☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

וועפערייזער » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 9:23 pm

· #166568
זיצן זיך אפאר ליצים אין א באקוועמע אפיס אין איינער פון די בנינים פון רבינו'ס מוסדות אויף א באקוועמע אפיס בענקל און עקספערימענטירן אויף א קאמפיוטער זייערע געוואלדיגע פיקחות'ער וואס איז זיי איינגעפאלן אין כיתה ח' ביים פארהער, נאך באקומענדיג א געהאלט דערויף פון געלט וואס מ'שלעפט ארויס פון ארימע עלטערן, וואס דארפן באצאלן די וועד זיי זאלן איבערקוקן זיין אלטע בלעקבערי אויב ס'האט טאקע נישט קיין אינטערנעט צוטריט.

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 9:29 pm

· #166569
נעווער מיינד! דער יווני זעהט אויס ווי ספיידער מען!
כהאב אלס געמיינט אז ספיידער מען איז אן אמעריקאנער אויסטרעף, זעה איך יעצט סגייט נאך צוריק ביז דאן. 😮

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 9:48 pm

· #166583
איך שריי שוין לאנג אז די יוונים גייען מיט 7 שורה'דיגע מאנדלען עטרה.
אכן נודע.

לייבעלע » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 4:57 pm

· #167215
דאס הענגט לעצטענס אין די שוהלען
לדעתי באגייען דע יעניגע א שטיקעל פארברעכען אויב זאגען זיי זיך אפ פון א פרנסה אויב האט די אינטערנעט א גיטע פילטער
📎 Yungerleit - Copy.jpg

סאשי פיש » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:50 pm

· #168199
#אשתגע דרא #פענעצוםבלאט
image.jpg

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:55 pm

· #168200
אזא קארן פארמער...

דער (פינטעל) איד » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:56 pm

· #168201
😂 נישט געויסיט אז זיי האבן "דזשורנאליסטן"......

שרייבער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 7:04 pm

· #168214
לייבעלע
דאס הענגט לעצטענס אין די שוהלען
לדעתי באגייען דע יעניגע א שטיקעל פארברעכען אויב זאגען זיי זיך אפ פון א פרנסה אויב האט די אינטערנעט א גיטע פילטער

אז דו גלייבסט זיי זענען זיי גערעכט, ס'איז קען אפשר גענוצט ווערן פאר א גוטע תירוץ ווען מען זאגט איינעם אפ פון א דזשאב, אז באמת איז ער אליין ארויס וועגן אינטערנאט.........
דאס איז איינער פון די תהלים כולל חצות מעשיות, זיי האבן פארקויפט די מעשה פאר איחוד הקהלות

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:27 pm

· #169920
עד כדי כך?
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.co.il/2013/12/blog-post_5645.html">http://bshch.blogspot.co.il/2013/12/blog-post_5645.html</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:33 pm

· #176872
עהעם
📎 089.jpg 📎 087.jpg

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:54 pm

· #176900
די קאריקאטור למשל האט געמאכט א "אידישע קלוגע קאפ" הדא היא דכתיב והיא חכמתכם ובינתם לעיני העמים....

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:03 pm

· #176901
וואס ס'קען נעבעך פאסירען מיט איין נארישע קליק

נאר,,פרייליך » זונטאג פעברואר 9, 2014 10:57 am

· #182383
די לאפיד און בענעט מבחוץ

אינטערנעט מבפנים
837065002.jpeg

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:12 am

· #182604
מען קען חלילה ווערן כדוגמת @איש עברי וחביריו

היט אייך פינעם אינטערנעט, די צעטליך איז לעצטענס פארשפרייט אין ניו יארקע צענטער'ן
838178652.jpeg 838178586.jpeg

גנדי » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:45 am

· #182612
איך גלייב נישט וואס איך זעה......

מיר פארלאזען זיך אויף STAR K, זייט ווען?

אז אויף עסן קען מען זיך נישט פארלאזען אויף זיי, כל שכן וכל שכן אויפן אינטערנעט....

איש עברי » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:49 am

· #182613
נאר,,פרייליך
מען קען חלילה ווערן כדוגמת @איש עברי וחביריו

היט אייך פינעם אינטערנעט, די צעטליך איז לעצטענס פארשפרייט אין ניו יארקע צענטער'ן


נאר פרייליך יוכיח אז מען קען האבן אינטערנעט און בלייבן ביי די ריינע השקפה, און נישט האבן קיין שייכות צו איש עברי חבריו

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:57 am

· #182615
איש עברי
נאר,,פרייליך
מען קען חלילה ווערן כדוגמת @איש עברי וחביריו

היט אייך פינעם אינטערנעט, די צעטליך איז לעצטענס פארשפרייט אין ניו יארקע צענטער'ן


נאר פרייליך יוכיח אז מען קען האבן אינטערנעט און בלייבן ביי די ריינע השקפה, און נישט האבן קיין שייכות צו איש עברי חבריו


נאר האבען שייכות כדוגמת התגובות דא
איז אויך נישט כדאי.

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:58 am

· #182616
גנדי
איך גלייב נישט וואס איך זעה......

מיר פארלאזען זיך אויף STAR K, זייט ווען?

אז אויף עסן קען מען זיך נישט פארלאזען אויף זיי, כל שכן וכל שכן אויפן אינטערנעט....

בעסער ווי אהן אן הכשר.
ועוד ס'שווער צו גלויבען אז סטאר קעי זאל דא עפעס מער מקיל זיין.

מאטי » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:37 am

· #182629
איך זע נישט דעם פראבלעם. וואס האבן זיי אזוי מורא. האט שוין איינער אמאל אפגעוואנדן דעם ויואל משה? אינטערעסאנט די מזרחיסט'ן ציטערן נישט פון נוטרונא.

אפטעמיסט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:14 pm

· #183348
חא חא
IMG-20140212-WA0021.jpg

שמו יגער » מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:38 pm

· #183375
פון איין זייט איז עס זייער פאני צו זעהן ווי אזוי מענטשן קענען אויסגעבן אזויפיל צייט אין געלט אין אלעס איז נאר זיך צו זארגן אז אנדערע יודישע קינדער זאלן זיך חליליה נישט גליטשן דורך די סמארט פאון אין וואטס עפ אין אינטערנעט
אין אין די זעלבע צייט איז די מענטשן וואס מאכן עס ניצן גאר אינטערנעט צו באקומען אלע לאגאס פון אלע עפס אדער פיקטשערס פון אלע סמארט פאונס. האבן זיי נישט קיין מורה פאר זייער אייגענע אידישקייט כאטש אזויפיל ווי פאר יענעמ'ס??
דרך אגב אסאך פון די גראפיסטן מאכן גאנץ א פיינע ד'זאב אפילו אונז לאכן פון די נארישע תוכן

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:39 pm

· #183376
אפטעמיסט
חא חא

לאכסט זיך אליינס אויס וואס? ענדליך האט דיר איינער געוויזן אן עכטן שפיגל וויאזוי דו זעסט אויס הא?
נו אויך עפעס אויפגעטון


.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:42 pm

· #183377
וואס ביזטו משוגע? א איד אויפן אינטרנט? די מיינסט טאקע א איד האט נאך בכלל היינט אינטרנט? ח''ו, זיי האבן א גוי וואס מאכט אלע גרעפיקס

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:38 am

· #183424
אפטעמיסט
חא חא

געוויזען פאר מיין כתה א' אינגעל זאגט ער מיר טאטי וואס איז אזוי ביטער געווען אין מצרים צי זייו אן עבד?
כקען עס אריינשיקן צי די מעלות?

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:50 am

· #183474
טריי.

הוגה » מוצ"ש מערץ 15, 2014 9:31 pm

· #190775
קינדער זאלן מחנך זיין די עלטערן. איז דאס א נייע מושג?
IMG_20140315_212144-1.jpg

הוגה » מוצ"ש מערץ 15, 2014 9:37 pm

· #190778
קאווע שטיבל האט זוכה געווען צו א הזכרה...
IMG_20140315_213309-1.jpg

נולד מאוחר » מוצ"ש מערץ 15, 2014 11:31 pm

· #190787
וועלכע בלעטעל איז דאס?

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 18, 2014 7:48 pm

· #191188
וואו בין איך געוועהן? 😮
1395186461625.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 18, 2014 7:52 pm

· #191190
אפשר ביים בריק?....

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 18, 2014 7:59 pm

· #191192
הא הא... 😂
כ'האב נישט געוויסט דער עולם האט אזא גוטע זכרון. ס'ווערט מיר גוט, וואס וועל איך טון ביי שידוכים?

אפטעמיסט » זונטאג מערץ 23, 2014 1:47 am

· #191915
ווי זאגט פרענקלין? מ'שפייט בלוט און מ'רעד פון נחת. אוי לנו שכך עלתה בימינו. (בעצם איז שוין געוועהן א שמועס דא אין שטיבל איבער אזא מין התנהגות, און איבער עלטערן וואס זענען מסכים צו הרג'ענען זייער אייגענע קינדער, אבער כ'טרעף נישט דעם אשכול איצטער). משיח זאל בעסער קומען ווי שנעלער.
1395553306125.jpg

מ גפני » זונטאג מערץ 23, 2014 4:35 pm

· #192038
i might consider doing Dope
📎 IMG-20140321-WA012.jpg

סאשי פיש » פרייטאג אפריל 4, 2014 1:30 pm

· #194694
וויפעל קען מען צאפען
עס איז צייט זיך אויפצוכאפען (קרעדיט מיכאל)
image.jpg

לאליפאפ » פרייטאג אפריל 4, 2014 1:36 pm

· #194695
אין אנדערע נייעס האבן די וועד להצלת בחורי ישראל באקומען צענדליגער טעלעפאן רופן פון בחורים וועלכע שטייען אין די ליין צו פאר'מסר'ן זייערע שונאים און זייערע משגיחים'ס קינדער, און זיי קענען שווערליך נאכקומען צו ענטפערן די אלע רופן.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:24 pm

· #194713
יעצט געזען א בחור ביי לי קארנער מארסי מיט צוויי צעלפאונס, עני יוניט'ס עוועיליבעל?

קלוג און יונג » פרייטאג אפריל 4, 2014 5:34 pm

· #194741
געפילטע פיש
יעצט געזען א בחור ביי לי קארנער מארסי מיט צוויי צעלפאונס, עני יוניט'ס עוועיליבעל?

גיי צו און בעט איהם זיין משגיח'ס פאון נאמבער

ביבער » זונטאג אפריל 6, 2014 12:04 am

· #194794
געפילטע פיש
יעצט געזען א בחור ביי לי קארנער מארסי מיט צוויי צעלפאונס, עני יוניט'ס עוועיליבעל?

ער האט כאטש צו וועם צו רעדן, די אנדערע בחורים רעדן אין די לופט אריין נעבעך.

טיטאניק » זונטאג אפריל 6, 2014 8:38 am

· #194838
בקשה נחוצה
ווער עס קען געוואר ווערען די נאמען פון דער טעראריסט וואס שטייט אינטער דעם צעטעלע זאל ביטע עס מפרסם זיין
אויב האט איר מורא שיק עס אריין צי מיר אין אישי
איך וויל עם מסדר זיין אז ער און אלע אנדערע טעראריסטען וואס טערעריזירען דעם ציבור זאלען טראכטען צוויי מאל איידער זיי געבען טעראר פארען עולם

עפל סיידער » זונטאג אפריל 6, 2014 6:34 pm

· #194939
בלויז פאר פרנסה געברויך.
פארשידענע סארט'ן קעגן אומקאנטערלירטע באניץ.
📎 orig_0b03b63630c74caa94595b8b3b716156.jpeg 📎 orig_a724197555ad44589783f162bee6537c.jpeg 📎 orig_466faf107fc7430192a81c03c0d7a605.jpeg 📎 orig_fc85051945494a9bb61dd9a1837f48d5.jpeg

איש עברי » פרייטאג אפריל 11, 2014 1:39 pm

· #195899
ברוך ה' מזעהט איין אז רבי מעכעלע פון נתניה איז געווען גערעכט נאר שארפע גראפישע אילוסטראציעס ברענגט רעזולטאטן
📎 Capture.PNG

לעמיל » פרייטאג אפריל 18, 2014 1:42 pm

· #196368
פאפא איט איז
📎 pupa.jpg

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:02 pm

· #197077
.
📎 20140424_154313_edit0.jpg

עפל סיידער » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:47 pm

· #197095

לעיקוואד » זונטאג מאי 4, 2014 1:53 am

· #198781
א נענטערע מקור האט מיר געטענה'ט אז די נומערען זענען געפעלשט, און די ריכטיגע נומער איז 84.67%
ווי אויך האט יענער געטענה'ט אז דאס איז נאר די עלטערען פון די נושרים, אבער ביי די נישט נושרים איז די נומער 76.42%

געפילטע פיש » זונטאג מאי 4, 2014 3:28 am

· #198784
כ'האב אויך געהערט אז 99% פראצענט פון נושרים קומען פון א שטוב וואו לפחות איינער פון די עלטערן האט חתונה געהאט.

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 4, 2014 8:19 pm

· #198887
סטיווען קאלבערט טענה'עט אז מען זעהט בחוש אז פון ווען די איי פאון האט אנגעהויבן ארויסקומען האבן די וועטעראנען פון די צווייטע וועלט קריג אנגעהויבן שטארבן אין די מאסן...

צמח אטליס » דינסטאג מאי 6, 2014 3:31 pm

· #199230
כשם שהקב״ה לכל כך רבי שמעון?
📎 image.jpg 📎 image.jpg

עפל סיידער » מיטוואך מאי 7, 2014 11:37 am

· #199381
אזוי זעהט מען אויס
📎 file-9.jpeg

יין שרף » מאנטאג מאי 12, 2014 11:46 am

· #200120
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19