אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מנחם מנדל #
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער קען גאר האבן טענות אויפן פלעטבוש בתולה,
זיצט א פרוי שוין אפאר יאר האסטעדזש, מיט א מאן א טעראריסט, און די משפחה שטייט און נוצט די תורה אלץ שטעקן, און גארנישט אין פוצה פה ומצפצף,
וואס איז די טאטע שולדיג? פארוואס ווארפט ער נישט ארויס זיין זוהן פארוואס שרייבט ער אים נישט ארויס פון זיין ירושה?
ווען זיין זוהן וואלט ארומגעגאנגען שטעכן מענטשן וואלט ער אויכעט געבליבן אזוי רואיג?
דא שטעכט ער א אומשולדיגע פרוי מיט צוויי קינדערלעך יעדע איינציגסטע טאג,
פארוואס איז די קאמיוניטי שטיל?
און זי זאגט קלאר וואספארא יד די משפחה האט און די רציחה,
ממילא האט זי אלע רעכטן זיי צו מבזה זיין און די גאסן ביז זיי באפרייען די אומשולדיגע משכון פון די בלוטיגע לאפעס,
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!

איך בין ממש משוגא וויזוי אסאך ניקים וואס קאמענטן אקעגען די מאן זענען פרישע ניקים געפענט און די לעצטע פאר חדשים
שריען אז עס איז נישטא קיין תירוץ בעולם מאכט עס נאכנישט אזוי...
ליידער איז וויזיטעישאן א זאך וואס ד פרוי האלט קעגן די מאן
און א גט איז א זאך וואס די מאן האלט אקעגן די פרוי
און ביידע זענען רשעות שאין כדגמתם
ווען איך וועל דיר זען אראפרייסן די הונדרעטער פרויען וואס האלטן צירוק זייערע עקס'ס פון זען די קינדער מיט זעלבען שפראך וועל איך טראכטען אז די מיינסט עס אמת'דיג
דערווייל קוקט עס אויס ווי די אשכול און קאמענטס ווערן געדרייווט דורך די פירער פון איין זייט נישט פון אומשילדיגע צוקוקער...
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פון די שניר - שווער שמועס, קוקט אויס אז הרבנית מפלעטבוש איז גערעכט,
די שווער פראבירט בככל נישט צו העלפן, פארהאנדלען וועגן די קינדער, אדער בככל, ער וויל נאר אז זיי זאלן צירוקגיין, זי זאגט אז זי האט שוין פראבירט אסאך מער ווי זי האט געדארפט, און זי קען נישט צוריקגיין,
פון די אנדערע זייט הערט מען ווי הרב פרידריך טענה'עט אז , א מאן מעג מעגן זיין זיין פרוי ווילאנג ער וויל און קיינער קען זיך נישט אריינמישן,
(אגב איך ווייס נישט אויב ער רעדט מטעם המשפחה)
ווילאנג די גאס הערט נאר 1 זייט וועט מען זיין פארשטייט זיך אויף איהר זייט, זאל משפחות בערקאוויטש ארויסקומען און זיך פארטיידיגן,
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
איך בין סתם נייגעריג וואס זי טראכט, אויב מיין ווייב גייט נישט זיין מיט מיך פאר די נעקסטע פאר טעג גייט מלכי באקומען א גט? אויב זי קען מיך עס מסביר זיין גיי איך אהיים גיין באלד זאגן פאר מיין ווייב אז פאר די נעקסטע פאר טעג קען אונז נישט זיין צוזאמען, אין אויב אונז גייען זיך נישט קענען איינהאלטן זאל זי פאר קיינעם נישט זאגן ווייל איך וויל נישט האבן א חלק אין צוריק האלטן א גט.
ווען זי האט ווען האט ווען פול סופארט פון די עזרת נשים ביים היימישן עולם אבער די מענער שול האלט נישט ביים טוהן עפעס וואלט אזא זאך געקענט ארבעטן, אבער דאס איז נישט די מציאות
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חב''ד הויזן #
לאכעדיג #
הער איך יעצט אז די בערקאוויטש פאמיליע האט גאר געסטראשעט פלעטבוש גירל מיט לעגאלע פראבלעמען און פארדעם איז זי יעצט שטיל געווארן.
IMG_20240305_172606.jpg
אט אזוי!
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שמן למאור #
איינער פרעגט... 😂
איך מיין אז אז די סיבה פארוואס זי שרייבט אז מ'מעג איבערגעבן זאכן איז ווייל זי איז נישט קיין Shomer Negiah 😃
נעבעך מר סעש, no sex in the near future
Re:
מי אני #
דאס דערמאנט פונעם קאמעדי שפיל
לייסיסטריסאַ פון אריסטאפעניס (שחי בימי סקראט), וואו די פרויען פון אטענס און ספּאַרטאַ האלטן זיך צוריק פון חיי אישות מיט די מענער, ביז ווילאנג זיי הערן זיך אויף שלאגן און ברענגן אַן ענדע צו די פּעלעפּאניזשיען מלחמה צווישן די צוויי שטאטן.
און אין די אמאליגע תקופה האט מען דאך געגעבן א גט פאר'ן ארויסגיין למלחמה...
ספּייק לי האט דאס אדאפּטירט צו די מאדערנע עפאכע אין זיין פילם טשיי-רעק, וואו די פרויען פרובירן דאדורך צו ברענגען צו אַן ענדע די קריג צווישן צוויי גענגס אין טשיקאַגאָ.
ס'דא וואס גייען מיט א פארקערטע מהלך אז דווקא מרבה זיין ארגאזמס וועט ברענגען פרידן..
https://en.wikipedia.org/wiki/The_Annual_Global_Orgasm_for_PeaceRe: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שמן למאור #
IMG_20240301_002743_774.jpg
די זעלבע מיידל איז נעכטן געוואור געווארן פארוואס איר מאמע גייט צו די גראסערי אדער שפאצירן מיט טאטי איין מאל א חודש פונקט אין די שעות ווען זי לייגט שלאפן אירע געשוויסטער.
שאלתיאל #ס'דא וואס גייען מיט א פארקערטע מהלך אז דווקא מרבה זיין ארגאזמס וועט ברענגען פרידן..
https://en.wikipedia.org/wiki/The_Annual_Global_Orgasm_for_Peace
דאס דערמאנט פון וואס דער סאלדאט דזשאַש רעי פּערסאן זאגט אין
די סצענע בתוך דעם מיניסיריס
דזשענערעישאן קיל, איבער די צווייטע איראק מלחמה. (עס איז מיוסד אויף די נאַן-פיקציע
בוך פון עווען רייט, וועלכע ווערט געשפילט אלס איינער וואס איז דארט אינעם טרעקל אינעם סצענע.)
איי געס אז ער נעמט נישט אָן די גמרא (קידושין מט:) פון עשרה קבים זנות ירדו לעולם תשעה נטלה ערביא ע״ש…
ואגב:
📎 IMG_6934.jpeg
😃
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וועגן דעם גייט א חתן וכלה אין מלחמה ביי א מלחמת מצוה...
Re: Re:
שאלתיאל #
מי אני #
דאס דערמאנט פונעם קאמעדי שפיל
לייסיסטריסאַ פון אריסטאפעניס (שחי בימי סקראט), וואו די פרויען פון אטענס און ספּאַרטאַ האלטן זיך צוריק פון חיי אישות מיט די מענער, ביז ווילאנג זיי הערן זיך אויף שלאגן און ברענגן אַן ענדע צו די פּעלעפּאניזשיען מלחמה צווישן די צוויי שטאטן.
און אין די אמאליגע תקופה האט מען דאך געגעבן א גט פאר'ן ארויסגיין למלחמה...
ספּייק לי האט דאס אדאפּטירט צו די מאדערנע עפאכע אין זיין פילם טשיי-רעק, וואו די פרויען פרובירן דאדורך צו ברענגען צו אַן ענדע די קריג צווישן צוויי גענגס אין טשיקאַגאָ.
ס'דא וואס גייען מיט א פארקערטע מהלך אז דווקא מרבה זיין ארגאזמס וועט ברענגען פרידן..
https://en.wikipedia.org/wiki/The_Annual_Global_Orgasm_for_Peace
ווער איז יענע ארגאזמינעזאציע??
😂
כרם זית #
וועגן דעם גייט א חתן וכלה אין מלחמה ביי א מלחמת מצוה...
ובזה קען מען זאגן א רמז בהגמרא (סוטה י.):
דרש רבא מפני מה נענש אסא מפני שעשה אנגריא בתלמידי חכמים שנאמר (מלכים א טו כב) והמלך אסא השמיע את כל יהודה אין נקי מאי אין נקי אמר רב יהודה אמר רב אפילו חתן מחדרו וכלה מחופתה
און די עונש איז געווען שחלה ברגליו ע״ש. און אונז טרעפן בב״ק ב: אז (שמות כב ד) ״ושלח״ איז מרמז להיזק רגל וכן הוא אומר (ישעיהו לב כ) משלחי רגל השור והחמור ע״ש. און אט דא איז דאך די מטרה פון דעם עיכב חיי אישות, כדי צוצוברענגען אז עס זאל זיין ביי איינעם דעם (דברים כד א) ״ושלחה״ מביתו בספר כריתות וגט…
און ביי בהנהגה בכלאים בשילוח שור וחמור יחדיו טרעפט מען (ב״מ צ:) אז זיין א מויל-מאכער קען הייסן א מעשה ממש ע״ש…
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
מילך טראק #
whatever #
ס'מיר גוט... זי האט א מאן?!
יא
ער הייסט חיים. איך האף אז ער איז זיך מחיה מיט די טשעק וואס זיין ווייב ברענגט אהיים פון די קעיס.
חיים גירל?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מענער מעגן יא גיין אין מקווה?
#עסקינג פאר עי פרענד
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 WhatsApp Image 2024-03-06 at 2.46.32 PM (3).jpeg
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פלוצלונג האט זי א פראבלעם מיט ערכאות און מסירה ?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
האלטסט זי האט א פראבלעם? עס איז א טאקטיק
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
כ'האב הנאה פון די דיין, ער ווייסט נישט פון קיין מעשיות, איינער קומט מיט א תביעה שיקט ער אן הזמנה
יא ליצנות צו נישט, נישטא קיין מעשיות & מאנקי ביזנעס
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דאכט זיך אז ביי התאחדת הרבנים קאסט דאס אויך נאר 25$
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זי איז א מענטעל קעיס און פארטיג! א שאד יעדעס ווארט.

די שאלה איז פארוואס זיי גייען צו בעלסקי? אפשר ווייל זיי האבן לעצטנס געמאכט א ביטל קדושן?

צועקים וזועקים #

איר מיינט צו זאגן אז ער איז?

Yesh #

הרב בעלסקי לעבט שוין לאנג נישט

קען זיין אבער יעצט האט ער גערעדט וועגען איר
בד"וו צו דיר און אסאך אנדערע, ווייל איינער האקט אויף פ"ג מיינט נאכנישט אז ער שטימט צו מיט די מאן, מען אונז פארנומען דא מיט צוויי אנדערע נושאים just to be clear
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היימלינד #
Yesh #
די שאלה איז פארוואס זיי גייען צו בעלסקי? אפשר ווייל זיי האבן לעצטנס געמאכט א ביטל קדושן?
הרב בעלסקי לעבט שוין לאנג נישט
איז עס נישט געווען די ב"ד?

די בי"ד האט לעצטענס מבטל געווען א קידושין?

📎 KiDyRU27GRnhzT3i-jAwKj2LLcvCTR7z1JT_NztfLA4e1ZdNVOhHZ7jz_lCRpewAN6PLwI2oaWhPhRD8r2h4MNL6ogJWTY5yV-tvEsgG-dvlI3G3Zwsl_lKc7vUmZKC1PvcOM-fptEHa5XXaUnQZavt0s2HrRpG6LDxUUC-lHDMC9iWsmBo7cNJyAIX_1m_axr9DbW0uFGfFq8.jpgRe: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Yesh #
צועקים וזועקים #
זי איז א מענטעל קעיס און פארטיג! א שאד יעדעס ווארט.
איר מיינט צו זאגן אז ער איז?
איהם קען איך נישט און עס אינטערעסירט מיר נישט.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
כ'קאן נישט די מעשה, ס'האט עפעס מיט א פראטעסט וואס איז געווען אין ב"פ פאר בערך א יאר צוריק בנוגע ביטול קידושין?
שטייט נישט אויף סאכדעס' צעטיל אז דאס האט עפעס מיט הרב קירש'ס בית דין.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך קען נישט אויפהערן לאכן
📎 IMG_6834.jpeg
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Yesh #
היימלינד #
Yesh #
היימלינד #
הרב בעלסקי לעבט שוין לאנג נישט
איז עס נישט געווען די ב"ד?
די בי"ד האט לעצטענס מבטל געווען א קידושין?
KiDyRU27GRnhzT3i-jAwKj2LLcvCTR7z1JT_NztfLA4e1ZdNVOhHZ7jz_lCRpewAN6PLwI2oaWhPhRD8r2h4MNL6ogJWTY5yV-tvEsgG-dvlI3G3Zwsl_lKc7vUmZKC1PvcOM-fptEHa5XXaUnQZavt0s2HrRpG6LDxUUC-lHDMC9iWsmBo7cNJyAIX_1m_axr9DbW0uFGfFq8.jpg
יעצט נאכגעזיכט די מעשה איז געווען מיט ר' שמואל קמינצקי
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צועקים וזועקים #
Yesh #
צועקים וזועקים #
זי איז א מענטעל קעיס און פארטיג! א שאד יעדעס ווארט.
איר מיינט צו זאגן אז ער איז?
איהם קען איך נישט און עס אינטערעסירט מיר נישט.
איר קענסטו יא? און פארוואס אינטערעסירט דיך איר יא?

קהל'ס נער #
איך קען נישט אויפהערן לאכן
אינגאנצען צופראסקעט
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
צועקים וזועקים #
Yesh #
צועקים וזועקים #
זי איז א מענטעל קעיס און פארטיג! א שאד יעדעס ווארט.
איר מיינט צו זאגן אז ער איז?
איהם קען איך נישט און עס אינטערעסירט מיר נישט.
איר קענסטו יא? און פארוואס אינטערעסירט דיך איר יא?
איר קען מען. זי טערארעזירט די שטאט אינטערעסירט מיך עס.
אין אנדערע נייעס... וואס טוט זיך מיטן וסת?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היימלינד #
אינגאנצען צופראסקעט
ווער גייט יעצט זיין די נעקסטע חכם און שרייבן די דרייסיגסטע מאהל אויף די אשכול אז למעשה טוט זי א גוטע זאך ווייל יעדער שמועסט יעצט אז וואלווי געט נישט קיין גט ..........??

correct
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פלעטבוש גירל שרייבט היינט אויף אינסטעגרעם אז די סיבה פארוואס זי שרייבט מער נישט וועגן וואלווי און די בערקאוויטש פאמיליע איז ווייל מען קען ארעסטירן מלכי פארדעם.
די בערקאוויטש פאמיליע האט געווינען די פייט און זיכער געמאכט אז פלעטבוש גירל לאזט זיי אפ... מזל־טוב!
איינער מיט א נייע דזשאב פאר פלעטבוש גירל??
און יעצט וועל איך שרייבן צום צענטען מאהל איך ווייס נישט ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט, און ס'אינטערסירט מיר נישט צו וויסען בכלל.
אזוי ווי ווען צוויי שותפים צוקריגן זיך דארף נישט די גאנצע שטאט מיטהאלטן און דאס וואס מענדל הערש פאנעט האט געטאן איז נישט קיין נערמאלע זאך.
די זעלבע זאך איז ביי א גט פרשה דארף אויך נישט די גאנצע שטאט מיטהאלטן די קריגעריי און דאס וואס מלכי גאלד האט יעצט געטאן איז נישט קיין נערמאלע זאך.
יעצט זאלן אלע סאשעל מידיע פענס וואס ווייטאגן פאר פאנעט און מלכי שטורעמען די אשכול.

אפשר קען זי קומען שרייבען דא אויף די שטילערע טעג, צו האלטען די עולם ביי די זייטען...
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איינער האט איר נאמבער צו באקימען איר סטעטוס?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
היימלינד #
אינגאנצען צופראסקעט
ווער גייט יעצט זיין די נעקסטע חכם און שרייבן די דרייסיגסטע מאהל אויף די אשכול אז למעשה טוט זי א גוטע זאך ווייל יעדער שמועסט יעצט אז וואלווי געט נישט קיין גט ..........??
וואס באדערט דיר אזוי אז ס'טוט וויי פאר מענטשן אז א בת ישראל איז א לעבעדיגע עגונה?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שטריימל באקס #
דא קען מען הערן די דברי חכמה פון ליפא פרידריך.
Lipa Friedrich.mp3
אפענע עמי-הארצות. דער רמב"ם האלט דאך קלאר אז מאיס עלי איז כופין אותו להוציא אפילו מיט שלעק, און אפילו רבינו תם וואס איז זיין עיקר בר פלוגתא איז דאך די טאטע פון די הרחקות דר"ת - וואס באדייט אז אין א פאל פון מאיס עלי מעג מען מאכן א פרעשור קאמפיין וואס זאל קלינגען.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די תורה גייט אים אן פונקט ווי פאר פלעטבוש גירל. פלעטבוש גירל האט כאטש יומען רייטס צו איר זייט.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
וואס באדערט דיר אזוי אז ס'טוט וויי פאר מענטשן אז א בת ישראל איז א לעבעדיגע עגונה?
עס טוט דיר וויי אלע עגונות אדער נאר די וואס האט איבערגעדרייט די שטאט??

עס טוט וויי יעדע איינציגע עגונה וואס איז צוגעבינדן
סך הכל האט די רודעריי אויפגעדעקט די פרשה, ווען איך ווייס ווען פון אנדערע וואלט עס די זעלבע וויי געטון
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
פלעטבוש גירל שרייבט היינט אויף אינסטעגרעם אז די סיבה פארוואס זי שרייבט מער נישט וועגן וואלווי און די בערקאוויטש פאמיליע איז ווייל מען קען ארעסטירן מלכי פארדעם.
די בערקאוויטש פאמיליע האט געווינען די פייט און זיכער געמאכט אז פלעטבוש גירל לאזט זיי אפ... מזל־טוב!
איינער מיט א נייע דזשאב פאר פלעטבוש גירל??
און יעצט וועל איך שרייבן צום צענטען מאהל איך ווייס נישט ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט, און ס'אינטערסירט מיר נישט צו וויסען בכלל.
אזוי ווי ווען צוויי שותפים צוקריגן זיך דארף נישט די גאנצע שטאט מיטהאלטן און דאס וואס מענדל הערש פאנעט האט געטאן איז נישט קיין נערמאלע זאך.
די זעלבע זאך איז ביי א גט פרשה דארף אויך נישט די גאנצע שטאט מיטהאלטן די קריגעריי און דאס וואס מלכי גאלד האט יעצט געטאן איז נישט קיין נערמאלע זאך.
יעצט זאלן אלע סאשעל מידיע פענס וואס ווייטאגן פאר פאנעט און מלכי שטורעמען די אשכול.
פארוואס אינטערעסירט דיר נישט צו וויסן ווען א אידישע טאכטער ליידט?
שעם דיר
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
פארוואס אינטערעסירט דיר נישט צו וויסן ווען א אידישע טאכטער ליידט?
עס טוט מיר וויי ווען א יעדע איד האט א צרה און ליידט ברוחניות אדער בגשמיות.
דו האסט נאר ליב מיטצוהאלטן די לשון הרע פון יעדע מחלוקה און צו זאגן א מיינונג איבער דעם.
און וויבאלד ביי די פרשה האט מען דיר צוגעשטעלט שטאף אינטערעסירט דיר עס.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
שעם דיר
דאס איז לכאורה געווען אדער אן אויסברוך אדער א רעאקציע פון פארביסנקייט.
השי"ת האט אונז באשאנקען מיט די ריכטיגע מעדעצינען, און אז איר ווילט קענט איר זיך גרינג היילן פון די פראבלעמען.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
עס טוט וויי יעדע איינציגע עגונה וואס איז צוגעבינדן
סך הכל האט די רודעריי אויפגעדעקט די פרשה, ווען איך ווייס ווען פון אנדערע וואלט עס די זעלבע וויי געטון
אויב ס'טוט דיר באמת וויי די נושא פון עגונות, דעמאלס עפן א באזונדערע אשכול און ברענג ארויס די ווייטאג און צרה פון עגונות.
פון דיינע תגובת אין די אשכול זעהט מען נאר ווי דו ווערסט אויפגעהייטערט מיט יעדע נארישע ווארט וואס עפעס א קראנקע גירל פון פלעטבוש שרייט, קוקט מיר נישט אויס אז דו האסט א פראבלעם מיט עגונות.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נאכן הערן די רעקארדירונג ווי א אידישע ווייבל בעט זיך בתחנונים מען זאל איר לאזן גיין און איר שווער ענטפערט איר קאלטערהייט איך גיי דיר נישט העלפן, אויב דאס בארירט נישט דיין אידיש הארץ איז עפעס ראונג,
ביזט עפעס געווען אימפולסיוו מען זאל חלילה נישט איבער'חזר'ן די עיקר מעשה דא אז א ווייבל ווארט פאר א גט. עפעס זאגט מיר דו האסט עפעס נגיעות דא.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
ביזט עפעס געווען אימפאלסיוו מען זאל חלילה נישט איבער'חזר'ן די עיקר מעשה דא אז א ווייבל ווארט פאר א גט. עפעס זאגט מיר דו האסט עפעס נגיעות דא
מעשיות פון פרויען וואס ווארטן אויף גיטין קענסטו שרייבן אין דיין נייע אשכול פון עגונות.
די אשכול איז געעפענט געווארן אויסצושמועסן אלעס ארום דאס וואס א עגונה האט אריינגעמישט פלעטבוש גירל אין איר גט פרשה אז זי זאל איבערדרייען די שטאט.
און וויבאלד דאס איז נישט געווען קיין נערמאלע זאך רייס איך אראפ מלכי גאלד פארן איר הייערען.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מלכי גאלד האט איר קיינמאל נישט געהייערט,
דו ריקאנפירמסט אז דו האסט דא נגיעות.