אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
yatzmachp #
פאר די אלע וואס טענהן די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וועגן וויזיטעישן, האב איך זייער קלאר געשריבן פארוואס איך האלט מען זאל נישט אפהאלטן קיין גט און ליין עס איבער ווייל איך פיהר מיך נישט איבערצושרייבן. די שאלה איז א פשוטער, ווען א אינגערמאן קומט זיך דורך רעדן מיט אייך צו ער זאל יא אדער נישט געבן קיין גט ווען ער באקומט נישט קיין וויזיטעישן און די גייסט אים מיעץ זיין ביזטו מחויב על פי תורה אים צו געבן די בעסטע עצה משום ולפני עיוור. איז די שאלה וואס איז די בעסטע עצה. איך האב מסביר געווען בטוב טעם ודעת פארוואס איך האלט אז מען דארף מייעץ זיין אויף צו געבן א גט, מיט די שארט און לאנג טערם קאנסעקווענצן. איך האב נאך נישט געהערט קיין פארקערטע סיבה בטוב טעם ודעת מיט די שארט און לאנג טערם קאנסעקווענצן. סך הכל האב איך געהערט אז דו לאזט נישט אפ מיין בארד לאז איך נישט דיין בארד.
אדרבה, עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון די וואס זענען שוין אדורך געגאנגען די מצב, נישט איינער וואס גייט עס יעצט דורך, און ווי אזוי זיי האבן עס געהענדלט און ווי אזוי עס האט זיך אויסגעארבעט אין די לאנג ראן. אין חכם כבעל הניסיון.
די סיבה איז ווייל אפי' אויב דו, פרוי, באקומסט נישט קיין גט איז נאכאלס דא פלענטי פון מענטשן אויף די וועלט פון וועלכע זיך צו וועהלן, חתונה צוהאבן מיט. דאס אז אז האסטיך לימיטעד חתונה צוהאבן נאר מיט מענטשן וואס עקסעפטן דער רעלידזשעס צעטל איז א מעטטער אָף רעלידזשעס טשויס. דיין טשויס!
די קינדער מאידך גיסא קען זיך אבער דער טאטע נישט וועהלן. דאס איז שוין א געשעעהענער פאקט, ולכן חוץ אויב דו גיבסט אים נאך דער בקשה, האט ער נישט קיין אנדער אופן זי צו עררייכן.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
קהל'ס נער #
דא שרייבט זי אז ס׳איז עבאוט וויזיטעישען, אבער זי איז נישט מסכים צי געהעריגע וויזיטעישען נאר צי ״סעיף״ וויזיטעישען, בקיצור זי טענה׳ט אז דער מאן איז נישט סעיף פאר די קינדער, ערשט זאל זי פראוון אז דער מאן איז נישט סעיף פאר די קינדער און דערנאך קען זי ארויסגיין אויף א שמוץ קאמפיין אקעיגן עים, אויף דערווייל בין איך אויף דער מאן׳ס זייט, ווי לאנג מען שטעלט עים נישט צי קיין נערמאלע וויזיטעישען זאל ער טאקע נישט געיבן קיין גט.
יונתן שווארץ אלערט.
זיי מסביר?
נ.ב. אנהויבן מיט סעיף וויזיטעישן על אף ס'איז נישט פעיר איז א ריזנעבל פארלאנג. תלוי וואספארא קאנדישענס ס'ווערן געמאכט. אויב וויל זי אירע משפחה אין די צימער איז אוודאי נישט פעיר.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אינגערמאנטשיקל #
וועלכע איז די טראק?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צוביסלעך #
טירן #
איך הער נעכטן איז געווען די חתונה פון די היתר מאה רבנים, איך הער ס'איז געווען אסאך שיינע רבנים מסדר קידושין און פארגעליינט די כתובה,
איך בין נישט באהאווענט אין די מעשה, נאר מ'האט ארויפגעלייגט דא פון אסאך רבנים און בתוכם ר' מענדל זילבער אז זיי זענען קעגן די היתר מאה רבנים
ר שלום פאלאק פון סקווירא איז געווען מסדר קידושין. ר אברהם כ''ץ מטאהש האט געליינט די כתובה.
איז ר' שלום רילעיטעד מיט ר' אשר פאללאק פון בראשוב תהלה לדוד פון סקעפטיקער'ס בריוו?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טאמבל סאס #

רבי שלום פאללאק איז נישט קיין קרוב מיט דער בראשובער רב
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
בראשוב 1.jpgבראשוב2.jpgבראשוב3.jpgבראשוב4.jpg
סאוי וואס גענוי איז די מעשה און וואס טענה'ן די צדדים?
למעשה טענה'ט ר' אשר גדלי' פאללאק אז הגם די פרוי (איר טאטע רבינוביץ) איז געגאנגען אין ערכאות קודם און די מאן, האט אבער די מאן, איינמאל ער איז שוין אויך געגאנגען זיך נישט געהאלטן ביים זיך ארויסציען און אפילו ווען ער האט פארלוירן אין קאורט האט ער נישט געוואלט אראפשלונגען זיין פארלוסט, און דערפאר זוכט זי סתם צו פייניגן, איינער קען באשטעטיגן?
האט מרקוביץ למעשה קאנטאקט מיט זיינע קינדער?
אויך, וואס זאגט איינער אויבן אז ר' שלום פאללאק פון סקווירא איז בעדו, אויב זעה איך א בריוו פון אייזענבערג פון סקווירא אין סופפארט פאר די פרוי?
גבאים, קען מען אולי ביטע אפטיילן די תגובות וועגן רבינוביץ/מרקוביץ צו א צווייטע אשכול?

זיי רופן זיך ראבינאוויטש/מארקאוויטש
אז די שרייבט שוין יא אנדערש וואסזשע שרייבסטו פאללאק נישט פולק 😕
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וואס איז די צד המתיר אין די ראבינאוויטש/ מארקאוויטש פרשה?
Re:
ברוך שפינוזה #
אינטערעסאנט נאר אז ס'דא אן אנדערע חרם דרבינו גרשם וואס וויבאלד ס'נאכנישט אויסגעקומען אז ס'זאל נוגע זיין אין פאליטישע געפעכטן האט עס קיינמאל נישט באקומען די זעלבע "הארבקייט" און פארדינטע אטענשאן.
דערמאן מיך, וואס רעדסטע פון?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
פלעטבוש פרוי האט א קול פון א קאטשקע.
און דו האסט א קול פון א מעגפּיי.
צו זי האט א קול פון א קאטשקע ווייס איך נישט, אבער שיין ווי א קאטשקע איז זי.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עמרם #
צומישט און צוחישט #
זאקן #
געטרייע טאטע #
האט ועד הצניעות קרית יואל עפעס אויפגעטוהן קעגן די פראטעסט? אדער זיי קען גארנישט טאן מיט דעם?
הלל הזקן קען גארנישט טוהן ווען איינער האט אים ............, ער קען נאר סטראשענען ווען איינער איז נאך און די סיסטעם און וויל שיקן און די מוסדות אדער זיין א תושב און מאנרא.
פלעטבוש גריל האט מורא פון א מאריטשקע מער ווי זי האט מורא פון הלל טייטלבוים.
זיי האבן נישט קיין שום לעגאלע מאכט איר ארויסצוטרייבן.
כ'בין נאר נייגעריג וואס וואלט געווען ווען ס'פארט ארום א טראק קעגן רבינו הגה"ק שליט"א צו דעמאלטס וואלט מען זיך אויך נישט א עצה געגעבן.
בשעת ווען הגה''ק איז נאך געזיצן אויף די רבנות, זענען פארגעקומען פראטעסטן אקעגן אים, (ס'איז דא א ווידיאו, ממש פון די זעלבע פלאץ, קעגן די שאפונג סענטער, ווי מאסן פראטעסטירן אקעגן דעם הגה''ק)
ווען, און ביי וועלכע מעשה איז דאס געווען?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]
איז דיע מארקוביץ (איידעם פון רבינוביץ) פון די איצטיגע היתר א קרוב מיט דער מרקוביץ פון די מעשה וואס דו ברענגסט דא? אויך, פ. שטייט פאר פעקעטע? מעג מען שוין וויסן די צוויי שוואגערס' נעמען?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אסטראלאג #
הרב אייזענבערגער זאגט אז ער האט בכלל נישט געשריבן א צעטל, די עדה החרדית זאגט אז דאס איז פאלש, און הרב אולמאן פישער און ראזענבערגער האבן נישט נאר נישט אונטערגעשריבן, נאר מען איז זיך אפילו נישט געקומען ווענדן צו זיי. און די זעלבע מיט נאך אפאר רבנים.
ווער איז דער חשובער עניו וואס שטייט אונטער די צעטלעך?
הגה"צ מענדל זילבער שליט"א
(ער האט דאס אלעס געשריבן און וויל נישט מען זאל וויסן ווייל ער וויל האלטן זיין ביזנעס פריוואט)
איך וואלט געגלייבט וואס דו שרייבסט אבער נאכן זעהן וואס פאר א שטותים דו שרייבסט ביי דיין אינטערשריפט כלפי יד"וו קען איך שוין פון דיר גארנישט גלייבן.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
די פרוי'ס בארגעניג טשיפ איז טויזענט מאל שטארקער. זי האט די קארט סיסטעם אין אמעריקא וואס נעמט זיך אן פאר פרויען 90% פון די אישוס.
נאכאמאל, קיינער רעדט נישט ווען א מאן געבט סתם נישט קיין גט, דעמאלטס איז כו"ע מודי אז ס'איז די גרעסטע רשעות און מען דארף עס אונטערברענגען, אבער ווען די פרוי טוט די גרעסטע רשעות נישט צו לאזן א טאטע זען זיינע אייגענע קינדער און קומט וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז מ'געבט איר נישט קיין גט, איז זי א היפאקריט און ס'קומט זיך איר נישט קיין גט.
אונז טועהן קיינמאל נישט קיין רשעות מיט'ן נישט לאזן או טי דיס זעהן זייערע קינדער אדער נאר מיט כל מיני לעכערליכע תנאים?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
בעל דרשן #
יענקוש #
איך ווייס נישט פארוואס אבער 8 pages אין קאווע שטיבל כמעט אלע חברי השטיבל היקרים זענען זעכער אז די מעשה איז אמת אין די נושא איז צו די טאטע איז א רשע פארן אריין לאזן אדער ער איז נישט א רשע די אינגערמאן איז זעכער א רשע בלי שום ספק ריבונו של עולם היתכן?? קען איינער דא דעי אינגערמאן פערזענליך ?
א) רוב רבנים וואס האבן גיחתמ׳ט אויף די סירובים האבן צוריק געצויגן
ב) ר געציל נעמט זיך אן פאר די אינגערמאן
ג) איינער ווייסט די מצב הנפש פון די פרוי?
ד) דאס וואס די מאמע שרייט אויפן טלפון א פרוי קען ווערן איבער גענומען פון הרגשים אין סמיינט בכלל נישט אז זי עיז מעכב
ה) די העסליכע קאמפיין ווערט אנגעפירט דורך איין אונגערמאן א פאפרומטע טעראריסט אין פארקויפט פאר רבנים האלבע מעשיות אין נאכדעים לויפט ארום מיט דעי סירובים
ו) והוא העיקר ליידער ביי אונזער עולם איז ליידער א נורמאלי זאך אז עלטערן מישען זיך אריין אין שלום בית א אונגערמאן איז נישט מחיוב צו גיבן א גט ווען זיין שווער וויל אז מזאל זיך גט׳ן בפרט ווען ער האט קינדער די רבנים דארפן אוועק נעמען די שווער אין שוויגער פון קאנטראלן אין אריינברענגען א גוטע עסקן
ז) די אינגערמאן האט קיינמאל נישט באקומען קיין ויזיטעשאנס גלייך אנפאנג נאך פאר עני מחלוקה די אונגערמאן איז גרייט צו גיין צו דין תורה ער וויל קודם מזאל אים צוזאגן נורמאלי ויזיטעשאנס
פון די מעשה זיי איך ווי די פלעטבוש גורל גלייבט אלעס פון די פרוי זייט בלי שום חקירה ודרישה
די סיבה פארוואס מ'וויל אים נישט געבן ויזיטעשאנס אליין ( מיט א שומר בשעת זיי טרעפן זיך איז יעדער מסכים ) איז ווייל ער האט א געוויסע שוואכקייט פון האלטן זיין הענט ביי זיך, מילד גערעדט און קיינער וויל נישט ער זאל קאליע לייגן זיינע צוויי מיידלעך, וואס פון זיין אליין מיט זיי קען עס געשעען אין א מינוט.
זיי נישט נאריש, אפילו ס'איז שוין יא אמת וואס דו זאגסט, אז מען לאזט אים אליינס אין א צימער מיט זיינע קינדער פאר א שעה צוויי וועט ער עס נישט טוהן. קיין איין בר-דעת וועט נישט! נישט אין א מצב ווי עס איז יעצט מיט די גאנצע פובליסיטי וכו'.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
yatzmachp #
קהל'ס נער #
yatzmachp #
איך זעה ווי זייער אסאך שרייבער זענען זייער אנגעווייטאגט, הלמאי וואס איז די משפחה שולדיג?
ווען מען קריגט זיך וועלן אסאך אומשולדיגע ליידן. דאס איז ביי יעדע מחלוקה און יעדע מלחמה. טאף לאק. ביי א גט איז אויך אזוי. אין אמת'ן, ווען א משפחה האט אויפגעצויגן א אינגערמאן וואס וויל נישט געבן קיין גט און די משפחה האט נישט קיין אינפלוענס אויף אים לטב ולמוטב זענען זיי אין אמת'ן יא עפעס שולדיג. אין מיין אפיניען טאר מען נישט אפהאלטן קיין גט אפילו פאר וויזיטעישן, דאס העלפט נישט פאר קיינעם און זיכער נישט פאר די קינדער וועם די טאטע וויל אזוי שטארק וויזיטן. עס איז זייער ווייטאגליך צו זיין דערווייטערט פון די קינדער און מיט דעם אלעם האלט איך נאך אלץ אז מען טאר נישט אפהאלטן א גט.
דער אמת איז אז זייט מען האט טאקע אנגעהויבן צו טעראריזירן די אומשולדיגע מענטשן ארום האבן זיך אסאך גיטין געריקט פאראויס, זעהט אויס אז עפעס העלפט עס. זעהט אויס אז די אומשולדיגע, וואס זענען אסאך מאל באמת אומשולדיג, קענען יא עפעס אויפטוהן. מען דארף נישט זיין שולדיג צו אויפטוהן. מען דארף טוהן צו אויפטוהן און אסאך מאל דארף מען נאר אויפוועקן די מענטשן וואס קענען טוהן אז זיי זאלן טאקע טוהן.
פארוואס איז וויזיטעישען נישט קיין סיבה צוריקציהאלטן א גט?
די לאזט מיך נישט זעהן מיינע קינדער? באקומסטו נישט קיין גט, עין תחת עין!
די זעלבע איז מיט א גט און מיט קינדער. די קריגעריי העלפט אז ביידע האבן נישט חתונה, ביידע לעבן א מיזרעבל לעבן (חוץ דער וואס האט הנאה פון נקמה) די קינדער וואקסן אויף קאליקעס און צום סוף האבן די קינדער פיינט דעם טאטן ווייל זיי באשולדיגן דעם טאטן אין זיי באראבעווען פון א נארמאלער לעבן.
משא"כ רובא דרובא פון די אלע טאטעס אדער מאמעס וואס האבן אויפגעגעבן זייערע רעכטן נאר אז מען זאל קענען פארן ווייטער, און עס איז זייער ווייטאגלעך פאר די עלטערן דעס צו טוהן, אבער סוף כל סוף זענען די קינדער אויפגעוואקסן און צוריק געגאנגען צו די טאטע/מאמע. אוודאי זענען דא פעלער ווי נישט אבער אין די פעלער וואלט גארנישט געווען בעסער מיט אפהאלטן א גט.
די גרעסערע פיקחים (נישט יואלי ראטה סארט) האלטן נאך אז א בעסערע סעלושען איז אויפהערן חתונה מאכן אינגע קינדער אין ערעינדזשד מערידזשעס מיט זייערע קאזענס און קרובים, הונדערט אין איין מאל פון ביידע זייטן, און מ'וועט נישט צוקומען צו דיע מחלוקתער פארלעגענהייטן אין דאס ערשטן פלאץ.
החלטות האבן קאנסעקווענצן. החלטות פון אינגע חתן כלות האבן קאנסעקווענצן אויף זייערע מערידזשעס און געבוירענע, און החלטות פון רעבעס און ראשי הקהילות איבער די דאזיגע פירונגען ביי זייערע מיטגלידערשאפט, האבן קאנסעקווענצן פאר די מחותנים, די עלטערן פון די באטרעפנדע, און כמובן פאר די קהילות בכלל.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
זאקן #
עס קוקט מיר אויס אז דו ביסט נישט באהאווענט אין די מעשה, איך האב שוין געהערט א וויילע צוריק אז ר' ארי ראזענפעלד האט געלייגט פרעשור אויף די משפחה (משפחה? אוי געוואלד), איך ווייס נישט וואס מיט יענץ איז געווארן.
ווער איז דאס? מה טובו?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חיים׳ל ברוקלינער #
איינער קען מסביר זיין וויאזוי אינסטעגרעם האט איר צוריק אויפגעמאכט?
קודם זאל איינער מסביר זיין ווי-אזוי, פארוואס, זיי האבן איר מתחילה פארשלאסן?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טאמבל סאס #
סקעפטיקער #
זאקן #
עס קוקט מיר אויס אז דו ביסט נישט באהאווענט אין די מעשה, איך האב שוין געהערט א וויילע צוריק אז ר' ארי ראזענפעלד האט געלייגט פרעשור אויף די משפחה (משפחה? אוי געוואלד), איך ווייס נישט וואס מיט יענץ איז געווארן.
ווער איז דאס? מה טובו?
דומ”ץ פון די זאליס אין קרית יואל.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טאמבל סאס #
אינגערמאנטשיקל #
וועלכע איז די טראק?
די טראק איז נישט געווען ביים פראטעסט
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טאמבל סאס #
די גרעסערע פיקחים (נישט יואלי ראטה סארט) האלטן נאך אז א בעסערע סעלושען איז אויפהערן חתונה מאכן אינגע קינדער אין ערעינדזשד מערידזשעס מיט זייערע קאזענס און קרובים, הונדערט אין איין מאל פון ביידע זייטן, און מ'וועט נישט צוקומען צו דיע מחלוקתער פארלעגענהייטן אין דאס ערשטן פלאץ.
החלטות האבן קאנסעקווענצן. החלטות פון אינגע חתן כלות האבן קאנסעקווענצן אויף זייערע מערידזשעס און געבוירענע, און החלטות פון רעבעס און ראשי הקהילות איבער די דאזיגע פירונגען ביי זייערע מיטגלידערשאפט, האבן קאנסעקווענצן פאר די מחותנים, די עלטערן פון די באטרעפנדע, און כמובן פאר די קהילות בכלל.
קוקט אויס אז די פעמילי קאורט לויערס און דזשאדזשעס האט מען אויסגעטראפן פאר די חסידישע אינגע קאפלס, חוץ פון דעם האבן זיי נישט קיין ארבעט.
גיי איין טאג אריין אין א פעמילי קאורט אין סיי וועלכע פלאץ אין אמעריקע און דו וועסט טרעפן מענטשן פון אלע עידזשעס פון אלע קלאסן פון סאסייעטי, פון אלע לעוועלס פון אינקאם, ווי זיי רייסן זיך ממש אויף די זעלבע און נאך סאך ערגערע וועגן. מען נעמט צו קאסטאדי און וויזיטעישן פון מענטשן יעדן טאג. מענטשן קאמיטן סואיסייד פון די אלע זאכן.
ביטע, ווען דו שרייבסט זיי אביסעל אינפארמירט און ריאליסטיש. שלאג נישט פאר קיין סאלושנס וואס זענען נישט קאנעקטעד צום פראבלעם קיין כי הוא זה.
Re: Re:
טאמבל סאס #
ברוך שפינוזה #
אינטערעסאנט נאר אז ס'דא אן אנדערע חרם דרבינו גרשם וואס וויבאלד ס'נאכנישט אויסגעקומען אז ס'זאל נוגע זיין אין פאליטישע געפעכטן האט עס קיינמאל נישט באקומען די זעלבע "הארבקייט" און פארדינטע אטענשאן.
דערמאן מיך, וואס רעדסטע פון?
לכאו' מיינט ער נישט צו ליינען א צווייטנ'ס בריוו

לכאורה מיינט ער אויפנעמען א רב אן די רצון הציבור אזויווי היינט איינגעפירט
Re:
אכשר דרא… מען קאכט זיך אין א שפינוזה…..
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
משה גרונם #
פארוואס די גיהנם דארף ער געבן א גט ווען זי לאזט אים נישט זען די קינדער?
זי לאזט יא, זי וויל נאר עס זאל זיין צוזאמען מיט אנדערע (עלטערן וכדו') ווייל זיי טענה'ן אז ער איז נישט סטאביל.
נאכמער, פאר די ערשטע יאר צוויי האט ער בכלל נישט פארלאנגט די קינדער, און שפעטער ווען יא האבן די קינדער שוין בכלל נישט געקענט די משפחה און עס איז געווען א אפקומעניש פאר זיי יעדע מאל באזונדער (אבער זיי זענען נאכאלס גרייט פאר דעם אויב עס איז אונטער אויפזיכט)
@יאסל ראקאווער האט שוין אויבן צוגעברענגט די פוינט, אז פון די אלע בריוון און טשאקאלדאן וואס ער/די משפחה שיקן איר זעהט מען אז וויזיטעישאן איז נישט די אישו, נאר זיי לעבן אין לאלא לענד אז עכט וויל זי צוריקגיין און מ'גייט אויסציען די צייט ביז זי גייט זיך ברעכן.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טאמבל סאס #
סקעפטיקער #
בראשוב 1.jpgבראשוב2.jpgבראשוב3.jpgבראשוב4.jpg
סאוי וואס גענוי איז די מעשה און וואס טענה'ן די צדדים?
למעשה טענה'ט ר' אשר גדלי' פאללאק אז הגם די פרוי (איר טאטע רבינוביץ) איז געגאנגען אין ערכאות קודם און די מאן, האט אבער די מאן, איינמאל ער איז שוין אויך געגאנגען זיך נישט געהאלטן ביים זיך ארויסציען און אפילו ווען ער האט פארלוירן אין קאורט האט ער נישט געוואלט אראפשלונגען זיין פארלוסט, און דערפאר זוכט זי סתם צו פייניגן, איינער קען באשטעטיגן?
האט מרקוביץ למעשה קאנטאקט מיט זיינע קינדער?
אויך, וואס זאגט איינער אויבן אז ר' שלום פאללאק פון סקווירא איז בעדו, אויב זעה איך א בריוו פון אייזענבערג פון סקווירא אין סופפארט פאר די פרוי?
גבאים, קען מען אולי ביטע אפטיילן די תגובות וועגן רבינוביץ/מרקוביץ צו א צווייטע אשכול?
איך האב מיך פרובירט נאכצופערגן און איינער האט מיר אריינגעשיקט די פאלגענדע אינפארמאציע:
ביי מארקאוויטש איז וויזיטעישאן נישט געווען די אישו, ער האט לאנגע יארן געהאט וויזיטעישאן, היינט זענען טייל חתונה געהאט און טייל ערוואקסענע בחורים/מיידלעך וואס האלטן פשוט נישט ביים גיין צו אים. און אפילו אזוי איז ראבינאוויטש גרייט אויף וויזיטעישאן בחפץ לב, מ'האט אים אפילו געהאט געאפערט די קינדער אויף א יו"ט לעצטנס און ער איז נישט געווען אינטערעסירט.
די פראבלעם מיט מארקאוויטש איז אז ער איז א קרוק, און פארלאנגט צענדליגע מיליאנען פאר א גט (ער האט גראדע א שוועסטער וואס האלט נישט ביים נעמען א גט). ער האט א גוטן פיסק און אזוי ארויסגעשלעפט היתרים פון רבנים דורכ'ן פארציילן האלבע פאקטן. און אלס א ראי' לדבר קען מען זיך דערמאנען פון די שטעכעריי אין מאנסי וואס מארקאוויטש האט על לא דבר ארויפגעשמירט אויף זיין שווער, און עולם גולם האט עס אפגעקויפט ארויף ביז גאר הויכע פענסטערס, עפעס וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א בלויזע פאבריקאציע נאך די פארשעי שטעכעריי.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
און פארוואס צאלט נישט די שווער די צענדליגע מיליאנען און אויסלייזן זיין טאכטער? (ער קען עס נעמען פון מעשר לכאורה..) ער וויל מ'זאל שרייבן אויף זיין מצבה אז ער האט אויסגעפירט?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חב''ד הויזן #
און פארוואס צאלט נישט די שווער די צענדליגע מיליאנען און אויסלייזן זיין טאכטער? ער וויל מ'זאל שרייבן אויף זיין מצבה אז ער האט אויסגעפירט?
דו ווייסט פון וויפיל צענדליגער מיליאנען מ'רעדט? האסט שוין געהערט פון די משנה אין פודין את השבויין יותר על כדי דמיהן, מפני תקון העולם?
בכלל, דאס איז זיינע פריוואטע געשעפטן, און פארענטפערט גארנישט מארקאוויטש'ס רשעות
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
די פראבלעם מיט מארקאוויטש איז אז ער איז א קרוק, און פארלאנגט צענדליגע מיליאנען פאר א גט (ער האט גראדע א שוועסטער וואס האלט נישט ביים נעמען א גט). ער האט א גוטן פיסק און אזוי ארויסגעשלעפט היתרים פון רבנים דורכ'ן פארציילן האלבע פאקטן.
עפעס מאכט נישט קיין סענס. דאס איז קלאר אז עס איז דא א היתר מאה רבנים. דאס מיינט אז א גט איז עוועילעבל פארן ווייב אויפצופיקן און ווען ער האט עס איבערגעגעבן פארן בית דין האט ער עס געמוזט געבן אן קיין תנאים. יעצט וואס זאגן די רבנים פארן פרוי? זיי זאגן איר אז זי קען עס אויפפיקן נאר זי דארף ברענגען א פאר מיליאן דאלאר? איך גלייב נישט אז אזוי איז עס. עפעס פעלט דא.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זיי מברר ביי וועלכע בית דין און וואס זענען די תנאים
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
כ׳האב אן עצה פאר די עגונה…..
זי זאל שאפן עדים אז זי האט מזנה געוועהן און דעמאלטס איז דער מאן מחוייב צי גט׳ן!
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מחויב מיינט נישט אז ער גייט עס טוהן אויב ער האלט נישט דערביי
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
מחויב מיינט נישט אז ער גייט עס טוהן אויב ער האלט נישט דערביי
גערעכט אז מען קען נישט צווינגען, אבער עכ״פ די רבנים וועלן מוזן נעמען די פרוי׳ס זייט
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
חב''ד הויזן #
און פארוואס צאלט נישט די שווער די צענדליגע מיליאנען און אויסלייזן זיין טאכטער? ער וויל מ'זאל שרייבן אויף זיין מצבה אז ער האט אויסגעפירט?
דו ווייסט פון וויפיל צענדליגער מיליאנען מ'רעדט? האסט שוין געהערט פון די משנה אין פודין את השבויין יותר על כדי דמיהן, מפני תקון העולם?
בכלל, דאס איז זיינע פריוואטע געשעפטן, און פארענטפערט גארנישט מארקאוויטש'ס רשעות
איך פארענטפער נישט מארקאוויטש, און דאס איז וואס איך זאג אז אפילו יענער איז א חיה איז נישט קיין ענין צו זיין דער וואס פירט אויס און לאזן זיין טאכטער ליידן. פארוועם דען דארף ער די הונדערטער מיליאנען צו ביליאנען אויב נישט פאר זיינע קינדער? ס'איז טאקע נישט קיין מצוה צו צאלן תיכף אזויפיל געלט מפני תיקון העולם אבער אז מ'האלט שוין נאך אזויפיל לאנגע יארן איז ענדיג עס איינמאל פאר אלעמאל. אפילו הונדערט מיליאן דאלאר. מיין מאמע פלעגט זאגן 'דו ביזט ווערד ביי מיר אלע געלטער'.
פארשטייט זיך דאס איז נאר אויב די גאנצע פראבלעם איז א געלט אישו אזוי ווי די לייגסט עס אראפ.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
סקעפטיקער #
מחויב מיינט נישט אז ער גייט עס טוהן אויב ער האלט נישט דערביי
גערעכט אז מען קען נישט צווינגען, אבער עכ״פ די רבנים וועלן מוזן נעמען די פרוי׳ס זייט
אבער דעמאלטס פארלירט זי די כתובה
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סאו זי וויל כתובה, אדער זי וויל א גט?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
כ׳האב אן עצה פאר די עגונה…..
זי זאל שאפן עדים אז זי האט מזנה געוועהן און דעמאלטס איז דער מאן מחוייב צי גט׳ן!
ווי תורה דארט חכמה.
געב נישט ארויס דיינע עצות אויף קאווע שטיבל, די קענסט בעטן שווערע טויזענטערס פאר אזעלכע גוטע עצות…..
איך זעה די ביסט נישט קיין ביזנעסמאן.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טאמבל סאס #
נישנאש #
אבער זי טריגערט די עולם אויף פארקערט!
די סירובים, מאן'ס פיקטשער, ר' געציל, וכו' איז גענוג צו טריגערן די ציבור, אלא מאי זי איז סתם א ווילדע פראוויציקירער וואס ארבעט אן סטראטעגיע און גייט קאפ אין וואנט פאר איר פעמיניזעם.
ווי באקאנט האט זי אנגעדרייט א ריזן מערכה פארוואס היימישע צייטונגען לייגן נישט אריין בילדער פון פרויען, און ווידער מען קען דעבאטירן פון א הלכה'דיגע שטאנדפונקט צו ס'איז א פראבלעם צו נישט, אבער עס ווייזט ווייטער איר דיסריגארד פאר מענטשן'ס געפילן. פרידאם גייט אויף ביידע וועגן, לאז יענעם לעבן וויאזוי ער וויל.
ווארף נישט קיינעם זאמד אין די אויגן ביטע. מ'דארף זיין סטופיד נישט צוכאפן אז די קרית יואלע אהרונים אינקלודינג געציל בערגער שטיצן אויך די מאן קעגן דרויסענדיגע אינטערפירענץ, אהן די טראק.
קאמאן, זיי קענען ארומרינגעלן די טראק, בלאקן און שטעכן די רעדער אבער עפעס אן אומבאהאלפענעם אינגערמאן אויף פילן קענען זיי נישט משכנע זיין א גט צו געבן??
קיינער האט נאכנישט אויפגעברענגט, אבער פון די בילדער איז קלאר אז ס'רעדט זיך פון א פרוי וואס האט משנה געווען. נישט ממש או טי די אבער מ'קען זעהן א חילוק פון ווי אזוי זי איז פריער געגאנגען אנגעקליידעט ביז יעצט. סאוי וואס האקסטו אין קאפ?
אפשר מעג איך אויך זיין באליידיגט אז אין די מערב וועלט אמעריקע, די פרייע אמעריקע וואו מ'ברויך גיבן אינדיווידועלן פרייהייט פון רעליגיע, אויף מיין דאָר סטעפ, זונדערן זיך מענטשן אפ ווי אין אפגאגניסטאן ביי די פאשטונער?

עס איז דא 2 נקודות
1) אויב פלעטבוש גירל איז דא צו העלפן א אומבאהאלפענע גרושה אדער צו פראוויציקירן איר פעמעניזם אגענדע.
2) צו די אינגערמאן איז דא צו פייניגן די אומשולדיגע פרוי בלויז פאר רשעות און ער האט נאך שטיצע פון די אלגעמיינע קרית יואל'ע איינוואוינער אדער נישט.
ווען פלעטבוש גירל מיינט די צובראכענע פרוי וואלט זי געארבעט אויף א וועג וואס טשעפעט נישט די סענסעטיווע געפילן וואס איז איינגעווארצלט אין די אלגעמיינע קרית יואל'ע איינוואוינער וואס אין אזא פאל אולי ואולי וואלט זו אפשר געקענט משכנע זיין דעם דעת הציבור, אבער אזווי זי האט איר אייגענע אגענדע גייט איר נישט אן אז עס האט די פארקערטע עפעקט עס לאנג זי בענעפיט פון דעם. אין איך רעד שוין נישט פון דעם אז זי האט מיט דעם קאליע געמאכט פאר די צובראכענע פרוי וואס זי איז כלומרש’ט דא צו העלפן ואכמ"ל
טאמבל סאס די רעדסט פון די 2טע נקודה און איך רעספעקט דיין מיינונג אבער פרעגט נישט אפ נישנאש’ס פוינט.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
און ווען קרית יואלע גייען פראוואצירן אן אנטי-עדיוקעישאן אדער אנטי איזראעל אגענדע אין וואשינגטאן, וואס איז דעמאלס?
האו עבאוט איר זענט וועלקאם אין וואשינגטאן און זי איז וועלקאם אין מאנראו?
אגב, וואסערע בענעפיטס קען זי שוין האבן פון דעם. ס'איז נישט אז מען איז איר מכבד מיט לחיים און קיכן.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
משה גרונם #
פארוואס אין די גיהנם דארף ער געבן א גט ווען זי לאזט אים נישט זען די קינדער ?
זי לאזט יא, זי וויל נאר עס זאל זיין צוזאמען מיט אנדערע (עלטערן וכדו') ווייל זיי טענה'ן אז ער איז נישט סטאביל
נאכמער, פאר די ערשטע יאר צוויי האט ער בכלל נישט פארלאנגט די קינדער, און שפעטער ווען יא האבן די קינדער שוין בכלל נישט געקענט די משפחה און עס איז געווען א אפקומעניש פאר זיי יעדע מאל באזונדער (אבער זיי זענען נאכאלס גרייט פאר דעם אויב עס איז אונטער אויפזיכט)
וויזיטעישן אונטער אויפזיכט איז קיין וויזיטעישן נישט.
עכ"פ ווער מיר נישט קיין רחמנות ווען דו לאזט אים נישט זען די קינדער געהעריג.
וועגן די בריוון צו די פרוי, אויב ס'איז אמת איז עס טאקע א געפערליכע זאך און אפילו רשעות, זי וויל נישט לעבן מיט דיר פארוואס שיקסטו ליב בריוון? פוי
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
וויזיטעישן אונטער אויפזיכט איז קיין וויזיטעישן נישט
עכ"פ ווער מיר נישט קיין רחמנות ווען דו לאזט אים נישט זיין די קינדער געהעריג
וועגן די בריוון צו די פרוי, אויב ס'איז אמת איז עס טאקע א געפערליכע זאך און אפילו רשעות, זי וויל נישט לעבן מיט דיר פארוואס שיקסטו ליב בריוון? פוי
און אויב ער איז טאקע נישט סטאביל? (איך ווייס נישט)
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
האסט א ראי' אז ער איז שעדליך פאר די קינדער?
סתם שרייען קען יעדער
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
האסט א רייע אז ער איז שעדליך פאר די קינדער?
סתם שרייען קען יעדער
איך האב נישט קיין ראי', אבער זיי טענה'ן אז זיי האבן
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אינגערמאן׳ס עבירה׳ס: מעכב גט, א גרויליגע קריפ וואס שיקט לאוו בריוון צי זיין ווייב וואס וויל א גט.
פרויס עבירה׳ס: געט נישט קיין וויזיטעשען פארן מאן.
בקיצור ביידע זענען דא שולדיג טו סאם עקסטענט, זאלן זיי מאכן א דיל, די פרוי געט וויזיטעישענס, און די מאן געט א גט און הערט אויף קריפען.
יעצט ווער פון זיי ס׳איז נישט מסכים צי אזא דיל, אקעיגן יענעם דארף מען פראטעסטירן.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דו גייסט גיין פראטעסטירן? אויב נישט טייל נישט איין. יעדער וועט פראטעסטירן קעגן וועם זיי ווילן, אפילו קעגן אומשולדיגע מענטשן. דאס איז אמעריקע און דאס זענען די רעכטן פון יעדן בירגער. אויב דו ווילסט די ריווח פון אמעריקע מיט אירע מעלות מוזטו אקצעפטירן די זאכן וואס דו זעהסט אלס חסרון. מען קען נישט האבן איינס אן דעם צווייטן.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
yatzmachp
דו גייסט גיין פראטעסטירן? אויב נישט טייל נישט איין. יעדער וועט פראטעסטירן קעגן וועם זיי ווילן אפילו קעגן אומשולדיגע מענטשן. דאס איז אמעריקע און דאס זענען די רעכטן פון יעדן בירגער. אויב דו ווילסט די ריווח פון אמעריקע מיט אירע מעלות מיזטו אקצעפטירן די זאכן וואס דו זעהסט אלס חיסרון. מען קען נישט האבן איינס אן דעם צווייטן.
די זעלבע אמעריקא וואס געט די רעכט צו פראטעסטירן, געט די רעכט פון פרי ספיטש און איך מעג זאגן וואס איך וויל.
ווי שטייט אין פסוק? אז ס׳געפעלט דיר נישט? פלאץ!
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Visionary #
אסטראלאג #
הרב אייזענבערגער זאגט אז ער האט בכלל נישט געשריבן א צעטל, די עדה החרדית זאגט אז דאס איז פאלש, און הרב אולמאן פישער און ראזענבערגער האבן נישט נאר נישט אונטערגעשריבן, נאר מען איז זיך אפילו נישט געקומען ווענדן צו זיי. און די זעלבע מיט נאך אפאר רבנים.
ווער איז דער חשובער עניו וואס שטייט אונטער די צעטלעך?
הגה"צ מענדל זילבער שליט"א
(ער האט דאס אלעס געשריבן און וויל נישט מען זאל וויסן ווייל ער וויל האלטן זיין ביזנעס פריוואט)
ווער מהרי"ד ווייס פון דיין אינטערשריפט?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קוו''ש האט שוין מער מהרי''ד ווייס קאנטענט ווי אל-דזשאזירא.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מהרי״ד ווייס וויל אויכט נישט געבן א גט פאר זיין ווייב? ווי קומט ער אריין אין די אשכול