☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

סביב העולם » זונטאג אוגוסט 9, 2015 5:30 pm

· #294669
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
שטייעך נעבן א יונגארמאן פרייטאג און ער ליינט אפ דאס צעטל, ער נעמט זיך קראצן דעם קאפ. וואו בין איך געווען דאנערשטאג ואתחנן!?!?

.

יעלה ויבא » זונטאג אוגוסט 9, 2015 6:28 pm

· #294674
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
C/P
איך וואלט אנשטאט דעם געשריבען גיטין

וועגען די עלטערן ווערן ציריסען פין צאלען אזא הויכען שכר לימוד,

גיטין וועגען די הויכע רענט פרייזען.

גיטן וועגען מען געט נישט קיין חינוך אין שולע,

גיטין אז מען דארף נישט לעבען אזא אונגערישען פלאנצעריי לעבען מיט די לעצטע סטיילס.

גיטן ווייל מען זיצט אינדערהיים מיט אלטע בחורים אין כלה מוידס אין עס איז נישטא ווער עס זאל טאן פאר זיי,

גיטן ווייל מען געט זיי נישט קיין חינוך אז מען מיז נישט האבען קיין קינד יעדעס יאר מיט אזעלכע שוואכע נערווען אין אזעלכע קליינע דירות אין מען געט שווער א היתר,

גיטין ווייל מען זארגט זיך נישט פאר זייערע פרנסות,

אין ווען איך וועל זען אנשטאט דעם גרויסען משומר טעוועלע וואס עס קאסט אפ 15 אלפים רענט א חודש, א שילד שידוכים אפיס פרנסה, אפיס, דירות אפיס, הילף פאר שכר לימוד אפיס, אט...... דענסמאל וועל איך וויסען אז די רעבנים מיינען עס ערענסטע, און ביז דעמאלט זאלן זיי מיך מנשק זיין ווי די אידן האבען גערוט, אין פראבירען זאלען זיי וועלן אוועקנעמען מיין טעלעפאן ווי מען זאגט אין ענגליש over my dead body

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 10:31 pm

· #294711
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
ווער זאגט אז גיטין איז אזא שלעכטע זאך אז א פאר פאלק קומט זיך נישט אויס פארוואס זאלן ביידע האבן א ביטער לעבן נעבעך פאר די וואס קענען זיך נישט אפשיידן (ווייל עס וועט זיין א בושה פאר די משפחה וכו' וכו')

אפשר קען מען מאכן א ישועה ווינקל ווי אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות כך וכך צו האבן די געלעגנהייט אנציהייבן א פריילעך לעבען
רק כתבתי בדרך אפשר

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

קרעקער » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:16 am

· #296232
ביים סוף פון נחומס האטליין דרשה דע וואך האט ער א רעקארדונג פון א יונגערמאן וואס זאגט וועגען וואס סגעשעהן היינט אזויפיהל גטין
ווער סקען עס מעתיק זיין די רעקארדונג און ארויפלייגען למצוה גדולה יחשב

ירא שמים » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:44 am

· #296451
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:19 am

· #296461
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
מ'האט אזוי אויפגערעגט די פרייער מיט דער נערישע צעטל

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:35 pm

· #296529
כמו שאמרו ז"ל, אין לך בן חורין אלא במי שעוסק בסמארטפאון, ועיי' במפרשים שם.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:58 pm

· #296534
אן אישו פון א טישו
New York - Ad Comparing Smartphones To Holocaust Widely Condemned
וואס מ'געט אים יא, איז אביסל דעקונג און אטענציע

קרעקער » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 6:15 pm

· #296580
פרידמאן פין נחמת ישראל א מוסד וואס האלט אויס אפאר פון זיין משפחה צו קענען חתונה מאכען קינדער בדרך כבוד, ניצט אויך די האלאקאסט פאר זיין מערכה, שרייבט אין אלע צעטלעך וועגען די גאז קאמערען אויב מוועט נישט געבען געלט פאר עם

ירא שמים » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:26 pm

· #296592
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
קרעקער , זאג נאר פאר דו גייסט בארעדן א ארגענעזאציע און חשובע אינגערמאן בוסטו מברר פריער ?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:28 pm

· #309289
אהא

.
📎 Grocer-629.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:17 pm

· #309299
פון וואנעט ווייסט ער ווער איז א סאטמארער פרוי און ווער נישט? ער קען די ווייבער פערזענליך פון די נאנט? אדער קען ער לויט די אויסזען פון די פרוי? די סאטמארער זענען העכער\נידריגער, שענער\מיאוסער, גראבער\דארער? או דלמא פון די פ"ס וואס קויפט אלערליי טייערע זאכען ווייסט ער שוין?

וואלווי » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:39 pm

· #309305
דאכצעך מ' זאגט אז די רבי בעל דב"י זי"ע פלעגט זאגען אז די פרויען זאלען גיין צניעות'דיג ווייל ס'וועט זיי גארנישט העלפען ווייל די סאטמארע פלעק האבן זיי סיי ויי

פרייוויליג » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:46 pm

· #309306
ליטוואק פון בודאפעסט
פון וואנעט ווייסט ער ווער איז א סאטמארער פרוי און ווער נישט? ער קען די ווייבער פערזענליך פון די נאנט? אדער קען ער לויט די אויסזען פון די פרוי? די סאטמארער זענען העכער\נידריגער, שענער\מיאוסער, גראבער\דארער? או דלמא פון די פ"ס וואס קויפט אלערליי טייערע זאכען ווייסט ער שוין?

ווען 'גרויליג' וואלט געוואור געווארן אז מען האט איר גענוצט צו דיסקרייבען די ציטאט פונעם בלאט, וואלט זי אנטרינען פון דינען איר דעפיניציע.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 6:07 pm

· #309308
ליטוואק פון בודאפעסט
פון וואנעט ווייסט ער ווער איז א סאטמארער פרוי און ווער נישט?

פאלם שטרימפ

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 6:26 pm

· #309311
פון אונטער די טיש אינ'ם גראסערי זעט ער וועלכע שטרימפ זיי גייען?! און מ'האלט זיך פעסט דערמיט!

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 1:05 pm

· #309402
ליטוואק וואס פארשטייסטו נישט דער וואס האט נישט א סמארטפאון איז א סאטמערער ווייל זיי האבן מער נישט קיין סמארטפאון'ס און דער וואס האט יא מוז זיין פון די אנדערע קרייזן!

ליפא » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 2:30 pm

· #309527
📎 IMG-20151119-WA0010.jpg

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:11 pm

· #309538
פון וואו נעמט מען אזוי פיל טפשות צו שרייבן א ליגנט און אליין ברענגען א בילד וואס ווייזט אויף די ליגנט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:28 pm

· #309544
וועלכע פאבלוקאציע?

HotCoffee » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:32 pm

· #309547
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
געוואלדיג
פון וואו נעמט מען אזוי פיל טפשות צו שרייבן א ליגנט און אליין ברענגען א בילד וואס ווייזט אויף די ליגנט.

פון זייערע מחנכים\רעבעס.

גנדי » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:49 pm

· #309549
איך האב מורא די שוטים גייען נאך אפיר קראצען דעם איבערלעבר צו פארציילען אז ער איז געראטעוועט געווארן ווייל ער האט געהאט אן איינפאכער קליינער "סעמסאנג" טעלעפאן.

די טפשות איז אזוי גרויס אז מען טאר מער נישט וויסען אז א גוי אין פאריז האט א סמארטפאון. ס'קען חלילה אפשוואכען די מערכה פון די פרויען וואס מאכן זיכער אז מען מאכט נישט קיין טעות בשעת מ'רעכנט צוזאם...

גנדי » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:52 pm

· #309550
קומענדיגע פראגע בויגן וואס איך וועל מוזען אויספילען פון די מוסדות, וועל איך שרייבן די פאלגענדע ביי מאדעל: "איינפאכער קליינע סעמסאנג טעלעפאן"

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 4:06 pm

· #309553
די לעצטע רעפארט איז אז די חת"ת עפפ ער האט בטעות דאנלאדעד, האט בלאקירט די קויל.

ליפא » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 4:15 pm

· #309559
רויטע וואנצעס
וועלכע פאבלוקאציע?

די צייטונג

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 4:25 pm

· #310475
/
📎 IMG-20151126-WA0049.jpg

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 8:42 pm

· #310516
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 10:44 pm

· #310523
אסור להוציא? פון וואו?

בן אדם » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:25 pm

· #310529
קאווע טרינקער
אסור להוציא? פון וואו?

פון "טאהש"

טאמבל סאס » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:10 pm

· #310577
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט אין די צעטל א סטעפ פארווערד? מכלל הן אתה שומע לאוו

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:25 am

· #314491
רוח הקודש? "עס וועט קומען א צייט..."

.
📎 Future Internet.jpg

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 12:10 pm

· #314689
שמעקעדיג
רוח הקודש? "עס וועט קומען א צייט..."

איז דאס דער צייטונג פאר Chimpanzees (בלאט)?

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:03 pm

· #314805
דאס איז 'דער איד'.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:55 am

· #314845
לית דין בר נש
ליטוואק וואס פארשטייסטו נישט דער וואס האט נישט א סמארטפאון איז א סאטמערער ווייל זיי האבן מער נישט קיין סמארטפאון'ס און דער וואס האט יא מוז זיין פון די אנדערע קרייזן!

ואין מקרא יוצא מידי פשוטו...נאר א ליטוואק מיט א קרומע קאפ און א צ---- אין הארצן קען עס נישט , אדער וויל עס נישט פארשטיין... 🙄

פרייוויליג » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:00 pm

· #314938
א חידה: עפענט אויף דעם לינק און דערנאך קוקט דעם בילד דא הונטען. קענט איר וויסן וואס איז נשפע געווארן פון וועם. צו דאס אז מען האט אונז געדאקטערט אז עמיצער וואס גייט צום כותל איז א כופר, ממילא איז יעדע זאך וואס איז ארויס פון מיין באבל איז כפירה. אדער וויבאלד מען האט אונז געהאדעוועט אז עמיצער וואס גייט מיט שטרימפ אן א seam איז א גויטע, ממילא קען מען אנרופען אידן אז זיי זענען גויים סיי ווען עס דינט נאר מיין אייגענע עבודה זרה? וועלכע פון די צוויי איז ריכטיג?
📎 photo12334184457677686 (2).jpg

בן אדם » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:21 pm

· #314943
"~

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 5:57 am

· #315020
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
"בעפאר מען באשטעטיגט נישט אז ער האט נישט קיין סמאראפאון"
ואין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות.

פרייוויליג » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:02 am

· #315399
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
אכן נודע הדבר, ווער עס פלעגט שרייבן אויף די ווענט פון ביהכ״ס ״האט רחמנות פארקויפט נישט אייער נשמה צום שטן״..
📎 photo12334184457677690.jpg

יעלה ויבא » מאנטאג יאנואר 4, 2016 3:23 pm

· #315975
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
📎 uploadfromtaptalk1451938930990.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 3:51 pm

· #315981
דאס איז ערנסט?

וזרח השמש » מאנטאג יאנואר 4, 2016 7:10 pm

· #316018
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
📎 uploadfromtaptalk1451952620495.jpg

יהושע חיים » מאנטאג יאנואר 4, 2016 8:33 pm

· #316029
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
ר' מענדל האגער פון קיימישע לעיק האט געהאט א עקסידענט און מהאט איהם געקאלט פון זיין טאטעס שטוב אז זיי טאטע וויל רעדן צו איהם אדער ער וויל וויסן וואס גייט פאר, און ער נעמט זיך מאכן קולות אז ער רעדט נישט אויף קיין סמארט פאון...
און זיין אלטע טאטע האט נעבעך געמיינט אז מען זוכט עהם אויסצונארן
ודו"ק

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

מור וקציעה » מאנטאג יאנואר 11, 2016 7:55 pm

· #317015
בעצם באלאנגט עס נישט אין דעם אשכול, ווייל מען רעדט דאך דא פון אן אדמו''ר וואס רעדט דברים של טעם, וואס איז ממש א זעלטענהייט אין אונזער ''יהרג ואל יעבור'' עפאכע, נאר איך האב פשוט נישט געטראפען אן אנדערען פאסיגען אשכול [כ'מיין וויפיל מאל מאכט זיך דען שוין אז אן עסטעבלישט רבי זאל רעדן צו די זאך, אין דעם ענין, אז עס זאל זיין אן אשכול מיוחד לזה] ממילה לייג איך עס דא
וממנו ילמדו וכן יעשו

"לא אסרתי כי אני סומך על החסידים"
תופעה נדירה בעולם החסידי: האדמו"ר מקרלין-סטולין סומך על חסידיו שלא יעשו שימוש פסול בטלפונים החכמים
משה ויסברג יום שני א' שבט תשע"ו 20:23 11/01/2016

האדמו"ר מקרלין-סטולין התייחס היום (ב') להחזקת הסמארטפונים של חסידיו, בדברים שנשא בסעודת ראש חודש.

הרבי אמר כי, "כבר חודש עבר מימי החנוכה ויש זמן חורף ארוך - שובבי"ם זה זמן שצריך להתחזק, וללמוד לפני התפילה וברציפות כל הסדרים.

האדמו"ר התייחס לטלפונים החכמים ואמר: "יראת מאלוקיך" זה לדעת שאם יש לך יראת שמים זה כשאתה לבד עם עצמך, היום היצר הרע יותר קל לו לעבוד מפעם יש לו דרכים יותר קלים, אנחנו באמת לא אסרנו את זה, אבל בוודאי שאסור להשתמש לדברים לא טובים מיט נארישקייטן (שטויות).

"מה שחייבים מותר אבל אחד שלא יודע איך להשתמש ערלך (הגון) אז אסור לו להחזיק את זה".

האדמו"ר הוסיף והסביר, "לא אסרו את זה אצלנו, לא בגלל שאנחנו רמה יותר חלשה, אלא בגלל שאנחנו סומכים שהמשתמשים בסמארטפון הם 'ערלאכע אידן' (יהודים הגונים), ואחד שלא יודע להשתמש בזה כהוגן אסור לו להשתמש בזה".

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/94947/%D7%9C%D7%90-%D7%90%D7%A1%D7%A8%D7%AA%D7%99-%D7%9B%D7%99-%D7%90%D7%A0%D7%99-%D7%A1%D7%95%D7%9E%D7%9A-%D7%A2%D7%9C-%D7%94%D7%97%D7%A1%D7%99%D7%93%D7%99%D7%9D.html">http://www.bhol.co.il/94947/%D7%9C%D7%9 ... D7%9D.html</a>

ירא שמים » מאנטאג יאנואר 11, 2016 7:59 pm

· #317016
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
שמעתי אז ער אליינס האט א סמארטפון.

בן אדם » מאנטאג יאנואר 11, 2016 8:15 pm

· #317020
אה, ענדליך האב איך שוין א רבי!

ירח בן יומו » מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:51 pm

· #317059
ירא שמים
שמעתי אז ער אליינס האט א סמארטפון.

וואס איז זיין ניק דא אין שטיבל?

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:17 pm

· #317064
ירח, דער רבי האט מיר געשריבן אין אישי אז דו פרובירסט עובר צו זיין אויף גילוי, און פארלאנגט אז די הנהלה זאל דיר אויסשפארן... כ'האב אין געזאגט אין עונשין אא"כ מזהירין.... אלזא, גיב אכטונג!

ירח בן יומו » מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:26 pm

· #317067
שמעקעדיג
ירח, דער רבי האט מיר געשריבן אין אישי אז דו פרובירסט עובר צו זיין אויף גילוי, און פארלאנגט אז די הנהלה זאל דיר אויסשפארן... כ'האב אין געזאגט אין עונשין אא"כ מזהירין.... אלזא, גיב אכטונג!

פאלט דיר נישט איין איז איך בין די רבי אליין.

נעה, עכט בין איך נישט.

ביליג » דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:27 am

· #317084
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
📎 uploadfromtaptalk1452576447709.jpg

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 12, 2016 11:48 am

· #317127
פון פאקטן טאר מען שוין אויך נישט רעדן
מעלות חודש שבט
📎 100MEDIA$IMAG1028.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19