☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

צועקים וזועקים » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:02 pm

· #552052
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
צועקים וזועקים #
קהל'ס נער #
דא שרייבט זי קלאר אז ס׳איז א קאסטעדי פייט
אה... פלוצלינג ווייסט זי יא שוין, גארנישט קיין רחמנות..

זי איז א שלעכטע מענטש, וואס פאר געלט און אטענטשאן מישט זי זיך אריין אין א משפחה מחלוקה און טוט טעראר (יא דאס וואס דא שעלט מען קעגן טעראר, די זעלבע טעראר אדער ארגער).

איך זעה נישט ווי אזוי איינער קען פארטייטיגען אזא נבילה.
זי איז א עסקן וואס נעמט געלט, (אזויווי אלע עסקנים, נאר זי זאגט עס קלאר און אנדערע באהאלטן עס).

אין די ספעציפישע מעשה זעהט זי מיר נישט אויס צי זיין גערעכט, ווייל למעשה געט די עגונה נישט קיין וויזיטעישען.

אבער אין ג׳ענעראל איז זי א עסקן לשם שמים (פאר באצאלט שטייטצעך)
רשעות! על הכלל כולו יצא

צועקים וזועקים » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:07 pm

· #552054
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
צועקים וזועקים #
קהל'ס נער #
דא שרייבט זי קלאר אז ס׳איז א קאסטעדי פייט
אה... פלוצלינג ווייסט זי יא שוין, גארנישט קיין רחמנות..

זי איז א שלעכטע מענטש, וואס פאר געלט און אטענטשאן מישט זי זיך אריין אין א משפחה מחלוקה און טוט טעראר (יא דאס וואס דא שעלט מען קעגן טעראר, די זעלבע טעראר אדער ארגער).

איך זעה נישט ווי אזוי איינער קען פארטייטיגען אזא נבילה.
זי האט גראדע אלטץ דאס געשריבן,
פון איהר קוק ווינקל,
א מיידל אין קרית יואל וואס אירע עלטערן האבן איהר חתונה געמאכט מיט געוואלד מיט איינעם וואס זי האט קיינמאל נישט געוואלט, נאך די חתונה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז מענטעלי נישט אקעי, זי וויל נישט וויסן פון אים, ער וויל צוריק גיין, זי גיט וויזעטשענס אבער דאס מוז זיין מיט סופער ווישען לאור די טאטע איז נישט גייסטיש נארמאל.

מקען עס געהעריג פארשטיין.


יעצט אויב גייטסו שרייען אז סאיז נישט אמת די פאקטן, גיי איך מיר נישט
צוריק טענהענן ווייל איך האב נישט קיין השגה די מציאות הדברים , סך הכל האב איך ארויסגעברענט די טענה לויט איהר צד,
קאמאן.. ביי יעדע גט מחלוקה שרייט מען דאס, אז נישט איז עפעס פאני... און זי מישט זיך אריין אין בלוט און טוט העסליכע טעראר און סטראשעט צו הארעסען א גאנצע שטאט אלעס אינען נאמען פון פעמעניזעם...

אויב פארטייטיגסטו דאס וויל איך נישט הערן קיין ווארט קעגן היימישע טעראר... פארשטאנען?!

צועקים וזועקים » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:09 pm

· #552055
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
קהל'ס נער #
זאל זי עס ארויסלייגן, אויב וויל זי מען זאל אננעמען אירע טענות זאל זי ארויסלייגן פרוף.

דאכט זיך אז זי האט געפאסט צעטליך פון א בית דין, זי טענה'ט אז זי האט א דעת תורה וואס בעקט איהר.
אה זייט ווען האלטסטו אז דעת תורה איז נישט קארופטירט און טעראר..?!

טו מיר א טובה

צועקים וזועקים » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:09 pm

· #552056
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
א פאר יאר צוריק איז געווען א מערכה אין ק"י , איך בין נייגעריג אויב די אלע וואס זענען דא אקעגן פ.ג. זענען אויך געווען אקעגן ש.ל.
וכן להיפוך..

האניג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:18 pm

· #552060
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
אבער אין ג׳ענעראל איז זי א עסקן לשם שמים (פאר באצאלט שטייטצעך)

דערמאנט מיר וואס איינער האט אמאל געזאגט, ער האט קיינמאל פארשטאנען וואס דאס מיינט לשם שמים, ביז ער האט געזען די פסוק השמים כסאי

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:36 pm

· #552062
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 Screenshot (14).png📎 Screenshot (15).png📎 Screenshot (16).png

פארדעכטיגער » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:43 pm

· #552063
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היינט נאכט
📎 WhatsApp Image 2024-02-29 at 12.12.24 PM.jpeg

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:56 pm

· #552066
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ס'איז דא היינט א חתונה פון וואלווי בערקאוויטש פאמיליע אין גינת קליין אין מאנרא און פלעטבוש גירל גייט דארטן איבערדרייען ביי די חופה.

איך בין באמת נייגעריג וויפיל געלט זי מאכט פון די קעיס.
יעדער שעלט איר צאם און זי קוקט אויף איר טשעק וואס זי באקומט און לאכט פון די וועלט...

צועקים וזועקים » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:01 pm

· #552068
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
העיר ווי גאו אגעין.. וואס איז דאס צושטערן א חתונה און אנדרייען אנארכיע??
נישטא קיין תירוץ אויף דעם, נישטא!

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:05 pm

· #552070
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וויאזוי ענטפער נאר פלעטבוש גירל אין אזא צייט, ווילסט נישט מען זאל צושטערן די חופה זאג פאר וואלווי זאל געבן א גט.

נישנאש » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:29 pm

· #552073
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
.

מילך טראק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:17 pm

· #552081
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צועקים וזועקים #

קאמאן.. ביי יעדע גט מחלוקה שרייט מען דאס, אז נישט איז עפעס פאני... און זי מישט זיך אריין אין בלוט און טוט העסליכע טעראר און סטראשעט צו הארעסען א גאנצע שטאט אלעס אינען נאמען פון פעמעניזעם...

אויב פארטייטיגסטו דאס וויל איך נישט הערן קיין ווארט קעגן היימישע טעראר... פארשטאנען?!
איך האב קיינמאל נישט געקומען קיין זייט אין די פרשה,

און די מעשה וואס זי ברענגט דא, איז בככל נישט ביי א יעדע גט מחלוקה

אגב סאיז א גרויסע חילוק , זי וויל סך הכל העלפן איינעם באקומען א גט, משא"כ ביי דע היימישע טראר איז עס די מטרה אין יענעמ'ס פרייוויטע לעבן ווי ער זאל דאווענען, און ווי ער זאל חתונה מאכן די קינדער, צו וועלכע רב ער זאל יא אדער נישט גיין, און ווי ער זאל יא אדער נישט שיקן די קינדער, וכדומה

בערך ווי די זאגסט אז אויב איך פארטיידיג איזרעל, האב איך נישט קיין רעכט צו האבן טענות אויף פוטין

ועוד וויפיל האט זי קיינעם נישט געשעדיג און נישט די פארמעגן

מילך טראק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:26 pm

· #552084
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צועקים וזועקים #
מילך טראק #
קהל'ס נער #
זאל זי עס ארויסלייגן, אויב וויל זי מען זאל אננעמען אירע טענות זאל זי ארויסלייגן פרוף.

דאכט זיך אז זי האט געפאסט צעטליך פון א בית דין, זי טענה'ט אז זי האט א דעת תורה וואס בעקט איהר.
אה זייט ווען האלטסטו אז דעת תורה איז נישט קארופטירט און טעראר..?!

טו מיר א טובה

איך האלט טאקע אז קול קורא'ס זענען נישט געבויט הלכה אדער שכל נאר פרייוויטע אגענדעס, און איך האב נישט קיין מיינוג בנוגע דין תורה,

איך זאג נאר אז דאס זי האט פרואף אז ער האט נישט געוואלט קומען צו דין תורה צו מאכן א סעטלמענט, זי ברענגט יא פוואוו אז ער וויל צוריקגיין

מילך טראק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:43 pm

· #552087
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
קהל'ס נער #
דא שרייבט זי קלאר אז ס׳איז א קאסטעדי פייט

אין עברית זאגט מען: גמרנו.
געענדיגט מיט די קראקאדייל טרערן. דו ביסט נישט קיין עגונה. ווילסט א גט? לאז א טאטע זען זיינע קינדער אן וואס פרעמדע אויגן מוזן שטיין און קוקן.

פארוואס מוז זי שטעלן אין א סכנה אירע קינדער כדי צו באקומען א גט?

נישנאש » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:00 pm

· #552097
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מאן יימר אז ער איז א סכנה?
יעדער קען זאגן די צד שכנגד איז א סכנה.

מילך טראק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:46 pm

· #552113
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
גערעכט
סא די דיבעיט גייט ווייטער.

יענקעל ג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:23 pm

· #552174
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צועקים וזועקים #
העיר ווי גאו אגעין.. וואס איז דאס צושטערן א חתונה און אנדרייען אנארכיע??
נישטא קיין תירוץ אויף דעם, נישטא!

זי זאגט אז זי האט גערופן די מחותנים פאר אלעס און איין מחותן האט זיך געוואלט צושטעלן, אבער די קרוב/מחותן האט נישט געוואלט.

שמן למאור » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:28 am

· #552201
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 IMG_20240301_002743_774.jpg

היימלינד » פרייטאג מערץ 1, 2024 11:24 am

· #552259
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישט אזוי שלעכט...
ס'דא א אויסדרוק: מען זאל זיך נאר משדך זיין מיט אזא איינער וואס מען קען זיך פון זיי גט'ן.

פארדעכטיגער » פרייטאג מערץ 1, 2024 11:54 am

· #552265
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
ס'איז דא היינט א חתונה פון וואלווי בערקאוויטש פאמיליע אין גינת קליין אין מאנרא און פלעטבוש גירל גייט דארטן איבערדרייען ביי די חופה.

איך בין באמת נייגעריג וויפיל געלט זי מאכט פון די קעיס.
יעדער שעלט איר צאם און זי קוקט אויף איר טשעק וואס זי באקומט און לאכט פון די וועלט...
למעשה האט זיך עס אויס געלאזט מיט א גארנישט, קיינער איז נישט מיט געגאנגן מיט איר, זי איז געווארן אינגאנצן אויסגעשפילט, די פאליס האט זי אוועק געשיקט און געטאווד איר קאר..

ברוך שפינוזה » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:10 pm

· #552269
לאכעדיג #
וויאזוי ענטפער נאר פלעטבוש גירל אין אזא צייט, ווילסט נישט מען זאל צושטערן די חופה זאג פאר וואלווי זאל געבן א גט.
דאס הייסט אן עכטע גמרא קאפ, נאך אפאר פרויען אזעלכע און מיר מענער ווערן אויס קאפעלוטש מאכער. דאס איז שיטת רבי אליעזר, בן עזאי האט כנראה נישט געשטערט צו ווערן אויס קאפעלוטש מאכער. 😛

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:15 pm

· #552272
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זי טענה'ט אז סאיז דא א סעטעלמנט אויסגעארבט דורך ר' משולם פאלאטשעק (וואלווי האט פארלאנגט) רעדי צו סיינען
איז עס אמת ?

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:16 pm

· #552273
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די מעשה מיט סאטמערע רבי ר' אהרן איז אמת ?

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:24 pm

· #552274
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וועלכע מעשה? קום אריין קלאר

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:31 pm

· #552278
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אז ער איז נישט געווען מסדר קידושין וועגן זיי זענען גט רופיאזער

לאכעדיג » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:30 pm

· #552292
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
די מעשה מיט סאטמערע רבי ר' אהרן איז אמת ?
ניין. ער איז געהעריג געווען די מסדר קידושין

ומכאן הקריאה יוצאת, גלייב נישט אלעס וואס מענטשן זאגן.

א בני יואל » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:43 pm

· #552295
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דאס צודריידקייט גייט אן און ווי עס קוקט אויס האט עס א אינטערסאנטע מהלך,
יעדער וואס האט א מיידל א טאכטער וואס איז גע'גט אדער סעפערעיטעד האלט אז די נאכשרייען יעדעם אין די משפחה איז גערעכט און אזוי דארף זיין,
איי פארוואס?
ווייל אזוי קענען זיי טון נאכדעם מיט זייער געוועזענע איידעם וואס זייער שמוציג הארץ באגערט,
און די אלע צזאמגעליטענע יונגעלייט וואס קענען נישט זעהן זייערע אייגענע קינדער פאר יארן לאנג ווייל א מאמע א מכשפה האט יא באקומען א גט זענען לויט זיי אויך שולדיג פאר וואטעווער ריזעןֶ, זיי טרעפן אויף.

לעפטאפ » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:44 pm

· #552296
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
מילך טראק #
די מעשה מיט סאטמערע רבי ר' אהרן איז אמת ?

ניין. ער איז געהעריג געווען די מסדר קידושין

ומכאן הקריאה יוצאת, גלייב נישט אלעס וואס מענטשן זאגן.
📎 Screenshot 2024-03-01 134441.png

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:55 pm

· #552298
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
מילך טראק #
די מעשה מיט סאטמערע רבי ר' אהרן איז אמת ?
ניין. ער איז געהעריג געווען די מסדר קידושין

ומכאן הקריאה יוצאת, גלייב נישט אלעס וואס מענטשן זאגן.
ווען איך גלייב פרעג איך דא ?

פונדאַמענטאַל » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:03 am

· #552695
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך האב נישט געשריבן איבער די פרשה ביז יעצט, צוליב חיסרון ידועה אין די פאקטן. אבער איך האב יעצט געהערט א פריש ארויסגערינענע רעקארדירונג צווישן מלכי מיט איר שווער. און טראץ דעם וואס עס איז נאכאלץ מעגליך זיך טועה זיין, נישט קענעדיג די פרשה פון דיר נאנט. דאך קען מען ארויסנעמען זייער אסאך פון די שמועס, או איך מיין אז מיר האבן די רעכט צו אנאלאזירן דאס וואס ליגט פארענט פון אונזערע אויגן. אזוי אויך מיין איך אז דער שמועס איז פון א צייט צוריק, און זאכן האבן זיך שוין מעגליך געטוישט זייט דעמאלס. אבער דער שמועס איז פארגעקומען שוין צוויי יאר נאכען צוטיילען, און דאס קען געבן א בליק איבער די מצב ביז דעמאלס.
מלכי רעדט זייער רעספעקטפול און רואיג די גאנצע צייט.
פון די שמועס הערט זיך, אז מלכי פרובירט צו מאכן קאנטאקט מיט וואלווי, נאכדעם וואס ער האט איר געשיקט א בריוו (מיט וועלכע דער שווער זעהט אויס צו זיין באקאנט), זי זאגט אז זי קען אים נישט דערגרייכען דורכען טעלעפאן, און אז מען האט איר געזאגט אז זיין טעלעפאן איז צובראכען (וואס קען מעגליך זיין אמת). זי פרעגט אויב די שווער קען איבערגעבן פאר וואלווי אז זי וויל זיך טרעפן מיט אים (ביזדערווייל איז ער אין שפיטאל, מחמת איזה סיבה... שפעטער אינעם שמועס קאנפראנטירט זי דער שווער, אז וואלווי איז נישט אין א גוטען מצב, און איז גאר אפט אין שפיטאל... עס איז מיר נישט באקאנט די ערזאך דערפון. דער שווער לייקנט דאס נישט אינגאנצען).
דער שווער ווייזט זייער קלאר אז ער איז אומוויליג איר ארויסצוהעלפן, און עס איז קלאר פונעם שמועס אז די "סיבה" פארוואס זיי האלטען צוריק דאס גט איז וויבאלט זיי זיי האלטען אז מען קען נאך 'צוריקצושטעלן' די שטוב... נישט וויזיטעישען אדער ביי וועלכע פראבלעמען פון איר זייט. בלויז א קעגנערשאפט צו מקבל זיין איר רצון פון זיך צוטיילען.
דער שווער אנטזאגט זיך פון רעדן מיט וואלווי דערוועגן, מיטן אויסרייד אז 'ער ווערט זייער עמאציענאל' ווען מען רעדט צו אים דערוועגן. ער דערמאנט זיך פון די קינדער, און פון איר... און זאגט "מען זאל נישט פארטוישן מלכי פאר קיינעם..." ער איז גרייט אלעס צו טוען.... עס וועקט איך זייער אויף די געפילן...
מלכי מאכט קלאר, אז זי איז בכלל נישט אינעם מצב פון וועלן צוריקגיין, און אפשר איז בעסער צו אויסארבעטן א גט.
דער שווער אנטזאגט זיך פון דאס אננעמען, און טענה'ט אז "זיין מוח זאגט אים יא אז ער גייט צוריק" " ער קוקט אויף דעם ארויס", "פון אים איז נאכנישט ארויס די געפיל"... ממילא קען איך אים נישט זאגען אנדערש... נאכמער טענה'ט דער שווער - אז אויף דעם קוקט ער ארויס און אויף דעם לעבט ער... דאס גיבט אים חיזוק - דאס מאכט אים פילן ווי א מענטש...
רעדנדיג פון די קינדער פילט מלכי פאר וויכטיג צו קלאר מאכן אז זי האט קיינמאל צוריקגעהאלטן וויזיטעישען, דער שווער טענה'ט אז מען האט נישט געגעבען גענוג - ווען ער האט געוואלט, אבער האט נישט קיין ספעציפישע דעטאלען אנציווייזען... מלכי, מאכט קלאר איר גוטע ווילן צו געבן פילע וויזיטעישען, און אז זי האט נישט קיין שום אינטערעסע דאס צוריקגעהאלטן.
(עס איז קלאר פון די דין ודברים, אז עס איז נישט געווען קיין אישו מיט וויזיטעישען אונטער השגחה - ווי פילע האבן געוואלט טענה'ן. עכ"פ אין דער צייט וואס דער שמועס איז פארגעקומען).
מלכי, בעהט זיך ווייטער צו דעם שווער אז ער זאל פרובירן ארויסצוהעלפן, ער דרייט מיטן צינג און אנטזאגט זיך דערפון. אזוי אויך מאכט ער קלאר אז ער איז נישט גרייט איר ארויסצוהעלפן אפילו בלויז זיך צו טרעפן מיט וואלווי - ווען ער ווייסט אז די ציל איז די גט!
מלכי דערמאנט, אז א יאר פריער האט מען אפגעמאכט א צייט פון 4 חדשים, וואס מען וועט ווארטען צו זעהן אויב וואלווי גייט צוריק צו א בעסערען מצב...(?...) און למעשה איז אריבער די צייט און ער איז נאכאלץ נישט בעסער, ממילא לויט די אפמאך דארף מען שוין גיין ווייטער. אזוי אויך מאכט מלכי קלאר אז בכל אופן וויל זי נישט צוריק גיין, זי האט שוין געליטען גענוג אין די פיר יאר וואס זי האט אים געהאלטען, און דאס איז נישט עפעס וואס זי איז גרייט צו ווייטער אויסהאלטען. און דא, טוט ער איר אינגאנצען אוועקמאכן אויף א patronizing אופן - ווי כאילו ער ווייסט בעסער וואס זי דארף, אז אפשר האט מער איר איינגערעדט... און נאר אויב עס וועט זיין "איינער וואס פארשטייט צו דעם", און וועט זיצען מיט ביידע, און וועט זאגן אז דאס איז די ריכטיגע צוגאנג, נאר דאן קען מען באטראכטען די מעגליכקייט... מלכי ענטפערט - נו אדרבה! זי האט נישט קיין שום פראבלעם צו דאס טוען מיט א פראפעסיאנאל... למעשה דרייען זיי זי ארויס פון דעם אויך.
מלכי טענה'ט ווייטער. איך האלט נישט די שווער פאר אן אכזר, איז פארוואס האלט איר צוריק דאס גט? דער שווער מאכט זיך תם'עוואטע... איך פארשטיי נישט - איך פארשטיי נישט (כמה פעמים...). מלכי פרעגט - וואס פארשטייט איר נישט? וואס דען טוט מען? עס איז שוין צוויי יאר זייט מען האט זיך צוטיילט, און זי האט נאכאלץ נישט קיין גט.
הערט אן ענטפער: קודם, מען האלט דאס נישט אפ... און צווייטענס - איך זעה נישט פארוואס מען דארף א גט... אפשר קען מען דאס יא צוריקיבויען... אויסער אויב א פראפעסיאנאל וועט זאגן...
מלכי פרעגט: נו אדרבה לאמיר גיין צו א פראפעסיאנאל, לאמיר קומען צום טיש.למעשה שלעפט מען סתם ארום...דער שווער זאגט אז " ער וועט טראכטען דערפון".
מלכי זאגט, דער אייבערשטער זעהט אלעס און מען דארף געבן דין וחשבון אויף אלעס וואס מען טוט. דער שווער ענטפערט צוריק - מען גיבט דין וחשבון פארן מצער זיין א מאן אויך, פארן אוועקלויפן פון א מאן אויך... פאר צוברעכען א שטיב... . דער שווער איז ממשיך אז ער האלט נישט אז ער אויף וואס צו געבן דין וחשבון, ער ארבעט בלויז 'צוריקצושטעלן' די שטיב, טון ער איז ממשיך אז ער איז גרייט ארויסצוהעלפן מיט אלעס כדי צוריקצושטען די שטיב - אבער נישט דאס צו צוברעכען...
https://drive.google.com/file/d/1107Ai7oXzufCudPE9jziQnnRtnEmYFPk/view?usp=drivesdk

זאקן » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:06 pm

· #552720
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מיין הארץ גייט אויס פאר איר, א מאנרא מיידל חתונה געהאט צו איינעם וועם זי קען נישט און קוים געזעהן פאר אפאר מינוט, אריין צו די חתונה בלינד און געהאפט אז זי האט געוואנען די לאטערי, יעצט ווען זי וויל שוין נישט זיין מיט אים איז זי אנגעוואנדן אויף זיינע חסדים צו קענען נאך אמאל חתונה האבן, און עס איז זייער מעגליך אז זי גייט שוין נישט קענען אנהייבן א נייע לעבן.
(ווען איך בין איר וואלט איך אפשר שוין נישט פארלאנגט מער קיין גט נאר אפגעפוצט פון דא אין געטוהן וואס איך וויל)

דערהויבענע איד » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:47 pm

· #552741
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דרייט זיך לעצטנס ארום וואויסנאויטס פון איינעם ליפא פרידריך א שלום בית קאקער, ער איז געווען א טוען פאר די בערקאוויטש'עס, ווי ער טענ'עט אז על פי תורה קען א מאן מחליט זיין נישט צו גט'ן אן קיין סיבה.


נישט צו גלייבן ווי פארוקט מענטשן זענען נאך היינט צוטאג'ס.

תנחום » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:54 pm

· #552742
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

סבא דבהתא » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:28 pm

· #552752
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וויאזוי קען איך דאונלאודן די וואוסנאוט?

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:33 pm

· #552753
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פלעטבוש גירל איז שטיל געווארן.

נישט דא קיין פרייד פארעיד און אויף איר אינסטעגרעם אקאנט איז זי געווארן פארנומען מיט אנדערע זאכן.

איך האב מורא אז די לעצטע טשעק וואס מען האט איר באצאלט האט געקראכט.

סקעפטיקער » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:41 pm

· #552759
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:49 pm

· #552762
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דערהויבענע איד #
דרייט זיך לעצטנס ארום וואויסנאויטס פון איינעם ליפא פרידריך א שלום בית קאקער, ער איז געווען א טוען פאר די בערקאוויטש'עס, ווי ער טענה'עט אז על פי תורה קען א מאן מחליט זיין נישט צו גט'ן אן קיין סיבה.


נישט צו גלייבן ווי פאררוקט מענטשן זענען נאך היינט צוטאג'ס.

אויב איינער האט די וואויסנאט ביטע אהערברענגען.

עמרם » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:51 pm

· #552764
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ס'איז אינטערסאנט צו וויסן אויב נאך די אלע אנדרייענישן ווילן זיי נאך אלץ אז ער זאל צוריקגיין וואוינען מיט איר?

גייט מיך נישט אין קאָפּ ווי איינער וויל ווייטער וואוינען מיט א צווייטן נאך דעם וואס יענער האט קלאר געזאגט אז איך וויל דיך נישט קענען.

מענטשן זענען נישט בסדר היינט...

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:54 pm

· #552765
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
א נארסעסיסט גייט נישט אן וואס יענער זאגט אדער טוט.

אויב ער האט עפעס אפגעמאכט ביי זיך אין קאפ בלייבט עס ביי דעם זאל זיין וואס זאל זיין.

ס'איז א שרעקליכע מחלה ליידער און די עלטערן פון וואלווי שמעקן פון סימפטאמען פון די מחלה.

צועקים וזועקים » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:06 pm

· #552769
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עס איז דא געהעריגע וויזיטעישאנס?

מר. קלונימוס » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:09 pm

· #552772
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עמרם #
גייט מילך נישט אין קאָפּ
מילך גייט אין קאפ ס'דארף נאר זיין א מילכיג גלאז אדער א פלעסטיק קאפ

האניג » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:17 pm

· #552774
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
א נארסעסיסט גייט נישט אן וואס יענער זאגט אדער טוט.

אויב ער האט עפעס אפגעמאכט ביי זיך אין קאפ בלייבט עס ביי דעם זאל זיין וואס זאל זיין.

ס'איז א שרעקליכע מחלה ליידער און די עלטערן פון וואלווי שמעקן פון סימפטאמען פון די מחלה.

גערעכט, איך האב דאס תיכף געהערט ביי די טעלעפאן רוף פון מלכי צו איר שוויגער

דו האסט נאך די חחחחוצפה מיר צו רופן???!!!

הגם מען קען נישט אינגאנצן בויען אויף דעם, ווייל מעגליך איז זי געווארן פארלוירן. אבער ווי @לאכעדיג שרייבט, ס'שמעקט דערפון

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:17 pm

· #552775
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צועקים וזועקים #
עס איז דא געהעריגע וויזיטעישאנס?

ניין.

צועקים וזועקים » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:22 pm

· #552779
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
צועקים וזועקים #
עס איז דא געהעריגע וויזיטעישאנס?

ניין.

דאן פון ווי שמעקסטו?

סקעפטיקער » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:26 pm

· #552781
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]

איך האלט נאך אינמיטן הערן, ער זאגט אז געשטעטנער איז א גוטע בי"ד. און ער וויל גיין צו זיידנפעלד(?) און אפרים הערש שמילאוויטש (אן אלטע משוגע'נער)

צועקים וזועקים » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:32 pm

· #552785
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אקעי איז דא בפשטות כאטש 2 צדדים.

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:33 pm

· #552786
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]

בלא בלא בלא. ער איז בכלל נישט מיט אונז, זי שרייט ווי א בהמה, ס'גייט שנייען שבועות וכו'

אין א זייטיגע נאטיץ איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די זעלבע מענטשן וואס האבן געשריגן ביי מענדל הערש פאנעט אז בתי דינים זענען קארופטירט שרייען יעצט אז 5 בתי דינים האבן ארויסגעגעבן א סירוב אקעגן וואלווי בערקאוויטש.

הצד השוה שבהן, וואס די ווינט איז אויף סאשעל מידיע דאס טאנצט מען נאך.

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:38 pm

· #552792
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צועקים וזועקים #
דאן פון ווי שמעקסטו?
פון די טעלעפאן קאללס, די וועג וויאזוי וואלוויס טאטע און ברודער רעדן און רעאגירן אויף א זאך וואס זיי הערן פון א צווייטן.

אסטראלאג » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:44 pm

· #552796
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שטערן? די מאמע פון מלכי, און זעליג בערקאוויטש איז די שווער?

סקעפטיקער » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:46 pm

· #552797
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צועקים וזועקים #
[ציטאט אראפגענומען]

אקעי איז דא בפשטות כאטש 2 צדדים.

ווען דאס זאל ווען זיין בערקאוויטש'ס טענה איז עס טאקע צוויי צדדים. אבער אין פאקט שרייט בערקאוויטש "שלום בית" און גייט מיט די רשעים פרידריך און שטערן, צוליב דעם גלייב איך שוין נישט אז זיי האבן א צד ביי די וויזיטעישן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25