☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

זבולון » דאנערשטאג מאי 26, 2016 7:22 pm

· #334780
די התנשאות פון די בני ארץ-ישראל איבער זייערע אמעריקאנער ברידער איז גרויליג און עקלדיג.

ביודעי ובמכירי - ווייס איך עטליכע שיינע אידן אין ארץ ישראל, וואס טראגן מיט זיך א כשר'ע דאומב פאון למען ישמעו, און א סמארטפאון למען יראו. (ואיכא דאמרי איפכא).

די אמעריקאנער אידן קענען שטאלצירן מיט זייער (ביסל) נארמאלקייט אין דעם הינזיכט, (אויכט נאר רעלעטיוו צו די ישראל'ער, ווייל אין אמעריקא איז אויך נישט קיין תיקון השלם), אז די טעראר איבער דעם נושא פון טעכנאלאגיע איז נישט איבערגעטריבן.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 29, 2016 11:54 pm

· #335150
.
📎 CjpVqAvWYAApyA0.jpg

זבולון » זונטאג מאי 29, 2016 11:57 pm

· #335151
א נייע באדייט פאר די טשערנאביל דיזעסטער

יהושע חיים » מאנטאג מאי 30, 2016 7:11 pm

· #335385
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

יהושע חיים » מאנטאג מאי 30, 2016 7:11 pm

· #335386
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

אחד העם » מאנטאג מאי 30, 2016 7:25 pm

· #335388
קל וחומר
דאס דערמאנט אביסל די תקנות פון בית ישראל...

סתם געשאסן.

קל וחומר » מאנטאג מאי 30, 2016 7:37 pm

· #335389
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
וואס מיינסטע צו זאגן?
אז די ב"י תקנות איז געווען מער קוריאז?

בן אדם » מאנטאג מאי 30, 2016 7:49 pm

· #335390
אונטער די אלע סארטן תקנות זענען אייביג געשטאנען די מער נידריגער מנהיגים פון כלל ישראל וואס האבן נישט געהאט קיין גרויסע השגות אבער ווי באלד זיי זענען געווען פאוערפול האט זיך יעדער געמוזט צושטעלן.

ירא שמים » מאנטאג מאי 30, 2016 11:58 pm

· #335446
נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
איינער קען דא באריכטן וועגן די גורע (אמעריקאנע) טעכנעלאגיע אסיפה?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 31, 2016 8:39 am

· #335471
מ'האט געלעבט טויזענטער יארן אן סמארטפאון'ס. די תקנות זענען נאריש, אבער נישט ווי די פונ'ם ב"י וואס קומען אונטעררייסען חלקים פון לעבן פון טויזענטער יארן.

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 31, 2016 4:15 pm

· #335545
.
📎 בדרךההתבדלות.jpg

יהושע חיים » דינסטאג מאי 31, 2016 8:55 pm

· #335594
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
דער שמעלצער איז גוט

באיאן

יהושע חיים » דינסטאג מאי 31, 2016 8:55 pm

· #335595
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

ביליג » מיטוואך יוני 1, 2016 2:19 am

· #335654
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
C/p
ברעיקינג!
ניו יורק מעיאר ביל דעבלאזיא האט היינט ביי א זיצונג מיט זיינע נאנטע ראטגעבערס פארגעשלאגן צו פארבאטן קארס פון פארן אין גאנץ ניו יורק סיטי!!
צוליב די פארמערטע עקסידענטס און פאטאליטן די לעצטע יאר האט ער מחליט געווען צו פארבאטן קארס בכלל עפעקטיעוו בקרוב אלס א חלק פון זיין וויזשן זערא.

זיינע ראטגעבערס האבן אים געפרעגט פארוואס ער נעמט אזא דראסטישע שריט ווען מען קען באהאנדלן דעם פראבלעים מיט גרינגערע און אחריות'דיגע מיטלען, אזוי ווי ספיד לימיטס, רעד לייטס, סטאפ סיינס, סטריט לייטס וכדומה פאר די דרייווערס ווי אויך סעיפטי מיטלען פאר די פיסגייערס ווי וואלק סיינס, סייד וואלקס, קראס וואלקס וכדומה.

ענטפערט זיי דער מעיאר, דאס איז א גרויסע פראבלעים וואס איך האב שווערעקייטן צו באקעמפן שוין איבער צוויי יאר, האב איך געטראכט לאז מיר זעהן ווי אזוי די חכמי ישראל בדורנו געבן זיך א עצה מיט שווערע פראבלעמען.
האב איך באטראכט ווי אזוי זיי האבן געלעיזט די טעכנעלאגישע פראבלעם פאר פרויען, קינדער און מענער שלא לצורך פרנסה. זיי האבן עס געאסרט!
זיי האבן געהאט די ברירה עס צו מתיר זיין מיט רעגולאציעס אזוי ווי עטס ווילטס מיר פארשלאגן, לאזן האבן קאמפיוטערס, סמארטפאון און אינטערנעט מיט פעסווארדס, פערענטאל רעסטריקשנס, צייט לימיטס, קאנטענט רעסטריקשנס, סקרינטיים וכדומה.
און פאר די באניצערס א הדרכה ווי אזוי א ערליכע איד פירט זיך, שיעורי חיזוק, פון יראת שמים יראת חטא, אהבת השם, מענטשליקייט, סעלף קאנטראל, שיעורי מוסר, חשבון הנפש וכדומה.
ווי אויך כשר'ע קאנטענט וואס דער ציבור דארף און וויל, ווי נארמאלע ערליכע מענטשן אין אלע דורות.

אבער ניין, זאגט ער זיי מיט א זיגרייכע שמייכל, די היינטיגע חכמי ישראל, וואס מיר אלע ווייסן זענען די קלוגסטע פאלק, האבן פארשטאנען אז די בעסערע וועג איז דאס צו אסר'ן איגאנצן און אזוי פטור ווערן פון די גרויסע פראבלעם איין מאל פאר אלע מאל.
איז ווער זענען אונז פאלנע גוים צו זיין קלוגער פון זיי זיך נישט צו אפלערנען די זעלבע ווי אזוי צו באקעמפן אונזער פראבלעם. איז בין איך געקומען צו די החלטה צו אסר'ן קארס אין די סיטי בכלל און מער וועט קיין עקסידענטס נישט געשעהן!

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 9:00 am

· #335662
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
@יהושע חיים, פון וואו קומט דאס?

יהושע חיים » מיטוואך יוני 1, 2016 9:18 am

· #335667
מפוזרי
@יהושע חיים, פון וואו קומט דאס?


גליון דער אוצר

מפוזרי » מיטוואך יוני 1, 2016 2:06 pm

· #335739
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
מה זה?

יהושע חיים » מיטוואך יוני 1, 2016 2:14 pm

· #335745
<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20160512&gil=76">http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20160512&gil=76</a>

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 3, 2016 7:13 pm

· #336382
.
📎 CkDF050XEAACUiE.jpg

ירא שמים » פרייטאג יוני 3, 2016 7:31 pm

· #336387
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
📎 Image1464996699.579898.jpg

הקטן » זונטאג יוני 5, 2016 11:27 am

· #336526
@ירא שמים דאס באלנגט נישט אין דעם אשכול, לדעתי

שמעון וואלף » זונטאג יוני 5, 2016 12:59 pm

· #336545
אפשר געהערט עס דא
viewtopic.php?p=333102#p333102

קאסטנער » זונטאג יוני 5, 2016 7:18 pm

· #336640
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
@בעל מידות ארטיקל האט געשלאגן ווארצלען


Sent from my iPhone using Tapatalk

שמעקעדיג » זונטאג יוני 5, 2016 9:10 pm

· #336675
ל"ג בעומר ביי תולדות אברהם יצחק.
"דער רבי זעלבסט האט נישט געוואלט אנרירן די גע'אסר'טע כלים טמאים... אויך די וועלכע זענען מ'כלומר'שט געפילטערט"

.
📎 תולדות א''י.JPG


ווי די יודעי דבר געבן איבער, האבן די גרויסע קנאקערס דארט שפאגל נייע טעלעפאנען פון די סאמע לעצטע מאדעלן און טוען אפגרעידן יעדע יאר, כדי צו קענען דערמיט כאפן די בעסטע און קלארסטע בילדער פונעם רבי'נס הדלקה. די אלטע טעלעפאנען גיבן זיי פאר'ן רבי'ן צו פארברענען.... אזוי כאפן זיי אריין ביידע וועלטן.

.
📎 תולדות א''י.JPG

שמעקעדיג » זונטאג יוני 5, 2016 9:13 pm

· #336677
און ווידער א קבלה נישט צו אנרירן!
איינער געדענקט נאך וואס איז געשען ביי אדם וחוה ווען דער נחש האט מוסיף געווען אויפן ציווי ה' און געזאגט "לא תאכלו ממנו ולא תגעו בו פן תמותון"?

.
📎 כולל ב''פ.JPG

הגיון » דינסטאג יוני 7, 2016 4:37 pm

· #337022
א שמיעס מיט ווינער רב - זע הונטן די עטעטשמענט

📎 Shlu (2).pdf

וואלווי » מיטוואך יוני 8, 2016 8:01 pm

· #337285
הגיון
א שמיעס מיט ווינער רב - זע הונטן די עטעטשמענט


דער זעלבער רב האט מורא געהאט צי ניצען זיין "כח התורה" ביים ערוב אויך...

געוואלדיג » מאנטאג יוני 20, 2016 1:51 pm

· #338423
נאר אין א"י קען זיין אזאנס

יצאנו לבדוק בעזרת גוי יר"ש

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/1191900527492980/videos/vb.1191900527492980/1341106459239052/?type=2&theater">https://www.facebook.com/11919005274929 ... =2&theater</a>

געוואלדיג » מאנטאג יוני 20, 2016 2:00 pm

· #338426
בכלל זענען אלע זייערע ווידיאוס צוקער זיס
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/%D7%94%D7%95%D7%95%D7%A2%D7%93-%D7%9C%D7%9E%D7%A2%D7%9F-%D7%98%D7%95%D7%94%D7%A8-%D7%94%D7%9E%D7%97%D7%A0%D7%94-1191900527492980/videos">https://www.facebook.com/%D7%94%D7%95%D ... 980/videos</a>

HotCoffee » דינסטאג יוני 21, 2016 7:57 am

· #338502
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 21, 2016 10:59 pm

· #338595
אין שול קען איך פארשטיין סאיז א פלאץ פאר לערענען און דאווונען, אבער אויף'ן באס?! אפשר זאלן נישט ארויפלאזן חזירים אויפן באס ווייל מיר טראסטן זיי אונזער קינדער, אפשר זאלן זיי נישט הייערן באס דרייווערס וואס האבן קליינע פיר סלייס קאפלעך

דעת תורה » דינסטאג יוני 21, 2016 11:32 pm

· #338596
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
דאס קומט דען פון די באס קאמפאני?

אויב יא, איז איצט טאקע די צייט צו אנהייבן אויספירן פרישער'ס פלענער, און טאקע לטובת הציבור. מען ברויך אנהייבן פארלאנגען זייער שטארק די באס קאמפאני זאל צושטעלן פרייע ווייפיי כנהוג בכל התפוצות. זיי קענען ארויף לייגן דערויף פילטערס אבער עס ברויך זיין צוגעשטעלט.

אז נישט, זאל איימיצער אריין שפרונגען און עפענען א באס קאמפאני וואס שטעלט עס יא צו. מען דארף נישט עכט עפענען, נאר לאביאירן ביי די גאווערמענט צו באקומען דעם רוט ווייל מען שטעלט צו ווייפיי

יהושע חיים » דינסטאג יוני 21, 2016 11:54 pm

· #338599
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

יהושע חיים » מיטוואך יוני 22, 2016 2:05 pm

· #338677
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
New chinuch story: The 12 grade class from Bais Chana had their graduation this week. The principal said that the diplomas will be given out the next day (meaning not by the graduation). When one of the exciting girls went to pick up her diploma after studying for the finals and all, to her surprise when she opened her envelope she saw a letter saying SORRY YOU CANT GET YOUR DIPLOMA BECAUSE YOUR MOTHER HAS AN UNFILTERED IPHONE. can you explain what is this girl suppose to do, 1) Is this girl responsible for her parents misbehavior? 2) Does the schools have to break a child to pieces? 3) when will our staff realize how to deal with situations and not to involve our kids in their garbage?
Cp
איך מיין דאס איז נישט נערישקייט נאר רשעות

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ירח בן יומו » מיטוואך יוני 22, 2016 2:13 pm

· #338678
יהושע חיים

איך מיין דאס איז נישט נערישקייט נאר רשעות

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

פון די עלטערען'ס זייט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 22, 2016 2:19 pm

· #338680
פון די עלטערענ'ס זייט איז עס טפשות, פון די מוסד איז עס רשעות בידים, געטוהן א מעשה וואס איהר גאנצע באדייט איז וויי טוהן א מענטש. די עלטערען האבען, אויפ'ן ערגסטען אופן, נאכגעלאזט זייער תאווה אויף יענעמ'ס חשבון. ווייט ווייט פון אריינשטעכען א מעסער ביי יענעם, זיצען און שרייבען א בריוו וואס האט נישט קיין אנדערע פשט נאר מצער זין א מענטש'ן.

ירח בן יומו » מיטוואך יוני 22, 2016 2:44 pm

· #338685
א מאמע וואס האט א אומגעפילעטערטע אייפאון איז דאס אריינגשעטאכן א מעסער אין די איינגענע קינדער און אין זייערע חברים וואס זיי לערנען אין איינעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 22, 2016 3:04 pm

· #338687
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
Saying so don't make it so
די מאמע האט געוואלט א סמארטפאון, האט זי געקויפט א סמארטפאון.
דער מוסד האט געוואלט וויי טוהן א מיידעל, האבען זיי איהר וויי געטוהן.

מעגליך אז די מאמע וואלט געמעגט מאכען א חשבון אז ס'איז ראטזאם צו האבען א פילטער, אבער נישט מאכען אט די חשבון מיינט נישט געשטאכען, ס'מיינט בלויז, אויפ'ן ערגסט'ן אופן, נאכלעסיגקייט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ירח בן יומו » מיטוואך יוני 22, 2016 3:25 pm

· #338691
היינטיגע צייטן ווען אלע ווייסן קלאר פון מעשיות און פון די גרויסע אויפוואכונג דארך די קהילות און מוסדות, איז האבן אין דערהיים א אומפגעפילטערטע אייפאון א לאודעד גאן.
א מאמע וואס לאזט אויף'ן טיש א אנגעלאדענטע הייס געווער איז אויך נאר פארנאכלעסיטגט?

יהושע חיים » מיטוואך יוני 22, 2016 3:29 pm

· #338692
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
די תורה לערנט אונז אין פרשת כי תצא:

"לֹא יוּמְתוּ אָבוֹת עַל בָּנִים וּבָנִים לֹא יוּמְתוּ עַל אָבוֹת אִישׁ בְּחֶטְאוֹ יוּמָתוּ".

נישט צו שטראפן עלטערן פאר די קינדער'ס זינד, און נישט צו שטראפן די קינדער וועגן די עלטערנס זינד.

די יעניגע חברי הנהלה וואס שטעלן אהן א הייליג פנים און שטראפן, פארשעמן און טוען וויי אומשולדיגע קינדער אונטערן פאן פון שמירת הדת, זענען אין קלארע פארלעצונג פון גאט'ס ווערטער.
C\p

ירח בן יומו » מיטוואך יוני 22, 2016 3:32 pm

· #338693
עס איז א שטראף פאר די עלטערן וואס האבן גענוצט די מוסד'ס סערוייסעס שלא בצדק.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 22, 2016 3:37 pm

· #338695
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
און דאס קינד איז קאללאטערעלל דעמעדז"ש?
ליהוי ידוע אז דער מוסד'ס פליכט איז צום קינד נישט צום מאמע, און נוצען דאס קינד אלס א מיטל אנצוקומען צום מאמע איז א פארברעך

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ירח בן יומו » מיטוואך יוני 22, 2016 3:45 pm

· #338696
ווער איז געקומען בשטעלן די סערוויסיס פון די מוסד? די מאמע.
ווער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די עגרימענט וואס מ'האט אפגעמאכט? די מאמע
קען די מאמע נישט מאנען ביי די סקול דעגרי וואס זי וויל פאר איר קינד.

מ'האט נישט פארשעמט די קינד ברבים, איך בין זיכער אז זיי שעצן די קינד'ס ארבייט זייער שטארק, אבער די מאמע קען נישט באקומען דאס וואס זי וויל און אויספיקן די עגרימענט.
ווען איינער האט נישט אויסגעצאלט זיין בעלענס אין א קאלעדש קען מען נישט צוריק האלטן די דיפלאמע?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 22, 2016 4:02 pm

· #338699
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
פארוואס ביסטו זיכער? ווייל אזוי ווילטס זיך?
ועוד והוא העיקר, וואס ווילען זיי יעצט? אז די מיידעל זאל גייען מאכען א ged? צו אז די מאמע זאל זיך בוקען כורעים צו זיי? און אזא תאווה פאר א כורעים איז נישט נידריגער ווי סיי וועלכע עבירה מ'טוט אויף אן אומגעפילטערטע אייפאון?

דער פרצה פון א מוסד מאכען תקנות אויף די מאמע'ס איז די ערשטע פארברעך. און ווי מ'האט געהערט אין אלע נויטיגע דרשות 'היום אומר לו עשה כך ולמחר..... ' גייט דער מוסד מדחי אל דחי אויפצוצווינגען זייער תאוות אויף א זיבעצין יעריג מיידעל און איהר דערנידריגען לעפר, און אלס פאר'ן וויכטיגער ציל אז דער מאמע זאל נישט קוקען פארנאגראפיע אויף איהר אייפאון, ווייל דאס איז דאך די מכת המדינה!

דור עקש ופתלתל

גראף » מיטוואך יוני 22, 2016 4:05 pm

· #338700
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
אויב נעמט די סקול געלט פון די רעגירונג זאלן די עלטערען זיי ריפארטען. לאמיר זעהן אויב עס איז אויס געהאלטען לויט די געזעץ.

בת קול » מיטוואך יוני 22, 2016 4:14 pm

· #338702
חברה, קאָם דאון. היינט דארף מען נישט קיין דיפלאמא צו באקומען א דזשאב אָר וואַטעווער, אויסער דעם וואס די דיפלאמאס פון די אידישע סקולס זענען גארנישט ווערט אין די גרויסע וועלט.
איים דאינג פיין וויטאוט מיין.
עס איז סך הכל א שטיקל פאפיר.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 22, 2016 4:34 pm

· #338705
ירח בן יומו
ווער איז געקומען בשטעלן די סערוויסיס פון די מוסד? די מאמע.
ווער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די עגרימענט וואס מ'האט אפגעמאכט? די מאמע
קען די מאמע נישט מאנען ביי די סקול דעגרי וואס זי וויל פאר איר קינד.

לפי דיין חשבון דארף די סקול צוריקצאלן די שכר לימוד פון אלע יארן פאר די עלטערן. עס איז א טו-וועי סטריט.

בת קול » מיטוואך יוני 22, 2016 4:39 pm

· #338706
די דיפלאמא איז א gesture, עס האט גארנישט מיט אגרימענט.
סקולס קענען עס צוריקהאלטן צוליב misbehavior, ברעכן rules, אדער נישט אדורך מאכן אלע טעסטן.
די משפחה איז דורך געפאלן מיט ברעכן rules, איך בין דורך געפאלן מיט pass'ן אלע טעסטס.

נו? מ'הערט אזאנס.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 22, 2016 4:40 pm

· #338707
איך גלייב נאך דערווייל נישט די מעשה, ווילאנג עס איז נישט פולקאם מברר געווען.

אבער טאמער עס איז אמת (און אויב יא דאן באלאנגט נישט אין דעם אשכול נאר אין די טעראר מיטלען אשכול) איז עס בלי ספק א רשעות שאין כמוה, און מיט אלע תירוצים וועלן די אחראים אויף די מעשה באצאלן א טייערע פרייז. ס'איז נישט קיין הפקר געלט. גאט דארף נישט קיין אחראים און אפוטרופסים וואס זאלן אים העלפן שטראפן לאחר המעשה. ווילסט ווארענען, פיין. די גאנצע איידיע פון בעטן די עלטערן זיך אפהיטן איז דאך נאר "על בנינו ועל דורותינו", און יעצט אז דאס קינד איז ב"ה אויפגעוואקסן א וואויל קינד (טראץ די אלע שרעקעדיגע הבטחות פון די פלאקאטן), איז צייט פאר די מוסדות אויפצוגעבן און לאז לעבן, ס'איז מער נישט דיין געשעפט, שטראף נישט די מאמע, שטראף נישט קיין קינד, עס האט נישט קיין שום תועלת, ס'איז נישט דיין דאגה. טון אזא זאך ווייזט נאר אויף שוואכקייט און קאנטראל, זיי כאפן אריין די לעצטע רגע בעת נעילת שער, ס'לעצטע געלעגנהייט וואס זיי האבן זיך "אפצורעכענען" מיט די עלטערן. פאקטיש איז דאס ריכטיג א לאו פון "לא תקום", "לא תונו" און נאך אנדערע מדות שבין אדם לחבירו. איך גלייב נישט אז א ערליכער אומאפהענגיגער דיין וואלט געגעבן א היתר אויף אזא מעשה רשע.

וואס קען די מאמע טון יעצט? אויפגעבן דעם סמארטפאון? אקעי. מארגן וועט זי עס צוריקנעמען... נאריש.

ירח בן יומו, כ'בין סורפרייזט פון דיין חוות דעת.

בת קול » מיטוואך יוני 22, 2016 4:42 pm

· #338710
דאס מיינט אז עס איז רשעות פון מיין סקול צוריקצוהאלטן מיין דיפלאמע?
ס'איז נקמה? שפיכת דמים?
קאָם אָן!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19