אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היימלינד #
לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, אבער כל זמן דו האסט נישט קיין גוטע חברה צו איבערנעמען מיט א שלימות [און מאן יימר אז יענער וועט נישט זיין ערגער] איז עס א שאלה פון פיקו"נ צו מאכן א אויפשאקלונג.
גאר שוואכע תירוץ.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
קהל'ס נער זאגט "די הצלה קאארדינעיטערס קעשן שיין ארויס".
סבא דבהתא'ס זאגט "ווען דו וועסט וויסן וואספארא געמיינע גרוילהאפטיגע אפגעריסענע עקעלדיגע גרידי פארשטונקענע קארופציע סאיז דא אין ’חברה הצלה’ (אלע געגענטער)".
בקיצור דער עולם זאגט זאכן אן קיין עווידענס אין די וועלט אריין, אויב גייסטו אויף די וועג קענסטו צומאכן אלע organizations.
די איינציגסטע אויף וועם קיינער האט נישט קיין טענות איז חסד לאברהם און רב טוב, און עס האט א סיבה פארוואס אויף זיי האט קיינער נישט קיין טענות.
נעמסט ארויס מיינע ווערטער פון קאנטעקסט און האסט טענות?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היימלינד #
עמק הבכא #
די גוטע נייעס איז אז די קאמפעטישאן וועט נישט זיין קיין איין טראפ בעסער.
יעדע ארגאניזאציע וואס איז אפיליאירט מיט די הויכע פענסטער איז קארופטירט פון אויבן ביז אונטן, ערגער ווי די גאווערמענט זעלבסט.
100%
מ'פארציילט אז עטליכע זענען זיך געקומען אפרעדען צום ברך משה אז א געוויסע אדמיניסטרעטער גנב'ט פון די מוסד,
האט די רבי געפרעגט:
ער האט א הויז? יא, פון די מוסד'ס געלט, האבן זיי גענטפערט
ער האט א קאר? יא, פון די מוסד'ס געלט, האבן זיי גענטפערט
ער מאכט חתונה בכבוד? יא, פון די מוסד'ס געלט, האען זיי גענטפערט
זאגט זיי די רבי, נו אויב אזוי איז נישט כדאי איהם צו פארשיקן און נעמען א נייער, ער האט שוין אלעס, די נייער וועט דארפן אנהייבן נעמען פון א'
נישט אז די רבי האט זיי געגלייבט, נאר זיי גענטפערט אפילו לשיטתכם, בלייבטס שטיל.
טפשות
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מילך טראק #
טפשות
זיי מסביר
שיסען סטעיטמענטס קען איך אויך

נישנאש #
עמרם #
ווי געשריבן אויבן, לויט געוויסע קוועלער פון די וועד הצניעות אין קר''י, איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז מ'וועט פארלאנגן אז ער זאל געבן גט, כדאי ס'זאל נישט פארקומען
ווי ס'קוקט אויס קען עס יא העלפן
(נישט אז איך בארעכטיגט ח''ו, איך בין נישט באקאנט אין די מעשה, אבער ווי מ'שמועסט וויל ער בעצם געבן א גט, נאר זי וויל אים נישט לאזן זעהן די קינדער,
ס''ה ברענג איך די נייעס וויאזוי איך האב עס געהערט)
קענסט אפשר געבן איין מקור פון וואו דו נעמסט עס?
זעט מיר אויס ווי דו ארבעטסט פאר פלעטבוש גירל
עס לייגט זיך נישט אויפן שכל
איך ווייס נישט צו דיינע קראנטע מקורות זענען ריכטיג, אבער לדעתי איז דאס א גרויסע טעות אויב יא, ווייל דערמיט וועט די וועד הצניעות זיך אליין שיסן אין די פיס און פארלירן בעתיד סיי וואסערע כח, ווייל אויב די סטראשע העלפט וועט מען דאס קענען כסדר נוצן אנטקעגן זיי און זיי וועלן זיך מוזן אונטערגעבן ביי אנדערע זאכן וואו זיי ווילן נישט.
א בעסערע עצה ארויס וואלט געווען צו צווינגען משפחת גאלד-אילאוויטש צו שיקן א cease and desist letter צו איר אז זי זאל דאס נישט טון ווייל דאס וועט דעמעדזשען זייער טאכטער (און אפשר די גאנצע משפחה) אויף להבא ווען קיינער וועט מיט זיי זיך נישט וועלן משדך זיין.
זי האט זיך פאררעדט אויף די זאב ברענער שאו אז אויב זי וועט דאס באקומען וועט זי מוזן צוריקציען.
מרס גאלד איז א מנהלת אין אן ארויפגעקוקטע שולע אין וומ"ס און וועט זיכער נישט ווילן מען זאל טייטלען אויף איר אז זי איז שולדיג פאר תועבה אין ק"י.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
בכלל האב איך זייער געלאכט ווען זי האט געטרייט צו מסביר זיין פאר זאב ברענער אז זי איז א לייף-גארד וואס ראטעוועט און דארף נישט פרעגן דעם דערטראנקענעם.
זי קוקט מיר אויס ווי א לייף גארד וואס האט ארום געבינדן א שטריק ארום די האלז פון דעם וואס דערטרינקט זיך און אנגעהויבן ארויסשלעפן, ווען מענטשן האבן געשריגן "גיב אבאכט דער דערשטיקט זיך" האט די לייף-גארד צוריקגעשריגן "וואס שרייסטו אויף מיר, האסטו פרובירט צו ראטעווען? איך ראטעווע און איך מעג טון וואס איך פארשטיי".
די סוף איז געווען אז דער דערטראנקענער איז אנגעקומען אינדרויסן א טויטער...
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היימלינד #
מילך טראק #
טפשות
זיי מסביר
שיסען סטעיטמענטס קען איך אויך
דו האלטסט נישט אז ווען די ראשי המוסדות הערן די מעשה וועלן זיי גרינגער מזלזל זיין אין נכסי ציבור?
יענער איז געקומען מיט ערנסטע טענות, סקען טאקע זיין אז ס'איז נישט אמת, יענער האט נישט קיין שום ראיה וכו', ער איז סתם פון די מענטשן וואס וועלן זיך אייביג אפרעדן, וואלט ער זיי געדארפט זאגן ברעג מיר פראוו, צו איך האב אריינגעקוקט דערין איך האב עס נישט געטראפן ריכטיג, וכו'. סתם אפפאטשן יענעם איז נאר א טיהר צו קארופציע.
איינער רופט זיין שותף צו דין תורה אז ער האט אים בא'גנב'ט, לאמיר זאגן בית דין זעהט אז ס'איז נישט אמת, און די בית דין זאגט אים אז אויב זיי גייען אים הייסן צוריקגעבן די געלט וועט ער עס משקיע זיין ביי א צווייטן וועט אים יענער אויך בא'גנב'נען, טא וואס האב איך פון הייסן צוריקגעבן?
וויאזוי וואלט עס געסאונדט ווען מ'שמועסט אז מעיאר אדאמס האט גע'גנב'ט געלט און ער דארף ריזיינען, וועט זיך גאווענער האקול אויפשטעלן און זאגן ער האטך שוין ג'גנב'ט, אויב ער רעזיגנירט וועט די נעקסטע מעיאר אויך גנב'נען, סא ס'בעסער ער זאל בלייבן.

וואסער #

אבער מיט אזא ניק ''וואסער'' האב איך מורא האסט סתם אן אנגענדע קעגן לייפגארדס בכלל..

אקעי רילעקס, לדעתי האט דער בר"מ פארשטאנען אז ער האנדלט דא מיט אפאר אומפארגינערס וואס זוכן סתם צו העצן, האט ער זיי צוריקגעווארפן אין מיט פנים די תשובה אז ענק וועלן גארנישט זיין בעסער, פארשטאנען? אויב נישט וויינט אייך אויס ביים ציון עד שיאירו עיניך, איך בין נישט זיין spokesman

אקעי רילעקס, לדעתי האט די בר"מ פארשטאנען אז ער האנדלט די מיט אפאר אומפארגינערס וואס זוכען סתם צו העצען, האט ער זיי צוריקגעווארפען אין מיט פנים די תשובה אז ענק וועלען גארנישט זיין בעסער, פארשטאנען? אויב נישט וויינט אייך אויס ביים ציון עד שיאירו עיניך, איך בין נישט זיין spokesman
זיי מסביר
שיסען סטעיטמענטס קען איך אויך
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איך האב זייער קלאר מסביר געווען ולא אמרתי קבלו דעתי,
אויב דו האסט א שווערע טאג קענסטו נעמען אביסעל קאלטע מילך פון דיין טראק, I am done already

אין אן אנדערע גירסא, האט דער ברך משה גענטפערט למעשה איז דא א סורפלוס אין די מוסדות, און עס איז בעסער צו האבן א מעלקער וואס ווייסט ווי אזוי צו מעלקן קיען, אזוי עס זאל זיין גענוג מילך און געשעפט, אפילו דער מעלקער נעמט אראפ אפאר באטלעך פאר זיך, ווי איידער האבן א מעלקער וואס איז זייער ערליך אבער ער וויסט נישט ווי אזוי צו מעלקן קוען, און די פאלעציעס זענען ליידיג יעדע שני וחמישי.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
קהל'ס נער זאגט "די הצלה קאארדינעיטערס קעשן שיין ארויס".
סבא דבהתא'ס זאגט "ווען דו וועסט וויסן וואספארא געמיינע גרוילהאפטיגע אפגעריסענע עקעלדיגע גרידי פארשטונקענע קארופציע סאיז דא אין ’חברה הצלה’ (אלע געגענטער)".
בקיצור דער עולם זאגט זאכן אן קיין עווידענס אין די וועלט אריין, אויב גייסטו אויף די וועג קענסטו צומאכן אלע organizations.
די איינציגסטע אויף וועם קיינער האט נישט קיין טענות איז חסד לאברהם און רב טוב, און עס האט א סיבה פארוואס אויף זיי האט קיינער נישט קיין טענות.
נישט צו פארדרייען דעם אשכול, אבער פרעג זיך נאר אביסל נאך ביי א חבר א ידיד וואס איז אן הצלה מעמבער וואס קען אביסל די זאך וועסטו הערן.
די הצלה מיטגלידער וואס לויפט אויף קאלס אימיטן די נאכט מיט א מסירת נפש זענען צדיקים ממש, זיי טוען עס ריין לשם שמים און באקומען גארנישט באצאלט דערפאר. לא כן די וואס זיצן אויבן ביים שיסל, דארטן איז גאר אן אנדערע מעשה. מאנסי הצלה מיט די שטאטישע הצלה זענען צוקריגט, ס'איז געווען לעצטנס אין די נייעס ווי די מעמבערס האבן אויפגענומען א טוען קעגן די ראשי הצלה, בקיצור, ס'נישט אנדערש ווי סיי וועלכע ארגאניזאציע ווי די וואס זיצן אויבן ווערן קארופטירט.
אבער נאכאמאל, דאס האט גארנישט צוטון מיט די געטרייע איבערגעגעבענע מעמבערס וואס זיכן נאר אוועקצוגעבן זייער גאנצע לעבן פאר אנדערע אידן. אשרי להם ואשרי חלקם!
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
היימלינד #
איך האב זייער קלאר מסביר געווען ולא אמרתי קבלו דעתי,
אויב דו האסט א שווערע טאג קענסטו נעמען אביסעל קאלטע מילך פון דיין טראק, I am done already
די האסט געבעטן מיר מסביר זיין איך האב געשריבן א לאנגע הסבר
דו האלטסט נישט אז ווען די ראשי המוסדות הערן די מעשה וועלן זיי גרינגער מזלזל זיין אין נכסי ציבור?
יא צו ניין?????
יענער איז געקומען מיט ערנסטע טענות, סקען טאקע זיין אז ס'איז נישט אמת, יענער האט נישט קיין שום ראיה וכו', ער איז סתם פון די מענטשן וואס וועלן זיך אייביג אפרעדן, וואלט ער זיי געדארפט זאגן ברעג מיר פראוו, צו איך האב אריינגעקוקט דערין איך האב עס נישט געטראפן ריכטיג, וכו'.
סתם אפפאטשן יענעם איז נאר א טיהר צו קארופציע.
איינער רופט זיין שותף צו דין תורה אז ער האט אים בא'גנב'ט, לאמיר זאגן בית דין זעהט אז ס'איז נישט אמת, און די בית דין זאגט אים אז אויב זיי גייען אים הייסן צוריקגעבן די געלט וועט ער עס משקיע זיין ביי א צווייטן וועט אים יענער אויך בא'גנב'נען, טא וואס האב איך פון הייסן צוריקגעבן?
איז עס קלוג אדער טפשות??
וויאזוי וואלט עס געסאונדט ווען מ'שמועסט אז מעיאר אדאמס האט גע'גנב'ט געלט און ער דארף ריזיינען, וועט זיך גאווענער האקול אויפשטעלן און זאגן ער האטך שוין ג'גנב'ט, אויב ער רעזיגנירט וועט די נעקסטע מעיאר אויך גנב'נען, סא ס'בעסער ער זאל בלייבן
וויאזוי וואלסטו עס אנגעקוט???
סך הכל האסטו געזאגט אז איך זאל גיין וויינען צו די ציון פון ב"מ גארנישט מסביר געווען.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
הרב @מילך טראק געב א שמייכל אין גיי אן ווייטער מיט דיין לעבן, מ׳קען מיינען וואס די ברך משה זאגט איז אזוי ווי א גמרא און די גייסט מדייק זיין יעדע ווארט, די ברך משה איז געווען א פראקטישע מענטש און געמאכט ווערטלעך אסאך מאל.

קודם כל די מעשה איז מסתם בככל נישט אמת, איך האב געהאלטן אז די דzשאuק איז טפשות, איינער האט געוואלט פארשטיין פארוואס.
איך גיי ווייטער אהן ב"ה.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
הרב @מילך טראק געב א שמייכל אין גיי אן ווייטער מיט דיין לעבן, מ׳קען מיינען וואס די ברך משה זאגט איז אזוי ווי א גמרא און די גייסט מדייק זיין יעדע ווארט, די ברך משה איז געווען א פראקטישע מענטש און געמאכט ווערטלעך אסאך מאל.
ווי געשריבען פלאן איך איהם נישט צו ענטפערען אפילו אויב דאס וועט איהם מאכען פילען גערעכט fine with me
זאג איהם נאר אז די בר"מ איז נישט געווען קיין הצלה מעמבער, סאו איך פארשטיי נישט זיין אויספלאץ אויף איהם.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אמונת צדיקים מיינט נישט אז מ'מוז גלייבן יעדע מעשה אז ס'איז אמת, מ'דארף אבער גלייבן אז די מעשה וואלט געקענט זיין אמת 📎 Screenshot_20240225_140614_Gallery.jpg
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 Screenshot (7).png
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
Wow, עס קימט א שטורעם. געב עס אפאהר יאהר אין זי וועט עושה רושם זיין מיטן challengen די כח פונעם הנהגה.

יואלמ #

😂
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
למעשה מאכט פלעטבוש גירל נישט די פרייד פרעיד אין מאנרא.
עס קוקט אויס ווי זי האט פשוט געוואלט מאכן גערודער.
דאס איז דאך איר ארבעט, פארדעם באקומט זי באצאלט.

קרית יואל איינוואוינער ווערן באגאסן מיט פאון קאלס איבער די פרשה, ראבא קאלס אז ווער עס קען זאל משפיע זיין ער זאל געבן א גט.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אין די פאון קאלס זאגן זיי אז די פארעד איז נאך אין פלאן
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאכעדיג #
למעשה מאכט פלעטבוש גירל נישט די פרייד פרעיד אין מאנרא.
עס קוקט אויס ווי זי האט פשוט געוואלט מאכן גערודער.
דאס איז דאך איר ארבעט, פארדעם באקומט זי באצאלט.
יא איך האב א גאנצע צייט געהאלטן אז זי טוט עס נאר צו סטראשענען און עכט האלט זי נישט עכט פון עס טון... זי האט עס אביסל מרמז געווען אויפן זאב ברענער שאו.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 Screenshot (13).png
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וואס הייסט, ווער האלט אירע דדים איינגעשפארט?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זי סטראשעט צו ברענגען קיין קרית יואל אזא גרופע
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ווי שוין געשריבן סטראשעט זי נאר.
זי וויל מען זאל רעדן פון "איר"
אבער אויף למעשה טוט זי נישט די זאכן...
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די לגבט האט זי לכאורה צוריקגעצויגן ווייל א גרויס עולם ווייסט נישט וואס דאס מיינט און מ'דערשרעקט זיך נישט אזוי שטארק, אבער דאס איז שוין יא א סטראשע (איך זעה נישט פארוואס זי זאל עס נישט קענען אויספירן)
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זי קען עס אויספירן, אבער אז זי האט געזאגט אויף איין זאך אז זי גייט עס טאן און זי האט עס נישט געטאן גלייב איך איר שוין נישט ווען זי זאגט אויף א צווייטע זאך אז זי גייט עס טאן אז זי גיי עס טאקע טאן.
ממילא דעשרעק איך מיר שוין נישט פון איר סטראשע.
וואלף. וואלף.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישט ממש, לויט וואזוי איך פארשטיי וויל זי ברענגן די לגבט, נאר זיי ווילן נישט קומען ווייל זיי ווילן נישט מען זאל זיי ניצען פאר אנדערע פייטס.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
הע הע הע .... דו מיינסט זיי קומען אומזיסט? זי ברענגט אפאר חזרים/ות וואס זענען גרייט צו מארטשן פאר א פופציגער
דרך אגב האב איך געהערט אז הרבני המרומם הרה”ח ר’ ד. ע. הי”ו פרעזידענט דקהל ייט”ל מהר”א האט שוין אמאל געברענגט א פרוצה ווען בני יואל האט געמאכט א פראטעסט..... סא כבר היה לעולמים בעיר הצדק קריה נאמנה אשר שם חלקת מחוקק ספון.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איינער קען אריינקומען מיט אביסל רקע איבער די פרייהייט פאר דדים-פוטמאות גרופע ביטע?
ווער איז דאס?
קעגן וועם זענען זיי לוחם?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זיי ווילן מ'זאל גיין ווי אדם הראשון לפני החטא, אדער זיי פילן זיך פשוט באגרעניצט אין א ברע?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זיי פייטן פאר פרויען רעכטן, און טענה'ן אז אויב מענער מעגן גיין טאפלעס מעגן פרויען אויך.
די ניו יארקער געריכט האט זיי געגעבן גערעכט מיט א דרייסיג יאר צוריק
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נעקסט לעוועל!
פלעטבוש גירל האט זיך באזעצט אין סאטמאר שול אין מאנסי אויף מאנסי באלעווערט ווי זי דרייט איבער.
פאליציי אויף די סצענע

מרת פלעטבוש איז גוטע נייעס, זי האט נישט קיין גרעניצען, און פאר דעם האלט איך אז זי גייט געווינען.

היכי דמי #

זי איז אין 1 אדער אין 13?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
מרת פלעטבוש איז גוטע נייעס, זי האט נישט קיין גרעניצען, און פאר דעם האלט איך אז זי גייט געווינען.
א מענטש וואס האט נעמט נישט אן די גרעניצן וואס נארישע מענטשן לייגן אויף איהם ארויף איז שוין א געווינער 😎
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צומישט און צוחישט #
זי איז אין 1 אדער אין 13?
אין 1, זי איז פריש..
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צומישט און צוחישט #
זי איז אין 1 אדער אין 13?
איינס
📎 WhatsApp Image 2024-02-27 at 20.03.57_0953400e.jpg
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
She is a power house
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ברוך שפינוזה #
א מענטש וואס האט נעמט נישט אן די גרעניצן וואס נארישע מענטשן לייגן אויף איהם ארויף איז שוין א געווינער 😎
א מענטש וואס רעספעקטירט נישט די גרעניצן פון אנדערע מענטשן - אפילו נער'ישע, איז א גרויסע פארלירער
😵Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ולא קשיא, הא לן והא להו. דו רעדסט פון דיין עקספיריענס לעבנדיג אין א קהילה פון נארנים און דו האסט קאנסענקווענצן צו ליידן אויב שטעלסטו זיך נישט צו, איך רעד פון איינע ווי פלעטבוש גירל וואס האט נישט קיין שום סיבה זיך צוטוהן צומאכן פון די נארנים, ס'גייט איר נישט שאדן פאר שידוכים פאר די קינדער, קינדער אין די מוסדות, נאדא, סך הכל קוקן איר אפאר צוריקגעבליבענע חסידים אן קרום, זי לאכט זיך אויס און גייט זיך צוריק קיין פלעטבוש מיט זעק אנגעפילט מיט מעשה'לעך צו שערן מיט אירע פרענדס.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ברוך שפינוזה #
ולא קשיא, הא לן והא להו. דו רעדסט פון דיין עקספיריענס לעבנדיג אין א קהילה פון נארנים און דו האסט קאנסענקווענצן צו ליידן אויב שטעלסטו זיך נישט צו, איך רעד פון איינע ווי פלעטבוש גירל וואס האט נישט קיין שום סיבה זיך צוטוהן צומאכן פון די נארנים, ס'גייט איר נישט שאדן פאר שידוכים פאר די קינדער, קינדער אין די מוסדות, נאדא, סך הכל קוקן איר אפאר צוריקגעבליבענע חסידים אן קרום, זי לאכט זיך אויס און גייט זיך צוריק קיין פלעטבוש מיט זעק אנגעפילט מיט מעשה'לעך צו שערן מיט אירע פרענדס.
1. מיין עקספיריענס ווייסטו נישט...
2. מיין נקודה איז, אז נישט קיין חילוק ווי אומריכטיג יענעמ'ס מהלך איז, דארפסו רעספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו פראקטיצירן זיין גלויבן. איך רעד נישט פון סיי וועלכע קאנסעקווענצן. עס איז יענעמ'ס רעכט צו לעבן וויאזוי ער באגערט.
(דאס איז אגב א היפאקראטיע וועלכע מען געפינט ביי פילע ליבעראלן, וועלכע שלאגן זיך לכאורה פאר די רעכטן פאר יעדן צו לעבן וויאזוי זיי באגערן, אבער צווינגען ארויף אויף יעדן צו עס אננעמען. אלס ליבעראל האלט איך אז יעדער קען טון וואס זיי ווילן, אויך די צוריקגעשטאנענע רעליגיעזע). זייער שיינע מוסר רייד אבער א פארלירער ווערט מען נאכנישט דערפון, אויסער אז דו רעדסט פון יענע וועלט והרוצה לשקר ירחיק עדיו 🙂
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פונדאַמענטאַל #
2. מיין נקודה איז, אז נישט קיין חילוק ווי אומריכטיג יענעמ'ס מהלך איז, דארפסו רעספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו פראקטיצירן זיין גלויבן. איך רעד נישט פון סיי וועלכע קאנסעקווענצן. עס איז יענעמ'ס רעכט צו לעבן וויאזוי ער באגערט.
(דאס איז אגב א היפאקריטיע וועלכע מען געפינט ביי פילע ליבעראלן, וועלכע שלאגן זיך לכאורה פאר די רעכטן פאר יעדן צו לעבן וויאזוי זיי באגערן, אבער צווינגען ארויף אויף יעדן צו עס אננעמען. אלס ליבעראל האלט איך אז יעדער קען טון וואס זיי ווילן, אויך די צוריקגעשטאנענע רעליגיעזע).
האסט זייער גוט געזאגט