☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

זאקן » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:30 am

· #547227
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
האי פרושא #
פלעטבוש גירל האט א רעכט צו טוהן וואס זי האט געטוהן לויט די אינפארמאציע וואס די גאס דערציילט אויף די משפחה
Wow איך האף די מיינסט עס נישט ערענסט.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:44 am

· #547230
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מנחם מנדל #
צוזאמגעדרייט #
וואס איז די פראבלעם מיט נישט געבן א גט? פארוואס איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם?

אויב די ווייב איז דערגאנגען די יארן פארן מאן, אים "געדעמעדזט" שאדן געמאכט געלט טויטליכע בושות וכדו' און די ליסטע וואס א משפּחה מיטגליד קען אנמאכן איינער דעם צווייטן איז ענדלאז.

דאן וויל די מאן נקמה נעמען. ווער בין איך צו זאגן אז ס'איז נישט גערעכט. אפשר אין ספעציפישע פעלער איז די מאן יא גערעכט.

ס'איז דא מענטשן וואס עס קומט זיך עגמת נפש. איך זעה נישט וויאזוי און פארוואס יעדער איז להשמד אנקעגען איינער וואס געבט נישט קיין גט.
נישט קיין פראבלעם, ווילסט נקמה נעמען נעם נקמה, אבער נוץ נישט די תורה פאר דיין שטעקן דעציט.
פארוואס נישט?

טראלל » דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:02 am

· #547236
האב איך געהאט א חבר וואס זיין ווייב['ס טאטע] האט נישט געוואלט נעמען א גט א שטיק צייט, האב איך איהם אמאל געפרעגט צו ער איז נישט באזארגט האט ער מיר געזאגט אז העכסטנס ווען ס'קומט אונטער א שידוך וואס הייבט אן ווערן ערנסט נעמט ער א היתר מאה רבנים און רוקט זיך ווייטער, ער האט אריינגעקוקט אין די זאך און ס'איז ממש א דשאוק צו ערלעדיגן.

נישנאש » דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:19 am

· #547240
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
א היתר מאה רבנים איז זייער אנגענומען, צוויי באקאנטע גדולי האומה גרויסע חסידישע רבי'ס פארן קריג האבן דאס אליין געטון, ואכמ"ל

שעפטאל » דינסטאג יאנואר 30, 2024 3:17 am

· #547253
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
(לכתחילה האב איך עס געשריבן מיט שם המפורש און מ׳האט מיר עס אפגעשניטן)
לעיקוואד #
וואס איז? די מנהלים זענען עפעס פוסקי הדור? גוט, עס איז זייער פלאץ און זיי מעגן טוהן וואס זיי ווילען, אבער אין יענער ספעציפישער קליפ איז נישט געווען קיין ווארט כפירה אפילו לפי המחמירים ביותר. ניבול פה איז עס, לויט די שיטה אז די עף ווארט איז ניבול פה אין יעדער קאנטעקסט, א שיטה וואס איך זעה נישט מען זאל ענפארסירען דא אין שטיבל בדרך כלל.
קהל'ס מעג'סט זיך פרייען, אכשר דרא, מ'נעמט אהן דעם שיטה, און מ'ענפארסירט עס!! אשרינו שזכינו!!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:37 am

· #547256
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סוף טוב הכל טוב #
איך מיין אז מ'זאל נישט רעדן דא פון קיין פריוואטע נעמען!!
ס'איז אקעגן די תקנות פון קאווע שטיבל...!

בת קול » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:06 am

· #547257
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איז דא א סיבה אז קיינער ברענגט נישט ארויף איבער א כתב סירוב אין קיין איינע פון די 6 בלעטער דא?

ווי ווייט איך ווייס האבן אלע פון פג׳ס קעיסעס עטליכע הזמנות און סירוב׳ן פון פילי בתי דינים.
לויט הלכה קען מען נישט טוהן ביזנעס אדער ארויסהעלפן אזעלכע מענטשן.

אמאליגע צייטן וואלט מען צאמגעפראסקעט אזעלכע פארשוינען, און היינט קען מען קוים דערליידן ווען מען שטעלט ארויס די נעמען אין פאבליק.

What has the world come to.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:14 am

· #547260
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
יא: אבער פארוואס דארף זי (פלעטבוש גירל) הערעסס'ן און רודפ'ן די משפחה פון דעם מסרב. ווי עלטערן און געשוויסטער. און קליינע קינדער, וועלכע קענען ווערן טראומאטיזירט פון די אלע מעשים רעים און פארשעמונגען ברבים.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:18 am

· #547261
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
רבותיי: מיר האבן ב"ה דערגרייכט צו 19,000 תגובות. מ'האפט בעז"ה
אנצוקומען צו און העכער.20,000

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:28 am

· #547263
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נאר דא אין קאווע שטיבל וועט עס אדורכגיין אומ-באמערקט. אזוי ווי די אנדערע מיילסטאונס און וואטער-שעדס.

די איינציגע אטענשן וואס בערל בעל עגלה פארדינט איז נעגאטיוו. למשל. איינער פון די גאר חשוב'ע ניקס וועלכער איז לעצטנס "מציץ מן החרכים" האט זייער שטארק ליעב אריינצוקומען מיט שטעך ווערטלעך אויפ'ן בעל עגלה'ס חשבון. נאכדעים פרעגט ער (ווי א סדומ'ער צדיק) אויב ס'טוט וויי.אז יא וועט ער (בטובו הגדול) עס אויסמעקן.

אויך. דער חשוב'ער מנהל האט א מנהג (כ'פארשטיי אז ס'טוט איהם מער וויי ווי פאר מיר) צו שיקן אפיציעלע ווארענונגען און אויסמעקן תגובות. אויך אויסשפארן דעם טראבלמעיקער א יעדן שני וחמישי.

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:08 am

· #547278
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
בת קול #
איז דא א סיבה אז קיינער ברענגט נישט ארויף איבער א כתב סירוב אין קיין איינע פון די 6 בלעטער דא?

ווי ווייט איך ווייס האבן אלע פון פג׳ס קעיסעס עטליכע הזמנות און סירוב׳ן פון פילי בתי דינים.
לויט הלכה קען מען נישט טוהן ביזנעס אדער ארויסהעלפן אזעלכע מענטשן.

אמאליגע צייטן וואלט מען צאמגעפראסקעט אזעלכע פארשוינען, און היינט קען מען קוים דערליידן ווען מען שטעלט ארויס די נעמען אין פאבליק.

What has the world come to.
קיינער דא האט נישט קיין פראבלעים אז זי הערעסט די מאן (ווען וועלט איז געוועהן וועלט פלעגט מען עים טאקע אנרייסן די ביינער , ווי די זאגסט) די נושא דא איז אז זי הערעסט די בני משפחה וואס דאס איז שוין עקלדיג.

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:10 am

· #547279
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
berlbalaguleh #
רבותיי: מיר האבן ב"ה דערגרייכט צו 19,000 תגובות. מ'האפט בעז"ה
אנצוקומען צו און העכער.20,000
Wow כן ירבה וכן יפרוץ.
ר׳ בערל מען האף מיר צי הערן פון דיר עד מאה ועשרים ועד בכלל
יחי בערל לעולם ועד

חדשים » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:53 am

· #547288
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פארט ארום א טראק אין קרית יואל מיט סקרינס אויף אלע זייטן, וואס שפילט אויף די אלע כתב סירוב’ס.

האניג » דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:51 am

· #547292
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אויב איז דא א כתב סירוב האט זי טאקע רעכט. די שאלה איז נאר בנוגע די איבריגע משפחה, זענען זיי שולדיג אדער נישט?

דער עולם דארף פארשטיין, אז קיינער קען גארנישט טון אויף דער וועלט אן קיין סופארט. ס'איז נישט דא קיין מענטש וואס קען זיין אזא שטארקע עקשן, אן דעם וואס כאטש עטליכע מענטשן זאלן אים שטיצן. מען רעדט נישט פון ארויסווארפן פון שטוב, מען רעדט פון פשוט נישט שטיצן זיין מעשה רשעות פון האלטן א פרוי איינגעשפארט און צוריקהאלטן פון חתונה האבן.

זיצט א פרוי אן עגונה און בסך הכל דארף זי א קליין צעטעלע וואס זאל איר באפרייען פון איר מאן אז זי זאל זיך קענען ריקן פאראויס אין לעבן. וואס קען זיין א גרעסערע רשעות דערפון? דו האלסטס א מענטש אין תפיסה, בלויז ווייל די תורה האט דיר געגעבן די מאכט. ווער ס'קען האבן א השפעה אויף דעם מאן אזי מחיוב דאס צו טון. מסייע לעוברי עבירה.

אויב וואלט ער געבליבן אויסגעשפילט, איינער אליינס, וואלט ער נישט געווען מעגליך אנצוגיין מיט זיין עקשנות. ס'איז ברור אז ער באקומט פון ערגעץ חיזוק.

אבער אבער, פלעטבוש גירל איז טאקע מחיוב צו פרעזענטירן אירע טענות אויפ'ן טאטע'ן. זי דארף ברענגען באווייז אז ער טוט טאקע אינטערשטיצען אזא מעשה נבלה, אז נישט זע איך נישט פון וואו זי האט רעכט יענעם צו באשמיצען אויף א צווייטנ'ס עוולה.

מנחם מנדל » דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:58 am

· #547293
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חדשים #
פארט ארום א טראק אין קרית יואל מיט סקרינס אויף אלע זייטן, וואס שפילט אויף די אלע כתב סירוב’ס.

טוצעך דארט יום טוב, זי איז אליין אראפגעפארן פראטעסטן, פאליציי איז שוין אויפן סצענע.

היכי דמי » דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:58 am

· #547304
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פלעטבוש גירל איז אין די טראק

בת קול » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:00 pm

· #547305
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
בת קול #
איז דא א סיבה אז קיינער ברענגט נישט ארויף איבער א כתב סירוב אין קיין איינע פון די 6 בלעטער דא?

ווי ווייט איך ווייס האבן אלע פון פג׳ס קעיסעס עטליכע הזמנות און סירוב׳ן פון פילי בתי דינים.
לויט הלכה קען מען נישט טוהן ביזנעס אדער ארויסהעלפן אזעלכע מענטשן.

אמאליגע צייטן וואלט מען צאמגעפראסקעט אזעלכע פארשוינען, און היינט קען מען קוים דערליידן ווען מען שטעלט ארויס די נעמען אין פאבליק.

What has the world come to.
קיינער דא האט נישט קיין פראבלעים אז זי הערעסט די מאן (ווען וועלט איז געוועהן וועלט פלעגט מען עים טאקע אנרייסן די ביינער , ווי די זאגסט) די נושא דא איז אז זי הערעסט די בני משפחה וואס דאס איז שוין עקלדיג.
ווען זי נעמט זיך צו די משפחה ברענגט זי אלעמאל פרוף וויאזוי זיי שטיצן אים.
ווי אויך פרובירט זי אלעמאל צו רעדן צו זיי פערזענליך זיך דורך צוקומען, און ווען זיי מאכן חוזק דערפון ווארענט זי אז עס וועט קומען א קאמפעין.

האניג » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:06 pm

· #547306
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טייערע ברודער אין קרית יואל: ביטע ברענגט בילדער...

סקעפטיקער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:11 pm

· #547308
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
berlbalaguleh #
יא: אבער פארוואס דארף זי (פלעטבוש גירל) הערעסס'ן און רודפ'ן די משפחה פון דעם מסרב. ווי עלטערן און געשוויסטער. און קליינע קינדער, וועלכע קענען ווערן טראומאטיזירט פון די אלע מעשים רעים און פארשעמונגען ברבים.
פון די ווידיא זעהט אויס אז די סירוב איז אויך אויף די בני המשפחה

זאקן » דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:29 pm

· #547321
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
בת קול #
ווען זי נעמט זיך צו די משפחה ברענגט זי אלעמאל פרוף וויאזוי זיי שטיצן אים.
ווי אויך פרובירט זי אלעמאל צו רעדן צו זיי פערזענליך זיך דורך צוקומען, און ווען זיי מאכן חוזק דערפון ווארענט זי אז עס וועט קומען א קאמפעין.

איי עם סאו סארי, אויב פלעטבוש גירל קאלט מיך פרעגן פארוואס איך טוה עפעס האק איך אויכעט אראפ די פאון. דו האלטסט טאקע אז יעדע מענטש דארף זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל? שיין קוקן מיר אויס אויב א טאטע דארף מסביר זיין פאר יעדע תלוש וואס קאלט וויפיל מאל א טאג ער בעט זיין זוהן און צו די זוהן געט נישט א דעקל וואס ער זאגט.

זאקן » דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:41 pm

· #547324
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
berlbalaguleh #
יא: אבער פארוואס דארף זי (פלעטבוש גירל) הערעסס'ן און רודפ'ן די משפחה פון דעם מסרב. ווי עלטערן און געשוויסטער. און קליינע קינדער, וועלכע קענען ווערן טראומאטיזירט פון די אלע מעשים רעים און פארשעמונגען ברבים.
פון די ווידיא זעהט אויס אז די סירוב איז אויך אויף די בני המשפחה
א ווידיא איז גארנישט, איך קען מאכן א ווידיא אקעגן דיר נאך היינט, ברענג אראפ די סירוב און מ׳גייט קענען זעהן צו עס שטייט דארט עפעס וועגן די משפחה.
איך ווייס נישט וואס די מעשה איז און מאנרא, איך רעדט אוועראל האב איך שוין געזעהן ווי זי טוט משוגענע זאכן ווען ס׳קומט צו א גט.

אנטשיל » דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:42 pm

· #547326
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סוף טוב הכל טוב #
"עגונות" צוליב עיכוב גט איז באמת א פראבלעם.

און עס איז *נישט* אדרעסירט ביי אונזערע תורה'דיגע פירערס. עכ"פ נישט גענוג אדרעסירט.

איך וואלט געוואלט הערן רבי'ס ברעטשן ביי שלשידעס קעגן מענער מעגנים.

איך וויל זעהן א צעטל געחתמט ביי אלע בתי דין צוזאמען קעגן מענער מעגנים.

איך וויל אז מוסדות החינוך זאלן זיך צוזאמנעמען, נישט נאר קעגן אייפאנס מיט שמאלע הויזן נאר אויך קעגן מענער מעגנים.

דאס איז א תורה'דיגער פראבלעם, און די אנשי התורה דארפן עס פיקסן.

דאס איז א פרויען רעכט נושא, אין איך וואלט געזאגט אז די היינטיגע "אנשי התורה" גייט גאר ווייניג אן פרויען רעכטן אדער מענטשן רעכטן.

"אנשי התורה וואס לאזן נישט זייערע נאכפאלגער באקומען א בעסיק אלגעמיינע בילדונג, באצווינגען קאנטראל אויף אינפארמאציע, און לאזן נישט זייערע פרויען אנהענגער דרייווען. עקספעקטן פון זיי א סעלאשען איז נישט ריאליסטיש.

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:36 pm

· #547331
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
סקעפטיקער #
berlbalaguleh #
יא: אבער פארוואס דארף זי (פלעטבוש גירל) הערעסס'ן און רודפ'ן די משפחה פון דעם מסרב. ווי עלטערן און געשוויסטער. און קליינע קינדער, וועלכע קענען ווערן טראומאטיזירט פון די אלע מעשים רעים און פארשעמונגען ברבים.
פון די ווידיא זעהט אויס אז די סירוב איז אויך אויף די בני המשפחה
א ווידיא איז גארנישט, איך קען מאכן א ווידיא אקעגן דיר נאך היינט, ברענג אראפ די סירוב און מ׳גייט קענען זעהן צו עס שטייט דארט עפעס וועגן די משפחה.
איך ווייס נישט וואס די מעשה איז און מאנרא, איך רעדט אוועראל האב איך שוין געזעהן ווי זי טוט משוגענע זאכן ווען ס׳קומט צו א גט.
ווייסט ווי שווער סאיז צו באקומען א סירוב אויף עמיצן?

למשל, לאמיר זאגן אז דער טאטע פון דעם מאן גיבט איהם (יא) חיזוק און האלט פון זיין זון'ס שענדליכע דרכים. מיינסט אז די עגונה קען איהם אפילו רופן צו דין תורה? צו וועלכע בית דין? ווער רעדט נאך פון באקומען א סירוב קעגן איהם?!!

זאקן » דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:43 pm

· #547334
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
100%, אז זי האט טענות קעגן די עלטערן זאל זי ברענגן עווידענס.

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:53 pm

· #547335
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וואס עווידענס??
וואו עווידענס??

וואס גייסטו רופן די עלטערן צו דין תורה, אז זיי שטיצן זייער זון?

ביסט אויפן קאפ געפאלן? קיין שום בי"ד גייט אפילו נישט אויסהערן!

זאקן » דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:04 pm

· #547336
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך רעד נישט פון קיין דין תורה, איך רעד פון מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן אדער א ווידיא, מאכן א ווידיא און באשמוצן פופצן מענטשן און צוויי מינוט אן קיין עוועדענס איז א עוולה.

סקעפטיקער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:11 pm

· #547337
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
איך רעדט נישט פון קיין דין תורה, איך רעדט פון מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן אדער א ווידיא, מאכן א ווידיא און באשמוצן פופצען מענטשן און צוויי מינוט אן קיין עוועדענס איז א עוולה.
דו פארפירסט שוין די לעטע טאג צייט וועגן עווידענס. דו האסט עווידענס אז זי האט נישט קיין עווידענס?

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:20 pm

· #547339
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
בת קול #
קהל'ס נער #
בת קול #
איז דא א סיבה אז קיינער ברענגט נישט ארויף איבער א כתב סירוב אין קיין איינע פון די 6 בלעטער דא?

ווי ווייט איך ווייס האבן אלע פון פג׳ס קעיסעס עטליכע הזמנות און סירוב׳ן פון פילי בתי דינים.
לויט הלכה קען מען נישט טוהן ביזנעס אדער ארויסהעלפן אזעלכע מענטשן.

אמאליגע צייטן וואלט מען צאמגעפראסקעט אזעלכע פארשוינען, און היינט קען מען קוים דערליידן ווען מען שטעלט ארויס די נעמען אין פאבליק.

What has the world come to.
קיינער דא האט נישט קיין פראבלעים אז זי הערעסט די מאן (ווען וועלט איז געוועהן וועלט פלעגט מען עים טאקע אנרייסן די ביינער , ווי די זאגסט) די נושא דא איז אז זי הערעסט די בני משפחה וואס דאס איז שוין עקלדיג.
ווען זי נעמט זיך צו די משפחה ברענגט זי אלעמאל פרוף וויאזוי זיי שטיצן אים.
ווי אויך פרובירט זי אלעמאל צו רעדן צו זיי פערזענליך זיך דורך צוקומען, און ווען זיי מאכן חוזק דערפון ווארענט זי אז עס וועט קומען א קאמפעין.
איי עם סאו סארי, אויב פלעטבוש גריל קאלט מיך פרעגן פארוואס איך טוה עפעס האק איך אויכט אראפ די פאון, די האלטס טאקע אז יעדע מענטש דארף זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל? שיין קוקן מיר אויס אויב א טאטע דארף מסביר זיין פאר יעדע תלוש וואס קאלט וויפיל מאל א טאג ער בעט זיין זוהן און צו די זוהן געט נישט א דעקל וואס ער זאגט.
ניין, מען דארף נישט רעדן און זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל, אבער אז א גרויסע עסקנ'טע ריפט אן, דאן האסטו אדער א ברירה צו ענטפערן, אדער ליידן די קאנסעקווענצן.

דאס אז דו האסט נישט קיין רעספעקט פאר פרויען איז נישט איר דאגה.

היימלינד » דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:25 pm

· #547341
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די טיפיקעל איד און ק"י האט בכלל אמאל געהערט פון איר אז ער זאל טראכטען אז מען רעדט דא פון אן עסקנ'טע? פארוואס בלעימסטו גלייך אז ער האט א פראבלעם מיט פרויען

און צווישען מיר אין דיר איז זי טאקע אן עסקנ'טע אדער סתם א טראבעל מעיקער וואס זוכט נעגעטיווע אטענטיאן ? עגונות איז נישט איר איינציגסטע "מצוה"

זאקן » דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:34 pm

· #547344
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
זאקן #
איך רעדט נישט פון קיין דין תורה, איך רעדט פון מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן אדער א ווידיא, מאכן א ווידיא און באשמוצן פופצען מענטשן און צוויי מינוט אן קיין עוועדענס איז א עוולה.
דו פארפירסט שוין די לעטע טאג צייט וועגן עווידענס. דו האסט עווידענס אז זי האט נישט קיין עווידענס?
ווילאנג זי שטעלט נישט צו קיין עווידענס נעם איך אן אז זי האט נישט קיין עווידענס, איך גלייב זייער שווער אז זי האט עווידענס און זי געט עס נישט ארויס, צו מיך זעהט עס אויס אז אויב איינער אן ביצים קאלט איר איז זי שוין באגלייבט מיט אלעס וואס זי זאגט, און אז זי איז אנגעווייטאגט אויף די עקס שווער, שוויגער, שוואגערס און די גאנצע משפחה מאכט מען א ווידיא מיט א בילד פון יעדן איינעם, מ׳מאכט שוין א פראטעסט און פראנט פון די פלאץ ווי די טאטע ארבעט, משיקט ארויס א נאמבער ווי מדארף קאלן און פארלאנגען ארויס צו ווארפן די טאטע פון די ארבעט וכדו׳.

מען טאר נישט נעמען ווילדע שריט אקעגן איינעם פאר מען ווייסט פאר 100% אז יענער איז שולדיג.

זאקן » דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:40 pm

· #547345
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שמן למאור #
זאקן #
בת קול #
קהל'ס נער #

קיינער דא האט נישט קיין פראבלעים אז זי הערעסט די מאן (ווען וועלט איז געוועהן וועלט פלעגט מען עים טאקע אנרייסן די ביינער , ווי די זאגסט) די נושא דא איז אז זי הערעסט די בני משפחה וואס דאס איז שוין עקלדיג.
ווען זי נעמט זיך צו די משפחה ברענגט זי אלעמאל פרוף וויאזוי זיי שטיצן אים.
ווי אויך פרובירט זי אלעמאל צו רעדן צו זיי פערזענליך זיך דורך צוקומען, און ווען זיי מאכן חוזק דערפון ווארענט זי אז עס וועט קומען א קאמפעין.
איי עם סאו סארי, אויב פלעטבוש גריל קאלט מיך פרעגן פארוואס איך טוה עפעס האק איך אויכט אראפ די פאון, די האלטס טאקע אז יעדע מענטש דארף זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל? שיין קוקן מיר אויס אויב א טאטע דארף מסביר זיין פאר יעדע תלוש וואס קאלט וויפיל מאל א טאג ער בעט זיין זוהן און צו די זוהן געט נישט א דעקל וואס ער זאגט.
ניין, מען דארף נישט רעדן און זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל, אבער אז א גרויסע עסקנ'טע ריפט אן, דאן האסטו אדער א ברירה צו ענטפערן, אדער ליידן די קאנסעקווענצן.

דאס אז דו האסט נישט קיין רעספעקט פאר פרויען איז נישט איר דאגה.
😂 😂

אויב איך קאל דיך היינט אן אויספרעגן וועגן עפעס וואס איז נישט מיינע געשעפטן און די האקסט אראפ די פאון האסטו נישט קיין רעספעקט פאר מענער. 🙄 🙄

באלד באקומסטו א פאון קאל פון זאקן, אויב די האקסט אראפ גייסטו ליידן די קאנסעקווענצן.

בעל דרשן » דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:51 pm

· #547346
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]
נישט דא קיין גרעסערע רשעות ווי דאס האלטן א פרוי אן עגונה ! און איך ווייס אז צום ערשט סטראשעט זי ( און אירע צו העלפער ) די משפחה ארום וואס ביי די פאל אין קרית יואל איז עס א ברודער מיט די מאמע וואס מ'בעט זיך שוין ביי זיי יארן צו געבן א גט. קיין שום תירוץ שבעולם קען נישט ריין מאכן די אומרעכט און רשעות פון די וואס האלטן צוריק פון געבן א גט, קענסט גיין מיט לאנגע בארד און ווייסע זאקן אויב האסטו א חלק און צוריק האלטן א גט ביזטו א רשע מרושע

היימלינד » דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:55 pm

· #547347
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אמת! אבער איין רשעות איז נישט מצדיק די צווייטער אפילו א קלענער
מי שמה לאיש/ה

סקעפטיקער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:02 pm

· #547348
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #

ווילאנג זי שטעלט נישט צו קיין עווידענס נעם איך אן אז זי האט נישט קיין עווידענס, איך גלייב זייער שווער אז זי האט עווידענס און זי געט עס נישט ארויס.

וואס הייסט זי האט נישט ארויסגעלייגט?

עס קוקט מיר אויס אז דו ביסט נישט באהאווענט אין די מעשה, איך האב שוין געהערט א וויילע צוריק אז ר' ארי ראזענפעלד האט געלייגט פרעשור אויף די משפחה (משפחה? אוי געוואלד), איך ווייס נישט וואס מיט יענץ איז געווארן.

צוויי » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:04 pm

· #547356
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
berlbalaguleh #

איך בין נישט אזא גרויסער עקספערט צו קענען מכריע זיין. נאר איין זאך איז זיכער אז אין א נויטיגן פאל ווען ס'איז וויכטיג מפקיע צו זיין די קידושין וועלן די רבנים טרעפן עפעס א טעכנישן פעלער אויפצו ווייזן אז די קידושין האבן בכלל נישט חל געווען. אזוי ווי ביי דעם פאל פון די ברודער און שוועסטער פון משפחת לנגר אין ארץ ישראל. וואו הרב גורן ז"ל האט מיט א לומד'ישן אויפטו באגלייט מיט דאקומענטן פון דאקטוירים מפקיע געווען די קידושין וואס זייער מאמע האט גענימען פן איהר ערשטן מאן. דאס האט ערמעגליכט אז די רבנות האט געקענט ארויסגעבן פאר זיי א היתר חתונה צו האבן.

די תורת הרבנות (רע בענאט) איז גאנץ ענליך צו תורת משה אבער נישט אינגאנצן...

בת קול » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:05 pm

· #547357
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
סקעפטיקער #
זאקן #
איך רעדט נישט פון קיין דין תורה, איך רעדט פון מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן אדער א ווידיא, מאכן א ווידיא און באשמוצן פופצען מענטשן און צוויי מינוט אן קיין עוועדענס איז א עוולה.
דו פארפירסט שוין די לעטע טאג צייט וועגן עווידענס. דו האסט עווידענס אז זי האט נישט קיין עווידענס?
ווילאנג זי שטעלט נישט צו קיין עווידענס נעם איך אן אז זי האט נישט קיין עווידענס, איך גלייב זייער שווער אז זי האט עווידענס און זי געט עס נישט ארויס, צו מיך זעהט עס אויס אז אויב איינער אן ביצים קאלט איר איז זי שוין באגלייבט מיט אלעס וואס זי זאגט, און אז זי איז אנגעווייטאגט אויף די עקס שווער, שוויגער, שוואגערס און די גאנצע משפחה מאכט מען א ווידיא מיט א בילד פון יעדן איינעם, מ׳מאכט שוין א פראטעסט און פראנט פון די פלאץ ווי די טאטע ארבעט, משיקט ארויס א נאמבער ווי מדארף קאלן און פארלאנגען ארויס צו ווארפן די טאטע פון די ארבעט וכדו׳.

מען טאר נישט נעמען ווילדע שריט אקעגן איינעם פאר מען ווייסט פאר 100% אז יענער איז שולדיג.

אוודאי לייגט זי עווידענס. דו פאלגסט איר בכלל נאך?
אויף די קעיס אליין זענען דא 5 סירוב׳ן.

בת קול » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:07 pm

· #547358
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היימלינד #
אמת! אבער איין רשעות איז נישט מצדיק די צווייטער אפילו א קלענער
מי שמה לאיש/ה
לויט הלכה איז עס נישט רשעות צו לייגן דריק אויף איינער וואס האלט צוריק א גט.

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:10 pm

· #547359
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היימלינד #
די טיפיקעל איד און ק"י האט בכלל אמאל געהערט פון איר אז ער זאל טראכטען אז מען רעדט דא פון אן עסקנ'טע? פארוואס בלעימסטו גלייך אז ער האט א פראבלעם מיט פרויען

און צווישען מיר אין דיר איז זי טאקע אן עסקנ'טע אדער סתם א טראבעל מעיקער וואס זוכט נעגעטיווע אטענטיאן ? עגונות איז נישט איר איינציגסטע "מצוה"
זי איז גאר א באקאנטע פרוי, כמעט יעדער האט געהערט פון איר. זי האט איבער 50,000 נאכפאלגערס אויף אינסטעגראם.

ווען משה מארגערעטן זאל דיר אנריפן און דו וועסט אראפהאקן די פאון, דארף ער נישט נעמען אין באטראכט אז אפשר לעבסטו אינטער א שטיין.

יעדע עסקן איז סתם א טראבל מעיקער, נפל, תלוש אדער סיי וועלכע לשון דו ווילסט זיי נאר אנריפן. אז זי וואלט געווען א מאן מיט די זעלבע מאכט און נאכפאלגערשאפט וואס זי פארמאגט וואלסטו איר שוין אויך אנגעריפן עסקן. נאר יוסי געשטעטנער איז אן עסקן?

זאקן #
שמן למאור #
זאקן #

איי עם סאו סארי, אויב פלעטבוש גריל קאלט מיך פרעגן פארוואס איך טוה עפעס האק איך אויכט אראפ די פאון, די האלטס טאקע אז יעדע מענטש דארף זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל? שיין קוקן מיר אויס אויב א טאטע דארף מסביר זיין פאר יעדע תלוש וואס קאלט וויפיל מאל א טאג ער בעט זיין זוהן און צו די זוהן געט נישט א דעקל וואס ער זאגט.
ניין, מען דארף נישט רעדן און זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל, אבער אז א גרויסע עסקנ'טע ריפט אן, דאן האסטו אדער א ברירה צו ענטפערן, אדער ליידן די קאנסעקווענצן.

דאס אז דו האסט נישט קיין רעספעקט פאר פרויען איז נישט איר דאגה.
😂 😂

אויב איך קאל דיך היינט אן אויספרעגן וועגן עפעס וואס איז נישט מיינע געשעפטן און די האקסט אראפ די פאון האסטו נישט קיין רעספעקט פאר מענער. 🙄 🙄

באלד באקומסטו א פאון קאל פון זאקן, אויב די האקסט אראפ גייסטו ליידן די קאנסעקווענצן.
ווער ביסטו בכלל? זאקן פון קאווע שטיבל? קיינער האט נישט קיין השגה ווער דו ביסט.

אז אן עסקן מיט טויזנטע נאכפאלגערס וואס איז באוויסט פארן מאכן נויז, צאמריפן אווענטן, פראטעסטן, שאפן געלט, און נאך, ריפט מיר אן, דאן האק איך נישט אראפ די פאון אויב איך ווייס וואס איז גוט פאר מיר, נישט קיין חילוק אויב ס'איז א מאן, אדער א פרוי לא עלינו.

איך שרייב ניטאמאל אז זי איז א תלוש אדער נפל אויף קאווע שטיבל ווייל איך זיך נישט צו דיסריספעקטירן פרויען, און איך פיל אפילו נישט קיל אדער בעסער ווען איך טו עס יא.

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:02 pm

· #547364
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 Screenshot_20240130_195737.jpg

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:02 pm

· #547365
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 Screenshot_20240130_195517.jpg

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:02 pm

· #547366
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 Screenshot_20240130_194949.jpg

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:02 pm

· #547367
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 Screenshot_20240130_194902.jpg

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:09 pm

· #547371
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די עולם אין קרית יואל וואס האבן מיטגעהאלטן ווי א טראק פארט ארום אין שטאט פארשפרייטן עפעס א מעשה, זענען אויפגעשוידערט געווארן צו... זען א בילד פון א פרוי מיט א שפיצל אויפן טראק, און זענען געקומען מוחה זיין קעגן די געפערליכע פירצה...

📎 Screenshot_20240130_200549.jpg

ארכיטקט » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:37 pm

· #547377
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שכח @שמן למאור פאר די בילדער

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:04 pm

· #547381
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
יוי איז פלעטבוש גירל גיטע נייעס, א פרוי מיט ביצים, לאוו הער העיט העיר זי איז גוט.
די בעסטע איז נאך די שטאפענע איד וואס האט א פראבלעים מיט די פיקטשער ער זאגר איר ״מיסטער״ איי ווארן יו…😂

עניוועי די משפחה איז זיך פיין ווערט זייער געלט, פלעטבוש גירל האט געברעינגט א ריקארדינג ווי מען הערט קלאר אז די מאמע איז דער וואס רייצט עים אונטער נישט צי גט׳ן, זי איז נישט עפעס א נעבעכדיגע מאמע וואס איר זוהן וויל נישט גט׳ן, ס׳קומט איר פיין די בושות, פלעטבוש גירל האט שוין אסאך אויפגעטוהן און האפנטליך וועט זי דא אויפטוען.

איך האלט נאך אלץ אז ס׳דא פעלער וואס א מאן מעיג צוריק האלטן א גט, אבער אין די זעלבע צייט מעיג פלעטבוש גירל מאכן בושות פאר אזא איינער.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:09 pm

· #547382
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
בת קול האט זיך אויפגעוועקט, ווי ערווארטעט...

מען האט שוין די גאנצע נושא אדורכגעאקערט אין דעם אשכול, ס'א שאד צו זיך טענה'ן נאכאמאל און נאכאמאל אויף די זעלבע טענות.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=394898#p394898

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:13 pm

· #547383
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סקעפטיקער #
זאקן #

ווילאנג זי שטעלט נישט צו קיין עווידענס נעם איך אן אז זי האט נישט קיין עווידענס, איך גלייב זייער שווער אז זי האט עווידענס און זי געט עס נישט ארויס.

וואס הייסט זי האט נישט ארויסגעלייגט?

עס קוקט מיר אויס אז דו ביסט נישט באהאווענט אין די מעשה, איך האב שוין געהערט א וויילע צוריק אז ר' ארי ראזענפעלד האט געלייגט פרעשור אויף די משפחה (משפחה? אוי געוואלד), איך ווייס נישט וואס מיט יענץ איז געווארן.
איך האב געמיינט אז די "אישו" איז וויזיטינג רעכטן פאר'ן טאט'ן. אבער ס'זעהט אויס אז נישט.

אויך: זי ווייזט דעם "כותל" אין בעקגראונד רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ס'גייט איהר א סאך העלפן אין קר"י.

ארכיטקט » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:14 pm

· #547384
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
יוי איז פלעטבוש גירל גיטע נייעס, א פרוי מיט ביצים, לאוו הער העיט העיר זי איז גוט.
די בעסטע איז נאך די שטאפענע איד וואס האט א פראבלעים מיט די פיקטשער ער זאגר איר ״מיסטער״ איי ווארן יו…😂

עניוועי די משפחה איז זיך פיין ווערט זייער געלט, פלעטבוש גירל האט געברעינגט א ריקארדינג ווי מען הערט קלאר אז די מאמע איז דער וואס רייצט עים אונטער נישט צי גט׳ן, זי איז נישט עפעס א נעבעכדיגע מאמע וואס איר זוהן וויל נישט גט׳ן, ס׳קומט איר פיין די בושות, פלעטבוש גירל האט שוין אסאך אויפגעטוהן און האפנטליך וועט זי דא אויפטוען.

איך האלט נאך אלץ אז ס׳דא פעלער וואס א מאן מעיג צוריק האלטן א גט, אבער אין די זעלבע צייט מעיג פלעטבוש גירל מאכן בושות פאר אזא איינער.
ער איז מסכים איר צו געטן.... 😂

חיים׳ל ברוקלינער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:41 pm

· #547389
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איינער קען מסביר זיין וויאזוי אינסטעגרעם האט איר צוריק אויפגעמאכט?

יואליש » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:46 pm

· #547392
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]
רייטינג. ס'פארקריכט מן הענין און איז גארנישט מוסף. די פרוי איז קיינעם נישט שולדיג אן ערקלערונג איבער אירע באשלוסן. און קיינער פארדינט נישט צו לעבן אלס אן עגונה אבגעזעהן צו סאסייעטי איז מסכים מיט איר פונאדערשיידונג.

ס'איז אויך א שמוציגע סטעריאטיפ, און קלאפט אראפ די טויזענטער מענער און פרויען וועלכע נעמען קעיר פון זייער מענטל געזונט מיט אחריות און סוקסעס און פירן געזונטע שטיבער. קיינער ברויך נישט פארקלעבן זייער מעדעצין שאפע, כאילו ס'איז פארקויפט אין חמץ, כדי צו זיין מותר לבא בקהל.