☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 11:19 am

· #365063
דאס איז א ליצנות, ביז צום מתחווי אנשטאט'ס מטחוי.

טאמער נישט, זעט מען אז מ'דארף א סמארטפאון פאר פרנסה, ווייל נאר איין עושר האט נישט קיין סמארטפאון.

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 12:11 pm

· #365070
ווייל אזוי
אין לאנדאן האט מען געדינגן א גוי זאל שטיין פארנט פון סאטמאר 26 און מעורר זיין דעם ציבור

חילול השם.
📎 IMG_2579.JPG

החוקר » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 2:17 pm

· #365088
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין שטארק חושד איינער האט געוואלט אנדרייען אז ביי דעם עושר זאל זיין אן אנלויפעניש פון צדקה גייער.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 10, 2017 2:54 pm

· #365241
עס איז געשען אזא אומגעפלאנטע שותפות, די געלט גייער וועלן נישט נעמען געלט פון אן עושר מיט א סמארטפאון, און די עשירים וועלן זיכער מאכן אז די בחורים האבן אויך נאר כשר'ע פאונס. א וואזשנע המצאה!

.
📎 SnipImage.JPG

בן אדם » פרייטאג מערץ 10, 2017 3:12 pm

· #365243
יעצט אויף 13טע עוועניו
העי, אין וויליאמסבורג זענען זיי נאכנישט געווען?
📎 17201077_10209024493749741_4451941582233047557_n.jpg

נעגעל וואסער » מאנטאג מערץ 13, 2017 4:23 pm

· #365340
"קאלט ווערן איז ביהרג ואל יעבור" החזו"א.
מקור?
📎 unnamed.jpg

יב הלוי סאלאווייטשיק » מאנטאג מערץ 13, 2017 4:30 pm

· #365342
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
גראדע גאנץ א פיינע און לומדישע צעטיל...
נישט אזוי נאריש און קריאז..

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 13, 2017 5:13 pm

· #365348
ווען איך בין געווען אין א"י, פלעגט מען יעדער פאר טעג אויפהענגען צעטלעך מיט דער שטות בשם דער חזו"א.

בן אדם » מאנטאג מערץ 13, 2017 10:45 pm

· #365394
נעגעל וואסער
"קאלט ווערן איז ביהרג ואל יעבור" החזו"א.
מקור?

פאר דעם חזו"א פאסט עס טאקע. ער האט נישט געמיינט יעדער וואס ווערט קאלט, נאר קאלט ווערן דורכ'ן אריינגיין אינ'עם צה"ל לכתחילה.

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 14, 2017 9:13 am

· #365418
נעגעל וואסער
"קאלט ווערן איז ביהרג ואל יעבור" החזו"א.
מקור?

די האלטסט ער האט עס נישט געזאגט?
זיכסט פשוט א מקור?
אפי' ער האט עס יא געזאגט גייט עס דיר נישט אהן?
קענסט בכלל ספרים פינעם חזו"א?
אויב האט ער עס יא געזאגט, און איך צייכן דיר צו די מקור גייסט עס פארשטיין?
די ווייסט וואס קאלט ווערן מיינט?
קאלט און ווארים איז ביי דיר דאס זעלבע, אדער קיין חילוק ?
וואס מיינט יהרג ואל יעבור ווייסטו?
והאחרון פ"וו איז אזוי שווער ער זאל עס האבן געזאגט

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 14, 2017 9:20 am

· #365419
ביי דיר איז טויט און לעבן די זעלבע זאך?
די לייכטזיניגקייט צו 'יהרג ואל יעבור' קומט פון א לייכטזיניגקייט צו לעבן.

ביי די ערשטע חומש שיעור אין בריסק ווען איך בין אנגעקומען דארט, האט הרא"י שטארק פארדאמט די נטו"ק וואס גייען ביי די אראבער. האט ער געזאגט אז די ציונים האבען אריינגעברענגט א לייכטזיניגקייט צו מענטשנ'ס לעבן, אז מ'קען ריזיקירען מענטשנ'ס לעבן פאר א מדינה. פון דעם זענען נטו"ק געווארען מושפע אז זיי קוקן אויך אן דעם ענין פון רציחה לייכט און זיי נעמען שריט וואס קען לייגען אין געפאר אידישע לעבן.

ודון מינה ואוקי באתרה.

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 14, 2017 9:24 am

· #365420
ליטוואק פון בודאפעסט
ביי דיר איז טויט און לעבען די זעלבע זאך?
א לייכטזיניגקייט צו ׳יהרג ואל יעבור׳



האסט נישט געגעבן אנטווארט צו די פראגעס

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 14, 2017 9:33 am

· #365423
ווילסט וויסן? ניין, ער האט עס נישט געזאגט און ס'איז נאנסענס.

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 14, 2017 12:45 pm

· #365431
דהיינו ביסט געווען מיט אים כל ימי חייו און קיינמאל נישט געהערט פון אים

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 14, 2017 1:09 pm

· #365433
איך בין אויפגעוואקסען אביסל אנדערש ווי דיר.
מיר האט מען אויסגעלערנט אז דער חזון איש איז נישט געווען קיין פאטץ. ער האט זיך נישט געפיהרט ווי א פאטץ און נישט גערעדט ווי א פאטץ. מ'האט נישט קיין פאטצערישע מעשיות אויף איהם, און זיין גאנג איז אלס געווען אומפאטצעריש. דאס איז גאנץ א שטארקע ראיה, ובפרט אז מ'זוכט נאר אפצווענדען גאס צעטליך אין מיטל מזרח.

טאמער דיר האט מען מחנך געווען אז ער איז יא געווען א פאטץ, און אז אין אלגעמיין אז גדולי ישראל זענען פעטץ, זאלסטו אנהאלטען דער חינוך און בלייבן דער גרעסטע פאטץ שייך, נישט משנה זיין קיין זיז כלשהוא.

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:26 pm

· #365452
ווען בן גוריון האט אים באזיכט, האט ער געזאגט פאר זיינע מענטשן, פאר גיוס בנות האב איך נישט מורא די ציבור וועט האבן מסי"נ
גיוס בנים האב איך מורא מען וועט נישט מוסר נפש זיין,
דאס איז קיין צווייפעל אז די חזו"א האט נישט פינפוינט אויף א מעשה פון צבא אז אט די דאזיגע מעשה איז מקרר און איז מחייב ביהרג ואל יעבור
ער האט געזאגט אז די קרירות ברענגט צו חמורות פון יוא"י
דהיינו איינער ווערט קיל צו אביזרייהו דג"ע וכו' קומט ער אן לבסוף צו די שלש חמורות
ד.ה. אין קוצר אמרים אז נתקרר ווערן איז ביהרג ואל יעבור, ווייל דארט קומט מען אן.

תקופת הסתגלות מיינט די ציבור זאל ווערן אפגעקילט צום גיוס וואס דאס וועט עווענטועל ברענגן די פאקטישער גיוס
נסתגל ווערן צו ג"ע האט דער חזו"א געזאגט איז ביהרג ואל יעבור
מען דארף נישט זיין קיין פאטץ/פעטץ עס צו זאגן
..

אגב א תלמיד פון חזון איש וואס האט פילע יארן זיך געדרייט ביי אים האט עס געזאגט צו מיר, יתכן זיינע תלמידים זענען ליגנער, עס איז בכלל נישט מאדנע עס אנצונעמען, עס איז נישט א מימרא פון צעטליך

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:28 pm

· #365454
ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין אויפגעוואקסען אביסל אנדערש ווי דיר.
מ'האט נישט קיין פאטצערישע מעשיות אויף איהם, און זיין גאנג איז אלס געווען אומפאטצעריש. דאס איז גאנץ א שטארקע ראיה,


האק ניט די טשייניק
עס איז דא אינטערסאנטע בעקראונד ארום זיין היסטאריע זיין מקרב זיין אינגע, און נאר לערנען מיט קלענערע, ער איז זייער אייגנארטיג געווען, קוק לדוגמא א איד ווי ר' גדלי' נדל תלמידו, זייער אייגענארטיגע מענטשן געווען, בכלל נישט שווער צו אנעמען אזא מימרא פון אים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:41 pm

· #365455
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
איך זוך א מקור אויף דער קעמפף אויף גיוס בנים. דערווייל האב איך נישט געהערט דערפון. דאס איז א פרישע קעמפף וואס איז נישט געהערט געווארען בחיי החזו"א ביז נאך הרב שך. אלס האט מען געקעמפט גיוס בני הישיבות. נאר דער חזו"א האט געוואוסט אז ס׳וועט קומען אזעלכע וואס ווייסען נישט קיין חילוק צווישען בני הישיבה און סתם חרדים, און פאר זיי האט מען מורא געהאט. גארנישט מיט קאלט ווערען צו וואס.

נאר איין שאלה. ווען מ׳גייט ארויס פון כולל ארבעטען ווערט מען אויך אביסל בעלעבאטישער און קאלטער, אזוי מוז זיין. גייען ארבעטען איז ביהרג ואל יעבור?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:42 pm

· #365456
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין אויפגעוואקסען אביסל אנדערש ווי דיר.
מ'האט נישט קיין פאטצערישע מעשיות אויף איהם, און זיין גאנג איז אלס געווען אומפאטצעריש. דאס איז גאנץ א שטארקע ראיה,


האק ניט די טשייניק
עס איז דא אינטערסאנטע בעקראונד ארום זיין היסטאריע זיין מקרב זיין אינגע, און נאר לערנען מיט קלענערע, ער איז זייער אייגנארטיג געווען, קוק לדוגמא א איד ווי ר' גדלי' נדל תלמידו, זייער אייגענארטיגע מענטשן געווען, בכלל נישט שווער צו אנעמען אזא מימרא פון אים.

הוא הדבר אשר דברתי. דיר האט מען אויסגעלערנט אן אנדערע חזו"א, און ביי דיר איז ער יא געווען א פאטץ

ב"ה אז מ׳זעט אז דו ביסט ממשיך דער מהלך. כה לחי!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:43 pm

· #365457
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
יהרג ואל יעבור איז נישט קיין tool וואס מ'קען ניצן צו ווייזן דערמיט קיצוניות. (הגם וואס אין א געוויסע קרייז האט מען געיהרג בל יעבור'ט און ימח שמו'ט ווי מער כדי צו ווייזן עקסטרימיזם).

קאלט ווערן איז א פועל יוצא ס'איז נישט קיין פעולה, כ'זעה נישט וואו ס'שייך צו זאגן דערויף יהרג בל יעבור, און אויב האט ער עס יא געזאגט איז עס א 'שווערע חזון איש' מיט וואס די שוטים האבן נישט קיין רעכט צו נאכפלעפלען.

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:48 pm

· #365458
ליטוואק פון בודאפעסט
איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין אויפגעוואקסען אביסל אנדערש ווי דיר.
מ'האט נישט קיין פאטצערישע מעשיות אויף איהם, און זיין גאנג איז אלס געווען אומפאטצעריש. דאס איז גאנץ א שטארקע ראיה,


האק ניט די טשייניק
עס איז דא אינטערסאנטע בעקראונד ארום זיין היסטאריע זיין מקרב זיין אינגע, און נאר לערנען מיט קלענערע, ער איז זייער אייגנארטיג געווען, קוק לדוגמא א איד ווי ר' גדלי' נדל תלמידו, זייער אייגענארטיגע מענטשן געווען, בכלל נישט שווער צו אנעמען אזא מימרא פון אים.

הוא הדבר אשר דברתי. דיר האט מען אויסגעלערנט אן אנדערע חזו"א, און ביי דיר איז ער יא געווען א פאטץ

ח"ו א פאטץ? וויאזוי רעדסטו
אבער א אייגענארטיגער מענטש איז ער געווען
די האסט אנדערע פאקטן? אדרבה זאג, מיר האט עס קיינער נישט געלערנט קוק ארום זיינע קורות הימים, און זאג וואס די האסט געפינען

---
אגב, אז מען רעדט איבער יהרג ואל יעבור איז ווערד צו קוקן די ווערטער פון מהרש"ל, גיימיר נישט אריין צו וואס הגרמ"פ האט געזאגט אויף דעם
אבער די ווערטער פון מהרש"ל איז כדאי צו זעהן
תנו רבנן, וכבר שלחה מלכות הרשעה שני סרדיוטות אצל חכמי ישראל, למדונו תורתכם, קראו ושנו ושלשו. בשעת פטירתן אמרו להם, דיקדקנו בכל תורתכם, ואמת הוא. חוץ מדבר זה שאתם אומרים שור של ישראל שנגח שור של נכרי פטור. ושל נכרי שנגח שור של ישראל בין תם בין מועד משלם נזק שלם. מה נפשך, אי רעהו דוקא, אפילו דנכרי כי נגח דישראל ליפטר. ואי רעהו לאו דוקא, אפילו דישראל כי נגח דנכרי ליחייב. וחכמים לא גילו להם טעמו של דבר, שממון של גוי הפקר, מפני הסכנה...
גם שמעינן מהאי ברייתא דאסור לשנות דברי תורה, אף כי הסכנה. וחייב למסור עצמו עליה, דלפי חד שינוי דתו' (ד"ה קראו) שמלכות הרשעה גזרה עליהם. ולמה לא ייראו חכמים שתעליל מלכות הרשעה עליהם. הלא לא תמצא דבר קשה כזה לומר בפני האומות שאנחנו פטורין מהיזיקן, והם חייבים. וכי לא היה ראוי לחוש ח"ו לכמה שמדות וחורבות דליפוק מיניה. בפרט מלכות הרשעה, שכל מחשבתם רק להתגולל ולהתנפל על שונאינו. וא"כ היה להם לשנות, או שניהם חייבים, או שניהם פטורין. אלא ש"מ שמחויבים אנו למסור על קידוש השם. ואם ח"ו ישנה הדין הוה ככופר בתורת משה. ומסתמא איירי כגון שהשרים שאלו בפרטים על כל דין ודין, שור של ישראל שנגח לשל נכרי, ושל נכרי שנגח לשל ישראל. ועל כן השיבו האמת על קדושת השם. כי לא היה יכולת בידם לשמט את עצמם מדין זה.


נאך א אינטערסאנטע דין צו זעהן בנוגע יוא"י די מרדכי ברענגט דער שיטת סמ"ק, דער חת"ס ברענגט אויך אזוי
עוד יש דין אחר דהיכא דמתכוין הנכרי להעבירו על דת יהודי יהרג ואל יעבור ואפילו בצנעא ואפילו שלא בשעת הגזירה ואפילו בשאר מצות, והכי מוכח לקמן פרק בן סורר ומורה גבי ההוא דשקיל אספסתא ושדי בנהרא ובתוספות האריכו


גאר א חידוש שטייט אין שער"י📎 יהרג ואל יעבור.png

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 14, 2017 3:55 pm

· #365472
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
ווען מ׳רעדט שוין פון יהרג ואל יעבור, איז בנותן ענין צו ברענגען א מעשה.
ווען די רוסישע רעגירונג האט געמאכט א גזירה אויף די אידישע באקליידערונג, די טרויעריג באקאנטע גזירת המלבושים, האבען רוב גדולי ישראל, חסידים און מתנגדים, געהאלטען אז מ׳מעג זיך נאכגעבען פאר די רעגירונג, מ׳דארף זיך נישט מוסר נפש זיין. אחוץ ר׳ איטשע מאיר, שפעטער גערער רבי דער גאון בעל חידושי הרי"ם. ער האט געהאלטען אז פאלגען די גזירה איז ביהרג ואל יעבור. זיין שוואגער דער קאצקער רבי איז שטארק נישט געפאלען זיין פסק, זאגענדיג "ער איז מפקיר אידישע נפשות".
ודון מינה ואוקי באתרה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 14, 2017 4:18 pm

· #365478
וואסעפעס אהערברענגן די גזירה אויף קליידונג אין רוסלאנד

איך אויך » דינסטאג מערץ 14, 2017 6:26 pm

· #365503
איש את רעהו
ווען בן גוריון האט אים באזיכט, האט ער געזאגט פאר זיינע מענטשן, פאר גיוס בנות האב איך נישט מורא די ציבור וועט האבן מסי"נ
גיוס בנים האב איך מורא מען וועט נישט מוסר נפש זיין,

וועמענס געבעקס איז דאס טעלערל אדער סילוף? צו גאר שלמה יאנקל?

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 14, 2017 10:17 pm

· #365543
דער קריג וואס די תורה פארלאנגט צו געדענקן עד סוף הדורות, בעשה ובלא תעשה...
שאול המלך איז דערויף נענש געווארן פארן נישט אויסראטן א איבערבלייבעניש פון יענע שונאי ישראל וואס פון דארט איז נצמח געווארן דער נצר זדון..
די קריג מיטן ה' הידוע וואס די תורה לייגט דערויף אזא דגוש איז מלחמת עמלק, מיט וואס איז די תוה"ק מגדיר פ"וו מען זאל עס האלטן פאר די אויגן, צוליב וואס? וואס האט ער אזוי הארב געטון ?
"ער האט דיר קאלט געמאכט".....

אישתישבי » מיטוואך מערץ 15, 2017 12:50 am

· #365561
שיינע חסידישע תורות.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 4:44 pm

· #365742
מערכת מלכות סאטמאר (מהרז"ל) האט היינט געמאלדען דאס:

מודעה חשובה
לאור די דברות קודש פון כ״ק מרן רבינו שליט״א ביים סעודת משתה היין פורים העעל״ט זענען מיר מודיע אז פון היינט און ווייטער איז אונזער אימעיל סיסטעם פארשלאסן.
עס איז אונז געווען א כבוד צו סערווירן דעם ציבור פון טויזענטער אנ״ש ביז היינט, און מיר באדאנקן זיך מעומק הלב פאר די עוסקים במלאכת הקודש, די עסקנים חשובים און פארשטייער פון קהלתינו ומוסדותינו הקדושים די בכל אתר ואתר פאר די שטענדיגע מיטארבעט און הילף אויף טריט און שריט ביז אהער. וחפץ השם בידם יצליח להגדיל תורה ולהאדירה.
צו די זעלבע צייט ווילן מיר זיך באדאנקן פאר מערכת ״אידישע טעגליכע נייעס - <!-- e --><a href="mailto:info@jdnmail.com">info@jdnmail.com</a><!-- e --> ״ פאר זייער שטענדיגע גרייטקייט אונז ארויסצוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך פאר די הצלחה פון דעם אימעיל סיסטעם.
וכשם שקבלנו שכר על הדרישה נקבל שכר על הפרישה.
מיט פארשטענדעניש
מערכת מלכות סאטמאר


שוין, וועל איך מיזן סובקרייבן צו די אנדערע בחצרות ליסט, און צו דער איד טעגליך.

סאשי פיש » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 5:05 pm

· #365744
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
IMG-20170316-WA0020.jpg דאס איז די גורם

דעת תורה » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 9:49 pm

· #365772
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
גארנישט מיט טעכנאלאגיע. ענדערש קומט דאס אין די בילדער קאנספיראציע אשכול

נעגעל וואסער » דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:28 pm

· #365782
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
סאשי פיש
📎 IMG-20170316-WA0020.jpg דאס איז די גורם

איך ווייס נישט פארוואס ער איז אזוי מאריך דערין, ס'איז א דבר פשוט מאוד במחנינו אז אינטערנעט איז מותר בלויז לצורך פרנסה בלבד, אחוץ פון דעם איז עס חזיר טרייף. און אזוי האט ג'פסקנט דער פוסק הדור מרן שבט הלוי. סתם שיקען בילדער פאר אינטערטענמענט איז אסור לכל הדעות.

קוקט אויס פאר זיינע אנהענגערס מיז ער דאס אראפלייגען אלס א כמו ציונישע פראבלעם, אז מ'וויל זיך מתחבר זיין צו די גוים און אויפטוהן פאר אידישקייט. גאונות.

אויף אי-וועלט האט איינער געעפענט אן אשכול אויף די נושא, ותוך כדאי דיבור האט מען עס פארשפארט, כנראה אז דאס לייגט זייער גאנצע קיום אין א ספק. כ'וועל נישט זיין סארפרייסד אויפצושטיין מארגן אין הערן אז לאור קריאת חכמי הדור שליט"א פארשליסן מיר דעם וועבסייט.

איש את רעהו » זונטאג מערץ 19, 2017 2:48 pm

· #366037
נעגעל וואסער
מערכת מלכות סאטמאר

מערכת מלכות סאטמאר
לאור די דברות קודש פון כ״ק מרן רבינו שליט״א ביים סעודת משתה היין פורים העעל״ט זענען מיר מודיע אז פון היינט און ווייטער איז אונזער אימעיל סיסטעם פארשלאסן.

שוין, וועל איך מיזן סובקרייבן צו די אנדערע בחצרות ליסט, און צו דער איד טעגליך.


שוין.. קוים אריבער 2 טאג און "מפואר-סאטמאר" האט געפענט א פרישע אקאונט צו מפרסם זיין די בילדער..

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 20, 2017 9:32 pm

· #366204
📎 בין הזמנים 7.jpg

קאצקע ציקער » מיטוואך מערץ 22, 2017 10:41 pm

· #366406
ס'הענגט גרויסע פלאקאטן פון די שומרים קארטלעך אין די גאסן

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 12:19 am

· #366440
נעגל וואסער:לאור דיין תגובה וואו דו טענה'סט אז מ'וועט זיך אויפוועקן איין אינדערפריה און איי-וועלט וועט ח"ו זיין פארשפארט. (נישט אז איך האב עפעס איינגעלייגט מיט זיי. ס'נאר לתפארת הדרוש.) דארפסט נישט זיין באזארגט. וויל אויב ס'וועט ח"ו קומען אזא באפעל, וועלן זיי זיין מורדים און אפיקורסים אזוי ווי (להבדיל) קאווע שטיבל. אבער זיי וועללן זיך נישט פארמאכן. ווייל זיי ווערן דאך נישט סובסידירט פון די קאסע פון קהילתנו הקדושה...!

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:21 am

· #366460
איך בין נייגעריג צו די דאומעין זייערע איז פאר סעיל?? מ׳גייט דאך מער נישט ניצען!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 12:13 pm

· #366505
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
ווי טרעפט מען די ווערטער צו רעאגירען צו אזעלכע צעטליך?!
ס׳דערמאנט די באקאנטע ווארט ׳ודע מה שתשיב לאפיקורס׳, און דער משנה זאגט אונז נישט וואס. פארוואס? ווייל אזעלכע אויסדרוקען נוצט מען נישט אין ביהמ"ד!


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:42 pm

· #366542
ליטוואק פון בודאפעסט
ווי טרעפט מען די ווערטער צו רעאגירען צו אזעלכע צעטליך?!
ס׳דערמאנט די באקאנטע ווארט ׳ודע מה שתשיב לאפיקורס׳, און דער משנה זאגט אונז נישט וואס. פארוואס? ווייל אזעלכע אויסדרוקען נוצט מען נישט אין ביהמ"ד!


Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דאס איז א אלטע פאוסטער וואס עקסטרעמיסטען האבען שוין געניצט איו ארץ ישראל לאנג צוריק.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:45 pm

· #366544
איש את רעהו
📎 בין הזמנים 7.jpg

די חברה ווילען נישט אהיים גיין העלפען פסח'דיג מאכען ווען די א.ג. כולל איז פארמאכט ממילא טרעפט מען נייע זאכען צו הענגען.
מ'ברויך קעמפעינען פאר מער כשר'ן לאקאלען, שריפת חלה וכדומה וועט די פראבלעים אוועק פאלען.

איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:58 pm

· #366548
די השומרים שפרייטן אצינד ארום א קאר וואש אדווערטייזמענט, מיט די נומער פון השומרים האט-ליין. איינער וואס קען נישט השומרים אזוי גוט גייט מיינען אז עס איז ערנסט און ער גייט זיי רופן. עס ווערט ארומגעלייגט אויף קארן פענסטער. עס איז סתם לשם דרייען א קאפ און טעראריזירן די מענטשהייט לשם שמים. פשוט זיך אונטערהאלטן אויפן ריינעם חשבון פון די טריפה'נע כלים.

וואלווי » פרייטאג מערץ 24, 2017 4:20 pm

· #366733
.
📎 מודה.jpg

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 26, 2017 5:00 pm

· #366869
און פארוואס מען מעג ארבעטן אין מאנהעטן פארשטייט ער יא?

.
📎 ddddddd.jpg

איש את רעהו » זונטאג מערץ 26, 2017 9:23 pm

· #366905
📎 Untitled-1.jpg

החוקר » זונטאג מערץ 26, 2017 9:51 pm

· #366914
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
וואס איז מאדנע אדער קוריאז מיט דעם בילד?
סך הכל זאגט ער אז א סמארטפאון קען זיין א נעץ, דו האלטסט אנדערש?

איש את רעהו » זונטאג מערץ 26, 2017 10:28 pm

· #366924
ווי לייגט מען קעגן אינטערנעץ וואס איז נישט קוריאז

החוקר » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 8:26 am

· #367548
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
📎 download_20170330_075833.jpg

יודישע שרייבער » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 10:56 am

· #367564
החוקר
📎 download_20170330_075833.jpg

דאס באלאנגט ענדערש אינעם טעראר מיטלען אשכול.

יעלה ויבא » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:29 am

· #367570
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
📎 IMG-20170330-WA0018.jpg

lead, follow, or get out of the way

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:55 pm

· #367594
מה-דעך מ'מעג צוברעכן יענעמ'ס אין שבת, איז דאך אוודאי די אייגענע...!

קל וחומר » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:05 pm

· #367595
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
וואס איז די דין טאמער איינער האט געפאוסט א ניוול פה אויף פעיסבוק הארט בעפאר שבת ונכנס בו רוח טהרה עם כניסת השבת, מעג ער עס אויסמעקן אדער נישט?

ווייל אזוי » פרייטאג מערץ 31, 2017 12:28 am

· #367713
אין מאנסי
📎 IMG-20170330-WA0089.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19