☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

וואלווי » פרייטאג מערץ 31, 2017 11:46 am

· #367764
החוקר
📎 download_20170330_075833.jpg


דעהם!! איך לויף גראד צו סאנרייז זיך אנהאלטן אזא יצר הרע וואס ארבעט אין צוויי דריי טעג אזוי שנעל. איך מוטשע מיך שוין יארן אנצופולען מיינע תאות און ביזדערווייל דא אין מיין בעקיארד איז דא אזא גאלדמיין!

וואלווי » פרייטאג מערץ 31, 2017 11:51 am

· #367765
קל וחומר
וואס איז די דין טאמער איינער האט געפאוסט א ניוול פה אויף פעיסבוק הארט בעפאר שבת ונכנס בו רוח טהרה עם כניסת השבת, מעג ער עס אויסמעקן אדער נישט?


מיט די לינקע פינקי פון די פיס כלאחר יד ורגל, אויב ס'איז צו שווער זאל ער כאטש מעלה זיין די ניוול לש"ש נאכ'ן סעודה בשעת הפקידה כדכתיב וביום פקדי ופקדתי עליכם חטאתכם

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 2, 2017 11:49 am

· #367883
וואלווי: איך האב פארשטאנען דיין תשובה און יורד געווען לסוף דעתך. ממילא ביניך געקומען צו די מסקנא אז דיין תשובה איז געווען סארקאסטיש און לקנטר. אזוי ווי די שאלה...!

וואלווי » זונטאג אפריל 2, 2017 2:58 pm

· #367908
berlbalaguleh
וואלווי: איך האב פארשטאנען דיין תשובה און יורד געווען לסוף דעתך. ממילא ביניך געקומען צו די מסקנא אז דיין תשובה איז געווען סארקאסטיש און לקנטר. אזוי ווי די שאלה...!


אזוי ווי די שאלה און אזוי ווי די גאנצע אינטערנעט מערכה וואס איז לקנטר און מ'קען עס נאר פארדייען מיט סארקאסטישע עסצייג...

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 12:44 am

· #368220
.
📎 C8rz0y6UMAAwJlV.jpg

ליפא » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 12:46 am

· #368221
📎 IMG-20170405-WA0266.jpg

ליפא » פרייטאג אפריל 7, 2017 3:48 pm

· #368353
רבנים האבן לשם אינטערטעינמענט...

א זילבערנע שטעקן.
א קאר מיט טינטעט פענסטערס.
אן אומזיסטיגער הויז בחור.
א היימישער קאפעליע.
א קוה האר טלית באטעל.
א הויעכער לעדערנעם בענקל.
א אייביגער שירעם האלטער.
א בענקל אריינשטיפער.
א פרייוואטער מקוה.
א דרייווער ביז צום טיר.
א זילבערנע זופ טעלער.
א ווארימע פעלץ.
א פרייוואטער נייעס איבערגעבער.
א געטריייע שלעגער.
א אנגעגרייטע מקום קבורה.
א עסקארט צום עירפארט.
א שטארקע רענצל שלעפער.
א פרייוואטע בית כסא ביי מזרח.
א ווייץ קלויבער.
א מאסט קוועטשער.
א באנדע קלאטשערס.
א ברייטע דירה אין נוי העמפשיר.
א קופקע שווענץ.
א גרופע פאפאראצי.
א תמימותדיגער עושר.
א באצאלטע וועקעשין אין פאלם ספרינגס.
א נטילת ידים האנטוך האלטער.
א הערליכע ווילע אין פלארידא.
א גרויסע סטאדע בהמות גרייט פאר אלע זייערע אינטערטעמענט געברויכן.

איך האב נישט קיין איינע פון די אינטערטעינמענט'ס.

איין איינציגע זאך וואס איך האב זיך ערלויבט פאר מיין אינטערטעמענט איז מיין סמארטפאון.

שמור לי ואשמור לך. איך לאז אייך האבן די אלע זאכן פאר אינטערטעמענט *שלא לצורך פרנסה*.

זייט נישט אזוי סעלפיש האקט נישט אויף מיין קליינע אינטערטעמענט כלי.

נ.ב. איך צאל *אליין* פאר מיין אינטערטעמענט כלי.
Cp

(לע''נ האשה החשובה הרוצה בעילום שמה)

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 7, 2017 3:51 pm

· #368354
דער פראבלעם איז, אז די איין קליינע סמארט כלי טוט באדראען און קען גורם זיין צו אונטערברענגען די אלע אינטערטעינמענט וואס די רבנים האבן....

ווי האט המן געוויינט צו מרדכי.... די איין קליינע קמיצה'לע האט חרוב געמאכט אלע מיינע גרויסארטיגע פלענער....

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אפריל 8, 2017 9:44 pm

· #368382
איך מיין אז מ'דארף אן אשכול וועגן די מערכה קעגן שומרים קארטלעך.

אייער שפייז » מוצ"ש אפריל 8, 2017 10:02 pm

· #368386
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
הגה״צ אב״ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א ביים דרשת שבת הגדול קעגן די שומרים קארטלעך ולמיניהם:

איך ווייס נישט וועלכע רבנים שטייען אונטער דעם

דארט שטייט שפראך וואס מען טאר נישט רעדן קעגן קיין שום איד! און זיכער נישט קינדער פאר עלטערן!!

און אלע דורות האט מען געוויסט אז עלטערן זענען מחנך קינדער! און קינדער זענען מחנך זייערע קינדער!! נישט פארקערט!!!
@shomrim1

Sent from my LGLS450 using Tapatalk

פליקער » מוצ"ש אפריל 8, 2017 10:25 pm

· #368390
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
די וואך שבת הגדול אונעם גרויסן שיל פונעם ארוינישען פראקציע פון סאטמער, איז די וויליאמסבורג סאטמער רב אויסגעקומען גאר שארף קעגען די שומרים קארטלעך, און מיר טון אים גאר שטארק גראטעלירן פאר זיין בראווקייט, און די צייט ווען יעדער רב וויל איבערשטייגען דעם צווייטען מיט חומרת און שיגעון, דאך האט א איין פונטעלע נארמאלקייט אדורך געשטאכען די מויערן פון די בייזע ווינטען, און כאטש פאר א רב איז נישט קיל זיך צי שטעלן אין וועג פון א מערכה, אפגעזען וואס עס איז, און ווערן פליצלינג פארשווינדען אין מייזען לעכער, מיט פארשידענע לעכערליכע תירוצים, אז איך בין נישט די טיפ צי רעדען, איך וויל נישט ארויסשטיין, איך מיש זיך נישט. דאך האט איין רב זיך ארויסגעשטעלט מיטן לא תגורי מפני איש, און געהאקט אין טיש דאס וואס יעדע נארמאלע בר דעת האט געזען, דאס וואס יעדער איינער וואס וויל מחנך זיין א קינד האט געזען, דעם גרויסן חרבן וואס די שומרים קארטלעך האט אנגעמאכט, די בנין נערים סתירה, די ערלויבטע חוצפה וואס אינגע זענען געשפרינגען קעגען עלטערע, האט איין רב זיך ארויסגעשטעלט דערקעגען, ער איז ארויס בחרב וחנית, בצחת לשונו אז חינוך איז אלע מאל געווען די עלטערע וואס האבן איבער געגעבן דעם די מסורה צים אינגערען דור.

אויך האט דער רב ארויסגעברענגט די שרעקליכע לשונות של ניוול מיט וואס די אנשי שומרים קרטתינו באניצען זיך, די שרעקליכע לשונות וואס מען באניצט זיך נישט אויף קיין שום בריאה, אפילו אויף די וואס זענען נאר מלאים מצוות כרימון, אוודאי נישט קעגען אנשים חשיבים וואס זייער חטא איז אז זייער דור אין וואס זיי לעבען ברויכן זיי ניצען סמארט פאון'ס, ווי איז דאס געהערט געווארן זיי מכנה שם לחבירו זיין ללא דבר, דאס איז חוצפה שאין דגמתם, אזא התנהגות ברענגט נאר דאס ערגסטע, און קיין מאל קיין שום גיט'ס נאך נישט ארויס געקומען.

זאל דער באשעפער עפענען די אויגן פון אינזערע מנהיגים, זאלן זייערע אויגען און הערצער געעפענט ווערן פאר זייערע געמיינדע'ס, און זאלן אפהאלטן די לא ילבין פני חבירו'ס ברבים, און פארמיידען די אידיש בליט וואס ווערט פארשאסן דורך די שומרים שקצים.

ותפילה להשם אז די זאלוינישע פראקציע זאל נישט ווערן געצויגען דורך זייערע אינסטינקטן און ארויס פאר די שומרים קארטלעך, און זיי זאלן מקבל זיין די אמת ממי שאמרו, נישט קיין חילוק צי זיי ברויכען מנגד זיין סיי וואס דער רב זאגט, זאלן זיי חלילה נישט מרבה זיין בזיונות און נישט צוהעלפען חרוב מאכן דאס דור בלויז ווייל דער צד איז זיי פארלאפן דאס וועג, און מיר אפעלירן צים צד זלוינים און צי יעדע רב שיש לו מוח בקדקדו, אז זיי זאלן זיך פאראייניגען קעגען פרצת הדור, און ארויסקומען קעגען די אזוי געריפענע שומרים קארטלעך און אלע וואס שטייען דערינטער, אז זיי זענען שקצים ואין להם חלק ונחלה עמנו.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אפריל 8, 2017 10:42 pm

· #368392
ווארשיינדליך ביסטו א זאלוני און דו ווילסט אויך נהנה זיין פון די אהרוני בענעפיטען.

ערנסט גערעדט, ס׳מאכט נישט צופיהל אויס טאמער די זאלעוואציעס שטעלען זיך צו צו נישט. טאמער זיי שטיצען עס יעצט, וועט עס זיין ווי אריזאנא ביינער אין בית שמש, א זאך וואס קיינער גלויבט נישט און קיינער גייט עס נישט אן. ס׳וועט בלייבען דער טינקעלע צד און דער אלגעמיינע גאס וועט עס אפשפייען.
איי, די זאלוניס גופא וועלען נאכאלס ליידען? נו ווער האט דיר געבעטען זיין א זאלוני? האסט דאך א ברירה היינט ארויסצוגייען. וועסט דאך נישט וויסן קיין חילוק, גלייב מיר. דערזעלבעיענטעאנדערשפארשטעלט.

שמעקעדיג » מוצ"ש אפריל 8, 2017 11:15 pm

· #368395
ליטוואק פון בודאפעסט
ווי אריזאנא ביינער אין בית שמש

😂

למעשה ביסטו נישט גערעכט, אלס ליטוואק קענסטו נישט ריכטיג פארשטיין צו חסידישע יענטעס...

אישתישבי » זונטאג אפריל 9, 2017 12:14 am

· #368397
מסתבר איז אז די זאלונים וועלען ארויס פאר די שומרים קארטלעך יעצט, אבער זיי וועלען עס מאכען בעסער.

גליקלעך » זונטאג אפריל 9, 2017 1:07 am

· #368404
דא האט איר אויסצוגן פון די דרשה, לויט ווי עס איז ארום געפארן.

הגה"צ רבי מענדל טייטלבוים שליט"א ביי שבת הגדול.

א. איינער וואס האט א סמארטפאון און עס איז נאר לצורך פרנסה מיט א גוטע פילטער, איז חשובער פון איינעם מיט א פליפ פאון.

ב. א סמארטפאון האט נישט וואס צו זיכן אין א בית המדרש.

ג. די קארטלעך וואס מ'טיילט, קודם כל דאס האט דאך אפילו נישט קיין רבנים וואס שטייען בראש און זאגן מיר שטיצן דאס, ווען יא וואלט איך זיי געפרעגט אויף די לשונות וואס מ'איז מחנך די קינדער צו ניצן. זייט ווען לערנט מען דאס אויס פאר קינדער?? שנית אין די אידישע מסורה איז שאל אביך ויגדך- א טאטע איז מחנך א קינד. דאס איז קינדער זאלן מחנך זיין עלטערן איז קלאר היפך פון מסורה.

ד. דאס וואס עלטערן ווייזן פאר קינדער קליפס אויף זייער טעלעפאון הרג'נען זיי בידיים זייערע קינדער. ווי אזוי קענסטו בעטן דעם מנהל אז ער זאל אריינלייגן חסידישקייט אדער ווארעמקייט אין דיינע קינדער ווען דו ווייזט זיי קליפס פון די וואלן למשל וואס איז קלאר דא אן איסור פון צניעות וכדומה.


אזוי אויך האט ר' ישראל הרגער אב''ד וישניץ מאנסי אויך ארויסגעקומען קעגן די שומרים קארטלעך (פערצופאל?), דא האט איר אויסצוגן לויט ווי עס איז ארום געפארן.

הרב ר' ישראל האגער אב״ד ויזשניץ מאנסי ביים שבת הגדול דרשה קעגן די שומרים קארטלעך למינהם:

די קארדלעך קוקן אפשר אויס פאר געוויסע ווי אגוטע זאך אבער למעשה זענען זיי יוצא שכרם בהפסידם.

סאיז דא זייער אסאך יונגעלייט וואס נוצען די כלים בהיתר ובהכשר לאט דעת תורה און די סארא קארטלעך מאכן נישט קיין חילוק צווישן זי מיט אנדערע.

דאס קען חלילה ברעיינגען אז די יוגנט וואס וואקסט אונטער וועט אויך נישט מאכן קיין חילוקים, ותוצאותיה מי ישורון.

אזא סארט מערכה, (און בכלל, יעדע סארט ליין מאטריאל וואס פארקויפט א געוויסע השקפה פאר אונזערע קינדער) מיז זיין געפירט נאר דורעך גדולי תורה וואס שטעלן ארויס זייער נעמען, און דורך מחנכים מוסמכים צו דעם עניין על ידי די רבנים שליט״א.


#פאראייביגן.

כלבאשבוע » זונטאג אפריל 9, 2017 3:39 am

· #368408
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11425">viewtopic.php?f=26&t=11425</a><!-- l -->

איש את רעהו » זונטאג מאי 21, 2017 5:43 pm

· #371930
📎 smart phone.JPG

berlbalaguleh » זונטאג מאי 21, 2017 10:01 pm

· #371955
איש את רעהו: ס'איז א גוטער צושטעל. אפשר א גוטע מליצה. אבער נישט דאס מיינט די משנה אין מס' אבות...!

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 9:34 pm

· #381785
דער דאזיגער צעטל וואס איך האב ערהאלטן פון איינעם אין אישי, האט לעצטע וואך געהאנגען אין מערערע שולן.

די הארץ וואקסט פון פרייד צו ליינען ווי דער עולם ווערט קאלט צו די וואנזיניגע מערכה, עשירים געבן נישט די געלטער עס צו שטיצן, אנדערע פליקן אראפ די צעטלעך פון די ווענט (אפשר איז עס @פליקער?), און די צייטונגען ווערן צעביסלעך סיק ענד טייערד פון די נארישע פראפעגאנדע, וכו' וכו'.

📎 על אלה.jpg

נישט צום גלייבן ווי עס שעמען זיך נישט אפאר בני בליעל, נידערטרעכטיגע עקסטרעמיסטן, וואס פירן שטילערהייט אנאנים א מיאוס'ע שאנדפולע מערכה, מיט אלע סארטן בעבישע בילדער פון שלענג און סוער לעכער, מענטשן וואס זייער קאפ איז א פערד מיט שרעקעדיגע אויגן און שארפע ציין, און נאך מאדנע צעדרייטע בילדער מיט זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס, צב"ש א טאטע וואס לאזט די קינדער זיך דערטרונקען אדער צעשניידן מיט א מעסער און טרינקען איזי-אףף בשעת דאס קינד שרייעט פאר הילף, ווייל ער איז כלומר'שט צו ביזי מיט זיין סמארטפאון.... די צעטלעך האבן קינדער און בחורים געזען, מען האט פארשעמט טאטעס און זיידעס בפומבי, זיי געמאכט צו שאנד און צו שפאט! און דא קומען זיי וויינען קאזאק הנגזל אז דער עולם וויל נישט מיטארבעטן מיט זייערע משוגעת'ן נעבעך!!

איר האפט אויף א נחמו נחמו עמי?? סארי, איר וועט עס נישט זוכה זיין צו זעהן. אבער מיר זעהען שוין יא א נחמו נחמו עמי. כה לחי, נאר אזוי!

עס ליגט א הייליגע פליכט אויף יעדן ערליכן איד טאקע ווייטער ממשיך צו זיין מיט די דרכים, אראפפליקן די צעטלעך, און זיי ח"ו נישט שטיצן, באשייגעצן די שומרים קארטלעך טיילערס, און טון אלעס וואס מעגליך אפצוהאלטן די שמוציגע חברה אויסצופירן זייערע נידערטרעכטיגע פלענער, און די רבנים זאלן טאקע רעדן דערפון ביי די שבת שובה דרשות, און דאס וועט זיכער מקרב זיין משיח צדקנו, ווען עס וועט מקויים ווערן דער "והשיב לב בנים על אבותם", און עס וועט מקויים ווערן בשלימות נחמו נחמו עמי!!

איש את רעהו » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 7:17 pm

· #381876
@שמעקעדיג די איזי אףף פיקטשער וכדו' האב איך מיטגעהאלטן לייוו
ווען א זיידע איז געזעסן אין קאנטרי מיט א סמארטפאון "אומגעפילטערט" און געשפילט א לענגערע צייט מיט זיין אייניקל, אריינגעבנדיג א חינוך צו שפילן געימס אויף אומגעפילטערטע אינטערנעט.
צו מחטיא זיין צעירי צאן איז וואס אויב נישט א איזי פעסס פאר אףף די דרך.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 7:55 pm

· #381878
איש את רעהו: אויב אזוי דארפסטו תשובה טון. אז מ'האט מן השמיים צוגעפיהרט אז דו זאלסט צו זעהן וויאזוי א איד איז עובר אזא הארבע עבירה. נאכדערצו א חוטא ומחטיא. מסתמא האסטו פוגם געווען. און דו דארפסט שטארק תשובה צו טון. אנישט וועסטו האבן א פנים ווי הרהגה"צ ר' אבא חייא טויבער שליט"ע וועלכער פרעדיגט א יעדע וואך זיינע שטותים און בויך גרימענישן אין מאמענט...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 8:02 pm

· #381881
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
די מעשה איז געווען שבת? וואס פאר אן עבירה האבען זיי געטוהן? פארוואס זאל א קינד נישט שפילען? מסתמא בעסער אז ער זאל שפילען מיט א באלל, אבער אן עבירה איז עס נאך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 8:03 pm

· #381882
@בעלעגאלע
אפשר וועלמיר דארפן פון דא ארויסיינען, לשמחת לב בעל עגלה וחבורתו.

ליטוואק פון בודאפעסט
די מעשה איז געווען שבת? וואס פאר אן עבירה האבען זיי געטוהן? פארוואס זאל א קינד נישט שפילען?
מסתמא בעסער אז ער זאל שפילען מיט א באלל, אבער אן עבירה איז עס נאך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איר פרעגט גאר הארבע פראגע'ס, אבער א טאטע וואס איז מדריך קינדער לתורה זאל זיין אזוי תמימות'דיג און נישט וויסן ווי אויפן פלאנעט ער געפינט זיך, זענען די צו-ווילדעוועטע קארטלעך א.ד.ג. שוין נישט אזוי אףף.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 8:49 pm

· #381895
איש את רעהו: דו מאכסט מיך גאר שטארק שמייכלען. ביי מיר האטציך אייביג אריינגעגנב'עט א חשד אז דו ביסט א חסיד פון די שומרים קארטלעך. יעצט איז עס ב"ה ארויסגעקומען ...יצא המרצע מן השק...! בכל אופן. אנא. איך בעט דיך סיין נישט ארויס,. סטראשען קענסטו געזונטערהייט. אבער טו עס נישט בפועל (בע-פעיעל)...דו ברענגסט גרויס תענוג רוחני מיט דיינע מאמרים. ספעציעל פאר מיר...יישר כח...!

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 8:51 pm

· #381896
ליטוואק פון בודאפעסט
די מעשה איז געווען שבת? וואס פאר אן עבירה האבען זיי געטוהן? פארוואס זאל א קינד נישט שפילען? מסתמא בעסער אז ער זאל שפילען מיט א באלל, אבער אן עבירה איז עס נאך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק: ס'הייסט וואספארא עבירה....? אויב מ'האט עס נישט געזעהן ביים רבי'ן זי"ע טאר מען עס נישט נוצן...איי ס'נאך נישט געווען קיין סמארטפאונס דאמאלס. גיי פרעיג ביי הרב ישראל מ. סופר. ער האט מסתמא דעם תירוץ פאר די קשיא...!

איש את רעהו » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 10:56 pm

· #381915
berlbalaguleh

ביי מיר האטציך אייביג אריינגעגנב'עט א חשד אז דו ביסט א חסיד פון די שומרים קארטלעך. יעצט איז עס ב"ה ארויסגעקומען ...יצא המרצע מן השק...! בכל אופן.


חסיד? בכלל נישט

אויב אויף די הכרעה ליגט א שיגענער זיידע וואס לערנט א אייניקל א געים אויף אומגעפילטערטע פאון , און א צווייטער וואס שרייבט וועגן איזי אוףף פאר קינדער,
זאגן שוין חז"ל אז א מחטיא איז ערגער ווי איינער וואס רצחנט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 11:17 pm

· #381919
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
היר ווי גאו עגעין, דער דזשוקער איז שוין דא. גדול המחטיאו וכו׳ אפילו מ׳האט נאך נישט פארציילט פון וועלכע עבירה מיר רעדען דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 11:39 pm

· #381922
ליטוואק פון בודאפעסט

מ׳האט נאך נישט פארציילט פון וועלכע עבירה מיר רעדען דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


א טאטע וואס איז מתאכזר ליוצ"ח אויף אזא פארנעם, האט געדארפט בלייבן א סינגל נישט ברענגן קינדער פאר זעלבסט מארד, היש לך מחטיא גדול מזה

גאנצל » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 11:48 pm

· #381925
פון וואנעט נעמסטו אז עס איז געווען אומגעפילטערט ? און מיט א געפילטערטע מעג מען דען יא שפילן מיט די קינדער אויף א סמארטפאון דער קינד וועט דאך שוין נישט וויסן די חילוק

נאר וואס דען אומגעפילטערט מאכט די מעשה שרעקעדיגער

איש את רעהו » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:03 am

· #381927
גאנצל
פון וואנעט נעמסטו אז עס איז געווען אומגעפילטערט ? און מיט א געפילטערטע מעג מען דען יא שפילן מיט די קינדער

צומות/חמלה
קידושין/פראות
ילד/דעקל
בי"ש/חכמת לב אהרן טוט מיישב זיין די פליאה'דיגע ברייתא דרב אויערבאך

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:09 am

· #381928
איין גראדע שאלה נעמט אים ארויס פון גלייכגעוויכט

האסט וואס צו ענטפערן ענטפער אלל אדערס איז נישט רעלעוואנ דא

איש את רעהו » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:13 am

· #381929
גאנצל
איין גראדע שאלה נעמט אים ארויס פון גלייכגעוויכט

האסט וואס צו ענטפערן ענטפער אלל אדערס איז נישט רעלעוואנ דא


ס'נישטא וואס צו פארבראכן, לערנט דורך סוגית אריזאנע וצומת וזהו.

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:16 am

· #381932
דער זעלבער סיקריק ביי גיוס דער זעלבער סיקריק ביי סמארט פאון

א גראד ווארט נישט ענטפערן

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:24 am

· #381933
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
אפשר האט עס גערעגענט בשעת׳ן ווייזען די סמארטפאון פאר׳ן אייניקעל. אין אריזאנא, פארשטייט זיך נישט אין נ.י.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:30 am

· #381936
ס'קען זיין די גאנצע פילטער איז בטל געווארן אין עטליכע מאל ששים

diff » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:09 am

· #381939
איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט

מ׳האט נאך נישט פארציילט פון וועלכע עבירה מיר רעדען דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


א טאטע וואס איז מתאכזר ליוצ"ח אויף אזא פארנעם, האט געדארפט בלייבן א סינגל נישט ברענגן קינדער פאר זעלבסט מארד, היש לך מחטיא גדול מזה

ערט זיך דערשראקן פארן זוהר וואס מלערנט אין חדר. ווי קומט סודות אין חדר

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:34 am

· #382399
"נעבעך" איז אן אנדערסטעיטמענט (הלואי מיין זונ'ס מלמד דעפאזיט נישט מיינע טשעקס...)

.
📎 SMARTPHONE_4192.JPG

ליפא » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:48 am

· #382405
As if it's a true story...
און דער בעקער מיינט דא בכלל נישט דעם חלק פונעם טשעק יא דעפאזיט צי נישט, דער וויל זאלסט ליינען די פאר ווערטער ''די טאטע האט זיך געשפירט געטראפן". וועסט באמערקן דאס איז דער נערעטיוו וואס די אלע דזשאסעף גאבעלס פון אונזער צייט ווארפן אלץ אריין אין זייערע טעראר געבעקסן ס'זאל דעם ליינער דאכטן אז דער מיט'ן סמארטפון גייט אלץ ארויס דער געטראפענער...

נעגעל וואסער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:49 am

· #382406
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
א מין וועלט דאס! איך ליין וועכנטליך די בלעטל און ס'לאזט זיך נישט גלייבן וויפיל מענטשען האבן געמאכט אן אייגענע רעליגיע פאר זיך. זיי האסן יעדע מענטש מיט א סמארטפאון, אפגעזעהן ווי וויכטיג ער דארף עס, אפגעזעהן ווי שטארק די פילטער איז. לפי ידיעתי האט נאך קיינער נישט ג'פסקנט אז קיינער טאר עס נישט האבן אפי' לצורך, און די חברה קומן דא אנזייען שנאה מיט האס אויף טויזענטער יודן יראים ושלמים. זיי קענען פארשפרייטן זייערע בויך וויי אין יעדער ביהמ"ד אין שטאט, אבער אונז דארפן מיר צוקוקן פון דער זייט ווי די ראציגע חברה באשמיצן אונז טאג איין טאג אויס.
איינמאל האב איך אנגערופן זייערע האטליין, און כ'הער דארט ווי דער עולם איז ביזי רעדן אז מ'דארף מאכן א טיילונג פון יעדער וואס נאר א סמארטפאון. און ס'גאר א כ"ש פון דער טיילונג אין אונגארן, ווייל דארט האבן דאך ביידע געהאט א מהלך ווי אזוי צו אויפטוהן פאר אידישקייט, ביידע האבן געמיינט לש"ש, אבער דא איז דאך יעדער איינער מודה אז דער סמארטפאון איז חזיר טרייף בתכלית האיסור, נו דארף מען זעכער מאכן א פעסטע טיילונג און ביי אונז זאל דאס זיין בבל יראה ובל ימצא.
דערפאר איז לבי אומר לי, אז די חברה וועלן סוכ"ס אויספירן און מיט זייערע פראפאגאנדע וועלן זיי עווענטיואל אויספירן א טיילונג ביי אלע היימישע קרייזן. סיידן אויב יעדער וועט זיך לאזן פון זיי, אדער מאכט מען שבת פאר זיך.

ליפא » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:50 am

· #382408
הלוואי! מאך שוין דעם טיילונג.
Can't wait

איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:52 am

· #382409
'ביידע צדדים דארפן זיין מער איינגעהאלטן'
ס'א וועלט וואס סיי לינקע און רעכטע גייען אלץ מער אוועק פינעם מיטלוועג און נייטן צו עקסטרעים.

diff » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:59 am

· #382411
ווער האט אנגעהויבען

איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:10 am

· #382412
diff
ווער האט אנגעהויבען

די מנהל וועט קעירנעמען

diff » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:14 am

· #382413
אהא, דערפאר נעמסטו זיך אן אויפן מנהלת און הנהלה

געוואלדיג » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:40 am

· #382420
.
📎 20170814_082610.jpg

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:05 pm

· #382431
עס האלט זיך אינמיטן ארגאנעזירן א גאטשעס פרי מנין שחרית מיט א בהמה'שע קבוצה אינגעלייט אין א באשיידענע ווינקל ביי אונז אין ווילי, אלעס צוגעשטעלט, שיינע ביהמ"ד, מקוה, קאווע לחיים, פת שחרית, קול מבשר, כל העולם כולו ועוד. פאר איטרעסירטע ביטע רופט 347-921-4161

יעלה ויבא » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:06 pm

· #382432
Sick and getting sicker

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:49 pm

· #382435
געוואלדיג
.

געוואלדיג: דאס איז דאך דער בראך מיט די חברה.זיי געבן זיך אוועק אויף א יעדן טריט.די העיליגע אידן וועלל8ן נישט מוותר זיין אויף קיין שום עולם הזה'דיגע באקוועמליכקייט. ...א שיין ביהמ"ד. א ווארעמע מקוה וואו זיך צו ווייקן. לחיים. (אן דעים גייט עס נישט). פת שחרית.ווען זיי זענען אמת' דיגע ערליכע אידן, קנאים, וואלטן זיי געלאפן צו אזא מנין. אפילו ס'זאלל זיין אין א בעיסמענט. אן די אלע זייטיגע עוה"ז'דיגע באקוועמליכקייטן...~!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:06 pm

· #382439
אוי, זאגסטו גוט.
דאס דערמאנט מיר פון די וואס בעטען געלט צו זאגען תיקון חצות וועגען די געוואלדיגע מצוה און אויפטוה פון תיקון חצות.
פון דארט איז מען געגאנגען צו דער מנין תלמידי חכמים וואס וועלען נישט גייען אין שאוער אין די ניין טעג פאר דיר.

וואס איז ווערט זיין חומרות און עניינים, ווען דו אליינס האלט נישט דערביי נאר מיט געלט, צו א לחיים, צו א גוט הייסע מקוה?
ע"ז נאמר ׳יושבים באילן, אוכלים תאנה, ושומעים דברי תורה!׳

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:13 am

· #382514
שמעקעדיג
"נעבעך" איז אן אנדערסטעיטמענט (הלואי מיין זונ'ס מלמד דעפאזיט נישט מיינע טשעקס...)

.


מערקטס אז דאס איז מעסעדזש # 4192.

ווי אזוי זאגט מען אויף גויאיש? מיי ע**...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19