☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

פארשטענדליכער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:26 pm

· #547118
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זי פייט פאר פרויען רעכטן כידוע (פעמעניסט), די שאלה איז אויב זי טוט דורך די נושא מיט קלארע עווידענטס פאר זי הייבט אן א שמוץ קאמפיין אדער די "פרוי" איז אלעמאל גערעכט, לבי אומר לי אז איר אגענדע שטייט העכער ווי די זיך אננעמען פאר די באקריוודעטע

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:27 pm

· #547119
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
זאקן #
מיין פוינט איז געווען מ׳קען נישט טוהן וואס מען וויל אפילו ס׳איז דא איינער וואס ליידט נעבעך, אויף די מאן אליינס קענסטו לייגען וויפיל פרעשור די ווילסט, אבער לאז אפ די משפחה וואס ליידט שוין גענוג.
אויב די פרעשור פון די משפחה וואס העלפט אים יעצט ארויס גייט מאכן ער זאל געבן א גט, למאי נפק"מ אז זיי ליידן שוין גענוג? זאלן זיי זיכער מאכן ער זאל געבן א גט אנטשטאט אים ארויסהעלפן, ווייל זייער הילף איז די גורם פארוואס ער גיבט נישט קיין גט
פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז אויב די עלטערן וואלט אים ארויסגעווארפן גייט ער געבן א גט?
מ׳קען מיינען מ׳רעדט פון א נארמאלע מענטש וואס די טאטע און מאמע האבן נאך א ווארט אויף אים, איך וואלט געזאגט אז רוב מענער וואס געבן נישט א גט גייען עס נישט געבן אפילו די עלטערן גייט זיי ארויסווארפן

סקעפטיקער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:29 pm

· #547120

ביי אזא פאל ביסטו גערעכט, דעמאלטס זענען משפחה גענצליך אומשולדיג. אבער באופן וואס פרעשור פון די משפחה קען אויסמאכן (און דאס איז אין רוב פעלער, זיכער ביי דעם פאל) זאל די משפחה לייגן פרעשור אויף אים אנשטאט אים ארויסהעלפן, און אויב טוען זיי עס נישט זאלן זיי זיין גרייט צו פארנעמען די היץ

טל ומטר » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:36 pm

· #547122

ווער זאגט אז די משפחה העלפט עם און שטיצט עם מעגן צו זיין?

אריינלאזן אין שטוב הייסט נישט אז מען העלפט עם.

אפשר איז די טאון אוו קרית יואל שילדיג? זיי וואלטן געדארפט פארמאכן די וואסער און די לעקטריק פון די גאנצע גאס??

ודברת בם » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:37 pm

· #547124
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ס'איז זייער אידיש צו רודפן א טאטע פאר די קינדער. שטייט בפירוש אין די תורה; וְהוֹצִ֨יאוּ אֶת־הַֽנַּעֲרָ֜ אֶל־פֶּ֣תַח בֵּית־אָבִ֗יהָ וּסְקָל֩וּהָ֩ אַנְשֵׁ֨י עִירָ֤הּ בָּאֲבָנִים֙ וָמֵ֔תָה כִּֽי־עָשְׂתָ֤ה נְבָלָה֙ בְּיִשְׂרָאֵ֔ל לִזְנ֖וֹת בֵּ֣ית אָבִ֑יהָ וּבִֽעַרְתָּ֥ הָרָ֖ע מִקִּרְבֶּֽךָ׃

אל פתח בית אבוה, ראו גדילים שגדלת

היימלינד » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:40 pm

· #547125
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
היימלינד #
קהל'ס נער #
[ציטאט אראפגענומען]
יפתח בדורו כשמואל בדורו.
אנלעס די האלטסט אז אונזערע רבנים זענען ערגער פון יפתח
האסט נישט ריכטיג געלערנט פשט פון אפקיעו רבנן קידושין
די פשט אז די רבנן וואס האב אועקגעשטעלט די אופן הקידושין זאגען אז איינער וואס טוט אנדרעש אפילו מה"ת הייסט עס א קידושין זאגען אונז אז נישט

בכלליות אזי געווען א גרויסע מחלוקה לגבי דעם צווישען הגר"מ פיינשטיין און הגרי"א הנקין, אבער למעשה איז נישט היינט קיין ערליכער רב וואס זאגט אז מ'קען דאס טוען
נישט אמת.
הפקעת קידושין איז אפילו ביי קידושין למהדרין, האבן די חכמים כעזאגט אז ביי א מבטל גט איז מען עוקר די קידושין למפרע, ווייל כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש.
איה"נ אבער מען רעדט פון "יענע" רבנן און נישט אז שמואל אדער יפתח בדורם קענען קומען און צולייגען סעיפים

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:42 pm

· #547126
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
היימלינד #
קהל'ס נער #
[ציטאט אראפגענומען]
יפתח בדורו כשמואל בדורו.
אנלעס די האלטסט אז אונזערע רבנים זענען ערגער פון יפתח
האסט נישט ריכטיג געלערנט פשט פון אפקיעו רבנן קידושין
די פשט אז די רבנן וואס האב אועקגעשטעלט די אופן הקידושין זאגען אז איינער וואס טוט אנדרעש אפילו מה"ת הייסט עס א קידושין זאגען אונז אז נישט

בכלליות אזי געווען א גרויסע מחלוקה לגבי דעם צווישען הגר"מ פיינשטיין און הגרי"א הנקין, אבער למעשה איז נישט היינט קיין ערליכער רב וואס זאגט אז מ'קען דאס טוען
נישט אמת.
הפקעת קידושין איז אפילו ביי קידושין למהדרין, האבן די חכמים כעזאגט אז ביי א מבטל גט איז מען עוקר די קידושין למפרע, ווייל כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש.
איך בין נישט אזא גרויסער עקספערט צו קענען מכריע זיין. נאר איין זאך איז זיכער אז אין א נויטיגן פאל ווען ס'איז וויכטיג מפקיע צו זיין די קידושין וועלן די רבנים טרעפן עפעס א טעכנישן פעלער אויפצו ווייזן אז די קידושין האבן בכלל נישט חל געווען. אזוי ווי ביי דעם פאל פון די ברודער און שוועסטער פון משפחת לנגר אין ארץ ישראל. וואו הרב גורן ז"ל האט מיט א לומד'ישן אויפטו באגלייט מיט דאקומענטן פון דאקטוירים מפקיע געווען די קידושין וואס זייער מאמע האט גענימען פן איהר ערשטן מאן. דאס האט ערמעגליכט אז די רבנות האט געקענט ארויסגעבן פאר זיי א היתר חתונה צו האבן.

סקעפטיקער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:43 pm

· #547127
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טל ומטר #
סקעפטיקער #
זאקן #
סקעפטיקער #

אויב די פרעשור פון די משפחה וואס העלפט אים יעצט ארויס גייט מאכן ער זאל געבן א גט, למאי נפק"מ אז זיי ליידן שוין גענוג? זאלן זיי זיכער מאכן ער זאל געבן א גט אנטשטאט אים ארויסהעלפן, ווייל זייער הילף איז די גורם פארוואס ער גיבט נישט קיין גט
פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז אויב די עלטערן וואלט אים ארויסגעווארפן גייט ער געבן א גט?
מ׳קען מיינען מ׳רעדט פון א נארמאלע מענטש וואס די טאטע און מאמע האבן נאך א ווארט אויף אים, איך וואלט געזאגט אז רוב מענער וואס געבן נישט א גט גייען עס נישט געבן אפילו די עלטערן גייט זיי ארויסווארפן
ביי אזא פאל ביסטו גערעכט, דעמאלטס זענען משפחה גענצליך אומשולדיג. אבער באופן וואס פרעשור פון די משפחה קען אויסמאכן (און דאס איז אין רוב פעלער, זיכער ביי דעם פאל) זאל די משפחה לייגן פרעשור אויף אים אנשטאט אים ארויסהעלפן, און אויב טוען זיי עס נישט זאלן זיי זיין גרייט צו פארנעמען די היץ
ווער זאגט אז די משפחה העלפט עם און שטיצט עם מעגן צו זיין?

אריינלאזן אין שטוב הייסט נישט אז מען העלפט עם.

אפשר איז די טאון אוו קרית יואל שילדיג? זיי וואלטן געדארפט פארמאכן די וואסער און די לעקטריק פון די גאנצע גאס??
זיי מוזן אים נישט קלאר זאגן ער זאל מעגן זיין, אבער אויב זייער אוועראל שטיצע פאר אים (ווי האלטן אינדערהיים וכו') איז א גורם אז ער איז מעגן, און ווען זיי וואלטן געלייגט פרעשור אויף אים וואלט ער נישט מעגן געווען, איז עס עפעס וואס זיי דארפן טוהן

דיין משל איז נישט צום זאך, סיי ווייל עס איז נישט וואלונטערי און א קאמפאני האט נישט קיין רעכט אפצושטעלן סערוויס. און סיי ווייל דו קענסט עס נישט טוהן פאר מענטשן וואס וואוינען פערצופאל אין איין גאס. טראכט פון א משל ווען א פרעמדער האלט אויס דעם מעגן, האלטסטו נישט ער דארף אויפהערן ווילאנג ער גיבט נישט קיין גט?

חב''ד הויזן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:44 pm

· #547128
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
סקעפטיקער #
זאקן #
מיין פוינט איז געווען מ׳קען נישט טוהן וואס מען וויל אפילו ס׳איז דא איינער וואס ליידט נעבעך, אויף די מאן אליינס קענסטו לייגען וויפיל פרעשור די ווילסט, אבער לאז אפ די משפחה וואס ליידט שוין גענוג.
אויב די פרעשור פון די משפחה וואס העלפט אים יעצט ארויס גייט מאכן ער זאל געבן א גט, למאי נפק"מ אז זיי ליידן שוין גענוג? זאלן זיי זיכער מאכן ער זאל געבן א גט אנטשטאט אים ארויסהעלפן, ווייל זייער הילף איז די גורם פארוואס ער גיבט נישט קיין גט
פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז אויב די עלטערן וואלט אים ארויסגעווארפן גייט ער געבן א גט?
מ׳קען מיינען מ׳רעדט פון א נארמאלע מענטש וואס די טאטע און מאמע האבן נאך א ווארט אויף אים, איך וואלט געזאגט אז רוב מענער וואס געבן נישט א גט גייען עס נישט געבן אפילו די עלטערן גייט זיי ארויסווארפן
רוב מענער וואס געבן נישט קיין גט קענען עס נאר טון ווייל זיי באקומען סופפארט פון משפחה און חברים. אויב וואלט ער געבליבן עלנד אליין וואלט די מעשה זיך שוין לאנג גענדיגט.

חב''ד הויזן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:49 pm

· #547130
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טל ומטר #
נאך א מיינונג #
די תקנות המקום לאזן מיר זיך נישט אויסדרוקן כרצוני.

ווי קען א מענטש זיך אזוי נאריש אויסדרוקן? איר גאנצע לעבן ליגט אין סכנה, און מענטשן קוויבלן וועגן רודפן די עלטערן!!!! טאמער דאס וועט איר ארויס העלפן, מעג זי און מוז דאס טון! וואס איז די צווייטע ברירה? בלייבן עלענד א גאנץ לעבן? ביסט אינגאנצן משוגע?!?!?

איך קלער אז מענטשן פארשטייען נישט די מציאות דא.
איך ווייס נישט די מציאות דא. אבער איין זאך דארף זיין קלאר: עלטערען ווארפן נישט ארויס קיין קינד פון דערהיים. פינטל. חס ושלום ווען עס מאכט זיך אז א קינד גייט OTD וועט יעדער פארשרייען עלטערן וואס ווארפן ארויס אזא קינד. מען וועט מאכן געוואלדענעס, היתכן? ווי קען מען ארויסווארפן א אייגן קינד??? די אייניצגעסטע וועג פון אמאל צוריק באקומען די קינד איז נאר מיט ארויסווייסן אנקאנדישטנעל לאוו...

ביי אזא מעשה איז גארנישט אנדערש.

גיין פארשעמען עלטערן פאר דעם בלויזן חטא פון נישט ארויס ווארפן דאס קינד פון דערהיים איז ריין רשעות!! גארנישט ווייניגער ווי די רשעות פון דעם מסרב לגט!!
ווי קומט דא אריין OTD? דא רעדט מען ווען א קינד האלט אינמיטן פייניגן א צווייטן. ווען מיין אינגל קומט אהיים פון חדר און בשעת מעשה פייניגט ער דעם שכן זאג איך אים דו קענסט נישט אריינקומען ווילאנג דו לאזט אפ די אנדערע אינגל. פארשטייט זיך אויב ס'איז שוין לאחר המעשה וועל איך אים ארייננעמען אינדערהיים און אים אויסהערן וואס האט אים געטריגערט צו טון אזאנס און אים ארויסהעלפן אדער באשטראפן. אבער בשעת מעשה?

טל ומטר » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:59 pm

· #547132
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חב''ד הויזן #

א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.

סקעפטיקער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:07 pm

· #547133
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טל ומטר #
א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.
איך וויל פארשטיין, דו האלטסט אז א קינד וואס יעדן טאג האקט ער איינעם אן די ביינער זאלן עלטערן נישט זאגן איך נעם דיר נישט אריין ווילאנג דו הערסט אויף?

ביי OTD איז עס לגמרי נישט דיין דאגה, דער באשעפער איז א כל יכול און אויב עס טוט אים עכט וויי קען ער זיכער מאכן עס זאל נישט ווייטוהן. דאס איז חוץ וואס די מציאות איז אז ארויסווארפן א קינד וואס איז OTD ארבעט נישט! עס האט נישט קיין שום פאזיטיווע אפעקט אויפן קינד און אויף קיינעם.

מר. קלונימוס » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:08 pm

· #547134

א כל יכול קען נישט מאכן דעם אינגערמאן געבן א גט?

מנחם מנדל » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:23 pm

· #547139
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער קען גאר האבן טענות אויפן פלעטבוש בתולה,

זיצט א פרוי שוין אפאר יאר האסטעדזש, מיט א מאן א טעראריסט, און די משפחה שטייט און נוצט די תורה אלץ שטעקן, און גארנישט אין פוצה פה ומצפצף,

וואס איז די טאטע שולדיג? פארוואס ווארפט ער נישט ארויס זיין זוהן פארוואס שרייבט ער אים נישט ארויס פון זיין ירושה?
ווען זיין זוהן וואלט ארומגעגאנגען שטעכן מענטשן וואלט ער אויכעט געבליבן אזוי רואיג?

דא שטעכט ער א אומשולדיגע פרוי מיט צוויי קינדערלעך יעדע איינציגסטע טאג,

פארוואס איז די קאמיוניטי שטיל?

און זי זאגט קלאר וואספארא יד די משפחה האט און די רציחה,
ממילא האט זי אלע רעכטן זיי צו מבזה זיין און די גאסן ביז זיי באפרייען די אומשולדיגע משכון פון די בלוטיגע לאפעס,

עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:26 pm

· #547141
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
זאקן #
סקעפטיקער #
זאקן #
מיין פוינט איז געווען מ׳קען נישט טוהן וואס מען וויל אפילו ס׳איז דא איינער וואס ליידט נעבעך, אויף די מאן אליינס קענסטו לייגען וויפיל פרעשור די ווילסט, אבער לאז אפ די משפחה וואס ליידט שוין גענוג.
אויב די פרעשור פון די משפחה וואס העלפט אים יעצט ארויס גייט מאכן ער זאל געבן א גט, למאי נפק"מ אז זיי ליידן שוין גענוג? זאלן זיי זיכער מאכן ער זאל געבן א גט אנטשטאט אים ארויסהעלפן, ווייל זייער הילף איז די גורם פארוואס ער גיבט נישט קיין גט
פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז אויב די עלטערן וואלט אים ארויסגעווארפן גייט ער געבן א גט?
מ׳קען מיינען מ׳רעדט פון א נארמאלע מענטש וואס די טאטע און מאמע האבן נאך א ווארט אויף אים, איך וואלט געזאגט אז רוב מענער וואס געבן נישט א גט גייען עס נישט געבן אפילו די עלטערן גייט זיי ארויסווארפן
ביי אזא פאל ביסטו גערעכט, דעמאלטס זענען משפחה גענצליך אומשולדיג. אבער באופן וואס פרעשור פון די משפחה קען אויסמאכן (און דאס איז אין רוב פעלער, זיכער ביי דעם פאל) זאל די משפחה לייגן פרעשור אויף אים אנשטאט אים ארויסהעלפן, און אויב טוען זיי עס נישט זאלן זיי זיין גרייט צו פארנעמען די היץ
איך זעה אונז זענען אויף איין בלאט, אז ווען די משפחה קען גארנישט טוהן טאר מען נישט מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן, די האלט׳ס נאר אז רוב מאל ווען די משפחה וואלט אים ארויסגעווארפן אדער געלייגט פרעשור וואלט ער גלייך געלאפן צו בי״ד שרייבן א גט, און איך האלט אז ווען די טאטע זאגט פאר א זוהן פון דרייסיג יאר אלט (און א רשע מרושע) אז ער זאל שוין געבען א גט באקומט די טאטע און בעסטן פאל צוויי מיטעלסטע פינגערס.

האסט שוין אמאל געטראכט אז עס קען זיין איינער פון די עלטערן אינטער פארמאכטע טירן וויינען צו אים אז ער זאל שוין געבען א גט?? אדער האבן שוין אויף געגעבן ווייל ס׳איז נישטא צו וועם צו רעדן?

נישנאש » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:29 pm

· #547142
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אבימלך #
איינמאל איינער פון די צוויי ווילן שוין נישט לעבן מיטן צווייטן, און זענען צעטיילט, פארוואס זאל מען נישט געבן א גט ? חוץ פון רשעות?
אפשר וויזיטעישן? ווער ס'פארשטייט צווישן די שורות באמערקט אז וויזיטעישן איז א פאקטאר דא און ככה"נ פראבירט די מאמע ער זאל נישט קענען זען די קינדער אליין אן אנדערע, הנקרא "סעיף וויזיטעישן", כ'ווייס נישט קיין פרטים פון די מעשה און ס'קען זיים אז זי איז גערעכט, כ'זאג נאר א סברא וואס מאכט זיך אפט.

אמאל אויב די מאמע איז רשעות'דיג איז דאס די איינציגע אפציע פאר די טאטע.

סקעפטיקער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:30 pm

· #547143
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מר. קלונימוס #
סקעפטיקער #
טל ומטר #
א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.
איך וויל פארשטיין, דו האלטסט אז א קינד וואס יעדן טאג האקט ער איינעם אן די ביינער זאלן עלטערן נישט זאגן איך נעם דיר נישט אריין ווילאנג דו הערסט אויף?

ביי OTD איז עס לגמרי נישט דיין דאגה, דער באשעפער איז א כל יכול און אויב עס טוט אים עכט וויי קען ער זיכער מאכן עס זאל נישט ווייטוהן. דאס איז חוץ וואס די מציאות איז אז ארויסווארפן א קינד וואס איז OTD ארבעט נישט! עס האט נישט קיין שום פאזיטיווע אפעקט אויפן קינד און אויף קיינעם.

א כל יכול קען נישט מאכן דעם אינגערמאן געבן א גט?

עס איז א שאד אריינצוקריכן אין פילאזאפישע שמועסן ווייל מ'קען פארקריכן. די פוינט איז אז בין אדם למקום און בין אדם לחבירו איז א חילוק, און מעולם לא שמעתי אז בין אדם למקום איז "אויך" בין אדם לחבירו ווייל ער טשעפעט א צווייטן - דעם אייבערשטען.

סקעפטיקער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:32 pm

· #547145
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
איך זעה אונז זענען אויף איין בלאט, אז ווען די משפחה קען גארנישט טוהן טאר מען נישט מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן, די האלט׳ס נאר אז רוב מאל ווען די משפחה וואלט אים ארויסגעווארפן אדער געלייגט פרעשור וואלט ער גלייך געלאפן צו בי״ד שרייבן א גט, און איך האלט אז ווען די טאטע זאגט פאר א זוהן פון דרייסיג יאר אלט (און א רשע מרושע) אז ער זאל שוין געבען א גט באקומט די טאטע און בעסטן פאל צוויי מיטעלסטע פינגערס.

האסט שוין אמאל געטראכט אז עס קען זיין איינער פון די עלטערן אינטער פארמאכטע טירן וויינען צו אים אז ער זאל שוין געבען א גט?? אדער האבן שוין אויף געגעבן ווייל ס׳איז נישטא צו וועם צו רעדן?
דארף מען דן זיין יעדע מעשה לגופו של ענין. די יעצטיגע פאל קוקט נישט אויס ווי איינער וואס גיבט די טאטע צוויי מיטעלסטע פינגערס

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:36 pm

· #547147
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חב''ד הויזן #
זאקן #
סקעפטיקער #
זאקן #
מיין פוינט איז געווען מ׳קען נישט טוהן וואס מען וויל אפילו ס׳איז דא איינער וואס ליידט נעבעך, אויף די מאן אליינס קענסטו לייגען וויפיל פרעשור די ווילסט, אבער לאז אפ די משפחה וואס ליידט שוין גענוג.
אויב די פרעשור פון די משפחה וואס העלפט אים יעצט ארויס גייט מאכן ער זאל געבן א גט, למאי נפק"מ אז זיי ליידן שוין גענוג? זאלן זיי זיכער מאכן ער זאל געבן א גט אנטשטאט אים ארויסהעלפן, ווייל זייער הילף איז די גורם פארוואס ער גיבט נישט קיין גט
פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז אויב די עלטערן וואלט אים ארויסגעווארפן גייט ער געבן א גט?
מ׳קען מיינען מ׳רעדט פון א נארמאלע מענטש וואס די טאטע און מאמע האבן נאך א ווארט אויף אים, איך וואלט געזאגט אז רוב מענער וואס געבן נישט א גט גייען עס נישט געבן אפילו די עלטערן גייט זיי ארויסווארפן
רוב מענער וואס געבן נישט קיין גט קענען עס נאר טון ווייל זיי באקומען סופפארט פון משפחה און חברים. אויב וואלט ער געבליבן עלנד אליין וואלט די מעשה זיך שוין לאנג גענדיגט.
נישט צו לאנג צוריק האט יעדער געהאלטן אזוי, אויב ווארפט מען ארויס א קינד פונדערהיים גייט ער ביז אפאר טעג שפעטער צוריק קומען און זאגן איך גיי שוין זיין וואויל ווייל אן משפחה גייט ער פשוט נישט האבן וואס צוטוהן, די מענטשן וואס האבן דאס געטוהן ווארטן נאך יעצט, אפגערעדט פון א אינגערמאן העלפט דעס נישט.

סקעפטיקער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:38 pm

· #547148
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
נישט צו לאנג צוריק האט יעדער געהאלטן אזוי, אויב ווארפט מען ארויס א קינד פונדערהיים גייט ער ביז אפאר טעג שפעטער צוריק קומען און זאגן איך גיי שוין זיין וואויל ווייל אן משפחה גייט ער פשוט נישט האבן וואס צוטוהן, די מענטשן וואס האבן דאס געטוהן ווארטן נאך יעצט, אפגערעדט פון א אינגערמאן העלפט דעס נישט.
עס איז א גרויסע חילוק פון א קינד וואס איז OTD וואס איז מיט א האלבע פוס ארויס פונעם סיסטעם וואס ווען דו גיסט אים א שטויס וועט ער זאגן ביי, ווערסוס א אינגערמאן וואס פלאנט צו בלייבן דא כל ימיו און איז נישט אינטערעסירט זיך צושלאגן מיט יעדעם.

און נאכאמל, אוודאי איז יעדע מעשה אנדערש.

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:42 pm

· #547149
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
זאקן #
איך זעה אונז זענען אויף איין בלאט, אז ווען די משפחה קען גארנישט טוהן טאר מען נישט מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן, די האלט׳ס נאר אז רוב מאל ווען די משפחה וואלט אים ארויסגעווארפן אדער געלייגט פרעשור וואלט ער גלייך געלאפן צו בי״ד שרייבן א גט, און איך האלט אז ווען די טאטע זאגט פאר א זוהן פון דרייסיג יאר אלט (און א רשע מרושע) אז ער זאל שוין געבען א גט באקומט די טאטע און בעסטן פאל צוויי מיטעלסטע פינגערס.

האסט שוין אמאל געטראכט אז עס קען זיין איינער פון די עלטערן אינטער פארמאכטע טירן וויינען צו אים אז ער זאל שוין געבען א גט?? אדער האבן שוין אויף געגעבן ווייל ס׳איז נישטא צו וועם צו רעדן?
דארף מען דן זיין יעדע מעשה לגופו של ענין.
זייער גוט געזאגט, יעצט וויל איך וויסן ווי אזוי קען איך וויסן וואס עס גייט פאר און די עלטערן׳ס שטוב? פארוואס דארף איך טראסטן וואס פלעטבוש גירל זאגט אן עוועדענס? און ווי אזוי ווייסט פלעטבוש גירל וואס די מעשה איז? ווייל די ווייבל האט איר אליינס געזאגט אז אירע עקס שווער העלפט אים ארויס?

בקיצור זי האט גענומען א גוטע זאך מ׳דארף נאר מאכן זיכער אויב וויל זי דעת הקהל זאל זי האבן א ערענסטע וועד וואס גייט אדורך יעדע קעיס באזונדער, נישט טוהן קיין משוגענע זאכן, און נאך דעם ארויסלייגן די עוועדענס און נאך דעם קען זי מאכן א ריזיגע פראטעסט וואס גייט ווערן געשאצט און די בלאט פאר 100,000 באטייליגטע (אמת׳דיג גערעדט וואלטן די דיינים וואס שרייבן אינטער אקעגן יעדע צווייטע זאך דאס געדארפט טוהון)

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:06 pm

· #547152
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
טל ומטר #
א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.
איך וויל פארשטיין, דו האלטסט אז א קינד וואס יעדן טאג האקט ער איינעם אן די ביינער זאלן עלטערן נישט זאגן איך נעם דיר נישט אריין ווילאנג דו הערסט אויף?
ח״ו, ארויסווארפן א קינד ווייל ער שלאגט? ס׳איז דא בעסערע עצות וואס צוטוהן מיט א קינד וואס שלאגט.

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:12 pm

· #547159
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מנחם מנדל #
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער קען גאר האבן טענות אויפן פלעטבוש בתולה,

זיצט א פרוי שוין אפאר יאר האסטעדזש, מיט א מאן א טעראריסט, און די משפחה שטייט און נוצט די תורה אלץ שטעקן, און גארנישט אין פוצה פה ומצפצף,

וואס איז די טאטע שולדיג? פארוואס ווארפט ער נישט ארויס זיין זוהן פארוואס שרייבט ער אים נישט ארויס פון זיין ירושה?
ווען זיין זוהן וואלט ארומגעגאנגען שטעכן מענטשן וואלט ער אויכעט געבליבן אזוי רואיג?

דא שטעכט ער א אומשולדיגע פרוי מיט צוויי קינדערלעך יעדע איינציגסטע טאג,

פארוואס איז די קאמיוניטי שטיל?

און זי זאגט קלאר וואספארא יד די משפחה האט און די רציחה,
ממילא האט זי אלע רעכטן זיי צו מבזה זיין און די גאסן ביז זיי באפרייען די אומשולדיגע משכון פון די בלוטיגע לאפעס,

עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
נישטא קיין תירוץ נישט צי געבן קיין גט?
לאמיר זאגן אזא פאל א פרוי וויל נישט נעמען קיין גט , שוין צעהן יאר וואס די מאן בעהט זיך ביי איהר און זי וויל נישט נעמען, איין טאג דיסייד זי אז זי דארף א גט, זאגט דער מאן יעצט איז פעיבעק טיים איך געב דיר נישט קיין גט.

קען מען האבן טענות אויף אזא מאן? זי האט זיך אפגעקאכט א חרא, יעצט געבט ער עס איר צי עסן……

אויף ענגליש זאגט מען ענדע פיי ארום און געפין אויס.

(לכתחילה האב איך עס געשריבן מיט שם המפורש און מ׳האט מיר עס אפגעשניטן)

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:29 pm

· #547160

גראדע קען איך א מעשה וואס די פרוי וויל נישט נעמען א גט (זי איז א לעסביען). איינער קען רופן פלעטבוש גירל איך בין נייגעריג צו זי גייט מאכן א פראטעסט.

לאכעדיג » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:30 pm

· #547161
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך קען נישט די דעטאלן פון די ספעציפישע מאנרא מעשה,
(אגב אין מאנרא איז דא די ערגסטע מעשיות מיט די בעסטע עסקנים אלעס צו פארווישן) אבער איך ווייס יא פון פעלער וואס עלטערן און גאר נאנטע משפחה האבן איבערגערעדט די מאן נישט צו געבן א גט פאר די ווייב.
און ליידער איז דא אסאך אזעלכע. זייער ווייטאגליך.

ווען א יונגערמאן איז א רשע געדענק אז ער איז נישט געוואקסן אויפן בוים, ווי די מאמר החכם גייט,
"די עפעלע פאלט נישט ווייט פון בוים."

און יא, אונזערע רבנים ווילן נישט אריינרעדן אין די נושא, זיצן מיט זיידענע הענטשוך אויפן פריוואטע פליגער קיין מיאמי.

חב''ד הויזן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:37 pm

· #547164
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
סקעפטיקער #
טל ומטר #
א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.
איך וויל פארשטיין, דו האלטסט אז א קינד וואס יעדן טאג האקט ער איינעם אן די ביינער זאלן עלטערן נישט זאגן איך נעם דיר נישט אריין ווילאנג דו הערסט אויף?
ח״ו, ארויסווארפן א קינד ווייל ער שלאגט? ס׳איז דא בעסערע עצות וואס צוטוהן מיט א קינד וואס שלאגט.
ניין. א קינד וואס שלאגט ווארפט מען נישט ארויס. אבער בשעת ער שלאגט זאגט מען אים 'הער יעצט אויף שלאגן אז נישט קומסטו נישט אריין אינדערהיים'.
וואס וואלטסטו געטון ווען דו זעסט א אינגל שלאגן דיין קינד און בשעת מעשה גיט יענע אינגל'ס טאטע אים צועסן און ווען דו בעטסט אים ער זאל עפעס טון ענטפערט ער 'די חינוך פון מיינע קינדער לאז פאר מיר, איך האב אים ליב אפילו ער שלאגט אנדערע קינדער'... דו וואלטסט געשריגן 'זאלסט אים באלד ליב האבן, יעצט פייניגט ער מיין קינד וויאזוי קענסטו אים יעצט סופפארטן?!
מסתמא וואלט אנגעקומען עפעס א צדיק און געזאגט 'וואס שרייסטו? די קינד איז טאקע נישט גערעכט פארן שלאגן אבער דו מאכסט דאך בזיונות פאר די טאטע'...

חב''ד הויזן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:01 pm

· #547168
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דאכט זיך אז א מאן קען גט'ן בעל כרחה.
און אפילו אויב נישט, זאל קומען פלעטבוש בוי און העלפן די מאן.

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:03 pm

· #547169
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
קהל'ס נער #
מנחם מנדל #
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער קען גאר האבן טענות אויפן פלעטבוש בתולה,

זיצט א פרוי שוין אפאר יאר האסטעדזש, מיט א מאן א טעראריסט, און די משפחה שטייט און נוצט די תורה אלץ שטעקן, און גארנישט אין פוצה פה ומצפצף,

וואס איז די טאטע שולדיג? פארוואס ווארפט ער נישט ארויס זיין זוהן פארוואס שרייבט ער אים נישט ארויס פון זיין ירושה?
ווען זיין זוהן וואלט ארומגעגאנגען שטעכן מענטשן וואלט ער אויכעט געבליבן אזוי רואיג?

דא שטעכט ער א אומשולדיגע פרוי מיט צוויי קינדערלעך יעדע איינציגסטע טאג,

פארוואס איז די קאמיוניטי שטיל?

און זי זאגט קלאר וואספארא יד די משפחה האט און די רציחה,
ממילא האט זי אלע רעכטן זיי צו מבזה זיין און די גאסן ביז זיי באפרייען די אומשולדיגע משכון פון די בלוטיגע לאפעס,

עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
נישטא קיין תירוץ נישט צי געבן קיין גט?
לאמיר זאגן אזא פאל א פרוי וויל נישט נעמען קיין גט , שוין צעהן יאר וואס די מאן בעהט זיך ביי איהר און זי וויל נישט נעמען, איין טאג דיסייד זי אז זי דארף א גט, זאגט דער מאן יעצט איז פעיבעק טיים איך געב דיר נישט קיין גט.

קען מען האבן טענות אויף אזא מאן? זי האט זיך אפגעקאכט א חרא, יעצט געבט ער עס איר צי עסן……

אויף ענגליש זאגט מען ענדע פיי ארום און געפין אויס.

(לכתחילה האב איך עס געשריבן מיט שם המפורש און מ׳האט מיר עס אפגעשניטן)
גראדע קען איך א מעשה וואס די פרוי וויל נישט נעמען א גט (זי איז א לעסביען). איינער קען רופן פלעטבוש גירל איך בין נייגעריג צו זי גייט מאכן א פראטעסט.
א מאן וואס זיין ווייב וויל נישט נעמען קיין גט קען מאכן א היתר מאה רבנים און פארטיג. א פרוי האט נישט די אפציע.

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:11 pm

· #547170
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שמן למאור #
א מאן וואס זיין ווייב וויל נישט נעמען קיין גט קען מאכן א היתר מאה רבנים און פארטיג. א פרוי האט נישט די אפציע.

ס'געשעהט כמעט נישט א היתר מאה רבנים, ס'שלעפט זיך נישט אזוי צאם הונדערט רבנים, מען טרייט עס צי נוצן אלץ א סטראשע, אבער למעשה געשעהט עס נישט.

(אגב, ס'געוועהן א מאל א מעכב גט און מען האט אים גע'אפערט געלט און ער האט נאך אלץ נישט געוואלט גט'ן, האט מען אים געסטראשעט אז אויב געט ער נישט קיין גט וועט מען מאכן א היתר מאה רבנים און מען גייט איר גט'ן אן זיין רשות און ער גייט נישט באקומען די געלט, און דער עם הארץ אינזערע האט געגעבען א גט….😂

אמאל א קלוגער רב קען פיל מער אויפטוהן ווי א פלעטבוש גירל)

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:15 pm

· #547172
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מר. קלונימוס #
סקעפטיקער #
טל ומטר #
א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.
איך וויל פארשטיין, דו האלטסט אז א קינד וואס יעדן טאג האקט ער איינעם אן די ביינער זאלן עלטערן נישט זאגן איך נעם דיר נישט אריין ווילאנג דו הערסט אויף?

ביי OTD איז עס לגמרי נישט דיין דאגה, דער באשעפער איז א כל יכול און אויב עס טוט אים עכט וויי קען ער זיכער מאכן עס זאל נישט ווייטוהן. דאס איז חוץ וואס די מציאות איז אז ארויסווארפן א קינד וואס איז OTD ארבעט נישט! עס האט נישט קיין שום פאזיטיווע אפעקט אויפן קינד און אויף קיינעם.

א כל יכול קען נישט מאכן דעם אינגערמאן געבן א גט?
א כל יכול קען (ענדערש) מאכן אז זיין ווייב זאל נישט דארפן קיין גט. (משנה ראשונה במס' קידושין..."וקונה את עצמה בשתי דרכים בגט ובמיתת הבעל"...!

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:16 pm

· #547173
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שמן למאור #
א מאן וואס זיין ווייב וויל נישט נעמען קיין גט קען מאכן א היתר מאה רבנים און פארטיג. א פרוי האט נישט די אפציע.
מ׳מאכט עס אויסזעהן אזוי פשוט אבער ס׳איז נישט אינגאנצן אזוי, איך ווייס נישט צו איינער געדעקנט די מארקאוויטש פרשה אבער פאר יארן איז מען אים נאך געלאפן און באשמיצט וועגן ער האט געמאכט א היתר מאה רבנים.

די מעשה וואס איך האב דערציילט וועגן א פרוי וואס וויל נישט נעמען א גט איז נאך אינטער צוויי יאר, העט מען דארף ווארטן אביסל צו זעהן וואס זיי פלאנען צוטוהן.

טראפעלע » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:20 pm

· #547174
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Account is back

חדשים » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:26 pm

· #547175
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
א אינגערמאן אין וויליאמסבורג האט ממש לעצטנס באקומען א היתר מאה רבנים, און שוין א חתן געווארן. דאס איז שוין נאכדעם וואס זיין געוועזענע שווער איז א מולטי מיליאנער...

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:26 pm

· #547176
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טראפעלע #
Account is back
אוי וויי, איך מיין איך דארף סוען אינסטעגרעם פאר צומאכן פלעטבוש גירל אקאונט, איך האב אזוי סאך ארבעט אין איך האב גארנישט געארבעט היינט וועגן זיי.

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:28 pm

· #547177
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
ס׳געשעהט כמעט נישט א היתר מאה רבנים, ס׳שלעפט זיך נישט אזוי צאם הינדרעט רבנים, מען טרייט עס צי נוצען אלץ א סטראשע, אבער למעשה געשעהט עס נישט.

(אגב, ס׳געוועהן א מאל א מעכב גט און מען האט עים גע׳אפערט געלט און ער האט נאך אלץ נישט געוואלט גט׳ן, האט מען עים געסטראשעט אז אויב געט ער נישט קיין גט וועט מען מאכן א היתר מאה רבנים און מען גייט איר גט׳ן אן זיין רשות און ער גייט נישט באקומען די געלט, און די עם׳הארץ אינזערע האט געגעבען א גט….😂
אמאל א קליגער רב קען פיל מער אויפטוהן ווי א פלעטבוש גירל)

דערמאנט די מעשה פונעם בעל דין וואס מען האט אים אויסגעלערנט צו זאגן "אין לי" און דער דיין האט געהייסן אראפלייגן די גאנצע געלט אויפצואווייזן דעם 'אין לי'...

אבער צים נושא, היתר מאה רבנים מאכט זיך מער אפט ווי דו מיינסט, מען דארף אפילו נישט קיין עכטע רבנים (וואס מיינט בכלל עכט?)

איך געדענק מען איז ארומגעגאנגען אמאל אין א שול דערפאר און יעדער האט גע'חתמ'עט.

רב מלכיאל קאטלער פון לעיקוואד האט צוויי ווייבער מיט א היתר מאה רבנים.

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:31 pm

· #547178
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חדשים #
א אינגערמאן אין וויליאמסבורג האט ממש לעצטנס באקומען א היתר מאה רבנים, און שוין א חתן געווארן. דאס איז שוין נאכדעם וואס זיין געוועזענע שווער איז א מולטי מיליאנער...
איך האף אז זאכן האבן זיך געטוישט, אבער אמאל איז עס נישט געווען אזוי פשוט, איך מיין עס איז שוין צייט אויף צוקומען מיט עפעס א עצה אויב א מאן וויל נישט געבן א גט.

מן הסתם » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:00 pm

· #547185
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
חדשים #
א אינגערמאן אין וויליאמסבורג האט ממש לעצטנס באקומען א היתר מאה רבנים, און שוין א חתן געווארן. דאס איז שוין נאכדעם וואס זיין געוועזענע שווער איז א מולטי מיליאנער...
איך האף אז זאכן האבן זיך געטוישט, אבער אמאל איז עס נישט געווען אזוי פשוט, איך מיין עס איז שוין צייט אויף צוקומען מיט עפעס א עצה אויב א מאן וויל נישט געבן א גט.

הרב @זאקן, ביי די ראבינאוויטש פרשה איז דא גאנץ א פשוטע עצה, מר. ראבינאוויטש זאל לאזן דעם טאטן האבן וויזיטינג רעכטן ווי ס'קומט פאר א טאטן צו זיינע קינדער, און ראבינאוויטש זאל ארויסנעמען אלע מסירות פון ערכאות און מ'וועט מער נישט געברויכן קיין היתר מאה רבנים..

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:02 pm

· #547186
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מן הסתם #
הרב @זאקן, ביי די ראבינאוויטש פרשה איז דא גאנץ א פשוטע עצה, מר. ראבינאוויטש זאל לאזן דעם טאטן האבן וויזיטינג רעכטן ווי ס'קומט פאר א טאטן צו זיינע קינדער, און ראבינאוויטש זאל ארויסנעמען אלע מסירות פון ערכאות און מ'וועט מער נישט געברויכן קיין היתר מאה רבנים..
איך רעד נישט פון ראבינאוויטש.

מנחם מנדל » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:13 pm

· #547191
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ביידעוועי די אקאונט איז חיי וקיים.

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:23 pm

· #547192
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך מיין אז מ'זאל נישט רעדן דא פון קיין פריוואטע נעמען!!

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:36 pm

· #547195
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
נישטא קיין תירוץ נישט צי געבן קיין גט?
לאמיר זאגן אזא פאל א פרוי וויל נישט נעמען קיין גט , שוין צעהן יאר וואס די מאן בעהט זיך ביי איהר און זי וויל נישט נעמען, איין טאג דיסייד זי אז זי דארף א גט, זאגט דער מאן יעצט איז פעיבעק טיים איך געב דיר נישט קיין גט.

קען מען האבן טענות אויף אזא מאן? זי האט זיך אפגעקאכט א חרא, יעצט געבט ער עס איר צי עסן……

אויף ענגליש זאגט מען ענדע פיי ארום און געפין אויס.

(לכתחילה האב איך עס געשריבן מיט שם המפורש און מ׳האט מיר עס אפגעשניטן)
ביסט נישט אבסאלוטלי נישט גערעכט!!

קיין שום קארט אדער לעגאלע סיסטעם בארעכטיגט נישט נקמה נעמען אויף דער אייגענער האנט.

מיר זענען א ציוויליזירטע סאסייעטי (על כל פנים מיר שטרעבן צו זיין איינס) און עס קען נישט זיין אז אלס נקמה פאר סיי וואס זאל מען מעגן זיין א ווייב.

ווייסט וואס?
איך בין 100% מסכים אז אלעס וואס איך האב אויבן געשריבן לגבי א מאן וואס איז מעגן א ווייב איז די זעלבע פארקערט אויך.
מ'זאל זיך מרחק זיין פון אלע קהל'ישע זאכן, און מפרסם זיין אאז"וו.
כאטשט פאר א מאן איז א משהו לייכטער ווי געשריבן אויבן אז מ'קען טעארעטיש באקומען א היתר מאה רבנים.
אבער עס איז א געפערליכע עוולה, און רבנים און דיינים און כלל טוהערס דארפן זיך לאזן הערן הויך און קלאר קעגן די סארט פארברעכנס.

זייער שטילשווייגענישט איז אומריכטיג, און זיי זענען עתיד ליתן את הדין!

אויב דו קענסט זיך מיט עפעס א רב א דיין, גיי צו צינעים און פרעג איהם הייתכן ער רודערט נישט אויף א וועלט איבער דעם פראבלעם!!

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:39 pm

· #547196
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סוף טוב הכל טוב #
איך מיין אז מ'זאל נישט רעדן דא פון קיין פריוואטע נעמען!!
אויב רעדט מען פון יחידים מיט נעמען איז מען שוין גארנישט בעסער ווי פלעטבוש גירל, מען קען נישט רעדן אקעגן איינעם ווייל מ׳האט געהערט עפעס פון די גאס אדער פון איין זייט.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:01 pm

· #547200
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איר עקאונט גייט אן געהעריג, ס'איז אפן.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:09 pm

· #547202
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וואס איז די פראבלעם מיט נישט געבן א גט? פארוואס איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם?

אויב די ווייב איז דערגאנגען די יארן פארן מאן, אים "געדעמעדזט" שאדן געמאכט געלט טויטליכע בושות וכדו' און די ליסטע וואס א משפּחה מיטגליד קען אנמאכן איינער דעם צווייטן איז ענדלאז.

דאן וויל די מאן נקמה נעמען. ווער בין איך צו זאגן אז ס'איז נישט גערעכט. אפשר אין ספעציפישע פעלער איז די מאן יא גערעכט.

ס'איז דא מענטשן וואס עס קומט זיך עגמת נפש. איך זעה נישט וויאזוי און פארוואס יעדער איז להשמד אנקעגען איינער וואס געבט נישט קיין גט.

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:11 pm

· #547203
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צוזאמגעדרייט #
כ'האב אביסל פארראכטן דיין תגובה. זיי מיר מוחל
וואס איז די פראבלעם מיט הרג'נען? פארוואס איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם?

אויב דער שכן איז דערגאנגען די יארן פארן אנדערן שכן, אים "געדעמעדזט" שאדן געמאכט געלט טויטליכע בושות וכדו' און די ליסטע וואס א נערוועזע שכן קען אנמאכן איינער דעם צווייטן איז ענדלאז.

דאן וויל די שכן נקמה נעמען. ווער בין איך צו זאגן אז ס'איז נישט גערעכט. אפשר אין ספעציפישע פעלער איז דער שכן יא גערעכט.

ס'איז דא מענטשן וואס עס קומט זיך עגמת נפש. איך זעה נישט וויאזוי און פארוואס יעדער איז להשמד אנקעגען איינער וואס נעמט א ביקס און שיסט אזא צוויי דריי מאל אריין דעם שכן צווישן די אויגן.

שפילער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:56 pm

· #547210
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סאיז שוין ציריק אפן

חב''ד הויזן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:56 pm

· #547211
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]
די חתם סופר זאגט אז מ'קען אויך נעמען הינדערט לומדים.

(האב איך געהערט אמאל אז די חתם סופר איז א חומרא נישט קיין קולא..)

זאקן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:04 pm

· #547213
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך בין שוין אינגאנצן צומישט.
ס'איז דא מענטשן וואס האלטן אז מ'טאר קיינמאל נישט צוריקהאלטן א גט אפילו די עקס האט אים געשינדט די הויט יעדן טאג, אויב דו האסט א פראבלעם גיי צום בי"ד בעט געלט, און אויב זי זאגט אין לי קענסטו גארנישט טוהן, ח"ו צו טוהן עפעס אויף די אייגענע הענט אדער צוריק האלטן א גט.

די זעלבע מענטשן האלטן אז פלעטבוש גירל טוט א מצוה אז זי גייט פראטעסטן צו די עלטערן'ס שטוב אדער ווי זיי ארבעטן. דאס מיינט אז די מאן טאר קיינמאל נישט טוהן עפעס אן בי"ד, אבער פלעטבוש גירל האט גאר א מצוה פאר'ן פראטעסטן אקעגן די "טאטע" וואס האט מעגליך שטארק עגמת נפש פון זיין זוהן.

גראדע האלט איך אויכעט אז מען טאר נישט צוריקהאלטן א גט, אבער איך האלט אויכעט אז פלעטבוש גירל טאר נישט נעמען שריט אויף איר אייגענע הענט, זיכער נישט אקעגן עלטערן.

האי פרושא » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:15 am

· #547223
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פלעטבוש גירל האט א רעכט צו טוהן וואס זי האט געטוהן לויט די אינפארמאציע וואס די גאס דערציילט אויף די משפחה

מנחם מנדל » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:27 am

· #547226
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צוזאמגעדרייט #
וואס איז די פראבלעם מיט נישט געבן א גט? פארוואס איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם?

אויב די ווייב איז דערגאנגען די יארן פארן מאן, אים "געדעמעדזט" שאדן געמאכט געלט טויטליכע בושות וכדו' און די ליסטע וואס א משפּחה מיטגליד קען אנמאכן איינער דעם צווייטן איז ענדלאז.

דאן וויל די מאן נקמה נעמען. ווער בין איך צו זאגן אז ס'איז נישט גערעכט. אפשר אין ספעציפישע פעלער איז די מאן יא גערעכט.

ס'איז דא מענטשן וואס עס קומט זיך עגמת נפש. איך זעה נישט וויאזוי און פארוואס יעדער איז להשמד אנקעגען איינער וואס געבט נישט קיין גט.
נישט קיין פראבלעם, ווילסט נקמה נעמען נעם נקמה, אבער נוץ נישט די תורה פאר דיין שטעקן דעציט.