☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

דוד שריפטליך » פרייטאג יולי 29, 2022 2:02 am

· #505268
אלבערט איינשטיין
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט באריכטעט דאהי פון די לעצטיגע פלאקאטן וואס פיפיגע לאנגווייליגע כולל יונגעלייט האבן אויסגעלייגט איבער בתי מדרשים איבער די בחורים מיט די פליפ פאונס האבן אלעס וואס די יונגעלייט האבן אויף די סמארטפאונס... זיי האט אפילו דערמאנט אייוועלט... וואס די בחורים האבן אויף א apk.
איך ווייס נישט צו עס איז אמת אבער איך האב געהערט אז די אלע צעטלעך ווערן געמאכט דורך אינגעלייט while זיי לערנען זיך גרעפיגס

טאמבל סאס » זונטאג יולי 31, 2022 5:01 am

· #505358
היכי דמי
א נייע דערהער. שבת גוים.
כ'האב נעכטן געזען א צעטל אין די לאקעל טשוירטש. אן אדווערטייזמענט פון א לענדינג עידזשענסי. זיי זאגן אז זיי זעלבסט טוהען נישט די ריבית; זיי האבן א גרופע אידן וואס ערלעדיגן עס פאר זיי. נאר עס איז נישט 7 טעג א וואך כמובן..

טאמבל סאס » זונטאג יולי 31, 2022 5:02 am

· #505359
.

שמן למאור » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 6:45 pm

· #509613
בא תחת ידי די קבלה צעטלעך וואס מען האט פארטיילט ביי די כינוס אני לדודי פון ר' צבי מאיר זילבערבערג 📎 20220921_122416.jpg📎 20220921_122445.jpg

חדשים » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 8:08 pm

· #509623
די מערכה שפרייט אויס אירע פליגלען איבער פילצאליגע כלים

.📎 Screenshot_20220921-200354_Samsung Internet.jpg
📎 Screenshot_20220921-200440_Samsung Internet.jpg

קא משמע לן » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 1:59 am

· #509657
נאך אביסל און די מוסדות ווארפן ווער עס האט נישט קיין פילטער אויף די קאר און טערמאסטאט.

מתבודד » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 4:35 am

· #509659
גראדע אויפן עירקאנדישאן האלט איך שוין לאנג אז ס’דארף א גוטן פילטער..

שמן למאור » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 10:06 am

· #509736
א "מאושר פליפ פאון" נוי סוכה...

ער ברענגט אלע נסיונות פון די פריערדיגע דורות.. און דאן לייגט ער אין גרויס די נסיון פון אונזער דור..
כפי הנראה איז די נסיון אויב מען וועט זיך לאזן פון די רבנים און קויפן א מאושר פליפ פאון... אדער גאר זיך האלטן שטארק קעגן די נסיונות און קויפן א פאון וואס מען קען מיט דעם מקיים זיין די פסוק "ומלאה הארץ דעה את ה'"...
אכ"פ אזוי פארשטיי איך עס...
📎 Screenshot_20220923-100546_Telegram.jpg

אלבערט איינשטיין » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 7:47 am

· #512069
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
]https://uploads.tapatalk-cdn.com/20221116/9ca2191acd7e8dc5907a1c6b89c4590e.png אין ארץ ישראל איז עס אסאך ערגער ווי אין ניו יארק.
אגב ביי תורת חכם אינטער איטשע מאיר מעג מען נישט נוצן די קרעדיט קארד מאשין וואס האט א טאטש סקרין וויבאלד עס נוצט 4G.

מתבודד » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 7:55 pm

· #512095
איטשע מאיר? ווער איז דעיס א חבר דיינער??

חיים פיש » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:12 pm

· #512110
ווער געדענקט נאך ווען די עד פלעגט זיין עדווערטייזט וועכענטליך אין די היימישע פעיפערס מיט BUZZ אדער FOCUS לאגא אנשטאטס לטהרנו?...
חדשים
די מערכה שפרייט אויס אירע פליגלען איבער פילצאליגע כלים

.📎 Screenshot_20220921-200354_Samsung Internet.jpg
📎 Screenshot_20220921-200440_Samsung Internet.jpg

שמן למאור » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:46 am

· #512768
א צעטל וואס א היימישע מוסד האט אהיימגעשיקט מיט די קינדער...
אינטערסאנט נאר אז יצחק אבינו האט אריינגעברענגט א סמארטפאון אין שטוב פאר די קליינע בעיבי עשיו...
זעט אויס אז מען דארף געבן פאר יעדע קינד לויט זיין מצב אין אידישקייט...
אבער די קאוק גייט מיר שוין נישט אריין אין קאפ... פארוואס האט נישט געקענט געבן קיין מים חיים סאודע?!
📎 Screenshot_20221127-021838_Twitter.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 2:02 pm

· #513166
😂
📎 פאונס פאר גויים.jpg

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 2:08 pm

· #513167
כ'זע נישט וואס די פוינט איז, ווער ס'קויפט א סמארטפאון איז דאך שוין מילא א גוי......

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 2:09 pm

· #513168
און וואס איז אויב א באהאלטענער איד קומט אריין אין סטאר קויפן א סמארטפאון?

דאס דערמאנט מיר די (קאמישע) מעשה מיט דעם באקאנטן משה איטשע. ווען מ'האט איהם געפרעגט וויאזוי ער האט באהאלטן אז ער איז א איד. האט ער געענטפערט אז ער האט געהאט א פסול'ן וואלענע טלית קטן...!

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 4:29 pm

· #513171
שמעקעדיג
😂
מהעט עס פארקויפן הונטערן קעשיער אזוי ווי די וואך אויסגאבע און קרית יואל... 😂

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 9:19 pm

· #513201
זופ מיט מאנדלען
כ'זע נישט וואס די פוינט איז, ווער ס'קויפט א סמארטפאון איז דאך שוין מילא א גוי......
אבער די מכירה קען נישט חל זיין ווייל בשעת'ן קויפן איז ער דאך נאך א איד, וכל מה דאמר רחמנא לא תעבוד אי עביד לא מהני, און מען זאגט נישט גיטו וידו באין כאחד.
לכאורה מוז מען קודם קייען גאם, אזוי ווערט מען א חלות גוי. און נאר דערנאך קען מען קויפן א סמארטפאון...

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 9:23 pm

· #513202
שמן למאור
זופ מיט מאנדלען
כ'זע נישט וואס די פוינט איז, ווער ס'קויפט א סמארטפאון איז דאך שוין מילא א גוי......
אבער די מכירה קען נישט חל זיין ווייל בשעת'ן קויפן איז ער דאך נאך א איד, וכל מה דאמר רחמנא לא תעבוד אי עביד לא מהני, און מען זאגט נישט גיטו וידו באין כאחד.
לכאורה מוז מען קודם קייען גאם, אזוי ווערט מען א חלות גוי. און נאר דערנאך קען מען קויפן א סמארטפאון...
מדארף קודם געבן איינס בחינם און הענט אריין צו קונה זיין, די רגע ער האט שוין איינס אין האנט איז ער דאך שוין א גוי, מעג מען דאך שוין.... דארף איך נישט צוקומען צו די פלוגתא אי גיטו וידו באין כאחד או לא....

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 9:51 pm

· #513208
וועגן דעם וועט מוזן זאגן אז מ'רעדט פון גאם מיט א טעם וואס לויטן משנה ברורה (סי’ ר”ב ס”ק ע”ו) לגבי שורש שיש בו טעם שהמוצצו צריך לברך עליו, משא"כ גאם אנע טעם דארף מען נישט מאכן קיין ברכה, ממילא קען ער נישט ווערן קיין גוי און די קנין קען נישט חל זיין...
ולגבי דיין חשש פון נשרפו בעליה העט מען מוזן צוקומען אז ער זאל עס געבן במתנה און קונה זיין בהבלעה מיט א קנין אויף די סקרין פראטעקטער...

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 9:59 pm

· #513211
[ציטאט אראפגענומען]
ס'גארנישט אזוי פשוט דעם טועם ואין בכל כלום, לענין ברכה אדער תענית קען מען עס זאגן ווייל עס הייסט נישט קיין הנאה, אבער לענין גאם וואס די גאנצע הנאה איז דאך די טעימה, סיי די עצם הנאה און סיי די חלק אז מען ווערט דאך א גוי דורכדעם, וא"כ שפירט מען זיך שוין קיל מיטן טעימה בלבד איז שוין אויב אזוי אן ערנסטן חשש...

די זאגסט אז ס'איז א שינוי החוזר... ליידער ליידער... כל באיה ... דער וואס האט שוין טועם געווען פונעם ביטערן גאם... איי איי איי...

און ביסט גערעכט אז ערשט ביים משיכה איז חל די קנין.. אבער היות נאר א גוי מען קויפן א סמארטפאון איז דאך א גאנצע שאלה אויב ס'שייך א קנין ביי א גוי... און בכלל איז דאך די סמארטפאון עומד לשריפה... וכיון דלשריפה קיימו כתותי מיכתת שיעורייהו, אויב אזוי איז דאך בכלל נישטא אויף וואס די קנין זאל חל זיין...

מתבודד » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:08 pm

· #513214
די מענטש וואס גייט קויפן א סמארטפאון ווערט דאך אויך פארברענט מילא איז ניטאמאל דא קיין קונה און קיין יד לקנות מדין כתותי מיכתת שיעוריה, און חוץ מזה איינמאל ער איז נידן לשריפה קען ער שוין גנב'ענען אויך ופטור מדין קם ליה מדרבא מיניה...

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:08 pm

· #513215
שמן למאור
ס'גארנישט אזוי פשוט דעם טועם ואין בכל כלום, לענין ברכה אדער תענית קען מען עס זאגן ווייל עס הייסט נישט קיין הנאה, אבער לענין גאם וואס די גאנצע הנאה איז דאך די טעימה, סיי די עצם הנאה און סיי די חלק אז מען ווערט דאך א גוי דורכדעם, וא"כ שפירט מען זיך שוין קיל מיטן טעימה בלבד איז שוין אויב אזוי אן ערנסטן חשש...

די זאגסט אז ס'איז א שינוי החוזר... ליידער ליידער... כל באיה ... דער וואס האט שוין טועם געווען פונעם ביטערן גאם... איי איי איי...

און ביסט גערעכט אז ערשט ביים משיכה איז חל די קנין.. אבער היות נאר א גוי מען קויפן א סמארטפאון איז דאך א גאנצע שאלה אויב ס'שייך א קנין ביי א גוי... און בכלל איז דאך די סמארטפאון עומד לשריפה... וכיון דלשריפה קיימו כתותי מיכתת שיעורייהו, אויב אזוי איז דאך בכלל נישטא אויף וואס די קנין זאל חל זיין...
אויב ס'איז שוין ממילא עומד לשריפה איז עס דאך מציל מזוטו של ים... נישט אזוי ?

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:19 pm

· #513219
א באנדע תלמידי הארצות דא...

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:28 pm

· #513221
שמן למאור
א באנדע תלמידי הארצות דא...
🙄 🙄

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 2:45 am

· #513271
[ציטאט אראפגענומען]
פסק'ענען מיר דען נישט אז "טעימה מילתא היא"?

דוד שריפטליך » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 2:54 am

· #513272
שמן למאור
א צעטל וואס א היימישע מוסד האט אהיימגעשיקט מיט די קינדער...
אינטערסאנט נאר אז יצחק אבינו האט אריינגעברענגט א סמארטפאון אין שטוב פאר די קליינע בעיבי עשיו...
זעט אויס אז מען דארף געבן פאר יעדע קינד לויט זיין מצב אין אידישקייט...
אבער די קאוק גייט מיר שוין נישט אריין אין קאפ... פארוואס האט נישט געקענט געבן קיין מים חיים סאודע?!
עס איז א המשיך פון פריערדיגע וואך פון א ענדליכע צעטל מיט א לאזונג פון ר' אהרן טייטלבוים וועגן די אינטרנט מערכה שטייט דארט א בילד עפעס אז משפחת בתואל סמארטפון האט שוין איינער שפעטער אויסגעמעקט די ווארט סמארטפון כאילו עס איז א אינטימישע ווארט וואס ביי די אזוי גערופענע חרדיזם איז עס ניבול פה רח"ל ............(!)........

נעקסט לעוועל » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2022 6:16 pm

· #513296
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
מהדרין מן המהדרין… נישט גענוצט קיין שום טריפה׳ע טעכנעלאגיע צו פראדוצירן די צעטל (אפילו נישט א טרייפענע פרינטער מיט א טאטש סקרין…!)
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20221203/b659cfcf559e2b063c0d8e73e621cbe9.jpg

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2022 7:08 pm

· #513299
נעקסט לעוול: און די אלע בלעטלעך און קונטרסים וועלכע קומען ארויס טעגליך און א יעדע וואך וואס האקן אויף די (טריפה'נע/טמא'נע) טעכנאלאגיע מיט די קאלירפולע גרעפיקס, זענען אלע געווארן געטייפסעט און געפרינט מיט די פארצייטישע מעטאדן פון 200 יאר צוריק?!

ס'נישטא קיין גרעסערע היפאקריטס ווי זיי...!

ס'איז אזוי ווי זורק אבן למרקוליס אדער זיך אויס מייכענ'ען אויפ'ן בעל פעור... וואס די גמ' פארציילט איבער דעם...!

נעקסט לעוועל » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2022 7:12 pm

· #513300
berlbalaguleh
נעקסט לעוול: און די אלע בלעטלעך און קונטרסים וועלכע קומען ארויס טעגליך און א יעדע וואך וואס האקן אויף די (טריפה'נע/טמא'נע) טעכנאלאגיע מיט די קאלירפולע גרעפיקס, זענען אלע געווארן געטייפסעט און געפרינט מיט די פארצייטישע מעטאדן פון 200 יאר צוריק?!
המטרה מקדש את האמצעים…
אפילו זיך באנוצן מיט די טמא'נע אינטערנעט[emoji12]

דוד שריפטליך » זונטאג דעצעמבער 4, 2022 3:08 am

· #513309
berlbalaguleh
נעקסט לעוול: און די אלע בלעטלעך און קונטרסים וועלכע קומען ארויס טעגליך און א יעדע וואך וואס האקן אויף די (טריפה'נע/טמא'נע) טעכנאלאגיע מיט די קאלירפולע גרעפיקס, זענען אלע געווארן געטייפסעט און געפרינט מיט די פארצייטישע מעטאדן פון 200 יאר צוריק?!

ס'נישטא קיין גרעסערע היפאקריטס ווי זיי...!

ס'איז אזוי ווי זורק אבן למרקוליס אדער זיך אויס מייכענ'ען אויפ'ן בעל פעור... וואס די גמ' פארציילט איבער דעם...!
אמת הונדערט פראצענט, אבער דאס איז די זעלבע זאך וואס מען האט געזאגט פאר א דעקעיד צוריק ווען מען האט קאמפיינט פאר די כינוס כלל ישראל וואס די דארט מידיע מיט מצוין האבן געארבעט אויף די ריכטיגע אינטערנעהעט ווי דער זשיבוי רב פון מונטריאול האט געזאגט פאר ווער עס געדענקט....

דוד שריפטליך » זונטאג דעצעמבער 4, 2022 3:31 am

· #513310
שמן למאור
א צעטל וואס א היימישע מוסד האט אהיימגעשיקט מיט די קינדער...
אינטערסאנט נאר אז יצחק אבינו האט אריינגעברענגט א סמארטפאון אין שטוב פאר די קליינע בעיבי עשיו...
זעט אויס אז מען דארף געבן פאר יעדע קינד לויט זיין מצב אין אידישקייט...
אבער די קאוק גייט מיר שוין נישט אריין אין קאפ... פארוואס האט נישט געקענט געבן קיין מים חיים סאודע?!
לשיטתם קען מען דאס מסביר זיין מיט א מה מצינו פון חנוך לנער על פי דרכו און די שלום בית איז דאך געווען מורא'דיג ווייל עס שטייט שוין אין די פריערדיגע פרשה ויאהבה אז די הייליגע קאפל יצחק און רבקה האבן זיך ליב געהאט אנדערש ווי די היינטיגע חינוך ואכמ"ל אבער דאך זאגן די חז"ל אז כשם שפרצפיהם שונות כך דעותיהם שונות און דאס איז טאקע די באדייט פון שלום אז שני הפיכים קומען זיך דורך און יצחק איז דאך געקומען פון א ערליכע שטוב רבקה איז דאך געקומען פון בתואל איז דאך אויטאמאטיש געווען חלקי דעות וויאזוי צו מחנך די קינדער ממילא האט מען געמאכט א פשרה ספעציעל אז עס איז געווען א צווילינג וואס דעמאלט האט מען געקענט מאכן אזוי ווי עס שטייט אויפן בילד יצחק האט קעיר גענומען פון עשו און רבקה האט ליב געהאט יעקב

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 12:19 am

· #513357
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: נישט סתם ציונים. נאר די רישעות'דיגע ציונים די פייערלעשער פון מאנסי, וועלכע זענען אויך מחללי שבת. זיי האבן אריינגעלייגט די אלע טריפה'נע, טמא'נע גוי'אישע זאכן אין עשיו'ס בעטל...!

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 12:57 am

· #513362
[ציטאט אראפגענומען]
Last time I checked האט די ציוניסטישע קאוק געהאט א הכשר פון רב לנדא...

פרנס החודש » דינסטאג פעברואר 28, 2023 4:13 pm

· #517714
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
📎 IMG_0563.jpg [emoji848][emoji848][emoji848][emoji848][emoji848][emoji848][emoji848]
אה, מען קען עס נוצן פאר א Mac [emoji2773]….

אלע צוזאמען » דינסטאג פעברואר 28, 2023 4:42 pm

· #517715
איך דארף גלייבן די מעשה?
📎 InkedKIMG1157.jpg

שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 1, 2023 1:17 am

· #517733
אלע צוזאמען
איך דארף גלייבן די מעשה?
אז די ליינסט עס, זאלסטי עס גלייבן
איז דאס בכלל געמאכט פאר א בר דעת צו ליינען?

חדשים » זונטאג מערץ 19, 2023 1:09 am

· #518910
נאכ’ן האבן פאר דרייצן יאר א סמארט פאון, וואו קומט מען אן?
היום אומר לו עשה כך ולמחר אומר לו עשה כך, ולבסוף יאמר לו... און צו וואס גייט ער צוקומען אין 10 יאר ארום... דא האט איר א קלארע כראנאליגישע אנטוויקלונג... ואידך פירושא זיל גמור רח”ל מהאי דעתא...
📎 unnamed (2).jpg

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 19, 2023 1:46 am

· #518917
זופ מיט מאנדלען
כ'זע נישט וואס די פוינט איז, ווער ס'קויפט א סמארטפאון איז דאך שוין מילא א גוי......
נאר אויב ער ברענגט א בריוו אונטערגעשריבן פון א גלח אז ער האט זיך געשמד'ט. (רח"ל). ווייל ס'איז א ספק אויב ער שטאמט ..."מזרע" ישראל. (קרעדיט הרב שמואל שלמה טעלער, אין בלאט)...!

שעפטאל » מאנטאג אפריל 10, 2023 11:18 pm

· #521082
איך האב מורא אז די חברה האבן געפענט א נייע פראנט אין די אינטערנעט מערכה, ביז יעצט האבן זיי לוחם געווען פון דערויסן, יעצט האבן זיי אנגעהויבן לוחם זיין פון אינעווייניג דורוך'ן עפענען אסאך ניקס און שרייבן שטותים
נישט געזארגט "שלא אחד בלבד עמד עלינו וכו' והשם מצילינו מידם".... די מדינה איז אויך למעשה געבליבן שטיין 😂

שטרומפ » זונטאג אפריל 23, 2023 11:49 pm

· #522337
berlbalaguleh
נעקסט לעוול: און די אלע בלעטלעך און קונטרסים וועלכע קומען ארויס טעגליך און א יעדע וואך וואס האקן אויף די (טריפה'נע/טמא'נע) טעכנאלאגיע מיט די קאלירפולע גרעפיקס, זענען אלע געווארן געטייפסעט און געפרינט מיט די פארצייטישע מעטאדן פון 200 יאר צוריק?!

ס'נישטא קיין גרעסערע היפאקריטס ווי זיי...!

ס'איז אזוי ווי זורק אבן למרקוליס אדער זיך אויס מייכענ'ען אויפ'ן בעל פעור... וואס די גמ' פארציילט איבער דעם...!
איך זעה נישט די פארגלייך. זיי האבן קאמפיוטערס אן קיין אינטערנעט. פארוואס זענען זיי היפאקריטן.

דוד שריפטליך » מאנטאג אפריל 24, 2023 12:18 am

· #522346
דאס איז שוין א אלטע טענה וואס מען האט כסדר געזאגט ביי די בעפארברייטונג צו די כינוס כלל ישראל אז די אלע ליפלעטן מיט די קאלירטע גרעפיקס.... האט מען געמאכט מיט......

שמן למאור » מיטוואך מאי 31, 2023 12:11 pm

· #526644
א פרישע עקסטרעמע גליון
📎 20230531_120613.jpg

נפה » דאנערשטאג יוני 1, 2023 12:12 pm

· #526836
שמן למאור
א פרישע עקסטרעמע גליון
איך האב עס געזען יום טוב
מילא צו די טפשות בין איך שוין געוואוינט אבער דער עם הארצות איז שרעקליך

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 4, 2023 11:57 am

· #527059
שמן למאור
א פרישע עקסטרעמע גליון
צוויי קשיות:
די וואס וואוינען אין די פרוץ’דיגע וויליאמסבורג זענען יא כשר לעדות??
פארוואס נעמען די מוסדות און רבנים געלט פון די "רשעים" מיט סמארטפאונס, מיט וואס זענען זיי בעסער פון די ציונים?

דובעלע » זונטאג יוני 4, 2023 3:48 pm

· #527104
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
א קלארקייט!

למעשה קען מען תשובה טוען?

פלייש » פרייטאג יוני 9, 2023 2:47 pm

· #527843
ווילאנג זיי נוצען א קאמפיוטער פאר זייערע מערכות, און אסר'ן יענעם צו האבן א קאמפיוטער, איז אלעס פעיק פאויני!

Yesh » דאנערשטאג יוני 29, 2023 1:48 pm

· #530004
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
א צימער מיט א סקרין, איז נישט קיין אפציע פאר חסידי גור – אפילו מען נעמט עס אראפ!

ירושלים – אין א נייע אנווייזונג פון די צענטראלע וועד הרבנים פון די קהילה האבן אלע מנהלי המוסדות באקומען א קלארע באפעל אז מהיום והלאה טאר מען נישט אויסדינגען פאר א שבת התוועדות, יום עיון, מענטשן וואס ווילן דיין אויף וואקאציע וכדומה, א פלאץ וועלכע פארמאגט 'סקרינס' במשך'ן יאר. די עצה פון צודעקן אדער ארויסשטעקן איז ווייט נישט גוט, אבער אפילו אראפנעמען, זאגט דער וועד הרבנים איז קיין עצה, וויבאלט פילע ווייסן נישט אז מען האט עס אראפגענומען און זענען זיך מורה היתר אז דער מוסד האט געמעגט גיין מעגן אונז אויך. דער בריוו ענדיגט זיך מיטן זאגן אז דער אנווייזונג גייט אן אפילו במקום הפסד מרובה, דהיינו, אויב האט מען שוין באשטעלט... זאל מען דאס לאזן גיין.

credit jd media

מרדכי מרדכי » פרייטאג יולי 21, 2023 3:31 pm

· #531935
ר יואל ראטה
📎 Screenshot_20230721_152843_WhatsApp.jpg

שלג זהב » פרייטאג יולי 21, 2023 4:15 pm

· #531941
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
מרדכי מרדכי
ר יואל ראטה
האסט די ענטפער אויך? אפשר קען עס איינעם צוניץ קומען...

מרדכי מרדכי » פרייטאג יולי 21, 2023 4:22 pm

· #531942
דא איז די גאנצע גליון.
📎 גליון-שיעורי-חינוך-אידיש_גליון-כ-פרשת-מטות-מסעי-תשפג.pdf
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19