפטן קרוינהייטסער ביהמ''ד געהערן אים, חב''ד האט גע'טענה'ט אז ס'איז געוועהן א חלק פונעם מכירה, דער הויפט לוחם אין די מערכה איז געוועהן ידידנו היקר דער כ''ק בעל אני שלום, וועלכער האט כנהוג נישט געוואלט גיין און דין תורה נאר אחז צדיק דרכו בקודש און איין מוצש''ק האט ער גענומען עטליכע בחורים מיט א ווען און אנגעהויבן אנלאדענען די סחורה! א לויבאוויטשער בחור האט אים באמערקט און אלאמירט די חב''ד בחורים און מכות זענען געפלויגן על ימין ושמואל. דעם קומענדיגן מוצ''ש ביי מלוה מלכה האט כ''ק מהר''ש געזאגט א שארפע מחאה דרשה ''ווי וואגט מען זיך צו נעמען אונזערע בחורים צו טוען מעשה אלימות'' וכו' ופני ה'אני שלום חפוי ע''כ בקיצור הדברים
להמשך איז לעצטענס דער באטרעפנדע באקרוינט געווארן אלץ דעם אני שלום מיום הוולדו!!!

פארוואס פארביליגט איר דער נאמען פין א עהליכע יוד אין רופסט איהם מיטן נאמען אני שלום רבי וכו' עס איז א רעכט מכנה שם חבירו וואס חז''ל זאגן שארפע ווערטער פליז זייטס מכבד יענעם וועט מען אייך אויך מכבד זיין סתם ארויפלייגן נעמען אויף אנדערע האט נישט קיין שום רעכט..

חרבונה » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 12:14 pm

· #220779
דאס מכנה זיין שם לחבירו אין א צייט וואס מען דארף צו הייסן לפנים די געווינער, ווייזט אז עפעס טויג נישט.

עס דערמאנט א פסוק ''וכל זה איננו שוה... בכל עת אשר.. את מרדכי....

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 12:34 pm

· #220781
חרבונה
דאס מכנה זיין שם לחבירו אין א צייט וואס מען דארף צו הייסן לפנים די געווינער, ווייזט אז עפעס טויג נישט.

עס דערמאנט א פסוק ''וכל זה איננו שוה... בכל עת אשר.. את מרדכי....

יא יא איי פיל יאר פעין.
דרך אגב אויב וואלט דער אני שלום אנגענומעןן דעם פסק און גענימען א צווייטן נאמען רוף איך אים גערן אזוי, דערווייל אבער ווארט ער אז גדולי ישראל זאלן מחליט זיין אויב ועשית ככל אשר יורוך מיינט אויך עהם, רוף איך עהם ווי ס'שמעקט מיר לע''ע מיטן נאמן וואס ער זעלבסט האט זיך באקרוינט!

כנור » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:06 pm

· #220788
חסיד
דער אמת האט זיך ארויסגעוויזן ביי די חתונה פון ר' דוד הלברשטאם שנת תשס''ג
אין יענע צייט האט רמ''ג געהאלטן (נאך שלעפן 25 יאר) ביים שוין ארויסגעבן דעם שו''ת דברי חיים (וועלכער צד ב' באבוב דארף אים געבן א ייש''כ ווייל אלץ נכס באבוב געהערט עס היינט צו זיי!)
האט ר' שאול וואלף ע''ה געלאזט וויסן רמ''ד אז די צאלונג פארן ספר (עס הייסט מהודרת וואלף) קומט בתנאי אז דער חתונה וועט אדורכגיין אן קיין שום פון די געווענליכע מעשה טערראר פייערלעשער אויסלעשן די לייטס, ספיקערז, שטיק וכדו',
עס האט געארבעט, רמ''ד האט זיך אינטערגענימן אז עס וועט זיין שא שטיל במשך החתונה!
ווען אפאר סאטמארע בריונים שטייען ווען אונטער דעם, קען זיך רמ''ד אזוינס נישט אונטערנעמן קמ''ל אז אז ווען ס'פאסירט יא שמע מינה דניחא להו

און וועגען דעם איז זיין חשובער איידעם הגאון רבי... אין באבוב-45? אתמהה! נאר דער מעשה איז אזוי אמת ווי אלע דיינע מעשיות און ווי דיין ניק "חסיד".

ביי דע וועי, רבי שאול וואלף זז"ג קומט גאנץ אפט קיין באבוב-45 ווען זיינע חשובע אייניקלעך ווערען גע'אנערט, און זיצט מיט די גרעסטע יראת הכבוד, אזוי ווי עס פאסט פאר נארמאלע באבובער חסידים.

כנור » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:11 pm

· #220789
בארא פארקער
מהאט שוין געפאסקענט, ס'דערנאך. יעצט קענען זיי ארויסקומען מיט וועגענע פון ספרים

אויב די קענסט (אויב מען לאזט דיר), קענסטו כאפען א בליק אין די ספרים, אפשר קענסטו פארענטפערען לשיטתך איין נקודה אין די ספרים.

מיר ווארטען צו זעהן צו די קענסט אפ'פרעגען אפילו איין סעיף קטן דארט.

כנור » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:15 pm

· #220791
outspoken
כ'האב הנאה פון די קונטרס, מ'וועט דאס פעסט דורך טון מדאשקא לדדאשקא (אפילו די קליינע אותיות) דערנאך וועט מען קויפען גרויז'עס ספר און מ'וועט זען ווי די קונטרס איז געגאנגען 'ראנג' און אין איין וועגס וועט מען שוין ווערן א שטיקל תלמוד חכם... וואס דאס האט מען נישט געהאט אין סאטמאר, נאר וואס א 'מאושען און א 'סטעי' מיינט...

גוט געזאגט, אז מען לערענט א דארך דער ספר (קונטרס) הלכה ברורה, ווערט מען א סאך קלוגער און אפילו א שטיקעל תלמיד חכם.

עס איז אויך כדאי דארף צו ליינען דער "יא, אני שלום" (נאר 9 זייטען), וואס אדרעסירט רוב שאלות וואס דער גאס פרעגט, א מייסטער ארבעט.

ירא הקהל וישפוט!

באבובער » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:20 pm

· #220793
כנור

יא טאקע א מייסטער ארבייט, אין יעדער שירה איז אריינגעפלאכטען שקרים אין כזבים.

כנור » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:29 pm

· #220798
חסיד
בפרט נאכן ארויסווייזן דעם ווייטאג מיטן ארויסגעבן ראזנבערגז כתבים און באב''ד'ס בויקאט
טיפיקל מעשה 45 פון 15 יאר
נ.ב, פאר יודעי דבר געדענקן די מחאה פון כ''ק מהר''ש זצוק''ל איבערן טעראר אקט איין מוצ''ש אין קרוינהייטס אויפן געוועזענעם דאמברובער ביהמ''ד אנגעפירט דורכן אלעמען באקאנטן אני שלום! וד''ל

FYI
איך האב א סוד דיר צו דערציילען. דער באבובער רבי-45 איז נישט דארט געווען.

ויסכר פי דוברי שקר!

זעסט דאך אז מען פיטערט דיר מיט שקר!

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:31 pm

· #220799
כנור
חסיד
בפרט נאכן ארויסווייזן דעם ווייטאג מיטן ארויסגעבן ראזנבערגז כתבים און באב''ד'ס בויקאט
טיפיקל מעשה 45 פון 15 יאר
נ.ב, פאר יודעי דבר געדענקן די מחאה פון כ''ק מהר''ש זצוק''ל איבערן טעראר אקט איין מוצ''ש אין קרוינהייטס אויפן געוועזענעם דאמברובער ביהמ''ד אנגעפירט דורכן אלעמען באקאנטן אני שלום! וד''ל

FYI
איך האב א סוד דיר צו דערציילען. דער באבובער רבי-45 איז נישט דארט געווען.

ויסכר פי דוברי שקר!

זעסט דאך אז מען פיטערט דיר מיט שקר!

אזוי גאר! דיין ווארט א ראי' ברורה! אינטרעסאנט אז דו ביסט כאטש א מודה במקצת

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:33 pm

· #220802
איך מיין אז עס איז צייט אז צד כ''ק הרמ''ד זאל פשוט טענה'ן אז זיי זענען צד ב' און פארטיג מיט אלע פראבלעמען!

באבובער » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:35 pm

· #220803
טעות

כנור » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:39 pm

· #220807
נישט מיין ווארט, נאר די וואס האבען דענמאלט געלעבט און מיטגעהאלטען וואס איז דענמאלט געשעהן. והדברים ידועים.

פאר מיינע צייטען, אבער יארען צוריק האב איך מיט איינעם געשמועסט וועגען דעם, און געהערט מערערע פרטים (וואס איז נישט דא נוגע, חוץ אז די ווילסט באשמוצען לובאוויטש, וואס איך וועל דיר נישט העלפען דערצו), און בתוך הדברים געוואויר געווארען אז דער באבובער רבי (45) איז בכלל נישט דארט געווען.

יעצט, וועסטו צוריק צוהען? אוודאי נישט! פארוואס זאלסטו? גיי ווייטער שימף א קעגען א מנהיג ישראל, דער ראש פון א חשובער עדה. דאס וועט דיר מאכען חשוב אין די אויגען פון אלע ליינער.

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:40 pm

· #220808
לאמיר אויך פארשטיין, פארוואס איז געוועהן א פראבלעם פאר שר התורה הרמ''ד שליט''א ר''ח חשון תשע''ב אז מען האט אויפגענומען א מגי''ש במקום כ''ק הגה''צ אבד''ק בית חיים יהושע שליט''א, אז ער האט ארויסטרומפעטירט פונעם בנין מיט א בייזקייט און מצליח געוועהן צו פארשיקן דעם קאמפעטישן, וואס האט ער דען אזוי מורא געהאט פון א אינגערמאן א בן שלושים?

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:41 pm

· #220809
כנור
נישט מיין ווארט, נאר די וואס האבען דענמאלט געלעבט און מיטגעהאלטען וואס איז דענמאלט געשעהן. והדברים ידועים.

פאר מיינע צייטען, אבער יארען צוריק האב איך מיט איינעם געשמועסט וועגען דעם, און געהערט מערערע פרטים (וואס איז נישט דא נוגע, חוץ אז די ווילסט באשמוצען לובאוויטש, וואס איך וועל דיר נישט העלפען דערצו), און בתוך הדברים געוואויר געווארען אז דער באבובער רבי (45) איז בכלל נישט דארט געווען.

יעצט, וועסטו צוריק צוהען? אוודאי נישט! פארוואס זאלסטו? גיי ווייטער שימף א קעגען א מנהיג ישראל, דער ראש פון א חשובער עדה. דאס וועט דיר מאכען חשוב אין די אויגען פון אלע ליינער.

די אידן לעבן נאך און עטליכע הונדערט אידן געדענקן די מחאה ברבים ועל מי יצא הקצף לייקענען היסטאריע וועט דיר גארנישט ברענגן!

חקרן » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:07 pm

· #220818
הערט מיר אויס ליבע אידן:

רא"ב רוזנברג מיינט גארנישט באבוב מיט דעם פסק. ווער עס קען דעם דיין, ער איז א הייסער פאטריאט פאר וויזשניץ - מאנסי, און דינט שטארק די מאנסי'ער מוסדות מיטן רב הגה"צ ר' ישראל האגער שליט"א, אלע דיני תורות פון וויזשניץ איז ער געווען דער טוען און סוקסעספול געוואנען און עס איז באקאנט פאר יעדן אז ער וועט ווייטער בלייבן דארט איינגעשטעלט און ער וועט דינען דעם פארטיי אין דעם בית-המדרש וואו ער געפינט זיך היינט.

כלפי מה דברים אמורים?
דער גאנצער פסק אויף די באבוב'ע דין-תורה, איז געווען א הכנה דברה פאר וואס עס קומט. ער גרייט אן דעם באדן פאר אנדערע דיני תורות וואס קענען קומען אין דער צוקנופט, אז ער זאל קענען ווייזן און זאגן אז אזוי איז געווען דער פסק אין באבוב און אזוי איז ווייטער פסק אין וויזשניץ. ער מאכט אצינד זיכער אז דאס גאנצע קוכן זאל אויפגעגעסן ווערן דורך בנו השני של האדמו"ר שליט"א שיאריך ימיו על ממלכתו הוא ובניו בקרב "ישראל", וד"ל.

און ווער עס פארשטייט, פארשטייט.

כנור » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:09 pm

· #220819
חסיד
איך מיין אז עס איז צייט אז צד כ''ק הרמ''ד זאל פשוט טענה'ן אז זיי זענען צד ב' און פארטיג מיט אלע פראבלעמען!

וואסארע פראבלעמען? איך זעה אז די האסט פראבלעמען, די האסט געווינען א דין תורה און הערסט נישט אויף צו שימפען. עפעס שטימט נישט!

כנור » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:15 pm

· #220823
באבובער
כנור
חסיד
בפרט נאכן ארויסווייזן דעם ווייטאג מיטן ארויסגעבן ראזנבערגז כתבים און באב''ד'ס בויקאט
טיפיקל מעשה 45 פון 15 יאר
נ.ב, פאר יודעי דבר געדענקן די מחאה פון כ''ק מהר''ש זצוק''ל איבערן טעראר אקט איין מוצ''ש אין קרוינהייטס אויפן געוועזענעם דאמברובער ביהמ''ד אנגעפירט דורכן אלעמען באקאנטן אני שלום! וד''ל

FYI
איך האב א סוד דיר צו דערציילען. דער באבובער רבי-45 איז נישט דארט געווען.

ויסכר פי דוברי שקר!

זעסט דאך אז מען פיטערט דיר מיט שקר!

די ביסט דאך א פרישער, די קענסט נישט קיין טראפ היסטאריא פון דיין אייגענע חסידות אזויוואו מ'האט שוין געזעהן כמה פעמים אויווען אין די אשכול. (איך וויס נישט צו ס'איז ווייל די ביסט 17, אדער ווייל די ביסט א געוועזענער פאפא'נער).

וואס האסטו קעגען פאפא?

מילא קעגען באבוב-45, קענסטו זיי דאך נישט דערליידען, און אויב זיי גייען אויס פאלגען די דין תורה וועסטו זיי נאך מער נישט קענען דערליידען. אבער וואספארא שלעכטס האט דיר פאפא געטוהן?

וועמען נאך האסטו פיינט? קאמאן, פאק אויס דיין גאנצע האס.

ווי הדד, בים איך א אוהד באבוב, בין זיי זייער מחשיב און האב משפחה אין באבוב (ביידע זייטען).

כנור » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:20 pm

· #220827
חסיד
כנור
נישט מיין ווארט, נאר די וואס האבען דענמאלט געלעבט און מיטגעהאלטען וואס איז דענמאלט געשעהן. והדברים ידועים.

פאר מיינע צייטען, אבער יארען צוריק האב איך מיט איינעם געשמועסט וועגען דעם, און געהערט מערערע פרטים (וואס איז נישט דא נוגע, חוץ אז די ווילסט באשמוצען לובאוויטש, וואס איך וועל דיר נישט העלפען דערצו), און בתוך הדברים געוואויר געווארען אז דער באבובער רבי (45) איז בכלל נישט דארט געווען.

יעצט, וועסטו צוריק צוהען? אוודאי נישט! פארוואס זאלסטו? גיי ווייטער שימף א קעגען א מנהיג ישראל, דער ראש פון א חשובער עדה. דאס וועט דיר מאכען חשוב אין די אויגען פון אלע ליינער.

די אידן לעבן נאך און עטליכע הונדערט אידן געדענקן די מחאה ברבים ועל מי יצא הקצף לייקענען היסטאריע וועט דיר גארנישט ברענגן!

די האסט געשריבעו אז האדמו"ר מבאבוב-45 איז דארט געווען און עס גאר אנגעפירט! א פרעכער שקר!

אדרבא לאמיר זיך פארמעסטען צו האדמו"ר מבאבוב-45 איז דארט געווען?

רבותי, עטץ זאלט מיר ענטשולדיגען אבער מיט קיין קינדער גיי איך זיך נישט טענה'ן. אזעליכע וואס מאכען חוזק פון אנדערע חסידות זענען נישט ווערט איך זאל גיין מיט זיי און טענהריי. איך וועל פרובירען זיך נאר אנרופען ווען עס איז עפעס וויכטיג אדער אויף צו ווייסען השמש בצהרים. מער ווייניגער מיין איך אז עס פעלט שוין נישט אויס, ווייל דער צד שכנגד באבוב-45 טוהט שוין דער דשאב (בעסער וויי איך קען) פון ווייזען ווער איז גערעכט.

חרבונה » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:47 pm

· #220837
יעדער לאכט
חרבונה

אויף א בלאג איז נישט אינטערעסאנט. דו ווייסט נישט ווער ס'זיצט אינטערן סקרין.

אזויפיל זעהט מען אז די ציבור איז נישט באקוועם סיי מיט די וועג וויאזוי רב''צ טריעט יעצט רמ''ד און סיי בנוגע די פסק ב''ד

בארא פארקער » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:52 pm

· #220840
יא! המה למלחמה

אידיש: <a class="postlink" href="https://t.co/2HIqYuWNXi">https://t.co/2HIqYuWNXi</a>
לשה"ק: <a class="postlink" href="https://t.co/OmdeMfHoHJ">https://t.co/OmdeMfHoHJ</a>

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:53 pm

· #220842
חרבונה
יעדער לאכט
חרבונה

אויף א בלאג איז נישט אינטערעסאנט. דו ווייסט נישט ווער ס'זיצט אינטערן סקרין.

אזויפיל זעהט מען אז די ציבור איז נישט באקוועם סיי מיט די וועג וויאזוי רב''צ טריעט יעצט רמ''ד און סיי בנוגע די פסק ב''ד

נאכאמאל, פון א בלאג קעסטו גארנישט זעהן!
איך דריי מיך אויך אויפן גאס איך רעד אויך מיט מענטשן (ציבור), דיר עולם איז אקעי מיט רב"ץ ער איז גארנישט שילדיג אז ער האט געוואונען.
ביידע זייטן טריעטן זיך די זעלבע, יעדער רעדט אויף יעדן ווייל כך הוא דרכה של פאליטיק.

כנור » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 3:04 pm

· #220846
יעדער לאכט
...יעדער רעדט אויף יעדן ווייל כך הוא דרכה של פאליטיק.

שעמסט זיך נישט צו זאגען ברבים אז די רעדסט אויף יענעם?

ביי דיר איז עס פאליטיק, אבער ביי כלל ישראל איז דאס א ערענסטע ענין. מען האט בא'עוולט רבי נפתלשע זצ"ל, פינטעל.

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 3:08 pm

· #220849
גראדע אפליינענדיג דא די תגובות פון חסידי רמ"ד, זעה איך ווי זיי בא'עוול'ן שטארק האדמו"ר מהר"ש זי"ע. כ'פאנג שוין אן צו זעהן פארוואס דער באבוב'ע רב און רוב ציבור איז נישט מיטגעגאנגן מיט זיי.

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 3:15 pm

· #220853
כנור
יעדער לאכט
...יעדער רעדט אויף יעדן ווייל כך הוא דרכה של פאליטיק.

שעמסט זיך נישט צו זאגען ברבים אז די רעדסט אויף יענעם?

ביי דיר איז עס פאליטיק, אבער ביי כלל ישראל איז דאס א ערענסטע ענין. מען האט בא'עוולט רבי נפתלשע זצ"ל, פינטעל.

דו שפילסט תם? אדער דו ביסט??...

חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 4:47 pm

· #220892
קנטרסים אהן א שיעור, טונט גיסט זיך ווי וואסער, פאפיר ווי פעדערן פון א קישן, דרשות און מאמרים ביז די לעפצן ווערן אויסגעטריקנט
הכלל
וועט דאס טוישן דעם פסק, אדער איז דאס א הכנה דרבתא און מראה מקומות צום שיעור כללי פארוואס מ'פייפט זיך אויס אויף דעם ועשית ככל אשר יורוך?

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 5:03 pm

· #220900
מ'ווארט אויף גדולי ישראל בבחינת צדיק גוזר ובי"ד מקיים

מאיר הערש » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 6:01 pm

· #220917
יעדער לאכט
דאס אז ס'איז דא אסאך רביס אין אנדערע חסידות'ער מאכט עס נישט פאר א "נארמאלע זאך". זיי מיר ביטע מסביר די פשט פון 2 רביס מיט די זעלבע נאמען? וואס פארדינט די וועלט?? ווען דער הייליגער צאנזער רב זי"ע איז נסתלק געווארן האבן אלע קינדער איבערגענומען??? צו אנדערע חסידות אינדערהיים האבן אלע קינדער ממלא געווען דעם טאטנס פלאץ? אויסדריקליך נישט!! איןן קינד האט איבערגענומען און די אנדערע קינדער האבן זיך מסדר געווען אין אנדערע שטעט. ווען אליהו הנביא איז געגאנגען מיט ריב"ל אין א שטאט וואס מ'האט זיי זייער נישט שיין מכבד געווען האט ער "פארשאלטן" די שטאט אז זיי זאלן האבן אסאך מנהיגים. קומט נישט ארויס קיין שום טובה פון די וועלט ווען ס'דא 2 רביס מיט די זעלבע נאמען.

די טענה אז תובע זיין וועגן די נאמען אז ס'איז גלייך צו די לבנה איז אזא מין שטות. די לבנה האט דען געהאט טענות אז דער זין הייסט אויך לבנה??... האט מען דען זיי געגעבן דעם זעלבן נאמען?? פארוואס נישט? וואלט דאך געקענט זיין אזא טובה פאר די וועלט. פונקט ווי ספינקא.. ס'גייט נישט אזוי, מ'קען נישט געבן פאר 2 קאמפעניס די זעלבע נאמען. די לבנה האט גע'טענה'ט אויף די "סייז" האט מען אים קלענער געמאכט. קיינער האט דא נישט תובע געווען זיין סייז אדער זיין אדמורו"ת מ'האט תובע געווען אז ער רופט זיך מיט די זעלבע נאמען, ער קען זיין א גרויסע רבי, רוף דיך נישט אזוי ווי מיר.

וועסט קוקן אין אידישע היסטאריע וועסטו באגעגענען אסאך אזאנע דין תורה'ס אין שטעט אין דערפלעך, ס'איז קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר א בי"ד צו פסק'נען אז, אקעי ביידע קענען זיין דא רב ווייל ס'ווערט ארויסקומען א טובה פאר די וועלט (פאר וועם?..) און (אני) שלום על ישראל. יעדער פארשטייט אז ס'קען נישט ארבעטן אזוי.

דו האסט אליינס געהערט אז א סך חשוב'ע אידן אין באבוב 48 האבן געהאפט אז "מען" וועט מסכים זיין מאכן עטליכע באבוב'ער קהילות? ווערסט אפילו נישט רויט ווען די שרייבסט דעי שורה?

איך מיין אז באבוב איז יוניק און אז עס איז דא עטליכע רבי'ס מיט חסידים וואס רופן זיך 'באבוב' טוט דאס ארויסברענגען די ספעציעלע סטאטוס וואס דער באבוב'ער רבי דער באוואוסטער אוהב שלום ורדוף שלום זצוק"ל איז געווען באקאנט אין דער לענג און דער ברייט. א שאד צו צעברעכן אזא שיינע טראדיציע.

די לבנה האט געהאט אן ענליכע טענה אז ביידע קענען נישט זיין קיין רבי'ס אין דער זעלבע צייט. זאגט דער רבש"ע, לשיטתך, געב איבער דער רביסטעווע פאר דער אנדער זייט. דו זאגסט איין באבוב'ער רבי, זאל יענער זיין דער איין באבוב'ער רבי.

יא, איך האב אליין געהערט חשוב'ע באבאווער48 חסידים וואס וואלטן געהאפט אז עס וואלט זיך אזוי געענדיגט ושלום על ישראל.

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 6:16 pm

· #220922

הייסט דו זאגסט אז באבוב איז אנדערש ווי איבעראל און די קללה פון אליהו הנביא וואלט נישט חל געווען אויף זיי... (ביטע נישט לאכן..)
די לבנה האט געהאט אן ענליכע טענה אז ביידע קענען נישט זיין קיין רבי'ס אין דער זעלבע צייט. זאגט דער רבש"ע, לשיטתך, געב איבער דער רביסטעווע פאר דער אנדער זייט. דו זאגסט איין באבוב'ער רבי, זאל יענער זיין דער איין באבוב'ער רבי.
די לבנה האט גע'טענה'ט אז ביידע קענען נישט זיין די זעלבע גרויס, דא איז נישט געווען דאס די טענה ווי שוין פריער ערווענט, ער קען זיין גרויס, אפילו גרעסער פונעם פעטער, "נאמען" זאל ער זיך טוישן, ברענגט נישט קיין שום תועלת פאר קיינעם ווען ער טראגט די זעלבע נאמען!
יא, איך האב אליין געהערט חשוב'ע באבאווער48 חסידים וואס וואלטן געהאפט אז עס וואלט זיך אזוי געענדיגט ושלום על ישראל.
נעמען ביטע. כ'קען באשטיין מברר צו זיין. סתם שיסן סטעיטמענטס האט נישט קיין זין!

מאיר הערש » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 4:12 am

· #221008

אז דו קענסט נישט אקסעפטירן דאס פארגלייכונג מיט די לבנה איטס א.ק. אנדערע האלטן ס'איז גאר צוגעפאסט.

יעדער לאכט
יא, איך האב אליין געהערט חשוב'ע באבאווער48 חסידים וואס וואלטן געהאפט אז עס וואלט זיך אזוי געענדיגט ושלום על ישראל.
נעמען ביטע. כ'קען באשטיין מברר צו זיין. סתם שיסן סטעיטמענטס האט נישט קיין זין!

איך רעד פון חשוב'ע איידעלע אינגעלייט און עלטערע אידן נישט פון די שוויצערס.

חסיד » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 9:15 am

· #221018
ווען דו ביסט ווען גערעכט וואלטן זיי דאך געשטימט ביי די וואוטס אז ס'זאל זיין צוויי, און היות אז רוב אפגעגעבענט שטומען האבן געשטימט אנדערש ש''מ תיובתא דמאיר הערש תיובתא

יעדער לאכט » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 10:19 am

· #221034
מאיר הערש
איך רעד פון חשוב'ע איידעלע אינגעלייט און עלטערע אידן נישט פון די שוויצערס.

נעמען ביטע. סתם שיסן סטעיטמענטס האט נישט קיין זין.