נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
לאור די הצלחה פון מיין אשכול
טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה ווי מען באריכטעט כסדר איבער טעראר מיטלען און רשעות וואס ווערט געטוהן דורך די משתלטים על הציבור בשם מלחמת האינטערנעט, און לאור דעם וואס ליינענדיג די חרדישע (אינטערנעטישע) פרעסע טרעף איך זיך אן טאג איין מיט טאג אויס מיט נייע נייעס און ענינים צו באריכטען, אבער נישט אלע פאסען אריין אין די טעראר אשכול, ווארום עס זענען דא זאכען וואס זענען שוין נישט קיין טעראר נאר לויטער קינדערישע נארישקייטן, עפן איך דא דעם אשכול ווי מען וועט באריכטען און ארומרעדן נארישקייטן און קוריאזן פון מענטשען אינם פעלד פון דעם אינטערנעט מערכה.
וזה יצא ראשונה: לכבוד די הייליגע טעג, באריכטעט
דער Lakewood Scoop האט אן ערליכער איד אין לעיקוואד מחליט געווען אז עס איז עם נישט גענוג סימבאליש אריינווארפען די עבירות אין וואסער, נאר ער מוז ממש אריינווארפען זיין עבירה אין וואסער אריין, און ווער איז דען דער אבי אבות הטומאה? אוודאי, זיין טריפה'נע טאבלעט קאמפיוטער, און וויבאלד דער טאבלעט איז מוקצה האט ער נישט געקענט ווארטן אויף ראש השנה ביי תשליך עס אריינצוווארפען אין וואסער נאר האט מקיים געווען זריזים מקדימים למצוות און האט עס שוין אריינגעשליידערט אין לעיק. זייענדיג אזא עניו מפורסם און וועלנדיג מזכה זיין נאך אידען מיט דער געדאנק איז עם נישט גענוג געווען עס סתם אריינווארפען בצנעא נאר האט זאפארט אנגערופען די אלע גרויסע נייעס אגענטורען מיט די וואונדערליכע נייעס. זעהט אויס אז די אנטיסעמיטען שליחי השטן פון די גרויסע נעטווארקס וואס ווערן געשטיצט דורך עפל און סעמסונג האבען נישט געוואלט מפרסם זיין דער מעשה, און אזוי איז ארויסגעקומען אז דער איינציגסטער ברכיים אשר לא כרע לבעל, דער לאקלער היימישער לעיקוואדער אינטערנעט סקאפס סייט, איז גרייט געווען ארויפצולייגען די נייעס.
דער איד געט איבער אז א סמארטפון האט ער נאך, ווארשיינליך האבען די פיש אין וואסער עס נישט געוואלט, אבער ער האט ארויפגעלייגט אויף דעם א שטרענגע פילטער, און דורך דעם האט ער געקענט מקיים זיין מפרסמים עושה מצווה מפרסם זיין די וויכטיגע נייעס.
פארפאסט נישט די קאמענטס אין לינק, עס איז מובטח א זיס יאר פאר ווער עס ליינט זיי, ער וועט שמייכלען ביז די אנדערע יאר.
די רבנים ווילן ארויסקומען מיט א איסור אויף פיש, אויב האט דער טאבלעט נישט געהאט קיין פילטער אויף זיך.
<a class="postlink" href="http://youtu.be/WBE-AWubwg8">http://youtu.be/WBE-AWubwg8</a>
<a class="postlink" href="http://youtu.be/-7A6nKuvuk0">http://youtu.be/-7A6nKuvuk0</a>
שמעקעדיגדי רבנים ווילן ארויסקומען מיט א איסור אויף פיש, אויב האט דער טאבלעט נישט געהאט קיין פילטער אויף זיך.
יעצט פארשטיי איך שוין וואס מיינט אינטערנעט און אימעיל fishing.
הבלים. איסלאם האט זיך אנגעהויבן עקסטרעם, זיי האבן אויסגעשאכטן גאנצע מדינות פארן צוריק ווייזן איסלאם.
דאס איז א אינטערעסאנטע אבזערוואציע. ס'איז זיכער אז אין מיטל אלטער איז די אראבישע ועלט געווען מער געלערנט ווי די קריסטליכע. שפעטער איז די קריסטליכע וועלט געווארן סעקיולער און מער געלערנט אויטאמאטיש. בעת די מוסולמענער האבן זיך צוטיילט, א חלק לענדער סעקיולער און א חלק האבן נישט משנה געווען קיין זיז כל שהוא. איז למעשה דא היינט א חילוק צווישן די פרומע און די פרייע אראבישע לענדער בנוגע עדיוקעישאן? און וואס איז דער קאמפעריסאן צווישן עגיפטן, טערקיי לעומת ענליך מצב'דיגע קריסטליך גענויגטע לענדער?
אבער ככלל, זענען די אראבישע - פרומע - לענדער אונטערשטעליג אין חכמה קעגן טויזנט יאר צוריק לפי ערך? אגב, מיין נישט אז אין די שטודירטע תקופות ביי די מוסולמענער איז קנאות הדת געווען שוואכער.
כ'זעה רב שטינמן פון ב''ב איז אול דע וועי פאר ענק דא
ער האט גאר שארף אוועקגעמאכט און פארדאמט די פלאקאטען קעגן אינטערנעט באניץ
נאר,,פרייליךכ'זעה רב שטינמן פון ב''ב איז אול דע וועי פאר ענק דא
ער האט גאר שארף אוועקגעמאכט און פארדאמט די פלאקאטען קעגן אינטערנעט באניץ
פון ב'ב? און רב שטיינמאן פון ירושלים האלט וואס?
סקווירא איז מקנא בני ברק, האבען זיי געבעטן מאטקע בלוי זיי צו שוקן אפאר פלאקאטן.
מיין שאלה איז, ווי אזוי קענען זיי דען וויסן אויב מען האט א פילטער אדער נישט? האבן זיי א דיטעקטאר ביים טיר?
אפשר מאך מיר א קאונטער-קאמפיין? למשל :

ווער איז זיך מנדב דאס ארויסצופרינטען און פארשפרייטען?
נאך איינס:

לעיקוואדאפשר מאך מיר א קאונטער-קאמפיין? למשל :

ווער איז זיך מנדב דאס ארויסצופרינטען און פארשפרייטען?
די עצה קעגן עקסטרעמיזם איז קאונטער-עקסטרעמיזם?
איך פארמאג נישט קיין סמארטפאון. קען זיך איינער מתנדב זיין און מיר מסביר זיין וואס ס'פעלט מיר און פארוואס איך דארף זיך שעמען?
העי, קיינער מיינט נישט דא אזוי ערנסט.. קוק די קעפל פון אשכול..
(די פראבלעם איז אז דער וואס האלט אז ווער עס האט יא א סמארטפאון דארף זיך שעמען, מיינט יא ערנסט, און עס האט נישט מער זין ווי דאס. דאס ווייזט פשוט א שפיגל אין פנים אז די זעלבע זינלאזע לאזונגען קען מען מאכען פונקט פארקערט.)
עס קומט נישט בעצם אזוי אריין דא, אבער עס האט א שייכות צו'ם ענין, זייענדיג א נארישקייט וואס מען טוהט במסגרת די מלחמה אין אינטערנעט און טריפה'נע טעלעפאנען. און איך האלט נישט ביים עפענען א נייער אשכול/סומאטאכע וועגן דער ענין, לייג איך עס דא.
אין ישראל איז קיים שוין עטליכע יאר אן ארגון בשם הל"ל- האגודה ליוצאים לשאלה, וואס טוהט העלפען אידישע קינדער וואס גיין או טי די זיך מסדר זיין אין לעבן. (זיי העלפען דירעקט נישט דער וואס איז זיך מתלבט און זייער מטרה איז בכלל נישט אפםירען מענטשען, נאר פשוט צושטעלען הומאנאטירישע הילף פאר די וואס געפינען זיך נעבאך אין דער סיטואציע), דער ארגון האט שוין אויף זיין רעזומעי אינטרעסאנטע צאמשטויסען מיט דער חרדישע ציבור ווען דער מייסד זיינער האט אין א טאג תשובה געטוהן און מיטגענומען מיט זיך די ליסטע פון די וואס דער ארגון האט געהאלטען בקשר און דאס איבערגעגעבן פאר 'עסקנים' וכו''.
על כל פנים, זיצען אונזערע חכמי חעלעם די וואולטעטיגע עסקנים משגיחים און צדיקים וואס האלטן א שטרענגע אויג אויפ'ן ציבור און מאכען זיכער קיינער זאל נישט ארויס פון שפאן ח"ו, און טראכטען צו זיך, וואס טוהן מיר אפצושטעלן די מגפה פון יציאה בשאלה ח"ו, פאלט זיי איין א געניאלער געדאנק! הערטס וואסארא מורא'דיגע עצה די מנהיגי ישראל זענען אויפגעקומען מיט: די ערשטער קשר מיט דער ארגינעזאציע ווערט דאך געמאכט דורך א טעלעפאן, זיי פירען אן א האטליין ווי מען רופט אריין און רעדט זיך דורך און אזוי קומט מען צו זיי. האבען זיין דאך א פשוטע'ר עצה וויאזוי אפצושטעלן די גאנצע פראבלעם! די וועדת הרבנים לעניני תקשרות האט דאך א שליטה אויף אלע כשר'ע טעלעפאנען (בעיקר סעלפאונען אבער אויך היים טעלעפאנען), קענען זיי דאך פשוט בלאקען די מעגלכקייט צו קליגנען דער נומבער, און אזוי מיט איין פשוט'ע שריט אפשטעלן די גאנצע מגיפה.
עס אז ערווארטעט אז דאס איז דער שריט וואס וועט ראטעווען כלל ישראל, אויב האט איר מורא פאר אייערע דורות, מאכט זיכער נאר צו האבען א כשר'ע טעלעפאן כהוראת גדולי ישראל שליט"א. און מער דארפט איר זיך נישט זארגען.
ברצותו מרחיב ברצונו מקצר וכו', כחומר ביד היוצר, כן אנחנו בידכם.
Wow! ווי ווייניג שכל דארף א מענטש האבן צו קענען מיינען אז איינער וואס רופט הלל האט א כשר'ע סעלפאון?
😲
כ'גלייב נישט אז דאס איז אן אקט פון מלחמה קעגן הלל, אדער א פרואוו אפצוהאלטן די יוצאים לשאלה, ס'לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל אזא נארישקייט.
מער מסתבר איז אז ס'איז בכלל נישט געווען בכוונה תחילה, נאר סתם אזוי אלס נומער וואס אן ערליכער איד דארף סייווי נישט רופען איז עס ארויף אויפן בלעק-ליסט, בבחינת פארוואס נישט. (ווען א פילטער בלאקירט סייטס וואס פארקויפן דראגס, רעדט זיך די קאמפאני נישט איין אז די וואס זענען אדיקטעט צו דראגס וועלן אפגעהאלטן ווערן, נאר א מענטש וואס האט א פילטער איז געווענליך נישט אינטערעסירט אין די סארט זאכן).
און וואס איז מיט קול הציבור/ קול מבשר וכו'? קענסט מיר מסביר זיין פארוואס זיי בלאקען דאס??
א פרישע גאונות

לכבוד די חשוב'ע מערכת פון די עלטצטע סגולה פון איבער דריי לאקאציעס,
שוין יארן וואס איך דריי זיך ארום אן א קאפ, נישט וויסנדיג ווי אזוי איך וועל קענען באהאלטן דעם סמארט פאון פון מיינע קינדער. איין טאג, את אשר יגרונו הוא בא, און מיין זון האט מיר געכאפט ארויסגעקומען פון ביסקיסע און באהאלטן דעם סמארט פאון. פארלוירענערהייט האב איך שנעל צוגעזאגט צען טויזנט דאלער פאר אלע דריי לאקאציעס פון די עלטצטע סגולה, פאר קופת העיר, און פאר מוסדות קבר רחל, ביז עס איז מיר איינגעפאלן א געדאנק, איך האב געזאגט פאר מיינע קינדער אז איך האב עס פשוט געקויפט כדי זיי זאלן וויסן אז איך האב אסאך געלט, און איך האב זייער ליב א סמארט פאון, דערנאך האט מען געמאכט אן אקטיוויטי און יעדער האט געגעבן א זעץ מיט א האמער אויפ'ן סמארט פאון. מה עשה הקדוש ברוך הוא, איך בין געגאנגען דעם נעקסטן צופרי און געקויפט א נייע.
נאך א מזל ס'נאך געווען אונטער וואראנטי.
האסט א אייפאון קענסט נישט וואטען!!.....
אין ארץ ישראל לאזט מען נישט וואטן מיט א אייפאון, וואס "הייבט זיך אן אריינצוכאפן בקצה המחנה".
וואס וועט זיין מיט אונז, בני חוץ לארץ? ווי קענען מיר דאס צולאזן ביי אונז?
נישט גע'דאגה'ט אידן. מיר "קוועלן און דערקוויקן זיך" פון די מערכה אין ארץ ישראל, און מיר וועלן עס קאפירן דאהי.
ובשם ה' נעשה ונצליח.
.
📎 פאמפלעט (4).jpg 📎 פאמפלעט (3).jpg 📎 פאמפלעט (2).jpg 📎 פאמפלעט (1).jpg
.
!!! iPod, iPad, iPhone = iSof
אזא צעטל האב איך געזען הענגען דעם שבת אין מיין בית הכנסת , און איך מוז קאנגראטולירן די ערליכע אידן וואס געבן זיך אזוי אוועק אויפצוקלערן ישראל קדושים וואס ווילן באמת זיין גוט און ערליך נאר דער שעור שבעיסה מעכב , און מיט זייערע צומאל גאר געלונגענע טרעפליכע אין "פינטעל" ווערטערלעך דרינגען זיי אריין צום פינטעלע איד , די וואס ווילן באמת זיין גוט און וואס ווייסן דעם ריינעם אמת וואסערע מלאך המשחית די אלע כלים זענען און האבן שוין חרוב געמאכט טויזענטער ברוחניות ובגשמיות! דער תוכן שרייט צום פינטעלע איד און באנוצט זיך מיט א ווערטער שפיל , קוק אהער טייער קינד , ס'האט זיך אנגעהויבן מיט אן איי-פאד געגאנגען צום איי-פעד און נאכדעם צו אלע מאדעלן פון איי-פאונען , און צו ווי קומען רוב אן ? מ'ווערט נעבעך אן עשיו !! (איי-שיו) איי איי איי !!!
ישראל קדושים !! נעמסט אריין אין ענק די אמת'ע רייד , צווישן אונז גערעדט איי איי זענען זיי גערעכט.

//
זיי זענען נישט סתם גערעכט. און מיר נעמען אן אז די פריערדיגע תגובה איז געשריבן געווארן פון אן ענדרויד...
קודם זענט איר אומגערעכט , דאס פריערדיגע איז נישט געשריבן געווארן דורך א פאון. און אפילו יא איז מעגליך אז מיין פאון איז געפילטערט , און נישט דאס איז דער נושא דא. דער רעדע איז פון נישט געפילטערטע כלים.
//
עשו איז זיכער געווען א ליטוואק אדער א סקווערער און האט געזאגט עישאוו נישט איישאוו. ממילא פאלט אוועק די גאנצע תורה, וישתמשו באייפונים וישבעו.
יעצט גייסטע כאפן פון לוסטיג !
ווילאנג איך האב אונזער בעל עגלה אויף מיין זייט האב איך נישט מורא..
שיעור פארגעסן, פאר אזעלכע זאכען האב איך דאך אן אשכול
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4680">viewtopic.php?f=26&t=4680</a><!-- l -->
מנהלים, ביטע צאמשטעלן.
איך ווינדער מיך ווער ס'פינאנצירט די צעטליך, קאלירטע קאפי'ס אויף הארטע פאפיר קומט נישט ביליג, אבער ס'נישט אונטערגעשריבן, אדער עדווערטייזט קיינעם נישט, סא ווער שטייט אויס צו פארדינען געלט פון דעם אז מענטשען קויפן נישט קיין איי-דיווייסעס? כ'האב א שטארקע חשד אז לערי פעידזש און סערגיי ברין שטייען הונטער דעם קאמפיין.
איינער ערקלערט מיר אז דאס איז די וואטסאפפ און בלאג מידיאם פאר די מענטשן וואס פארמאגן נישט קיין אינטערנעט.
לעיקוואדעשו איז זיכער געווען א ליטוואק אדער א סקווערער און האט געזאגט עישאוו נישט איישאוו. ממילא פאלט אוועק די גאנצע תורה, וישתמשו באייפונים וישבעו.
אין לעיקוואוד ווייסט מען נישט די כלל פון לא פלגינן לחצאין?
אין סקווירא רופט מען עס עיפאון עיפאד, עייפעד, נישט אייפאד אייפאון אייפעד, והדרה גזירה שוה לדוכתא, און היות עס איז מופנה משני [משנעי] צדדים אי אפשר לפרוך עליו
דער (פינטעל) אידאזא צעטל האב איך געזען הענגען דעם שבת אין מיין בית הכנסת , און איך מוז קאנגראטולירן די ערליכע אידן וואס געבן זיך אזוי אוועק אויפצוקלערן ישראל קדושים וואס ווילן באמת זיין גוט און ערליך נאר דער שעור שבעיסה מעכב , און מיט זייערע צומאל גאר געלונגענע טרעפליכע אין "פינטעל" ווערטערלעך דרינגען זיי אריין צום פינטעלע איד , די וואס ווילן באמת זיין גוט און וואס ווייסן דעם ריינעם אמת וואסערע מלאך המשחית די אלע כלים זענען און האבן שוין חרוב געמאכט טויזענטער ברוחניות ובגשמיות! דער תוכן שרייט צום פינטעלע איד און באנוצט זיך מיט א ווערטער שפיל , קוק אהער טייער קינד , ס'האט זיך אנגעהויבן מיט אן איי-פאד געגאנגען צום איי-פעד און נאכדעם צו אלע מאדעלן פון איי-פאונען , און צו ווי קומען רוב אן ? מ'ווערט נעבעך אן עשיו !! (איי-שיו) איי איי איי !!!
ישראל קדושים !! נעמסט אריין אין ענק די אמת'ע רייד , צווישן אונז גערעדט איי איי זענען זיי גערעכט.
📎 effa2ed9e7adb09e0acfa908c9bfff9a.jpg
//
זיי האבן פארגעסן צוצולייגן איי-וועלט בתוך שאר ביצי ישראל.
לעיקוואדווילאנג איך האב אונזער בעל עגלה אויף מיין זייט האב איך נישט מורא..
הס (מגזירת הס וועשאלעם...) מלהזכיר. רבותי עטץ זעיט וואס דער טמא'נער אינטערנעט און די אלע טמא'נע כלים וגירוריהן זענען גורם, רח"ל. א זאך וואס אונזערע זיידעס האבן נאך געקעמפט דערויף אין יוראפ (קרי אונגארן) קומט מען און מ'פארלייקנט. ווער קען דען פארגעסן די גרויסע אסיפה אין בודאפעסט בשנת תרל"ג לפ"ק, וואו אלע גדולי ישראל זענען זיך צוזאמען געקומען אין גרויסן פוטבאלל סטעידיום און מ'האט געהערט פייערדיגע דרשות אקעיגן אינטערנעט און אלע אנדערע טמא'נע כלים למיניהם. נישט ח"ו אויף די טמא'נע לשונות העמים, נאר אויף אונגאריש, כדי נישט עובר צו זיין אויף די מיהאלאוויצער תקנות. טייל גדולי ישראל, ברכיים אשר לו כרעו לבעל זענען בכלל נישט געפארן צו די אסיפה ווייל געוויסע רעידנערס האבן
יא געדרש'נט בלשונות העמים. אנדערע העיליגע אידן זענעון נישט ארויס פון זאל, נאר האבן זיך פארשטאפט די אויערן כדי מקיים צו זיין מצות מחאה. ב"ה ס'איז אכשר דרא און די פארגעשריטענע (געפילטערטע טועכנאלאגיע ערלויבט אינז צו "סקענען" און דרוקן אלערליי קול קורא'ס און פארשפרייטן זיי בחוצות העיר. 😂 😎 🙄
הגאון הנואם הנפלא האדמו"ר ר' אהרן טייטלבוים מקרית יואל איז מעיד אויף זיך אז ער ווייסט נישט וואס עס ליגט דארט אין דער סמארטפון, אבער עד אחד נאמן באיסורים, און א יונגערמאן האט עם מעיד געווען אז עס קען גאר זיין דאס איז גענוג חמור צו צוברעכן דער שטענדער ביי וואס דער רבי רעדט. אינטרעסאנט ער האט פארגעסען אז צוברעכן שטענדערס אין סאטמער גייט עפעס נישט אזוי לייכט, פאר דעם דארף מען אפאר שווארצע בריונים. ווי אויך איז א פליאה אויף דער מפלפל נפלא שליט"א אז ער האט נישט גלייך אפגענטפערט אז טאקע עד אחד נאמן באיסורים אבער אין דבר שבערווה פחות משניים. לחומר הקושיא קען זיין ער האט אינזין געהאט די פירצה אז אויף די אינטערנעט איז דא צו קויפען פלייש וואס מ'האט נישט בודק געווען די צומת הגידין.
נאך א חידוש נפלא להלכה האט דער רבי מחדש געווען, און נישט סתם אליינס מדעתו הרחבה, נאר גאר בשם א סוחר, איינער וואס פארשטייט אן עסק. אז א גאנצע וואך נאכ'ן נוצען א סמארטפאון טאר מען נישט לייגען קיין תפילין. טאקע א חידוש שלא שמעתו אוזן, הגם אז עפעס הער איך אז עס זענען פארהאן אזעלכע וואס פירען זיך שוין לאנג די חומרא וברוך שכיוונו לדעת גדולים.
דאס אלעס, לויט א באריכט פון
בחדרי חרדים. די נייעס היינט איז געספאנסערט דורך אנדרויד 4.4 קיטקאט. אט אזוי. קיט. קאט.
ס'דא נאך אנדערע מצוות וואס מ'טאר נישט מקיים זיין נאכ'ן נוצן א סמארטפאון. למשל, בענטשן מיט'ן רבינ'ס אתרוג. נישט עסן אריזאנא ווייטץ. און נישט טועם זיין פונ'ם רבינ'ס אתרוג חמשה עשר בשבט (ט"ו בשבט איז צו שטארק ציוניסטיש און קומט נישט אריין דא.(. 😎
וואס איז די מעשה מיט וואטס עפפ?

די זינד פון איי שיו איז געוועין אז
ער האט זיך באזאלבט מיט שמעקעדיגע
איי לבירט אויל
און האט געגעסן איי סקרים
נאך די איי מער צוויבל
אבער עס זענען אויך פארהאן איי'ס מצד הקדושה
ברידער רבנים טיען זיך פאר איי ניגן
זיי קאפען ארויס שלעכטע בחורים
איי נס נאכן אנדערן
אין אנדערע נייעס אויף דער פראנט פון אמונות הכרחיות און משומר'דיגע פילטערס, ווערט באריכטעט אויף א יונגערמאן אין מאנסי וואס האט זיך שטארק דערשראקען ווען א שלאנג האט זיך אריינגעכאפט ביי עם אינדערהיים. דער גאון האט געקלונגען זיין חבר און אנגעפרעגט וואס צו טוהן. פאר אן אומפארשטענדליכע סיבה האט יענער נישט געהאט די טעלעפאן נאמבער פון אן עקסטערמינעיטער און האט אנשטאטס עם געהייסען עפענען א סידור צו פרק שירה, האפענדיג אז פון דעם וועט ארויסקומען עפעס א מופת, דערווייל איז דער פלאן נישט געלונגען, אבער ער האט זיך דערמאנט אין די מאמר חז"ל פורץ גדר ישכנו נחש, און האט גלייך איבערגעקוקט די שטוב אויב איז פארהאן עפעס ביי האר צו אן אנדערע שרעגליכע פירצה, נאכ'ן מפשפש זיין בכל מעשיו, איז געבליבען אז גארנישט פעלט עם, נאר איין זאך, עפעס א קעסטל וואס מען רופט קאמפיוטער וואס עפעס א קרוב זיינע האט איבערגעלאזט ביי עם אין שטוב. שוין האט ער געהייסען דאס יענעם ארויסנעמען פון עם אין שטוב, און בזכות די גרויסע מצווה פון מבטל זיין א טובה טוהן מיט א איד איז דער שלאנג אנטלאפען.
א צווייטער מאל שפעטער איז עפעס דורך א מיסטעריעזער סיבה ווייטער אריינגעקומען א קאמפיאטער אין דער הייליגער שטוב, בטעות נאך דעם וואס דער אשת חיל האט עס געדארפט פאר די ארבעט און האט נישט געוואוסט אז מען קען ארבעטן אויסטראכטען מעשיות און פאר דעם דארף מען נישט קיין אינטערנעט, און גלייך איז אנגעקומען דער זעלבער שלאנג. און וויאזוי ווייסט מען אז עס איז טאקע דער זעלבער? פשוט, ווייל עס איז געקומען פאר די זעלבער סיבה. נאכ'ן ארויסשליידערן די קאמפיאטער אין מיסט לנצח נצחים , און רופען א כשר'ע שלאנג כאפער, איז דער שלאנג נעלם געווארען אויף דערווייל.
דער סקולענער צדיק שליט"א האט געהייסען מפרסם זיין די מעשה, נאך פאר חנוכה, כדי די קליינע קינדער וואס זענען נישט גענוג גרויס נתפעל צו ווערן פון די גאונות פון דער גזירה שווה איי-פאון מיט איי-שאוו, זאלען האבען מיט וואס זיך מתחזק זיין באמנות סכנת המחשב, און בהודעתי זאת קיימתי רצון צדיק ויה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=62040">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=62040</a>
מיר אלע וואס האבן דעים קאמפיוטערלעך און קעשענע, מיר האבן יעדער איינע א שלאנג וואס קיקט אינז נאך, די שלעינג וועלן אינז נאך אמאל דעריאגן, און דאן וועט נישט העלפן אז מען וועט ארויס ווארפן די קאמפיוטערס, ווייל אינזערע שלעינג זענען גיפטיג.
מעניני דיומא
📎 A2E6B590816648D4B1603B31DD340DB2.jpeg
רביה"ק האט געהאט ווייטע אויגן, קאן זיין, אדער אפשר זעכער אזוי איז געווען כונתו ווען ער האט געקרעכצט ביי שאלעש תעודוס איי איי איי איי. ער האט שוין דאן געזען דעם צרה פונעם i.
משולם שטיינפעלדלעיקוואדעשו איז זיכער געווען א ליטוואק אדער א סקווערער און האט געזאגט עישאוו נישט איישאוו. ממילא פאלט אוועק די גאנצע תורה, וישתמשו באייפונים וישבעו.
אין לעיקוואוד ווייסט מען נישט די כלל פון לא פלגינן לחצאין?
אין סקווירא רופט מען עס עיפאון עיפאד, עייפעד, נישט אייפאד אייפאון אייפעד, והדרה גזירה שוה לדוכתא, און היות עס איז מופנה משני [משנעי] צדדים אי אפשר לפרוך עליו
אבער אין סקווירא וועיסט מען נישט. אנגעהויבן פונ'ם צאדיק, דער העיליגער רעבעע שליט"ע וועלכער וועיסט קעינמאל נישט די אלע שעיגעץ שטיק וואס זיינע כלבים שטעלן אן למען כבוד קדישעס שעים קאדשוי מיט פייניגן און פארשעימען מענטשן. 😈 😈 😈 דאגיס, דאגיס און נאכאמאל דאגיס... 🙄
.
אן אנגעפאנצעטער יווני
📎 825344060.jpeg
וואס? דער נודע ביהודה האט געשריבן אקעיגן סעלפאונס. שוין געוועין סמארטפאונס אין זיינע צייטן??? 🙄
קווינסערמעניני דיומא
ואין לנו רשות להשתמש בהן
אלא לראותם בלבד? דאס טוהען מיר טאקע....