נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
@hasidic1: דרמה של ממש:
בהוראת האדמו"ר מערלוי שליט"א מהדקות האחרונות. כל הכסף שנאסף היום דרך האינטרנט מוחזר לתורמים. האדמור טוען שאסור להשתמש בכסף הזה מפני שזה מצווה הבאה בעבירה.
ומשכך ירד סך התרומות ל 180.000 ש"ח בלבד...
אלע רביס וואס טוען דעס נישט זענען פול אוו בעלאני
יין שרף: אויף מיר און אלע אידן געזאגט דעם רעבי'ן שליט"א'ס שיריים...!
לעצטנס הענגען אין די שולן מאדנע פלאקאטן מיט א ציל אנצוקומען צו 18,000 חתימות פון היימישע מענטשן וואס גייען נישט "אריינקוקן" אין א סמארטפאון פון יעצט ביז חנוכה, לרפואת דעם הייליגן סקולענער רבי'ן שליט"א...
📎 Skulen_022345.jpg
די נארישקייט דערפון איז פילפאכיג.
קודם כל די עצם איידיע, וואס איך גלייב אז אפילו אין הימל לאכט מען שוין דערפון. וואסי דאס נישט "אריינקוקן" אין א סמארטפאון? וואס איז מיט א לעפטאפ? א טעבלעט? (גראדע זעה איך זיי שרייבן "וכדומה"). וואס איז נעבעך די סמארטפאון געווארן לעצטנס דער שעיר לעזאזל? פארוואס נישט א קאמפיין "נישט קוקן קיין שמוץ", וואו אימער? פארוואס זאל מען נישט קוקן אין א סמארטפאון כשר'ע זאכן? איך זעה דארט טעקסט מעסעדזשעס, בילדער פון רבי'ס, פי.די.עפ'ס פון גליונות, און צומאל נוץ איך עס פאר א סידור, וכדו'... איז דאס נישט בעסער ווי קוקן מיין פאסט וואס האט אפט אומאיידעלע בילדער? אדער געוויסע גוי'אישע צייטונגען אדער מאגאזינען? פארוואס איז דער סמארטפאון - אפילו מיט א גוטן פילטער - געווארן דער חפץ של איסור?
נאכדעם כל, דער גאנצער קאמפיין האט נישט קיין זין. ווייל סוף כל סוף יעדער קומט אן צום טרקלין, וואס דער וועלט איז דאך נאר א פרוזדור, און הגם איך וואונטש דעם סקולענער רבי זאל זיין געזונט און לעבן ביז די 150 געזונטערהייט, איז נאריש צו טראכטן אז ער גייט לעבן אויף אייביג, אפגעזען פון וויפיל חתימות די "וועד והתקדשתם" וועט באקומען. כמעט יעדער קען מעיד זיין אויף געוויסע קאמפיינס וואס זענען אין די ענדע מיאוס אדורכגעפאלן, צי מ'האט זיך מקבל געווען ענינים בקדושת בית הכנסת אדער צניעות, וויפיל מאל וויל מען פון הימל אנדערש און מען שרייבט נאכדעם אין די צייטונגען אז די "שערי רחמים זענען שוין געווען פארשלאסן"...
און בכלליות האלט איך אז זיי גייען בדרך הטבע נישט קענען צוקומען צו אזא ציל, ווייל עס זענען נישט פאראן קיין 18,000 מענטשן במחנינו וואס 'קוקן נישט אריין' אין קיין סמארטפאון, מסתמא ניטעמאל קיין 10 אלפים (אדער 5 אלפים) אויך נישט, אודאי זענען פאראן אזעלכע וואס פארמאגן נישט קיין אייגענעם סמארטפאון, אבער נישט אריינקוקן אין איינס?? שטעלט אייך פאר די עסקנים שאפן בלויז 17,900 חתימות און די גאנצע קאמפיין פאלט צוזאם, פונקט ווי א גאו-פאנד-מי קאמפיין אויב מען קומט נישט אן צום ציהל....
און וואס איז דער ענין "ביז חנוכה"? נאר ביז חנוכה דארפן זיי דעם רבי'ן?
ווארשיינדליך מאכט איינער פון די גבאים דארט חתונה פאר חנוכה און ער דארף שנאדערען געלט איידער די קראן פון ׳חסד לאברהם׳ שטעלט זיך אפ.......
אינטערסאנט, די ריזיגע מוסדות חסד לאברהם פאר די טויזענטע יתומים פון ראמעניא דארף מער נישט קיין קרנות...
ליטוואק פון בודאפעסטווארשיינדליך מאכט איינער פון די גבאים דארט חתונה פאר חנוכה און ער דארף שנאדערען געלט איידער די קראן פון ׳חסד לאברהם׳ שטעלט זיך אפ.......
ווי זעסטו געלט?
אדרבה, דאס איז די פלא. נישט קיין מקחו של צדיק, נישט קיין אלף הצדיק, וכו' אדער עפעס אן אנדערע באגעס קאמפיין...
דער רבי דארף לעבן ביז ווילאנג יענער קען שנאדער'ן פאר'ן חתונה. עס איז א תשובה אויף די לעצטע שאלה
ברעיקינג ניוז: ס'ווערט יעצט געמאלדן פון די גבאי קודש אז מ'קען אויכעט אריינשיקן די קבלות און כופר נפש בחדא מחתא אויף די פאלגענדע אדרעסס...!
www. skulenworld.org! or <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.chesed">www.chesed</a><!-- w --> l'avrohom.org...!
berlbalagulehברעיקינג ניוז: ס'ווערט יעצט געמאלדן פון די גבאי קודש אז מ'קען אויכעט אריינשיקן די קבלות און כופר נפש בחדא מחתא אויף די פאלגענדע אדרעסס...!
www. skulenworld.org! or <a class="postlink" href="http://www.chesed">http://www.chesed</a> l'avrohom.org...!
וואס איז די מאמע'ס נאמען? בערל בן עגלה?
שמעקעדיג, דיינע נומערן שטומען נישט. ווייל רוב חותמים וועלן מסתמא זיין קינדער אונטער די בר מצוה. עס זענען פארהאן קרוב צו ח''י אלפים קינדער וואס קענען עס חתמ'נען. די איבריגע 2000 וועלן זיין זקנים.
😂 😠
ליטוואק פון בודאפעסטווארשיינדליך מאכט איינער פון די גבאים דארט חתונה פאר חנוכה און ער דארף שנאדערען געלט איידער די קראן פון ׳חסד לאברהם׳ שטעלט זיך אפ.......
וואלוויberlbalagulehברעיקינג ניוז: ס'ווערט יעצט געמאלדן פון די גבאי קודש אז מ'קען אויכעט אריינשיקן די קבלות און כופר נפש בחדא מחתא אויף די פאלגענדע אדרעסס...!
www. skulenworld.org! or <a class="postlink" href="http://www.chesed">http://www.chesed</a> l'avrohom.org...!
וואס איז די מאמע'ס נאמען? בערל בן עגלה?
וואלווי: איך הייס בערל בעל עגלה. נישט בן עגלה...!
דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...איך וועיס נישט אויב מ'מעג אזוי שטארק לאכן אין די עשרת ימי תשובה...!
אדרבה, אין עשי"ת איז א המתקת הדינים. ווי זוי זאגען חז"ל? א טאג וואס רבי האט נישט געלאכט וכו'.
און דאס וועיס איך יא, אז וועגען דעם האט דער צאהדיק א כמו צהלות פנים'דיגע פאקס משוך על ההעיליגע פרצוף תמידין כסדרן. אלס פאר כלל ישראל, און נאר פאר כלל ישראל, און ווידעראמאל כלל ישראל...
וואלווי: נו, שוואנצאנעס. כדאמרן...!
נייער משוגעת
על שמו פין ר' שאול יצחק
וואס?
איך האב א פיקטשער, איך מוטשע זיך ארויף צו לייגן, עס איז צו גרויס.
סאטמאר בתפארתה
(אפשר באלאנגט עס
אינעם טעראר אשכול)
.
📎 Yid-Smartphone.jpg
שמעקעדיגסאטמאר בתפארתה
(אפשר באלאנגט עס
אינעם טעראר אשכול)
.
וואס איז די קוריאזקייט, קינדער זאגן איבער זייער נישט שיינע זאכן
איך האב עס שוין עטליכע מאל בייגעוואוינט עס איז א נארמאלע פארלאנג.
מוסדות זענען בארעכטיגט צו אכט געבן אויף עס.
על שמו פין ר' שאול יצחק זי"ע
📎 20190205_204441-1.jpg
בהסכמת נחמי' גאטליעב

היינט דאס ערשטע מאל געזעהן הענגן א תשובה פון א רעספעקטירטער רב הרב חיד"א ווייס שליט"א וואס אסר'ט די כלי סמארטפאון בלי שום יוצא מן הכלל אפי' מיט די בעסטע פילטער. איך האב נישט קיין קאפי דערפון אז די ת"ח זאלן דא קענען דן זיין דערויף.
פארשטייט זיך אז רובא דרובא דיינים זענען עס מתיר לכתחילה מיט א פילטער, אבער זיין תשובה איז מיר געווען א חידוש (איך קען אים נישט אזוי גוט, אפשר איז דא אנדערע וואס קענען אים בעסער, איך האב בעיקר געהערט פון אים ביי די בחורי יאפאן)
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
יעקב מענטשהיינט דאס ערשטע מאל געזעהן הענגן א תשובה פון א רעספעקטירטער רב הרב חיד"א ווייס שליט"א וואס אסר'ט די כלי סמארטפאון בלי שום יוצא מן הכלל אפי' מיט די בעסטע פילטער. איך האב נישט קיין קאפי דערפון אז די ת"ח זאלן דא קענען דן זיין דערויף.
פארשטייט זיך אז רובא דרובא דיינים זענען עס מתיר לכתחילה מיט א פילטער, אבער זיין תשובה איז מיר געווען א חידוש (איך קען אים נישט אזוי גוט, אפשר איז דא אנדערע וואס קענען אים בעסער, איך האב בעיקר געהערט פון אים ביי די בחורי יאפאן)
ווען איך האב ווען אזוי פיל געלט ווי איהם, וואלט איך עס אויך גע'אסרט..
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
[quote="יעקב מענטש"]היינט דאס ערשטע מאל געזעהן הענגן א תשובה פון א רעספעקטירטער רב הרב חיד"א ווייס שליט"א וואס אסר'ט די כלי סמארטפאון בלי שום יוצא מן הכלל אפי' מיט די בעסטע פילטער. איך האב נישט קיין קאפי דערפון אז די ת"ח זאלן דא קענען דן זיין דערויף.
פארשטייט זיך אז רובא דרובא דיינים זענען עס מתיר לכתחילה מיט א פילטער, אבער זיין תשובה איז מיר געווען א חידוש (איך קען אים נישט אזוי גוט, אפשר איז דא אנדערע וואס קענען אים בעסער, איך האב בעיקר געהערט פון אים ביי די בחורי יאפאן)[quote]
קוק
דאהעשטעג משומר...
"Kosher phones blocking sex abuse helplines"יעצט האט שוין קיינער נישט קיין צד צל של ספק ספיקא וואס זענען די מאטיוון אונטער דעם אינטערנעט מערכה...
רב וואזנער איז אויך געווען א בעל דמיון?
📎 New Doc 2019-05-12 10.43.18.jpg
אישתישבירב וואזנער איז אויך געווען א בעל דמיון?
ניין דער שרייבער איז
אין די המודיע פון יענער וואך
📎 letter about internet.jpg
פארוואס קען ער נישט זאגן א מיינונג מיט א נאמען אזוי איתמר'ן
תורת חכם, ירושלים
📎 האדמור מצא דרך לעשות כסף.jpg
chosen peopleתורת חכם, ירושלים
ווי אזוי גייט נאר די ניגון? כ'וויל זיין א רבי...
מען קען באצאלן דורך פעיפעל אדער ביטקוין?
נאך עפעס
📎 20190703_215720.jpg
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
אישתישבינאך עפעס
פשי, הרב מאסקאוויטש האט אפילו געזאגט. כ'וויל נאר פרעגן הרב מאסקאוויטש פארוואס ער האלט אז עס צוגלייכן צו עבודה זרה וואלט עס געמאכט. איך אין זיין פערטל שיך וואלט עס צוגעגליכן צו פיל הארבערע עבירות, ווי די וויליאמסבורגע עירוב, אפענע שייטלען, באשמירטע אויגן, אדער וואס האלט איר אויף "אייער חבר האט א ציוניסטישע פאן אין טאש!"? לבי אומר לי אז דער ציפער פון סמארטפאונס צווישן חרדישע אידן וואלט שוין געווען נעגאטיוו ווען די רבנים טראכטן ווען מיט דעם מהלך.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מ'דארף קענען ליינען די ווערטער. לאמיר איבערטייטשען אויף פלעין אידיש.
היות אז פאריגע סיום הש"ס, מיט זיבען יאר צוריק, האבען מיר זיך פלוצלונג געזען מיט א קאנקורענץ, א צווייטע האט פראבירט איבערצונעמן די פאזיציע אלס פארטרעטער פון ש"ס און די אמוראים, האבען מיר געזוכט א וועג צו קאנקערירען מיט זיי, אן זיך צו שלאגען אפיציעל. מיר האבען נאך נישט געלערנט די סוגיא וויאזוי צו מאכען א מחלוקת אין גאדדער און דערצו רעדן לשם שמים, עס נעמט אביסל צייט ביז מ'וועט דארט אנקומען.
אבער וויסען דארף מען אז די סיום הש"ס ברענגט אריין ריזיגע געלטער פאר די אגודה. מ'זאגט אז מ'האט געמאכט $13m יענס מאל. מ'דערציילט אז איינער א יונגער עושר האט באצאלט א גאנצע מעלאנע פאר די זכות פון זאגען קדיש ביים נעקסטן סיום. דער קידוש ה' קען מען נישט נאכגעבען פאר דער מחוצף פון טאראנטא וואס צאלט אלס פון קעשענע.
האבען מיר זיך אוועק געזעצט, א גרופע פארשטאפטע גווירים מיט ראש הקהל בייכער, אין א קאפפי שאפ אין ברוקלין, מיט כלערליי קעיז קוכען און קאוועס, הייס און קאלט, און מיר האבען דן געווען בכובד ראש וויאזוי אונזער סיום וועט אנקומען צו מער מענטשן. האבען מיר מחליט געווען צו טון ווי דרשו טוט, אבער נישט אויפטון וואס זיי טון אויף. זיי האלטען אן עולם אלע זיבען יאר מיט פראגראמן, בחינות און געלט טיילען. זיי לייגען א וואכענטליכע רעקלאמע אין צייטונג מיט בילדער און רעדעס פון דער ראש ישיבה וואס האט באקומען א טשעק. זיי מאכען שבתון'ס פאר די לערנערס, און דערנאך באריכטען זיי די שבתון פאר א פאר וואכען אין צייטונג. בקיצור, זיי האבען א שטארקע ארבעט פון יח"צ, און מיר האבען גאנץ ווייניג.
ויאר ה' את הלילה, און מ'האט מחליט געווען צו כאפען דער עולם אין צוויי וועגן. קודם, גייט מען אריין אין די חדרים און מ'שלעפט די קינדער. מ'מאכט אז יעדער קען מאכען אן אייגענעם סיום ביי זייערע סיום, מ'לייגט רעקלאמעס און קונטרסים אין אלע שולן במשך ימי חג השבועות, מ'פארשפרייט די נעמן פון די חדרים און די קינדער וואס שטעלן זיך צו. און פאר די ערוואקסעסנע, האבען מיר געמאכט אן עפפ. פאר עפעס א סבה האבען מיר זיך איינגערעדט אז דער עולם וויל אן עפפ מיטצוהאלטען לייו די 'פיבערישע הכנה דרבה' פאר'ן גרויסען מעמד. און מ'האט פארשפרייט די שמועה פון די עפפ איבעראל.
דרשו איז נישט געבליבען שטיל, און זיי האבען געלייגט א ריזיגע רעקלאמע א בילבארד אויף די אויטערברידזש, אז יעדער וואס קומט פון לעיקוואד קיין ברוקלין זאל וויסען אז דף היומי און סיום הש"ס באלאנגט צו זיי, און די אגודה האט א חוצפה זיך אריין צומישען.
אפאר מאנאטן שפעטער און די אגודה זעט זיך אויף צרות. קיינער לאדענט נישט אראפ זייער נארישע עפפ, קיינער ווייסט נישט וואס איז די תכלית.
קודם, דארף מען זיך זען ארויס פון די בזיונות פון די עפפ, און נאכדעם וועט מען גיין ווייטער. האט מען פאבריצירט א פאר מחנכים מיט פראבלעמן, אן אסיפה פון די מועצת, א החלטה און אן אנאנס, און פון די דורכפאל איז מען שוין פטור. יעצט וועט מען זען ווייטער וויאזוי מרבה צו זיין די קידוש הוי"ה דורך אראפ קלאפן יענעמ'ס סיום.
ווען דו שרייבסט צו דער זאך (ליין: זאכן וואס דו האסט אביסל א אהנונג וואס דו רעדסט) ביסטו ציקער זיס, זעה עס אנצוהאלטן.
איך אויךווען דו שרייבסט צו דער זאך (ליין: זאכן מיט וואס איך בין מסכים צו וואס דו רעדסט) ביסטו ציקער זיס, זעה עס אנצוהאלטן.
FTFY
וואס זאגט דער עולם צו דער "הארצרייסנדע" בריוו פון די מאנסי קומיוניטי קאנעקשאנס די וואך?
.
📎 page0195.pdf
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
דער איז אליינס א רחמנות. מאן יאמר דער סמארטפון האט עם אראפ געפירט אפשר האט ער עס באקומען נאך דעם? פאר דער אינטערנעט זענען נישט געווען קיין אפגעפארענע? וויפיל איז דער שיעור פאר זיך מאכן אזוי? איך האלט אז זיי וואלטן עס נישט געדארפט צו דרוקען.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
הוגהוואס זאגט דער עולם צו דער "הארצרייסנדע" בריוו פון די מאנסי קומיוניטי קאנעקשאנס די וואך?
.
איך קום יעצט פון רט. 306 ס'איז באמפער טו באמפער אלס פארט צו די ציונים הקדושים. די גרעסטע געדרענג איז טאקע ביים סקולענער זי"ע...
די זכות פון די צדיקים זאל מגין צו היילן דאס שווער הארץ פון די דאזיגע יודענע וואס בליטיגט פאר יודישע קינדער ואעפ"כ איז זי גרייט זיי מפקיר צו זיין אז מ'פאלגט נישט איר באקוועמליכע מהלך מחשבה, מיט אזא מין מסירות נפש, ובלבד שלא יתקיים נפש אחת בישראל.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
די ליצנות איז דאך געוואלדיג.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
ס'פעלט נאר א מעשה פון א קינד וואס איז געפארן מיט א גויאישע קאר סערוויס און ער האט נישט אויפגעהערט צו קוקן אויף די דרייווערס גלעזער. פאר אפאר וואכן נאכדעם האט ער נישט אויפגעהערט צו עסן נאש.
ישן מלא חדשדי ליצנות איז דאך געוואלדיג.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
לא"ה 😂
דער שרייבער פון דער שטיקל פעראדיע איז געוואלדיג! די פראבלעם איז אז יעצט וועל איך שוין חושד זיין אין אלעס אז עס איז בלויז א וויץ געשריבן דורך א לץ. יעצט טראכט איך שוין אז די בריוו וואס איך האב אויבן געברענגט איז נאר פאראדיע.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
ישן מלא חדשדי ליצנות איז דאך געוואלדיג.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
רבותי מצווה לפרסמו וזכות הרבים תלוי בו..
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נעכטן האב איך געוואלט גיין צו טעג׳ס וועבסייט, און מיין פילטער אויף מיין פאון האט נישט צוגעלאזט!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א ישועה אין לעיקוואד

נישט יוצא געווען די פירסום. ווען ער האט ווען נאך עקסעס צו גוגל, וואלט ער געזעהן אז "ילמדי" שרייבט מען מיט א "ו" צום סוף...
הרב משה הלל הירש, ראש ישיבת סלאבאדקא, איז געווען אין לעיקוואד נאך געלט פאר זיין ישיבה. א חדר האט איהם געברענגט צו רעדן צו די עלטערן וועגען פארשידענע ענייני חינוך. איינער פון די שאלות איז געווען – א מיידעל איז געגאנגען מיט א פאר חברתה'ס ערגעץ און זי זעט פלוצלונג אז די שקיעה קומט און זי האט נאכנישט געדאווענט. זי קען נישט שמו"ע אויסערווייניג, און זי האט נישט קיין סידור. זי דאווענט יעדען טאג מנחה (כמו שפסק המ"ב) און זי וויל נישט פארפעלן. איינער האט איהר געמאלדען א סמארטפאון פון וואס זי קען דאווענען. זאל זי דאווענען דערפון צו נישט?
הרב הירש האט געזאגט אז טאמער עס האט א פילטער, מעג זי. טאמער נישט, זאל זיי זיין זייער פארזיכטיג יענעם נישט צו באליידיגען, אבער זי זאל ענדערש דאווענען צוויי שמו"ע'ס ביי מעריב.
א לאקאלע צייטונג אין לעיקוואד האט געדרוקט די שמועס, אבער זיי האבען עס צענזורירט. איינער פון די צענזורירונגען איז געווען אין די שאלה. זיי האבען געשריבען 'טאמער עס האט פילטער מעג זי. טאמער נישט, זאל זי נישט דאווענען, זי מעג דאווענען צוויי מאל מעריב'.
מ'קען עס ליינען
דא אויף דף 206.
ערגעץ האבען די שומרים פארטיילערס זיך אריין גערוקט דארט.