☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:50 pm

· #551812
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
למעשה איז זי ארויס פון סאטמאר ביהמ"ד אין מאנסי.
מען וועט אביסל רעדן אויף סאשעל מידיע און אין מקוה פון די מעשה וואס איז א רינגעלע אין די קייט פון אירע לעצטערע משוגעתן, און אלעס בלייבט ביים אלטן.

אבער לאמיר מאכן חזרה, וויאזוי האט נאר סאטמאר רב ז"ל געזאגט, מען דארף טאן און נישט אויפטאן.

פונדאַמענטאַל » דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:13 pm

· #551815
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ברוך שפינוזה #
זייער שיינע מוסר רייד אבער א פארלירער ווערט מען נאכנישט דערפון, אויסער אז דו רעדסט פון יענע וועלט והרוצה לשקר ירחיק עדיו 🙂

מען ווערט א פארלירער פון דאס וואס איר האט געשריבן אז מען געווינט...
ערנסט גערעדט... איינער וואס טראץ זיין אויפגעקלערטקייט קען נאך נישט פארנעמען די אומאויפגעקלערטע, איז א פארלירער... א געווינער אין די קאנטעקסט וואלט געווען איינער וואס מיט זיין אויפגעקלערטקייט געווינט אין לעבן, האבנדיג געווינען זיין חרות פון קליינקעפיגע שטותים, און זייענדיג צופרידן אין זיין אייגן הויט - האבנדיג די מעגליכקייט צו פארנעמען און רעספעקטירן די וועלכע זענען נאך סטאק.

town1 » דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:57 pm

· #551824
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פונדאַמענטאַל #
ערנסט גערעדט... איינער וואס טראץ זיין אויפגעקלערטקייט קען נאך נישט פארנעמען די אומאויפגעקלערטע, איז א פארלירער... א געווינער אין די קאנטעקסט וואלט געווען איינער וואס מיט זיין אויפגעקלערטקייט געווינט אין לעבן, האבנדיג געווינען זיין חרות פון קליינקעפיגע שטותים, און זייענדיג צופרידן אין זיין אייגן הויט - האבנדיג די מעגליכקייט צו פארנעמען און רעספעקטירן די וועלכע זענען נאך סטאק.

דו קומסט אריין זייער גוט און קלאר.

חיי עולם » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:16 pm

· #551825
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ברוך שפינוזה #
זי לאכט זיך אויס און גייט זיך צוריק קיין פלעטבוש מיט זעק אנגעפילט מיט מעשה'לעך צו שערן מיט אירע פרענדס.
איך בין זייער נייגעריג די היסטאריע פון אירע קינדערישע יארן... איינער קען ברענגן א רעזעימע וויפיל מערכות זי האט געפירט דעמאלטס וויפיל איינגעשטעלטע האט זי גערודפט

וואסער » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:19 pm

· #551826
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
town1 #
פונדאַמענטאַל #
ערנסט גערעדט... איינער וואס טראץ זיין אויפגעקלערטקייט קען נאך נישט פארנעמען די אומאויפגעקלערטע, איז א פארלירער... א געווינער אין די קאנטעקסט וואלט געווען איינער וואס מיט זיין אויפגעקלערטקייט געווינט אין לעבן, האבנדיג געווינען זיין חרות פון קליינקעפיגע שטותים, און זייענדיג צופרידן אין זיין אייגן הויט - האבנדיג די מעגליכקייט צו פארנעמען און רעספעקטירן די וועלכע זענען נאך סטאק.

דו קומסט אריין זייער גוט און קלאר.

מענין לענין באותו ענין.
אין די לעצטע עפאכע פון Hashem loves you דארף מען געדענקען אז דער אויבערשטער האט ליב א "יעדע" איד, נישט קיין חילוק וויאזוי ער קוקט אויס.
און יא! נישט נאר אויב ער גייט מיט א טישורט און דזשינס מיט א קעפ אויף זיין טשופ.
נאר אפילו דער וואס גייט מיט א ריזיגע וואלענע ציצית און ברייטע ביבער הוט מיט לאנגע פיאות און בארד האט אויך דער אויבערשטער ליב.

town1 » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:41 pm

· #551830
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ווער עס האט נאר וויי געטון/גערודפט א איד איז עס זייער שטארק צוריקגעקומען און מאכן מיט אסאך פראבלעמען,

טייערע אידן עס לוינט נישט,

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:42 pm

· #551831
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאג עס פאר די בערקאוויטש פאמיליע.

גוטער » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:44 pm

· #551832
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שפילער #
She is a power house
Oh yeah

אפילו זי גייט נישט געווינען בערקאוויטש, וועלן אסאך פאטענציאלע מעגנים טראכטן זיבן מאל, פאר דעם אליין איז זי א געווינער.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:46 pm

· #551834
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:47 pm

· #551835
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פונדאַמענטאַל #
2. מיין נקודה איז, אז נישט קיין חילוק ווי אומריכטיג יענעמ'ס מהלך איז, דארפסו רעספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו פראקטיצירן זיין גלויבן. איך רעד נישט פון סיי וועלכע קאנסעקווענצן. עס איז יענעמ'ס רעכט צו לעבן וויאזוי ער באגערט.

(דאס איז אגב א היפאקראטיע וועלכע מען געפינט ביי פילע ליבעראלן, וועלכע שלאגן זיך לכאורה פאר די רעכטן פאר יעדן צו לעבן וויאזוי זיי באגערן, אבער צווינגען ארויף אויף יעדן צו עס אננעמען. אלס ליבעראל האלט איך אז יעדער קען טון וואס זיי ווילן, אויך די צוריקגעשטאנענע רעליגיעזע).

דו זאגט עס ווייל דו האלטסט אז דו ביסט גערעכט, ווען ס'קומט צו נטורי קרתא, אדער לב טהור, זיי רעספעקטירסטו?? דו האלטסט אז זיי זענען איבערגעטריבן רופסטו עס אהן אביוז, משוגע, וועסטו אויך פראבירן צו שטערן יענעם.

מילך טראק » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:53 pm

· #551837
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
town1 #
ווער עס האט נאר וויי געטון/גערודפט א איד איז עס זייער שטארק צוריקגעקומען און מאכן מיט אסאך פראבלעמען,

טייערע אידן עס לוינט נישט,
פארשטייט זיך אליינס אז אויב מטשעפעט איינעם וואס איז נישט אין די סיסטעם דענסמאלסט ווערט מען געבענטשט מיט אלע ברכות

שמן למאור » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:55 pm

· #551841
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וואסער #

מענין לענין באותו ענין.
אין די לעצטע עפאכע פון Hashem loves you דארף מען געדענקען אז דער אויבערשטער האט ליב א "יעדע" איד, נישט קיין חילוק וויאזוי ער קוקט אויס.
און יא! נישט נאר אויב ער גייט מיט א טישורט און דזשינס מיט א קעפ אויף זיין טשופ.
נאר אפילו דער וואס גייט מיט א ריזיגע וואלענע ציצית און ברייטע ביבער הוט מיט לאנגע פיאות און בארד האט אויך דער אויבערשטער ליב.

מענין לענין באותו ענין.

איינער זאגט מיר לעצטנס אז די גאנצע איי לאוו יו האשעם מאוומענט געפעלט אים זייער נישט. מען האט גענומען דעם באשעפער און געמאכט פון אים א גאנצע אפגאט.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:30 am

· #551853
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
דו זאגט עס ווייל דו האלטסט אז דו ביסט גערעכט, ווען ס'קומט צו נטורי קרתא, אדער לב טהור, זיי רעספעקטירסטו אויך?? דו האלטסט אז זיי זענען איבערגעטריבן רופסטו עס אהן אביוז, משוגע, וועסטו אויך פראבירן צו שטערן יענעם

אזוי ווי איך האב געשריבן פריער אין מיין ענטפער צו ברוך, די ווייסט נישט ווער איך בין און וואס מיין עקספיריענס איז... ממילא דיין הנחה אז איך זאג דאס ווייל איך האלט אז 'איך' בין גערעכט איז נישט גילטיג, ווייל מנא לך אז איך בין א טייל פון די דאזיגע געמיינדע. איך מיין אז אויב דו לייגסט צו קאפ צו מיינע ווערטער איז גאנץ קלאר אז איך קום פון די אנדערע זייט אינגאנצן, מיין טענה איז פון א ליבעראלע שטאנפונקט.

בנוגע נטורי קרתא אדער לב טהור. איך מיין אז מען מעג נוצן א משהו שיקול הדעת, צו פונאנדערשיידן צווישן לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר. דו קענסט פרובירן צו ברענגען כל מיני עקסטרעמע משלים, פון אזעלכע וואס איז יתכן אז ביי זיי איז נישט גילטיג די כלל. און מיר קענען זיך טענה'ן אויף יעדע באזונדער. אבער די יסוד איז נאכאלץ ריכטיג, אז ביז צו א געוויסע מאס דארף א מענטש רעספעקטירן א צווייטנס דעה און בחירה.

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:27 am

· #551874
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פונדאַמענטאַל #

בנוגע נטורי קרתא אדער לב טהור. איך מיין אז מען מעג נוצן א משהו שיקול הדעת, צו פונאנדערשיידן צווישן לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר. דו קענסט פרובירן צו ברענגען כל מיני עקסטרעמע משלים, פון אזעלכע וואס איז יתכן אז ביי זיי איז נישט גילטיג די כלל. און מיר קענען זיך טענה'ן אויף יעדע באזונדער. אבער די יסוד איז נאכאלץ ריכטיג, אז ביז צו א געוויסע מאס דארף א מענטש רעספעקטירן א צווייטנס דעה און בחירה.

פון דעם רעד איך, אין דיינע אויגן איז לב טהור עקסטרעם ממילא דארף מען זיי נישט רעספעקטירן, אין אירע אויגן איז קרית יואל עקסטרעם און אביוז, דארף מען נישט רעספעקטירן. ניין איך זעה בכלל נישט קיין חילוק.

זייער אסאך זאכן פון די חסידים גייען אריין אין די כלל פון לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר אין די אויגן פון נישט חרדים,
איך ווייס אז ס'קען זיין אז דו גייסט עס נישט פארשטיין ווייל ווילאנג דו קוקסט ארויס פון דיין באקס וועסטו עס נישט פארשטיין. דער לב טהור זעהט אויך נישט וואס איז ראנג.

אסטראלאג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:47 am

· #551877
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
רעספעקטירן קען מען יעדן ביז, עס גרעניצט זיך מיט די תורה הקדושה. לדוגמא, ר' זלמן לייב טייטלבוים וואס טוט ווידערגעשפעניגן קעגן הייליגן רבי'ן זי"ע, געהעצט און דערנידערט קעגן טייערע אידן מסלמה ומשמנה, איז נישטא קיין מקום צו זאגן אז אזא לץ איז דא עפעס א דין לכף זכות.

ביי עקסטרעמע גרופעס מיט שיטות מינות ומשונות ווי חב"ד ,לב טהור, בעלזא , מהרז"ל חסידים , ר' מענדעלע וכו' די קען מען רעספעקטירן (נישט אקצעפטירן זייער שיטות ח"ו) ביז ווילאנג זיי קריכן נישט אריין מיט זייערע גיפט ביי אונז.

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:42 am

· #551880
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אסטראלאג #
רעספעקטירן קען מען יעדן ביז, עס גרעניצט זיך מיט די תורה הקדושה. לדוגמא, ר' זלמן לייב טייטלבוים וואס טוט ווידערגעשפעניגן קעגן הייליגן רבי'ן זי"ע, געהעצט און דערנידערט קעגן טייערע אידן מסלמה ומשמנה, איז נישטא קיין מקום צו זאגן אז אזא לץ איז דא עפעס א דין לכף זכות.

ביי עקסטרעמע גרופעס מיט שיטות מינות ומשונות ווי חב"ד ,לב טהור, בעלזא , מהרז"ל חסידים , ר' מענדעלע וכו' די קען מען רעספעקטירן (נישט אקצעפטירן זייער שיטות ח"ו) ביז ווילאנג זיי קריכן נישט אריין מיט זייערע גיפט ביי אונז.
הגם איך בין מחולק מיט דיר, טו איך דיר זייער רעספקעטן דיין שטארקייט

פונדאַמענטאַל » מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:39 am

· #551897
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
פונדאַמענטאַל #
בנוגע נטורי קרתא אדער לב טהור. איך מיין אז מען מעג נוצן א משהו שיקול הדעת, צו פונאנדערשיידן צווישן לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר. דו קענסט פרובירן צו ברענגען כל מיני עקסטרעמע משלים, פון אזעלכע וואס איז יתכן אז ביי זיי איז נישט גילטיג די כלל. און מיר קענען זיך טענה'ן אויף יעדע באזונדער. אבער די יסוד איז נאכאלץ ריכטיג, אז ביז צו א געוויסע מאס דארף א מענטש רעספעקטירן א צווייטנס דעה און בחירה.

פון דעם רעד איך, אין דיינע אויגן איז לב טהור עקסטרעם ממילא דארף מען זיי נישט רעספעקטירן, אין אירע אויגן איז קרית יואל עקסטרעם און אביוז, דארף מען נישט רעספעקטירן. ניין איך זעה בכלל נישט קיין חילוק.

זייער אסאך זאכן פון די חסידים גייען אריין אין די כלל פון לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר אין די אויגן פון נישט חרדים,
איך ווייס אז ס'קען זיין אז דו גייסט עס נישט פארשטיין ווייל ווילאנג דו קוקסט ארויס פון דיין באקס וועסטו עס נישט פארשטיין. דער לב טהור זעהט אויך נישט וואס איז ראנג.

דיינע ווערטער זענען שטארק condescending און אראגאנט. דו מאכסט "הנחות" אויף אנדערע, טראץ דעם וואס דו ווייסט גארנישט איבער יענעם. דו קומסט מיט א צוגאנג פון superiority, ווי אז יענער איז נאך אינעם פארמאכטן באקס, און קען נישט פארשטיין, משא''כ דו וואס געפינט זיך אין א פיל העכערע ארט...

אויב עפעס... די איינציגע זאך וואס דאס ווייזט, איז אז דו ביסט נאך סטאק אינעם באקס, און דו האסט א צורך צו פארשטארקערן און באשטעטיגן פאר זיך אליינס אז דו ביסט באמת אויפגעקלערט...

לגופו של עניין: עס איז נישט דא קיין פונקטליכע כלל אין דעם. אויף יעדע דעה קען מען זאגן אז עס איז אומטאלערירבאר. דערפאר האב איך געשריבן אז מען דארף נוצן א משהו שיקול הדעת, ווייל עס איז באמת תלוי אין שיקול הדעת. אויב איר פארשטייט, אז א דעה וועלכע האלט אז בתי מדרש זאלן האבן באזונדערע אפטיילונגען פאר מענער און פרויען איז אומטאלערירבאר, און דערפאר מעג מען טרעטן אויף זייערע פרינציפן און זיי שטערן, דאן דורך אלע מיטלען גיי פאראויס.

עמרם » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:03 pm

· #551900
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אסטראלאג #
רעספעקטירן קען מען יעדן ביז, עס גרעניצט זיך מיט די תורה הקדושה. לדוגמא, ר' זלמן לייב טייטלבוים וואס טוט ווידערגעשפעניגן קעגן הייליגן רבי'ן זי"ע, געהעצט און דערנידערט קעגן טייערע אידן מסלמה ומשמנה, איז נישטא קיין מקום צו זאגן אז אזא לץ איז דא עפעס א דין לכף זכות.

ביי עקסטרעמע גרופעס מיט שיטות מינות ומשונות ווי חב"ד ,לב טהור, בעלזא , מהרז"ל חסידים , ר' מענדעלע וכו' די קען מען רעספעקטירן (נישט אקצעפטירן זייער שיטות ח"ו) ביז ווילאנג זיי קריכן נישט אריין מיט זייערע גיפט ביי אונז.
הייסט אז ר' זלמן לייב איז ערגער ווי די רשע העלבראנץ ימ"ש ?
כאטש וואס ער האט עובר געווען אויף די ג' חמירות, אבער אז ער שטיצט די נ"ק איז ער כשר...

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:11 pm

· #551903
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך קען דיר טאקע נישט פערזענליך אבער איך קען מענטשן וואס האלטן די זעלבע וואס דו שרייבסט,

לגופו של עניין, די שיקול הדעת ווענט זיך פון ווי דו קוקסט און דו ביסט אויפגעוואקסן, אין פלעטבוש איז בככל נישט ראנג פאר א פרוי אריין צו גיין אין שוהל, ס'איז דא א שול וואס א פרוי איז די שמש, און פאר דיר איז עס נישט נארמאל, ווייל דו ביסט נישט צוגעוואוינט איז עס נישט נארמאל, אבער צו מאכן א גראסערי עקסטער פאר מענער און עקסטער פאר פרויען איז עקסטרים,

די זעלבע שמועס קומט פאר אין לב טהור פאר די אויפגעקלערטע "אויב עפעס... די איינציגע זאך וואס דאס ווייזט, איז אז דו ביסט נאך סטאק אינעם באקס, און דו האסט א צורך צו פארשטארקערן און באשטעטיגן פאר זיך אליינס אז דו ביסט באמת אויפגעקלערט".

סך הכל ווילסטו אז מ'זאל דיר רעספעקטן אבער דו ווילסט נישט רעספעקטן אנדערע,

עמרם » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:17 pm

· #551905
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך קען אפשר פארשטיין וואס די זאגסט כלפי די חסידים דארט
אבער כלפי זייער פירערס איז עס פונקט ווי די זאגסט אזוי אויף היטלער ימ"ש

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:22 pm

· #551906
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עמרם #
הייסט אז ר' זלמן לייב איז ערגער ווי די רשע העלבראנץ ימ"ש ?
כאטש וואס ער האט עובר געווען אויף די ג' חמירות, אבער אז ער שטיצט די נ"ק איז ער כשר...

בארואיגט אייך ר' איד

פארשטענדליכער » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:22 pm

· #551907
Re:
ברוך שפינוזה #
זייער שיינע מוסר רייד אבער א פארלירער ווערט מען נאכנישט דערפון, אויסער אז דו רעדסט פון יענע וועלט והרוצה לשקר ירחיק עדיו 🙂
אפשר ביסטו מסביר וואס מיינט א פארלירער?

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:23 pm

· #551908
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עמרם #
איך קען אפשר פארשטיין וואס די זאגסט כלפי די חסידים דארט
אבער כלפי זייער פירערס איז עס פונקט ווי די זאגסט אזוי אויף היטלער ימ"ש
פארוואס עפעס? רוב איינוואוינער זענען צופרידן דארטן, ביי אונז איך אויך דא אזאלעכע וואס זענען נישט העפי אז זיי זענען געבוירן ביי חסידים

עמרם » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:46 pm

· #551910
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
פארוואס עפעס? רוב איינוואוינער זענען צופרידן דארטן, ביי אונז איך אויך דא אזעלכע וואס זענען נישט העפי אז זיי זענען געבוירן ביי חסידים

פארוואס?
ווען דו וואלסט געוויסט וואס ער האט געטון וואלסטו פארשטאנען

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:28 pm

· #551914
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אפי 'די גלייבסט אז אלעס איז אמת, איז ער נאך נישט אזוי ווי היטלער

לאכעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:24 pm

· #551922
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פלעטבוש גירל מאכט אסאך געלט פון די קעיס.

נישנאש » מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:20 pm

· #551925
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
פלעטבוש גירל מאכט אסאך געלט פון די קעיס.
גוט מארגן

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:21 pm

· #551927
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חסד פאונד האט איר טאקע פארשלאסן

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:20 pm

· #551941
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דא שרייבט זי קלאר אז ס׳איז א קאסטעדי פייט
📎 IMG_6739.jpeg

צועקים וזועקים » מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:26 pm

· #551942
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
דא שרייבט זי קלאר אז ס׳איז א קאסטעדי פייט
אה... פלוצלינג ווייסט זי יא שוין, גארנישט קיין רחמנות..

זי איז א שלעכטע מענטש, וואס פאר געלט און אטענטשאן מישט זי זיך אריין אין א משפחה מחלוקה און טוט טעראר (יא דאס וואס דא שעלט מען קעגן טעראר, די זעלבע טעראר אדער ארגער).

איך זעה נישט ווי אזוי איינער קען פארטייטיגען אזא נבילה.

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:38 pm

· #551950
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך קען עס פארטיידיגן

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:27 pm

· #551957
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צועקים וזועקים #
קהל'ס נער #
דא שרייבט זי קלאר אז ס׳איז א קאסטעדי פייט
אה... פלוצלינג ווייסט זי יא שוין, גארנישט קיין רחמנות..

זי איז א שלעכטע מענטש, וואס פאר געלט און אטענטשאן מישט זי זיך אריין אין א משפחה מחלוקה און טוט טעראר (יא דאס וואס דא שעלט מען קעגן טעראר, די זעלבע טעראר אדער ארגער).

איך זעה נישט ווי אזוי איינער קען פארטייטיגען אזא נבילה.
זי איז א עסקן וואס נעמט געלט, (אזויווי אלע עסקנים, נאר זי זאגט עס קלאר און אנדערע באהאלטן עס).

אין די ספעציפישע מעשה זעהט זי מיר נישט אויס צי זיין גערעכט, ווייל למעשה געט די עגונה נישט קיין וויזיטעישען.

אבער אין ג׳ענעראל איז זי א עסקן לשם שמים (פאר באצאלט שטייטצעך)

ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:29 pm

· #551959
שכר בטילה מעג זי דאך זיכער נעמען.

יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:36 pm

· #551960
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קא משמע לן #
צומישט און צוחישט #
זי איז אין 1 אדער אין 13?

איינס
א רחמנות אויף איר מאן!

ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:45 pm

· #551962
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
יום טוב ליפמאן צונז #
א רחמנות אויף איר מאן!
אויף דעם איד האסטו רחמנות? קאם אן.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך פעברואר 28, 2024 8:08 pm

· #551966
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
איך קען דיר טאקע נישט פערזענליך אבער איך קען מענטשן וואס האלטן די זעלבע וואס דו שרייבסט,
הייסט עס אז די מאכסט א generalization און די ביסט מיר דן לפי דיין generalizing קוק ווינקל.
לגופו של עניין, די שיקול הדעת ווענט זיך פון ווי דו קוקסט און דו ביסט אויפגעוואקסן, אין פלעטבוש איז בככל נישט ראנג פאר א פרוי אריין צו גיין אין שוהל, ס'איז דא א שול וואס א פרוי איז די שמש, און פאר דיר איז עס נישט נארמאל, ווייל דו ביסט נישט צוגעוואוינט איז עס נישט נארמאל, אבער צו מאכן א גראסערי עקסטער פאר מענער און עקסטער פאר פרויען איז עקסטרים,

איך ווייס נישט וואס די פרובירסט צו ארויסברענגען מיט דעם, אויב ווילסטו דורכטון אלע אספעקטן וועלכע אפעקטירן א מענטשענס שיקול הדעת, קען מען מאריך זיין אין דעם. אוודאי ווערט א מענטש אפעקטירט און נשפע פון פילע פאקטארן ארום אים, דאס איז נישט קיין סיבה צו דילעגיטימירן זיין פליכט זיך צו באנוצען מיט שיקול הדעת.
די נידון דא איז נישט צו די נארמעס זענען ריכטיג אדער נישט. נאר צו א מענטש דארף רעספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו פראקטעצירן זיין גלויבן. אין מיינע אויגן זענען די מוסלעמענער וואס גייען מיט א Hijab פאנאטיש און נער'יש, איך גיי אבער נישט אריינגיין אין זייערע מקומות ווי זיי זענען מקפיד אויף דעם, אנגעטון אומאיידל (אויב איך וואלט געווען א פרוי כמובן... אדער אויב איך וואלט באשלאסן זיך צו אידענטיפיצירן ווי א פרוי...).
די זעלבע שמועס קומט פאר אין לב טהור פאר די אויפגעקלערטע "אויב עפעס... די איינציגע זאך וואס דאס ווייזט, איז אז דו ביסט נאך סטאק אינעם באקס, און דו האסט א צורך צו פארשטארקערן און באשטעטיגן פאר זיך אליינס אז דו ביסט באמת אויפגעקלערט".

סך הכל ווילסטו אז מ'זאל דיר רעספעקטן אבער דו ווילסט נישט רעספעקטן אנדערע,
איך דארף נישט זאלסט מיר רעספעקטירן... קענסט מיר באשמיצען ווי לאנג די ווילסט... איך האב אבער א רעכט צו טענה'ן אז זיין רעספעקטפול פאר אנדערע איז ריכטיג.
און איך האב רעספאנדעד צו אייערע ווערטער וועלכע זענען געזאגט געווארן מיט א התנשאות אויף די שוואכערע וועלכע זענען נאך סטאק אינעם סיסטעם... ממילא זעה איך נישט פארוואס איך זאל נישט רעספאנדען in kind.

סקעפטיקער » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:06 pm

· #551976
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
אין די ספעציפישע מעשה זעהט זי מיר נישט אויס צי זיין גערעכט, ווייל למעשה געט די עגונה נישט קיין וויזיטעישען.
און אויב איז ער טאקע פראבלאמאטיש און דארף האבן אווערסייט, דארף זי בלייבן אן עגונה אדער מפקיר זיין אירע קינדער?

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:11 pm

· #551977
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך וועל דיר זאגן די האסט געוואנען
איך געב אויף איך ווייס נישט גארנישט וואס די טראכסט און וויאזוי דיין קאפ לויפט אינאיינעם מיט דיין שיקול הדעת
איך האב נישט קיין אנוג צו די ביסט אינדרויסען פון די באקס אדער אינעוויניג, איך איך צו צוריק פון אלעס וואס איך האב געשריבן בנוגע דיר .

פונדאַמענטאַל #

2. מיין נקודה איז, אז נישט קיין חילוק ווי אומריכטיג יענעמ'ס מהלך איז, דארפסו רעספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו פראקטיצירן זיין גלויבן. איך רעד נישט פון סיי וועלכע קאנסעקווענצן. עס איז יענעמ'ס רעכט צו לעבן וויאזוי ער באגערט.

אין קרית בבל מעג א פרוי נישט אריינגיין אהן די שווארצע קליידער וכדומה.

פונדאַמענטאַל #

א מענטש וואס רעספעקטירט נישט די גרעניצן פון אנדערע מענטשן - אפילו נער'ישע, איז א גרויסע פארלירער 😵

אין די אלע וואס רעספעקטירן נישט לב טהור און נ.ק. זענען גרויסע פארלירער.

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:19 pm

· #551978
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
קהל'ס נער #
אין די ספעציפישע מעשה זעהט זי מיר נישט אויס צי זיין גערעכט, ווייל למעשה געט די עגונה נישט קיין וויזיטעישען.
און אויב איז ער טאקע פראבלאמאטיש און דארף האבן אווערסייט, דארף זי בלייבן אן עגונה אדער מפקיר זיין אירע קינדער?
זאלן זיין וויזיטעישען מיט א שומר, אויב וויל ער נישט קיין שומר זאל מלכי פראוון אז ער איז א מנובל און דעמאלטס איז זי גערעכט.
אבער מען קען נישט אוועקנעמען וויזיטעישען פון א טאטע, על סמך ווייל די מאמע זאגט אז דער אינגערמאן האלט נישט די הענט ביי זיך.

סקעפטיקער » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:20 pm

· #551979
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ווער זאגט אז עס איז נישטא קיין באווייזן?

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:26 pm

· #551984
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צועקים וזועקים #
קהל'ס נער #
דא שרייבט זי קלאר אז ס׳איז א קאסטעדי פייט
אה... פלוצלינג ווייסט זי יא שוין, גארנישט קיין רחמנות..

זי איז א שלעכטע מענטש, וואס פאר געלט און אטענטשאן מישט זי זיך אריין אין א משפחה מחלוקה און טוט טעראר (יא דאס וואס דא שעלט מען קעגן טעראר, די זעלבע טעראר אדער ארגער).

איך זעה נישט ווי אזוי איינער קען פארטייטיגען אזא נבילה.
זי האט גראדע אלטץ דאס געשריבן,
פון איהר קוק ווינקל,
א מיידל אין קרית יואל וואס אירע עלטערן האבן איהר חתונה געמאכט מיט געוואלד מיט איינעם וואס זי האט קיינמאל נישט געוואלט, נאך די חתונה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז מענטעלי נישט אקעי, זי וויל נישט וויסן פון אים, ער וויל צוריק גיין, זי גיט וויזעטשענס אבער דאס מוז זיין מיט סופער ווישען לאור די טאטע איז נישט גייסטיש נארמאל.

מקען עס געהעריג פארשטיין.

יעצט אויב גייטסו שרייען אז סאיז נישט אמת די פאקטן, גיי איך מיר נישט
צוריק טענהענן ווייל איך האב נישט קיין השגה די מציאות הדברים , סך הכל האב איך ארויסגעברענט די טענה לויט איהר צד,

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:45 pm

· #551987
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
ווער זאגט אז עס איז נישטא קיין באווייזן?

זאל זי עס ארויסלייגן, אויב וויל זי מען זאל אננעמען אירע טענות זאל זי ארויסלייגן פרוף.
זייט ווען קען מען צוריקהאלטן וויזיטעישען אן קיין פראוו?

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:49 pm

· #551989
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
זאל זי עס ארויסלייגן, אויב וויל זי מען זאל אננעמען אירע טענות זאל זי ארויסלייגן פרוף.

דאכט זיך אז זי האט געפאסט צעטליך פון א בית דין, זי טענה'ט אז זי האט א דעת תורה וואס בעקט איהר.

מילך טראק » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:52 pm

· #551990
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
א פאר יאר צוריק איז געווען א מערכה אין ק"י , איך בין נייגעריג אויב די אלע וואס זענען דא אקעגן פ.ג. זענען אויך געווען אקעגן ש.ל.

נייעסריפארטער » מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:59 pm

· #551993
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איינער וויל איר פארעכטען ווי אזוי מזאגט עכט "העטער מעיא דראבאנאן"?

ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:00 pm

· #551994
פארוואס זאל עס איינער וועלן טוהן?

Visionary » מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:05 pm

· #551995
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ברוך שפינוזה #
יום טוב ליפמאן צונז #
א רחמנות אויף איר מאן!
אויף דעם איד האסטו רחמנות? קאם אן.
page is blocked

Yesh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:01 am

· #552039
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זי שרייט פון די ערשטע מינוט אז זי איז גרייט פאר סופערווייזד וויזיטעישען, נאר די צד השני פארלאנגט אן סופערווייזט וויזיטעישען,
[/quote]

נישט דאס זאגן זיי בכלל די צד השני זאגט אז צד הרשון וויל צוריק קומען צו צד השני, איי זי וויל נישט? אבער אויב וועט זי וויסן קלאר אז זי וועט "קיינמאל" נישט באקומן א גט, וועט זי מסכם זייו!

אוהב ספרים » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:19 am

· #552049
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
בקיצער זיי ווילען איר צווינגען צוריק צו גיין צו א מערידזש וואס זי וויל בשום אופן נישט, אין וועלכע וועלט איז דאס ריכטיג?

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:28 am

· #552050
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די כופר'טע קומט נאכאמאל צו עיר הקודש קרית יואל
📎 Screenshot_20240229-112205~2.png