☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

1207 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16838
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 18, 2024 11:43 pm

· #550218
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ברוך שפינוזה #
שמעקעדיג #
זי קען לכאורה גיין זיצן פאר אזא אומעטישע אקט.
איך גלייב אבער נישט אז א איד וועט איר פאר'מסר'ן, לאמיר צוזאמען חלומען 😂 😈

אוודאי נישט... א איד וועט זיך אידענטיפיצירן אלס א גוי פאר א האלבע שעה והכל על מקומו יבא במחלוקת...

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:50 am

· #550227
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שמעקעדיג #
זי קען לכאורה גיין זיצן פאר אזא אומעטישע אקט.
לכאורה רעדט מען נישט דא פון פארשפרייטן אומלאגאלע מאחורי סארט זאכן מיט געמיינע בילדער אין די גאסן. סך הכול וועט זי פארפרייטן דאס וואס מען לערנט היינט אין קינדערגארטן אין די ליבעראלע ניו יארקע פאבליק סקולס. דאס איז שוין איבער גענוג אפילו פאר רוב ערוואקסענע אין קרית יואל צו הערן.

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:27 am

· #550256
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
יום טוב ליפמאן צונז #
איך מיין אז חסידים שרעקן זיך נישט מער פיו א לגבט פאראדע ווי סתם א מאראטאן. ביידע זענען אין חסידים'ס אויגן טמא'נע גויים סך הכול וועט מען נישט ארויס לאזן די קינדער יענע טאג. זי רעדט זיך איין אז זי סטראשעט די קאמיוניטי אסאך מער ווי זי סטראשעט באמת. זי וועט מאכן א פערמיט און ברענגען פאליציי און די חסידים וועלן איינשפארן די קינדער אפאר שעה ווייל ס'דא טמאנע גויים וואס מאכן א טמאנע פראטעסט. אפשר בעד ציונות אפילו, און שוין א טאג שפעטער קען זי ווייטער שרייען צו די פיר ווענט.

ס'איז בכלל נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ.

די גרעסטע געווינס פאר איר וועט זיין אויב זאל מען זיך צוטון מאכן פון איר אויף דעם לעוול. איר גאנצע זאך איז פירסום. אז זי קען איינשפארן גאנץ קרית יואל פאר א טאג, איז אין לך נצחון גדול מזה.

און וואס מיינסטו? זי האט אפשר טאקע נאר די יכולת צו מאכן איין מאל א קנאקעדיגע פרייד פאראדע ווי עס וועלן זיך צאמקומען א גרויסע עולם, אבער אז עס געלונגט וועט זי עס מאכן מער אפט מיט א קלענערע עולם, מען קען דאך נישט איינשפארן די קינדער אויף אייביג.

זאת ועוד, דארפסט נאר איין יונגל אין חדר וואס קומט פון אביסל אן אויפגעקלערטע שטוב, אדער וואס האט עפעס געהערט פון זיין עלטערע ברודער, און די גאנצע חדר וועט שוין וויסן איבער וואס די "טמא'נע גוים" פראטעסטירן... ותוצאותיו מי ישורנה רח"ל.

מן הסתם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:36 am

· #550257
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איז מען מחוייב צו געבן א פערמיט?

אויב למשל די חברה ווילן קענען זיי מאכן א פאראדע אין עימיש טאון?

מן הסתם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:39 am

· #550258
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מ'רעדט דאך נישט פון לאקאלע דיסידענטן וואס ווילן פראטעסטירן, מ'רעדט פון אוטסייד טראבל מעיקערס, האט נישט די לאקאלע קאמיוניטי די רעכטן צו פראקטיצירן זייער רעליגיעזע טראדיציעס צו האלטן זייערע קינדער און זייער קאמיוניטי אוועק פון די פארשידענע מינים ומינים שונים..?

עמרם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:50 am

· #550261
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די פראבלעם איז אז ניו יארק סטעיט זענען אזעלכע לינקע ליבעראלן אז זיי קענען באשטיין אז די פאראדע זאל זיין, טאקע אין א היימישע געגענט,

קרית יואל וואלט זיך שוין לאנג געדארפט אפרייסן פון נ''י

סבא דבהתא » מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:01 am

· #550270
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טעכניש קען מען לעגאל גארנישט טוהן אויב קומען אפאר פאררוקטע בריות מיט לגבט שילדן און הייבן אן שפאצירן אין די ק”י גאסן, זיי דארפן ניטאמאל א פערמיט פאר אזא זאך ווילאנג זיי שטעלן נישט אפ די פארקער אדער בלאקן נישט די סיידוואלק. אמעריקע איז א פרייע מדינה און די זעלבע פרייהייט וואס גאראנטירט אונז צו פראקטיצירן אונזער רעליגיע אפענערהייט איבעראל, גאראנטירט זיי אויכעט זייערע משועגעס’ן.

משה עבד נאמן » מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:31 pm

· #550290
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עמרם #
קרית יואל וואלט זיך שוין לאנג געדארפט אפרייסן פון נ''י
😂 😂 😂

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:56 pm

· #550292
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סתם אזוי, ווער זאגט אז אונזער קינדער טארן נישט וויסן גארנישט. לדעתי וועט נישט שאטן אז זיי ווייסן מער.

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:59 pm

· #550293
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
איין שואה געשלאגענער האט מחליט געווען אז קינדער טארן גארנישט וויסן, און מיר גייען נאך ווי פערד שוין 80 יאר. אפשר יעצט איז טיים פאר טשענדש! פאר די מלחמה איז נישט געווען אזא מושג.

פארשטענדליכער » מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:27 pm

· #550304
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
יום טוב ליפמאן צונז #
איין שואה געשלאגענער האט מחליט געווען אז קינדער טארן גארנישט וויסן, און מיר גייען נאך ווי פערד שוין 80 יאר. אפשר יעצט איז טיים פאר טשענדש! פאר די מלחמה איז נישט געווען אזא מושג.
דהיינו?

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:28 pm

· #550306
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
משה עבד נאמן #
עמרם #
קרית יואל וואלט זיך שוין לאנג געדארפט אפרייסן פון נ''י
😂 😂 😂
עה, מטארנישט האבן אליינס א מדינה!!!!

איך אויך » מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:31 pm

· #550307
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אבער זיי קענען דשוינען דשולענד וואס איז שוין א עקזיסטירענע מדינה [ביידע האבען 'פארברענטע חסידים'].

סבא דבהתא » מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:37 pm

· #550309
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
יום טוב ליפמאן צונז #
איין שואה געשלאגענער האט מחליט געווען אז קינדער טארן גארנישט וויסן, און מיר גייען נאך ווי פערד שוין 80 יאר. אפשר יעצט איז טיים פאר טשענדש! פאר די מלחמה איז נישט געווען אזא מושג.
האט גארנישט מיט שואה געליטענע... ביליאנען גוים איבער די וועלט (אפי’ נישט אזעלעכע רעליגיעזע) האבן די זעלבע פראבלעם

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:10 pm

· #550319
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פארשטענדליכער #
יום טוב ליפמאן צונז #
איין שואה געשלאגענער האט מחליט געווען אז קינדער טארן גארנישט וויסן, און מיר גייען נאך ווי פערד שוין 80 יאר. אפשר יעצט איז טיים פאר טשענדש! פאר די מלחמה איז נישט געווען אזא מושג.
דהיינו?
אז ווען א קו איז אריין אין לעיבער איז דער 5 יעריגע קינד געקומען לויפן צום טאטע אז די קו דארף הילף צו געבוירן. מ'האט נישט באהאלטן פון די קינדער א וועלט מיט זאכן פאר "נאו ריזען"

town1 » מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:16 pm

· #550324
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
יום טוב ליפמאן צונז #
סתם אזוי, ווער זאגט אז אונזער קינדער טארן נישט וויסן גארנישט. לדעתי וועט נישט שאטן אז זיי ווייסן מער.
אפשר גייסטו ארום צו אלע חדרים און זאגסט אלעס פאר קינדער?

סבא דבהתא » מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:26 pm

· #550336
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
גייט למעשה פארקומען די פאראדע?

חיים׳ל ברוקלינער » מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:44 pm

· #550337
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זי זאגט ס׳וועט זיין א סורפרייז.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:28 pm

· #550344
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
[ציטאט אראפגענומען]
סאו עם איי...! מאי קא משמע לן...?!

(באט נאט עי גימ"ל, ח"ו. הס מלהזכיר

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:03 pm

· #550356
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
town1 #
יום טוב ליפמאן צונז #
סתם אזוי, ווער זאגט אז אונזער קינדער טארן נישט וויסן גארנישט. לדעתי וועט נישט שאטן אז זיי ווייסן מער.
אפשר גייסטו ארום צו אלע חדרים און זאגסט אלעס פאר קינדער?
וואלט געווען ריכטיג! נישט איך, נאר אלע חדרים זאלן עדיוקעטן די קינדער. א קולטור/קאמיוניטי וואס א קינד קען קאליע ווערן אין א סקונדע דארך אויסגעפינען עפעס וואס ער האט נישט געדארפט, און קען נאך מיט שלעפן א גאנצע כיתה, איז נישט קין געזינטע קולטור/קאמיוניטי. באמת דארפן די מוסדות אפשמיעסן צו עדיוקעטען אלע קינדער אויף איין מאל..................איך ווייס אז נישט יעדע וועט גלייכן וואס איך שרייב, אבער אזוי האלט איך.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:13 pm

· #550358
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ר' יום טוב ליפמאן צונז: איך בין נישט מסכים מיט דיר. ווייל אויב ס'איז דא א זאך וואס קינדער פון א געוויסע עלטער דארפן נישט צו וויסן. פשוט ווייל זייער שכל איז נאכנישט גענוג רייף צו פארשטיין די זאכן. דאמאלס איז נישט קיין נפקא מינה אויב דער קינד געפינט דאס אויס פון א חבר אדער צוזאמען מיט די גאנצע כיתה.

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:24 pm

· #550367
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
📎 Screenshot_20240219_171757.jpg
📎 Screenshot_20240219_171806.jpg 📎 Screenshot_20240219_171812.jpg 📎 Screenshot_20240219_171817.jpg

נישנאש » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:45 pm

· #550373
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עמרם #
ווי געשריבן אויבן, לויט געוויסע קוועלער פון די וועד הצניעות אין קר''י, איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז מ'וועט פארלאנגן אז ער זאל געבן גט, כדאי ס'זאל נישט פארקומען

ווי ס'קוקט אויס קען עס יא העלפן

(נישט אז איך בארעכטיגט ח''ו, איך בין נישט באקאנט אין די מעשה, אבער ווי מ'שמועסט וויל ער בעצם געבן א גט, נאר זי וויל אים נישט לאזן זעהן די קינדער,
ס''ה ברענג איך די נייעס וויאזוי איך האב עס געהערט)
קענסט אפשר געבן איין מקור פון ווי די נעמסט עס?
זעט מיר אויס ווי די ארבעסט פאר פלעטבוש גירל
עס לייגט זיך נישט אויפן שכל

עמרם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:51 pm

· #550374
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
כ'האב אויך נישט געגלייבט,
אבער איך האב עס געהערט פון איינע פון די נאנטע צו הרב הלל טייטלבוים,
ווי יענער זאגט, האט ר' הלל געזאגט אז אזא מעשה האט ער נאכנישט בייגעוואוינט, און ווייסט נישט ווי אזוי עס צו באהאנדלען
ער האט עס איבערגעגעבן פאר ר' דוד עקשטיין
(צווינגען א גט איז נאר געווען איינע פון די אפציעס, ס'מיינט נישט אז מ'גייט אזוי טוהן, אבער שטארקע דרוק האט עס געלייגט),

איך ארבעט נישט פאר פלעטבוש גירל, און אין די פרשה זעהט זי גראדע נישט אויס צו זיין גערעכט לויט מיין אינפארמאציע,
אבער ווען איך האב געהערט אז אירע מעשים לייגן דרוק, האב איך געברענגט די נייעס, אהן נעמען א טייל אין די פרשה.

סבא דבהתא » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:13 pm

· #550385
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די בערקאוויטשעס האבן גאר קנאפ אייגעשטויסן מיט הילל ט”ב און זיין באס דוד ע”ש זיי באלאנגען ביי די זאלי פארטיי

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:33 pm

· #550392
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עפשר אינווייט מען זי דא, און יעדער וועט פרעגן וואס מ'וויל און זי וועט ענטפערן?!

moneyminded » מאנטאג פעברואר 19, 2024 7:36 pm

· #550415
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עמרם #
כ'האב אויך נישט געגלייבט
אבער איך האב עס געהערט פון איינע פון די נאנטע צו הרב הלל טייטלבוים,
ווי יענער זאגט האט ר' הלל געזאגט אז אזא מעשה האט ער נאכנישט בייגעוואוינט, און ווייסט נישט ווי אזוי עס צו באהאנדלן
ער האט עס איבער געגעבן פאר ר' דוד עקשטיין
(צווינגען א גט איז נאר געווען איינע פון די אפציעס, ס'מיינט נישט אז מ'גייט אזוי טוהן, אבער שטארקע דרוק האט עס געלייגט)

איך ארבעט נישט פאר פלעטבוש גירל, און אין די פרשה זעהט זי גראדע נישט אויס צו זיין גערעכט לויט מיין אינפארמאציע
אבער ווען איך האב געהערט אז אירע מעשים לייגן דרוק, האב איך געברענגט די נייעס, אהן נעמען א טייל אין די פרשה

דו חלום'סט בהקיץ!
זי קלערט ניטאמאל פון קומען, זי סטראשעט סתם און געוואלט אנדרייען דעם עולם צו רעדן פון איר,
נישט דא קיין פלאן פון א גט ביזדערווייל, פשוט צו ווייזן אז זי פירט נישט די וועלט, און די זאליס ווילן זי זאל ווייזן די קינדער, מיט רעכט

חיי עולם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:09 pm

· #550431
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
יום טוב ליפמאן צונז #
town1 #
יום טוב ליפמאן צונז #
סתם אזוי, ווער זאגט אז אונזער קינדער טארן נישט וויסן גארנישט. לדעתי וועט נישט שאטן אז זיי ווייסן מער.
אפשר גייסטו ארום צו אלע חדרים און זאגסט אלעס פאר קינדער?
וואלט געווען ריכטיג! נישט איך, נאר אלע חדרים זאלן עדיוקעטן די קינדער. א קולטור/קאמיוניטי וואס א קינד קען קאליע ווערן אין א סקונדע דארך אויסגעפינען עפעס וואס ער האט נישט געדארפט, און קען נאך מיט שלעפן א גאנצע כיתה, איז נישט קין געזינטע קולטור/קאמיוניטי. באמת דארפן די מוסדות אפשמיעסן צו עדיוקעטען אלע קינדער אויף איין מאל..................איך ווייס אז נישט יעדע וועט גלייכן וואס איך שרייב, אבער אזוי האלט איך.
איך בין מיט דיר א מודה במקצת,

דאס איז זיכער אז אויסלאזן יעדע שורה גמ’/רש’’י וואס רעדט פון זכרות ונקבות ברענג נישט קיין גוטס, ביי אונזערע בחורים חסידים איז א גאנצע געלעכטער ווען מען לערנט אפי’ פון אבנים מקרזלות אויב עס איז מותר וועגן כבוד הבריות צו טראגן אים שבת יעדער שמייכלט זיך אינטער פון די גוטע ווערטל.. מען וואקסט אויף צחישט און צומישט עס איז איבריג יעדע ווארט

ווי אזוי האט איינער געטענהט חז’’ל זאגן בן עשר למשנה נישט קיין חילוק שבת נדה יבמות אלעס! "וְאֶת-זָכָר - לֹא תִשְׁכַּב, מִשְׁכְּבֵי אִשָּׁה, תּוֹעֵבָה הִוא חז’’ל זאגן בן חמש למקרא האלסטו אז זיי האבן נישט געמיינט די פסוק?

נישנאש » מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:16 pm

· #550434
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קען מיר איינער פארעכטן אויב כ'בין ראונג?
לויט וואס כ'האב מיר צוזאמגעזען די לעצטע פאר טעג קומט מיר אויס אז פלעטבוש גירל איז בכלל נישט דא צוליב רחמנות אקטאוויזם
זי איז א טיפיקל 45 יעריגע פלעטבוש פרוי וואס טוט אין מארקעטינג, דאס איז איר פרנסה און זי האט אפילו א אפיציעלע מארקאטינג ביזנעס
גראדע האט זי טאקע געוויסע שטארקע דעות, און מיט די יארן באקומנדיג א פאלאושיפ אויף סאציאלע מידיע, איז זי אויפגעקומען מיט א געדאנק עס צו מאכן א חלק פון איר ביזנעס
עס איז א פשוטע ביזנעס, מ'קען באשטעלן ביי איר די סערוויס פון רעש'דיגע קאמפיינען און זי מאכט שיין געלט
זי באהאלט בכלל נישט אז מ'צאלט איר געלט דא, און אז אונטער שטייען זענען דא גרויסע עשירים און עסקנים
זי איז א סימפל מארקעטער וואס ווערט באצאלט

---------------------------------

כ'וויל קלארשטעלן אז כ'מאך נישט אוועק נישט איר ארבעט אויף ווי ווייט זי העלפט עגונות, און זיכער נישט די cause וועלכע איז א שרעקליכע און ביטערע און עס איז צייט אז אונזערע פירער זאלן עס נעמען אין די האנט אריין, כ'זאג נאר די פערספעקטיוו וויאזוי ס'זעט מיר אויס

נישנאש » מאנטאג פעברואר 19, 2024 8:19 pm

· #550435
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חיי עולם #

גראדע די פסוק וואלטן די ליבערעלס נישט געוואלט זאלסט לערנען.....

מאור כשדים » דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:21 am

· #550582
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
קען מיר איינער פארעכטן אויב כ'בין ראונג?
לויט וואס כ'האב מיר צוזאמגעזען די לעצטע פאר טעג קומט מיר אויס אז פלעטבוש גירל איז בכלל נישט דא צוליב רחמנות אקטאוויזם
זי איז א טיפיקל 45 יעריגע פלעטבוש פרוי וואס טוט אין מארקעטינג, דאס איז איר פרנסה און זי האט אפילו א אפיציעלע מארקאטינג ביזנעס
גראדע האט זי טאקע געוויסע שטארקע דעות, און מיט די יארן באקומנדיג א פאלאושיפ אויף סאציאלע מידיע, איז זי אויפגעקומען מיט א געדאנק עס צו מאכן א חלק פון איר ביזנעס
עס איז א פשוטע ביזנעס, מ'קען באשטעלן ביי איר די סערוויס פון רעש'דיגע קאמפיינען און זי מאכט שיין געלט
זי באהאלט בכלל נישט אז מ'צאלט איר געלט דא, און אז אונטער שטייען זענען דא גרויסע עשירים און עסקנים
זי איז א סימפל מארקעטער וואס ווערט באצאלט

---------------------------------

כ'וויל קלארשטעלן אז כ'מאך נישט אוועק נישט איר ארבעט אויף ווי ווייט זי העלפט עגונות, און זיכער נישט די cause וועלכע איז א שרעקליכע און ביטערע און עס איז צייט אז אונזערע פירער זאלן עס נעמען אין די האנט אריין, כ'זאג נאר די פערספעקטיוו וויאזוי ס'זעט מיר אויס
זי קוקט אויס ווי א מארקעטינג קאמפעני פאר קאפוויי
בערך אזויווי די ברד"ק קליפ פון "אייזנבאך הפגנות בע"ם" אויכעט באקאנט אלס "טוסטוס לא יעבור"

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:29 am

· #550586
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
קען מיר איינער פארעכטן אויב כ'בין ראונג?
לויט וואס כ'האב מיר צוזאמגעזען די לעצטע פאר טעג קומט מיר אויס אז פלעטבוש גירל איז בכלל נישט דא צוליב רחמנות אקטאוויזם
זי איז א טיפיקל 45 יעריגע פלעטבוש פרוי וואס טוט אין מארקעטינג, דאס איז איר פרנסה און זי האט אפילו א אפיציעלע מארקאטינג ביזנעס
גראדע האט זי טאקע געוויסע שטארקע דעות, און מיט די יארן באקומנדיג א פאלאושיפ אויף סאציאלע מידיע, איז זי אויפגעקומען מיט א געדאנק עס צו מאכן א חלק פון איר ביזנעס
עס איז א פשוטע ביזנעס, מ'קען באשטעלן ביי איר די סערוויס פון רעש'דיגע קאמפיינען און זי מאכט שיין געלט
זי באהאלט בכלל נישט אז מ'צאלט איר געלט דא, און אז אונטער שטייען זענען דא גרויסע עשירים און עסקנים
זי איז א סימפל מארקעטער וואס ווערט באצאלט

---------------------------------

כ'וויל קלארשטעלן אז כ'מאך נישט אוועק נישט איר ארבעט אויף ווי ווייט זי העלפט עגונות, און זיכער נישט די cause וועלכע איז א שרעקליכע און ביטערע און עס איז צייט אז אונזערע פירער זאלן עס נעמען אין די האנט אריין, כ'זאג נאר די פערספעקטיוו וויאזוי ס'זעט מיר אויס
נו, זי מוז ארבעטען בחינם?
די הצלה קאארדינעיטערס קעשן שיין ארויס, אונזערע אדמו״רים פאקן איין קורח ועדתו, יעדער וואס ראנט א נאנ-פראפיט פעילט עים נישט קיין געלט, און נאר פלעטבוש גירל מוז ארבעטען בחינם?

#דאבל_סטענדערד

קורקלענד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:33 am

· #550587
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
הצלה קאארדינעיטארס קעשן? איר האט מער דעטאלן? אלע? געציילטע? נעמען א געהאלט? אדער?

שפילער » דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:52 am

· #550591
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #

אוי גייסטו כאפן יעצט וועגן דיין ערשטע ליין...

פארשטענדליכער » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:36 pm

· #550599

הצד השוה שבהן, דאס איז כו"ע מודה אז זי איז נישטא צו העלפן קיין עגונה.

צו זי מיינט געלט צו זי מיינט צו שטיפן איר פרויען רעכטן אגענדע אדער עפעס אנדערש איז שוין נישט נוגע

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:00 pm

· #550607
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קורקלענד #
הצלה קאארדינעיטארס קעשן? איר האט מער דעטאלן? אלע? געציילטע? נעמען א געהאלט? אדער?
נישטא קיין דעטאלן ווייל זיי באהאלטן זיך אינטער א קאנגרעגעישען.

איך האב נישט קיין שום פראבלעים אז זיי נעמען, אז א מענטש ארבעט קומט זיך אהים צי ווערן באצאלט.

מר. קלונימוס » דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:13 pm

· #550612
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
באמערקט אז בעלזע שרייבן דאס ווארט אים אהים, וואס פשט (יונתן שוורץ שרייבט אויך אזוי) איהם מאכט כאטש עפעס סענס אבער אהים?

נישנאש » דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:13 pm

· #550663
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
נישנאש #
קען מיר איינער פארעכטן אויב כ'בין ראונג?
לויט וואס כ'האב מיר צוזאמגעזען די לעצטע פאר טעג קומט מיר אויס אז פלעטבוש גירל איז בכלל נישט דא צוליב רחמנות אקטאוויזם
זי איז א טיפיקל 45 יעריגע פלעטבוש פרוי וואס טוט אין מארקעטינג, דאס איז איר פרנסה און זי האט אפילו א אפיציעלע מארקאטינג ביזנעס
גראדע האט זי טאקע געוויסע שטארקע דעות, און מיט די יארן באקומנדיג א פאלאושיפ אויף סאציאלע מידיע, איז זי אויפגעקומען מיט א געדאנק עס צו מאכן א חלק פון איר ביזנעס
עס איז א פשוטע ביזנעס, מ'קען באשטעלן ביי איר די סערוויס פון רעש'דיגע קאמפיינען און זי מאכט שיין געלט
זי באהאלט בכלל נישט אז מ'צאלט איר געלט דא, און אז אונטער שטייען זענען דא גרויסע עשירים און עסקנים
זי איז א סימפל מארקעטער וואס ווערט באצאלט

---------------------------------

כ'וויל קלארשטעלן אז כ'מאך נישט אוועק נישט איר ארבעט אויף ווי ווייט זי העלפט עגונות, און זיכער נישט די cause וועלכע איז א שרעקליכע און ביטערע און עס איז צייט אז אונזערע פירער זאלן עס נעמען אין די האנט אריין, כ'זאג נאר די פערספעקטיוו וויאזוי ס'זעט מיר אויס
נו, זי מוז ארבעטען בחינם?
די הצלה קאארדינעיטערס קעשן שיין ארויס, אונזערע אדמו״רים פאקן איין קורח ועדתו, יעדער וואס ראנט א נאנ-פראפיט פעילט עים נישט קיין געלט, און נאר פלעטבוש גירל מוז ארבעטען בחינם?

#דאבל_סטענדערד
וואס איך ברענג ארויס איז אז זי איז סתם א פשוטע ארבעטער
לאמיר רעדן פון די עכטע חברה אונטער איר וואס קאללן די שאטס

אזויווי ווען בוני עולם מאכט א קאמפיין רעדסטו נישט פון די מארקעטער נאר פון בוני עולם, דא איז די זעלבע, זי איז א נארישע געדינגענע ארבעטער

נישנאש » דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:16 pm

· #550665
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מר. קלונימוס #
באמערקט אז בעלזע שרייבן דאס ווארט אים אהים, וואס פשט (יונתן שוורץ שרייבט אויך אזוי) איהם מאכט כאטש עפעס סענס אבער אהים?
ווער זאגט ס'האט מיט בעלזע, ס'האט לכאורה ענדערש מיט ארץ ישראל'דיגע

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:16 pm

· #550666
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
מר. קלונימוס #
באמערקט אז בעלזע שרייבן דאס ווארט אים אהים, וואס פשט (יונתן שוורץ שרייבט אויך אזוי) איהם מאכט כאטש עפעס סענס אבער אהים?
די ישראלדיגע כידוע זענען מחליף א מיט ה און פארקערט. איז קען זיי פרובירן טרעפן א מין פשרה צווישן וואס זיי הערן די אמעריקאנע זאגן און וואס זיי ווייסן פון זייערע כללים/טעותים. דהיינו דרוקן דרוקן זיי אויף די ה אבער זיי זענען מוסיף די א כדי יוצא צוזיין לכל הדעות. ווערעז מיר דרוקן די א.

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:18 pm

· #550668
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נישנאש #
מר. קלונימוס #
באמערקט אז בעלזע שרייבן דאס ווארט אים אהים, וואס פשט (יונתן שוורץ שרייבט אויך אזוי) איהם מאכט כאטש עפעס סענס אבער אהים?
ווער זאגט ס'האט מיט בעלזע, ס'האט לכאורה ענדערש מיט ארץ ישראל'דיגע
דאס מסתמא נישט ווייל דוכט זיך מיר די ליטאים שרייבן דוקא יא 'איהם' וואס איז נאך די מערסטע אויסגעהאלטן.

סבא דבהתא » דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:08 pm

· #550681
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קורקלענד #
הצלה קאארדינעיטארס קעשן? איר האט מער דעטאלן? אלע? געציילטע? נעמען א געהאלט? אדער?
קומט נישט אריין אין די אשכול און כזיך נישט צו פארדרייען די נושא אבער די האר פון קאפ וועלן דיך אויפשטעלן ווען דו וועסט וויסן וואספארא געמיינע גרוילהאפטיגע אפגעריסענע עקעלדיגע גרידי פארשטונקענע קארופציע סאיז דא אין ’חברה הצלה’ (אלע געגענטער)

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:10 pm

· #550682
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, אבער כל זמן דו האסט נישט קיין גוטע חברה צו איבערנעמען מיט א שלימות [און מאן יימר אז יענער וועט נישט זיין ערגער] איז עס א שאלה פון פיקו"נ צו מאכן א אויפשאקלונג.

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:15 pm

· #550683
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ווי לאנג זיי שטערן יעדע פריוו פון עפענען א קאמפעטישען, קענען זיי נישט נוצן די פיקוח נפש קארד.

עמק הבכא » דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:20 pm

· #550684
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די גוטע נייעס איז אז די קאמפעטישאן וועט נישט זיין קיין איין טראפ בעסער.
יעדע ארגאניזאציע וואס איז אפיליאירט מיט די הויכע פענסטער איז קארופטירט פון אויבן ביז אונטן, ערגער ווי די גאווערמענט זעלבסט.

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:21 pm

· #550685
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער #
ווי לאנג זיי שטערן יעדע פריוו פון עפענען א קאמפעטישען, קענען זיי נישט נוצן די פיקוח נפש קארד.

איך רעד נישט פון וועלכע קארד זיי מעגן נוצן, איך רעד פון אונז

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:25 pm

· #550686
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
עמק הבכא #
די גוטע נייעס איז אז די קאמפעטישאן וועט נישט זיין קיין איין טראפ בעסער.
יעדע ארגאניזאציע וואס איז אפיליאירט מיט די הויכע פענסטער איז קארופטירט פון אויבן ביז אונטן, ערגער ווי די גאווערמענט זעלבסט.

100%
מ'פארציילט אז עטליכע זענען זיך געקומען אפרעדען צום ברך משה אז א געוויסע אדמיניסטרעטער גנב'ט פון די מוסד,
האט די רבי געפרעגט:
ער האט א הויז? יא, פון די מוסד'ס געלט, האבן זיי גענטפערט
ער האט א קאר? יא, פון די מוסד'ס געלט, האבן זיי גענטפערט
ער מאכט חתונה בכבוד? יא, פון די מוסד'ס געלט, האען זיי גענטפערט

זאגט זיי די רבי, נו אויב אזוי איז נישט כדאי איהם צו פארשיקן און נעמען א נייער, ער האט שוין אלעס, די נייער וועט דארפן אנהייבן נעמען פון א'

נישט אז די רבי האט זיי געגלייבט, נאר זיי גענטפערט אפילו לשיטתכם, בלייבטס שטיל.

זאקן » דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:37 pm

· #550688
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קהל'ס נער זאגט "די הצלה קאארדינעיטערס קעשן שיין ארויס".

סבא דבהתא'ס זאגט "ווען דו וועסט וויסן וואספארא געמיינע גרוילהאפטיגע אפגעריסענע עקעלדיגע גרידי פארשטונקענע קארופציע סאיז דא אין ’חברה הצלה’ (אלע געגענטער)".

בקיצור דער עולם זאגט זאכן אן קיין עווידענס אין די וועלט אריין, אויב גייסטו אויף די וועג קענסטו צומאכן אלע organizations.

די איינציגסטע אויף וועם קיינער האט נישט קיין טענות איז חסד לאברהם און רב טוב, און עס האט א סיבה פארוואס אויף זיי האט קיינער נישט קיין טענות.

קורקלענד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:51 pm

· #550690
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סבא דבהתא #
קומט נישט אריין אין די אשכול און כ'זוך נישט צו פארדרייען די נושא, אבער די האר פון קאפ וועלן דיך אויפשטעלן ווען דו וועסט וויסן וואספארא געמיינע גרוילהאפטיגע אפגעריסענע עקעלדיגע גרידי פארשטונקענע קארופציע סאיז דא אין ’חברה הצלה’ (אלע געגענטער)

קענסט עפענען א פרישע אשכול. אבער ביטע קומט מיט עפעס ממשות'דיג. נישט סתם הייסע לופט.

היימלינד » דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:52 pm

· #550691
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זאקן #
בקיצור דער עולם זאגט זאכן אן קיין עווידענס אין די וועלט אריין, אויב גייסטו אויף די וועג קענסטו צומאכן אלע organizations

בפשטות מיינסטו זיך מיט די שורה