☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

Yesh » דינסטאג מערץ 5, 2024 4:34 pm

· #553114
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
berlbalaguleh #
ניין: ר' שלמה גורן האט "מפקיע" געווען די קידושין נישט אלס פסול פון זיין גירות, נאר אז ער (די פרוי'ס ערשטער מאן) איז נישט געווען שפוי בדעתו, ממילא זענען די קידושין נישט חל מעיקרא. ער האט עס אויפגעוויזן מיט בריוון פון דאקטוירים.

מהאי טעמא פאסטן חתן-כלה ביום חופתם. דער חתן זיכער. אז מ'זאל נישט קענען טענה'ן נאכדעם אז דער חתן איז נישט געווען ביים קלארן דעת ווען ער האט מקדש געווען די פרוי.

אויב נעמט מען באליס?

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 4:38 pm

· #553117
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דאס דארף א דאקטער אפשאצן.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 4:42 pm

· #553119
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
כספי: וויקיפעדיא איז נישט קיין תורת לאקשן. ס'קען זיין ביידע. נאר איך האב געזעהן א קאפי פון א דאקטער וואס האט עדות געזאגט אז דער ערשטער מאן איז נישט געווען שפוי בדעתו. ממילא האבן די קידושין נישט חל געווען מעיקרא.

Visionary » דינסטאג מערץ 5, 2024 4:54 pm

· #553122
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך האב פארברענגט מיט דעם יונגערמאן לעצטע וואך שבת און איך בין געקומען צו די מסקנא אז די פלעטבוש גירל איז נישט גערעכט.
פארוואס לויפט זי נאך דעם אינגערמאן? דער יונגערמאן האט קיין אנונג וואס עס פליעט מיט אים. ער ווייסט נישט וואס עס טוט זיך מיט אים. די פ"ג זאל רודפ'ן זיינע עלטערן און געשוויסטער וואס מאכן די החלטות פאר אים און אים אפלאזן.

און שטייטזיך אז עס איז א חוצפה פון איר צו אים שלאגן מיט דעם וואס ער איז נעבעך אן אינוואליד. זי האט אים נאכגעשריגן המספיק קעיס...

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:05 pm

· #553126
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מייערן #
[ציטאט אראפגענומען]

ווער איז די פרוי?
sound נישט ווי Flatbush girl
זי זאגט עפעס אז זי איז נישט געזונט...
אימיון דעפישענסי...

זי איז זייער צום זאך, אין מיין אפיניען!!
פול מיט קאממען-סענס, מיט אמונה, מיט הארץ, און גערעכטיגקייט!

סביב העולם » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:09 pm

· #553129
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Visionary #
איך האב פארברענגט מיט דעם יונגערמאן לעצטע וואך שבת און איך בין געקומען צו די מסקנא אז די פלעטבוש גירל איז נישט גערעכט.
פארוואס לויפט זי נאך דעם אינגערמאן? דער יונגערמאן האט קיין אנונג וואס עס פליעט מיט אים. ער ווייסט נישט וואס עס טוט זיך מיט אים. די פ"ג זאל רודפ'ן זיינע עלטערן און געשוויסטער וואס מאכן די החלטות פאר אים און אים אפלאזן.

און שטייטזיך אז עס איז א חוצפה פון איר צו אים שלאגן מיט דעם וואס ער איז נעבעך אן אינוואליד. זי האט אים נאכגעשריגן המספיק קעיס...

איך בין כמעט זיכער אז איר רעדן פון המספיק איז געווען אז ער ארבעט ביי המספיק, נישט אז ער איז א קעיס.

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:10 pm

· #553131
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
"סירוב איז עי קאנדישאן" (זעליג בערקאוויטש)
ווייסט איינער וואט די העלל הי איז טאלקינג עבאוט?

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:15 pm

· #553132
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וויזשיאנערי: איך קען די משפחה (פון דעם מאן) זיי זענען אלע קנאפע חכמים. נאר דאס האט נישט צו טון מיט זיין קוואליפיקאציע צו געבן א גט.

ביי א פרוי אז וויכטיג אז זי זאל זיין נארמאל. און נישט בגדר שוטה. ווייל דאמאלס קענמען איהר נישט גט'ן. די גמ' לערנט עס ארויס פון פסוק..."ושלחה" אז אויב די פרוי איז משוגע . דאס מיינט אז מ'שיקט איהר אוועק און זי קומט צוריק קענמען איהר נישט גט'ן ווי די גמ' רופט עס אן "משלחה וחוזרת".

Yesh » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:18 pm

· #553133
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סוף טוב הכל טוב #
זי זאגט עפעס אז זי איז נישט געזונט...
אימיון דעפישענסי...

זי איז זייער צום זאך, אין מיין אפיניען!!
פול מיט קאממען-סענס, מיט אמונה, מיט הארץ, און גערעכטיגקייט!

זי זאגט אנפאנג שמועס אז זי האט גערעט מיט פ"ג סאו ס'איז נישט זי.

Yesh » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:21 pm

· #553134
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סביב העולם #
Visionary #
איך האב פארברענגט מיט דעם יונגערמאן לעצטע וואך שבת און איך בין געקומען צו די מסקנא אז די פלעטבוש גירל איז נישט גערעכט.
פארוואס לויפט זי נאך דעם אינגערמאן? דער יונגערמאן האט קיין אנונג וואס עס פליעט מיט אים. ער ווייסט נישט וואס עס טוט זיך מיט אים. די פ"ג זאל רודפ'ן זיינע עלטערן און געשוויסטער וואס מאכן די החלטות פאר אים און אים אפלאזן.

און שטייטזיך אז עס איז א חוצפה פון איר צו אים שלאגן מיט דעם וואס ער איז נעבעך אן אינוואליד. זי האט אים נאכגעשריגן המספיק קעיס...

איך בין כמעט זיכער אז איר רעדן פון המספיק איז געווען אז ער ארבעט ביי המספיק, נישט אז ער איז א קעיס.

ער האט עפעס א שטיקל דזשאב, איך מיין אז אסאך פעישענטס באקומען עפעס א דזשאב.

חב''ד הויזן » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:26 pm

· #553135
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
הער איך יעצט אז די בערקאוויטש פאמיליע האט גאר געסטראשעט פלעטבוש גירל מיט לעגאלע פראבלעמען און פארדעם איז זי יעצט שטיל געווארן.
📎 IMG_20240305_172606.jpg

Yesh » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:42 pm

· #553137
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מען מעג נישט מאכן א פראטעסט?

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:45 pm

· #553138
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זיכער: נאר דו קענסט ווערן געסועט. א לאיער קען שוין טרעפן עפעס א תירוץ.

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:45 pm

· #553139
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חב''ד הויזן #
IMG_20240305_172606.jpg
גראדע פארפירט זי שוין ווייטער היינט אויף איר אינסטעגרעם וועגן פרי מלכי אבער זי רעדט גארנישט וועגן וואלווי און די בערקאוויטש פאמיליע.

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:47 pm

· #553140
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Yesh #
מען מעג נישט מאכן א פראטעסט?
ליין איבער די בריוו. ס'שטייט נישט קיין איין ווארט וועגן א פראטעסט.

זיי שרייבן אסאך אנדערע עוולות וואס זי האט געטאן און מיט יענע זאכן קענען זיי בויען א קעיס אקעגן איר.

איך אויך » דינסטאג מערץ 5, 2024 6:17 pm

· #553149
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]
כ'ווייס נישט אבער מיסעס שטערן קומט עקראסס ווי א מאסיווע שקרנית.

חב''ד הויזן » דינסטאג מערץ 5, 2024 6:18 pm

· #553150
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
Yesh #
מען מעג נישט מאכן א פראטעסט?

ליין איבער די בריוו. ס'שטייט נישט קיין איין ווארט וועגן א פראטעסט.

זיי שרייבן אסאך אנדערע עוולות וואס זי האט געטאן און מיט יענע זאכן קענען זיי בויען א קעיס אקעגן איר.

כ'האב געמיינט אז זי איז גרייט אויף מסירת נפש...

למעשה בין איך פולי אויף איר זייט. (ווילאנג זי פייניגט בלויז אזעלכע וואס האבן א חלק אין צוריקהאלטן די גט).

פאריעריגע שניי » דינסטאג מערץ 5, 2024 6:52 pm

· #553152
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מ'קען טוישן די קעפל פון די אשכול ניין?

yatzmachp » דינסטאג מערץ 5, 2024 7:13 pm

· #553154
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סך כל דארף זי א לויער וואס זאל איר זאגן וואס זי מעג און וואס נישט. מען מעג נישט דיפעימען קיין מענטש. דעפעמעישן איז ווען מען זאגט זאכן וואס זענען נישט אמת. Stalking האט געזעצן אבער איז זייער שווער צו ניצן קעגן איר אויב זי טוט אלעס ריכטיג. די מינוט וואס זי זאגט זאכן וואס זענען נישט אמת קען זי אלעס דערלייגן. אבער אויב האלט זי זיך צום אמת קען זי אויסדרייען דעם גאן אקעגן די בערקאוויטשעס אויב זיי זאגן ליגנט וועגן איר.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 7:45 pm

· #553156
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סטאקינג...Stalking...איז די הארבערע טשארדזש. ספעציעל אויב זי האט נישט געהאט קיין פערמיט צו מאכן א דעמאנסטראציע.

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 8:16 pm

· #553162
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
yatzmachp #
סך כל דארף זי א לויער וואס זאל איר זאגן וואס זי מעג און וואס נישט. מען מעג נישט דיפעימען קיין מענטש. דעפעמעישן איז ווען מען זאגט זאכן וואס זענען נישט אמת. Stalking האט געזעצן אבער איז זייער שווער צו ניצן קעגן איר אויב זי טוט אלעס ריכטיג. די מינוט וואס זי זאגט זאכן וואס זענען נישט אמת קען זי אלעס דערלייגן. אבער אויב האלט זי זיך צום אמת קען זי אויסדרייען דעם גאן אקעגן די בערקאוויטשעס אויב זיי זאגן ליגנט וועגן איר.
זי האט דאך יעצט געמאכט צוואנציג טויזנט דאללער פון איר טשערעדי קאמפיין פאר מלכי.

איך מיין ס'איז גענוג געלט אויפצונעמען א לויער.

אויסער אויב זי דארף די געלט פאר איר אייגענע צרכים,
גראסערי, מארגעטש, וכדומה.

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 8:35 pm

· #553165
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פלעטבוש מיידל קומט מיט גוטע טענות און פראווף פאר איהר צד, איז דא ערגעץ ווי מען קען הערן די אנדערע זייט?

יאנקל בעל העגלה » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:05 pm

· #553169
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
https://chat.whatsapp.com/LmwWejxC5yW9GiDyJCnwLI

אויף די גרופ, ליפא פרידריך טענהט זיך ארום מיטן עולם

יאנקל בעל העגלה » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:06 pm

· #553170
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
יאנקל בעל העגלה #
https://chat.whatsapp.com/LmwWejxC5yW9GiDyJCnwLI

אויף די גרופ, ליפא פרידריך טענהט זיך ארום מיטן עולם
כמיין אז מזאל עפענען א עקסטערע אשכול פאר אים, ער האט א לאנגע ביאגראפיע

שמן למאור » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:10 pm

· #553172
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פלעטבוש גירל האט גענומען א נייע סטראטעגיע... אלע פרויען זאלן מאכן א מקוה סטרייק און זיך נישט צושטעלן צו די מענער ביז וואלווי גיבט א גט. לול 😂 😂 😂
📎 Screenshot_20240305_211211.jpg 📎 Screenshot_20240305_211226.jpg 📎 Screenshot_20240305_211244.jpg 📎 Screenshot_20240305_211428.jpg 📎 Screenshot_20240305_211401.jpg

שמן למאור » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:16 pm

· #553174
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
א מעסעדזש וואס איך האב איר געשריבן.
📎 Screenshot_20240305_211133.jpg

שמן למאור » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:17 pm

· #553175
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איינער פרעגט... 😂
📎 Screenshot_20240305_210333.jpg

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:17 pm

· #553176
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאל מיר נאר איינער זאגן אז פלעטבוש גירל איז נערמאל.

לייגטס איר אריין אין א משוגעים הויז.

מי אני » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:30 pm

· #553178
דאס דערמאנט פונעם קאמעדי שפיל לייסיסטריסאַ פון אריסטאפעניס (שחי בימי סקראט), וואו די פרויען פון אטענס און ספּאַרטאַ האלטן זיך צוריק פון חיי אישות מיט די מענער, ביז ווילאנג זיי הערן זיך אויף שלאגן און ברענגן אַן ענדע צו די פּעלעפּאניזשיען מלחמה צווישן די צוויי שטאטן. און אין די אמאליגע תקופה האט מען דאך געגעבן א גט פאר'ן ארויסגיין למלחמה...

ספּייק לי האט דאס אדאפּטירט צו די מאדערנע עפאכע אין זיין פילם טשיי-רעק, וואו די פרויען פרובירן דאדורך צו ברענגען צו אַן ענדע די קריג צווישן צוויי גענגס אין טשיקאַגאָ.


עכ״פ דאס געבט א נייעם באדייט צו דעם מימרא הגמרא (קידושין ב:) אז סיי ביאה ווערט איקרי״דרך״ און סיי אז ״דרכו״ של איש לעשות מלחמה ולא אשה (וע״ש בתוד״ה הכא)…

שמן למאור » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:31 pm

· #553179
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[attachment=0]Screenshot_20240305_213039.jpg[/attachment]

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:51 pm

· #553183
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זי האט איידיעס

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 10:11 pm

· #553187
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
זי האט איידיעס
אויך מיר איידיעס. נעבעך.

זאקן » דינסטאג מערץ 5, 2024 10:14 pm

· #553191
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך בין סתם נייגעריג וואס זי טראכט, אויב מיין ווייב גייט נישט זיין מיט מיך פאר די נעקסטע פאר טעג גייט מלכי באקומען א גט? אויב זי קען מיך עס מסביר זיין גיי איך אהיים גיין באלד זאגן פאר מיין ווייב אז פאר די נעקסטע פאר טעג קען אונז נישט זיין צוזאמען, אין אויב אונז גייען זיך נישט קענען איינהאלטן זאל זי פאר קיינעם נישט זאגן ווייל איך וויל נישט האבן א חלק אין צוריק האלטן א גט.

זאקן » דינסטאג מערץ 5, 2024 10:17 pm

· #553193
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
גראדע זומער איז דא זייער אסאך ווייבער וואס זענען נישט מיט די מענער א גאנצע וואך, איך בין נייגעריג אויב זומער באקומען פרויען שנעלער א גט.

איך האב יעצט אראפ געלייגט די פאון מיט ר׳ ז.ל.פילאפ ער גייט זיך צושטעלן צו די קאמפיין און ער גייט אנזאגן יעדער איינער אז מ׳מעג נאר זיין איין מאל א וואך (פרייטאג צונאכטס) אין דעם זכות זאל מלכי באקומען א גט.

כרם זית » דינסטאג מערץ 5, 2024 10:45 pm

· #553199
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
א פרוי וואס שטעלט זיך נישט צו צום סטרייק איז א טובלת ושרץ בידה...

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:04 pm

· #553201
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
מילך טראק #
זי האט איידיעס
אויך מיר איידיעס. נעבעך.
זי האלט מסתמא אויך נישט אז מ'גייט עס פאלגן אבער צו מאכן ניוז איז דא זייער גיט, מיר וואלט קיינמאל נישט איינגעפאלן אזא איידיע, ס'איז סאך בעסער ווי די פאריגע איידיע

קהל'ס נער » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:20 pm

· #553203
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חב''ד הויזן #
לאכעדיג #
הער איך יעצט אז די בערקאוויטש פאמיליע האט גאר געסטראשעט פלעטבוש גירל מיט לעגאלע פראבלעמען און פארדעם איז זי יעצט שטיל געווארן.
IMG_20240305_172606.jpg
ס׳נישט מער פון א סיס און דעסיסט בריוו, וואס איז א פענסי וועג פון זאגן הער אויף יעצט ווייל אויב נישט גייט טאטי קוקען זייער שטרענג.

ממה נפשך, אויב איז זי טאקע באגאנגען עבירות אקעגן בערקאוויטש דארף מען נישט די בריוו און אויב איז זי נישט באגאנגען העלפט עס נישט.

קהל'ס נער » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:23 pm

· #553204
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
לאכעדיג #
מילך טראק #
זי האט איידיעס
אויך מיר איידיעס. נעבעך.
זי האלט מסתמא אויך נישט אז מ'גייט עס פאלגן אבער צו מאכן ניוז איז דא זייער גיט, מיר וואלט קיינמאל נישט איינגעפאלן אזא איידיע, ס'איז סאך בעסער ווי די פאריגע איידיע
קלאר אזוי זי האט נישט קיין הוא אמינא אז איינער גייט נישט האבן קיין זעקס וועגן די בויקאט, און איך האב דיר נייעס זי אליינס גייט אויך טוען וואס זי האט ציטין אין בעט.
די גאנצע פוינט דא איז מארקעטינג, וואס זי איז פיין מצליח, יעדער רעדט יעצט אז וואלווי בערקאוויטש געט נישט קיין גט.

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:33 pm

· #553207
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מיר קוקט עס אויס אז פלעטבוש גירל האט זיך פיין דערשראקן פון די לויערס בריוו והא ראיה זי רעדט מער נישט פון וואלווי און זיין משפחה אויף אינסטעגרעם, זי שרייבט בלויז אז מלכי דארף א גט.

ווי אויך זייט משה לייב וויטריאל האט איר פארטריבן פון מאנרא זעהט מען איר מער נישט אין פובליק פארפירן איבער די קעיס

די גאס שמועסט אז ס'איז דא נאך א גט פרשה פון משפחת בערקאוויטש און גאלד אזוי ווי אלע אזעלכע קעיסעס וואס מאכט זיך ליידער יעדע שני וחמישי, און יעצט האט די גאלד פאמיליע געדינגען א קראנקע פרוי זאל איבערדרייען די שטאט.

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:38 pm

· #553208
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
איך בין סתם נייגעריג וואס זי טראכט, אויב מיין ווייב גייט נישט זיין מיט מיך פאר די נעקסטע פאר טעג גייט מלכי באקומען א גט? אויב זי קען מיך עס מסביר זיין גיי איך אהיים גיין באלד זאגן פאר מיין ווייב אז פאר די נעקסטע פאר טעג קען אונז נישט זיין צוזאמען, אין אויב אונז גייען זיך נישט קענען איינהאלטן זאל זי פאר קיינעם נישט זאגן ווייל איך וויל נישט האבן א חלק אין צוריק האלטן א גט.
דאס איז א וועג צו אויפרודערן,
ביי די צווייטע וועלט מלחמה בשעת מען האט געהרגעט אידן אין יוראפ זענען אידן אין אמעריקע געזיצן אין רעסטאראנטן אין די לעבען איז אנגעגאנגן, ווען מעמאכט ווען צו אלע געשעפטן,חתונה זאלן, מפארקויפט נאר ברויט און מילך, וואלטן אידן זיך אויפגעוועקט און ס'קען זיין מ'וואלט עפעס געטוהן, אבער די נאטור פון מענטשן איז אז מ'הערט און מ'גיט א קראכצט און מען גייט ווייטער,

איך ווייס נישט אויב די איסור משמש צו זיין בשני רעבון האט צו טוהן מיט דעים


אגב אפשר לייגסטו א בילד ביי דיין פראפייל, איך וויל וויסן צו מ'רעדט פון חסידישע מענער זאקן, מער די סטיילישע קאלירטע מענער זאקען, שווארצע/ווייסע רעבישע זאקן, די פרויען קורצע זאקן וואס מען גייט מיט די לאנגע דאסטער, צו דורכזיכטיגע טייטץ, מיט א סים אדער אהן א סים, צו גאר די דיקע פאלם טייטץ,

whatever » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:38 pm

· #553209
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קלאר אזוי זי האט נישט קיין הוא אמינא אז איינער גייט נישט האבן קיין זעקס וועגן די בויקאט, און איך האב דיר נייעס זי אליינס גייט אויך טוען וואס זי האט ציטין אין בעט.
די גאנצע פוינט דא איז מארקעטינג, וואס זי איז פיין מצליח, יעדער רעדט יעצט אז וואלווי בערקאוויטש געט נישט קיין גט.
[/quote]

ס'מיר גוט... זי האט א מאן?!

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:39 pm

· #553210
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
whatever #

ס'מיר גוט... זי האט א מאן?!
יא

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:41 pm

· #553212
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
whatever #

ס'מיר גוט... זי האט א מאן?!
יא
ער הייסט חיים. איך האף אז ער איז זיך מחיה מיט די טשעק וואס זיין ווייב ברענגט אהיים פון די קעיס.

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:47 pm

· #553213
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #


די גאס שמועסט אז ס'איז דא נאך א גט פרשה פון משפחת בערקאוויטש און גאלד אזוי ווי אלע אזעלכע קעיסעס וואס מאכט זיך ליידער יעדע שני וחמישי, און יעצט האט די גאלד פאמיליע געדינגען א קראנקע פרוי זאל איבערדרייען די שטאט.
איך גלייב אז די בערקאוויטש פאמיליע וואלט געקענט באשטיין ווען זי פאננגט נישט אהן די גאנצע מערכה

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:51 pm

· #553215
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
איך גלייב אז די בערקאוויטש פאמיליע וואלט געקענט באשטיין ווען זי פאננגט נישט אהן די גאנצע מערכה
ריכטיג. קיינער האט נישט ליב ווען מען באזינגט זיי אין די גאסן אפילו יענער איז א משוגענער ווי פלעטבוש גריל.

אבער די גאס קוקט אן די פרשה פון אלע ענגעלס ארום און ארום, און וויבאלד דא איז דא אסאך דעטאלן ארום די קעיס קוקן עס מענטשן נישט אן אזוי שווארץ און ווייס ווי פלעטבוש גירל לייגט עס אראפ.

לאכעדיג » מיטוואך מערץ 6, 2024 12:13 am

· #553221
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
גראדע זומער איז דא זייער אסאך ווייבער וואס זענען נישט מיט די מענער א גאנצע וואך, איך בין נייגעריג אויב זומער באקומען פרויען שנעלער א גט.
פארוואס גייט מען אין קאנטרי זוממער??

וועגן מאנטאג דינסטאג מיטוואך דאנערשטאג.

וואסער » מיטוואך מערץ 6, 2024 12:24 am

· #553226
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
הער איך יעצט אז איר נעקסטע סטראשע איז ווי פאלגענד:
"POST STRIKE"
"נישטא מער קיין איין מעסעדזש מער פון מיר ביז מלכי באקומט א גט"
איך מיין אז דאס וועט ארבעטן! דער עולם קוקט ארויס אויף אירע געוואלדיגע חכמה'דיגע מעסעזשעס...

געשמאקסטער » מיטוואך מערץ 6, 2024 1:14 am

· #553238
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אין 9 חדשים ארום וועט נישט זיין קיין איין קידוש אדער שלום זכר

שמן למאור » מיטוואך מערץ 6, 2024 1:16 am

· #553240
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 Screenshot_20240306_011525.jpg

אייגענארטיג » מיטוואך מערץ 6, 2024 9:35 am

· #553257
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סוף טוב הכל טוב #
"עגונות" צוליב עיכוב גט איז באמת א פראבלעם.

און עס איז *נישט* אדרעסירט ביי אונזערע תורה'דיגע פירערס. עכ"פ נישט גענוג אדרעסירט.

איך וואלט געוואלט הערן רבי'ס ברעטשן ביי שלשידעס קעגן מענער מעגנים.

איך וויל זעהן א צעטל געחתמט ביי אלע בתי דין צוזאמען קעגן מענער מעגנים.

איך וויל אז מוסדות החינוך זאלן זיך צוזאמנעמען, נישט נאר קעגן אייפאנס מיט שמאלע הויזן נאר אויך קעגן מענער מעגנים.

דאס איז א תורה'דיגער פראבלעם, און די אנשי התורה דארפן עס פיקסן.
"איך" גלייך דיין איך'ס...

עס קען זיין אסאך סיבות פארוואס מזאל נישט וועלען געבן א גט, ווילאנג די אנדערע צד איז נישט מסכים אויף א געוויסע זאך...

פארשטיי אז און די לעגאלע סיסטעם האט א מאמע א שטערקערע כוח ווי א טאטע, און אין די תורה'דיגע סיסטעם האט א טאטע/מאן א שטערקערע כוח.

סך הכל וואס עס דארף געשען איז אז עס זאל זיך אויסקומען ביידע סיסטעמען דורך פשרות,

איך האב אבער נאכנישט געזען קיין פראטעסטען ווען א מאמע האלט צירוק א טאטע פון זען זיינע קינדערלעך (איך רעד שוין נישט פון דעם וואס און די זעלבע צייט מאכט זי זיכער צו גיין נאך די טשיילד סופארט און עלימאני) עס איז דא אזויפיל טאטעס וואס זעען נישט די קינדער פאר "טעג" "וואכן" "חדשים" און "יארן" דערווייל האט מען נאכנישט געזען קיין פראטעסטען אז "מרת... לאז דיינע קינדערלעך זען זייער טאטע"

נארמאלערהייט ווען א קאפל צוטיילט זיך געשעט אסאך זאכן,
די מזבח איז מוריד דמעות
די קינדערלעך גייען צוגרונד
א אינגערמאן און א פרוי גייען אסאך טרערן פארגיסן (אפי' מאיז געווען דער וואס איז אוועקגעגאנגען)
און נאך..

אבער יעדער ווייסט אז דער אנדערער האט אויך א שטעקן און האנט מילא גלייכט מען זיך געווענליך אויס

אבער ווען איין זייט זאגט פארן אנדערען איך פייף דיך אן למשל ווען א פרוי זאגט פארן מאן איך געב דיר נישט קיין אנסופערווייזד וויזיטעישאן מיט "דיינע" קינדערלעך, אבער די געב א גט". דעמאלטס געשעט ליידער וואס עס האט פאסירט דא אז די מאן זאגט איך פייף דיך אן און די באקומסט נישט קיין גט.

איך גיי נישט אריין דא אונעם מציאות אויב זי איז גערעכט פארן נישט וועלן אנסופערווייזד וויזיטעישאן, און אויב ער איז גערעכט פארן אפהאלטן א גט פאר דעם. וואס איך זאג איז אז און זיין מוח איז די מינוט וואס ער געט א גט האט ער פארלוירן זיין כוח און ווילאנג זיי קומען נישט צו אן עגרימענט געסיינט און קארט וועט לכאורה קיין איין זייט נישט אויפגעבען אויף זייערע אפפער הענד.

איך מיין אז סאיז צייט אייצוזען אז די פרוי איז בכלל נישט קיין אנדערדאג ווען עס קומט צו דעי זאכן, און אלע ארגעניזעישאנס וואס זענען דא צו העלפן די פרוי באקומען א גט זאלן ווייטער טון אזוי אבער מיטן הענדלען זייערע קליענטן נישט דעם צד שכנגד. רוב מאל איז נישט די סיבה פון אפהאלטן א גט ווייל די מאן וויל נאך צירוקגיין, נאר ווייל די פרוי ניצט איר כוח אויף עפעס אנדערש.

און עס מעג ווען שוין זיין ארגענייזעישאנס וואס זאלן זיך אפגעבען מיט טאטעס וואס זענען און קארט נאר ווייל זיי ווילן זען זייערע קינדערלעך. (נישט העלפן מיט מעדיקעישאן צו צודריקן זייער עירדש צו זען די קינדער, נאר מיט לעגאלע הילף)

😞 😞 😞 😞 😞 😞 😞 😞
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25