☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

940 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 22, 2016 5:08 pm

· #338712
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
דיפלאמא איז א באשטעטונג אז דאס קינד (נישט זיין/איהר מאמע/חבר/שכן) האט געלערנט וואס דער מוסד האט אויסגעלערנט. ווען דו קענסט נישט די אינפארמאציע, קומט זיך עס דיר נישט.
וואס האט עס מיט איהר מאמע'ס באקליידערונג/פארבינדונגס מיטל/גלויבונג?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 22, 2016 6:58 pm

· #338717
איך ווייס אן ענדליך מעשה, געשעהן פאריאר אין מוסדות ב-45, די טאטע פון די מיידל האט עס מיר פארציילט, אז מ'האט נישט געגעבן זיין טאכטער דעם דיפלאומו, ווייל "די עלטערן" האבן











א שכר לימוד באלאנס. (צוליב זיין ביטערע ארעמקייט, + ער ארבעט מן הבוקר ועד הערב)
כ'בין נישט זיכער וועלכע רשעות איז גרעסער.

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 22, 2016 8:33 pm

· #338720
צוריקהאלטן א דעפלאמע אלץ א מיטול צו באקומען שכר לימוד קען איך דערהערן. אמת ס'איז ווייטאגליך פאר א קינד וואס באקומט עס נישט אבער ס'איז פונקט אזוי ווייטאגליך פאר א מלמד/טיטשער וואס באקומען נישט זייער מאגערע געהאלט באצייטענס.

ירח בן יומו » מיטוואך יוני 22, 2016 11:04 pm

· #338730
שמעקעדיג


ירח בן יומו, כ'בין סורפרייזט פון דיין חוות דעת.

ווען דו וואלסט מיט געהאלטן פון די נאנט ווי אזוי יונגע פיינע איידעלע ערליכע מיידילעך זענען אראפ פון זינען (יא יא כפשוטו ומשמעו), דארך אזא מעשה פון א מאמע וואס האט געהאט ארום ליגן א הייס געווער (אייפאון אנע פילטער) וואלסטו גארנישט געווען סאפרייזד.
די מאמע איז א מרשעת און עס איז א חוצפה פון איהר זייט צו פארלאנגן א דיפלאמע, (איך ווייס נישט איבער דעם ספעציפישן פאל אבער עס איז זייער זייער מעגליך אז אין דעם קלאס זענען אפאר מיידלעך געגאנגן צום גרונד א דאנק די רוצח).
אלע התחייבות'ן פון א מוסד זענען צו די עלטערן וואס סיינען די קאנרעקט, צו די מיידל זענען זיי גארנישט שילדיג, גארנישט מער ווי איך און דו וואס דארפן פראבירן צו העלפן א יוד.

ביבער » מיטוואך יוני 22, 2016 11:59 pm

· #338735
אראפ פון זינען דורך אייפאון?

ירח בן יומו » דאנערשטאג יוני 23, 2016 12:27 am

· #338738
ביבער
אראפ פון זינען דורך אייפאון?

יא, יא, עס דארף אסאך כוחות הנפש צו קענען פארדייען ריכטיג אזויפיל אומגעוואונטשענע נאלעדש, און יונגע חברה האבן נישט אלעמאל די כוחות דערצו.

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 23, 2016 12:39 am

· #338739
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
איינמאל פאר אלעמאל, ספעל איט אוט. כ'האף אז די ליינער דא זענען ערוואקסענע, און וועלן קענען פארדייען די נאולעזש וואס דו וועסט פארציילן.

דערצייל פונקטליך, ברחל בתך הקטנה, וואס עס איז געשען מיט די יונגע כוחות'לאזע מיידלעך פון היי סקול, וואס האבן זיי געהערט וואס האט זיי פשוט אראפ געפירט פון זינען.

פון דיין שפראך איז אנצונעמען אז דו האסט אליין מיטגעהאלטן אזא פאסירונג, סאו דא איז קאווע שטיבל. דרייען מיט די צונג און זאגן "ווען דו וואלסט מיטגעהאלטן בלא בלא בלא" איז גוט פאר די מעלות, און פאר אייוועלט, נישט דא. דערצייל פונקטליך וואס איז געשען, ליוו נאטינג טו אימעזשענעישאן. מיר ווילן אלע זייער שטארק איבערצייגט ווערן, מיר דארפן פשוט איינער זאל עס ריכטיג מסביר זיין.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 23, 2016 2:22 am

· #338752
ירח בן יומו
שמעקעדיג


ירח בן יומו, כ'בין סורפרייזט פון דיין חוות דעת.

ווען דו וואלסט מיט געהאלטן פון די נאנט ווי אזוי יונגע פיינע איידעלע ערליכע מיידילעך זענען אראפ פון זינען (יא יא כפשוטו ומשמעו), דארך אזא מעשה פון א מאמע וואס האט געהאט ארום ליגן א הייס געווער (אייפאון אנע פילטער) וואלסטו גארנישט געווען סאפרייזד.

קענסט מסביר זיין וואס דאס מיינט אראפ פון זינען?

איך זעה אז אמאל קען מען אויך אראפ פון זינען אן א איפאון אויך...!

קלוגע יודל » דאנערשטאג יוני 23, 2016 2:32 am

· #338753
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
קאווע טרינקער
איך ווייס אן ענדליך מעשה, געשעהן פאריאר אין מוסדות ב-45, די טאטע פון די מיידל האט עס מיר פארציילט, אז מ'האט נישט געגעבן זיין טאכטער דעם דיפלאומו, ווייל "די עלטערן" האבן











א שכר לימוד באלאנס. (צוליב זיין ביטערע ארעמקייט, + ער ארבעט מן הבוקר ועד הערב)
כ'בין נישט זיכער וועלכע רשעות איז גרעסער.

ב-45 = בעלז? בלאזוב? וועלעכע בלאזוב?

עפעס אזוי » דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:40 am

· #338758
איינער האט עס ארויף געלייגט אויף matzav.com
<a class="postlink" href="http://matzav.com/the-matzav-shmoooze-no-diploma-for-you/">http://matzav.com/the-matzav-shmoooze-n ... a-for-you/</a>

בן אדם » דאנערשטאג יוני 23, 2016 9:18 am

· #338772
צוויי פון די קאממענטס אין matzav.com
1)
So sad. And what about all the children who will not get diplomas, regent marks, report cards etc because their parents cannot afford to pay up what they owe? Another shining example of children suffering for what their parents do or don’t do.

Parents need help but won’t get it because there is no community school. They are privately owned and the heads of schools do what they want. Somehow the schools feel that “in the name of chinuch and working together” they can tell parents how to run their homes and live their lives but the parents have no say in what the schools can or can’t do. Homework, tests, finals, phones, camp, vacations – you name it and the schools have their opinions. So sad that things cannot be worked out nicely.

I know of a story a few years ago where a teacher walked into a local Bais Yaakov to be met by the principal who handed the teacher a list of students that were not allowed to take their finals that day since there were still outstanding tuition balances. The teacher informed the principal that financial matters are between parents and administration and have nothing to do with the children. The teacher, without even looking at the list ripped it in half and handed the torn paper to the principal. The principal (stunned) told the teacher that even if you have every girl take the final I will not allow them to get their marks or report cards until the balances are paid. The next morning, the teacher handed in the grades of the finals and the report card marks and told the principal that the school can do as it wishes because all of the finals were marked last night and every student received a personal call from me to let them know their test mark and their report card grade. The children were not going to suffer even for a moment because of issues with parents.

Of course – you guessed it – the end of the story is the teacher was terminated. The teacher didn’t care because the relationship between teacher and student carried on for years. The teacher said at the time, I would have done the same thing for my child and that is why I did it for my students.

א צווייטער איז מגיב אויף דעם...
2)

Thank you, thank you. I know exactly what you’re talking about. My niece was in that school, in a different grade, and was called out of class and sent home because her Parents had absolutely no money left to pay for her tuition. We had a similar situation with our daughter in a different school. My daughter was called into the office with a few girls and was told to call us and let us know that she can’t go back into class because the tuition wasn’t paid in full yet. We were giving as much as we were able to each month, and they knew that, and without any scholarship, we were falling behind. My daughter came home in tears. We can not and will not forgive the school. This is the chinuch they want to impart to our Yiddisheh tochter?
I don’t understand why the tuition crises doesn’t get any serious attention and solutions from those who are osek in tzarchei tzibbur. It seems to be swept under the carpet.

האר אויפשטעלנד איז שוין נישט דאס ווארט!!

ירח בן יומו » דאנערשטאג יוני 23, 2016 9:26 am

· #338773
נאך קאמענטס פון דארט:


the school is right!


IN endless numberless articles and letters people complain,whine, inveigh that schools are supposed to be more than just education

Now ,this school fulfills that mandate !!

The mother
understood this all well

in advance ,and for status or
whatever,chose to send her daughter there.



To crying mother: I’m sorry to say, but an unfiltered Iphone can cause damage a million times worse than not receiving a diploma. Ask any Rov and they can testify how many homes are destroyed, how many of our children go off the derech, how much pain, unfiltered internet has and continues to cause. Would you cry if a girl broke a shidduch because the boy smokes? Would you slap your child if they played with fire? Would you punish your child if they ran across a busy road without looking? Unfiltered smartphones are worse in every way.

I don’t mean to be so harsh, but its about time we faced reality and took responsibility for our actions. Did the parent not realize that the school prohibits unfiltered internet? I have a feeling that such measures are exactly what we need to curb this festering cancer in our society. Think about the spiritual future of klal yisroel, not just the financial future.

We can all change if we have the will.

גראף » דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:18 am

· #338776
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
עז יוזשאעל די מיטל קלאס געטס סקרוד. דער גביר האט נישט קיין פראבלעים. און אויב פארדינסטו אפציעל ווייניג געלט באקומסטו וואטשערס מיט אלע פראגרעם'ס אדער ביסטו פון די מיטל קלאס וואס פארדינט אלעס אויף די ביכער און אפילו נישט מיטל קלאס נאר דו און דיין ווייב פארדינען מער ווי פיר הונדערט דאללער א חודש (נישט ממש) ביסטו ווייטער א שלימזל.
נו אויף דעם פלעגט ער שרייען אז מען דארף בערני.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:24 am

· #338778
און דער דיין גיט נאר 6 חדשים מאקסימום וד"ל.

שוין, לאמיר נישט פארקריכן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:25 am

· #338780
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
פארוואס איז א קאמענט אויף ענגליש פון מצב קלוגער ווי פון ק"ש אויף אידיש?
ירח בן יומו, דו ווייסט אוודאי אז לאזונגען ווערען געווענדליך פארדאמט דא. 'פרעג נאר נישט', 'דאס ארגסטען' און 'שאול תחתית ממש' מיינט דא גארנישט. וואס האבען די מיידלעך געטוהן און פארוואס זאגט מען אז אנ'ם אייפאון וואלטען זיי עס נישט געטוהן?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:33 am

· #338783
ירח בן יומו
די מאמע איז א מרשעת און עס איז א חוצפה פון איהר זייט צו פארלאנגן א דיפלאמע, (איך ווייס נישט איבער דעם ספעציפישן פאל אבער עס איז זייער זייער מעגליך אז אין דעם קלאס זענען אפאר מיידלעך געגאנגן צום גרונד א דאנק די רוצח).
אלע התחייבות'ן פון א מוסד זענען צו די עלטערן וואס סיינען די קאנטרעקט, צו די מיידל זענען זיי גארנישט שולדיג, גארנישט מער ווי איך און דו וואס דארפן פראבירן צו העלפן א יוד.

ירח, זיי האבן דען מיט אזא שריט געהאלפן א איד? וואס קען די מיידל יעצט טון לאחר המעשה?
נניח אז די מאמע איז א מרשעת, ווייסן מיר דאך אז 2 ראנג'ס דאזנט מעיק עי רייט!
און ווער רעדט דא פון "העלפן א איד"? די מוסדות דארפן דא העלפן? זיי דארפן ס"ה געבן פאר די מיידל וואס זי האט ערליך פארדינט!
איי די מאמע האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די מוסד'ס אייגענע אויסגעטראכטע תקנות? ווי קומט הודו צו כוש? סתם ווייל כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו??? דאס איז דאך ריכטיג מדות מושחתות!

ירח בן יומו
די מאמע איז א מרשעת און עס איז א חוצפה פון איהר זייט צו פארלאנגן א דיפלאמע

איז דען די מאמע די וואס "פארלאנגט" א דיפלאמע?

כ'וועל מודה זיין אז לו יהא כדבריך, טאמער די מוסדות האבן געווארנט די מאמע בעפאר, און די מיידל איז טאקע א פארדארבענע און האט פארדארבן אנדערע מיידלעך, האבן די מוסדות יא א שטיקל גערעכטע טענה. אבער באשטראפן על סמך אז "מסתמא האט די מאמע געלאזט די קינדער זיך שפילן מיט אן אומגעפילטערטן פאון" איז נישט גענוג קראנט צו באשטראפן א קינד אזוי ברוטאל. מאן יימר? מעגליך אז זי האט נישט געלאזט די קינדער זיך שפילן דערמיט?! בקיצור ס'איז נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ, מיט א הנחה אז די מאמע האט געלאזט די קינדער זיך שפילן מיט הייס געווער.

יהושע חיים » דאנערשטאג יוני 23, 2016 2:26 pm

· #338817
ווי לאנג גייען נאך גיין די סברות אויף זיך משתלט זיין אויף המון עם
ווי קומט מוסדות צו זאגן וועגן טעכנעלאגיע ביי מיר אינדערהיים? ווייל עס וועט שאדן מאכן פאר אנדערע קונדער אין כיתה
אבער יעצט ביי די מעשה וועט עס שוין קיינעם נישט קאליע מאכן איז אויב אזוי ווי קומט יעצט מען זאל זאגן עפעס? האט נישט געפאלגט די רולס פון די סקול!!! איז וואס?? וועם דארף עס אנגיין מען וואלט זיך געדארפט פרייען אז אזא איינער גייט שוין ארויס אבער ניין לאמער אריינכאפן נאך אביסל קאנטראל אויף דער משפחה וואס קיין וועג צוריק האבן זיי נישט (חוץ אויב ארויפלייגן א פילטער און מעגלך עס אראפנעמען א טאג דערויף איז געניג)

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 24, 2016 10:16 am

· #338947
.
📎 Rivniz.JPG

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:09 pm

· #339677
ביטע קאלט אריין, אבער שוין!! לייגט עס נישט אפ!!!!!

.
📎 camp.JPG

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:12 pm

· #339679
שוין יארען וואס קיינער קימערט זיך נישט ווער איז דער מדריך אין קעמפ, ער קען זיין א מאלעסטער, א מאניפיולעיטער, סתם א ליידאק, קיינער גייט נישט אן. אבער א סמארטפאון? דאס איז שוין א פעקעל

בן אדם » דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:03 pm

· #339718
די מוסד האלט עפעס נישט ביים פאלגן... מ'דארף קאמפיינען ביים עולם אז יעדער בלי שום יוצא מן הכלל זאל אריינרופן ווי שנעלער אז מ'זאל חלילה נישט זיין קיין צועק לשעבר.
היינט ביינאכט גייט מען שטיין אין שומרי שבת (אויף די עוועניו, ווייל די סטריט איז שוין אקיופייד דורך די ערב רב רח"ל) און מ'וועט טיילן פליפ פאון'ס דער עולם זאל רופן אין לאזן מעסעדזשעס (דורך פארליינען פון א צעטל) אויף אידיש און אויף ענגליש. והן קל כביר לא חמאס תפילת רבים

לייבעלע » פרייטאג יולי 1, 2016 10:56 am

· #339811
אין די שיהלען קען מען דאס זעין
📎 2025450869532543229.jpg

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 1, 2016 11:02 am

· #339813


ממש א עקל, אוי לעינים שכך רואות.
עס דערמאנט די העצע פון די נאצי'ס אין די שטורמער, ווי מען האט אפגעמאלן חוזק קארטונ'ס פון די אידן מיט די לאנגע נעזער און שפיציגע בערד.

עס וואונדערט מיר וועלכע אידן האבן דעם קאפ צו די נארישע שטותים און ספענדן נאכאנאנד צייט, כח און געלט פאר די עקלהאפטיגע נארישקייטן.

קל וחומר » פרייטאג יולי 1, 2016 12:03 pm

· #339822
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
מ'ברויך איינשפאנען אפאר מעלער צו פירן א פארקערטע מערכה, אפחוזק'ן פון די שווארץ-קוקער.
#ענה לכסיל כאולתו

יהושע חיים » זונטאג יולי 17, 2016 4:37 pm

· #342523
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה


שמעקעדיג » פרייטאג יולי 22, 2016 10:13 am

· #343174
.
📎 Smartphone Sign.jpg

הקטן » פרייטאג יולי 22, 2016 10:20 am

· #343175
וואס האלט איר, אזא טאוועל האט אן עפעקט אז איינער זאל אוועק לייגן זיין סמארפאון?
פארוואס יא?
פארוואס נישט?

בן אדם » פרייטאג יולי 22, 2016 10:22 am

· #343176
וואס האלט איר, דער בריוו איז אן אמת'ער בריוו אדער נישט?

הקטן » פרייטאג יולי 22, 2016 10:31 am

· #343179
בן אדם
וואס האלט איר, דער בריוו איז אן אמת'ער בריוו אדער נישט?

אדער יא אדער ניין

קאמענטירער » פרייטאג יולי 22, 2016 10:33 am

· #343180
@הקטן
כגלייב נישט אז איינער וועט אוועקווארפען זיין פאון וועגן בילדבאורדס, אזויפיל קען יא זיין אז די וואס האבען זיך נאכנישט איינגעהאנדעלט וועלן זיך קענען בעסער איינהאלטען ווען סאיז דא א קאמפיין אויף נישט.

@בן אדם
איך האלט אז דער בריוו איז אויסגעזויגען פון די פינגער, פשוט ווייל סאיז צו א לאנגע פראסעס אז א מענטש זאל זיך מיען נאר צו אנפילען די צייטונג שורות,

פליקער » מוצ"ש יולי 23, 2016 11:30 pm

· #343230
איך בין געפערליך אנגעווארעמט געווארן פונעם אידעל וואס איז פארווארעמט געווארן פונעם בילבארד, וואס האט באשלאסן מפרסם זיין מסתם פאר סגילה אדער אנציווארעמען דעם ציבור, יוש איז געווען ווארעם די שבת

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 7, 2016 6:49 pm

· #344809
וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 7, 2016 8:43 pm

· #344826
שמעקעדיג
:דיסלייק:

ממש א עקל, אוי לעינים שכך רואות.
עס דערמאנט די העצע פון די נאצי'ס אין די שטורמער, ווי מען האט אפגעמאלן חוזק קארטונ'ס פון די אידן מיט די לאנגע נעזער און שפיציגע בערד.

עס וואונדערט מיר וועלכע אידן האבן דעם קאפ צו די נארישע שטותים און ספענדן נאכאנאנד צייט, כח און געלט פאר די עקלהאפטיגע נארישקייטן.

שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט מיר ממש אויסגעכאפט די וועטער. ברוך שכיוונתי לדעתך הקד(ו)שה... 😂
נאר דאס ווייזט אויף איין זאך. אז די משוגעים לאותו דבר וועללן זיך נישט צוריקהאלטן פון נאכקאפירן קארטונ'ס פון דעם נאצישן שטירמער אדער פון די אנדערע אנטיסעמיטישע צייטונגען. דאס איז די זעלבע פארפוילטע מענטאליטי וואס די נטורי חרתא האבן. זיי שטערט נישט צו גיין צוזאמען מיט רוצחים און אנטיסעמיטן. אבי זיי זאללן דערגרייכן זייער ציהל... 🙄

לייבעלע » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 2:39 pm

· #344905
שמעקעדיג
וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

לעצטע וואך קימט מיין קליינע אינגעל צו מיר און זאגט מיר טאטי די טרינקסט סוער וואסער, פרעג איך עם וואס מיינסטי, זאגט ער מיר אויף די שומרים קארד'ס וואס איך האב שטייט אז איינר וואס האט א סמארטפון טרינקט סוער וואסער, זאג איך עם מיין פאון האט א פילטער, זאגט ער מיר עס שטייט אפילו מיט א פילטער, איך בין געווארען רויט און ווייס פין כעס און בושה,מיין אינגעל האט ביז היינט נישטאמאל געוויסט וואס איז א סמארטפון ער איז א קליין אינגעלע פון כיתה ג', וויל איך דא זיך ווענדען צו דעם ארויסגעבער פון די שומרים קארד'ס וואס פאר אפאר גראצער פארקופט ער זיין נשמה צום שטן און איז מחנך א דור פון מחוצפים'לעך, איך ווייס נישט ווער די ביסט אבער זאלסט וויסען איך בין דיר נישט מוחל בזה ובבא, שעם זיך, ביסט א פארדארבענע מענטש מיט מידות מגונות, און איך וויל נישט באלאנגען צי א כלל ישרא' וואס האט אזעלכע מענטשען ווי דיר,

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 3:42 pm

· #344912
ווען מיין איגעל איז אהיים פון חדר מיט מימרות אויף סמארטפאונ'ס און אינטערנעט, האב איך איהם געגעבען צו פארשטייען וואס איז דאס אינטערנעט, א פלאץ ווי מ'קען אלס ארויפלייגען, און דעריבער איז דארטן דא חכמה און כסלות, מצוות מיט עבירות. דעריבער דארף מען זיך היטען פון די עבירות דארט מיט א פילטער. דער וואס האט נישט קיין ילטער קען מעגליך זינדיגען. נישט דער אינטערנעט איז דער עבירה, נאר דאס מ'וועט מעגליך טוהן דערמיט. א קינד קען דאס פארשטייען. מ'קען איהם אויך זאגען אז מאנכע רעדען עקסטרעמע און מ'רופט עס אן א דבר טמא, אבער דאס מיינען זיי מיט די ווערטער. זיי קענען פארשטייען, און טאמער נישט, גיבט מען זיי צו פארשטייען

ווייל אזוי » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:23 am

· #345384
א בילד פון שומרים קארדס.
📎 Shomrim.jpg

שלום על ישראל » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 1:04 pm

· #345395
די המספיק גאזעט (איינע פון מיינע איינציגסטע אידישע אויסגאבעס וואס אין ליין) האט די חודש אן אינטרעסאנטע אנטווארט צו א לייענער'ס בריוו.

דיסקלעימער: איך מיין אז המספיק'ס ברייווען זענען אייגענטליך אמת'ע.

קודם, פאלגענד איז די בריוו וואס א לייענער האט אריינגעשיקט:
שרייבער 5780
א צייט צוריק האט א ליינער רעקאמענדירט א וועבזייטל leakygutcure.com. צו מיין איבערראשונג האט מיין אינטערנעט פילטער מיר געווארנט אז דער זייטל איז פארדעכטיגט. איך האב פארט אריינגעקוקט דערין, און די וועג וויאזוי די רפואה ווערט דארט אדווערטייזט איז אויך פארדעכטיגט (לויפט און קויפט, באלד וועט עס מער נישט זיין! עס וואלט רואיג געקענט קאסטן 300$ , אבער מיר געבן עס אוועק פאר בלויז 40$.) איך האב געזוכט אויפ'ן געוועב אויב די גאנצע זאך איז א שווינדל, און איך בין פארפלייצט געווארן מיט אומצאליגע לינקס וועלכע פרעגן די שאלה, און אלע פירן נאר צו קויפן דעם פראדוקט. איך בין צומישט. איך האף שטארק אז עס איז נישט קיין שווינדל וויבאלד צופיל מענטשן פארלאזן זיך אויף אייער אדורכזיפן וואס עס גייט אלץ אריין אין גאזעט. א דאנק פאר'ן נעמען די צייט צו ליינען מיינע ווערטער.


די רעדאקציע ענטפערט:
המספיק
אדאנק פאר'ן זיך פארבינדן מיט אונז איבער אייער זארג. ערשטנס דער גאזעט רעקאמענדירט קיינמאל נישט הלכה למעשה וואס מענטשן זאלן טון. יא, מיר פרובירן אייביג זיכער צו מאכן א די טעלעפאן נומערן אד"ג וואס גייען אריין זענען ריכטיג און אויסגעהאלטן, אבער ווי נאכאנאנד דערמאנט, טוען מיר פערזענליך קיינעם נישט אינדארסירן אדער רעקאמענדירן. דער רובריק איז פון ליינער צו ליינער, ווען די רעדאקציע נעמט בלויז די מינימאלסטע שריט צו רעדאגירן די בריוון צום געשמאק פונעם ציבור. מיט די אויסגעהאלטענע באגרעניצטע צוטריט וואס המספיק שטאב האבן צום אינטערנעט קענען מיר נישט נאכקוקן אלעס וואס ווערט אריינגעשיקט, און אודאי טוען מיר חלילה נישט רעקאמענדירן פאר קיינעם צו גיין אויפ'ן אינטערנעט זאל עס זיין פאר רוחניות אדער גשמיות. אבער, ווי געשמועסט, דער גאזעט נעמט נישט פערזענליך קיין שטעלונג.


עס איז מיר געווען גאר אינטרעסאנט אז המספיק, א סטעיט-או-די-ארט גאווערמענט-באזירטע ארגעניזאציע, זאל זיך מאכן בא'טעמ'ט אז זי האבן "באגרעניצטע צוטריט ... צום אינטערנעט".
📎 Hamaspik Gazette 141 Yiddish Page 13.pdf

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:50 pm

· #345412
כנראה אז פאר זייערע שטירן מוזן זיי אזוי פארקויפן.

בן אדם » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 9:23 am

· #345480
.
📎 yy.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 4:56 pm

· #345556
איך אויך
כנראה אז פאר זייערע שטירן מוזן זיי אזוי פארקויפן.

איך אויך. און שלום על ישראל: זיי. דער המספיק גאזעט זענען זייער אייגנארטיג מיט דעם אז אפילו ווען זיי ענטפערן אויף פשוט'ע מעדיצינישע שאלות אדער ווען זיי שרייבן סתם א מעדיצינישן ארטיקל, (חוץ, פארשטייצעך ווען זיי באשרייבן ביי א רייכע סעודה מיט די רעגירונג'ס מענטשן זייערע אויפטוען) אז זיי זאללן נישט אריינמישן זייער שטארקע קנאות און אנטי-ציונות...! און אויב דער סטייל איז אקעיגן אינטערנעט. (דאמאלץ איז נאכנישט געווען דער חרון אף אזוי שטארק אויסגעגאסן אויף די טעכנאלאגישע כלים און וואטסעפפ, ווייל די רבי שליט"א האט נאכנישט גערעדט איבער די נושא) וועט מען אומדירעקט ארויסהייבן וואספארא ערליכע אידן און אויכעט ענוים זיי זענען...!

פליקער » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 6:00 pm

· #345568
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
בן אדם
.

די קינה איז שקר און פוסטע דעמעגאגיע, איך האלט ווי די מאן דאמר אז עס איז יא א גיטע זאך.

וואלווי » מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:01 pm

· #345574
פליקער
בן אדם
.

די קינה איז שקר און פוסטע דעמעגאגיע, איך האלט ווי די מאן דאמר אז עס איז יא א גיטע זאך.

ועל כולם דער באבובער רב אויף וועם דער קונן פאר רופט זיך איז געווען היבש א קלוגער מנהיג און וואלט ממאס געווען אין די גאנצע זאך, אדער עכ"פ אנדערש געהאנדעלט.

ליפא » מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:28 pm

· #345578
נאך פאר על גאור איז געבוירן האט שוין סאטמאר געהאט אינטערנאט, זאגאר פאר בחורים

📎 rps20160813_232643.jpg
📎 rps20160813_232624.jpg

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 14, 2016 2:15 am

· #345590
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
ושניהם לדבר אחד מוכשר וד"ל

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:12 am

· #347580
שמעקעדיג
וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296</a>

פליקער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 7:34 am

· #347581
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
שמעקעדיג
שמעקעדיג
וואס איז דאס לעצטיגע משוגעת מיט א.ג. 'שומרים' קארטלעך וואס מען טיילט פאר די יונגווארג?

@רימון אלערט
#שוין צייט צו שליסן שומרים

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=31296</a>

שמעקי טייערע פארוואס האסטו געלינקט אהין, איך האב געליינט אין ס'בליט איז מיר פארגאסן געווארן, כמעט שלא פרצא נשמתי, די האיך מעשרין שאלה, און די רשעותדיגע תירוצים, און אלעס אויף אייוועלט, פארשטייט זיך פאר פרנסה, נאר קדשב''ה קען אויסהיטן זיין שכינתיה

Sent from my VS987 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:15 am

· #347584
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
מיין ווערטער ממש. איך האב געמיינט איך האב שוין געזען שאול תחתית, קומט א פרשת לך לך אין אייוועלט און ווייזט וואס מיינט דאס מעמיקין לו גיהנם, אז דער שאול תחתית איז נאך טיפער ווי געראכטען מיט אזא עקעלדיגע מיינונג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

mevakesh » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:24 am

· #347586
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
איך פלעג אמאל האלטן אזוי ווי רוב דא אז די מלחמה איז א נערישער און עס וועט ממילא נישט מצליח זיין אבער איך האב איינגעזעהן אז איך האב מיר ביטער גענערט
יעדער נער ווילאנג ער ציהט אויף רעכטס איז ער הייליג און אנגענומען אויב ציהסטו אביסעל אויף לינקס מעגסטו זיין קליג ווי קורח און פרום ווי טאשער רבי וועסטו נישט זיין לעגיטים
איך געדענק פאר די כינוס כלל ישראל האב איך געשמועסט מיט א חשובער רב א היבש גראדער מענטש ער האט געברענט פאר אויפרעגעניש וואס מען טוט מיט אונז
מיט די צייט האט ער געזעהן ווי דער ווינט בלאזט און ער האט אנגעהויבען זינגען אנדערש
היינט האלט ער פייערדיגע דרשות פאר אלע סארט פרומע תקנות
איך האב נישט קיין טענות אויף איהם ער האט אוודאי פארשטענען אז אנדערש האט ער נישט קיין עתיד אבער דער רחמנות איז אויף אונז

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 11:27 am

· #348412
דער איד

.
📎 002.jpg 📎 001.jpg

ביבער » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 1:51 pm

· #348437
פארפירערישע העדליין, ווי צו ווארענען די בהמות כאילו דער גאווערמענט שטייט אונטער און שטיצט די מוסדות מיט די תקנות און דערוואגן זאל זיך איינער צו קעגנשטעלן ווארום ער שלאגט זיך מיט די פעדעראל גאווערמענט. אבער דער אמת איז אז דער פסק האט דא גארנישט מחדש געווען, אז א רעליגיע זאל קענען ענפארסן סיי וועלכע תקנה אויף זייער אייגענע פראפערטי (ווילאנג ס'ווייאלעיט נישט יומען רייטס) איז דא אסאך שטערעקערע פסקים ווי דעם. דער פסק זאגט גארנישט איבער תקנות פון א מוסד אויף דעם תלמיד'ס אייגענע שטוב אדער איבעריגע משפחה מיטגלידער וואס דאס איז דער עיקר וואס אונזערע מוסדות טוען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19