שעפטלקיין שום קל להבין דא. שטיין אין האקן און שעלטן יעדעם וואס גייט נישט אין שפאן מיט סקווירא, אדער זעהט נישט איין די הערליכקייט פון דארט איז נאכנישט קיין אפיקורס.
כ'גיי נישט אריין צו מ'זאל זיצן און שטעטל און פייטן די סיסטעם, אבער איינער וואס זיצט אינדרויסן און איז נישט זעהט נישט איין די ניסים ונפלאות וואס געשעהט אין סקווירא איז נאכנישט קיין שוטה און קארקעפיג
otr
פארוואס איז עס נישט קל להבין, אז דא איז פארהאנען איבער טויזענט תושבים, וואס לעבן א העכערע לעבן, מיט קדושה וטהרה אמונה וחסידות. און אט אפאר יונגאטשעס, וואס זענען ארויסגעפאלן, פונעם תיבת נח - כדברי דער אלטער רבי ז''ל, אז ווער ס'וועט נישט באלאנגען אין שיכון וועט ארויספאלן פונקט ווי ביים תיבת נח.
קיינער שעלט נישט קיין פרישע קללות, ס'איז די קללות און חרם פונעם חז''ל, אקעגן מהרסי הדת, און פורשי מן הציבור, הולכי רכיל און מבזה שם שמים, און קיינער האט ניט צוגעלייגט קיין פרישע שעלט ווארט מער ווי עס שטייט אין די תורה הקדושה המסורה לנו מדור דור.
ווער ס'שמעקט נישט, ווי א ציבור יודען לעבן אויפן וועלט מיט א העכערע גייסט, און שפעט און קילט אפ אנדערע, האבן שוין געקריגן דעם מעסידטש פון גאר פריערדיגע רבנים, ווי צום ביישפיל הרב זלמן אונגאר - דומ''ץ סקווער לשעבר. ער האט געלאזט צוואה נישט איבערצולאזן דעם ראש הכת 'אהרן יודא סיגל' און זיינע נאכפאלגער ביי די נעמען, א טייל גרושים און א טייל אויפן וועג פון א גט.
זיינע משרתים ואשר משרתיו די אלט גערייכערטע בחורים ווי צום ביישפיל מוטי סורקיס וואס האט זיך אויסגעשנאצט דאס נעזל מיטן אויסקליידן זיך אין קורצן גרעיען סוט.
די מיידלעך לויפן עהם נאך אין די גאסן... אבער עפעס זענען זיי צוגענאגעלט צום שול הויף און קענען נישט דעם זיפער עפענען...
אינטערעסאנט אבער אמת, אז אין גארביטש קען טרעפן זיך אלע שרצים א אחדות זיץ, סיי די עלטערע מורדים און סיי די פרישע 'פארווייטאגטע'.. טינקן אינעם זעלבן שיסל הערינג און שעלטן דעם סיסטעם בלע''ז..
אבער פארפאלן, דאס רוב איז העפי און הייליג צופרידן, דאס מיטל פון פארשפרייטן שמוץ און בלעטער ווי אימער, וועט נישט אפשטעלן דעם רבין און זיינע חסידים זיך מוסר נפש זיין פארן וואוילזיין פונעם רוחניות'דיגער גייסט און הייליגע מסורה וואס ווערט אפגעהיטן ווי דאס שווארץ אפעל.
אמת טאקע אז מ'וואלט געדארפט מאכן א א ריכטיגע בירור, און אויסקלינען אסאך 'איינגעשטעלטע' וואס דינען שתי פנים, און רעדן זיך עפעס איין אז זיי נארן איינעם, אבער אונזער וועג איש נישט אלימות און נישט טעראריזם, אבער ההכרח לא יגונה, אז מ'מוז לעשן א פייער איז נישט דאס וועג צו קוקן דעמאלטס געזעצן, מ'לעשט שנעל ווען עס ברענט שטארק.
חסידי סקווירא פראבירן ווי ווייניגער צו פאטשקענען מיט די פסולת, אבער ווען עס הייבט אן אריינדרינגען צווישן אונזערע בחורים און קינדער, מיזן מיר טוהן נגד ההרגל, און קיין זאך וועט נישט גובר זיין די פאקל און ברען וואס דער אלטער רבי האט אנגעצינדן דא און ווערט מער צופלאמט דורכן הייליגן רבין זאל לעבן און מאריך ימים זיין על ממלכתו בנחת.
ווער עס רירט אן די אש קודש, ווערט נכלל אינעם עונש פון חז''ל המלעיג על דברי חכמים נידון 'ברותחין'.. יא ברותחין.
ס'קאסט אמאל אז עטליכע ליידן דערויף, פארן פרייז פון זייער אייגענע קנאות דקדושה, אבער די טיף איינגעווארצעלטע 'טיק' און זיינע אייטערדיגע לאפעס ווערט אבער אויסגעריסן מנחלת הקודש. ס'רייסט אמאל שטיקער פלייש מיט, אבער כאטש נאכן אפעראציע איז דער שרץ כאטש נעלם.
ממילא איז קל להבין ובגדול