☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

רביה''ק זי''ע » זונטאג יולי 4, 2021 6:47 pm

· #477122
גיימער קיין גוואטאמאלא.

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 5, 2021 3:09 pm

· #477196
רביה''ק זי''ע
גיימער קיין גוואטאמאלא.

ביסט שוין.

אייראפעישער חסיד » דינסטאג יולי 6, 2021 1:51 pm

· #477244
דערהויבענע איד
רביה''ק זי''ע
גיימער קיין גוואטאמאלא.

ביסט שוין.

רביה''ק איז ליבערשט אין מאנהעטען!

קהל'ס נער » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:45 pm

· #481624
ונבנתה העיר
סטיווען קאלבערט טענה'עט אז מען זעהט בחוש אז פון ווען די איי פאון האט אנגעהויבן ארויסקומען האבן די וועטעראנען פון די צווייטע וועלט קריג אנגעהויבן שטארבן אין די מאסן...

יא יא, מיט די מהלך פון סטאטיסטיקס האב איך אמאל געהערט פון איינעם א ראיה אז עס איז געזונט צו רייכערן.
ווייל רוב מענטשען וואס שטארבן האבן נישט גערייכערט...

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 6:04 am

· #481634
קהל'ס נער: לאמיך מאכן א שהחיינו. איך בין דער ערשטער וואס האט דיר געגעבן א לייק...!

נאר ס'איז נישט נאר סטאטיסטיקס. נאר די אלגעמיין אנגענומענע מעדיצינישע מיינונג ביז בערך 100 יאר צוריק איז געווען אז רייכערן ציגארעטלעך איז געזונט פאר'ן מענטש.

קהל'ס נער » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:58 pm

· #481713
שכוייח ר' גאלי פארן זיין די ראשון ראשון חביב און מיר ציווארפן א לייקל.
די אמת איז אז איך דריי מיך שוין דא אין קאפי רום א לאנגע צייט, נאר יעצט האב איך אנגעהויבן צו פארשפרייטען מיינע דפקנ"ח.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:47 pm

· #481729
קהל'ס נער: מזל טוב. דו האסט מיר געגעבן א נייעם נאמען. שוין 70 יאר רופט מען מיך בערל בעל עגלה. (נאך פון אלס קינד. ווייל איך פלעג נעמען שטערצלעך פון א טאפ אלס סטירינג ווהיל און שפילן באס דרייווער.לאל) און יעצט האסטו מיר געגעבן א שיינעם ניעם נאמען...יישר כח...!

קהל'ס נער » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:57 pm

· #481731
גאלי: ס'איז שוין שנת ב' אלפים כ"א למספר בני יאשקע, דיין נאמען האט זיך געבעטן פאר א אויפטאג (update).

היכי דמי » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:58 pm

· #483169
📎 29CC4140-46CC-4ED5-AB5F-63DDF86FDC30.jpeg

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:09 am

· #483190
.
📎 Screenshot_20211014-000718_WhatsApp.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:37 am

· #483197
קהל'ס נער: כ'האב ערגעץ געליינט אן אינטרעסאנטן סיפור פון אפענע רוח הקודש בימינו.

א געוויסער צדיק איז געקומען צו א גביר אין שטוב. ווען דער גביר האט דערלאנגט די מאכלים פאר'ן עולם האט די רבי בשום אופן נישט געוואלט טועם זיין פון די מאכלים. אויסער א ביסל ספרינג וואטער פון די באר מים קאמפעני מיט א גוטע השגחה פון התאחדות. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער ווילל דא גארנישט טועם זיין. האט ער ברוב ענוותנותו געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס. פאר זיין גבאי האט ער אויסגעזאגט דעם סוד. אז די רביצין, די נגידית'טע האט (ליידער, בעוה"ר) א סמארטפאון...! ויהי לפלא...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:39 am

· #483198
די אפיקורסים פרעגן: אויב די רבי האט עס פאר קיינעם נישט פארציילט. נאר ער האט געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס. וויאזוי האט מען אויסגעפונען דעם טעם.... דער גבאי האט אויסגעזאגט...!

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 5:53 pm

· #483274
גוט געשריבן.
📎 IMG_20211014_175028_308.jpg

בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 6:03 pm

· #483275
מצד שני האף איך אז די טיפשת נעמט אוועק די ערנסטקייט פון די נארישע מערכה ווייל קיין שום קלוגע מענטש וועט זיך נישט שטעלן אויפן זייט צו פארטיידיגן די אומזאכלעכע עיקסטרעמיסטן ממילא וועט די מערכה צזאמפאלן

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:03 pm

· #483283
עס איז איראניש אז די טיפשות באשטייט (בעיקר) פון א קפסיק ותני:
״סמארטפוין״ ← ~״יראת שמים״ (צי אפשר גאר א ״↔״ אדער אן ״=״)
אָן קיין שום ניוּאנס וכו׳. אין אנדערע ווערטער, א קלאסישע דוגמא פון (ירושלמי ברכות ה ב) אם אין דיעה הבדלה מניין. און דעם ענין פון א חסרון בדעת איז עפעס וואס דער תלמוד באשולדיגט טאקע פרויען אין - ״דעתן״ קלה עליהן (קידושין פ:).

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:03 am

· #483313
מי אני
עס איז איראניש אז די טיפשות באשטייט (בעיקר) פון א קפסיק ותני:
״סמארטפוין״ ← ~״יראת שמים״ (צי אפשר גאר א ״↔״ אדער אן ״=״)
אָן קיין שום ניוּאנס וכו׳. אין אנדערע ווערטער, א קלאסישע דוגמא פון (ירושלמי ברכות ה ב) אם אין דיעה הבדלה מניין. און דעם ענין פון א חסרון בדעת איז עפעס וואס דער תלמוד באשולדיגט טאקע פרויען אין - ״דעתן״ קלה עליהן (קידושין פ:).

מי אני: איך האב אמאל געזאגט פאר א ווערטל צו איינעם אז ער טאר נישט מאכן קיין הבדלה. ער האט נישט געכאפט וואס איך מיין (מסתמא אן אונגערישער אדער א גאליציאנער). האביך איהם איבערגעזאגט דעם מאמר חז"ל..."אם אין דעת הבדלה מניין"...!

היכי דמי » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:56 am

· #483353
📎 CDA980E9-7526-4EF7-B33F-7C6AFFD33AE2.jpeg

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:01 pm

· #483355
דער סמארטפאון אלארם סיסטעם איז אויך געווארן דאונלאודעד דורך א סמארטפאון. און ווערט קאנטראלירט פון א סמארטפאון. דורך די גבאים...!

איך שיק שוין אריין א טשעק דורך פעקס. כדי זיך צו באטייליגן אין דעם הייליגן מערכה...!

בן נון » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:05 pm

· #483368
איך קען קוים ווארטן פאר די אלארם אוי גייט עס זיין פאן די בתי מדרשים גייען באמבערן אגאנצע טאג יומם ולילה לא ישבתו מען גייט אפעציעל האבן א תירץ פארוואס צו דאווענען אינדערהיים

טמיר » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 8:54 pm

· #483493
גוט.. דאס איז א געלונגענע עד!
פארוואס שטייט נישט ווי עס איז דא צו באקומען?

גיב א שמייכעל » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 11:50 pm

· #483573
גאר א שווערע פראבלעם....
און די נאנטע צוקונפט וועלן די מוסדות'ר אנהייבן שיקן אינספעקטאר'ס ביי אלע טיהרן צו זעהן ווער עס באקומט עמעזאן באקסעס....
און מ'וועט מאכען מאסיווע חתימה-דרייוו'ס ביי די קינדער צו חלילה נישט אנרירען א באקס וואס איז באשטעלט געווארען דורכן טריפענעם אינטערנעט....
📎 photo_2021-10-18_22-23-23.jpg

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 5:56 am

· #483626
berlbalaguleh
קהל'ס נער: כ'האב ערגעץ געליינט אן אינטרעסאנטן סיפור פון אפענע רוח הקודש בימינו.

א געוויסער צדיק איז געקומען צו א גביר אין שטוב. ווען דער גביר האט דערלאנגט די מאכלים פאר'ן עולם האט די רבי בשום אופן נישט געוואלט טועם זיין פון די מאכלים. אויסער א ביסל ספרינג וואטער פון די באר מים קאמפעני מיט א גוטע השגחה פון התאחדות. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער ווילל דא גארנישט טועם זיין. האט ער ברוב ענוותנותו געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס. פאר זיין גבאי האט ער אויסגעזאגט דעם סוד. אז די רביצין, די נגידית'טע האט (ליידער, בעוה"ר) א סמארטפאון...! ויהי לפלא...!

אבער דער גויאישע דעליווערי מאן האט אויך און דער רעבאה האט נישט געוויסט.

צקון לחש » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:33 am

· #483634
די אלע קוריאזן זענען, ווי פארשטענדליך, א געוואלדיגע ישועה, וכדאמרי אינשי (ומטו בה משמיה דלנין שר"י): "ככל שיהיה יותר רע, יהיה יותר טוב."

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:50 am

· #483637
צקון לחש: לענין איז נישט געווען קיין שר"י. ווען מ'פאלגט איהם ווען וואלט דאס קאמוניזם געהאט א סאך א בעסער פנים. ווייל ער האט געוואלט ברצונו או שלא ברצונו איינפיהרן פארשידענע רעפארמען וואס וואלטן (אפשר) געווען א שטיקל ישועה פאר די ארימעלייט וואס האבן זיך געמוטשעט מיט די פרנסה יום יום. נאר ס'איז געווען אזוי באשערט אז דער רויבער און מאסן מערדער סטאלין ימ"ש האטציך אריינגערוקט. ס'נישט אז טראצקי וואלט א סאך בעסער געווען. אבער ס'זענען געווען אנשטענדיגע מענטשן וועלכע האבן געוואלט טון גוטס מיט די באפעלקערונג.

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:54 am

· #486301
דאן פארוואס האבן זיי עים בכלל אריינגעלאזט אין זייער הויז, זיי האבן עים געדארפט בא'שגצ'ן ווי נאר ער האט זיך באוויזן ביים טיר.

#איך_בין_א_קנאי_ווען_עס_לוינט_מיר

ווייל אזוי » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:07 am

· #486303
דאס קוקט ענדערש אויס ווי א נאכגעמאכטע מעלות וואס איז מוחה אויף די כלים.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 5:54 pm

· #486376
קהל'ס נער
דאן פארוואס האבן זיי עים בכלל אריינגעלאזט אין זייער הויז, זיי האבן עים געדארפט בא'שגצ'ן ווי נאר ער האט זיך באוויזן ביים טיר.

#איך_בין_א_קנאי_ווען_עס_לוינט_מיר

ועוד: כמו שאמרתי כמה פעמים. ווען די שנארערס וועללן דערקלערן איינמאל פאר אלעמאל אז זיי גייען נישט נעמען קיין געלט פון מענטשן וועלכע האבן א סמארטפאון. דאמאלס וועל איך אנהייבן צו גלייבן אז זיי מיינען עס ערנסט. (הגם זיי זענען טיפשים און בהמות). אבער ווילאנג דאס געשעהט נישט האלט איך אז זיי זענען פשוט'ע היפאקריטן. וועלכע זענען נאה דורש. אבער נישט נאה מקיים...!

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 6:08 pm

· #486378
די רבי'ס זענען פינקט אזעלכע היפאקריטן ווען זיי לעקן די אחוריים פון געשניפסעלטע-לאס-אנג'עלעס-אידן וואס האבן אינטערנעט אינדערהיים, צוליב תאוות הבצע, בו זמנית וואס זיי פייניגן זייער אייגענע אונטערטאנען מיטן חזיר-פיסל-טענה "ער האט אינטערנעט אינדערהיים".

די עכטע טענה איז "דו האסט נישט קיין געלד, פארוואס זאל איך דיך אנקוקען בכלל, וועסט האבן געלד וועל איך דיר מוחל זיין אלע עבירות".

מיר מיינען יא כבוד, מיר מיינען יא געלד.

נפה » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:43 pm

· #486384
ביי אונז פלעגט מען זאגן מיר מיינען נישט קיין כבוד מיר מיינען נישט קיין געלט, מיר מיינען נאר כבוד צוזאמען מיט געלט.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:54 pm

· #486414
קהל'ס נער: ממש צו געגאגסן פאר געוויסע רבי'ס וואס איך קען. ביי זיך אין ביהמ"ד וועט ער ביי יעדע געלעגנהייט זאגן דרשות און שרייען (אפילו מיט טרערן אין די אויגן) אקעגן אינטערנעט און די טמא'נע כלים. און אין ביהמ"ד 'הענגט צעטליך אז בפקודת כ"ק (מיט א פת"ח) מרן. אדמו"ר שליט"א טאר מען נישט אריינברענגען (ח"ו) קיין סאמרטפאון אדער אנדערע טמא'נע כלי אין גאנצן שטח פון ביהמ"ד. און ער אליין חנפ'עט זיך צו די גרעסטע פושעי ישראלים. און קלאפט זיי אויף די פלייצע און זאגט ..."אחינו אתה"...!

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 2:38 am

· #486934
וויזניצער רבי פון ב"ב בעט כלל ישראל זאל אים געבן זייערע כשר'ע סמארטפאונס ביז נאך חנוכה!

<a class="postlink" href="https://vinnews.com/2021/11/28/vizhnitzer-rebbe-give-up-your-kosher-smartphones/">https://vinnews.com/2021/11/28/vizhnitz ... artphones/</a>

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 7:21 am

· #486943
א שאד ער האט נישט געהייסן אויפגעבן מיט א שטיק צייט צוריק, ווען זיין קהלה האט פארפלייצט די וועלט פאר א מעגא בית מדרש קאמפיין דורך די נעט, וואטסעפפ, וכו'. ס'געווען אן עת רצון, מ'וואלט געקענט מאכן א גרויסע קידוש השם.

זעהט אויס אז פון הימל האט מען אנדערש געוואלט.

הנסתרות לה' אלקינו...

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 8:25 am

· #486948
וואלווי: וואס פארשטייסטו נישט?! די וויזניצע רבי שליט"א (ס'איז דאך ידוע) אז ער האט רוח הקודש. נאר וועגן אונזערע חטאים האט ער נישט באקומען קיין השראה פון הימל אין יענע זמנים. אבער די רבי שליט"א האט אנגעקאלפט אין אנדערע, העכערע היכלות. און די השראה איז צוריקגעקומען...!

פאליטיקאנט » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 2:32 pm

· #486969
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
די ישראל'ישע "שר התקשורת" זאגט פאר חרד'ישע פארשטייער דעם אמת אין פנים.

"ביי די חרדים האט מען צוויי טעלעפאנען, א כשר'ע, און א סמארטפאון"
"איבער פופציג פראצענט חרדים זענען מחובר צום אינטערנעט", "ענק קענען זיך באגראבן די קאפ אין זאמד, אבער דאס איז די מציאות".

<a class="postlink" href="https://t.me/YidInfo/20053">https://t.me/YidInfo/20053</a>

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 9:45 pm

· #486995
נו, 50 פראצענט מוז דאך נישט מיינען ביי אונזער קהילה, מסתמא איז עס דעם שכנ'ס קהילה, ואנחנו נלך לחיים טובים ולשלום....

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 9:49 pm

· #486996
שמעקעדיג: אין נוסח פון זה חליפתי...! מסתמא האסטו דאס געמיינט...!

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 11:33 pm

· #487003
berlbalaguleh
שמעקעדיג: אין נוסח פון זה חליפתי...! מסתמא האסטו דאס געמיינט...!


לפי הסוגיא דמחליף פרה בחמור...

כלבאשבוע » דינסטאג יאנואר 4, 2022 4:54 pm

· #490653
📎 IMG_8238.jpg

צקון לחש » דינסטאג יאנואר 4, 2022 10:18 pm

· #490689
ושכינה מה היא אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי 😢

אלבערט איינשטיין » מאנטאג יאנואר 24, 2022 2:58 pm

· #492648
ווער האט געבארגט זיין טעסלא קאר פאר א כולל יונגערמאן?

📎 10.jpg

📎 11.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:36 pm

· #492691
ער ווייסט נישט אז א גרויס חלק קארס קומען שוין היינט דערמיט. נישט נאר טעסלא.

תרמב » דינסטאג יאנואר 25, 2022 8:45 pm

· #492880
א טעסלא מיט אינטערנעט האט מיר געוואלט אראפקלאפן איך האב מיך גלייך פארגענומען מער נישט צו קאלן מיט א טעלעפאון וואס האט טעקסט גלייך האט מיר א סטעישאן וועגאן אראפגעקלאפט, ברוך השם איך האב נישט געהאט קיין שום שייכות מיט די געאסרטע קארס.....
השומרים תשפ"ד

לעקיש בעער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 9:28 pm

· #492886
אינטערנעט
מי שיש לו מח בקדקדו ואין לו עינים עוורות כבר היה יכול לראות שכל המערכה של האיטערנעט אין לו שייכות כלל לעניני קדושה כמו שהם מוכרים להציבור,
אינטעטנעט הוא הכלי זיין ביותר נגד הרבנים מי שמבין קצת המתנה הגדולה בדורינו שהשי"ת נתן לנו הוא האינטערנעט בדורינו שלפניו היו יכולים למכור הווילמסבורג גשר לכל בר אדם כהיום הכל שריר וקים א"א לקחת בן אדם ולעשות עמו כפרות ועל זה דוה לבם של הרע בנים. וזה ודאי שאינטערנעט יש בו דברים שיש בהם סכנה וצריכים לידע איך להשתמש בו כל א' לפום שיעורא דיליה ע"י מחסום וכו' וכו' אבל הרבנים אינ נוגע להם זה כלל והם מה שמחריבים הדור באינטערנעט ישבתי אצל חבר שלי ברכב ובאמצע השיחה הוציא מהפליפ פאון שלו הסים קארד ואח"כ הוציא מכיסו סמארט פאן והכניס הסים קארד לתוך הסמארט פאן והביט בכל אשר עולה על רוחו, שאלתי אותו למה אתה צריך פליפ פאן קח הסמארט פאן שלך אצל טעג וחסום הדברים אסורים הפראנאגריפי וכדו' ואח"כ תהנה ככל אשר עולה על רוחך, ענה לי א"א, שאלתי אותו למה, ענה לי יש לי ילדים שאני צריך לשלחם למוסודות, שאלתי אותו נו תראה להם שהמכשיר שלך כשר, אמר לי החבר מה השתעגעת, להמוסדות יש דמיון מרוקומנת במוחם שכל ההורים קדושים וטהורים וכל א' מאמין לכל השטיות שמוכרים ואין אינטערנעט רק לצורך פרנסה וכל א'הולך בתלם ואין לו שכל אפי' לחשוב מחוץ לקופסה אם אני מראה הפאן שלי להמוסדות אני השונא הגדול ביותר לכל המערכת שלהם, לא האמנתי לו עד שראיתי במו עיני מה הם עושים לאבא שקנה מכשיר לצורך פרנסה שלכתחילה כשר הנקרא safe telecome broweser free וציערו האבא באופן הכי מבהיל המוסדות שיחקו עם האבא כמו כדור א"א לפרט כאן כדי לשמור על הפרטים ממשיצאתי מצער להאבא חבר טוב שלי באמת ירא שמים היה יכול לקנות אותו דווייס ב50 דולר ושילם 600 עם מס להשיג טעלעפאן כשר למהדרין מן המדרין עכשיו תאמרו לי בבקשה מי חייב בזה שהציבור יש להם אינטערנעט ומביטים כל דבר אסור

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 11, 2022 3:55 pm

· #497947
"כמובן"....
📎 no_phone.JPG

אלבערט איינשטיין » מאנטאג אפריל 11, 2022 8:53 pm

· #497956
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט באריכטעט דאהי פון די לעצטיגע פלאקאטן וואס פיפיגע לאנגווייליגע כולל יונגעלייט האבן אויסגעלייגט איבער בתי מדרשים איבער די בחורים מיט די פליפ פאונס האבן אלעס וואס די יונגעלייט האבן אויף די סמארטפאונס... זיי האט אפילו דערמאנט אייוועלט... וואס די בחורים האבן אויף א apk.

דוד שריפטליך » מיטוואך יולי 13, 2022 1:43 am

· #504065
הוגה
אמ"ג
אויף די בילד האב איך געהערט שמועסן אז ווערייזאן האט געמאכט א לאו סוט קעגן די יעניגע פארן שרייבן כאלו זיי פארשפרייטן נאצים רעדיקאלע וויעלענס......

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 22, 2022 2:23 pm

· #504816
קען איך טאקע נישט פארשטיין פארוואס גדר און משומר זענען נאך אין ביזנעס, עס איז דאך ממש גארנישט ווערד.
📎 filter-is-worthless.jpg

דוד שריפטליך » מאנטאג יולי 25, 2022 2:05 am

· #504941
Lol

היכי דמי » מיטוואך יולי 27, 2022 11:33 am

· #505119
א נייע דערהער. שבת גוים.
📎 D731DBB1-CA47-47F9-911E-D70433F8A98D.jpeg

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 27, 2022 6:43 pm

· #505157
היכי דמי
א נייע דערהער. שבת גוים.
דוכט זיך עס איז שוין "ניי" ארום 7 יאר...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19