טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה
403 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2348
טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה
איך עפן דער אשכול געווידמעט ארומצורעדן אלע מיני טעראר מיטלען וואס די לוחמי מלחמת הקודש קעגן די אינטערנעט באנוצן זיך, און ווער עס האט ואס מוסיף צו זיין יוסיף.
איך האב היינט געליינט דאס
https://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=11712&sid=744c99ad002782cc009f7660c5e1d13f
א יוד גיט זיך אן אז ווער עס ווייסט פון א פלאץ ווי עס איז דא אפענע ווייפיי וואס בחורים וכו' קענען זיך ח"ו מחבר זיין דורך דעם צום אינטערנט זאל עם מודיע זיין און ער וועט גיין צו דער פלאץ און ארויפלייגען א קאוד אויף דער ווייפיי. דאס הייסט ער איז פורץ צו יענער'ס וייפיי און לייגט ארויף א קאוד וואס דער בעל הבית קען אויך נישט און אזוי האלט ער אז ער ראטעוועט די אידישקייט פון אונטערגיין.
האלט איר עס איז אויסגעהאלטן וואס ער טוט?
אויב וועט זיין אקציע געלונגען און ער וועט דערמיט באמת אויפטון מער ווי קאליע מאכן דאן איז עס לכאורה אויסגעהאלטן פון אונזער תורה'דיגער שטאנדפונקט.
חאצקלאויב וועט זיין אקציע געלונגען און ער וועט דערמיט באמת אויפטון מער ווי קאליע מאכן דאן איז עס לכאורה אויסגעהאלטן פון אונזער תורה'דיגער שטאנדפונקט.
איז דאס נישט א בחינה פון חטא כדי שיזכה חברך? איינברעכן אין יענעם'ס וייפיי איז לכאורה א ענין פון גזלה [אפילו למ"ד אז נוצען מעג מען, איז אוודאי נישט כלול איינברעכן און אוודאי נישט לייגען א קאוד וואס שטערט פאר דער בעה"ב אויך עס צו נוצען און ער קען פארלירען צייט און טירחא ביז ער גיט זיך אן עצה] איז לאמיר זאגען ער וועט מיט דעם גודר זיין פרצות הדת [און נישט אז די בחורים וועלן סך הכל זיך אראפציען נאך אפאר געסלאך ווי עס גייט לכאורה געשעהן] איז עס דען מותר?
דאס צו ענטפערן פון הלכה'דיגן שטאנדפונקט דארף מען לערנען די הלכות, אבער אונזער השקפה זאגט זיכער אז עס איז א גיטע זאך צו טון. אזוי ווי דער מקושש עצים וועם מ'האט פארשטיינערט עפ"י הלכה אבער ווערט אין חז"ל דערמאנט אלס העלד וואס האט געטון אן עברה לשמה כדי מעורר צו זיין אידן נישט צו מחלל שבת זיין. די זעלבע אין דעם פאל, אויב וועט ער מצליח זיין מיט זיין אקט בגדול, וועט ער דערמאנט ווערן אלס העלד ביי אונזערע רבנים, און דאס ועט זיין פון די זאכן וואס מ'וועט דערמאנען ביי זיין הספד וכדו'.
דאס איז טאקע א אינטרעסאנטע נושא ווי וייט האלט דער "אונזערע השקפה" אז נישט ריכטיגע זאכען ווערן מוצדק לויט זייער תוצאה. דיין צושטעל צו עבירה לשמה און דער מקושש הייבט נאר און צו וייזען ווי פראבלעמאטיש דער נקודה איז.
וויאזוי ווייזט דער צושטעל פון מקושש און עברה לשמה ווי פראבלעמאטיש עס איז?
סדרייד זיך ארום איינער זיין רב האלט אז מדארף האבן אונטערנט סאיז א גוטע זאך ,ער נעמט אראפ אלע פילטערס פון ווי סדא וויפיי מיט
א פילטער. פארשטייט די פראבלעם?
במילא זאל קיינער נישט באבערן יענמס אינטערנעט אפהענגיק וואס ער האלט.
אז דער וויזניצער רבי מעג צונעמען א אייפון ווייל יענער האט עס פארלוירען און עובר זיין אויף השבת אבידה און לא תגזול און לא תוכל להתעלם בבת אחת און זיך נאך איינרעדען אז ער טוט א מצוה, מעג מען זיכער פארשטאפען איינעמס ווייפיי.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=46681">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=46681</a>
כ'דערמאן מיך אז איינער האט מיר פארציילט אז א געוויסע געשעפט אויף דרייצען עוו, האלט אפען זיין ווייפיי פאר ווער עס וויל אהן א פילטער און מען פראבירט מיט אלע כחות צו פארטיליגען יענעמס ווייפיי דורך אריין האקען וכדומה.
איך האף אז דער וויזניצער מעשה איז נישט אמת. הגם אז אנדערע ענליכע מעשיות זענען ווארשיינליך יא געשעהן.
יעצט איז די שאלה נאר אזוי, מעג מען רופען פאליס וכדומה אויב מזעהט אז איינער טשעפעט זיך מיט דיינע טעכנאלאגישע כלים שלא ברשות?
ווארט! רוף נאכנישט קיין פאליציי. מען קען אים נאך אומברענגען. לאמיר קודם פרובירן צו מהפך זיין בזכותו דורך א בית דין פון שלשה רועי בקר.
אויב איינער וואס האט אפענע ווייפיי אויף א פלאץ וואו עס דריען זיך בחורים קען אפשר באקומען א דין פון א חופר בור ברשות הרבים. איז דאך אודאי א מצוה צו מסלק זיין דעם נזק. קען זיין אז איינער וואס גייט פארביי דעם נזק און נעמט דאס נישט אוועק איז גאר עובר אן עבירה.
יעצט לאמיר דן זיין אויב מען ווייסט קלאר אז איינער איז געווארן נכשל פון אן אפענע וויי פיי. צו דארף מען נעמען דעם חופר בור און אים הייסן צאלן נזק - צען דאלער פאר יעדע מצוה וואס דער בחור איז עובר, צער - ווער האט דען הנאה פון אן עבירה, ס'רייסט דאך ביים הארץ, ריפוי - פאר די טעראפיסטן, שבת - פאר די צייט וואס ער פארפאטשקעט, בשת - פאר די טייערע עלטערן.
היינט איז נאר דא נזק. די רעשט, צער רפוי וכו' זענען א קנס און מען איז נישט דן דיני קנסות מער.
הייסט דאס אז יענער עפנט א בור ברשות הרבים אין איז מכשיל בחורים איז גאר א צדיק אבער דער וואס וויל ראטעווען די בחורים איז גאר א שגץ אדער א גנב אין די רבנים זענען היפאקריטן, איך האלט מ'דארף איינפירן א גרויסע עבירה צענטער, אין ווייזן פאר די רבנים וואס מיר קענען
העי העי, טשיל איט.
דאכט זיך אז מען רעדט נישט דא פין רבנים בכלל.
מען רעדט פין טעראר אין די אינטערנעט מערכה.
קיינער זאגט נישט דערווייל אז דער ווייפיי געבער פאר בחורים איז אומגערעכט.
און געדענקט אייביג דער כלל גדול, צוויי ראנגס מאכען נישט א רייט.
איחוד פעלדאז דער וויזניצער רבי מעג צונעמען א אייפון ווייל יענער האט עס פארלוירען און עובר זיין אויף השבת אבידה און לא תגזול און לא תוכל להתעלם בבת אחת און זיך נאך איינרעדען אז ער טוט א מצוה, מעג מען זיכער פארשטאפען איינעמס ווייפיי.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=46681">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=46681</a>
כ'דערמאן מיך אז איינער האט מיר פארציילט אז א געוויסע געשעפט אויף דרייצען עוו, האלט אפען זיין ווייפיי פאר ווער עס וויל אהן א פילטער און מען פראבירט מיט אלע כחות צו פארטיליגען יענעמס ווייפיי דורך אריין האקען וכדומה.
א שיינע תגובה אויף דעם...
זקני החסידים מספרים שאת מכשיר האייפון קדישא קיבל רבינו האדמו"ר בעל ה.... ישראל הק', מגר הצדק הידוע סטיב ג'ובס. וזה בערך סיפור הדברים כפי שסיפר החסיד הישיש ר' חיים מוזעס, נכדו של ר' מנחם לייזר מוזעס שהיה השתדלן של חצר ויז'ניץ באותה תקופה.
שנה אחת נפש האדמו"ר בעל ה.... ישראל בעיירת הנופש חלדדונא שבממלכת אנגליה של אותם הימים, ובאותו הזמן שהה בעיירת הנופש הנ"ל גם תעשיין גוי בשם סטיב ג'ובס שהוא היה עשיר מופלג והחזיק ברשותו את המפעל שייצר את כל האייפונים הנ"ל.
אותו תעשיין גוי כשחזה בזיו פניו של רבינו, התפעם והתפעל עד למאוד, עד שבתוך תקופה קצרה ביותר הוא החליט לנטוש לחלוטין את חייו הקודמים, להתגייר ולהפוך לחסיד ויז'ניץ מן המניין, (בעיתוני אותה תקופה לא רצו לפרסם שאיש כ"כ מפורסם התגייר, לכן הם פירסמו שהוא מת במגיפת הסערטן שהייתה מצויה באותם הימים)
ולאחר שאותו סטיב ג'ובס התגייר ואף טבל במקווה הפרטי שהייתה בביתו של רבינו, הוא נכנס אל הקודש פנימה, ונתן במתנה לרבינו את האייפון, ואמר לרבינו שהוא מרגיש שכל מה שהקב"ה זיכה אותו לייצר את המכשיר הנ"ל, הוא רק בכדי שהאייפון יגיע לידיו הק' של רבינו, והוא כבר ידע לפעול על ידי האייפון ישועות רבות לבני אותו הדור, כידוע ומפורסם לכל.
אין א ישיבה אין בארא פארק האט זיך אנגעהויבן א מין אנשיקעניש, די בחורים פלעגן אנזיצן אין די בית כסא'ס שעות אויף שעות, ווען איינעם האט אנגעכאפט נישט קיינעם געדאכטן - א שלשול, האט ער נישט געקענט טרעפן קיין בית כסא ליידיג פאר קיין פרייז, מ'האט אנגעהויבן פארשן דעם קעכער צו ער האט אפשר פארדארבענע עסן אז מ'זיצט אזוי לאנג רציפות פארשפארט אין בית הכסא קעמערל, אבער ער האלט זיך ביים זייניגן אז ער קאכט פונקט ווי פריער, נישט געטוישט די רעסעפי פאר 5 יאר, און די סיבה מוז זיין א טיפערע פון דעם, וואס האט נישט צו טון מיט די מאגן, נאך לאנגע מוטשענישן האבן זיי אפיר גענומען איינע פון די זיצעדיגע בחורים א שוואכלינג, און ער האט זיך גאר שנעל געבראכן און מודה געווען אז די בחורים האבן דערשנאפעט אז אין בנין הישיבה איז דא פעסטע וויי פיי, און די בחורים פלעגן זיך אריינזעצן אין מאן'ס צימער מיט פשוט'ע איי פאד'ס און זיך אנזען אויף די כלי כל דבר אסור דורך וויי פיי!
די צושוידערטע מנהלים האבן זאפארט אראפגערופן א טעכנאלאגישן עקספערט, און ער האט פרובירט דערווישן פון וואנען דאס קומט, עס איז אויסגעקומען אז דאס קומט פון א דערנעבנדיגער ביזנעס, דער עקספערט האט זיך פארבינדן אין נאמען פון ישיבה צום אייגנטימער אז ער זאל פארמאכן זיין וויי פפיי אדער לייגן א פעסווארד אויף זיין ווייערלעס, יענער האט זיך געהאלטן ביים זייניגן אז ס'איז זיכער נישט פון אים, די הנהלה האט זיך פארבינדן מיט א גרויסן פוסק, און יענער האט געגעבן א היתר צו אפשפארן אדער אפילו קאליע מאכן יענם'ס וויי פיי צוליב בור ברשות הרבים, יענער איז געקומען צולויפן נאך די אקציע צו די ישיבה פארוואס מ'מאכט אים קאליע די ביזנעס און מ'האקט אונטער זיינע קאנעקשאנס, די ישיבה האט געזאגט ס'האט גארנישט מיט אונז.
אויב וועט איינער גיין אין גאס אין עס וועט אים געלונגען איבערצורעדן פארהייראטע ווייבער זיי זאלען מזנה זיין, אין פנחס בן אלעזר זי''ע וועט אים הרגנן דאן וועט אין קאווע שטובל זיין די וועלטס מחאות? מ'וועט מאכען פנחס פאר א צימערמאן אדער א הערשל קלאר
נעה, מען איז מסכים אז ער זאל הרגנען, אבער מיט איין תנאי, אויב ער הארגעט די פרויען אויך, אזוי ווי דער אריגינעילער פנחס בן אלעזר זי"ע.
קפנדריאאין א ישיבה אין בארא פארק האט זיך אנגעהויבן א מין אנשיקעניש, די בחורים פלעגן אנזיצן אין די בית כסא'ס שעות אויף שעות, ווען איינעם האט אנגעכאפט נישט קיינעם געדאכטן - א שלשול, האט ער נישט געקענט טרעפן קיין בית כסא ליידיג פאר קיין פרייז, מ'האט אנגעהויבן פארשן דעם קעכער צו ער האט אפשר פארדארבענע עסן אז מ'זיצט אזוי לאנג רציפות פארשפארט אין בית הכסא קעמערל, אבער ער האלט זיך ביים זייניגן אז ער קאכט פונקט ווי פריער, נישט געטוישט די רעסעפי פאר 5 יאר, און די סיבה מוז זיין א טיפערע פון דעם, וואס האט נישט צו טון מיט די מאגן, נאך לאנגע מוטשענישן האבן זיי אפיר גענומען איינע פון די זיצעדיגע בחורים א שוואכלינג, און ער האט זיך גאר שנעל געבראכן און מודה געווען אז די בחורים האבן דערשנאפעט אז אין בנין הישיבה איז דא פעסטע וויי פיי, און די בחורים פלעגן זיך אריינזעצן אין מאן'ס צימער מיט פשוט'ע איי פאד'ס און זיך אנזען אויף די כלי כל דבר אסור דורך וויי פיי!
די צושוידערטע מנהלים האבן זאפארט אראפגערופן א טעכנאלאגישן עקספערט, און ער האט פרובירט דערווישן פון וואנען דאס קומט, עס איז אויסגעקומען אז דאס קומט פון א דערנעבנדיגער ביזנעס, דער עקספערט האט זיך פארבינדן אין נאמען פון ישיבה צום אייגנטימער אז ער זאל פארמאכן זיין וויי פפיי אדער לייגן א פעסווארד אויף זיין ווייערלעס, יענער האט זיך געהאלטן ביים זייניגן אז ס'איז זיכער נישט פון אים, די הנהלה האט זיך פארבינדן מיט א גרויסן פוסק, און יענער האט געגעבן א היתר צו אפשפארן אדער אפילו קאליע מאכן יענם'ס וויי פיי צוליב בור ברשות הרבים, יענער איז געקומען צולויפן נאך די אקציע צו די ישיבה פארוואס מ'מאכט אים קאליע די ביזנעס און מ'האקט אונטער זיינע קאנעקשאנס, די ישיבה האט געזאגט ס'האט גארנישט מיט אונז.
אזוי זעהען אויס די מעשיות.
עפעס א ישיבה,
עפעס א בחור,
עפעס א קעכער,
עפעס א מנהל, מיט
עפעס א ביזנעס, מיט
עפעס א פוסק. און אז די גלייבסט נישט, וואס, ביסט א חכם?! ביסט ווי די OTD'ניקעס! עפעס אמונת ספורי צדיקים.
סטולינער רבי, נעמט א חלק אין די מערכה
מוצאי שבת דרמטי בגבעת זאב: במוצאי שבת האחרון נגיש האדמו”ר מקרלין סטולין לקריאת המגילה כנהוג בכל תפוצות ישראל, כשלאחר מכן ניגש לערוך את שולחנו הקדוש והטהור לקראת הטיש המסורתי.
במהלך הטיש חילק האדמו”ר לחסידיו ברנדי משובח מאוד, אולם כשהחסדים נגשו ללחוץ את ידו של הרבי ולברך ‘לחיים’ נענו בסירוב. האדמו”ר דרש להוציא את מכשיר הסמארטפון מן הכיס.
החסידים הזריזים מיהרו לעשות כמצוות רבם הקדוש, ועד מהרה נערמו על השולחן סמרטפונים, בלקברי, איפונים ועוד. יצויין כי לאדמו”ר הייתה רשימה עדכנית מי מחסדיו מחזיק במכשיר המקולקל.
האדמו”ר עד כה לא אסר שימוש במכשירים אלו, ויצוין כי זו פעם ראשונה בה התבטא האדמו”ר נגד המכשירים.
מקוריעצט זאגט מען אז ער האט צוריק געשיקט אלע טעלעפונים צו יעדעם איינעם.
ערהאלטן פון א חבר וועלכער האט ווייזט אויס מורא צו זאגן ליגנט.
📎 IMG-20130521-WA0000.jpg
פערדן!!!
זיין קינד קען נישט קומען אין חדר, נישט ווייל זיין טאטע האט אינטערנעט... נאר ווייל ער האט נישט צוריקגעשיקט א פראגע בויגן......
דאס איז א חידוש!!!
איך גלייך דעם לעטטער העד "מרכז מוסדות פאפא".
קאמענטארן זענען וועלקאמד!
אשפוך חמתי על עצים ואבנים, אזעלכע קלעצער צו זיין?
מאראנצן האקט, לאל, און וואס איז מיט "הנהלת רוחני"?
מאראנצןזאפטאיך גלייך דעם לעטטער העד "מרכז מוסדות פאפא".
קאמענטארן זענען וועלקאמד!
לויט מיין אינפארמאציע האט
הקוה"ט נישט מייסד געווען קיין
מרכז...
מיר געפעלט דער "נ.ב."... וואס איז פשט? האט דער שרייבער פונעם צעטל געהאלטן אז פונעם בריוו זעלבסט וועט זיך די טאטע נאך טועה זיין אין יא שיקן זיין קינד אין חדר די קומענדיגע טאג? האט ער געטראכט אז אלץ נ.ב. איז עס ווייניגער שארף? אדער אפשר גאר אזוי האט ער געהאלטן איז עס מער שארף?
יידל, ס'גייט אזוי.
אויב וועט די טאטע טראכטן, ווייסטו וואס, לאמיך שיקן, און זאלן זיי אים ארויסשיקן.
וויל ער זאגן: יא! אונז וועלן אים ארויסשיקן, און דעריבער וואג זיך אפ' נישט צושיקן. כדי זיך איינצושפארן אומזינסטע עגמת נפש פאר דיר און פאר אונז.
און יא! דאס איז פארשטענדליך מער רשעות.
אויב איר וואלט געווען די טאטע וואס האט בקומען אזא בריוו מיט אייער 3 יעריג אינגל קומענדיג אהיים פון חדר - וואס וואלט איר געטוהן?
וואס זענט איר מייעץ פאר די יונגעלייט וואס האבן באקומען די בריוו?
ביטע העלפט ארויס...
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים, דיין תגובה וואלט געדארפט באקומען די מערסטע לייקס...
.
קען איינע פון די שרייבערס ביטע צוגרייטן א בריוו וואס די עלטערן זאלן קענען נוצן צוריק צושיקן פאר די מוסדות?
עס וואלט געווען א געדאנק אז נאך יעדע פאסירונג וואס איז אומבארעכטיג זאל מען ארויף לייגן א בריוו וואס מען קען נוצען, און ווי מען קען עס שיקען (עיין ערך מארטין גראסמאן)
Ghandi. What do they want you to write by the vouchers
אפשר זאל מען מברר זיין להלכה א היתר צו שיקן אזעלכע 'מוסדות צעטלעך' צו די באהערדע וואס טיילט פראגראמען לרחצה.
כ'מיין אז מען וועט דאס נישט פאסירן נאכאמאל.
קודם דארף מען מברר צו די צעטל איז א אמתע (ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט קוקט די לעדערהעד אויס עפעס אינטרעסאנט)
2- וואס איז געווען די מעשה. אפשר האט מען געשיקט נאר פאר יחידים וואס האבן געמאכט פורים פון די מוסדות. סוכ"ס האט א מוסד א שטיקעלע רעכט צו פארלאנגן אז מען זאל זיי נישט שפייען אין פנים.
מיר וואלט געווען א גרעסערע חידוש ווען זיי שרייבן אז די קינד קען נישט קומען וועגן די טאטע האט אינטערנעט.
בנוגע וואס יאנקל שרייבט וועגן סימפאטיע און מיטגעפיל צום קינד. דאס איז שייך ווען מרעדט צום קינד. אבער ווען משיקט א פרייוועט בריוו צו א טאטע וועגן זיינע אייגענע מעשים, ווי קומט אריין סימפאטיע צום קינד
יאנקל - במחילת כבודו הרמה - איז אבסעסד מיט יעדע זאך וואס האט צוטון מיט דאס געשריבענע ווארט. ער לערנט אריין גאנצע פשטים אין א נארישן צעטל, זאכן וואס דער נידריג ראנגיגער קוים באצאלטער סעקרעטאר האט ניטאמאל גע'חלום'ט דערפון. און דער נוסח איז שוין א ראיה אז דער גאנצער אינטערנעט מערכה אלל אווער טויג נישט.
לגופו של ענין, ווען די ישיבה פלעגט שיקן שיין פראפעסיאנאלע לא נתקבל צעטלעך, פארענדיגגנדיג מיט "אונז זעמיר זיכער אין א אנדערע ישיבה וועט זיין מער א תועלת פאר אים", האט עס גארנישט ווייניגער געבאדערט. אפשר אפילו מער - עס האט נאך צוגעגאסן זאלץ צו די וואונדן כאילו זיי מיינען פשוט דעם תלמיד'ס טובה און תועלת.
שלשלתקודם דארף מען מברר צו די צעטל איז א אמתע (ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט קוקט די לעדערהעד אויס עפעס אינטרעסאנט)
2- וואס איז געווען די מעשה. אפשר האט מען געשיקט נאר פאר יחידים וואס האבן געמאכט פורים פון די מוסדות. סוכ"ס האט א מוסד א שטיקעלע רעכט צו פארלאנגן אז מען זאל זיי נישט שפייען אין פנים.
מיר וואלט געווען א גרעסערע חידוש ווען זיי שרייבן אז די קינד קען נישט קומען וועגן די טאטע האט אינטערנעט.
בנוגע וואס יאנקל שרייבט וועגן סימפאטיע און מיטגעפיל צום קינד. דאס איז שייך ווען מרעדט צום קינד. אבער ווען משיקט א פרייוועט בריוו צו א טאטע וועגן זיינע אייגענע מעשים, ווי קומט אריין סימפאטיע צום קינד
איוב לא היה ולא נברא - דאס לייגט צו צי די ווייטאג (עיין ערך מאלעסטעישן)
דעת תורהיאנקל - במחילת כבודו הרמה - איז אבסעסד מיט יעדע זאך וואס האט צוטון מיט דאס געשריבענע ווארט. ער לערנט אריין גאנצע פשטים אין א נארישן צעטל, זאכן וואס דער נידריג ראנגיגער קוים באצאלטער סעקרעטאר האט ניטאמאל גע'חלום'ט דערפון. און דער נוסח איז שוין א ראיה אז דער גאנצער אינטערנעט מערכה אלל אווער טויג נישט.
לגופו של ענין, ווען די ישיבה פלעגט שיקן שיין פראפעסיאנאלע לא נתקבל צעטלעך, פארענדיגגנדיג מיט "אונז זעמיר זיכער אין א אנדערע ישיבה וועט זיין מער א תועלת פאר אים", האט עס גארנישט ווייניגער געבאדערט. אפשר אפילו מער - עס האט נאך צוגעגאסן זאלץ צו די וואונדן כאילו זיי מיינען פשוט דעם תלמיד'ס טובה און תועלת.
די לעטער העד איז אנדערש מן הסתם ווייל די היציגע עסקני האינטערנעט האבן אליינס געמאכט די צעטל, כאילו זיי זענען בעל הבית איבער אלעס, גאנץ "
מרכז מוסדות"...
איך האב שוין לאנג צוריק געהערט אז פאפא שיקט אימעלס מיט די פראגע בויגנס פאר די עלטערן.
קען איינער דאס באשטעטיגען אויב עס איז אמת?
אויב עס איז אמת איז דאס היפאקראטיא?
שלשלת, דער אינגערמאן וואס האט מיר געשיקט דעם צעטל איז אן ערנסטער אינגערמאן, און ער איז בכלל נישט דער סארט וואס וועט פעלשן אזא צעטל. פון א באגלייבטן כלי שני האב איך געהערט פון נאך א איד וואס האט באקומען דעם צעטל. די צעטל איז ווייזט אויס נאר געשיקט געווארן פאר עלטערן וואס האבן קינדער אין פאפא חדר אין בארא פארק, און קיין איין אנדערע פאפא מוסדות האט דערווייל נישט אהיימגעשיקט דעם צעטל.
איז נאך באמת דא איינער וואס האט מורא צו אונטערשרייבן ליגנט? כ'מיין, וואס טוט ער ווען די פוד סטעמפס אפיס פארלאנגט א צעטל אז ער פארדינט הונדערט זיבן און צוואנציג דאלער א חודש?
יאיר, אט איז דער פראגע בויגן, כמעט אזוי לאנג ווי א פוד סטעמפס פראגע בויגן...
(באקומען פון אחד מחברינו דא אין שטיבל, נישט דער זעלבער וואס האט מיר געשיקט דעם דריסת הרגל צעטל)
📎 questionnaire1.jpg
📎 questionnaire2.jpg
📎 questionnaire3.jpg
📎 questionnaire4.jpg
אט איז א בריוו וואס מ'האט דאן מיטגעשיקט מיט די פראגע בויגן (פונעם זעלבן חבר הרוב"ש)
📎 letter.gif
כ'פארשטיי נישט וויאזוי זיי קענען ערווארטען פון א פאפא אינגערמאן אויסצופילן אזא גרויסע אפליקאציע
איז עס אן עוולה צו שרייבען הוילע ליגענט אויף דער אפליקאציע?
איז עס אסור אלץ שקר? לא תונו?
איז עס עטיקלי אויסגעהאלטען?
איחוד פעלדאיז עס אן עוולה צו שרייבען הוילע ליגענט אויף דער אפליקאציע?
איז עס אסור אלץ שקר? לא תונו?
איז עס עטיקלי אויסגעהאלטען?
kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=26&t=1950יאנקל האט מעורר געווען אז דער אויסדרוק "נישט האבן קיין דריסת הרגל" איז מיאוס. א חבר מיינע וואס האט א קאזין וואס נעמט טעגליך א באס רייד און זיצט נעבן א איד וואס האט א שכן וואס זיין בחור איז אפגעפארן און חבר'ט זיך מיט יעניגע וואס האבן פעיסבוק, פארציילט אז איינער אויף פעיסבוק האט מרמז געווען די טיפע כוונה פון דעם דריסת הרגל, א רמז אויף footsteps, אז נישט אין חדר, דאן וועט ער האבן דריסת הרגל אין דריסת הרגל.
א דורס איז פון די סימני אשר איננה טהורה.
ביי מיין מוסד ברויך מען ארייפילן אין בויגן צו מ'איז א כלי קודש אדער א כלי חרס. לאמר, ווי שטארק קען מיר אייך צוטרעטן? שבירתן זו היא טהרתן. די כלי מתכות פרעגט מען נישט ווייל מ'האט מורא פון זיי.
ווער איז נישט קיין כלי קודש היינט? א סופר, מוהל, הן ותולדותיהן ותולדות תולדותיהן איז דאך פשוט א כלי קודש. א בנשק"ל איז דאך קודש אליינטס. א ארבעטסלאזער האט דאך נישט קיין דזשאב, סתמא דמילתא טרינקט ער קאווע ביז צוועלפע, היש לך קודש מזה? בלייבט איבער די פאר ארבייטער וואס מאכן גענוג אויף צו גיין ארבעטן, אבער נישט גענוג אויף צו קענען פייפען אויפ'ן גאנצען מעשה, פאר די פאר דארף מען איבערדרייען וועלטן?
כ'בין נישט זעלבסט איינס, אבער כ'פארמאג כלי קודש ביי מיר אינדערהיים: ווי למשל, א ראצפערטער פריזשידער מיוחד פאר מילכיגס, און א קרעטשניפער פוד פראסעסאר מיוחד פאר פאטעטא קוגל.