Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
C/P
פאראן א נייע אודיאו קליפ וואס פארט ארום און מאכט די רונדעס אויף וואטס אפפ און אויף טעלעגראם, דער ניגון איז באזירט אויפן גלות ניגון וואס דער הייליגער קאלובער האט אפגעקויפט פון א אונגארישען פאסטוך און די ווערטער גייען וואו פאלגענד:
סעלפאון, סעלפאון, וואו גרויס ביסטו, טאטי מאמי וואו ווייט ביסטו, וואלט דער סעלפאון קלענער געווען, וואלט טאטי מאמי נענטער געווען.
איז אזוי:
יא! אונז האב מיר גרויסע סעלפאונס מיט היי דעפענישען סקרינס.
יא! אונז זעמיר אנגעבינדען מיט אימעיל, פעיסבוק, וואטס אפפ און טעלעגראם.
אבער אונז זעמיר נענטער מיט אונזערע קינדער און מיט זייערע געפילן וואו די פריערדיגע גענעראציעס, אונז זעמיר מער אין איינקלאנג מיט זייערע געברויכן און באדערפענישן.
און קום מיר נישט מיט די בולשי"ט, אה! דו האלטסט אז דו ביסט בעסער וואו דיין טאטע און דיין זיידע...
ווייל מיין ענטפער איז א הילכיגען יא!, רוב פון אונז זענען בעסער.
און קיינער באשולדיגט זיי נישט פערזענליך, ס'איז קלאר אז היטלער איז שולדיג דערינען.
די פאקט איז אז צוואנציג יאר צוריק ווען א מלמד וואס האט געהאט א שווערע טאג און האט אנגעהאקט קינד פארן נישט טייטלען, האט ער נישט געהאט וואס מורא צו האבן, א גרויסע טייל פון קינדער האבן אפילו מורא געהאט צו דערציילן אינדערהיים, זיי האבן מורא געהאט פון כאפן נאך...
היינט צוטאגס טראכט א מלמד צוויי מאל פאר ער טוט עפעס.
און ווען ס'קומט צו מאלעסטאציע דארף איך ניטאמאל ערקלערן, אמאל ווען א קינד האט אפילו אויפגעברענגט אזא געדאנק אפילו נאנט צו דעם ענין איז ער גלייך פארשריגען, אראפגעקלאפט און פארשוויגן געווארן, היינט אדאנק די "טריפענע" אינטערנעט מיט שפרודעלדיגע קוועלער פון אינפארמאציע ווייסן מיר וויאזוי צו באהאנדלען דעם נושא.
קלאפט אייך אין די פלייצע! אונז זעמיר אלע ערשטקלאסיגע אויסערגעווענליכע גוטע עלטערן.
א פרייליכען פורים.