צוזאמגעדרייט #
שמעקעדיג #
איי'ם סארי... איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן...
יעדע מאל מען רעדט פון די נושא וואקסטו פלוצלינג ארויס, עס איז מיר פשוט געווען אינטרעסאנט 😎
נו וואס איז, אפשר האט זי אדער ווייסט זי פון א נאנטער וואס האט געליטן? אדער נישט, וואס א חילוק.
אה, פרעגסט זייער גוט!
און אפשר קען א צווייטער א נאנטער וואס האט געליטן אויף פארקערט?...
איך ווער נערווירט ווען איינער איז עקסטרעם איינזייטיג און קען נישט זעהן קיין אנדערע צד, און בת קול - ביי די נושא - איז אזא סארט, עס קען אדורכגיין חדשים און מען הערט נישט פון איר, און אויפאיינמאל ווען מען רעדט פון גיטין שפרינגט זי ארויף אויפן אויבערפלאך מיט אירע עקסטרעמע מיינונגען, נאכאמאל און נאכאמאל.
קען זיין אז איך בין נאך אלץ נישט גערעכט, אבער עס האט מיר אנגעכאפט די הרגש. סארי נאכאמאל.
-------
לענינינו וועל איך איבער'חזר'ן מיין שיטה וואס איך האב שוין געשריבן מערערע מאל באשכול הנ"ל, און איך האב הנאה צו זעהן אז עטליכע ניקס אין דעם אשכול האלטן אויך אזוי.
בדרך כלל איז עס אמת אז מען טאר נישט אפהאלטן א גט פון א פרוי. עס איז א שרעקליכע אכזריות צו מעגן זיין א פרוי, בפרט פאר לאנגע יארן, און איר נישט געבן די אפארטוניטי זיך צו שטעלן נאכאמאל אויף די פיס מיט א נייע מאן. די אומרעכט ווערט נאך שטערקער ווען מען נוצט די תורה אלס א קרדום לחפור בה, דאס ברענגט אריין א שנאה צו תורה.
האועווער - במה דברים אמורים, אויב די פרוי איז א נארמאלע מענטש, מען קען מיט איר פארהאנדלען, און זי נוצט נישט אירע רעכטן אקעגן דעם מאן. ווי שוין ערווענט עטליכע מאל, איז ליידער אין די היינטיגע פארשטינקענע פעמיניסטישע וועלט די פרוי על הגובה, ידה על העליונה, זי קען חרוב מאכן די מאנ'ס לעבן, צי מיט בלבולים שונים, אפהאלטן וויזיטעישאן, אדער עקסטארשן פון שווערע געלטער וואס דער אינגערמאן
(וואס איז שוין געווענליך אין טיפע חובות גייענדיג צו א ב"ד אדער קאורט, מיט טוענים און לאיערס ואכמ"ל) האט נישט צו געבן. לעצטנס הערט מען גאר פון פרויען וואס ווילן נישט "נעמען" קיין גט. ליידער אסאך פרויען זענען רשע'נטעס און פייניגן דעם מאן מיט עינויים קשים, און מאכט אים חרוב דאס לעבן. פארוואס סיי וועלכער נארמאלער מענטש האלט אז אזא פרוי דארף באקומען א גט און מען טאר עס נישט אפהאלטן, איז ממש אומפארשטענדליך! נאר ווייל גט איז א תורה שטעקן, און אירע רשעות איז סתם א וועלטליכע שטעקן? מאי שנא?
פארוואס איז איר בלוט רויטער ווי זיינס???
איך האב שוין געשריבן אז איך האב מיטגעהאלטן קעיסעס פון ביידע זייטן. איך בין דן לכף זכות די אלע פעמיניסטן דא וואס האלטן אז אין קיין שום פאל טאר מען נישט אפהאלטן קיין גט, אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט מיטגעהאלטן ווי פארביסן און אכזריות'דיג פרויען קענען זיין צו זייערע מענער/עקס. עס איז צומאל הארצרייסענד ווי שלעכט זיי קענען זיין, די פרויען וועלן פון גיהנם נישט ארויסגיין אזוי שנעל! זיי וועלן בראטן און פלאקערן אינאיינעם מיט די גרעסטע רשעים. (איך ווייס נישט פונקטליך וואס די סיבה איז אז א פרוי האט א שטערקערע השפעה אויף אנדערע ווי א מאן, אירע ווערטער ווערן ענדערש מקובל אלס אמת, אבער די ביטערע מציאות איז אז זיי, מיט זייערע טרערן, און זיסע געשליפענע צינגלעך, טרעפן שנעלער פלאץ אין די הארץ פון אנדערע מענטשן ווי דער יונגערמאנ'ס, אפילו ווען די פרויען זענען באמת די שולדיגע).
וואספארא מין רשעות איז דאס צו זאגן פאר א יונגערמאן וואס איז עולם חשך בעדו, די פרוי רואינירט אים זיין לעבן ברוחניות ובגשמיות, פינאנציעל און עמאציאנאל, באשמוצט אים און פארשעמט אים אין די גאסן, אז ער מוז געבן א גט אפגעזען די אומשטענדן? אז זי זאל זיך קענען גיין חתונה האבן און האבן א חיים טובים בשעת ער איז חרוב ונחרב? פון וואו נעמט זיך פאר א יוד, א חלק פון די פאלק פון רחמנים בני רחמנים, צו געבן אזעלכע שוידערליכע עדווייס פאר א צובראכענעם יונגערמאן? איז טאקע דיין תאוות נשים אזוי שטארק אז עס איז מקלקלת את השורה און נעמט אוועק יעדע ביסל לאגיק?
אז די פרוי איז א מרשעת, א שלעכטקייט, איז זי אליינס שולדיג אז זי באקומט נישט קיין גט, נישט דער יונגערמאן!
ואסיים מעין הפתיחה, אז אין אנדערע פעלער איז יא דער מאן דער רשע מרושע וואס מען דארף אים אונטערברענגען און ער וועט פלאקערן אין גיהנם, אבער עס איז קריטיש וויכטיג צו וויסן די פרטי הדברים פאר מען מאכט א החלטה (און געווענליך איז אוממעגליך צו וויסן אלע פרטים מיט אן אמת), אבער דאס בלינדקייט פון צומאכן די אויגן און שרייען "א גט טאר מען קיינמאל נישט אפהאלטן" איז אראגאנט, נאריש, און זאגאר רשעות און טפשות וואס עקזיסטירט נאר אין עולם הדמיון
(אדער אין די גוי'אישע וועלט ליידער, וואו די מענער ענדיגן נישט וויינען אויף זייער בראך אז די פרויען האבן אלע רעכטן און מענער נישט). עס מאכט נישט קיין סענס אינעם רעאליטעט. אין רוב פעלער - הגם נישט אייביג - קען מען גאנץ גרינג פועל'ן ביים יונגערמאן זאל געבן א גט, אויב ער באקומט זיינע נארמאלע, יושר'דיגע מענטשליכע פארלאנגען. ווי נישט ווי, וויל דער יונגערמאן אויכעט נאכאמאל חתונה האבן און האבן א נארמאלע לעבן.
איי וועסטו זאגן, ער קען גיין מאכן א היתר מאה רבנים? איז וויכטיג צו וויסן אז רבנים טיילן נישט אזא היתר אין די וועלט אריין פאר יעדן שמויגער וואס פארלאנגט עס, עס איז א קאמפליצירטע פראצעדור. זיי וועלן געווענליך חוקר ודורש זיין, זיכער מאכן בעפאר דעם צי מען קען נישט גיין גראד, און אויב דער מאן איז סתם א מעגן וועט ער דאס נישט באקומען. רבנים זענען נישט אייביג סתם שלעכטע, זיי האבן אויך קינדער און אייניקלעך וואס מוטשען זיך אין די ענינים און זוכן אויך עצות דערצו.
דער שליסל ווארט איז: דרך הממוצע. קיינמאל נישט זיין איינזייטיג נאר פאר מענער אדער נאר פאר פרויען. עס איז נישט קיין ג'ענדער אישו.