BREAKING!!! גמר הדין אין באבוב!!!
885 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7005
דולה ומשקהמפי השמועה אז דער מארגענדיגע "גענעראל פארזאמלונג" ביי באבוב [45] איז געווארען בטול.
דאס איז נאר "דולה" נישט "משקה" איינער וואס איז א דולה ומשקה דארף קענען ברענגען ריכטיגע אינפאו
אגב עס שיינט נישט צו זיין אמת, טא פאוורוואס זאלן זיי מבטל זיין די גענעראל פארזאמלונג
דאס איז יא דולה ומשקה, אויב אין דעם הינזוכט האב איך 'דולה' געווען פון א מקור בלתי נסמך נעם איך נישט קיין אחריות, ביי די סארט זאכען האב איך דער כלל פון "נראה ונחזי", ימים ידברו, אויב קומט עס יא פאהר ווייס איך דער מקור איז נישט גערעכט, אויב קומט עס נישט פאהר ווייס איך דער מקור איז יא גערעכט.
איך האב קיין שייכות מיט קיין איינס פון די צדדי באבוב, ממילא קען זיין אז עס איז טאקע א טעות מעיקרא, ואתכם הסליחה.
אין די ריקאמענד א נעים אשכול האב איך געשריבען אן איידיע
"וויקיפידיע האט א גאנצע ליסט פון שטעט וואס איז קוים א האלבע אות לאנג. קען 45 צולייגען א האלבע אות און מקיים פסק זיין על אפם פון די 48
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_short_place_names">http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_ ... lace_names</a>
וואס שלעכט פון ק"ק אדמו"ר ד' באבוב..
D, De, da, איז א שם עיר.. "
בי"ד קען נישט אריין רעדן מער אין די מחלוקת
די דזשאוק אז בית דין ריטעינד קאנטראל אויף די פסק ארבייט נישט אין אמריקה. עטץ האטס שוין אמאל געזען א קאורט שרייבען ביי די ענדע פון א פסק אז זיי האלטען די רעכט צו טוישען די פסק? נישט דא אזא קאנצאפט. און קאורט איז פונקט'א אפיסי'א functus officio פון די רגע וואס מ'שרייבט א פסק.
ארבעטרעיטערס זענען א דזשודישעל באדי וואס אלע כללי רע'ז דזשודיקאד'א איז חל אויף זיי.
ביי די פוסקים איז דא די זעלבע כלל. א דיין קען נישט טוישען די פסק אפילו ער האט הונדרעט מאל חרטה. ער איז נישט בעל בית אויף זיין אייגענע פסק. דיינים זענען נישט קיין אינפארסערס און נישט קיין קאלעקשאן עדזשענסי. האסט אפגעגעבן דעם פסק און גוד ביי טשארלי.
אז מ'רעדט שוין, האט שוין איינער דאכט זיך דאס דערמאנט דא בהבלעה. די פסק איז זיכער נישט אינפארסעבעל אין קאורט. מילא דארף מען נאר אפיר קראצען א היתר בית דין פון עפעס א גאביוף אדער א בצע קעניג.. איי מ'שעמט זיך צו אפיליעטען מיט אזוינע קאראפטע חברה, דארף מען עס דיפאזיטען ביי וויענע רב אין לעידעל און קיינער וועט נישט וויסען פון וועים מ'האט געכאפט א היתר. פאר א עקסטערע פרייז איז וויענע רב א היתר לאנדרי, ער קאנפירמט די היתר אן פארציילען ווער ס'איז אינטער עס. א שטייגער ווי סאכדעס זאגט אז דאמינא צוקער איז כשר לפסח ווייל ס'האט א OU..
לאמיר זעען צו עטץ ווייסט פארוואס מ'קען דער פסק בי"ד זיכער נישט אינפארסען אין קאורט?
Hint: the concept is being appealed now.
[quote="יאסל ראקאווער"]אין די ריקאמענד א נעים אשכול האב איך געשריבען אן איידיע
"וויקיפידיע האט א גאנצע ליסט פון שטעט וואס איז קוים א האלבע אות לאנג. קען 45 צולייגען א האלבע אות און מקיים פסק זיין על אפם פון די 48
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_short_place_names">http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_ ... lace_names</a>
וואס שלעכט פון ק"ק אדמו"ר ד' באבוב..
D, De, da, איז א שם עיר.. "
דאס איז גוט, איך זעה דארט א שטאט מיטן נאמען me, איז דאך גוט, געגאנגען כ"ק אדמו"ר מ-באבוב
D קלאפט בעסער ווייל ס'גייט גוט און לשון קודש און יידיש, ספעציעל גוט און גאליציאן יידיש
די באבובע רב זאל זיין געזונט
להכעיס וועט אים א פאפאנער אויפרופן "כ"ק אדמו"ר מדי-באבוב שליטא"...
געטראכט אז ס'קען זיין אינטערעסאנט. וידאו פון הכתרת מהרב"צ.
youtu.be/9BAV9LQkv9g[ציטאט אראפגענומען]
זיכער אזוי ווייל אין דעם ווענס זיך די גאנצע זאך ווייל אויב ר'נצ איז געווען דע באבעווע רבי איז ר'מד א יורש אין די יורש !!!
אפשר קען דא עמיצער קלאר מאכן די פאקטען איינמאל פאר אלעמאל?
לויט ווי איך האב א ביסל פארשטאנען די טענה'עס ומענה'עס פון ביידע צדדים, שטעלט זיך עפעס ארויס דעם בילד:
דער מהר''ש השני מבאבוב האט פארלאזט דעם דאזיגער וועלטע'ל ר''ח אב תש''ס. און ער האט איבערגעלאזט 2 זון. זיין זון בזו''ר דער אדמו''ר מהרנ''צ ז''ל, און זיין זון הרב בנצא''ל שליט''א פון זו''ש.
פאר יעדען איז געווען קלאר אז דער מהרנ''ץ איז דער יורש מדאורייתא, והוא ישב על כיסא שלמה אביו, דאס איז יעדער מסכים.
י''ב אדר תשס''ה האט דער מהרנ''ץ ז''ל פארלאזט אונזער וועלטעל.
אצינד איז אזוי:
וואלט ווען מהרנ''ץ ווען געהאט א זון, וואלט דאך דער זון זיכער געווען דער יורש מדאורייתא.
נאר במציאות האט ער נישט געהאט קיין זון נאר איידעמער, וואלט ווען זיין עלסטע איידעם הגר''י רובין שליט''א געדארפט זיין זיין יורש מדאורייתא, אלס חותנו כבנו (אויב עס איז א טענה גאר).
למעשה האבן זיך א קלענערע גרופע חסידים מיישב געווען, און עקלערט אז ניין! הגר''י איז עפעס נישט אזא בר הכי, ער פארמאגט עפעס נישט דעם באבובער חן, דער נעימות וואס פארלאנגט זיך פאר אן אדמו''ר לבית באבוב, דעריבער קען ער נישט זיין דער יורש, נאר מען האט אויפגענימען דעם יונגערע איידעם הגרמ''ד שליט''א מבאבוב – דאמבראבע, אלס יורש, וואס ער פארמאגט טאקע יא א היפש א שיינער שמייכל, און ווי אויך פארמאגט ער גאר א לייטישען פיגור,דעריבער האבן זיי געהאלטן, אז דאס וועט זיך בעסער אויסארבייטן, ( זייער טענה איז נישט אזוי ווייט געווען מדיני ירושה, ווייל אויב יא, פארוואס נישט הגר''י? נאר וואס דען דער פארטעל איז געווען "נאר נישט הגרב''צ" ודו''ק ותשכ''ח.) כאטש דאס איז זיך בפשטות (און אפשר גאר מדין תורה). געקימן פאר פאר הגר''י שליט''א. (וואס עס איז ידוע אז הגר''י האט קיינמאל נישט עכט שלום געמאכט מיטן מציאות אז דער אינגערער איידעם איז געווארן רבי, ווייל דאס מיינט דאך קלאר, אז ער איז נישט געווארן צולוב זיין נישט פארמאגן די נויטיגע קוואליפעקעציעיעס צו דינען אלס אן אדמו''ר לבית באבוב)
ווידעראום רוב חסידי באבוב, האבן געהאלטן אז ניין, היות דער רנ''ץ ז''ל, האט נישט איבערגעלאזט קיין זון, נאך פול מער, ווען דער עלטעצטער איידעם טענה'עט ווען ירושה, וואלט ווען אפשר געווען א שטיקל טענה, אבער דא איז מען ממלא אוועק געגאנגען פון די דין ירושה, און מען האט דאס פשוט איבערגעגבן פאר א א יונגערען איידעם, נא, אז מען גייט ממלא אוועק פון די דין ירושה, ווילן זיי מקבל זיין אלס רבי הגרב''צ שליט''א. (וואס איז א ברידער און אין זייערע א סאך חסידישע הויפן איז די אדמור''ת איבערגעגאנגען צו א ברידער, אפי' במקום שהיה לו בנים. עיין ערך גור, ואלכסאנדער, ועוד)
אבער די פארזענדליכע ירושה פון הגרנ''ץ ז''ל, וויל למשל די אונטער וועש, די חובות, דעם זילבענעם שטעקן, דעם טאשן-טיכל, זיינע פראזענדליכע דאקימענטן און חפצים, זאלן צוטיילט צוווישען די געשוויסטער, לויט ווי די הלכה לויטעט.
(די טענות אז דער מהר''ש האט אזוי געזאגט, צו ער האט אזוי געזאגט איז אין גאנצען נישט רעלעווענט, ווייל עס איז נישט דא קיין געשריבענע צוואה, און געזאגט האט ער מן הסתם, אז יעדער זאל זיין א רבי, אדער אמאל אזוי און אמאל אזוי, דעריבער איז ניטאמאל אונטערסאנט וואס ער האט געזאגט צו נישט געזאגט)
איי איי איי איי אבער דער איידעם הגרמ''ד וויל דאך פארט זיין א רבי, (בבחינת איך וויל זיין א רבי, בניגון הידוע ליו'ח) איז 2 זאכען: איינס ער קען טאקע זייער גערן זיין א רבי, (ער קען אפי' האבן חסידים אויך) ווי אויך קען ער זיך אפי' ריפן באבוב אבער האר מיט מיט א כינו, 2 מען האט אים געגבן א ציקערל אלס איבערבעטען געלט. והכול על מקומו יבוא בשלום.
און דאס טאקע האט דער ב''ד געפאסקענט. פארוואס זענען די אנשי הגרמ''ד אזוי דערביטערט??? עטץ האט'ס געוואלט פארכאפן באבוב, עס איז ענק אבער ליידער נישט געלונגען, דער יושר און דער תורה איז ענק פארלאפן דעם וועג, ווישט'ס ענק אפ די נאניעס, און היידא! גייטס אן מיטן לעבן. איך זע דא גארנישט נישט יושר'דיג אונעם פסק ב''ד.
וואס עס איז יא זייער ביטער, איז די פראגע פארוואס האט אזעלכע דברים פשוטים גענימען 9 יאר פאר א ב''ד צו פאסקענען, (דאס טיט קלאר אנדייטען אז עס איז עפעס פארגעקימען אונטער די קוליסן, מיין געוויסען זאגט מיר אזוי שטילערהייט אז מר' קאראפציע איז דא געווען ערענסט פארמישט, ווער ווייסט? אבי דער פסק דין איז שוין דא, און איצט קען שוין אנפאנגען א דין תורה אין סאטמאר, (אויב איינע פון די צדדים זענען נאך בכלל אונטערעסירט))
פארוואס איז מהרב"ץ ווייניגער יורש ווי מהרנ"ץ?
און פארוואס איז מהרמ"ד ווייניגער יורש ווי מהר"י רובין?
עפעס מאכט נישט קיין סענס דיין פשעטיל
קאך_לעפל
וואס עס איז יא זייער ביטער, איז די פראגע פארוואס האט אזעלכע דברים פשוטים גענימען 9 יאר פאר א ב''ד צו פאסקענען, (דאס טיט קלאר אנדייטען אז עס איז עפעס פארגעקימען אונטער די קוליסן, מיין געוויסען זאגט מיר אזוי שטילערהייט אז מר' קאראפציע איז דא געווען ערענסט פארמישט, ווער ווייסט? אבי דער פסק דין איז שוין דא, און איצט קען שוין אנפאנגען א דין תורה אין סאטמאר, (אויב איינע פון די צדדים זענען נאך בכלל אונטערעסירט))
9 יאר דין תורה
מיינוס 2 יאר - ווארטן אויפ'ן פסק
מיינוס, 1 יאר - צוליב עקסטרע זיצונגען לגבי באסעס, בית החיים, גן פראגרעם, ועוד, אלעס צוזאמען האט געקאסט א יאר, אויב נישט מער
מיינוס, 1 יאר - צוליב געקענסעלטע זיצונגן צוליב שמחות וכדומה ביי ביידע זייטן, אלעס צוזאמען האט געקאסט אומגעפער א יאר,
ביסט געבליבן מיט 5 יאר, שוין כמעט האלב.
דיין קשיא איז שוין האלב פארענטפערט.
איך האב אמאל גיהערט אז צאנזער רב (הראשון, הרמ"ד קען נאך נעמען דעם נאמען) שרייבט אין א תשובה אז די רבנות איבער גאנג גייט נישט צו מתורת ירושה און ווי איך פארשטיי רעדט מען טאקע פון די חסידישע הויפן וואו ס' גייט דירעקט צו די קינדער, ווייסט איינער פון דעם, איז עס אמת?
קאן מיר איינער מסביר זיין?
בנוגע די דין תורה און פסק אין באבוב.
איך גיב נישט קיינעם גערעכט איך פרעג נאר. לייג ווער עס איז גערעכט אין א זייט פאר א מינוט. איך פרעג סתם אלס איינער וואס קוקט פון אינדרויסען.
איעדער נארמאלע מענטש אפי' א קינד פארשטייט אז ביי יעדער דין תורה גייט צום סוף איין צד געווינען און די אנדערע פארלירן. עס איז ווי מען זאגט קאמען סענס.
שטעלט זיך א שווערע שאלה... פארוואס אויב דו ביזט אופן צד וואס האט פארלוירען הייסט עס אז די רבנים האבען גענומען שוחד?
מען מוז פסק'נען פונקט ווי דו ווילסט? פארווואס נישט ווי יענער וויל?
לאמיר פרעגן בעסער... אויב עס וואלט אויסגעקומען פארקערט וואלט מען אויך געשריגען שוחד?
און מען ווייסט פונקט וועלעכע רב האט גענומען און וויפיל ער האט גענומען
רבותי איך האב אדורך געקוקט דער פסק איין שטיק שטינק אין פאלשקייט
איך גיי אלע מאל רופען אי''ה ר' בנציון דער באבובער 48 אין דאס איז דאס
איך זעע יעצט אז כאמאס שפרינגט ארום מיט די צוויי פינגער זיי האבען געוואונען.
נוא אויב אזוי קען דיך באבוב45 אוכט טאנצען.
נ.ב. איך האב געטרייט צו מאכען 45 די זעלבע פאנט וואו באבוב, כפסק בי״ד. פאר סאים ריזעין קומט גאר די פאנט 45 אויס גרעסער,וואו באבוב.
נוא נישט געפערליך לפנים משורת הדין.
רבותי ביטע אפגעבן אייער שטימע
דעת הקהל איבער די פסק דין פון די באבובער דין תורה:
<a class="postlink" href="http://vote.pollcode.com/74563187#sthash.mpI4ekhg.dpuf">http://vote.pollcode.com/74563187#sthash.mpI4ekhg.dpuf</a>
עס גייט זיין א הוק-אפ היינט פון די פארזאמאלונג?
ווייט פישעס גייט זיין א הוק-אפ היינט פון די פארזאמאלונג?
אויף קול באבוב מעלדט מען נישט וועגן א הוקאפ
איך מיין אז מען מבטל געווען די אסיפה אסיפה. עס גייט זיין א ר"ח טיש. וואס וואלט געדארפט פארקומען מארגען. נאר די רבי פארט קיין לאנדאן מארגען לרגל חתונה במשפחת פרישוואסער.
ממילא פירט ער היינט טיש.
קען זיין אז ער גייט אויך רעדן וועגן די פסק דין
התם ומתמם עם תמימיםרבותי איך האב אדורך געקוקט דער פסק איין שטיק שטינק אין פאלשקייט
איך גיי אלע מאל רופען אי''ה ר' בנציון דער באבובער 48 אין דאס איז דאס
מהיכן דנתני אז דאס איז איין שטיק פאלשקייט
און ווען בי"ד פסק'נט פונקט פארקערט וואס וואלסטו דעמאלטס געזאגט? בצדק וביושר, פארוואס? ווייל זיי האבן גע'פסק'נט ווי איך וויל, נו נו, נישט אלעמאל גייט עס ווי דו ווילסט
פארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?
א ליסטע פון די חסידי מהר"א ניקס וואס זענען פאר גי הנהגה פון מהרב"ץ ביטע?
ווייט פישפארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?
כ'מיין אז ס'איז גאנץ פשוט
ס'איז געווען אמאל א כינוס כלל ישראל, נישט אזוי? 😃 🙄 💡
יעדער לאכטא ליסטע פון די חסידי מהר"א ניקס וואס זענען פאר די הנהגה פון מהרב"ץ ביטע?
אויבען אויף זע איך יעצט
@שרייבער
@משולם שטיינפעלד
@איימ בעק (געהער נישט אין סאטמאר, אבער שטעלט זיך געווענליך צו יענע צד)
@שעפטל
ווייט פישיעדער לאכטא ליסטע פון די חסידי מהר"א ניקס וואס זענען פאר די הנהגה פון מהרב"ץ ביטע?
אויבען אויף זע איך יעצט
@שרייבער
@משולם שטיינפעלד
@איימ בעק
@שעפטל
😂
און נעכטן האסטו געזאגט אז איך בין א בעלזא
ווענצעך וועלכע ניק
ווייט פישפארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?
זיי זענען מקיים וואס זייער רבי האט געזאגט
די פעטער ז"ל האט אונז אויסגעלערנט צו זאגן דעם אמת
ווייט פישפארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?
ווייל רמ"ד גראבט קברים
שעפטלווייט פישפארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?
ווייל רמ"ד גראבט קברים
נאך א רינג אין די ליגנט קייט!
ווייט פישפארוואס זענען אלע ניקס פון חסידי מהר''א פאר די הנהגה פון מהרב''צ? עס איז פארבינדען די צוויי חסידות'ן?
ס'איז מיר שווער צו זאגן ווי אזוי איך וואלט געהאלטן ווען רמ"ד געווינט, אבער איך האב באמת גארנישט מער מיט רב"צ ווי מיט רמ"ד, איך פארשטיי אבער גאר גוט דער מהלך וואס בי"ד האט גע'פסק'ט איינזייטיג, דער אמת איז נאר איינס, און קיינער האט דא נישט געוואלט א פשרה, איז וואס דאס אראפרייסן א בי"ד? ווען מ'פסק'ט גארנישט וואלט מען געשריגן עינוי הדין, פריי דיך ער האט גע'פסק'ט, ווילסט מערער זיין? האסט א הלכה'דיגע ערעור, נו גיי זיי מערער, אבער סתם שרייבן פאלש שוחד וכו' וכו' דאס איז נוסח רז"ל דוגמת תהלוכי הקהלה
אז מ'רעדט שוין וועגען דער נושא, ביידע צדדים האבן קלאר געבעטען א פסק, זיי האב ביידע געזאגט זיי ווילן נישט הערן פון קיין פשרה.
זיי האבן ביידע געהאפט אז זיי וועלען ארויס גיין געווינער'ס, אבער זיי האבן אויך געוויסט אז איינער גייט ארויס גיין נאקעט אזוי ווי די מאמע האט עיהם געהאט
איך גלייב אז רמ"ד האט אין וויסטן חלום נישט געחלומ'ט אז מ'גייט זאגן פאר רב"צ, "פאק פעק און קענסט דינגן בית יעקב"... ער האט פיין געוואלט עפעס א פשרה ובפרט בלייבן מיטן נאמען באבוב
כ'האב פאר די נייעס שעפטעל, ער האט געוואלט א פסק, יעצט כהאב נישט געזאגט ער האט געמיינט מ'גייט זאגן פאר רב"צ פאר פעק, אבער ער האט זיך אנגערעדט אז מן התורה קומט עיהם האלב, ממילא האט ער געוואלט האלב פון די ווערד פון אלע באבובער נכסים, משא"כ נישט קיין פשרה.
ביי מיר איז דאס מער ווייניגער גערופן א פשרה... חצי שלי ווייל איך דארף עס צו ווייל ס'קומט זיך מיר, וחצי שלך ווייל דו האסט עס סיייווי און כ'האב נישט קיין ברירה צו ווייל ס'קומט זיך דיר אויך
בארא פארקערכ'האב פאר די נייעס שעפטעל, ער האט געוואלט א פסק, יעצט כהאב נישט געזאגט ער האט געמיינט מ'גייט זאגן פאר רב"צ פאר פעק, אבער ער האט זיך אנגערעדט אז מן התורה קומט עיהם האלב, ממילא האט ער געוואלט האלב פון די ווערד פון אלע באבובער נכסים, משא"כ נישט קיין פשרה.
עס איז קלאר אז דער מהלך פון צד א' (כ"ק מרן מהרמ"ד שליט"א) איז געוועהן אז ירושה און חתנו כבנו זענען נישט קיין קינדער שפיל, און חזקה פון כל דאלים גבר איז נישט קיין דיון, אויב אזוי קומט זיך דעם צד עכ"פ כאטש האלב אדער מער פון די בנינים מיט געלט פון דעם גיגנאטישן באבוב'ער מלוכה
בארא פארקעראז מ'רעדט שוין וועגען דער נושא, ביידע צדדים האבן קלאר געבעטען א פסק, זיי האב ביידע געזאגט זיי ווילן נישט הערן פון קיין פשרה.
זיי האבן ביידע געהאפט אז זיי וועלען ארויס גיין געווינער'ס, אבער זיי האבן אויך געוויסט אז איינער גייט ארויס גיין נאקעט אזוי ווי די מאמע האט עיהם געהאט
פון ווי נעמסטו אז ביידע צדדים האבען געבעטען א פסק און דוקא נישט קיין פשרה?
שעפטלאיך גלייב אז רמ"ד האט אין וויסטן חלום נישט געחלומ'ט אז מ'גייט זאגן פאר רב"צ, "פאק פעק און קענסט דינגן בית יעקב"... ער האט פיין געוואלט עפעס א פשרה ובפרט בלייבן מיטן נאמען באבוב
גערעכט, ביי די "אזויגערופענע" וואלען, האט צד 45 געבעטען פונעם עולם צו שטימען אז אויב צד 45 געווינט דער דין תורה דענמאלט זאל מען אויך עפעס געבען פאר צד 48, און רוב עולם פון 45 האט טאקע אזוי געטוהן. דאס הייסט אז 45 האט קלאר געקענט באשטיין אויף א פשרה און נישט געוואלט אלעס צונעמען פון רב"צ.
שעפטלאיך גלייב אז רמ"ד האט אין וויסטן חלום נישט געחלומ'ט אז מ'גייט זאגן פאר רב"צ, "פאק פעק און קענסט דינגן בית יעקב"... ער האט פיין געוואלט עפעס א פשרה ובפרט בלייבן מיטן נאמען באבוב
און זענען טאקע געבליבען מיטען נאמען באבוב וואס מען האט געוואלט צונעמען פון זיי. מען האט זיי נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר. אין מיינע אויגען הייסט עס געווינען די נאמען באבוב.
כנורשעפטלאיך גלייב אז רמ"ד האט אין וויסטן חלום נישט געחלומ'ט אז מ'גייט זאגן פאר רב"צ, "פאק פעק און קענסט דינגן בית יעקב"... ער האט פיין געוואלט עפעס א פשרה ובפרט בלייבן מיטן נאמען באבוב
און זענען טאקע געבליבען מיטען נאמען באבוב וואס מען האט געוואלט צונעמען פון זיי. מען האט זיי נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר. אין מיינע אויגען הייסט עס געווינען די נאמען באבוב.
גערעכט גערעכט. דער כנור איז א קלוגע בחור,
יעדער וואס האט געליינט די פסק האט קלאר געזעהן אז ביידע מעגן זיין באבוב נאר אלץ היכר האט מען געבעטען רמ"ד זאל זיין אזוי גוט אין צו לייגן א מספר,
יש אומרים אז מ'האט געבעטען ב"צ זאל צולייגן אלץ היכר אבער ער האט נישט געוואלט לכתחילה, האט מען געבעטן רמ"ד אין האט געזאגט נאו פראבלעם
😃 😃 😃
לויט די צעטלעך פון רא"ב ראזנבערג זעט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז דער עיקר פון דעם נאמען ויכוח איז א שאלה פון 'לעגעטימאציע' און האט געהאלטן אז כדי אז צד א' פון כ"ק מרן אדמו"ר הגרמ"ד שליט"א זאל בלייבן מיט לעגעטעמאציע מוזן זיי קענען זיך רופען באבוב פונקט מיט די זעלבע רעכט ווי צד ב', אנמייסטענס אויב לייגט מען זיי צו א נאמן מוז דאס קומען מיט א פעטע אפוטיקו דערצו און א סימבאלישער בנין צו ווייזן אז ער איז פונקט אזוי לעגעטים צום שלשלת באבוב
ביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל
עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען
חסידלויט די צעטלעך פון רא"ב ראזנבערג זעט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז דער עיקר פון דעם נאמען ויכוח איז א שאלה פון 'לעגעטימאציע' און האט געהאלטן אז כדי אז צד א' פון כ"ק מרן אדמו"ר הגרמ"ד שליט"א זאל בלייבן מיט לעגעטעמאציע מוזן זיי קענען זיך רופען באבוב פונקט מיט די זעלבע רעכט ווי צד ב', אנמייסטענס אויב לייגט מען זיי צו א נאמן מוז דאס קומען מיט א פעטע אפוטיקו דערצו און א סימבאלישער בנין צו ווייזן אז ער איז פונקט אזוי לעגעטים צום שלשלת באבוב
יין שרףקודם כל די כתבים זענען פון תשס"ח, דאן האט מען נאך אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. קען פונק אזוי זיין אז די הייליגע "כתבים" זענען ווען זייער טוען הרב שמחה ראטה האט גערעדט.. עכ"פ דעמאלס האט מען נישט געהאלטן ביי א פיינעל פסק נאר אינמיטן אויסהערן די טענות פון די צוויי צדדים.
און אויב האלטן צד מהרמ"ד אז דאס איז יא זיין דעת תורה, דאן איז ער אסאך מער פסול ווי הרב זלמן גראוז, אלס דיין שחווה דעתו לפני הפסק דין, ווייל הרב זלמן האט ערשט מחליט געווען אין זיין ספר וואס ער האלט, נאכן אויסהערן אלע טענות פון ביידע צדדים משא"כ הרב ראזעבערג האט נאך באמצע הטענות מחליט געווען וואס ער האלט.
ווייט פישביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל
עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען
און די געווינער איז רמ'ד, וויבאלד ער האט ווייט פיש אויף זיין זייט.
בארא פארקערכנורשעפטלאיך גלייב אז רמ"ד האט אין וויסטן חלום נישט געחלומ'ט אז מ'גייט זאגן פאר רב"צ, "פאק פעק און קענסט דינגן בית יעקב"... ער האט פיין געוואלט עפעס א פשרה ובפרט בלייבן מיטן נאמען באבוב
און זענען טאקע געבליבען מיטען נאמען באבוב וואס מען האט געוואלט צונעמען פון זיי. מען האט זיי נאר געהייסען צולייגען "45" אלץ א היכר. אין מיינע אויגען הייסט עס געווינען די נאמען באבוב.
גערעכט גערעכט. דער כנור איז א קלוגע בחור,
יעדער וואס האט געליינט די פסק האט קלאר געזעהן אז ביידע מעגן זיין באבוב נאר אלץ היכר האט מען געבעטען רמ"ד זאל זיין אזוי גוט אין צו לייגן א מספר,
יש אומרים אז מ'האט געבעטען ב"צ זאל צולייגן אלץ היכר אבער ער האט נישט געוואלט לכתחילה, האט מען געבעטן רמ"ד אין האט געזאגט נאו פראבלעם
😃 😃 😃
בארא פארקער, אז די רעדסט שוין שטייט נאך עפעס אינעם פסק, אז ביידע איידעמער פון מהרנ"ץ זענען אים ממלא מקום.
עס שטייט קלאר אין סעיף א' און אויך אין סעיף כ"ח, אז דער מהרנ"ץ איז געווען באבובער רבי (עפעס וואס 48 האט זיך געשלאגען אויף ווייזען אז נישט).
און סעיף כ"ח שטייט אז דער מהרנ"ץ'ס איידעמער זענען זיינע יורשים און נאר זיי האבען דער זכות פון דריקען די חדושי תורה פון זייער שווער דער אדמו"ר מהרנ"ץ.
אין סעיף ח' שטייט אז דער מהרנ"ץ'ס צוויי איידעמער "מעגען" שרייבען אז זיי זענען איידעמער פון אדמו"ר מהרנ"ץ אזוי ווי רב"צ מעג שרייבען אז ער איז א זוהן פון אדמו"ר מהר"ש. וואס זיי האבען דא מחדש געווען פארשטיי איך נישט, נאר צו זאגען אז די איידעמער זענען די ממלא מקום פונעם שווער. אז נישט, ווער ווייסט דען נישט וועמען'ס איידעמער זיי זענען און צו וואס דארפען זיי "רשות" צו שרייבען ווער זיי זענען.
ווייט פישביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל
עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען
דער סיבה פארוואס עס איז דא אזא שטארקע ווייטאגליכער רעאקציע פון צד כ"ק הרמ"ד שליט"א איז וויבאלט עס איז דא אן הרגש ווי בי"ד האט זיך ניטאמאל געגעבן די מיה צוציווארפן א ביינדל צופרידנצושטעלן דעם צד, דער פאקט אז דער פסק לייגט זיי צו מיט תנאים ארוכה מארץ מידה א זנב'דיגן צונאמן לאורך ימים ושנים, ווייזט א גאר שטארקן איינזייטיקייט מצד די רבנים. וויאזוי די גאס וועט רעאגירן למעשה איז א שאלה וואס ימים ידברו
אז הגרב'צ בן הגר'י קען איבערנעמען די רעביסטווע נאך די רבי'ס 120 אויב די עולם וועט פארלאנגען.
איך גלייב אבער שווער אז דאס וועט געשען.
יין שרףחסידלויט די צעטלעך פון רא"ב ראזנבערג זעט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז דער עיקר פון דעם נאמען ויכוח איז א שאלה פון 'לעגעטימאציע' און האט געהאלטן אז כדי אז צד א' פון כ"ק מרן אדמו"ר הגרמ"ד שליט"א זאל בלייבן מיט לעגעטעמאציע מוזן זיי קענען זיך רופען באבוב פונקט מיט די זעלבע רעכט ווי צד ב', אנמייסטענס אויב לייגט מען זיי צו א נאמן מוז דאס קומען מיט א פעטע אפוטיקו דערצו און א סימבאלישער בנין צו ווייזן אז ער איז פונקט אזוי לעגעטים צום שלשלת באבוב
יין שרףקודם כל די כתבים זענען פון תשס"ח, דאן האט מען נאך אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. קען פונק אזוי זיין אז די הייליגע "כתבים" זענען ווען זייער טוען הרב שמחה ראטה האט גערעדט.. עכ"פ דעמאלס האט מען נישט געהאלטן ביי א פיינעל פסק נאר אינמיטן אויסהערן די טענות פון די צוויי צדדים.
און אויב האלטן צד מהרמ"ד אז דאס איז יא זיין דעת תורה, דאן איז ער אסאך מער פסול ווי הרב זלמן גראוז, אלס דיין שחווה דעתו לפני הפסק דין, ווייל הרב זלמן האט ערשט מחליט געווען אין זיין ספר וואס ער האלט, נאכן אויסהערן אלע טענות פון ביידע צדדים משא"כ הרב ראזעבערג האט נאך באמצע הטענות מחליט געווען וואס ער האלט.
ער מעג שרייבען "פאר זיך" וואס ער וויל, אפילו באמצע הטענות.
ווייט פישביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל
עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען
מורא'דיגע געווינער, פערטיג מיטן דין תורה, 6 חדשים ארום גייט דיר ניטאמאל מער נישט אויסקומען צו זאגן די ווארט באבוב.... אין סאטמאר רוף זיי וויאזוי דו ווילסט, מאך נאר זעכער צו שרייבן ר' בעפאר... רעדן וועסטו סיי ווי רעדן פון זיי טעגליך.... און ווער איז נאר דער געווינער????
ברוך שאמר[ציטאט אראפגענומען]
זיכער אזוי ווייל אין דעם ווענס זיך די גאנצע זאך ווייל אויב ר'נצ איז געווען דע באבעווע רבי איז ר'מד א יורש אין די יורש !!!
וועגען דעם איז דאך דער פסק אזוי מוזר, ווייל זיי שרייבען יא ארויס (און סעיף א' און אויך אין סעיף כ"ח) אז דער מהרנ"ץ איז געווען אדמו"ר מבאבוב. איז דענמאלט שווער ממה נפשך.
יעדער לאכטפארוואס איז מהרב"ץ ווייניגער יורש ווי מהרנ"ץ?
און פארוואס איז מהרמ"ד ווייניגער יורש ווי מהר"י רובין?
עפעס מאכט נישט קיין סענס דיין פשעטיל
זייער פשוט. מהר"י רובין האט אוועק געגעבען זיין דין קדומה פאר זיין אינגערע שוואגער (ער מעג, ניין?).
און דער מהרנ"ץ איז געווען רבי נאך דער מהר"ש און נישט מהרב"ץ.
איי וועסטו פרעגען, וואס איז מיט "רב הצעיר", איז דער תירוץ אז בית דין האט במכוון נישט געשריבען אין דער גאנצע פסק דין א ווארט וועגען "רב הצעיר" און דער טעם איז מסתמא וואס רא"ב האט געשריבען אין זיינע צעטליך אז מען האט דאס נישט געקענט אויף ווייזען.
זייער א אינטערעסאנטע זאך, אינעם גאנצען פסק דין שטייט נישט א ווארט וועמען'ס ממלא מקום רב"ץ איז צו פון מהרנ"ץ אדער מהר"ש,
פארוואס?
קען איינער עס ביטע מסביר זיין?
שעפטלווייט פישביידע גייען בלייבען באבובע רבי'ס און נאך שענער ווי אין סאטמאר, אין סאטמאר רופט מען די רביים אויפן נאמען, אין באבוב וועט יעדער הייסן באבוב מיט א זנב דערינטער איינער 45 דער צווייטער 48/פלעין/סתם/פשוט/עכט/אריגינעל
עס איז נישט ווי תולדות א''י און כוונת הלב וואס האסען געדארפט אינגאנצען פארגעסן דעם אלטן נאמען
מורא'דיגע געווינער, פערטיג מיטן דין תורה, 6 חדשים ארום גייט דיר ניטאמאל מער נישט אויסקומען צו זאגן די ווארט באבוב.... אין סאטמאר רוף זיי וויאזוי דו ווילסט, מאך נאר זעכער צו שרייבן ר' בעפאר... רעדן וועסטו סיי ווי רעדן פון זיי טעגליך.... און ווער איז נאר דער געווינער????
סאטמאר ווי עס באבוב, ביסטו גערעכט
איך רעד נאר לגבי דאס וויאזוי די ביידע רביים בממלכת באבוב -זיי פאר זיך- גייען ביידע ארויס בכבודיג אלס ממשיכים לגזע באבוב נאר איינער מיט אזא זנב דער צווייטער מיט א אנדערע יוניפארם.