☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 14, 2015 8:23 pm

· #266048
געפילטע פיש
כל כלי שבלחיצת כפתור...

אוי וויי! מיין עלעוועיטאר איז שוין אויך אסור!

און וואס איז מיט מיין אווער נייט קוגל?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:38 pm

· #266303
קינד_אן_קייט

מ'דארף מעורר זיין אז להלכה למעשה ווערט געפסקנ'ט אין הלכות קידוש ה' אז מ'טאר נישט שעכט'ן די קינדער, און דער גדול וואס האט געפסקנ'ט אז מ'מעג יא האט געליטען א מיתה משונה צוליב זיין פסק.
מעשה בגדול אחד ששחט כמה ילדים בימי הזעם.... עפעס אזא נוסח ווערט געברענגט אין ט''ז און ב''ח אין יו''ד הל' קידוש ה' בשם דוכט זיך דער ארחות חיים. איך פויל זיך נאכצוקוקען.
הוספה - איך האב יעצט נאכגעקוקט- וז"ל הב"י יו"ד קנ"ז בבד"ה ומעשה ברב אחד ששחט תינוקות הרבה בשעת השמד שירא שיעבירום על דת והיה עמו רב אחר וכעס עליו וקראו רוצח והוא לא חש לדבריו ואמר הרב המונע אם כדברי יהרג אותו רב במיתה משונה וכן היה שתפשוהו גוים והיו פושטים עורו ונותנין חול בין העור והבשר ואח"כ נתבטלה הגזרה ואם לא שחט אותם אפשר שהיו ניצולים ולא היו הורגים אותם. עכ"ל.
איי''ם דזשאס''ט סעיינ''ג

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 22, 2015 3:31 am

· #268455
בעלזא וועד האלט אז מענטשען וואס האבען וואצאפ זענען יוצא מגדר האנושי לגמרי. ממש אזוי.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 22, 2015 9:44 am

· #268492
דאס הייסט אז די בעלזע אין א"י פארמאגן סמארטפאון'ס?

בן אדם » מיטוואך אפריל 22, 2015 2:10 pm

· #268576
.
📎 IMG_20150208_180358.jpg

בן אדם » מיטוואך אפריל 22, 2015 2:11 pm

· #268577
.
📎 IMG_20150208_180355.jpg

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 22, 2015 3:12 pm

· #268595
אנ-מצוה-ביליוועבעל!

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 22, 2015 4:17 pm

· #268644
צימרים, עפעס א מיאוס'ע ווארט, פוי.

איך אויך » מאנטאג אפריל 27, 2015 5:51 am

· #269998
איז דאס אמת?? בלייבט דאך ממש גארנישט וואס מען מעג יא.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 3:18 pm

· #270130
וזהו כל הכוונה.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 3, 2015 11:27 am

· #271959
משומר איז שוין אויך נישט כשר
ווי נעמט די חכמה?
חכמת נשים בנתה ביתה....
(אין דער איד, פאמיליע אפטיילונג)

.
📎 סמארטפאון.jpg

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 13, 2015 8:14 pm

· #274877
.
📎 IMG-20150513-WA0001.jpg

חאצקעל שניידער » מיטוואך מאי 13, 2015 8:23 pm

· #274885
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
סלויפט שוין אפאר וואכן יעדען טאג די נייע איסור יחוד פון תשע״ה , ווער איז דאס?

איך אויך » מיטוואך מאי 13, 2015 8:53 pm

· #274894
א קאזין מיט דער וואס צאלט $9 א שעה צו זאגן הויך תהלים ביי עם אין אפיס.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:13 pm

· #275202
יא, גוט געזאגט. גענוי ווי אונזער קעפל דא
📎 IMG-20150514-WA0134.jpg

הוגה » פרייטאג מאי 15, 2015 7:15 pm

· #275564
און איך האב שוין מודיע געווען אז איך וויל נישט ליגן נעבן אזעלכע וואס טראגן נישט קיין גרעסערע דאגות נאך די מוע"ש ווי נעבן וועם זיי גייען ליגן. אנביליוועבל ווי מען טראגט מיט די גאווה אין רשעות אין בית החיים אריין. אגב, פארוואס איז סמארטפאון א גרעסערע עבירה ווי שרייבן א גראבע שקר אז "טויזנטע" אידן האבן געבעטן וכו'?

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 7:25 pm

· #275569
ווייסט וואס יענער האט געזאגט... אז ער וויל נישט ליגן לעבן מיר וויל איך טאקע נישט ליגן לעבן אים.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 7:26 pm

· #275571
אזא נארישע עד שוין לאנג נישט געזען... "נאך אביסל וועט פארקומען די טיילונג"... איי איז דאס גוט.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 7:28 pm

· #275572
א נייע פחד. צוליבן חשש פון חילול שבת. אהא.
מי יגלה עפר מעיניך, מחבר ספה"ק כ"ו לאוין של סמארטפאון זצ"ל.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 7:33 pm

· #275574
איך בין גראדע א שטארקע שטיצער פון די טיילונג. ווער וויל לעבן אדער זיין באגראבן מיט אזעלעכע משוגעים.

ס'איז מורא'דיג נוגע ווען מ'איז טויט ווי מ'ליגט, ווייל אויב ליגט מען ביי די ארטידאקסן, דארף מען אהיימרופן קאלעקט אדער בארגן א קוואדער, ווייל די סמארטפאנס ליגן ביים אנדערען זייט גדר.

געוואלדיג » מאנטאג יוני 1, 2015 11:24 pm

· #279716
וואס קען איבערצייגן מער פון פאקטן און ציפערן...
📎 100MEDIA$IMAG0451.jpg

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 1, 2015 11:32 pm

· #279725
זעהט אויס אז די חרדישע פאלסטערס מאטעמטישע עדיוקשען איז 95 פרעצענט אין די ערד. די פינף פרעצענט קענטענעס, ערלויבט זיי נאר אזוי סאך, צו קענען שרייבען נומערען וואס ענדיגן צו ביי די 5 אדער 10 מארק, אלעס צווישן 1-5 און פון 5-10 ווערט נישט טאלירט.

וויל קענען » דינסטאג יוני 2, 2015 9:04 am

· #279801
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
געוואלדיג
וואס קען איבערצייגן מער פון פאקטן און ציפערן...

וויאזוי געמאכט די סערוועי אהההה דורך אינטערנט אדער דורך די טריפהנע וואויסמעל סיסטעם

יואליש » דינסטאג יוני 2, 2015 11:30 am

· #279849
דאס איז א שרעקעדיגע סטאטיסטיקס. א פולע 30 פראצענט היימישן עולם קויפן זייער סעלפאןס אין נישט היימישע געשעפטן! וואס טיט זיך מיטן וחי אחיך?

פרייוויליג » דינסטאג יוני 2, 2015 12:21 pm

· #279864
90% פון די סאטיסטיק איז פאנטאזיע, און די איבריגע 10% איז אויך פאנטאזיע. רוב אירע מיט סמארטפאונס האבן א דירעקט אדער אומדערעקט קאנטרעקט מיט קעריערס. סא וואס דארף מען דא א היימישע געשעפט? נאר פליפ פאון קונים קומען אריין אין א היימישע געשעפט און גייען ארויס מיט א קעטאנע פאון. אזוי ווי מעש ציצית אדער רבינו חננאל'ס גאטשעס פארקויפט מען נישט אין היימישע געשעפטן. איך בין משער אז די סטאטיסטיק איז באשאפן געווארן ביי א וואלענע ציצית וואס האט גענומען Word פאר א טעסט דרייוו, און געוואלט טעסטן זיינע נייע סקילס אין די פראגרעם.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 9, 2015 2:12 pm

· #288439
.
📎 שדכן.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 9, 2015 2:12 pm

· #288440
.
📎 וואטסעפפ-419.jpg

טאמבל סאס » פרייטאג יולי 10, 2015 4:03 am

· #288614
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
[emoji1] [emoji2] [emoji1] איינער א געזונטער לץ

הקטן » מיטוואך יולי 15, 2015 8:23 am

· #289483
סעלפאנס מאכט קראנק דיין קינד!
your-cellphone-may-be-hazardous-to-your-childs-mental-health

געוואלדיג » זונטאג יולי 19, 2015 11:44 pm

· #290129
]
📎 cell_phones.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 20, 2015 9:04 am

· #290163
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
לעיקוואוד האט אויך דער מחלה. אז מ'רעדט צו ווייבער רופט מען זיי אהן 'נשים'. פון וואס האבען זיי מורא? א שטייגער ווי
Places for נשים to hear megillah.
פאר עפעס א סבה זענען 'פרויען' שמוציג אבער 'נשים' זענען הייליג. גיי ווייס

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 21, 2015 2:09 pm

· #290604
דער פאלגענדער בילד האט לעצטענס ארום קורסירט אויף וואטסעפפ,

📎 Cell_Mechiten.jpg

וויל איך צו דעם צולייגן א אייגענע מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן פון דער נאנט ביי א שידוך,
די מחותנים זענען געווען זייער צופרידן פונעם שידוך פון צד השני, אלעס האט געקלאפט, זיי זענען געווען זייער צופרידן פון די אינפארמאציע, אבער בשעת'ן זיך צוזאמענטרעפן האט די מחותנת'טע (וואס האט געטראגן א שפיצל) באמערקט אז די צד השני גייט א הוילע שייטל, האבן זיי זיך אויפגעהויבן און מיט א דרייסטקייט ארויס פון שטוב! כאטש עס איז געווען זייער אומבא'טעמ'ט, אבער זיי האבן געשפירט אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, ווייל אין ארור מדבק בברוך, שייטל גייט מיט שייטל; שפיצל גייט צו א שפיצל, והבן.

יואליש » דינסטאג יולי 21, 2015 4:20 pm

· #290660
לעצטענס בין איך געווען אינוואלווד אין א שידוך וואס איז כמעט צוזאגעמפאלן נאכדעם וואס די צוויי מחותנים האבן זיך נישט געקענט פארגלייכן צווישן ענדרויד און עפעל. איין מחותן האט זיך געשוואוירן ביי זיין מעק, אייפאן און אייפעד. די אנדערע מחותן'סטע האט זיך געאייסערט איבער איר גאלאקסי און נעקסוס. אלעס האט זיך בארואיגט ווען ס'אז באשלאסן געווארן אז די ערשטע צוויי יאר וועט די פארפאלק האבן ער אן אייפאון און זי אן ענדרוד. נאכדעם וועט דאס פארפאלק אליין באשליסן.

מזל טוב מזל טוב!

פרייוויליג » דינסטאג יולי 21, 2015 4:20 pm

· #290661
איך וויל צולייגן צו שמעקעדיג א ענליכע עפיזאד. די מחותנים זענען געווען זייער צופרידן פונעם שידוך פון צד השני, אלעס האט געקלאפט, זיי זענען געווען זייער צופרידן פון די אינפארמאציע, אבער בשעת'ן זיך צוזאמענטרעפן האט די מחותן - א בעלבאטישע אינגערמאן, לעבט מיטן אייבירשטען, און האט א סמארטפאון צו פאר ביזנעס אדער אנדערע צוועקן, און מיט א פילטער - באמערקט ווי דער מחותן איז א אפגעפליקטער איד, ער שטינקט ווי די אשכנזים אין די 9 טעג, און גייט מיט א פינקע רעקל ביז א אינטש פון דער ערד, און פארמאגט גאר א ביפער און ניטאמאל א טעלעפאן, ווייל ביי אים איז אפילו א פליפ פאון נישט גוט. תיכף ומיד האבן זיך די שיעור מחותנים געגעבן די הענט און פארלאזט דעם שטוב.

-------
זעלבסטפארשטענדליך אז די אלע באבע מעשות זענען רשעות'דיג, עקל'דיג, פארדארבן, און גרויליג. נישט ווייל איך וואלט נישט געקענט באשטיין אז אזא מעשה זאל האבן פאסירט, אדרבה איך וואלט נישט געוואלט האבן א קורצזיכטיגער מחותן. נאר די חוצפה און דרייסט פון אפאר דזשעקעסעס, און צורידערטע יושבי שעמום, גייען זיכן ארויפצולייגן א.ג. שרעק אויף די עולם כאילו אז מחותנים ווילן זיך נישט משדך זיין אא"וו. איז נישט נאר ביליג און געמיין נאר אויך ליצנות געמאכט פון די מענטשליכער געפיל.

זעמיל מילכיגער » דינסטאג יולי 21, 2015 4:26 pm

· #290665
מיין רבי אין חדר פלעגט כסדר דערציילען א מעשה, ווי א שידוך איז בטל געווארן די לעצטע מינוט הערענדיג אז די צווייטע צד עסט קעטשאפ ביים סדר.. אינמיטען שולחן עורך...

ראו מה בין אלו לאלו ווי די דורות האבן זיך געריקט.

אבי גערעדט » דינסטאג יולי 21, 2015 4:33 pm

· #290668
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
לאכטס און מאכטס חוזק, למעשה ביי אונזער ציבור ווי האבן א אייגענע מיינונג איז בבל יראה, און אלץ ווענדט זיך וויאזוי די פארפירערס דרייען אן, איז זייער מעגליך אס דאס וועט ווערן די נארמע

יואליש » דינסטאג יולי 21, 2015 6:04 pm

· #290696
פרייוויליג, נישט געפערליך די געבאקענע מעשיות. לויטן ווארשעווער איז די זשאוק אויפן בעקער. אפגע'נער'ט האלב ווארשע אז ערגעץ האט א מחותן זיך משוגע געמאכט אעבעראיבער סעלפאנס. הי הי, די זשאוק איז אויפן שרייבער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 8:12 am

· #290894
יואליש - אליינ'ס באשליסען?! ביסט אין גאנצען משוגע?! דאס איז נאך טויזענט מאל ארגער ווי אינטערנעט, טוויטער, קלוגע פאון'ס, וכל שום וחניכא דאית להו.
פוי פוי פוי. ברענגסט ציונות אריין ביי אונז!

יעלה ויבא » זונטאג אוגוסט 9, 2015 11:34 am

· #294597
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 9, 2015 11:44 am

· #294599
ס'דא אן ענין פון זיך גט'ן דאנערשטיג?

משולם שטיינפעלד » זונטאג אוגוסט 9, 2015 12:50 pm

· #294606
איז דא צוועלעף מסדרי גיטין אין ברוקלין?

קאסטנער » זונטאג אוגוסט 9, 2015 12:54 pm

· #294609
טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
גאנץ אינטערסאנט,
נארמאל ווען איינער אין די קאמיונטי חלומט נאר פין זיך גטן ווייסט שוין די גאנצע שטאט בפרט מיט די היינטיגע וואטסעפפ עפאכע, אין דא ווייסט קיינער נישט דערפין..

אבי קיין איין פין דעי איז נישט פין מיינע באקאנטע (וועמען׳ס יא ווייס איך נישט),

גרויסע מענטשעלע » זונטאג אוגוסט 9, 2015 1:06 pm

· #294613
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
כקען א גרוש וואס זיכט א שידוך קען איינער אפירברענגן די גרושה'ס

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 9, 2015 1:43 pm

· #294616
.
rsz_untitled-1-page-001.jpg

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 9, 2015 1:46 pm

· #294618
לסדר נותן לפניכם היום קללה 😂 😂
און מארזשארין?? דאס האט דאך אומגעזונטע פעטנס 😛

משולם שטיינפעלד » זונטאג אוגוסט 9, 2015 2:26 pm

· #294623
דאנערשטאג ואתחנן איז געווען די גיטין פריי צו מאכן די פעלד לכבוד חמשה עשר באב

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 9, 2015 3:43 pm

· #294640
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
איך בין נייגעריק. די כותבים פון די צעטיל האבען געשמועס'ט וואס צו שרייבען.
'יענקל, וויפיל גיטין זאל מען שרייבען איז געשען?'
'איך ווייס? שרייב פינעף הונדרעט'
'נעה, קיינער וועט דאך נישט גלויבען'.
'שרייב צוועלף. דאס איז א גוטע נומער'.

שטותים קענט עץ אויך נישט!?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 9, 2015 4:13 pm

· #294645
איך וויל וויסן פשט אין די לעצטע 3 ווערטער, "ומדה טובה מרובה".
איינער ווייסט?

קאסטנער » זונטאג אוגוסט 9, 2015 4:17 pm

· #294649
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
שמעקעדיג
איך וויל וויסן פשט אין די לעצטע 3 ווערטער, "ומדה טובה מרובה".
איינער ווייסט?


מיט א כשרע פאן קען מען נאך אפשר זוכה זיין צי מער ווי איין ווייב?.. ווער ווייסט

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 9, 2015 4:33 pm

· #294656
איינער אויף פעיסבוק פרעגט א באמבע קשיא 😂

Let's do some math, shall we.
80
percent of 12 equals: 9.6, shouldn't it have been a whole number
This guy is not only bad at math he is bad at lying too. He just made up the numbers.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19