זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
איך וואלט געוואלט וויסען ווען די זעלבע מעשה פאסירט ווען אין שיכון סקווירא מיט איין קליינע חילוק, דער צינדער הייסט נישט שאול שפיטצער נאר ער הייסט ביל זשעקסאן א יונגע ברעינוואשד קעי קעי קעי סופראמאסיסט
אדער ער הייסט זשעק בורד א קליינקעפיגע מח וואס קומט פון א ארומע דיספאנקשינעל סינגעל פערענט האום און איז א פאברענטע אנהענגער פון לואיס פאראקאן אדער על שארפטאן וכו'
וואלט יעדער געהאט אזויפיל פארשטענדעניש ?
טייל ניקס וואס זענען קיינמאל נישט געווען שטארק סימפאטיש צו מיניראטעטען (שווארצע, אראבער, אימיגראנטען וכו') אין אנדערע אשכולות (ווי צום ביישפיל אין ראובן'ס אשכולות קעגן ראסיזם) זענען פלוצלינג געווארען ליבעראל און אפען מיינדעד
וואס וואלט איר געזאגט ווען על שארפטאן'ס געמיינדע טאנצט און הוליעט נאכדעם וואס מען באפרייט איינער וואס האט מיאוס אנגעהאקט און ציבראכען אפאר ביינער פון א איד'ל אין קראונהייטס בשעת'ן מאכן א האולד-אפ ?
אדער למשל מאחמוד אבאס זאל אויפנעמען מיט כבוד א יוגנטליכער וואס האט געווארפען שטיינער אויף צה''ל זעלנער אין די שטחים?
אנדערע ניקס וואס זענען דארט יא מער פארשטענדליך וועלען אבער דא זאגען: "אבער ער האט נישט געהעריג איבערגעבעטן" וכדומה
סך הכל וואס איך וויל ארויס ברענגען -פאר מיר אליינס, און אנדערע- איז זיך פרובירען אריינצילייגן אין יענעם'ס מצב באשר הוא שם, אזוי ווי מען האט לעצטע וואכעדיגע פרשה געלערנט וועגען ישמעאל און הגר, נישט קיין חילוק ווי משוגע יענעם'ס צידרייטע קולט איז, אן קיין שום אינטערשייד פון ראסע (אמאל די אייגענע 😛 ) אדער רעליגיע
Shaul Spitzer through his attorneys released a message today:
I’m deeply disturbed by hearing that my - once - fellow village-mates were celebrating my release yesterday on the streets. While I’m extremely lucky to have had a second chance, I believe that, that’s not something to be celebrated by those people who are guilty of incitement, and who have brainwashed me in the first place to commit such a horrible crime.
I also believe that while I’m lucky, it is also that I have atoned for my naïve crime. Seeing those celebrating tells me that they haven’t.
שוין, גוט. יעצט קען מען ווייטער טאנצן....
Doesn't sound real
Doesn't sound real to me either. But if it is real I really admire him for having the courage to say that
שנת תשפ"ו.
ניידות משטרת ניו יורק הקיפו את המבנה בנשקים דרוכים, והמפקד קרא במגאפון אל עבר המתבצר בבית להיכנע.
איציקל שמע את הקריאות, הניח את הסכין נוטפת הדם על הרצפה, ויצא כשחיוך גדול מרוח על פניו, ידיו מורמות. הכוחות השכיבו אותו מיד ואזקו את ידיו, כשלמול תקתוקי מצלמות הצלמים הוא הובל למעצר.
"נער יהודי חסידי שחט עם סכין קצבים…" נפוצה הידיעה למחרת בעיתוני כל העולם.
רק איציק המתין כבר לסוללת עורכי הדין שיקבל, ולברכות מהאדמו"ר.
אבל אף אחד לא התעניין בו.
בשיחת הטלפון היחידה שהורשה לבצע, הוא רק שמע את הבכי הנורא של אביו.
"רוצח!" קרא לו.
איציק לא הבין מה השתבש.
"מי רוצח?? אתה יודע למה עשיתי לו את זה, הוא חסם לי את החניה ליד השטיבל".
אבא שלו התעצבן עוד יותר.
איציק התרעם: "ומה שרבי שאול עשה לפני בערך 15 שנה וכולם כיבדו אותו והביאו לו שידוך מכובד ודאגו לו?"
שתיקה השתררה, עד שהצעקות שבו: "אתה משווה? אז זה היה כבוד החסידות והרבי, מה זה קשור למה שאתה עשית? פושע!"
הנער סירב להבין את ההבדל ושב לתאו, כשהוא נזכר ברגעים ההם, לפני 10 שנים, כשכל-כך רצה להיות כמו הבחור הכי חשוב בחסידות, זה שהצית את החסיד הסורר וכמעט הרג אותו. הוא אפילו ניסה לזמזם שיר שהולחן ברגשי קודש לרגל יום השנה לשחרורו על המילים "היכה שאול".
אלו היו רגעים שבהם פתאום היה לו לאן לשאוף. חסיד רגיל, גם אם יהיה ירא שמיים ולמדן, הרי לא יקבל לעולם כבוד כזה: כל החסידים יעמדו וירקדו ליד חדרו של הרבי בשמחה גדולה על ההצלה הניסית, ועל הבחור הצדיק שבחסדי שמיים שוחרר מכלא הגויים.
אז מה כדאי להיות – עובד ה' או אדם אלים ששורף בתים ואנשים חצופים המורדים ברבי?
•
אי אפשר אפילו להסביר את תחושת הגועל והזוועה, מול צילומי הריקודים וצהלות השמחה עם שחרורו המוקדם של בחור, שבגיל צעיר מאוד מצא את עצמו בשורה אחת עם עבריינים, כאשר כמעט הביא למותו של חסיד, כאשר ביצע בו פיגוע ב'אשמת' אי ציות לחסידות.
העזרה והדאגה לנער שחטא עוד מובנת.
אמנם עשב שוטה ומטורף, אך ניתן להבין כי לא זורקים ומפקירים אלא מעוניינים להוציאו מכלא מסוכן לחינוך מחדש במקום אחר, שם ייתן את הדין, תוך כדי שהקהילה מתנצלת ודואגת לפיצוי הגון לקורבן.
אבל מכאן ועד לתמיכה פומבית? לתפילות, ריקודים ושמחה וחגיגות עם שחרורו, כאילו מדובר במלאך שנתפס על דברי תורה על ידי רודפי ישראל, ולא על אדם שפל ששרף בית, ופצע יהודי בצורה נוראה שכמעט נסתיימה ברצח?
אפשר היה לדאוג למה שצריך, ובמקביל להוקיע אותו ציבורית בכל מקום, ללמד את כל בני החסידות כי באופן הזה – רק מחללים את כבוד החסידות והרבי.
והנה, במקום שכולם יתהלכו בפנים מושפלות ונבוכות מבושה, מעגלים מסתובבים בשירה וריקודים, עם פסוקי שירה והודאה, כאילו ה' הוא זה שהתעלה והתהלל פה בזכות המעשה המתועב.
•
התוצאה: כרגע ישנם נערים בעלי שאיפות טובות, שיכלו להיות יהודים כשרים וטהורים, אבל הפכו כעת לעבריינים פוטנציאלים מסוכנים, כאלה שצריך לחשוש להיות בסביבתם.
מדובר במאות ואולי אלפי פצצות מתקתקות, שאין להם אפילו את היכולת המעוותת של המבוגרים לתרץ לעצמם את ההתנהגות הזו. הם רואים דבר אחד פשוט: מי מכובד על ידי ראשי החסידות ועל מה הוא מכובד.
המציאות הזו תחלחל ותחלחל ותהפוך לחלק מהם.
גרוע מכך: הם יסברו שבכך הם מקיימים תורה ומצוות. הרי גם הנער הזה עשה מעשה לא מתוך רצונו להיות עבריין, אלא כדי להגן על כבוד החסידות והרבי. למראה צהלות השמחה, אי אפשר שלא לחשוב שאולי לא סתם הוא חשב כך…
יתכן שאין עניין לכתוב על הנושא. זה הרי לא יועיל כלפי הרוקדים וחבריהם, שרק יראו בדברי רדיפה של רוע כלפי צדיקים.
אבל לעצמנו אנחנו צריכים להזכיר את הדבר הכי מובן מאליו: אם נחשפנו לצערנו למראות הללו, שלא יסדקו בנו דברים שהם טאבו. שלא נחשוב לרגע שמדובר במשהו שפוי אצל קיצונים. זה לא. בוודאי לא קשור להיותם חסידיים או אזרחי ארצות הברית.
יכול להיות שלא רק אדם אחד נשרף בשריפה הזו, אלא הרבה מאוד נשמות שהפכו למסוכנות.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
Shaul Spitzer through his attorneys released a message today:
I’m deeply disturbed by hearing that my - once - fellow village-mates were celebrating my release yesterday on the streets. While I’m extremely lucky to have had a second chance, I believe that, that’s not something to be celebrated by those people who are guilty of incitement, and who have brainwashed me in the first place to commit such a horrible crime.
I also believe that while I’m lucky, it is also that I have atoned for my naïve crime. Seeing those celebrating tells me that they haven’t.
זייער באגריסענד אפילו אויב עס איז נאר מן השפה לחוץ
דער
@פארצווייפלטער זאגט גוט, פון וואו?
@ראוונע @mevakesh ווי קען מען זעהן דעם סטעיטמענט?
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
שעפטל@ראוונע @mevakesh ווי קען מען זעהן דעם סטעיטמענט?
באקומען אויף טעלעגראם אבער עס קוקט אויס פאלש
איך וויל פארשטיין פארוואס די טענץ בתופים ומחולות מיינט אז מען גיבט גערעכט פאר די מעשה עוולה פון שעדיגן א איד?
קען מען נישט אפטיילן צווישן די צוויי, מען פרייט זיך פשוט אויפן מתיר אסורים אז א בחור איז ארויס אויף די פריי?
די אלע מענטשן וואס האבן זיך געפרייט מיט רמ"י סאמעט ווען ער איז ארויס אויף די פריי צו זיין קינד'ס חתונה, מיינט אז זיי סופפארטן און געבן חיזוק צו גנב'ענען פון די גאווערמענט?
@שמעקעדיג פארוואס זינגט מען וכל קרני רשעים?
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ווען איין מענטש טוט אן עוולה מיינט נישט זיין ראסע איז שולדיגט. אבער ווען זיין קהלה, חינוך, געזעלשאפט האלט אין איין שטיצען דער עוולה מיינט'ס אז דער קהלה חינוך געזעלשאפט טויג נישט. נישט וועגען דעם איז יעדער סקווערער חסיד א רשע. אבער סקווער איז רשעות קליינקעפיגע עמהארצות און נידריגקייט.
און דער באפרייאונג ווייזט גארנישט קיין בארעכטונג פון זייער גאנג, אפילו מפי הגוי, ופשוט.
לית דין בר נש@שמעקעדיג פארוואס זינגט מען וכל קרני רשעים?
הכל הולך אחר החתום, דער עיקר מיינען זיי דעם תרוממנה קרנות צדיק 😠 😉
ליטוואק פון בודאפעסטווען איין מענטש טוט אן עוולה מיינט נישט זיין ראסע איז שולדיגט.
דא זענען זיי יא שולדיג. ווער געדענקט אז ווען מען האט איהם געכאפט האט ער נאך געהאט די רעביציןס קרעדיט קארד מיט וואס ער האט געקויפט די ברען שטאף.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ניין. דאס האנדל'ען מיט מענטשען אלס א חלק פון א ראסע טויג נישט. טאמער דער מעשה מיט'ן קרעדיט קארד איז קראנט, ווייזט עס אפשר עפעס אויף מרס. טווערסקי, נישט איהר ראסע.
mevakeshשעפטל@ראוונע @mevakesh ווי קען מען זעהן דעם סטעיטמענט?
באקומען אויף
טעלעגראם אבער עס קוקט אויס פאלש
פלעשבעק צו תרע״ו?
שעפטל@ראוונע @mevakesh ווי קען מען זעהן דעם סטעיטמענט?
סזעהט אויס ווי א פאלשע זאך
אנטשולדיגט
די טענץ איז א גרעסערע סקאנדאל ווי דער פייער אטאקע אינצידענט,
אנא נוליך חרפתינו,
איך שוין באמת ראטענבערג,
אבער לגבי די פרייד אין סקווער, אזוי ווי ווען ער איז אריין אין תפיסה האט גאנץ סקווער מיטגעווייטאגט אין די קעגנער זיך געפרייט, אזוי אויך יעצט איז פונקט די אפעסיט.
אזוי ווי א יעדער פארשטייט דעם בחור'ס פרייד, קען מען לפי ערך פארשטיין די פרייד פונעם ציבור.
נאכאמאל, נישט אז גיב אים גערעכט, אבער חומר למחשבה.
@אנאנים
איך באגריס דיין קוראזש פון פארדאמען דעם אקט,סאיז ענקאריזשינג צו זעען אז א אנהענגער פון די סקווערע קהילה זאל ענדליך פארדאמען דעם שענדליכען אקט.
בנוגע דיין טענה פון ראסיזום,
קיינער באשולדיגט נישט גאנץ סקווער,אונז אלע קענען אסאך פיינע מענטשען פון סקווער און טאקע די הרב געוואגטער וואס ביסט אזויפיל מהנה די עולם דא ,די טענות איז אויף די עסטעבלישמענט און טאקע אויף די רבי שליט״א פארוואס ער האט קיינמאל נישט שארף פארדאמט אזא שרעקליכע מעשה,איך האב נאכגעהערט בשם קרובי המשפחה פון שפיטצער,אז מהאט פארארבעט א וועלט אז די רבי זאל ארויסגעבען א סטעיטמענס,מהאט אבער געטאפט א וואנט,ער האט זיך נישט געקענט נעמען און די הענט אריין און פארדאמען.
און די מעסעידזש פון דעם רעבינס שטילקייט שרייט זייער הויעך,
וואלט די רבי געווען מעטשאר און זיך ארויסגעשטעלט מיט א שטארקייט און געשריגען אז א געפערליכע עוולה איז געטוהן געווארען,וואלט די רבי פארופען אן אסיפה און שטעיטעל און ער וואלט געשריגען,רבש״ע סאיז פאר געקומען א ״מעשה רציחה״ און שטעיטעל רחמנא ליצלן,
דעמאלס וואלט יעדער טאקע געזעען אז ידינו לא שפכו את הדם,דעמאלס וואלט ראטטענבערג אוכט גערעדט אנדערש,דעמאלס וואלט קיין קרני רשעים טענץ נישט פארגעקומען.
אנשטאטס זיצט ער שטיל,
זיין שטילקייט שרייט,אונז האמיר נישט געטוהן עוולה,זאל ראטטענבערג פארברענט ווערען (היינט געהערט דעם לשון ל״ע פון א יוד וואס מאיז מצרף צו מנין) ועל דא וודאי קא בכינא בכי תרתי משמע.
די סקווירא רבי האט עס יא פארדאמט אפשר נישט אזוי ווי דו האסט געוואלט אבער אזוי ווי ער האט געוואלט ער דארף זיך נישט בייגן צו ראטענבערגס פיס און ער דארף נישט רעדן אזוי שארף ווי דו ווילסט און פערטיג
יעצט נעמטס אריין איין זאך אין קאפ אריין ווי לאנג עטץ גייטס מיט די הנחה אז רויטענבערג האט דא גארנישט געוואלט מער ווי דאווענען מיט נאך א מנין זענט איר אלע גערעכט אבער דער אמת איז דאך פארט נישט דאס רויטענבערג האט זיך געוואלט שלאגן מיט סקווירא פונקט ווי וואלדמאן אין קר"י ער איז א פערד פאר'ן זיך אנהייבן און פערטיג די שטעיטל באלאנגט פאר טווערסקי וכת דילי' און שוין ס'וועט דיר גארנישט העלפן
ער איז נישט אזא וואויל יונגעל ווי ער מאכט זיך און דעטס איט ער איז נעכטן געשטאנען און געוואלט צוריק שיקן דעם בחור אין תפיסה מיט די גרעסטע מאס רשעות וואס א מענטש קען האבן אין זיך אך ורק ווייל ער האט געוואלט ארויספרעסן נאך געלט פון סקווירא
ער איז אזוי דיסעיבעלד פון די פייער ווי איך א עושר א בלאפער פון די ערשטע קלאס און צו דעם נעבעך א געזונטע לוזער
מיין פריינט אנאנים, איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיין אינפאו איבער די פרשה און די פארשוינען פון די פרשה אבער פון ויפיל איך האב געקענט נאכגיין און פון וויפיל מ'זעיט ווי אזוי רויטענבערג פירט זיך אויף איז וואס איך זאג אמת (איך רעד נישט לגבי סקווירא רבי'ס פארדאמונג וואס דארט בין איך נישט אזוי שטאק מיט מיין מיינונג)
@גאנצל
די נקודה איז נישט צו ראטטענבערג איז יא גערעכט צו נישט, אוודאי האט ער זיך באנארישט און געשפילט מיט פייער.
למעשה איז אבער געטוהן געווארן א מעשה רציחה אויף א יוד מזרע ישראל אין די הייליגע שטעטל וואס די רבי ז"ל האט מייסד געווען.
"אלימות איז נישט געווען אונזער דרך" הייסט נישט קיין פארדאמונג.
איך ווייס נישט וויאזוי א רעכטדענקיגע מענטש ווערט נישט צעשוידערט פון דיע לייכטזיניגקייט וויאזוי מ'האט בהאנדעלט אזא שוידערליכע רציחה אקט.
מיין איינציגסטע כף זכות וואס איך קען טרעפן אויף אייך און @קאך לעפל איז, אז ליידער זענט עטץ טאקע אויכט מחונך געווארען מיט א שטיקעל ענליכע ווערטשאפט, און מזיק זיין יודן אדער נכסי ישראל שוידערט אייך שוין נישט אויף.
א גוט יאר הר' רושם דו נעמסט מיינע ווערטע צו עקסטרעים
און איך וועל דיר אנווייזן ווי
איך האב געזאגט : אז רויטענבערג איז גארנישט דעי וואוילע שעפעלע ווי מ'לייגט אים אראפ אדער ווי ער לייגט זיך אראפ מיט דעם האב איך נאך נישט געזאגט אז מ'מעג אים פארברענען אדער טון סיי וואס
דער מציאות איז אזוי סקווירא רבי לעבט זיך אין זיין שמאלע באקס און אויף גאר א עקסטרעמע וועג צו זיין מזל האט ער זיינע חברה די גרויסע שושקעס וואס טאנצן אים נאך אויף גאר א שטארקע אופן וואס איז באמת אומפארשטענדליך אביסל אבער דאס איז עס
ס'איז דא זייער אסאך תושבי סקווירא וואס זיי האבן געליטען דערפאר אבער אלע האבן געוואוסט פארהעלטענמעסיג וויפיל זיי קענען צוריק פייטן
יעצט איז אזוי ס'איז אלס דא מענטשן וואס זיי מאכן אפ ביי זיך איים גאנע סטענד פאר די וויקטיםס געווענליך זענען זיי די וואס זענען נישט געאייגענט דערפאר............ ווייל זיי זענען ווילד און היבש אינטערסאנט........... (וואס אגב איז דאס זייער א גרויסע פראבלעים ביי אונז אבער דערווייל האט דער פראבלעים קיין לעזונג)ביי מאלעסטעישן איז דאס נחום רז"ב און קר"י איז דאס געווען וואלדמאן און דא איז עס רויטענבערג
יעצט אפגעזען צו סקווירא רבי איז גערעכט צו נישט (מיין פרעזענליכע מיינונג איז אז ער איז אבסאלוט אבסורד) און אפגעזען צו רוטיענבערג טוט א גוטע זאך צו נישט (מיין פרעזענליכע מיינונג ווען ער מיינט עס ווען אביסל ערנסט וואלט איך אים געגעבן גערעכט) האט רויטענבערג מיט זיינע פעולות זיך אריינגעלזט אין א פייט וואס ער קען נישט געווינען
סאבטאטעל ווען ער מיינט עס ווען ערנסט איז איין זאך למעשה איז ער גארנישט אזא וואוילע שעפעלע ער האט געפייט ווייל ער האט געוואלט ווייזן האט מען אים געוויזן סאו לויפ נישט ארום ווי אזא שעפעלע מיט ליגענטס און כלומרשטע רחמנות
אבער דאס איז קלאר אז מזיק זיין א איד חלילה וחס
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/184258.html">http://www.kikar.co.il/184258.html</a>
דער קאווע איז בחינם א גאנצען טאג, צוליב...
שמחת בית סקווירא
שמחת כל בית ישראל...
שאול שפיצער איז יעצט ב"ה שוין אויפן וועג אהיים.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
וואס האט געדויערט 4 טעג?
עס געפעלט מיר ווי אזוי יענע שרייבט...............
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/ColumnArticle.aspx?id=91460&cat=4&scat=34">http://www.bhol.co.il/ColumnArticle.asp ... =4&scat=34</a>
ער שרייבט זייער ריכטיג, און טאקע פארדעם איז וויכטיג צו אויסנוצן די יעצטיגע געלענהייט און פארדאמען אזעלעכע זאכן, און נישט מאכן טענץ וואס וועט טאקע מעודד זיין די אלע שאולי שפיצער'ס צווישן אונז.
אין מיין בליק איז עס 100% פאלש.
די אמת'ע דרשה
דברים חוצבים להבות אש שנשמעו בהיכל הכולל פה בהשיכון יע"א בעש"ק עם חשיכה פ' וירא תשע"ה לפ"ק לפני חתנים מצויינים ואברכי הכולל עיון ע"י מקנא קנאת ה' צב-אות הרה"ג שליט"א חבר ביד"ץ ובנוכחות בנו בכורו של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
אונז האָבן גערופן די דרענגענדע אסיפת הסברה איבער די בייזע קלאַנגן וואָס גיין אַרום אויף דער גאַס איבער אונזערע עדה הקדושה כאילו אונז זענען נותן יד לפושעים חלילה און אונז זענען מרחם על האכזרים. מען בעט דער עולם בכל לשון של בקשה אַז אונזערע שמועס דאָ איז פנימי, אינערליך, ווייל מיט אונזערע שונאים איז נישט כדאי זיך צו טענהן און חלילה מיט זיי אַריינצוגיין אין אַ וויכוח. און כל שכן וכל שכן קל וחומר בן בנו של קל וחומר אַז אויף דער אבי אבות הטומאה דער אינטערנעט וואָס איז טמא ומטמא און אפילו אין גלות מצרים איז דאָס נישט געווען זאָל מען נישט גיין זען וואָס מען רעדט וועגן אונז און אוודאי זיך נישט טענהן. ווי עס שטייט פון צדיקים ואני כחרש לא אשמע וכאלם לא יפתח פיו, פתח בלשון ואני ומסיים בלשון נסתר, נאָר אַז מען מאַכט זיך טויב ווערט יענער שטום.
מען גייט שוין באַלד דאַווענען ממילא וועט מען נישט אויפהאַלטן דעם עולם נאָר עס זענען דאָ מענטשן בפרט בעלי בתים און אפילו בני תורה וואָס דרייען זיך אַרום מיט ספיקות און קשיות און מען דאַרף זיי ווייזן את המעשה אשר יעשון. אונז רעדן דאָ בשליחותו פון דעם רבין זאָל מאריך ימים ושנים זיין און ער האָט אונז געזאָגט אַז דאָס איז אפילו דוחה שבת. בפרט וואָס שבת איז שווערער אַז מען זאָל דאָס אָפּכאַפּן און אַרויפלייגן אויף יו עפּעס דאָרט אויפן אבי אבות. דער לעצטער מאָל וואָס מען האָט געדאַרפט טון פאַר כבוד שמים האָט דער בעל דבר אָנגעדרייט אַז מען זאָל וואַרטן ביז מוצאי שבת און אונז ווייסן אַלע נעבעך ווי מעשה שטן הצליח ר"ל. ממילא מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה.
ראשית כל זאָגן אונז אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו ומה יפה אֵשָתנו! נאָך די שווערע טעג איז עס נישט קיין שום ספק דער גרויסער סייעתא דשמיא פונעם רבין זאָל זיין געזונט און נאָך מער אַז אונז האָבן דעם רבין פאַר אַ מנהיג. כולנו בני איש אחד אנחנו און אָן אבינו רוענו ווער ווייסט וווּ דער דור שפל וואָלט היינט געשטאַנען. דאָס טאָרן אונז קיינמאָל נישט פאַרגעסן.
אונז גיין אין פייער אַריין פאַר דער כבוד פונעם רבין זאָל זיין געזונט נאָר אונז שלעפּן אַריין אַנדערע אויך. מע זעט עס ממש אין דער וואָכעדיקער סדרה ווי עס שטייט אין די ספרים הקדושים אַז אברהם אבינו'ס מסירת נפש ביי דער עקידה מקריב צו זיין יצחק איז געווען אַ סאַך גרעסער ווי ווען ער האָט זיך געלאָזט אַליין אַריינוואַרפן אין פייער.
בחורים און יונגעלייט! עטץ זאָלטץ וויסן אַז אויף ענק ווענדט זיך אַלעס. מע קען ענק נישט זאָגן דער צער און יסורים וואָס דער רבי גייט נעבעך דורך די טעג בצרתן של ישראל. ביקש יעקב לישב בשלווה און אונזערע יוסף וואָס ביי אים איז אויך געווען וינס ויצא החוצה האָט מען נעבעך אייגעשפּאַרט אין קייטן און פּונקט ווי יוסף הצדיק וגם פה לא עשיתי מאומה. לאָמיר נישט רעדן פון קדושת יוסף הצדיק בפרט אַז עס זענען דאָ חתנים אָבער דער רבי האָט אַליין מעיד געווען ווי אָפּגעהיטן ער איז. אפילו אין דער קאָרט האָט מען געזען ווי שאול בחיר ה' האַלט זיך אין שמירת עיניים.
און יעצט אַז דעם רבינס תפילות האָבן געפועלט ממש מיט עכטע נסים אַרוסצוציען שאול פון שאול תחתית פאַרגינען די עוכרי ישראל דאָס אויך נישט. ווער עס האָט אויגן אין קאָפּ קען זען אַז דער דזאָדז האָט אַליין געזאָגט אַז ער האָט אים נישט געוואָלט אַרויסלאָזן אין במשך דעם טאָג האָט ער זיך געטוישט זיין מיינונג. וויאַזוי טוישט מען זיך אַזוי דער מיינונג?
עטץ ווייסטץ אַז אין יענער מינוט איז געווען אַ מנין ביים ציון פון דער רבי ז"ל און ממש דעמאָלסט האָט מען געזאָגט משכיל לדוד בהיותו במערה. בכל צרתם לו צר און דער רבי אַליין איז געווען ווי איינגעשפּאַרט. און ווי ענדיקט זיך נאָר דאָרט הוציאה ממסגר נפשי להודות את שמך בי יכתירו צדיקים. מען דאַרף זיין בלינד מיט שנאה דאָס נישט צו זען. און נאָכדעם האָט מען טענות אַז מען האָט געטאַנצן וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק. יאָ עס האָבן זיך געהויבן די הערנער פון דעם צדיק וואָס בכור שורו הדר לו און וראו כל עמי הארץ אַז ער קען אויך קאָפּן. בדרך צחות קען מען אפילו זאָגן אוביו אלביש בושת ועליו יצי"ת נזרו.
מורי ורבותי עס איז נישט קיין צייט צו לאַכן ווייל דעם רבין זאָל זיין געזונט גייט עס בדמו ובנפשו. וואָס מען שמועסט דאָ קען מען נישט אַרויסלאָזן אויפן גאַס כדי מען זאָל אונז נישט חושד זיין אַז צווישן די אריות שבחבורה וואָס אונז האָבן דאָ צאַמגערופן איז מען חלילה מהרהר אחרי רבו. נאָר אין מזרזין אלא למזורזין אין יעצט ווען די נסיונות זענען גרויס איז איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. איז לאָמיך ענק זאָגן הויך: איך האָב אויך געטאַנצן, ביים רבין האָט מען נישט געזאָגט תחנון יענעם טאָג און איך שעם מיך נישט און עס איז נישט דאָ וואָס זיך צו שעמען. דידן נצח!
אונז זאָגן בפה מלא דער שטעטל איז אונזער און דער וואָס וויל זיך נישט צושטעלן קען זיך אָפּטראָגן פון דאָ. און אַז ער גייט נישט מיט גוטנס ווען מען אים שוין ווייזן דער וועג. און דער וואָס וויל מיט אונז נישט דאַווענען זאָל בלייבן אין דער היים און בעסער נישט דאַווענען. וווּ איז דאָס געהערט געוואָרן אַז מען דאַווענט זיך וווּ מען וויל? אין די צייטן פון דער בית המקדש אַז מען האָט נישט געקענט קומען אין בית המקדש האָט מען חלילה געמעגט מקריב זיין אויף אַ במה? פּליצלינג ווילן זיי גיין מבקר חולים זיין אין דער מושב זקנים נאָר קראַנק מאַכן דעם רבין זאָל מאריך ימים ושנים זיין דאָס שטערט זיי גאָרנישט. זקני עם הארצים כל זמן שמזקינים...
אפילו דער וויזוי הייסט ער נאָר, איך ווייס נישט צי מען מעג אפילו אַרוסזאָגן זיין נאָמען, דער שמעלצער צ האָט אונז איינער געזאָגט וואָס איז נכשל געוואָרן אים צו הערן אַז ער זינגט אַז דער רבי ז"ל האָט געזאָגט צו ר' יוסף שלמה אַז אים שטערט אויף אַנדערע וואָס זענען אין שטעטל. אפילו ער מיט זיין פאַרגוישטער קאָפּ פאַרשטייט אויך אַז דער רבי האָט צו זאָגן ווער מעג דאָ וווינען און ווער נישט. דאָ אין אַמעריקע שרייען זיי אַלע איז דאָ רעליזעס פרייהייט, נו, דאָס איז אונזערע רעליזען. אונז האָבן שוין אַמאָל אַוועקגעלייגט די טויטע פון די יענע חברה כידוע און אונז דערשרעקן זיך נישט דאָס נאָכאַמאָל צו טון. דעם וואָס געפעלט נישט קען זיך אָפּפּיצן קיין מאָנסי אָדער עפעס אַן אַנדערע עיר הנדחת.
זאָל קיינער נישט חלומען אַז מען קען שוין יעצט טון וואָס מען וויל. מלכים ושרים משכימין לפתחו פון דעם רבין זאָל לעבן. די כוחות פון דער סטרא אחרא האַלטן זיך אין איין פאַרלייגן אָבער דער רבי קומט זיי ביי. וויפל טעות עכו"ם מען מאַכט נאָר אַלץ דאָ, פאַרשטייט זיך מיט אַ היתר, און מען האָט קיינעם נישט געכאַפּט. און ווען מען האָט איינמאָל יאָ געכאַפּט האָט דער רבי זיך אַריינגעלייגט באמת הבנין און דורך קלינטאָן זיי אַרויסגענומען מעבדות לחרות. און קוקץ ווי זי איז היינט מצליח בכוחו של אותו זקן. ר' חיים בערגער ז”ל איז טאַקע אַוועק על קידוש השם לא עלינו און דאָס איז געווען ווי דער רבי האָט געזאָגט להורות תשובה לרבים. ווער געדענקט נישט ווי דער רבי האָט געוויינט ביים לוויה אשריך שנתפסת על דברי תורה. איז וואָס מיינט דער ...אַז ער איז חשובער ווי ר' חיים ז"ל.
אַנשטאָט ער זאָל זיך מאַכן אַ חשבון הנפש ווי דער פסוק זאָגט כי אש יצאה מחשבון וואַרפט ער זאַלץ אויפן רבינס וווּנדן. איך זאָג ענק ער מיינט ער איז שוין אָפּגעקומען אָבער כי אש קדחה באפי ותוקד עד שאול תחתית. דער רבי זאָל לעבן איז מוותר אויף אַלעס און דאָך האַלט ער אין איין זאָגן אַז פון דער גיהנום פייער וועט ער נישט אַזוי לייכט ניצול ווערן.
ער וויל מען זאָל צו אים אַפּאָלאָזייזן. זאָגץ מיר משה רבינו האָט אַפּאָלאָזייזד צום מצרי? פנחס האָט אַפּאָלאָזייזד צו זמרי? אים איז איינגפאַלן אַמאָל אַפּאָלאָזייזן צום רבין פאַר די צרות וואָס ער האָט דעם רבין אויסגעטיילט? מען האָט אים געצאָלט מיליאָנען ווייל דער רבי איז מוחל על עלבונו איז וואָס וויל ער יעצט?
ר' משה טויבנפעלד האָבן זיי אויסגערודפט און געהאַט טענות אפילו ווען די גויים האָבן אויך מסכים געווען אַז ער איז אומשולדיק. יעצט שאול האָט מען געשטראָפט און ער האָט געשמאַכט דריי און אַ האַלב יאָר און דאָס איז זיי אויך נישט גוט. ווען מען וואָלט אים דעמאָלסט משתיק געווען וואָלט מען היינט געהאַט מנוחה איז מען ליידער אין גלות און דרך רשעים צלחה.
בכלל דער טפשות פון אוזערע שונאים איז נישט צו גלייבן. די טענה אַז מען האָט געוואָלט הרגנען אַ גאַנצע משפחה איז אַזוי קינדעריש און פשוט אַזוי פאַרבלענדט זענען זיי מיט שנאה אַז מען זאָגט עס נאָך ווי תהילים ביי אונז שבת אינדערפרי. און אַז ער האָט געמאַכט אַ טעות נו זיי זענען דען בשלימות?
דער רבי ז"ל האָט געבויט דער שטעטל און אונז וועלן זיך פאַר קיינעם נישט פאַרענטפערן. וווּ נאָך אין דער וועלט איז נישט דאָ צו טרעפן פון די יענע חברה. אין דער טומאת אַמעריקע איז דאָ איין אינזל פון קדושה וטהרה און דאָס ווילן זיי אויך אונטערברענגן.
לאָמיר מסיים זיין מיט אַ וואָרט אַז ביי די אשכנזים, די מתנגדים, זאָגט מען יעצט במה מדליקין און ביי חסידים זאָגט מען אין הודו יושבי חושך וצלמות אסירי עני וברזל. אַזוי גייט עס מאז ומתמיד און דאָך זאָגט מען נאָכדעם יודו לה' חסדו ווען זיי ווערן באַפרייט. די מה יפיתניקעס זיי וואָלטן געוואָלט אַז חלילה מען זאָל נישט דאַנקן און לויבן פאַר די חסדי ה’ אָבער טרונקן דער בלוט פון דער צדיק הדור דאָס איז מותר.
איך וועל ענדיקן מיט יפרח בימיו צדיק ורוב שלום עד בלי ירח, ביים צדיק איז ורוב שלום אָבער ביי זיי איז אין שלום אמר ה’ לרשעים. און דעמאָלסט בלי ירח אויף אַ נאַכט אָן אַ לבנה קען מען ברענגן אַ סוף צו די דערנער אין אונזער הייליקע וויינגאָרטן דער כרם ה' צבקות און מקיים זיין בשלימות ובערת הרע מקרבך און עס זאָל מקויים ווערן לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי אמן. גוט שבת.
צייכן אן די שינוים וואס דו האסט געמאכט דאס צו ריכטיג מאכן.
ס'הייסט עפעס אז אין סקווער גייט מען הענגען אפאר חברה וואס האבן ארויסגעליעקט די דרשה
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
דאס איז טאקע נישט א פאקטישע דרשה וואס איז געזאגט געווארען אבער דער מציאות איז ליידער נישט צו ווייט פון דעם
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
אונז דארפען מיר צו גלויבען אז ס'האט געקענט געדרשנ'ט ווערען, און צופלאצט זאלען ווערען אלע שונאים וואס האסען סקווער און שנאה מקלקלת את השורה, ביז ס'איז נאך מעגליך אז געווענדליכע קלוגע ניקס קענען ארויסשרייבען אזא מאדנע גלויבונג אז דער רבי איז נישט בארעכטיגט איינצוטיילען ווו איינער זאל דאווענען, ביז זיי טראכטען נאך אז אנשטאט'ס דער רבי זאל אפפיצען טאמער עפעס אין שטעטל געפעלט איהם נישט, זאל גאר דער אנדערע אפפיצען!
דער חילוק פון דיר מיט אים. אז דו גייסט פון דא וועט קיינער נישט צירוקרופן
וואו איז מנשה לוסטיג? - אונז פלעגן זיך מחיה זיין מיט אים...
די בעלזער-מאכנובקער רבי איז דאך אויפגעצויגן געווארן אין סקווער, איז דארף ער דאך האבן עפעס הכרת הטוב. און חוץ פון דעם ווייסט ער וואס איז גוט פאר עם (די סקווערער האבן עם שוין צוגענומען דעם נאמען בעלז, און באלד גייען זיי עם אויך צונעמען די נאמען מאחנובקא).
/
ובזה יצאת ידי חובתך במחאותיך
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
אינטרעסאנט, דער בעלזא-מאכנובקא האט גארנישט מיט שפיצער. נאר וויבאלד ער איז געווען צוגאסט אין סקווער און געוואלט טוהן רצון צדיק, האט ער אזוינס געטוהן. איז קום מיר נישט פארציילען אז די גאנצע זאך איז נישט על דעת די הויכע פענסטער'ס.
נאכדעם וואס די שרייבער חיים ולדר איז לעצעטע וואך שטארק ארויס קעגען סקווירא, האט ער צוריק געצויגן, שרייבנדיג אז ער האט נישט ארויס געהאט די גאנצע בילד.
סרטון שהופץ ברשתות החברתיות בשבוע האחרון בו נראים חסידי סקווירא כשהם צוהלים לזיכוי של נער שהצית בית ופצע קשות אברך, עורר סערה וגל גינויים, הבולט שבהם היה איש החינוך חיים ולדר אשר כתב דברים חריפים מאוד וגינה את הריקודים. הערב אחרי שחסידי סקווירא טענו בכל תוקף כי הסרטון אינו מייצג את החסידות, הבהיר: "טעיתי לחשוד בקהילה זו כאלימה"
בשבוע האחרון שוחרר לביתו בחור צעיר חסיד סקווירא אשר שהצית את ביתו של אחד ה"מורדים" באדמו"ר הוא נפצע קשה מאוד ונזקק לטיפולים קשים ולשיקום ארוך ומייגע עוד יותר, אך כאמור, הבחור שהצית את הבית שוחרר מאחר והוא היה צעיר מכדי לשאת באחריות, בעקבות הזיכוי הופצו ברשתות החברתיות סרטון בו נראים חסידי סקווירא רוקדים וצוהלים לרגל זיכוי.
הדבר עורר סערה רבתי בקרב בני המגזר החרדי אשר ראו בריקודים האלו כמו נתינת לגיטמציה מזעזעת לאלימות קשה ולשריפת בתים, הבולטים שבמוחים היה איש החינוך חיים וולדר אשר כתב דברים חריפים מאוד וגינה את הריקודים. הערב, אחרי שחסידי סקווירא טענו בכל תוקף כי הסרטון אינו מייצג את החסידות וכי כולם בחסידות מגנים בשאט נפש אלימות מכל סוג, התנצל הסופר וולדר, בשיחה שנתן לאתר כיכר השבת סיפר כי "בעקבות הדברים הנוקבים שהשמעתי בנושא ריקודי השמחה בסקווירא, יצרו עימי קשר גורמים מתוך החסידות והציגו לי עובדות שלא היו ידועות לי טרם השמעתי את הדברים, מכיוון שמעולם לא היה לי דבר וחצי דבר נגד סקווירא, ומכיוון שהאמת נר לרגלי עלי להציג את העובדות".
וולדר המשיך "אציין כי אינני חוזר בי מגינוי מצב בו חברה מעודדת יחיד שפעל באלימות קשה כנגד הזולת, אך העובדות שהוצגו לי מלמדות כי הסרטון בפירוש לא הראה את המציאות ואת הלך הרוח בחסידות חשובה זו, ולכן החלטתי להשלים ולהציג את הידוע לי כיום"
"הוצג לי מכתב רשמי משנת תשע"א (עת האירוע) על הבלנק של החסידות ובו גינו חד משמעי למעשיו של הנער וזאת בחתימת הנהלת הקהילה, המוסדות והבד"ץ של סקווירא. שנית הבהירו לי כי האדמו"ר וכן בנו בכורו גינו בחריפות ובפומבי את מעשה האלימות. בנוסף לכך מונה ועד מיוחד שיפעל למניעת אלימות בקרב הקהילה (למרות שמדובר במקרה בודד)". אמר.
"העסקנים סיפרו לי כי לאחר האירוע הקשה התקיימו עצרות לאמירת תהילים לרפואת הנפגע ובמעמד הושמע גינוי למעשה. כמו כן במהלך הערעור, השופט (הגוי) הצהיר כי הוא מכיר במאמצי קהילת סקווירא לגנות את האלימות ולעשות הכל למען השלום"
"בעניין הסרטון שכולנו ראינו וגרם לי לצאת מגדרי הרי שמסתבר כי באמצע הריקודים יצאה הוראה שלא לנגן שום פסוקים הקשורים בניצחון ונקמה ברשעים. מבחינתי זה הרבה יותר מכפי שהייתי מצפה".
ולדר חושף כי עסקני הקהילה ציינו בפניו ש"חסידות סקווירא חתמה עם המותקף הסכם שלום במסגרתו קיבל למעלה משלוש מיליון דולר פיצויים, (ההסכם נמצא בידי) ואילו הוא לאחר שקיבל את הכסף, ואף כתב לבית המשפט סמוך להסכם להקל בדינו של הנער, הרי שבערעור חידש את המלחמה. דרש להותיר את העונש ואף להחמיר בו עד שאפילו השופט הביע את תמיהתו על התפנית הזו בעמדתו של המותקף".
"לאור כל זאת ראיתי עצמי מחוייב, לפנות לאותה במה בה פרסמתי את דברי הגינוי, שבאו מכאב מעומק הלב על מה שראיתי במו עיני כעידוד למעשי אלימות במחנינו ולהודיע כי בשעת אמירת הדברים לא היתה בידי התמונה המלאה, ולפיכך הנני מבהיר את הדברים כתשובת המשקל. אני בטוח שכל אלה שתמכו בדברי ישנו את דעתם בעמדם כמוני מול העובדות שרק חלק מהן רשמתי כאן".
עוד הוסיף וולדר "אציין כי העובדה שחסידי סקווירא פנו אלי בנעימות ובמכובדות, ולא בדברי איום, מאד סייעה לי לראות את הדברים נכונה ואני מציין זאת כדי להדגיש עד כמה ניתן להשפיע בדרכי שלום יותר מדרך של כעס ומריבה, ופרט לכך זה שימש לי כהוכחה נוספת לכך שטעיתי לחשוד בקהילה זו כאלימה", אומר ולדר לסיום, "אני מודה לידידי הרב חנוך זייברט ראש עיריית בני ברק, שתיווך ביני ובין ראשי הקהילה, ומקווה ומאמין שדברים אלה יתקנו את הדברים הקשים שנאמרו על ידי כנגד הקהילה הקדושה
[ציטאט אראפגענומען]
וואס מיינט אז ער גייט צאלן א פרייז ווען ער גייט צו מאכניווקע ... פארוואס ? וואס איז פשט פין דער ווערטער?
איך בין פשוט זייער נייגעריג וואס איז דער כוונה דערפין
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ווי טרעפט מען די מאמר פון חיים ולדר אליינס?