☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » למעשה, האב איך בחירה?

למעשה, האב איך בחירה?

246 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2677
בלאט: 1 2 3 4 5

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 11:15 am

· #77696
למעשה, האב איך בחירה?
היינט פרייטאג פארטאג'ס..
יתרו זאגט אין א טייטש-תהילים, און איז פארפלאנטערט ווי אזוי צו זעצען די ווערטער "כי לא א-ל חפץ, רשע אתה" (ווען נישט איך הער דאס פון דעם בחור (פון אליק-סאנדער ישיבה) וואלט איך דאס נישט געהאט ביכולת דאס צו פאבריצירען) משה געציל, דער וויזניצער, האלט נאך ביי יום ראשון, ער איז געשטראנדערט, ער קוקט און קוקט און וואונדערט זיך: "זעה איך גוט? די רעבע זינגט דאך "אברכה ה' בכל עת, תמיד תהילתו בפי", פון וואנענט נעמט דער תהילים-דרוקער רשות צוצולייגען "אברכה את ה' בכל עת?". הצד השוה שבהן, אלע זיכען צו מתקן זיין די חטאת נעורים.
שמעקעדיג און געפילטע האבן שוין אויסגעזאגט גאנץ תהילים, און שפאצירען אריין אין חדר הקאווע דבית מדרשינו וואו כ"ק אדמו"ר שותה קפה שליט"א ווארט זיי אפ מיט שמייכל: עס קומט מיר א.... איך בין א בעל שמחה... אה! מזל טוב! א יונגעל? א מיידעל? ניין ניין... פשוט א בעל שמחה. – אין שמחה כהתרת הספיקות... א ספק איז מיר נפשט געווארן, בזכות אבותי ורבותי. אזוי?! נו, טאקע א שמחה! ברוכשעם ברוכשעם... נאר שמחות ביי אידן.

--- די נייגער וואקסט. וואס איז געווען די ספק? וואס האט מכריע געווען דעם ספק?
נאך לאנג שטילע מינוטין, אד"ש טבל חצי קאצקע בקפתו, פתח פיו ושתה לגימה של קפה, ופתח ואמר:

מיין ספק איז געווען צו איך וועל מצליח זיין ארויסברענגען מיינע הארץ-מוח-קווענקעלנישן גענוג קלאר, אויף אן אופן וואס די ליינער זאלן ליינען; פארשטיין; טראכטען, און בעיקר: ענטפערען. – און די הכרעה, א גורל אין אגרות קודש, איז געפאלן אויף יא.

די שמועס באציעט זיך נישט בעניני ידיעה-ובחירה. איך דעבאטיר די תוקף פון בחירה זעלבסט.

דאס מערסטע פשוט'סטע אופן וויאזוי מ'האט אונז אויסגעלערט יסודות הדת, גייט בערך אזוי:
1) ה' איז כולו טוב, ודרך הטוב להטיב, ע"כ האט ער באשאפען בריאים כדי זיי גוטס צו טוהן.
2) כדי די שכר זאל נישט זיין ווייס-ברויט (נהמא דכיסופא) האט ה' באשאפן א יצר-הרע.
3) דער מענטש האט די בחירה, לטוב ולרע. ע"כ פארדינט ער זיין פּרי-ערווארטעטע שכר.

זענען די 3 זאכן מיסודי הדת? און "האמונה הישראלית" שרייבט א. קורמאן ז"ל אז די רעיון שטאמט פון חכמי אומות העולם. ער טענה'ט, און מיט רעכט: אויב האסטו באקומען תורה ומצות פון דער בורא עולם, דיין בעל-הבית, דאן מוזטו דאס טוהן בכל אופן. דו ביסט זיינט, ער האט דיך געבויט, דו שטייסט איין ביי אים אינדערהיים. יא שכר נישט שכר, יא בחירה נישט בחירה, וואס איז דיר א חילוק פארוואס און פארווען? זייט ווען דארפסטו וויסען די חשבונות פון גאט? דו מיינסט נאך טאקע אז דו קענסט פארשטיין גאט? קיינמאל.

אגב, אנדערע שמועסן אויס ברייטער צו דער הכרח צו באשאפען א וועלט כדי מטיב צו זיין, נעמט אוועק פון די "בעל היכולת", דהיינו, ער דארף צו קומען צו "אנדערע" כדי צו קענען מטיב זיין. וואס די פשוט'סע תירוץ איז: יא, ער איז בעל היכולות, ער קען מטיב זיין אויך, און טאקע דערפאר האט ער באשאפען "זיין" וועלט.
איך וויל זיך בעיקר באציען אויף דעם א.ג. "בחירה". איך האב קשיות. – מיט פליישיגע אויגן וואלט איך געזאגט אז בחירה צווישען טוב ורע, איז נאר שייך באופן ווען איך בין גארנישט מפסיד צוליב מיין רע אויסווייל. און דאס קען זיין איינגעטיילט אויף דריי חלקים, איינס אויף-א-מאל. 1) אן הפסד וואס קומט פון ה' זעלבסט. 2) אן הפסד וואס קומט פון דעם מענטש אליינס. 3) אן הפסד וואס קומט דורך אנדערע מענטשען.

1) לאמיר טראכטן הויעך. האב איך א בחירה אריינצוטאנצען אין א פייער? קויפען און נישט באצאלען?
די תשובה אויף דעם ווענדט זיך וויאזוי מ'טיישט אפ דעם ווארט "בחירה", מיינט דאס די מעגליכקייט וואס דער מענטש קען טוהן, אדער מיינט דאס די אויסוואלען וואס איז פארגעלייגט פאר אים. – און קליין געלט. האט אן אמעריקאנער בירגער א בחירה צו פארקען ביי א פייער סטאנציע אריינגאנג? ער האב דאס מעגליכקייט, ער קען דאס דאס טוהן. אבער אויף דעם קומט א טייערע פרייז, און טאקע דערפאר איז דאס נישט קיין אויסווייל, ס'קומט נישט אין בייטראכט. אן אמת'ע בחירה איז נאר ווען ביידע סיי A און סיי B האבן די זעלבע תוצאה, לאמיר זאגן למשל, ס'שפעט ביינאכט, מ'קומט אהיים נאך א חתונה. דו שטעלסט דיך אפ פאר די רויטע לייט, דו ווייסט זיכער אז קיין קעמרע איז נישט דארט איינגעשטעלט, דיינע קינדער שלאפן (דארפ'סט נישט מורא האבן פון א שלעכטע חינוך וכו'). אין אזא פאל האסטו א בחירה, דו קענסט פעססען דעם לייט כאילו לא היה, ס'וועט אייך נישט אפעקטען כי-הוא-זה, זילטשט.
אבער אז פונקט שטייט דארט א פאליציי פארל (בדרך כלל איז דאס א פארל), און ס'איז שטארק מעגליך, אז דורכפארן דעם לייט וועט אייך קאסטען א מטבע, אויף אזא פאל, וואלט איך געזאגט: די מעגליכקייטן האסטו, אבער אין כלל "בחירה" גייט דאס נישט אריין.
איך מיין נישט דא צו זאגן, אז דער עונש "לעולם הבא" זאל אוועקנעמען די ריינע-בחירה, מיט די טענה, אז אויב באקומסטו אן עונש, דאן ביסטו געצווינגען צו זיין וואויל, און וואו איז די בחירה? - די סיבה דערפון איז, ווייל דאס אליינס, גלייבן אין שכר ועונש, איז אויך אין דיין בחירה, דו האסט דער ברירה צו האלטן אז דיינע נערישע מעשים מאכט נישט אויס פאר אזא גרויסע מלך מלכי המלכים, און ס'שווער צו גלייבען אז איך, קליינע ווערימעל, רעגט אויף כביכול. און אויף אזא פאל האסטו טאקע די ריכטיגע בחירה, ווייל ס'וועט נישט זיין אומאיינגענעמע תוצאות, ווארום דו גלייבסט דאך נישט אז ס'ווארט אייך אפ א מחנה פון שווארצע מלאכים. מצד שני האסטו די בחירה פון גלייבן אז מיט יעדע ראיה אסורה שאפסטו עולמות וואס זענען משפיע רע, און דיין קליינע פעולה דערגרייכט און ווירקט אויף די גאנצע באשעפעניש. - און טאקע וועגן דעם, ווערט נישט דיין בחירה ווייניגער, ווייל דאס אליינס איז אויך אפשינעל.

וואס מ'קען יא דן זיין, נניח אז ס'איז א פאקט, א מציאות, אז פון עסען נבילה ווערט דער מוח מטומטם. מ'פארלירט די שארפקייט פון טראכטן קלאר, למשל. אדער אז ווען מ'עסט חמץ אין פסח באקומט מען שרעקליכע בויך וויי - בלייבט איבער א בחירה צו עסען נבילה? חמץ? שווער צו זאגן אז יא, ווארום, איך צאל דערפאר א שווערע פרייז אויפן פלאץ?

יתכן אז אפילו די שלעכטע און שולדיג געפילען פון דעם חוטא זעלבסט, די ערשטע מאל פארשטייט זיך, איז אויך א נקודה וואס נעמט אוועק די בחירה. למשל: אז איך ווייס איז שיקען א טעקסט מסג אין שבת וועט מיר מאכן פילען ווי א פרעכע יונג. אדער עסען א ניסעלע אין חודש תשרי וועט מיר מאכן א יאוש געפיל, נישט צו ערווארטען א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים גמורים. - האב איך א גלייכע בחירה?

צום לעצט, - 3) אן הפסד וואס קומט דורך אנדערע מענטשען. - איין סטעפ ווייניגער ווי דעם, אבער דאס מערסטע נוגע אל לבי. איך וויל פארשטיין הנהגת הבורא. לייג אוועק אלע חשבונות אין א זייט. איך פרעג אייך איין קשיא. האב איך דען די בחירה צו טוהן וואס איך וויל? א מכה! א מכה? א זעץ! א זעץ? א שטויס! א שטויס? א רעטאך! א שווארצע רעטאך.
די טייערע פרייז וואס מ'צאלט פאר טון - אדער אפילו פאר זאגן - וואס מ'וויל, איז אזוי גרויס און שווער. צווישען מיר און דיר, וואס האלט אונז - עכ"פ מיר - ביי אידישקייט (מיט אידישקייט מיין איך "אונזער אידישקייט" נישט די ארגינעלע) אויב נישט אביסל כיבוד אב ואם, און די קינדערלעך אינדערהיים.
איינע פון מיינע ידידים אמאל געווען On The Derech (אויכמיר א "דרך") און היינט Off האט מיר מגלה געווען אז ער האט ממש געווארט אויף זיין זיידענס פטירה. זיין זיידע, א מלחמה איבערלעבער, פלעגט זיך משעשע זיין מיט אים, ער האט ממש געפילט שלעכט צו לאזן זיין האר וואקסען בעוד זיין זיידע איז געווען בחיים.
אז א באמבע פלאצט אין בארא פארק, און איך בלייב אחד מעיר, מיינסטו טאקע אז איך וועל בלייבן א G&G קלייענט? איך וואלט געמאכט א יארד-סעיל און פארקויפט מיין גאנצע ספרים שראנק און איבערגעלאזט מיינע ספרים וואס ליגן אין טראנק פון קאר.

פון די אנדערע זייט, קומט דער מלאך מן השמים מיט א תשובה שלימה אונטערען קושען:

קאווע, שאלתך נתקבל. תבין ידידי, כי לחץ הזה מעשה ידי אדם הוא. אלקים ברא את האדם ישר, ובהמות בקשו חשבונות רבים.

איך האב צוריק געפרעגט: כן, כן, אבל באשר אני כאן, הלא אין לי הבחירה?

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:06 pm

· #77749
קאווע, דו ביסט אייזן! בפרט אויף דעם אופן ווי אזוי דו לייגסט עס אראפ!

דיין קשיא פלאגט שוין מיר און אנדערע זינט... כ'ווייס נישט ווען.
דער ענין איז א לאנגער און א טיפער, נישט אויף איין פוס.

בעיסיקלי איז דער תשובה ניצחת אויף דיינע פראגעס, די בארימטע "טשויס טעאריע", ווי א מענטש דארף איינזעהן אז די טשויסעס וואס ער טוט איז פון א אייגענע בחירה.

ס'איז אן אריכות הדברים, וקצרתי מפני כבוד השבת הממשמש ובא, און איך האף אז די חכמים ונבונים דא וועלן פארברייטערן די שמועס.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:09 pm

· #77752
אה, איך זעה אנדערע פארשטייען מיך.
ייש"כ. איך ווארט צו הערן.

בד"וו, איך טראכט פון מאכן דעם יארד-סעיל דעם זונטאג.

נולד מאוחר » פרייטאג יאנואר 4, 2013 4:08 pm

· #77787
קאווע כ'האב דיר געלייקט בעל כרחכי אן בחירה.
ווי אזוי שפירט אזא לייק?

משה געציל » זונטאג יאנואר 6, 2013 1:34 am

· #77861
אז דו האסט מיר שוין יא געכאפט ביים מעשה ווי איך קווענקעל מיך אינעם פסוק וועל איך דיר זאגן דעם אמת, מיר האט מער געקוועטשט דעם בה׳ תתהלוווול נפשי... מיט וואס פאר א רעכט האט דער דריקער אויסגעלאזט אלע ויו׳ן פון תתהלל?...

בנוגע דיין פלאנטערניש אין בחירה, איך פארשטיי פונקטליך וואס דריקט דיר, אבער ווער זאגט אז בחירה טייטשט א 50/50 אויסוואל, אפשר איז בחירה טייטשט דער כח וואס א מענטש האט בוחר צו זיין אפגעזען אלע פאקטן ארום וואס שטערן אים?

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 6, 2013 2:11 am

· #77870
קאווע, דאס וואס די ברענגסט פון רב קארמאן, שטייט דאך קלאר און די תורה שכר ועונש אויף וואס פונקטלעך זאגט ער אז ס'שטאמט פון גוי? (לאז און די זייט די רמב''ם'ס טוויסט)
ועוד קענסט מיר מסביר זיין פארוואס איך דארף מקיים זיין תורה און מצות אן די מאטיוו פון שכר ועונש לויט קארמאן?

אויב דארפטו און איין שורה שרייבן דיין בחירה שאלה ,וואס וואלסטו געשריבען? איך בין נישט קלאר.
מיר באדערט מיט בחירה , ווען איך בין מכריעה צי טאן א געוויסע זאך איז דאס ציליב פריערדיגע אינפארמאציע , ווי אזוי קען איך טאן אנדערש ?

טעפל » זונטאג יאנואר 6, 2013 5:19 am

· #77894
קאווע, מיין קאפ דרייט זיך מיר איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט (איך זעה נאר אז ס'איז אייזען אראפגעלייגט) אפשר וועל איך צוריק קומען שפעטער ווען די טשאלענט וועט זיך בארואיגען..

ברסלבער » זונטאג יאנואר 6, 2013 10:52 am

· #77908
הרב קאווע טרינקער האט אראפ געלייגט א לאנג'ס און א ברייט'ס, מען זעהט אז ער האט א טיפן מח, קיין עין הרע.
אויב איך האב עס גוט פארשטאנען איז די שאלה בקיצור, אז אויב ווען איך בין בוחר צו טוהן שלעכט באקום איך דערויף אן עונש, דעמאלט'ס איז די בחירה נישט 50/50, ווייל איך קען מיר נישט אויסוועלן די שלעכטע זייט ווייל איך האב מורא פון דעם עונש, ממילא הייסט עס נישט קיין בחירה.

יעצט לאמיר זעהן ביי גשמיות, איך האב זייער ליב א גוט געפעפערטן ירושלים-קוגל, אבער איך גלייב באמונה שלימה און עס איז ביי מיר בדוק ומנוסה 100% אז נאכן עסן וועל איך האבן דערפון שטארקע בויך-וויי מיט מאגן-ברענען, יעצט האב איך איך א בחירה צו איך זאל עסן? יא!

איך מיין אז רוב, אדער עכ"פ האלב, מענטשן אין דעם מצב וועלן עס יא עסן, כאטש זיי ווייסן קלאר אז זיי וועלן ליידן פאר דעם, זייער בחירה איז, צו זאל איך קוקן אויף די יעצטיגע הנאה וואס איך וועל האבן, אדער זאל איך קוקן אויף די קאסקווענטצן וואס וועלן קומען שפעטער דערפון.

און די זעלבע איז ביי רוחניות, אפילו ווען מען גלייבט באמונה שלימה אז מען וועט באקומען אן הארבן עונש פאר די עבירה, האט מען א בחירה צו מען זאל קוקן אויף די יעצטיגע הנאה, אדער אויף די שפעטערדיגע תוצאות.

בד"וו איז מיר נישט געפאָלן די סמיכות פון שיקן א טעקסט אום שבת וואס איז אן איסור דאורייתא, מיט עסן ניסלעך אלול וואס איז א שיינער מנהג.
עס דערמאנט מיר א ארטיקל וואס איך האב געליינט פון אן אאף-דרך'ניק, אין א לענגערע ארטיקל אין א גוי'אישע צייטונג אז עס איז אים געווען צו שווער די אידישקייט ווייל מען דארף היטן שבת און מען טאר נישט גיין מיט א טישערט...

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:18 am

· #77913
ברסלבר , לייג אריין און דיין לאקשן קוגעל משל אז די גייסט שטארבן נאכן עסן די קוגול, נישט סתם בויך וויי.
גיהינים לויט ראשית חכמה איז ערגער ווי בויך וויי.

איך זאג נישט די מציאות איז אז מענטשען זינדיגען אפי' זיי ווייסען פון גיהינים. במילא אלץ די טענה זעט מען קלאר אז סאיז דא בחירה.

קאווע וואלט ווען געמעגט מסביר זיין וואס א נפק''מ צי ס'איז דא בחירה?
רעדט ער לגבי שכר וענש?

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:25 am

· #77915
טייערע ברס-ברסל-בסלבער.
דו ביסט 100 פראצענט גערעכט על צד אז "בחירה" מיינט די פיזישע יכולת'ן וואס א מענטש האט. יא, איך האב די יכולת פון מאלעסטן קינדער. ווי קלוג דארף מען שוין זיין צו דעם? אבער אני מאמין באמונה שלימה, אז קיין שכר אויף יענע וועלט, פארן נישט מאלעסטן קינדער, וועל איך נישט קריגען. פארוואס יא? - איז דען די סיבה אויף מיין נישט-מטמא זיין תשב"ר ווייל איך האב אזוי בוחר געווען? בכלל נישט. ברוך השם אלוקי ישראל, אז איך בין געזונט און שטארק, און מיינע חושים ציען דווקא אויף די פארקערטע מין. און אז מ'רעדט שוין, וואלט איך מוסיף געווען, אז אפילו שכר פאר'ן נישט בועל זיין אן אשת-איש קומט זיך מיר אויך נישט. איז מיר דען שוין אמאל אונטערגעקומען אזא געלעגנהייט? ס'איז ביי מיר מקוים געווארן "ואל תביאנו לידי נסיון". וואו טרעף איך אן א"א וואס האט ליב מיין חסידישע בארד? פון זאל איך וויסן אז דאס איז נישט אן אונטערגעלייגטע שפיצעל? - עכ"פ לעת עתה איז מיר דאס נישט אויסגעקומען. און זאל עס שוין בלייבן אזוי.
איך ערווארט שכר פארן נישט נקמה נעמען אין יענער וואס האט מיר מבזה געווען על-לא-דבר; איך פארלאנג שכר פאר די צייט און די אויער וואס איך גיב אוועק פאר א צובראכענע איד. אמת טאקע אז די זאכען מאכען מיר פילען גוט, אבער ווען נישט די מצוה דערפון, ווייס איך נישט צו איך וואלט אזוי געטוהן.

אלץ וואס כ'האב געשריבן, איז נאר אין פאל אויב "בחירה" שטעלט פאר א 50/50 אייניגע אויסוואל.

----
אגב, איך וועל דיר געבען היים-ארבעט, ביטע זייט מברר וואספארא איסור דאורייתא איז דא מיט טעקסטן אויף שבת. - לויט מיין אינפא. איז די איסור געבויט אז "חז"ל וואלטן דאס זיכער גע'אסר'ט". - נו, אויף פאטעיטאס אין פסח, זאגט מען נאך פון צדיקים, אז "א מזל פאטעיטאס זענען נישט געווען בנמצא בימי חז"ל, ווייל אויב יא, וואלטן זיי דאס גע'אסר'ט." וויאזוי שטימען די צוויי? don't get me wrong ס'גוט אז די קאמפיוטער און סעלפאון איז אויסגעלאשן איינמאל א וואך.
---

און אז דו רעדטס שוין פון לאקשען קוגעל, און איך רעדט פון פאטעיטע. איז כדאי אנצומערקן וואס איך שרייב אין מיין פאום "דער טונקעלער מארגן" - "מסיני איז נאר מקובל, הייסע לאקשען קוגל", די ווארט שטאמט פון צדיקי בית קרעטשניף, וואס זייער עבודה אין די ענינים איז געווען גאר שטארק. עכ"פ, די מפרשים זענען מסביר, פארוואס דוקא לאקשען קוגל שטאמט מסיני, און נישט פאטעיטא. נאר פשט איז, ווי געזאגט, אז פאטעיטאס זענען ערשט נתגלה געווארן יארן שפעטער. ממילא אז ס'מקובל קוגל מסיני, איז בהכרח אז די כוונה איז אויף לאקשען.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:38 am

· #77922
קאווע ווען ס'50/50 איז דאך פשוט נישט שייך קיין בחירה. וויאזוי איז שייך צי בוחר זיין רעכטס ווען לינקס איז פונקט אזוי גוט און גלייך?
ס'מיז זיין עפעס וואס זאל אראפוועגן איין צד מער ווי די צווייטע.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:41 am

· #77924
50/50 מיין איך כלפי די תוצאה מעשי.
אבער מיין בחירה זאל זיין, איין זייט: רצון הבורא, די צווייטע זייט: יצר הרע

ברסלבער » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:50 am

· #77929
גוט געענטפערט!
און דערפאר האב איך אנגעהויבן "אויב האב איך גוט פארשטאנען"
יעצט אדרבה זיי בעסער מסביר דיין נקודה פאר מיר און - איך שטעל זיך פאר - פאר נאך חברים וואס האבן עס נישט גוט פארשטאנען. אויב מעגליך מער אין קורצן און צו די פוינט.

וועגן טעקסט מסג"ס, ניצט מען דערפאר עלעקטעריסיטי, וואס אויף דעם זענען דא צענדליגע אדער הונדערטע תשובה-ספרים וואס זענען מברר אז עס איז אן איסור דאורייתא.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:58 am

· #77932
ברסלבער
גוט געענטפערט!
און דערפאר האב איך אנגעהויבן "אויב האב איך גוט פארשטאנען"
יעצט אדרבה זיי בעסער מסביר דיין נקודה פאר מיר און - איך שטעל זיך פאר - פאר נאך חברים וואס האבן עס נישט גוט פארשטאנען. אויב מעגליך מער אין קורצן און צו די פוינט.

איך דענק אז פרייטאג האב איך זיך געמוטשעט אייך מסביר צו זיין מיינע ספיקות אין תפילה, אנדערע האבן גוט פארשטאנען. - זאל דאס בלייבן ביי דעם, ווער ס'פארשטייט זאל מיר מסביר זיין איידער ס'איז צו שפעט.

ברסלבער

וועגן טעקסט מסג"ס, ניצט מען דערפאר עלעקטעריסיטי, וואס אויף דעם זענען דא צענדליגע אדער הונדערטע תשובה-ספרים וואס זענען מברר אז עס איז אן איסור דאורייתא.

איך האב אייך געגעבן היים-ארבעט. ענטפער נישט אזוי כלליות'דיג.
פארשטיי אויך, אז איין גוטע תשובה קען אפפרעגן הונדערטע אנדערע תשובות. גייט מען דען נאך רוב? כי אתם המעט!

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 24, 2019 11:19 pm

· #425098
קאווע טרינקער
אויב האסטו באקומען תורה ומצות פון דער בורא עולם, דיין בעל-הבית, דאן מוזטו דאס טוהן בכל אופן. דו ביסט זיינט, ער האט דיך געבויט, דו שטייסט איין ביי אים אינדערהיים. יא שכר נישט שכר, יא בחירה נישט בחירה, וואס איז דיר א חילוק פארוואס און פארווען? זייט ווען דארפסטו וויסען די חשבונות פון גאט? דו מיינסט נאך טאקע אז דו קענסט פארשטיין גאט? קיינמאל.

שוין אלץ יונג בחור'ל אין ישיבה האב איך גע'טענה'ט (פאר ווער ס'האט געוואלט הערן, פארשטייט זיך) אז די גאנצע מושג פון "בחירה" איז שטותים והבלים, כמבואר בטוטו"ד ע"י החכם סעם העריס בספרו מעט הכמות ורב האיכות. איי פארוואס עס איך נישט חזיר? פאר דעם זעלבן סיבה וואס דו טרונקסט נישט קיין בליטש.

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 24, 2019 11:32 pm

· #425099
דו האסט א בחירה איינצוזעהן אז ס'איז בליטש אנדערע האבן ניטאמאל דעי בחירה אויך נישט

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 10:55 am

· #425117
העריס און רביה"ק זאגן נאר אזוי, ווייל זיי האבן נישט קיין בחירה, זיי מיזען אזוי טראכטן און זאגן.
זיי קענען נישט טראכטן אנדערש, דארפסט זיי נישט נעמען ערענסט.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:22 am

· #425119
הקטן
העריס און רביה"ק זאגן נאר אזוי, ווייל זיי האבן נישט קיין בחירה, זיי מיזען אזוי טראכטן און זאגן.
זיי קענען נישט טראכטן אנדערש, דארפסט זיי נישט נעמען ערענסט.

ווען מען זאגט אז עס איז נישטא קיין בחירה מיינט דאס נישט אז באשלוסן ווערן געמאכט ארויס פון די בלוי אדרבה פארקערט די טענה אז ס'איז נישטא קיין בחירה פאדערט עפעס א מעכאניזם פארוואס באשלוסן ווערן געמאכט, ביי א מענטש איז דא א ראציאנאלע פראצעס וואס ברענגט צו מאכן באשלוסן אדער צו האלטן א געוויסע מיינונג, דערפאר ווען איינער קלערט אז עס איז נישטא קיין בחירה באזירט אויף א ראציאנאלע פראצעס וואס האט אים צוגעברענגט צו האלטן אזוי דאן איז נישט קיין טענה צו זאגן אז ער האלט בהכרח אזוי אבער פון וואנעט איז די ראיה ווייל ער האט א ראציאנאל דערביי און אדרבה ער נעמט אנטייל און א דיאלאג דאס אויסצוקלארן.

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:38 am

· #425122
צי ער גייט יא אדער נישט נעמען א טייל אין די דיילאג דאס אויסצוקלארן - איז דיטערמענט, און ער האט נישט וואס אריינצירעדען!
וואו אזוי ער זאל פירן זיין ראציאנאלע פראצעס - איז דיטערמענט, און ער האט נישט וואס אריינצירעדען!
וואס זיין ראציאנאל וועט פירן צי - איז דיטערמענט, און ער האט נישט וואס אריינצירעדען!

איז וואס מאכט דיך, אדער אים, גלייבן אז קען אננעמען זיין "ראציאנאלע פראצעס" ווען דאס איז שוין געווען דיטערמענט נאך איידער ער האט אנגעפאנגען די פראצעס[???]

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:39 am

· #425123
הקטן
העריס און רביה"ק זאגן נאר אזוי, ווייל זיי האבן נישט קיין בחירה, זיי מיזען אזוי טראכטן און זאגן.
זיי קענען נישט טראכטן אנדערש, דארפסט זיי נישט נעמען ערענסט.

לעומתם משבחים ואומרים. בכל אופן ווילאנג דו פרובירסט נישט פארשטיין סעם הערריס' צד האסטו נישט וואס אריינצורעדן אין דעם נושא.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:44 am

· #425124
נאך איינמאל דער מענטש'ס דעטארמאניסטישע מעכאניזם איז זיין פסיכישער פעאיגקייטן בהנחה אז א מענטש האט אן אייזערנער לאגיק איז ער דיטערמאנט צו האלטן לאגישע מיינונגען. די מיינונגען קען ווערן ארויסגעשטעלט אויך פאר אנדערע מבקר צו זיין און דאס קען דער מענטש טון מיט דיאלאג.

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:47 am

· #425126
רביה''ק זי''ע
הקטן
העריס און רביה"ק זאגן נאר אזוי, ווייל זיי האבן נישט קיין בחירה, זיי מיזען אזוי טראכטן און זאגן.
זיי קענען נישט טראכטן אנדערש, דארפסט זיי נישט נעמען ערענסט.

לעומתם משבחים ואומרים. בכל אופן ווילאנג דו פרובירסט נישט פארשטיין סעם הערריס' צד האסטו נישט וואס אריינצורעדן אין דעם נושא.

וואס קען איך טון? האב איך דען בחירה אויף דעם, אויב וואלט ווען געווען דעטערמענט איך זאל וועלן פארשטיין סעם הערריס, און ס'וואלט געווען דיטערמעאנט אז איך זאל דאס אננענען וואלט זיכער אזוי געווען?
אבער דאס זעלבסט איז אויך דיטערמענט.
און דו נעבעך, מיסט האלטן אזוי, וואו א ראבאט!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:02 pm

· #425129
נהורא נפישא
נאך איינמאל דער מענטש'ס דעטארמאניסטישע מעכאניזם איז זיין פסיכישער פעאיגקייטן בהנחה אז א מענטש האט אן אייזערנער לאגיק איז ער דיטערמאנט צו האלטן לאגישע מיינונגען. די מיינונגען קען ווערן ארויסגעשטעלט אויך פאר אנדערע מבקר צו זיין און דאס קען דער מענטש טון מיט דיאלאג.

דו כאפסט נישט אז דו רעדסט דא מיט א פסעוודא-אינטעלעקט וואס איז פויל צו טראכטן?

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:12 pm

· #425138
רביה''ק זי''ע
נהורא נפישא
נאך איינמאל דער מענטש'ס דעטארמאניסטישע מעכאניזם איז זיין פסיכישער פעאיגקייטן בהנחה אז א מענטש האט אן אייזערנער לאגיק איז ער דיטערמאנט צו האלטן לאגישע מיינונגען. די מיינונגען קען ווערן ארויסגעשטעלט אויך פאר אנדערע מבקר צו זיין און דאס קען דער מענטש טון מיט דיאלאג.

דו כאפסט נישט אז דו רעדסט דא מיט א פסעוודא-אינטעלעקט וואס איז פויל צו טראכטן?

פסעוודא צי נישט
יא פויל צי נישט
דיטערמענט!

סיי דער מבקר און סיי דער נבקר וואס זיי גייען האלטן, וואס זיי גייען זאגן און וואס זייער מסקנה גייט זיין, האבן זיי נישט גארנישט אריינצירעדען
פסיכישער פעאיגקייטן??? דאס איז סך הכול א מעכאניזם וואס דרייט זיך אזוי וואו די ראלס פין פיזיקס, לויט וואו אזוי ס'איז דיטערמענט - און פארוואס זאל דאס עפעס מיינען?

פסיכישער פעאיגקייטן איז דאס א פענסי טערם פאר סעלף דיטערמענט? וואס דער וואס איז פעאיג קען מיט דעם דרייען אזוי וואו מיט א joy-stick אויף אלע ריכטאנגען, פרייערהייט, אדער וואס?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:13 pm

· #425139
הקטן
פסעוודא צי נישט
יא פויל צי נישט
דיטערמענט!

ס'האט קיינער נישט געזאגט אז נישט, דו ביזט נעבעך אומשולדיג. קענסט אריינרעדן פון היינט ביז מארגן, וועסט אבער בלייבן א קול קורא במדבר.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:22 pm

· #425141
רביה''ק זי''ע
נהורא נפישא
נאך איינמאל דער מענטש'ס דעטארמאניסטישע מעכאניזם איז זיין פסיכישער פעאיגקייטן בהנחה אז א מענטש האט אן אייזערנער לאגיק איז ער דיטערמאנט צו האלטן לאגישע מיינונגען. די מיינונגען קען ווערן ארויסגעשטעלט אויך פאר אנדערע מבקר צו זיין און דאס קען דער מענטש טון מיט דיאלאג.

דו כאפסט נישט אז דו רעדסט דא מיט א פסעוודא-אינטעלעקט וואס איז פויל צו טראכטן?

רביה"ק ביזט זייער שארף פאר מיר, לאז מיר צוגיין דא מיט א ביסעלע לייכטערע געמיט. דער אמת איז אז די נושא פון דיטערמאניזם לגבי בחירת האדם שפירט זיך מוראדיג קאנטער-אינטועטיוו, צופעליג איז דאס ביי מיר אזאך וואס כ'האב אייביג דאס גוט פארשטאנען על בורייה, רעדענדיג מיט מערערע מענטשן, א טייל פון זיי וואס איך האלט זיי קליגער פון מיר האב איך באמערקט אז דאס איז געווענליך פאר מענטשן אזוי קאנטער-אינטועטיוו אז זיי פרעגן כל מיני קושיות וואס ווייזט אז עפעס זענען דא מענטשן וואס קען זיי דאס באמת נישט אריינגיין אין קאפ. די אלע קושיות וואס הקטן פרעגט זענען די טיפיקל קושיות וואס ווערן געפרעגט.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:27 pm

· #425142
נו פארדעם טאקע האב איך צוגעטשעפעט א PDF פון סעם הערריס' ביכל, ווער ס'וויל באמת פארשטיין קען דארט אריינקוקן.

קען זיין אז ס'איז קאונטער-אינטואיטיוו, אבער ביזדערווייל האב איך נאכנישט געטראפן קיין איין מענטש וואס פארשטייט נישט די פשוטע מושג פון cause & effect.

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:29 pm

· #425143
קיינער קען דערווייל נישט וויסן צי אונז מענטשען האבן א אמתע בחירה. לויט ווי עס קוקט אויס זענען מיר פראגראמירט פון פארויס און סאיז זייער מעגליך אז מיר האבן בכלל נישט קיין בחירה אדער עכ״פ אין געוויסע זאכן. אבער קיינער קען דערווייל גארנישט אמתדיג אויפווייזן און עס באשטעטיגן מיט סייענס.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:40 pm

· #425144
שטיצער פאר בחירה באזירט אויף סייענס טענה'ן אז אין קוואנטעם מעקעניקס זעט מען אז עס איז פארהאן טשאנס. ראשית איז די זאך נישט גענוג נאכגעפארשט אויב ס'איז טאקע במקרה, קען זיין מ'האט פשוט נישט געטראפן די מעכאניזם וויאזוי זאכן זענען אויף די סובאטאמיק לעוול, צווייטענס איז דאך סוכ"ס די נעט רעזאלט אויף די אטאמיק לעוועל אייביג יא דיטערמענט. דריטענס כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס די אנדערע צד איז אויב זאג איך אז ס'איז נישט דיטערמאנט איז פשט אז די מחשבות און בחירה פונעם מענטש זענען במקרה, איז דאס אפילו מער יושרדיג ?

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:44 pm

· #425145
אמת אז רוב זאכן אין די וועלט ארבעט מיט די פשוטע מושג פון cause & effect.
פארוואס זאל דאס אבער מיזען זיין אזוי? וואס איז דאס מחייב, ווייל רוב זאכן אין די וועלט זענען אזוי?
נאר פייער האט די אייגענשאפטען פין פייער און נאר א "בוחר" האט די אייגענשאפט פין א "בוחר", איז וואס?

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:46 pm

· #425146
נהורא נפישא
צווייטענס איז דאך סוכ"ס די נעט רעזאלט אויף די אטאמיק לעוועל אייביג יא דיטערמענט.

און ווער זאגט דיר אז די נעט רעזאלט פין טוב ורע איז נישט דיטערמענט?
פארקערט, שטייט אזוי!

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:51 pm

· #425147
נהורא נפישא
שטיצער פאר בחירה באזירט אויף סייענס טענה'ן אז אין קוואנטעם מעקעניקס זעט מען אז עס איז פארהאן טשאנס. ראשית איז די זאך נישט גענוג נאכגעפארשט אויב ס'איז טאקע במקרה, קען זיין מ'האט פשוט נישט געטראפן די מעכאניזם וויאזוי זאכן זענען אויף די סובאטאמיק לעוול,

און אז ס'איז יא במקרה?
איז דאס א סתירה צי עפעס?
סך הכול דארפטו אפדעטען דיינע ידעות און וויסען אז יא, קוואנטעם מעקעניקס לויפט אויף מקרה. ותו לא.
און קאנשענס לויפט אויף בחירה.
סייענס איז סך הכול דא מסביר צי זיין וואס זיי באמערקען, נישט צי נעמען א שטעלאנג וואס קען יא אדער נישט זיין!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:51 pm

· #425148
די פאקט איז אז מענטשליכע בחירה איז געבינדן צו cause & effect, סעם הערריס ברענגט קלארע הוכחות אויף דעם, דאס צו אונז זענען פראגראמירט פון פאראויס איז א שאלה פאר זיך, וכמאמר החכם: "Man can do what he wills but he cannot will what he wills."

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:54 pm

· #425149
וכמאמר החכם: די פאקט איז...

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:01 pm

· #425151
נהורא נפישא
שטיצער פאר בחירה באזירט אויף סייענס טענה'ן אז אין קוואנטעם מעקעניקס זעט מען אז עס איז פארהאן טשאנס. ראשית איז די זאך נישט גענוג נאכגעפארשט אויב ס'איז טאקע במקרה, קען זיין מ'האט פשוט נישט געטראפן די מעכאניזם וויאזוי זאכן זענען אויף די סובאטאמיק לעוול, צווייטענס איז דאך סוכ"ס די נעט רעזאלט אויף די אטאמיק לעוועל אייביג יא דיטערמענט. דריטענס כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס די אנדערע צד איז אויב זאג איך אז ס'איז נישט דיטערמאנט איז פשט אז די מחשבות און בחירה פונעם מענטש זענען במקרה, איז דאס אפילו מער יושרדיג ?

איז מען דען זיכער אז קוואנטום מעקעניקס איז רענדאם? מאיז נאך זייער ווייט פון וויסען אויף זיכער וויאזוי די מעכאניזם ארבעט אויף די סובאטאמיק לעוועל. איינשטיין האט געטענהט אז סאיז יא פרי-דיטערמענט. סאיז ווייט פון סאליד-סייענס. אבער כהער וואס זיי זאגן.

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:12 pm

· #425152
רביה''ק זי''ע
די פאקט איז אז מענטשליכע בחירה איז געבינדן צו cause & effect, סעם הערריס ברענגט קלארע הוכחות אויף דעם, דאס צו אונז זענען פראגראמירט פון פאראויס איז א שאלה פאר זיך, וכמאמר החכם: "Man can do what he wills but he cannot will what he wills."

ווען מזאל נעמען א מענטש און אריינלייגן אלע דאטא אין א קאמפיוטער. זיין כאראקטער MBTI און וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן, ווי קלוג ער איז וכו׳ וכו׳ קען מען לכאורה פרידיקטען געוויסע ביהעיווערס און choices פון דעם מענטש פון פארויס. מקען מיט די Myers Briggs אליינס פרידיקטען געוויסע זאכן.

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 25, 2019 1:30 pm

· #425154
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערסאנט וויאזוי ער קומט צו א מסקנה אז מ׳גייט קיינמאל נישט וויסן. קען מען דען וויסן ווי סייענס גייט אונז פירן? קיינמאל נישט! וועק יעצט אויף א מענטש פון פינף הונדרעט יאר צוריק און ווייז אים די היינטיגע וועלט...

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 3:15 pm

· #425157
איך פארשטיי אז ער זאגט "סייענס" וועט דאס קיינמאל נישט וויסען - מענטשען וועלן אפשר וויסען
unless מען וועט אויסברייטערען די דעפעניציע פין "סייענס".

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 3:17 pm

· #425158
[ציטאט אראפגענומען]

ריק אים אינטער סעם הערריס' ביכל פאר דעם Michael

אישתישבי » מאנטאג פעברואר 25, 2019 4:13 pm

· #425164
דאס איז פין די שענסטע אשכולות דא אויף ק"ש.

לדעתי בין איך בוחרים צו האלטען אז עס איז נישטא קיין בחירה, מחמת צוויי סיבות,
איך גלייב אין ידיעה, ממילא איז נישט מעגליך קיין בחירה כפשוטו.
מיין צווייטע אמונה אין נישט בחירה קומט פין זעהן אזויפיל מענטשען וואס זענען נעבעך משוגע לאותו דבר, און יעדער איינער האט אן אנדערע דבר, וואס ער קען זיך נישט קיין עצה געבען, פין דער סאקאטישע נעבעך, וואס קען נישט באהערשן זיינע געפילען, און אויפהערן טוהן משוגענער זאכען (צאנזער), ביז דער מאניק וואס קען נישט אויפהערן שרייען אין די גאסען (סנדק).
וויפיל געלט וואלט דער משפחה פין די מענטשן באצאלט זיי צו שטעלן אויף דער בחירה?
און ווייל עס זעהט אויס אז "געווענליכע" מענטשן זענען נארמאל און האבן יא א בחירה, איז עס נאר אחיזת עינים, ווייל פרעגט דער סאקאטיק, צו דער מאניק וועט ער אויך זאגען אז ער האט א בחירה, און קען זיין נארמאל, נאר ער וויל נישט.
איז ממילא אינהו בדידהו ואנן בדידן, אונז קענען מיר אויך קיין סאך אנדערש נישט זיין.

והדברים עתיקים, און אויך דעם האבן צדיקים געזאגט, אז א רצון צו האבען א רצון דאס קען מען יא.

חסיד פון ליטא » מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:28 pm

· #425169
Re: למעשה, האב איך בחירה?
שבת אחים
רביה''ק זי''ע
די פאקט איז אז מענטשליכע בחירה איז געבינדן צו cause & effect, סעם הערריס ברענגט קלארע הוכחות אויף דעם, דאס צו אונז זענען פראגראמירט פון פאראויס איז א שאלה פאר זיך, וכמאמר החכם: "Man can do what he wills but he cannot will what he wills."

ווען מזאל נעמען א מענטש און אריינלייגן אלע דאטא אין א קאמפיוטער. זיין כאראקטער MBTI און וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן, ווי קלוג ער איז וכו׳ וכו׳ קען מען לכאורה פרידיקטען געוויסע ביהעיווערס און choices פון דעם מענטש פון פארויס. מקען מיט די Myers Briggs אליינס פרידיקטען געוויסע זאכן.
איך וואלט זיך געקריגט מיט דעם, קודם כל ווייסט נישט דער קאמפיוטער וואס דער מענטש וועט נאך אדורך גיין אז ער זאל קענען פרעדיקטן אויף להבא, והשנית, דער מענטש איז נישט באלעבאס אויף זיינע סובקאנטשעס מחשבות און עס קען אים אייביג כאפן א מחשבה פון אן אלטער זיכרון וכדומה וואס וועט אים מאכן בוחר זיין אנדערש ווי ער וואלט באשלאסן לויטן יעצטיגן מצב.

אגב, ר' אליהו דעסלער איז מאריך אינעם עניין אין זיין מכתב מאליהו, ער טענה'ט אז אויף 99.9 פראצענט האט א מענטש נישט קיין בחירה, אבער ס'בלייבט אלעמאל עפעס א דקות'דיגע עניין אויף וואס ס'יא דא בחירה, און די ארבעט איז אז מ'זאל מאכן דעם מקום הבחירה אויף א העכערע פלאץ, ער ברענגט פון חז"ל אז מצוה גוררת מצוה ועבירה גוררת עבירה מיינט דאס, (ווער עס קען אהערברענגן דעם טעקסט, קדוש יאמרו לו).
די שאלה איז נאר צו ר' אליהו ז"ל האט געהאט א בחירה צו שרייבן אנדערש לויט זיין אינטעלעקטואלן שטאנדפונקט.

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 7:06 pm

· #425172
אישתישבי
דאס איז פין די שענסטע אשכולות דא אויף ק"ש.

מיין צווייטע אמונה אין נישט בחירה קומט פין זעהן אזויפיל מענטשען וואס זענען נעבעך משוגע לאותו דבר, און יעדער איינער האט אן אנדערע דבר, וואס ער קען זיך נישט קיין עצה געבען, פין דער סאקאטישע נעבעך, וואס קען נישט באהערשן זיינע געפילען, און אויפהערן טוהן משוגענער זאכען (צאנזער), ביז דער מאניק וואס קען נישט אויפהערן שרייען אין די גאסען (סנדק).
וויפיל געלט וואלט דער משפחה פין די מענטשן באצאלט זיי צו שטעלן אויף דער בחירה?
און ווייל עס זעהט אויס אז "געווענליכע" מענטשן זענען נארמאל און האבן יא א בחירה, איז עס נאר אחיזת עינים, ווייל פרעגט דער סאקאטיק, צו דער מאניק וועט ער אויך זאגען אז ער האט א בחירה, און קען זיין נארמאל, נאר ער וויל נישט.
איז ממילא אינהו בדידהו ואנן בדידן, אונז קענען מיר אויך קיין סאך אנדערש נישט זיין.

והדברים עתיקים, און אויך דעם האבן צדיקים געזאגט, אז א רצון צו האבען א רצון דאס קען מען יא.

אויב האלסטו אז רצון דרצון קען מען יא דאן האלסטו פין בחירה!

טו דארך "נקידות הבחירה" פין רב דעסלער, איך מיין ס'איז חלק ד', און ס'וועט דיר פארענפערט ווערן.
ביי מיר איז קלאר אז ביי דעם משוגנעם באמערקט מען אויך בחירה
וואו גייט די שפרעך ווארט - א יעדער שמויגר פאר זיך טויגער
דו זעלבע איז מיט שבת אחים'ס טענה און אסך ענדליכע.

איך זעה א חסיד האט דאס שוין ערווענט

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 25, 2019 7:44 pm

· #425174
אישתישבי
איך גלייב אין ידיעה, ממילא איז נישט מעגליך קיין בחירה כפשוטו.

ידיעה און בחירה זענען בכלל נישט קיין סתירה, ס'איז סתם א נארישע פילאזאפישע קשיא, וואס איז יא שווער איז די קשיא פון הכרח און בחירה. ווען ס'קומט צו אויפווייזן מציאות השם זענען די אלע פילאזאפן קאמפסגרייט מיט פולע באקציינער אז אין סיבה בלי מסובב, every effect has a cause, אבער ווען ס'קומט צו בחירה כאפן זיי א שטילשווייגעניש. פארוואס ס'איז אזוי וועל איך לאזן פאר א צווייט מאל.

אישתישבי » מאנטאג פעברואר 25, 2019 8:24 pm

· #425177
הקטן
אישתישבי
דאס איז פין די שענסטע אשכולות דא אויף ק"ש.

מיין צווייטע אמונה אין נישט בחירה קומט פין זעהן אזויפיל מענטשען וואס זענען נעבעך משוגע לאותו דבר, און יעדער איינער האט אן אנדערע דבר, וואס ער קען זיך נישט קיין עצה געבען, פין דער סאקאטישע נעבעך, וואס קען נישט באהערשן זיינע געפילען, און אויפהערן טוהן משוגענער זאכען (צאנזער), ביז דער מאניק וואס קען נישט אויפהערן שרייען אין די גאסען (סנדק).
וויפיל געלט וואלט דער משפחה פין די מענטשן באצאלט זיי צו שטעלן אויף דער בחירה?
און ווייל עס זעהט אויס אז "געווענליכע" מענטשן זענען נארמאל און האבן יא א בחירה, איז עס נאר אחיזת עינים, ווייל פרעגט דער סאקאטיק, צו דער מאניק וועט ער אויך זאגען אז ער האט א בחירה, און קען זיין נארמאל, נאר ער וויל נישט.
איז ממילא אינהו בדידהו ואנן בדידן, אונז קענען מיר אויך קיין סאך אנדערש נישט זיין.

והדברים עתיקים, און אויך דעם האבן צדיקים געזאגט, אז א רצון צו האבען א רצון דאס קען מען יא.

אויב האלסטו אז רצון דרצון קען מען יא דאן האלסטו פין בחירה!

טו דארך "נקידות הבחירה" פין רב דעסלער, איך מיין ס'איז חלק ד', און ס'וועט דיר פארענפערט ווערן.
ביי מיר איז קלאר אז ביי דעם משוגנעם באמערקט מען אויך בחירה
וואו גייט די שפרעך ווארט - א יעדער שמויגר פאר זיך טויגער
דו זעלבע איז מיט שבת אחים'ס טענה און אסך ענדליכע.

איך זעה א חסיד האט דאס שוין ערווענט

רב דעסלערס נקודת הבחירה האב איך געהערט אויף א טעיפ פין רב שלעזינגער (ווען ער איז געווען פאפולער), ער זאגט בערך אז א געווענליכע איד וועט נישט האבן קיין יצה"ר ארויף צו לייגן א טאפ טשולענט אויף דער פייער שבת, אבער רוקען דער טשולענט פין דא צו דארט (אויף א אופן וואס מען טאר נישט) דארט קיין זיך שוין יא מאכן א יצה"ר), און א מענטש דארף צו ארבעטן און ארויף רוקען זיין נקודת הבחירה אויך א העכערע לעוועל כסדר.

איך דארף נאך אלץ נאך קוקן?

אױב דאס איז זיין פאנטש ליין, האט עס נישט אזוי ווייט מיט אונזער שמועס דא. דער ראי' פין דער סאקאטיק איז אז לדעתו האט ער א בחירה, און אונז אלע ווייסען קלאר אז ער האט נישט, און דער גזירה שוה איז, אז אונז "נארמאלע מענטשן" זענען אויך משוגע, און קענען זיך אויך נישט איינהאלטן.

און טאמער עפעס איז א ראי' פין רב דעסלערס תורה אז בחירה עקזיסטירט נישט. ווייל לדעתו איז דא איין נקודה וואס דארט האט ער א בחירה, קומט אויס אז קיין עונש וועט מען נישט באקומען נאר אויף געציילטע זאכען וואס זענען געוועהן אין דער קליינער נקודה, פין דער נקודת הבחירה.

וכן דער ווארט פין צדיקים לגבי דער רצון דרצון, לדעתם איז נישטא קיין בחירה, נאר אויף דער רצון דרצון, און אויך דעם וועט מען דן זיין. גארנישט מער. איבריג צו זאגען אז דאס נעמט אוועק דער גאנצער אויפטוה פין בחירה מסביר צו זיין שכר ועונש.

ווי אויך איז ר' צדוק'ס שיטה אזוי, ווען ער איז מסביר תשובה, אז מען איז משיג אז מען האט נישט קיין בחירה, ווייל אפילו דער יצה"ר איז אשר הרעותי, ממילא איז דער מענטש נישט שולדיג, ד.ה. נישטא קיין בחירה.

אישתישבי » מאנטאג פעברואר 25, 2019 8:28 pm

· #425179
רביה''ק זי''ע
אישתישבי
איך גלייב אין ידיעה, ממילא איז נישט מעגליך קיין בחירה כפשוטו.

ידיעה און בחירה זענען בכלל נישט קיין סתירה, ס'איז סתם א נארישע פילאזאפישע קשיא, וואס איז יא שווער איז די קשיא פון הכרח און בחירה. ווען ס'קומט צו אויפווייזן מציאות השם זענען די אלע פילאזאפן קאמפסגרייט מיט פולע באקציינער אז every effect has a cause, אבער ווען ס'קומט צו בחירה כאפן זיי א שטילשווייגעניש. פארוואס ס'איז אזוי וועל איך לאזן פאר א צווייט מאל.

קודם כל איז עס נישט א נארישע קשיא.
ושנית, רוף עס ווי אזוי די ווילסט, טאמער מען גלייבט אין הנהגת הבורא בכל רגע וכל דבר, איז בחירה נישט מעגליך.

חתן בחור » דינסטאג פעברואר 26, 2019 3:29 am

· #425195

ס׳איז נישט קיין קלוגע קשיא כי לא מחכמה שאלת זאת.

די קשיא איז שייך נאר טאמער די האלטסט אז אונז מיט׳ן באשעפער געפונען זיך אויפן זעלבען שטאפל. די בורא האט באשאפען די גאנצע וועלט די גאנצע יוניווערס מיט אלע אירע פיזיקס און לאגיק. ביי אונז איז נישט מעגליך ידיעה און בחירה, ביים באשעפער׳ס לעוועל איז עס ניטאמאל א קשיא.

הקטן » דינסטאג פעברואר 26, 2019 9:43 am

· #425206
אישתישבי
[

רב דעסלערס נקודת הבחירה האב איך געהערט אויף א טעיפ פין רב שלעזינגער (ווען ער איז געווען פאפולער), ער זאגט בערך אז א געווענליכע איד וועט נישט האבן קיין יצה"ר ארויף צו לייגן א טאפ טשולענט אויף דער פייער שבת, אבער רוקען דער טשולענט פין דא צו דארט (אויף א אופן וואס מען טאר נישט) דארט קיין זיך שוין יא מאכן א יצה"ר)

אױב דאס איז זיין פאנטש ליין, האט עס נישט אזוי ווייט מיט אונזער שמועס דא.

דער ראי' פין דער סאקאטיק איז אז לדעתו האט ער א בחירה, און אונז אלע ווייסען קלאר אז ער האט נישט
מאן ימר אז ער האט נישט א יעדע רגע זאכן וואס ליגט אין זיין הענט בוחר צי זיין? זאל ער נאר ארויסשטעקען דו צינג פאר דיר אדער אויך געבען א גיטע שפיי (ראגירען צי דיר מיז ער, און אויף דעם האט ער נישט קיין בחירה)
און דער גזירה שוה איז, אז אונז "נארמאלע מענטשן" זענען אויך משוגע, און קענען זיך אויך נישט איינהאלטן.

זיכער, אז געוויסע זאכן קענען מיר זיך נישט אנהאלטן (ר' צדוק שרייבט די זעלבע), אבער די לעצטע בייס האסטו נישט געמיסט געבן, און דאס איז געווען דיין נקידה וואו די האסט געהאט בחירה.

און טאמער עפעס איז א ראי' פין רב דעסלערס תורה אז בחירה עקזיסטירט נישט.
רב דעסלער האט זיכער פארשטאנען אנדערש
ווייל לדעתו איז דא איין נקודה וואס דארט האט ער א בחירה, קומט אויס אז קיין עונש וועט מען נישט באקומען נאר אויף געציילטע זאכען וואס זענען געוועהן אין דער קליינער נקודה, פין דער נקודת הבחירה.
יא, נא איז וואס?
דו האסט געמיינט אז דער מתמיד בטבע קימט זיך די זעלבע שכר וואו דער מיט ADHD פאר לערנען א האלבע שעה?
לפום צערא אגרא האט נישט רב דעסלער מחדש געווען!

וכן דער ווארט פין צדיקים לגבי דער רצון דרצון, לדעתם איז נישטא קיין בחירה, נאר אויף דער רצון דרצון, און אויך דעם וועט מען דן זיין. גארנישט מער. איבריג צו זאגען אז דאס נעמט אוועק דער גאנצער אויפטוה פין בחירה מסביר צו זיין שכר ועונש.
בכלל נישט.
רבי ער האט מיך געוואלט שלאגן!
ווער זאגט?
ווייל ער האט מיר געגעבן א פאטש.
חשב אדם לעשות מצוה, ונאנס ולא עשאה, מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:13 am

· #425207
.

אישתישבי » דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:16 am

· #425208

געוואלדיג הקטן (צו הגדול)

האלט איר אויך אז קיין בחירה אויף תרי"ג מצוות איז נישטא, נאר אויף געוויסע קליינע נקודות. קומט אויס אז לדעתו איז אויך נישטא קיין שכר ועונש אויף רובא דרובא מצות און עבירות, נאר אויף אפאר קליינע נקודות.

איז אין וואס קריגען מיר זיך דא?

לדעתי איז נאך מער, אפילו די פאר קליינע נקודות וואס דארט איז כלומר'שט יא דא א בחירה, איז אויך נישט אזוי, ווייל אלע דעות קדומות און המשכות אויף דער זייט צו אויף דער זייט קומען פין פריערדיגע גורמים וואס האבען אריין געלייגט דער מענטש אין דער פאזיציע, און די גורמים האט ער זיך נישט אליין בוחר געוועהן, ממילא איז דער בחירה אויך פאלש.

אישתישבי » דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:25 am

· #425209
רביה''ק זי''ע
הקטן
אישתישבי

וכן דער ווארט פין צדיקים לגבי דער רצון דרצון, לדעתם איז נישטא קיין בחירה, נאר אויף דער רצון דרצון, און אויך דעם וועט מען דן זיין. גארנישט מער. איבריג צו זאגען אז דאס נעמט אוועק דער גאנצער אויפטוה פין בחירה מסביר צו זיין שכר ועונש.
בכלל נישט.
רבי ער האט מיך געוואלט שלאגן!
ווער זאגט?
ווייל ער האט מיר געגעבן א פאטש.
חשב אדם לעשות מצוה, ונאנס ולא עשאה, מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה.

תנו רבנן: אישה הפרם וה' יסלח לה, באשה שהפר לה בעלה והיא לא ידעה הכתוב מדבר, שהיא צריכה כפרה וסליחה. וכשהיה מגיע רבי עקיבה אצל פסוק זה היה בוכה: ומה מי שנתכוון לעלות בידו בשר חזיר ועלה בידו בשר טלה טעון כפרה וסליחה, המתכוון לעלות בידו בשר חזיר ועלה בידו בשר חזיר על אחת כמה וכמה. (נזיר כג.)

איך פארשטיי נישט דער דמיון פין כוונה לדבר עבירה.

אבער לאמיר ממחיש זיין דער ענין, נעם א פרייע אין ארץ ישראל, וואס עסט חזיר, מען פארקויפט עס אין געשעפט, ער האט נישט קיין בחירה, ווייל ער ווייסט נישט פין קיין באשעפער, און האט נישט קיין הרגשה אויף חזיר. ווידער דער פרומע וואס עסט נישט קיין חזיר, ער האט אויך נישט קיין בחירה, ווייל ביי אים איז דאס חזיר טרייף (!), און עס פאלט אים נישט איין צו עסען דער חזיר.

זאגען די צדיקים, אז דער פרומע האט אויך א רצון דרצון א שמץ פין א הוה אמינא צו עסען חזיר, און אויף דעם האט ער א שטיקעל בחירה, ווייל ער טוט נישט אקטען אויף דער רצון דרצון. ווידער דער פרייע, ער האט עפעס א ווייטע פארשטויסענע מחשבה, אז עס איז נישט כשר, און די פרומע עסען נישט, און עפעס איז דא ראנג מיט דער חזיר. און ער אקט אויך נישט אויף דער מחשבה.

איז פרעג איך אייך, וואס זאגט דער רצון דרצון? וואס איז עס מחדש? עס זאגט דער זאך כמו שהוא, און מאכט אז דער בחירה וואס שטייט אין די תורה ובחרת בחיים איז א ענין וואס מען פארשטייט נישט, און עס איז שלא כפשוטו. מען קען נישט מעניש זיין און מען קען נישט געבען קיין שכר דורך מענטשליכע כללים מיט אזעלכע חשבונות.
בלאט: 1 2 3 4 5