☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

א בני יואל » זונטאג פעברואר 11, 2024 5:12 pm

· #549190
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערסאנט
דער גרויסער גאון וצדיק איז ערגעטץ געוועהן פארשטעקט אין א בונקער ווען זיין הייליגע קהילת קודש האט אנגעפאנגען די סידור קידישון פראפאגאנדע מערכה
ווי איז געוועהן זיין וויי געשריי ווען מען האט פארשעמט יודישע קינדער אין משפחות
ווען א טראק איז ארים געפארן אין קרית יואל אינעם הייליגען שטעטעלע פארשעימען יודישע משפחות מיט גרויסע ספיקערס אויפן דאך כבוד התורה איז נאך דעמאלטס נישט געשטאנען אין זיי תורה ?

Visionary » זונטאג פעברואר 11, 2024 5:21 pm

· #549192
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חדשים #
ניין.
אויב איז ער נישט א BCBA איז וועמען סטראשעט מען אז מען גייט מסר'ן? ער האט אן עזשענסי?

תשפג » זונטאג פעברואר 11, 2024 5:28 pm

· #549194
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
פסק פון הגאון חיד"א ווייס שליט"א איבער היתר מאה רבנים ווען די עקס וויל נישט געבן וויזיטעישן
וואס איז זיין פסק אויף למעשה?
דעי בלעטער זענען נישט אזוי קלאר צו ליינען…

נישנאש » זונטאג פעברואר 11, 2024 5:33 pm

· #549195
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
תשפג #
נישנאש #
פסק פון הגאון חיד"א ווייס שליט"א איבער היתר מאה רבנים ווען די עקס וויל נישט געבן וויזיטעישן

וואס איז זיין פסק אויף למעשה?
דעי בלעטער זענען נישט אזוי קלאר צו ליינען…

אויב א פרוי וויל נישט געבן וויזיטעישן פאר איר מאן כדרך העולם קען ער נעמען א היתר מאה רבנים אן געבן א גט

עמרם » זונטאג פעברואר 11, 2024 5:49 pm

· #549198
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]
ווען מ'האט מבזה געווען אין קרית יואל, די שארמאשער רב ז''ל, האט ער אויך מוחה געווען אויף בזיון התורה ?

אדער ווען מ'האט געשאסן שטיינער אויף ר' יחזקאל ראטה ז''ל, אין קרית יואל, האט ער מוחה געווען אויף בזיון התורה ?

ער מיינט פשוט די בזיון התורה ? אדער עפעס אנדערש ?

ס'באדערט אים באמת די בזיון התורה ???

מילך טראק » זונטאג פעברואר 11, 2024 6:18 pm

· #549200
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
תשפג #
נישנאש #
פסק פון הגאון חיד"א ווייס שליט"א איבער היתר מאה רבנים ווען די עקס וויל נישט געבן וויזיטעישן

וואס איז זיין פסק אויף למעשה?
דעי בלעטער זענען נישט אזוי קלאר צו ליינען…

אויב א פרוי וויל נישט געבן וויזיטעישן פאר איר מאן כדרך העולם קען ער נעמען א היתר מאה רבנים אן געבן א גט

מקימי מעפר דל, מאשפות ירים אביון

מילך טראק » זונטאג פעברואר 11, 2024 6:25 pm

· #549201
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
.
דעריבער איז זייער נישט ריכטיג צו מאכן די חשבונות פון וויפיל גיטין ס'איז דא ביי חסידים, מ'וואלט ענדערש געדארפט זעהן וויפיל שלום בית איז דא, וואס דאס איז דאך נישט מעגליך צו וויסן, ווייל יעדער קומט אין שוהל זאגן איך האב די בעסטע שלום בית, ס'איז דערווייל נישטא קיין עכטע וועג צו וויסען נאמבערס.

,
א בריוו פון א מיידעל וואס די עלטערן האבן זיך מסתמא געטראפן צו לאנג ביי די בעשאו, געווען אין די מעלות, איך גלייב איז דאס איז זעלטן אויף אזא עקסטרעמע מצב,

די מעלות האלט אז ס'איז בעסער אז זיי האבן זיך טאקע נישט גע'גט, איך דיסאגרי,
מ'דארף זיך קענען גט'ן ווי נארמאלע מענטשן, ס'איז זייער א נארמאלע זאך אז צוויי מענטשן האבן אנדערע נאטורן, די אייבערשטער האט באשאפן יעדעם איינעם אנדערש, מ'דארף זיך גט'ן אין טרעפן איינעם מיט וועם מ'קען זיך יא פארשטיין
📎 Scan Feb 10, 2024.pdf

חדשים » זונטאג פעברואר 11, 2024 6:30 pm

· #549202
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Visionary #
חדשים #
ניין.
אויב איז ער נישט א BCBA איז וועמען סטראשעט מען אז מען גייט מסר'ן? ער האט אן עזשענסי?
איך מיין אז עס איז נישט appropriate צו עס דיסקאסען אויף א פאבליק פארום.

Visionary » זונטאג פעברואר 11, 2024 9:13 pm

· #549220
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חדשים #
Visionary #
חדשים #
ניין.
אויב איז ער נישט א BCBA איז וועמען סטראשעט מען אז מען גייט מסר'ן? ער האט אן עזשענסי?
איך מיין אז עס איז נישט appropriate צו עס דיסקאסען אויף א פאבליק פארום.
אייוועלט אלערט.... 🤓

חדשים » מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:27 am

· #549243
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישט אלעס וואס אייוועלט לאזט נישט, מיינט אז מען דארף טון פונקט פארקערט...

עס איז פלעין נישט רעספעקטפול צו אויספאקן א פריוואטע ביזנעס ברבים...

יענקוש » מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:04 am

· #549249
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך מיין אז סאיז נאך א זיכו הרבים פון פלעטבוש גורל ללא קשר מיט די גט פרשה

געטרייע טאטע » מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

· #549386
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זי זאגט אז עס קומט נאך surprises אין קרית יואל.... לאמיר זען פאר נאך פאן 😂😂😂

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:25 pm

· #549388
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היינט איז ארומגעפארן א קאר אין מאנרא מיט א ספיקער וואס האט געשריגן פארשידענע לאזונגען אין אנקלאנג מיט די מלכי פרשה.

זעהט אויס אז פלעטבוש פרוי האט נישט געהערט די דברי מחאה פון הרב שמעון זאב מייזליש.

נישנאש » מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:50 pm

· #549394
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
א בריוו פון א מיידל וואס די עלטערן האבן זיך מסתמא געטראפן צו לאנג ביי די בעשאו, געווען אין די מעלות, איך גלייב איז דאס איז זעלטן אויף אזא עקסטרעמע מצב,

די מעלות האלט אז ס'איז בעסער אז זיי האבן זיך טאקע נישט גע'גט, איך דיסאגרי,
מ'דארף זיך קענען גט'ן ווי נארמאלע מענטשן, ס'איז זייער א נארמאלע זאך אז צוויי מענטשן האבן אנדערע נאטורן, די אייבערשטער האט באשאפן יעדעם איינעם אנדערש, מ'דארף זיך גט'ן אין טרעפן איינעם מיט וועם מ'קען זיך יא פארשטיין

כאילו ביי די סעקולארע וועלט, ווי מען טרעפט זיך פאר א 5 יעריגע בעשאו וד"ל, קומט נישט פאר אזוינס ביי א ריזן פראצענט... קאם אן... די חברה רייסן זיך ארום ביי די קעפ, די סטאטיסטיקס פון דאמעסטיק אביוז איז ביז'ן הימל.

ברוך שפינוזה » מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:53 pm

· #549395
מילך טראק #
דעריבער איז זייער נישט ריכטיג צו מאכן די חשבונות פון וויפיל גיטין ס'איז דא ביי חסידים, מ'וואלט ענדערש געדארפט זעהן וויפיל שלום בית איז דא, וואס דאס איז דאך נישט מעגליך צו וויסן, ווייל יעדער קומט אין שוהל זאגן איך האב די בעסטע שלום בית, ס'איז דערווייל נישטא קיין עכטע וועג צו וויסען נאמבערס.
איך האב נאכקיינמאל נישט געהערט א חסיד זאגן אז ער האט א גוטע שלום בית, העווי רמזים אויף פארקערט האב איך שוין יא געהערט פון א שיינע פאר מענטשן, אמאל זאגט מען עס בתורת דשאוק אבער די ווייטאג דערונטער איז זייער מערקבאר. די דשאוק איז נאר אז געווענליך קומט די ווייטאג דערפון וואס מ'רעדט זיך איין אז מ'וואלט געקענט באקומען עפעס בעסער, די אמת איז אבער אז א מענטש באקומט פונקטליך די סארט ווייב וואס זיין פערסאנעליטי ציהט, און ווילאנג א מענטש האלט נישט ביים טוישן זיין פערסאנעליטי וואס האט מתחילה געצויגן זיין ווייב'ס פערסאנעליטי קען ער זיך גט'ן צעהן מאל און ער גייט זיך טרעפן אין בעט מיט'ן זעלבן סארט פרוי איינמאל און נאכאמאל, אותה גברת בשינוי אדרת ווי ס'איז נהוג צו זאגן אינעם הייליגן שפראך. קוק דא.

ברוך שפינוזה » מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:55 pm

· #549397
נישנאש #
כאילו ביי די סעקולארע וועלט ווי מען טרעפט זיך פאר א 5 יעריגע בעשאו וד"ל קומט נישט פאר אזוינס ביי א ריזן פראצענט... קאם אן... די חברה רייסן זיך ארום ביי די קעפ, די סטאטיסטיקס פון דאמעסטיק אביוז איז ביזן הימל
יענעמ'ס צרות מאכן נישט דיין לעבן געשמאקער, ווי ס'שטייט אין פסוק צרת רבים נחמת טפשים.

נישנאש » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:00 pm

· #549399
Re:
ברוך שפינוזה #
נישנאש #
כאילו ביי די סעקולארע וועלט ווי מען טרעפט זיך פאר א 5 יעריגע בעשאו וד"ל קומט נישט פאר אזוינס ביי א ריזן פראצענט... קאם אן... די חברה רייסן זיך ארום ביי די קעפ, די סטאטיסטיקס פון דאמעסטיק אביוז איז ביזן הימל
יענעמ'ס צרות מאכן נישט דיין לעבן געשמאקער, ווי ס'שטייט אין פסוק צרת רבים נחמת טפשים.
איך האב קיין אנונג נישט וואס איר האט מיר גענטפערט
איך האב מיר באצויגן צו דיין טענה אז אונזער סיסטעם מאכט אן די אלע פראבלעמען האב איך דיר גענטפערט אז די אלטערנעטיווע סיסטעם איז נישט נאר נישט בעסער נאר אסאך ערגער
וואס ענפערטסטו?
טענו לו בחוטין והודו לו בשעורין

ברוך שפינוזה » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:02 pm

· #549400
Re: Re:
איך ענטפער אז ס'נישט דא נאר צוויי אויסוואלן, ס'דא נאך אסאאאאך אלטערנאטיוון וואס זענען ווערד צו עקספלארן און אויספרובירן.

נישנאש » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:05 pm

· #549402
Re: Re:
ברוך שפינוזה #
איך ענטפער אז ס'נישט דא נאר צוויי אויסוואלן, ס'דא נאך אסאאאאך אלטערנאטיוון וואס זענען ווערד צו עקספלארן און אויספרובירן.
אדרבה געב ארויס די סודות
אונזער סיסטעם ארבעט נישט
די סיסטעם ביים גוי ארבעט נישט
נא וואסזשע איז די עצה?

ברוך שפינוזה » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:09 pm

· #549403
אפשר זיך טרעפן מער מאל פאר'ן הייראטן? איך ווייס אז דער גוי דעיט פאר 5 יאר און ביי איהם איז די מצב ערגער, אבער אויב טראכסטו אז דאס איז וואס איז גורם די חורבן ביי איהם דארפסטו זיך לאזן אויסטשעקן ביי אן ערנסטן מוח דאקטער.

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:30 pm

· #549409
Re:
ברוך שפינוזה #
יענעמ'ס צרות מאכן נישט דיין לעבן געשמאקער, ווי ס'שטייט אין פסוק צרת רבים נחמת טפשים.
גראדע איז די מאמר חז"ל פארקערט, צרות רבים חצי נחמה.

נישנאש » דינסטאג פעברואר 13, 2024 1:33 am

· #549463
Re:
ברוך שפינוזה #
אפשר זיך טרעפן מער מאל פאר'ן הייראטן? איך ווייס אז דער גוי דעיט פאר 5 יאר און ביי איהם איז די מצב ערגער, אבער אויב טראכסטו אז דאס איז וואס איז גורם די חורבן ביי איהם דארפסטו זיך לאזן אויסטשעקן ביי אן ערנסטן מוח דאקטער.
כ'האב קיינמאל געזאגט אז דעיטן לאנג איז א גורם אויף פייטעריי, נאר אז דיין שיטה אז דעיטן ווייניג איז גורם פייטעריי איז נישט בעיסד אויף פאקטן.
דו האסט סיי וועלכע קראנטע נומערן אז ביי די ליטאים איז דא ווייניגער שלעגעריי ווייל מען טרעפט זיך סאך מער בעפאר א שידוך?
לפי השמועה ששמעתי איז דארט פונקט אזוי דא די שלעגערייען און גיטין לרחצה

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:54 am

· #549473
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
מילך טראק #
א בריוו פון א מיידל וואס די עלטערן האבן זיך מסתמא געטראפן צו לאנג ביי די בעשאו, געווען אין די מעלות, איך גלייב איז דאס איז זעלטן אויף אזא עקסטרעמע מצב,

די מעלות האלט אז ס'איז בעסער אז זיי האבן זיך טאקע נישט גע'גט, איך דיסאגרי,
מ'דארף זיך קענען גט'ן ווי נארמאלע מענטשן, ס'איז זייער א נארמאלע זאך אז צוויי מענטשן האבן אנדערע נאטורן, די אייבערשטער האט באשאפן יעדעם איינעם אנדערש, מ'דארף זיך גט'ן אין טרעפן איינעם מיט וועם מ'קען זיך יא פארשטיין

כאילו ביי די סעקולארע וועלט, ווי מען טרעפט זיך פאר א 5 יעריגע בעשאו וד"ל, קומט נישט פאר אזוינס ביי א ריזן פראצענט... קאם אן... די חברה רייסן זיך ארום ביי די קעפ, די סטאטיסטיקס פון דאמעסטיק אביוז איז ביז'ן הימל.
ליין איבער מיין תגובה פליס

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:57 am

· #549474
Re: Re:
נישנאש #
ברוך שפינוזה #
איך ענטפער אז ס'נישט דא נאר צוויי אויסוואלן, ס'דא נאך אסאאאאך אלטערנאטיוון וואס זענען ווערד צו עקספלארן און אויספרובירן.
אדרבה געב ארויס די סודות
אונזער סיסטעם ארבעט נישט
די סיסטעם ביים גוי ארבעט נישט
נא וואסזשע איז די עצה?
ביידע ארבעטן נישט אויף הונדערט פראצענט, אקעי, וועלכע איז בעסער? ביידע ממש די זעלבע ? אויב ס'וואלט געווען פונקט פארקערט ביי די גוים א באשוי פון 20 מינוט, וואלט געווען ביי זיי די זעלבע ?

ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:52 am

· #549479
נישנאש #

כ'האב קיינמאל געזאגט אז דעיטן לאנג איז א גורם אויף פייטעריי, נאר אז דיין שיטה אז דעיטן ווייניג איז גורם פייטעריי איז נישט בעיסד אויף פאקטן.
דו האסט סיי וועלכע קראנטע נומערן אז ביי די ליטאים איז דא ווייניגער שלעגעריי ווייל מען טרעפט זיך סאך מער בעפאר א שידוך?
לפי השמועה ששמעתי איז דארט פונקט אזוי דא די שלעגערייען און גיטין לרחצה
שלאגן שלאגט זיך יעדער, פארקערט, א קאפל וואס פילן זיך נישט גענוג באקוועם איינער מיט'ן צווייטן זיך ארומצושלאגן אויף נארישקייטן איז עס אן ערנסטע פראבלעם. אבער וואס, די ביטערניש וואס מאכט זיך אסאך מאל צווישן מאן און ווייב האב איך בפירוש יא געזעהן מער ביי חסידים. הגם א ראיה פון anecdotal evidence מיינט נישט גארנישט, אבער דו זאגסט דאך אויך נישט גארנישט, וואס בלייבט איבער איז common sense.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:13 am

· #549482
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
רבותי מיר האבן שוין גענוג אשכולות איבער די שידוכים/שלום בית קריזיסן, לאמיר ביטע לאזן דעם אשכול דעזיגנירט פאר די נייעס אויף וואס מען האט עס געעפנט.

אחידוש » דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:28 pm

· #549575
Re: Re:
לאכעדיג #
ברוך שפינוזה #
יענעמ'ס צרות מאכן נישט דיין לעבן געשמאקער, ווי ס'שטייט אין פסוק צרת רבים נחמת טפשים.
גראדע איז די מאמר חז"ל פארקערט, צרות רבים חצי נחמה.
פרעג עני יוד העכער די 60 וועגן שלום בית.
שלום בית?! א היינטיגע זאך, אמאל האט מען נישט געוויסט דערפון

ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:14 pm

· #549581
איך מיין אז קיין איין מאמע וועלט נישט א ווייב פאר איר זוהן באזירט אויף איר אייגענע כאראקטער, מ'זוכט די סארט מיידל וואס וועט דעליווערן די מעסעדש פונעם מאמען אויף אן אופן וואס די זוהן וועט עס אננעמען, און דאס איז באזירט אויף צוויי זאכן, די זוהן'ס פערסאנעליטי און די מעסעדש וואס די מאמע וויל ער זאל דערהערן. און אז דער זוהן איז א coward און לאזט זיך פירן ביים נאז קען ער ארויסגיין פון זיינע עלטערנ'ס שטוב פון היינט ביז איבערמארגן אבער א coward וועט ער בלייבן, די חילוק איז נאר אז ביים מאמען אין שטוב האט די מאמע איהם געפירט ביים נאז און ביים קרעמל פרענדס וועלן זיי איהם פירן ביים נאז, און צום סוף וועט ער זיך טרעפן מיט א פרוי וואס דעליווערט זיינע חברים'ס מעסעדש.

סאנטיאגא » מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:41 pm

· #549655
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סוף טוב הכל טוב #
"עגונות" צוליב עיכוב גט איז באמת א פראבלעם.

און עס איז *נישט* אדרעסירט ביי אונזערע תורה'דיגע פירערס. עכ"פ נישט גענוג אדרעסירט.

איך וואלט געוואלט הערן רבי'ס ברעטשן ביי שלשידעס קעגן מענער מעגנים.

איך וויל זעהן א צעטל געחתמט ביי אלע בתי דין צוזאמען קעגן מענער מעגנים.

איך וויל אז מוסדות החינוך זאלן זיך צוזאמנעמען, נישט נאר קעגן אייפאנס מיט שמאלע הויזן נאר אויך קעגן מענער מעגנים.

דאס איז א תורה'דיגער פראבלעם, און די אנשי התורה דארפן עס פיקסן.
די פראבלעם איז אז אין 2024 לעבן מענטשן - אין ליבעראלע א ניו יארק - אין א קולט, ווי דינסטן אונטער א האר ווי 300 יאר צוריק, דאס איז די טאטע פון אלע פראבלעמען. קאנטראל און ווייטער קאנטראל.

פון אונזערע » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 2:01 am

· #549736
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
למעשה איז שטיל די וואך אדערווייל אינטערסאנט וואס ס'האט איר אפגעשטעלט

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 2:11 am

· #549737
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
גארנישט שטיל. ס'איז געווען א פראטעסט היינט אין מאנסי ביי די הויז ווי די מאן וואוינט.

פון אונזערע » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:02 am

· #549772
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
גארנישט שטיל. ס'איז געווען א פראטעסט היינט אין מאנסי ביי די הויז ווי די מאן וואוינט.
כהאב געמיינט אין עיר הקודש והמקודש מאנרא אותיות מירון יצ''ו

פערינא » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:09 am

· #549773
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ס'איז אינטערעסאנט אז קיימער האט נאכנישט גענומען די מאנראו רבנים אלץ בלעיקמעיל. פארשאף א גט אדער מ'גייט ענק מסרן פאר דאס דעס און יענץ. יעדער דא קען די ליסטס. יעדער ווייסט ווי vulnerable אונז זע מיר. קינד און קייט איז איינגעשפאנט פאר מאסיווע גנבישע געשעפטן פון -- ביז --

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:18 am

· #549778
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פון אונזערע #
כהאב געמיינט אין עיר הקודש והמקודש מאנרא אותיות מירון יצ''ו
איז מאנרא איז געווען די וואך א קאר וואס איז ארומגעפארן מיט א הויכהילכער וואס האט געשריגן פארשידענע לאזונגען.

רבי טוביה » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:41 am

· #549787
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
כהאב געמיינט אין עיר הקודש והמקודש מאנרא אותיות מירון יצ''ו
איז מאנרא איז געווען די וואך א קאר וואס איז ארומגעפארן מיט א הויכהילכער וואס האט געשריגן פארשידענע לאזונגען.
לאזונגען כלפי וועם?

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:49 am

· #549788
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פערינא #
ס'איז אינטערעסאנט אז קיימער האט נאכנישט גענומען די מאנראו רבנים אלץ בלעיקמעיל. פארשאף א גט אדער מ'גייט ענק מסרן פאר דאס דעס און יענץ. יעדער דא קען די ליסטס. יעדער ווייסט ווי vulnerable אונז זע מיר. קינד און קייט איז איינגעשפאנט פאר מאסיווע גנבישע געשעפטן פון -- ביז --
פאר בלעקמעילינג גייט מען זיצען מינימום פיר יאר, מאקסימוס 25 יאר, קענסט שוין באשטעלן א עפוינטמענט ביי משה מארגרעטן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:13 pm

· #549801
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אגב, וואס זוכן די חבדסקע בחורים דארטן? אדער זענען דאס סתם בחורים עובדים?
📎 WhatsApp Image 2024-02-15 at 1.10.09 PM.jpeg

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 5:25 pm

· #549826
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חברה, ס׳גייט זיין ליהודים אין מאנראו, כ׳האף אז ס׳גייען נישט זיין קיין טויטע.
📎 IMG_6613.jpeg

היכי דמי » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 5:43 pm

· #549827
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טאמבל סאס #
אגב, וואס זוכן די חבדסקע בחורים דארטן? אדער זענען דאס סתם בחורים עובדים?
דאס זענען קרית יואלע בחורים תלמידי סאטמאר

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:13 pm

· #549832
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
חברה, ס׳גייט זיין ליהודים אין מאנראו, כ׳האף אז ס׳גייען נישט זיין קיין טויטע.
דאס איז עכט? איך זעה עס נישט אויף אינסטעגרעם

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:31 pm

· #549833
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פובליק סעיפטי האט זיך פארפליכטעט נישט צו צולאזן די פראטעסטן נאך וואס זיי האבן ערהאלטן דעם פארלאנג פונעם מאן'ס פעטער רעב געציל בערקאוויטש שליט"א

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:32 pm

· #549834
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אסטראלאג #
פובליק סעיפטי האט זיך פארפליכטעט נישט צו צולאזן די פראטעסטן נאך וואס זיי האבן ערהאלטן דעם פארלאנג פונעם מאן'ס פעטער רעב געציל בערקאוויטש שליט"א
קענען זיין דאס טוהן לעגאל?

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:56 pm

· #549845
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
אסטראלאג #
פובליק סעיפטי האט זיך פארפליכטעט נישט צו צולאזן די פראטעסטן נאך וואס זיי האבן ערהאלטן דעם פארלאנג פונעם מאן'ס פעטער רעב געציל בערקאוויטש שליט"א
קענען זיין דאס טוהן לעגאל?
יא צו ניין, איז פונקט דאס וואס וויטריאל'ס פובליק סעיפטי טוט אלע יארן.

א בני יואל » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:59 pm

· #549847
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ס'קוקט אויס ווי איר פלאן איז סתם צו מאכן א איבערקערעניש, דערווייל איז זי דאס געלעכטער אין קרית יואל מיט איר גט מאוומענט, סא'יז נישט געגאנגען אפילו א פינטעלע ווייטער..

און דאס איז מיט'ן אראפשטעלן איר פארגרעבטע מאמע איר ארויסצוהעלפן, און מיט איר פליגער וואס איז ארום געפלויגן פרייטיג און באצאלט שווערע געלטער,
וויאזוי האט א קינד געזאגט זיין טאטע בשעת זעהן דעם פליגער, "טאטי קוק א ערעפלעין פליעט מיט א משנכנס סיין אויף ענגליש"...
זי איז א פלעינע געלעכטער.

דער איינציגער וואס איז מיט איר אין מלחמה איז דער שפיטיווקער.
קיינער אויסער איר פארגרעבטע מאמע מיט נאך אפגעפארענע אפגעפרעגטע ליידיגייער קוקן אויף איר זייט און פארדעם גייט זי יעצט פרובירן א נייע טאקטיק מען גייט אריבערברענגען די משכב זכר מאוומענט, אפשר ועט איינער קוקן אויף די מכשפה.

למעשה זעט יעדער אז זי האט מיט עגונה קייטן גארנישט איינגעשטויסן, זי זוכט סתם וואס צו טוהן מיט'ן טאג.

אויפן משכב זכר פראטעסט איז נישטא וואס צו זארגן, דער צדיק פין קרית יואל פארשטייט גאנץ פיין וויאזוי מען שטעלט דאס אפ.

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:24 pm

· #549850
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
קהל'ס נער #
חברה, ס׳גייט זיין ליהודים אין מאנראו, כ׳האף אז ס׳גייען נישט זיין קיין טויטע.

דאס איז עכט? איך זעה עס נישט אויף אינסטעגרעם

ס'איז דארט
שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הם

פון אונזערע » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:27 pm

· #549851
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ביז יעצט האב איך געמיינט אז זי נעמט זיך אן פאר פרויען רעכטן יעצט האב איך סתם פארלורין קאנטראל....
איטס טאא קאמפליקעטעט פאר מי סארי....

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:44 pm

· #549852
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אויף איר פראפייל עדענטיפעצירט זי זיך אלס ציוניסט רח"ל
א ציוניסטישער קליפה רח"ל
יעדער איד שעמדו על הר סיני איז מחוייב לוחם צו זיין קעגן דעם קליפה און דאס עוקר מן השורש זיין.

אלפא » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:10 pm

· #549855
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
בארואיגט אייך רב אסטראלאג, ציונות איז טאקע געפערליך אבער עס איז פארט דא ערגערס. זאגט מיר נישט אז אגודה איז נישט ערגער?! 🙄

לשם יחוד » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:22 pm

· #549856
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
גאט אין הימל, וואס איז געשען מיט קאווע שטיבל?
ווען איז עס געווארן אזוי רעכט…?

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:40 pm

· #549861
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לשם יחוד #
גאט אין הימל, וואס איז געשען מיט קאווע שטיבל?
ווען איז עס געווארן אזוי רעכט…?
פרייהייט פון ווארט גייט אויף ביידע זייטן.