☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

סקעפטיקער » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:47 pm

· #552798
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אסטראלאג #
שטערן? די מאמע פון מלכי, און זעליג בערקאוויטש איז די שווער?

שטערן איז א באקאנטע רשע'נטע וואס לאזט נישט אידישע פרויען באקומען א גט אינעם נאמען פון "שלום בית". זעליג בערקאוויטש איז די מעגן'ס ברודער

מייערן » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:59 pm

· #552807
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]

ווער איז די פרוי?
sound נישט ווי Flatbush girl

אסטראלאג » מאנטאג מערץ 4, 2024 3:11 pm

· #552811
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ס'איז קלאהר יא איר שטימע

יעקב מעקסוועל » מאנטאג מערץ 4, 2024 4:37 pm

· #552847
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לויט די שמועס איז עס איינער וואס ארבעט מיט עדינה/פלעטבוש גירל, נישט זי אליין.

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 9:22 pm

· #552919
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
הער איך יעצט אז די בערקאוויטש פאמיליע האט גאר געסטראשעט פלעטבוש גירל מיט לעגאלע פראבלעמען און פארדעם איז זי יעצט שטיל געווארן.

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:20 pm

· #552942
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס קען א אינגערמאן זיך נישט אויסדרוקן אפילו אויף די לעוול פון א 1 קלאס פובליק סקול אינגל?

שטריימל באקס » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:25 pm

· #552943
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
דערהויבענע איד #
דרייט זיך לעצטנס ארום וואויסנאויטס פון איינעם ליפא פרידריך א שלום בית קאקער, ער איז געווען א טוען פאר די בערקאוויטש'עס, ווי ער טענ'עט אז על פי תורה קען א מאן מחליט זיין נישט צו גט'ן אן קיין סיבה.


נישט צו גלייבן ווי פארוקט מענטשן זענען נאך היינט צוטאג'ס.
אויב איינער האט די וואויסנאט ביטע אהערברענגען.
דא קען מען הערן די דברי חכמה פון ליפא פרידריך. 📎 Lipa Friedrich.mp3

מילך טראק » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:31 pm

· #552944
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
הער איך יעצט אז די בערקאוויטש פאמיליע האט גאר געסטראשעט פלעטבוש גירל מיט לעגאלע פראבלעמען און פארדעם איז זי יעצט שטיל געווארן.
איז דעיס נישט בלעיקמעילן?

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:34 pm

· #552945
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
איז דעיס נישט בלעיקמעילן?
ניין. ווייל זי האט אנגעהויבן מיט די טעראר.

מילך טראק » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:45 pm

· #552951
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אגב די סיבה פארוואס זי איז שטיל היינט איז מסתם ווייל זי איז געווען ביזי מיט א אנדערע גט ווי זי האט געפויסט

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:52 pm

· #552977
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עפעס איז זי יעצט פארנומען מיט ביטול קידושין.

כרם זית » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:57 pm

· #552980
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ווער איז מרת שטערן?

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:07 am

· #552984
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
לאכעדיג #
הער איך יעצט אז די בערקאוויטש פאמיליע האט גאר געסטראשעט פלעטבוש גירל מיט לעגאלע פראבלעמען און פארדעם איז זי יעצט שטיל געווארן.
איז דעיס נישט בלעיקמעילן?
ניין: דו קענסט אויך סטראשען סיי וועם אז דו גייסט איהם סוען. נאר אין געוויסע מדינות אזוי ווי אין ארץ ישראל און קענעדע אויב דו קלאגסט איינעם אן אין געריכט און דו פארלירסט מוזסטו באצאלן נישט נאר פאר דיינע לאיערס. נאר אויך קאסטן פון די לאיערס פון דעם צד שכנגד. מהאי טעמא איז דארט דא ווייניגער אומזיסטע לאו סוטס.

שטריימל באקס » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:33 am

· #552990
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
כרם זית #
ווער איז מרת שטערן?
מרת שטערן (בת הרה''ח ש. י. געלבמאן ז''ל) פון מאנרא זו איז א CBT therapist

מנחם מנדל » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:49 am

· #552991
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שטריימל באקס #
דא קען מען הערן די דברי חכמה פון ליפא פרידריך.
Lipa Friedrich.mp3

רח"ל אזוי צו רעדן אויף הרב קוק זצ"ל. מיט אזא זלזול און געמיינקייט איך וויל אפילו נישט איבערזאגן וויאזוי ער האט זיך אויסגעדרוקט.

עפל_קוגעל » דינסטאג מערץ 5, 2024 3:11 am

· #553007
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מנחם מנדל #
שטריימל באקס #
דא קען מען הערן די דברי חכמה פון ליפא פרידריך.
Lipa Friedrich.mp3

רח"ל אזוי צו רעדן אויף הרב קוק זצ"ל. מיט אזא זלזול און געמיינקייט איך וויל אפילו נישט איבערזאגן וויאזוי ער האט זיך אויסגעדרוקט.
וויאזוי וואלסטו אים באטיטעלט? הגה"ק והטהור?

yesiknow » דינסטאג מערץ 5, 2024 7:32 am

· #553011
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
berlbalaguleh #
מילך טראק #
לאכעדיג #
הער איך יעצט אז די בערקאוויטש פאמיליע האט גאר געסטראשעט פלעטבוש גירל מיט לעגאלע פראבלעמען און פארדעם איז זי יעצט שטיל געווארן.
איז דעיס נישט בלעיקמעילן?
ניין: דו קענסט אויך סטראשען סיי וועם אז דו גייסט איהם סוען. נאר אין געוויסע מדינות אזוי ווי אין ארץ ישראל און קענעדע אויב דו קלאגסט איינעם אן אין געריכט און דו פארלירסט מוזסטו באצאלן נישט נאר פאר דיינע לאיערס. נאר אויך קאסטן פון די לאיערס פון דעם צד שכנגד. מהאי טעמא איז דארט דא ווייניגער אומזיסטע לאו סוטס.
איך מיין אז די (נישט ממש )פאראייניגטע שטאטען האט אויך אן ענליכע געזעץ .

שמן למאור » דינסטאג מערץ 5, 2024 8:28 am

· #553012
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שטריימל באקס #
כרם זית #
ווער איז מרת שטערן?
מרת שטערן (בת הרה''ח ש. י. געלבמאן ז''ל) פון מאנרא זו איז א CBT therapist
איז דאס די זעלבע מרס שטערן וואס ס'איז ארויס א קול קורא קעגן איר מיט עטליכע יאר צוריק?

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=6559

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 5, 2024 8:44 am

· #553013
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שטריימל באקס #
לאכעדיג #
דערהויבענע איד #
דרייט זיך לעצטנס ארום וואויסנאויטס פון איינעם ליפא פרידריך א שלום בית קאקער, ער איז געווען א טוען פאר די בערקאוויטש'עס, ווי ער טענ'עט אז על פי תורה קען א מאן מחליט זיין נישט צו גט'ן אן קיין סיבה.


נישט צו גלייבן ווי פארוקט מענטשן זענען נאך היינט צוטאג'ס.
אויב איינער האט די וואויסנאט ביטע אהערברענגען.
דא קען מען הערן די דברי חכמה פון ליפא פרידריך.
Lipa Friedrich.mp3
אין אן ענין הלכה וועל איך אריין שרייבן.
זיין ווערטער זענן עמהארצות גמורה, ער קען נישט קיין פשוט'ע הלכות אין שו"ע.

זיין צושטעל צווישן שעמן און צווינגן איז א טעות גמור.
זיין ווערטער אז 'נאר די פינף מענטשן אין די משנה צווינגט מען צו געבן א גט, און קיין ראשון דינגט זיך נישט', איז קעגן שיטת הגאונים ביי 'מאוס עלי', הגם אז די הלכה איז למעשה קעגן זיי.
און דער ש"ך אין גבורת אנשים לייגט צו א מאן וואס גייט אוועק פון זיין פרוי, צווינגט מען צו געבן א גט, אפילו עס איז נישט אין די משנה.
און הרב קוק איז געווען א גאון הגאונים, וואס וואלט נישט געמאכט אזעלכע סטופיד טעותים ווי דער פרעדיגער.

און זיין ראיה פון דעם וואס א פרוי וואס איר מאן שטארבט און קינדער, וואס האט א ברודער אן פיס, איז דאך אן עגונה לעולם. ווייל אזוי וויל דער אויבישטער, ולכן ה"ה א פרוי וואס דער מאן איז סתם א שלעכטע און וויל נישט געבן א גט, איז ממש מביא לידי גיחוך. דער אויבישטער שלאגט א מאל א מענטש, און ער פארלירט זיין פוס. ממילא מעג מען (וי"ג מוז מען) אפהאקן יעדעמ'ס פיס.

בקיצור, א פאלנע עם הארץ, סתם א מקוה שמיעסער, און מ'זאל נישט נתפעל ווערן פון אים.

נחום הסופר » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:56 am

· #553020
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ער זאל אפלאזן די תורה און עס נישט אריינמישן אין זיין כאזעריי.

מרדכי מרדכי » דינסטאג מערץ 5, 2024 10:35 am

· #553024
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
[ציטאט אראפגענומען]

בלא בלא בלא. ער איז בכלל נישט מיט אונז, זי שרייט ווי א בהמה, ס'גייט שנייען שבועות וכו'

אין א זייטיגע נאטיץ איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די זעלבע מענטשן וואס האבן געשריגן ביי מענדל הערש פאנעט אז בתי דינים זענען קארופטירט שרייען יעצט אז 5 בתי דינים האבן ארויסגעגעבן א סירוב אקעגן וואלווי בערקאוויטש.

הצד השוה שבהן, וואס די ווינט איז אויף סאשעל מידיע דאס טאנצט מען נאך.
פארקערט. אפילו די קארופטירטע בתי דינים געבן איר גערעכט.

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:22 am

· #553038
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שמן למאור #
שטריימל באקס #
כרם זית #
ווער איז מרת שטערן?
מרת שטערן (בת הרה''ח ש. י. געלבמאן ז''ל) פון מאנרא זו איז א CBT therapist
איז דאס די זעלבע מרס שטערן וואס ס'איז ארויס א קול קורא קעגן איר מיט עטליכע יאר צוריק?

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=6559
ניין

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:47 am

· #553046
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
berlbalaguleh #
ניין: דו קענסט אויך סטראשען סיי וועם אז דו גייסט איהם סוען. נאר אין געוויסע מדינות אזוי ווי אין ארץ ישראל און קענעדע אויב דו קלאגסט איינעם אן אין געריכט און דו פארלירסט מוזסטו באצאלן נישט נאר פאר דיינע לאיערס, נאר אויך קאסטן פון די לאיערס פון דעם צד שכנגד. מהאי טעמא איז דארט דא ווייניגער אומזיסטע לאו סוטס.

לעגאלע זאכן קעגן די מערכה, גלייב איך אז זי האט נישט קיין פראבלעם, איך האב פארשטאנען פערזענליכע לעגאלע פראבלעמען.

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:49 am

· #553048
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
עפעס איז זי יעצט פארנומען מיט ביטול קידושין.
איז טאקע אזוי אפגעפרעגט ביטול קידושין אין אזא מצב?

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:52 am

· #553050
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
איז טאקע אזוי אפגעפרעגט ביטול קידושין אין אזא מצב?
ניין, אבער די קינדער ווערן פסולע קינדער.

כשלעצמי » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:53 am

· #553051
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פונדאַמענטאַל #
איך האב נישט געשריבן איבער די פרשה ביז יעצט, צוליב חיסרון ידועה אין די פאקטן. אבער איך האב יעצט געהערט א פריש ארויסגערינענע רעקארדירונג צווישן מלכי מיט איר שווער. און טראץ דעם וואס עס איז נאכאלץ מעגליך זיך טועה זיין, נישט קענעדיג די פרשה פון דיר נאנט. דאך קען מען ארויסנעמען זייער אסאך פון די שמועס, או איך מיין אז מיר האבן די רעכט צו אנאלאזירן דאס וואס ליגט פארענט פון אונזערע אויגן. אזוי אויך מיין איך אז דער שמועס איז פון א צייט צוריק, און זאכן האבן זיך שוין מעגליך געטוישט זייט דעמאלס. אבער דער שמועס איז פארגעקומען שוין צוויי יאר נאכען צוטיילען, און דאס קען געבן א בליק איבער די מצב ביז דעמאלס.
מלכי רעדט זייער רעספעקטפול און רואיג די גאנצע צייט.
פון די שמועס הערט זיך, אז מלכי פרובירט צו מאכן קאנטאקט מיט וואלווי, נאכדעם וואס ער האט איר געשיקט א בריוו (מיט וועלכע דער שווער זעהט אויס צו זיין באקאנט), זי זאגט אז זי קען אים נישט דערגרייכען דורכען טעלעפאן, און אז מען האט איר געזאגט אז זיין טעלעפאן איז צובראכען (וואס קען מעגליך זיין אמת). זי פרעגט אויב די שווער קען איבערגעבן פאר וואלווי אז זי וויל זיך טרעפן מיט אים (ביזדערווייל איז ער אין שפיטאל, מחמת איזה סיבה... שפעטער אינעם שמועס קאנפראנטירט זי דער שווער, אז וואלווי איז נישט אין א גוטען מצב, און איז גאר אפט אין שפיטאל... עס איז מיר נישט באקאנט די ערזאך דערפון. דער שווער לייקנט דאס נישט אינגאנצען).
דער שווער ווייזט זייער קלאר אז ער איז אומוויליג איר ארויסצוהעלפן, און עס איז קלאר פונעם שמועס אז די "סיבה" פארוואס זיי האלטען צוריק דאס גט איז וויבאלט זיי זיי האלטען אז מען קען נאך 'צוריקצושטעלן' די שטוב... נישט וויזיטעישען אדער ביי וועלכע פראבלעמען פון איר זייט. בלויז א קעגנערשאפט צו מקבל זיין איר רצון פון זיך צוטיילען.
דער שווער אנטזאגט זיך פון רעדן מיט וואלווי דערוועגן, מיטן אויסרייד אז 'ער ווערט זייער עמאציענאל' ווען מען רעדט צו אים דערוועגן. ער דערמאנט זיך פון די קינדער, און פון איר... און זאגט "מען זאל נישט פארטוישן מלכי פאר קיינעם..." ער איז גרייט אלעס צו טוען.... עס וועקט איך זייער אויף די געפילן...
מלכי מאכט קלאר, אז זי איז בכלל נישט אינעם מצב פון וועלן צוריקגיין, און אפשר איז בעסער צו אויסארבעטן א גט.
דער שווער אנטזאגט זיך פון דאס אננעמען, און טענה'ט אז "זיין מוח זאגט אים יא אז ער גייט צוריק" " ער קוקט אויף דעם ארויס", "פון אים איז נאכנישט ארויס די געפיל"... ממילא קען איך אים נישט זאגען אנדערש... נאכמער טענה'ט דער שווער - אז אויף דעם קוקט ער ארויס און אויף דעם לעבט ער... דאס גיבט אים חיזוק - דאס מאכט אים פילן ווי א מענטש...
רעדנדיג פון די קינדער פילט מלכי פאר וויכטיג צו קלאר מאכן אז זי האט קיינמאל צוריקגעהאלטן וויזיטעישען, דער שווער טענה'ט אז מען האט נישט געגעבען גענוג - ווען ער האט געוואלט, אבער האט נישט קיין ספעציפישע דעטאלען אנציווייזען... מלכי, מאכט קלאר איר גוטע ווילן צו געבן פילע וויזיטעישען, און אז זי האט נישט קיין שום אינטערעסע דאס צוריקגעהאלטן.
(עס איז קלאר פון די דין ודברים, אז עס איז נישט געווען קיין אישו מיט וויזיטעישען אונטער השגחה - ווי פילע האבן געוואלט טענה'ן. עכ"פ אין דער צייט וואס דער שמועס איז פארגעקומען).
מלכי, בעהט זיך ווייטער צו דעם שווער אז ער זאל פרובירן ארויסצוהעלפן, ער דרייט מיטן צינג און אנטזאגט זיך דערפון. אזוי אויך מאכט ער קלאר אז ער איז נישט גרייט איר ארויסצוהעלפן אפילו בלויז זיך צו טרעפן מיט וואלווי - ווען ער ווייסט אז די ציל איז די גט!
מלכי דערמאנט, אז א יאר פריער האט מען אפגעמאכט א צייט פון 4 חדשים, וואס מען וועט ווארטען צו זעהן אויב וואלווי גייט צוריק צו א בעסערען מצב...(?...) און למעשה איז אריבער די צייט און ער איז נאכאלץ נישט בעסער, ממילא לויט די אפמאך דארף מען שוין גיין ווייטער. אזוי אויך מאכט מלכי קלאר אז בכל אופן וויל זי נישט צוריק גיין, זי האט שוין געליטען גענוג אין די פיר יאר וואס זי האט אים געהאלטען, און דאס איז נישט עפעס וואס זי איז גרייט צו ווייטער אויסהאלטען. און דא, טוט ער איר אינגאנצען אוועקמאכן אויף א patronizing אופן - ווי כאילו ער ווייסט בעסער וואס זי דארף, אז אפשר האט מער איר איינגערעדט... און נאר אויב עס וועט זיין "איינער וואס פארשטייט צו דעם", און וועט זיצען מיט ביידע, און וועט זאגן אז דאס איז די ריכטיגע צוגאנג, נאר דאן קען מען באטראכטען די מעגליכקייט... מלכי ענטפערט - נו אדרבה! זי האט נישט קיין שום פראבלעם צו דאס טוען מיט א פראפעסיאנאל... למעשה דרייען זיי זי ארויס פון דעם אויך.
מלכי טענה'ט ווייטער. איך האלט נישט די שווער פאר אן אכזר, איז פארוואס האלט איר צוריק דאס גט? דער שווער מאכט זיך תם'עוואטע... איך פארשטיי נישט - איך פארשטיי נישט (כמה פעמים...). מלכי פרעגט - וואס פארשטייט איר נישט? וואס דען טוט מען? עס איז שוין צוויי יאר זייט מען האט זיך צוטיילט, און זי האט נאכאלץ נישט קיין גט.
הערט אן ענטפער: קודם, מען האלט דאס נישט אפ... און צווייטענס - איך זעה נישט פארוואס מען דארף א גט... אפשר קען מען דאס יא צוריקיבויען... אויסער אויב א פראפעסיאנאל וועט זאגן...
מלכי פרעגט: נו אדרבה לאמיר גיין צו א פראפעסיאנאל, לאמיר קומען צום טיש.למעשה שלעפט מען סתם ארום...דער שווער זאגט אז " ער וועט טראכטען דערפון".
מלכי זאגט, דער אייבערשטער זעהט אלעס און מען דארף געבן דין וחשבון אויף אלעס וואס מען טוט. דער שווער ענטפערט צוריק - מען גיבט דין וחשבון פארן מצער זיין א מאן אויך, פארן אוועקלויפן פון א מאן אויך... פאר צוברעכען א שטיב... . דער שווער איז ממשיך אז ער האלט נישט אז ער אויף וואס צו געבן דין וחשבון, ער ארבעט בלויז 'צוריקצושטעלן' די שטיב, טון ער איז ממשיך אז ער איז גרייט ארויסצוהעלפן מיט אלעס כדי צוריקצושטען די שטיב - אבער נישט דאס צו צוברעכען...

סאו בעיקלי אונז ווערן געניצט צו טוהן די שמיטץ. ווען די גאס טראגט נישט ארום די גאסיפ וואלט זי נישט געהאט קיין כוח, פלעטבוש גירל נוצט אונז ארומצישלעפן די גארבידז. איך גלייב נישט אז איינער וועט געשטראפט ווערן פארן זיך נישט אריין מישן.

מיכאלס ניגון קומט אריין קלאר

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:54 am

· #553052
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
מילך טראק #
איז טאקע אזוי אפגעפרעגט ביטול קידושין אין אזא מצב?
ניין, אבער די קינדער ווערן פסולע קינדער.
עס איז יא (ליידער) דערווייל שטארק אפגעפרעגט ביי היימישע רבנים. און די קינדער זענען נישט "פסול"

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:57 am

· #553054
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
די קינדער זענען נישט "פסול"
וויאזוי ווערן אנגערופן קינדער וואס זענען געבוירן געווארן פון עלטערן וואס האבן נישט געהאט קיין קידושין?

היימלינד » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:58 am

· #553055
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
לאכעדיג #
מילך טראק #
איז טאקע אזוי אפגעפרעגט ביטול קידושין אין אזא מצב?

ניין, אבער די קינדער ווערן פסולע קינדער.

עס איז יא (ליידער) דערווייל שטארק אפגעפרעגט ביי היימישע רבנים. און די קינדער זענען נישט "פסול"

סארי פאר די איגנורענס, אבער איך פארשטיי נישט,
ממה נפשך, אויב ארבעט עס נישט דעמאלטס זענען די קינדער ממזרים, און אויב ארבעט עס יא דעמאלטס זענען זיי געהעריג כשר, ווי קומט דא אריין פסול?

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:01 pm

· #553057
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היימלינד #
סארי פאר די איגנורענס, אבער איך פארשטיי נישט
ממה נפשך אויב ארבעט עס נישט דעמאלטס זענען די קינדער ממזרים און אויב ארבעט עס יא דעמאלטס זענען זיי געהעריג כשר, ווי קומט דא אריין פסול ?
איך האב פארשטאנען אז ער רעדט פון די ערשטע קינדער

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:02 pm

· #553058
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
סקעפטיקער #
די קינדער זענען נישט "פסול"

וויאזוי ווערן אנגערופן קינדער וואס זענען געבוירן געווארן פון עלטערן וואס האבן נישט געהאט קיין קידושין?

גארנישט

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:03 pm

· #553059
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
כשלעצמי #

סאו בעיקלי אונז ווערן געניצט צו טוהן די שמיטץ. ווען די גאס טראגט נישט ארום די גאסיפ וואלט זי נישט געהאט קיין כוח, פלעטבוש גירל נוצט אונז ארומצישלעפן די גארבידז. איך גלייב נישט אז איינער וועט געשטראפט ווערן פארן זיך נישט אריין מישן.

מיכאלס ניגון קומט אריין קלאר

מ'קען זיכער נישט אייביג אננעמען די כלל אז קיינער טאר זיך נישט אריינמישן.

היימלינד » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:04 pm

· #553061
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
היימלינד #
סארי פאר די איגנורענס, אבער איך פארשטיי נישט
ממה נפשך אויב ארבעט עס נישט דעמאלטס זענען די קינדער ממזרים און אויב ארבעט עס יא דעמאלטס זענען זיי געהעריג כשר, ווי קומט דא אריין פסול ?
איך האב פארשטאנען אז ער רעדט פון די ערשטע קינדער
אה, נישט געכאפט, געמיינט די צווייטע
קומט אויס אז למפרע איז אלעס בעילות זנות
די גמרא רעדט דערפון

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:07 pm

· #553063
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
מילך טראק #
איז טאקע אזוי אפגעפרעגט ביטול קידושין אין אזא מצב?

ניין, אבער די קינדער ווערן פסולע קינדער.

נו ס'איז דאך דא הונדערטער פסול'ע קינדער פון די אלע חתונות וואס די קידושין האבן נישט חל געווען אין מאנרא.

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:19 pm

· #553064
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אגב איז נישט זיכער אז זיי זענען פסול'ע קינדער

Yesh » דינסטאג מערץ 5, 2024 1:16 pm

· #553076
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
געווענליך אן קידושין שטייט אין די משנה אז דאס איז שתוקי, אבער אין אזא פאל ווי יעדער ווייסט ווער די טאטע איז, איז דאס נישט קיין שתוקי.

Yesh » דינסטאג מערץ 5, 2024 1:19 pm

· #553077
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
בד"וו אין אזא פאל פון די מעשה דארף מען ניטאמאל א ביטול קידושין, דאס איז א עכטע "מקח טעות"

חיי עולם » דינסטאג מערץ 5, 2024 1:20 pm

· #553078
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
לאכעדיג #
מילך טראק #
איז טאקע אזוי אפגעפרעגט ביטול קידושין אין אזא מצב?
ניין, אבער די קינדער ווערן פסולע קינדער.
עס איז יא (ליידער) דערווייל שטארק אפגעפרעגט ביי היימישע רבנים. און די קינדער זענען נישט "פסול"


עיי’ ערך שלמה גורן

Yesh » דינסטאג מערץ 5, 2024 1:24 pm

· #553080
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ביי שלמה גורן איז געווען א ביטול קידושין אדער א מקח טעות?

סקעפטיקער » דינסטאג מערץ 5, 2024 1:37 pm

· #553081
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Yesh #
געווענליך אן קידושין שטייט אין די משנה אז דאס איז שתוקי, אבער אין אזא פאל ווי יעדער ווייסט ווער די טאטע איז, איז דאס נישט קיין שתוקי.

שתוקי האט בכלל נישט מיט דעם אז עס איז געווען אן קידושין, נאר מיט דעם אז מ'ווייסט נישט ווער זיין טאטע איז

Yesh » דינסטאג מערץ 5, 2024 1:43 pm

· #553082
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
גערעכט, יעצט נאכגעקוקט, און אפילו אין אזא פאל, שבודקין את אמו, ואם אמרה לכשר נבעלתי הולד כשר, און אזוי פסק'נט די רמב"ם.

שמן למאור » דינסטאג מערץ 5, 2024 2:08 pm

· #553085
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Yesh #
בד"וו אין אזא פאל פון די מעשה דארף מען ניטאמאל א ביטול קידושין, דאס איז א עכטע "מקח טעות"
איך קען נישט דא די פרטי המעשה, אבער מען קען נאר זאגן מקח טעות אויב ס'איז געווען אזוי בשעת די חתונה נאר מען זי נישט געוויסט. אויב איז עפעס געשען שפעטער דאן קען מען דאס נישט זאגן.

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 2:17 pm

· #553086
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זי טענה'ט אז ער איז שוין דעמאלטס נישט געווען געזינט נאר זי האט נישט געוויסט.

Yesh » דינסטאג מערץ 5, 2024 2:39 pm

· #553089
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ווען זי ווייסט ביי די חתנה אז ער איז א מענטש וואס געט נישט קיין גט, וואלט זי נישט חתנה געהאט מיט עים

יין שרף » דינסטאג מערץ 5, 2024 2:41 pm

· #553090
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ער גיבט א גט. זיין מאמע און ברודער געבן נישט..

Yesh » דינסטאג מערץ 5, 2024 2:52 pm

· #553091
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דעמאלט פארוואס האט זי נאך נישט באקומן?

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 3:33 pm

· #553100
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Yesh #
ווען זי ווייסט ביי די חתנה אז ער איז א מענטש וואס געט נישט קיין גט, וואלט זי נישט חתנה געהאט מיט עים
דאמאלס קענמען דאך מפקיע זיין די קידושין. און זי דארף בכלל נישט קיין גט. אויך לויט ווי זי טענה'ט אז ער (איהר געוועזענער) איז מענטל. זענען דאך די קידושין נישט חל געווען פון אנהייב.

אוי ווי נעמט מען אזא גאון ווי הרב שלמה גורן? ער וואלט שוין עפעס אויסגעארבעט פאר פאליטישע צוועקן. ושלום על ישראל.

כרם זית » דינסטאג מערץ 5, 2024 3:47 pm

· #553101
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Yesh #
ביי שלמה גורן איז געווען א ביטול קידושין אדער א מקח טעות?
רבי שלמה גורן האט מטהר געווען די ממזרים דורך דערקלערן זייער מאמע'ס ערשטע מאן אלס א גוי וויבאלד זיין גירות איז נישט געווען הלכה'דיג.

אגב, א קינד וואס ווערט געבוירן אינדרויסן פון א חתנה איז נישט קיין פסול נאר א פגום.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 4:18 pm

· #553110
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ניין: ר' שלמה גורן האט "מפקיע" געווען די קידושין נישט אלס פסול פון זיין גירות, נאר אז ער (די פרוי'ס ערשטער מאן) איז נישט געווען שפוי בדעתו, ממילא זענען די קידושין נישט חל מעיקרא. ער האט עס אויפגעוויזן מיט בריוון פון דאקטוירים.

מהאי טעמא פאסטן חתן-כלה ביום חופתם. דער חתן זיכער. אז מ'זאל נישט קענען טענה'ן נאכדעם אז דער חתן איז נישט געווען ביים קלארן דעת ווען ער האט מקדש געווען די פרוי.

כרם זית » דינסטאג מערץ 5, 2024 4:22 pm

· #553112
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חשד הממזרות עלה מכיוון שאמם של האחים לנגר הייתה נשואה לגבר שהיה סָפֵק גר. לאחר שנפרדה ממנו ללא גט נישאה לבעל שני, שממנו הייתה אם לאחים חנוך ומרים. שאלת ממזרותם של האח והאחות הייתה תלויה בשאלה אם אכן התגייר הבעל הראשון גיור תקף; אם הבעל הראשון אינו נחשב לגר, הרי בדיעבד נישואי האם עמו לא היו תקפים ולפיכך הילדים שנולדו לה מגבר אחר אינם נחשבים לממזרים. על יסוד זה טיהר הרכב מיוחד וחשאי בראשות הרב גורן את האח והאחות מממזרותם, והפך בכך החלטות קודמות של בתי הדין הרבניים.

פון וויקיפידיה,

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7%A1%D7%A7_%D7%93%D7%99%D7%9F_%D7%94%D7%90%D7%97_%D7%95%D7%94%D7%90%D7%97%D7%95%D7%AA
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25