זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
מנשה לוסטיגsunbarמנשה לוסטיגס'איז א דבר פשוט, די מנהיגי הדור האבן די רשות צו באפעלן וואס יא און וואס נישט. אין פיין וועלי האט דער רבי אויך געשיקט א מנין די גאנצע ימי הרחמים והרצון, אין פרידוואלד איז געווען א פשוטע קליקע שלא ברצון חכמים, און מיר מצייתים לדברי חכמי הדור, האלטן דאס ערליך אז ווער ס'איז עובר על דברי חכמים נידון ברותחין
טאמער האלט איר טאקע אזוי, דעמאלס פארוואס ביסטו נישט געקומען זאגן דאס אין געריכט?
אפשר וואלט דער ריכטער פארשטאנען אזוי ווי די?
יעצט זיצט ער נאר צוליב דיין נישט זאגן.
ווער האט דאס טאקע איינגעפירט צוגיין אין ערכאות?? כ'הער נישט..
האט ראטנבערג איינמאל פראבירט צו רעדן מיט סיי וועלכע יידישע רב?, האט ער איין דעת תורה אויף זיין זייט? ווי קומט דאס אז מנשה לוסטיג זאל אריינטרעטן אין ערכאות און געבן אנערקענונג פארן פאקט פון מסר'ן א יוד. נישט איינמאל און נישט איין יוד.
און דו פרעגסט נאך, פארוואס איך האב נישט אויפגעטרעטן? האב איך דען נישט גערעדט פאר די מידיע עטליכע מאל?
איך טייל קיינעם נישט איין וואס צו טון... אבער אז זיי זענען שוין געווען אין געריכט און די וואלטסט אפשר געקענט ראטעווען דער בחור, דעמאלס פארשטיי איך נישט ווי אזוי די קענסט נאך באווייזן דיין פנים אין פאבליק.
איך האלט נישט אז מ'דארף ראטעווען, איך האלט באמת אז די וועלט איז אין גלות פון אפיקורסת.
מ'גלייבט נישט אין קיין איין נארמאלע מנהיג, נאר טאמער ער גייט איינגעבויגן מיט א הויקער און קענען נישט הערן און וויסן פון די וועלט. דעמאלטס איז ער כשר צו הייסן ביי די ברייט בייכיגע בעל בתישע שכל א צדיק.
אבער אז איינער וואס טוהט אויף פאר לתקן עולם במלכות ש-ד-י-, און ווייל ער לאזט נישט צו די פורצי גדרים ביי זיך אין שטעטל, ווערט ער אויסגעשמירט מיט אזעלכע ווערטער וואס פאר א רשע בן רשע האט מען ווען אמאל 'ביי אונז אזוי גערעדט.
יא ביי ענק איז נארמאל אז אלע אויסער די איינגעהויקערטע רעבעס, זענען פוי שייגעץ, אבער ביי די אמת'ע ממשיכי דרך הבעל שם, איז נאר דער א מנהיג וואס פירט טאקע, נישט וואס מ'פירט עהם..
ובכן, ווער ס'זיצט צוליב מסירה פון עפעס א בשר צלי כאילו צלי לשליש.. איז שוין קיין רחמנות, ער איז דער שליח ציבור פאר אסאך צרות וואס וואלט ווען געקומען, און גאר גרויסע זענען געזעצן פאר ענליכע זאכן, און גאר גרויסע זענען געווען גרייט פאר מסירות הגוף ונפש פאר אזעלכע קנאות, אני הקטן בין נישט גרייט דערויף, אבער כאטש געב איך צו הסכמה צוזיין גוטהייסונג, אז שאולי האט ליב צו הערן מיין ווארט זאג איך עס.
און באמת, ווייל מיינע ווערטער קומען אן צו עהם, שרייב איך עס, גארנישט פאר קיין צווייטן.
השם ישמור, וויפיל לייבי קלעצקיס וואלטן נאך פאסירט, ווען די חרון אף וואלט נישט איינגעשטילט נאך די מיאוסע ביזוי תלמידי חכמים אין גרויסן. און דא רעדט מען נישט פון קיין תלמיד חכם וואס האט אמאל ווען ארויסגעגעבן א שיינע ליקוט ספר, און צוגעגעבן פארן בעט לייענער נאך א פירוש אין אחרונים.
נאר דא האנדעלט מען פון איינער וואס טויזענטע יודען פארלאזן זיך אויף זיין ווארט אויף זיין וואונטש, און זיין חיזוק ווארט איז זייער איינציגע נחמה, זיין ברכה איז די פאקטישע ישועה פון אומצאליגע חשוכי בנים און נצרכים למיניהם. די מיאוסע ווערטער וואס די צייטונג לייענער האבן דא נאר גענוצט, איז דאך א סתירה מיטן פאקט זיך פאר'רופנדיג חרדישע יוד, ווען אונטערהאקן א יידישע מנהיג חוזק מאכן פון די יידישע פירער לייקענענדיג אין המשכת קיום התורה, אוועקנייגענדיג פון די דרך התורה בשאט נפש, און נאך רחמנות האבענדיג אויף א עוכר וואס וויינט קראקאדיל טרערן אוי וויי מאמי א בו בו..
א בו בו ? טויט פאר די שונאי ישראל, טויט פאר די מלעיגים במלאכי אלוקים. לעבן זאל די תורה און אירע שטיצער
האסט נישט געענפערט וואס איך האב געפרעגט...
זאג ביי דיין רבי איז א גערעסער פירצה צו דאווענען אינדרויסן אדער צו פארברענען יענעם?
זאג ביי דיין אייבירשטער איז א גרעסערע פירצה עריות אדער שטעכן יענעם
צו מער האקעלער.. ביי דיין תורה איז ערגער לשון הרע אדער ווארפן צום הונט
איינס איז בין אדם למקום איינס בין אדם לחבירו, ס'נישט קיין פארגלייך.
איך זאג עס איינמאל און נאכאמאל, דעת תורה איז היפוך דעת בעל הבית, די תורה הייסט פאלגן רבנים, נישט געפילן
אבער די תורה זאגט נישט אז דיין רבי האט א דעת תורה
ווער יא? וועלכע רב האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון ראטנבערג ש''ט ?
בלויז אפאר פארמאסקירטע ביציקל דרייווער האבן זיך פארגעשטעלט, מיט א אפגעשוירענעם איידים מיט פיל נחת, און צוויי טאכטוירים און א בן יחיד א פלאכס..
איז דא איין! דעת תורה, איין היינטיגע לעבעדיגע רבי רב מנהיג פוסק בדין ישראל, וואס האט געזאגט דער ראטנבערג איז זכאי?
דאס אז מ'טוט נישט אזאנס, דאס ווייסן מיר אויך, דאס איז א אויסנאם פאל, ווען בלעם ניצט קול קול יעקב, ניצן מיר עשיו'ס מאטאד. ווייל דעם שפראך פארשטייט ער.
ווילאנג ס'וועט זיין, און ער וועט זיצן, אבער ראטנבערג איז א פארזיגעלטער
וועלכע רב האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון דיין רבי'נס באטלער?
האלטס,
ער זאגט דאך עפעס א טענה.
פארוואס האט זיך טאקע קיינער נישט אנגענומען פאר ר"ב?
וואס איז טאקע פשט?
די תירוץ איז,
יעדער האט מורא פין נאך א צינדער!!!!
וואס פעלט אויס די צרות?
מנשה לוסטיגדיין מעגעלע קרייען הער איך א גאנצע צייט, יעצט לאמיר הערן די דעת תורה, כ'האב דאכט זיך נישט געשריבן דעת טורא און כ'מיין אז מ'ספעלט עס דעת תורה נישט טורא.
לאמיר הערן די דעת תורה
כאפסט נישט קיין וויצן? קעי כאב נישט געוואוסט, אבער יעצט ענטפער מיר מיין קשיא.
מנשה לוסטיגוויפיל לייבי קלעצקיס וואלטן נאך פאסירט, ווען די חרון אף וואלט נישט איינגעשטילט נאך די מיאוסע ביזוי תלמידי חכמים אין גרויסן.
מנשה מעיגסט שוין ארויסגיין פון דיין באקס
עטס האטס אזא מזל אז לייבי קלעצקי האט פאסירט ממש נאך די מעשה האש ווען נישט וואלט מען נאך אלטץ געקאכט וועיגן דעים!!
איך האב איין גראבע קאשע
די גאנצע סטארי איז געשען אין מיין געבורט שטאט, אין מיין בעק גארטן, און איך בין דאך קלארזיכטיג באקאנט מיט אן א שיעור פרטים, סיי ווער שפיצער איז פערזענליך ווער ראטנבערג איז פערזענליך, ווער סקווערע רבי פערזענליך, וואס סקווער איז פערזענליך, כ'קוק ארויס פונעם באקס - ווי איר רופט עס, און כ'זע נישט וואס איז אזוי הערליך אינדרויסן, אין אנדערע הויפן צו קהילות.
קאשע נאמבער וואן, ווי זענט איר אזוי פארטין דערין, און מיט אזא זיכערקייט און קלארקייט, ווען אלעס האט איר מקבל געווען יד על יד, מפה לאוזן, און מיטן טעצל פון שנאת החסידות ומנהיגיהם.
קאשע נאמבער צוויי וואס איז באמת די זעלבע קאשע. וואס ליגט איר ביי מיר אין טאפ? און שרייעט אז איך בין גאר פארקלאמערט און פארהאנקערט ערגעץ ווי אין געפענגעניש.
די מציאות איז, אז איך קען די וועלט קלאר זיכטיג, און כ'האב געוואוינט אין די וועלט כמעט צען יאר, און כמעט נישט קיין געהאט קיין שייכות מיט סקווער, זייענדיג מעבר לים.
מיין מסקנה איז, אז דאס איז שנאה מחמת קנאה, ווייל ביקשתי ברחובות ולא מצאתי את שאהב נפשי, דער קלוגער וועלט פארזארגער דער וואס האט אויף זיינע פלייצעס יעדנס דאגות און נעמט נישט קיין פעני דערפאר.
כ'בין צוריקגעקומען פון ווי כ'קום, און כ'האב אויסגעזאגט דעם סוד, די קליקע וואס רעדט זיך איין אז אינדערויסן וואקסט גאלד, ס'ליגענט! ס'גלאנצט פון פליגען איבער צואה, מחלוקת פעטש פראסקעס פייער וואסער רדיפות, איז נישט די היסטאריע פון מיין עיר מולדת, פונקט פארקערט, פון ווי מיין רבי איז אנטלאפן און וואס ער לאזט נישט אריין ביי זיך, דאס איז די צבוע, די גלאנציגע איינרעדעניש פון 'די וועלט' די קלוגע וועלט וואס געבט גארנישט, נאר קריטיק און אין מינוטן פון נויט, קומען זיי גאר אהער דא צו מיין שטעטעלע שנארען 'אן בושות'! ווען נעכטן האט איר געשאלטן, אונזער געלט איז גוט, אונזער אייגענע ברודער קרוג איז אייער הנאה.
זיצנדיג אינעם שיסל האניג דא, קוק איך ווידער זיך אום, אפשר אינדרויסן איז שוין דא עפעס חדשות עפעס אמת, עפעס רוחניות, עפעס וואס איז נישט געפ'פאפט, כ'פראביר שמעקן ס'שטינקט! די קעפ ליגן דארט אין פאליטיק אין קינדער שלעגעריי, ביי די ליטאים ביי די מודרניים ביי די סיקריקים צוגלייך.
און שטעקן נאך אריין די קאפ ביי אונז? אויך דא ווילן זיי אנשטינקען? מיר זעמער אינעם תיבה, ס'שווימט אקעגן משיח.. מיט גדולי ישראל פוסקי הדור חסידים ואנשי מעשה אויפן דעק.
לשון הרע קעץ און הונטן קעפ, לעקטס ראץ און בייסט נעגל, ווי אר הער טא סטעי! מיר האבן א לעבעדיגע גאט א לעבעדיגע רבי א לעבעדיגע תורה א לעבעדיגע חסידות, ס'איז געלעבט!
חסידים ילכו בם, ופושעים יכשלו בם
טשירי בירי באם באם
ביי דער וועי עס איז דעת תורא נישט דעת טורא.
און וואס נאך?
איך פראביר צו מאכען עפעס סענס פין דעם וואס די שרייבסט און איך קען נישט.
טוה א טובה און שרייב נאר א קורצע תשובה אויף דער איינע שאלה,
איז שפיכת דמים מותר ווען מען פאלגט נישט דער רבי אדער אוז עס אסור?
בחדרי האט געהעריג אהער געמופט, די אלע פערדישע פלוידערייען פון דעם חסיד שוטה שטייט מען און מען דעבאטירט דא. איך האב געמיינט דא דרייען זיך אידן בעלי דעת.
נא, איך קען אויך מאכן א טעות
נאך אביסל און דער אשכול קען זיך דערקייקלען אין פח הזבל, אין צימעס אריין.
--
הדד האקט. גוט געזאגט!
איך האב געוואלט קלאר זיין אין וואס מנשה האלט. ער האט עס נישט קלארער געמאכט. איי געס איי וויל ליוו...
איך בין נישט דא צו האקן אויף קיינעם....
בין איך די איינציגסטע דא וואס וויל מנשה זאל שרייבן נאך זאפטיגע שטותים?
זאל ער עס שרייבן אין זיין ביך.
איחוד פעלדהאלטס,
ער זאגט דאך עפעס א טענה.
פארוואס האט זיך טאקע קיינער נישט אנגענומען פאר ר"ב?
וואס איז טאקע פשט?
די תירוץ איז,
יעדער האט מורא פין נאך א צינדער!!!!
וואס פעלט אויס די צרות?
דו גייסט שוין צי ווייט, זיי האבן מורא.
סאיז נישט זייער דזשאב זיי זענען דא צי אסר'ן מיוזיק סידי'ס, און פארן קיין פלארידע.
לדעתי איז פאראן פיר אפציעס, וואס עס ברענגט מנשה צו שרייבן אזעלכע שטותים:
1. ער וויל זיין ווי מער עקסטרעמער, אריינפירן דעם עולם אין פערזענליכע אטאקעס און צוברענגען דערצו אז די הנהלה זאל דאס אפשפארן, מאכן אז מען זאל מער נישט קענען רעדן פון סקווירא.
2. מנשה איז בעצם פון דער צד שכנגד און כדרכו של מנשה וויל ער חוזק מאכן פון די חסידים, און זיך מאכן פאר איינע פון זיי, ארויסברענגענדיג די לעכערליכקייט און נארישקייט ווי אזוי זיי פירן זיך אויף.
3. מנשה איז סתם א לץ און נאך א צוואנציג בלעטער וועט ער געבן א הילכיגן געשריי "קאלעוואר..." - עטס האט טאקע געמיינט אז איך בין אזוי משוגע? - און איר האט זיך נאך געדינגען מיט מיר.
4. מנשה איז טויט משוגע... שכל פון א קליין קינד. מאיזה סיבה האט ער גענומען א זייט און שלאגט זיך מיט יעדע נארמאלע דעה, שעלטנדיג מיט אלע זאפטיגע לשונות אויף אן אומפארשטענדליכן פארנעם, נישט ענטפערנדיג קיין נארמאלע תשובות. בקיצור... א געזונטער משוגע'נער, וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן.
איך האף אז עס איז נישט נומער 4.
איין זאך פארשטיי איך נישט: ווי אזוי לאזט עס סקווירא צו? - פארוואס מאכן זיי נישט שטיל דעם משוגע'נעם? - שעמען זיי זיך נישט דערמיט?
דאס מאכט מיר טראכטן אז די אמת'ע סיבה איז 1 אדער 2.
מורינו אפשר איז דא א זעקסטע זאך און דאס איז אז מנשה איז א גרויסע חסיד און מיינט עס ערענסט און אזוי ווי ער זאגט ער וואוינט דארט און קען די זאך פון די נאנט...
מנשה מנשה קיפ אפ
איך האב מוראדיג הנאה פון דיין שרייבן
עס ברענגט ארויס צוויי גוטע נקודות
1) א לימוד זכות אויף שפיצער אז ער איז נעבעך אזוי בארירט און איגנארענץ געווען ווי א שטייגער זיין חבר'ל ידידנו ר' מנשה
2) מיין שטארקע טענה אויף די הנהגה אין סקווירא וואס איז מצמצם די מוחות {אויב סאיז דא} און מען מאכט זיי נעבעך אינגאנצן פארסקווירא'ט, און דערפאר טראגן זיי בלוט אויף די הענט.
אין די מעלות יארן צוריק איז געשטאנען ביי קליינע אוצרות, אז א סקווירעל {די חי'} הייסט אזוי ווייל עס האט א קליינע קאפ און א גרויסע שוואנץ...
איך רעדט נישט פון די עולה שבה, אז מען טאר עס נישט שרייבן, אין א היימישע אויסגאבע, אבער די פוינט איז ווערט געווען.
צו אזוי צו אזוי, פרייליך דארף מען זיין.
[אין סקווער זאגט זיך א ווערטל, אז א מזל מנשה איז א סקווערער, ווען נישט וואלטן זיין געמוזט האבן א צווייטע מנשה זאל אפשלאגן די פסוקים וואס ער וואלט געהאט אקעגן..]
מנשה לוסטיגווער יא? וועלכע רב האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון ראטנבערג ש''ט ?
בלויז אפאר פארמאסקירטע ביציקל דרייווער האבן זיך פארגעשטעלט, מיט א אפגעשוירענעם איידים מיט פיל נחת, און צוויי טאכטוירים און א בן יחיד א פלאכס..
איז דא איין! דעת תורה, איין היינטיגע לעבעדיגע רבי רב מנהיג פוסק בדין ישראל, וואס האט געזאגט דער ראטנבערג איז זכאי?
דאס אז מ'טוט נישט אזאנס, דאס ווייסן מיר אויך, דאס איז א אויסנאם פאל, ווען בלעם ניצט קול קול יעקב, ניצן מיר עשיו'ס מאטאד. ווייל דעם שפראך פארשטייט ער.
ווילאנג ס'וועט זיין, און ער וועט זיצן, אבער ראטנבערג איז א פארזיגעלטער
ר' ז"ל פיליפ האט עמטליך מוחה געווען אויף די גאנצע סקווירא באהערדע, און אבד"ק וואדרידש איז עפעס א מאפל קינד?
טעות, מנשה פיליפ האט מוחה געווען, זלמן לייב פיליפ האט נישט מוחה געווען, אדרבה אז דו ברענגסט א אודיו ווי מ'הערט זיין קול מוחה זיין, ממילא.
אבקק וואודריש איז קיין פוסק און אפילו יא איז נישט געווען קיין דרשה ברבים אויסער מנשה פיליפ
לאזט'ס מנוחה מנשה'נען, ער דארף זיך אריינגיין געזעגענען און זיך צאמפאקען, מארגן פארט מען קיין לאנדאן! דרך צלחה!
villagerלאזט'ס מנוחה מנשה'נען, ער דארף זיך אריינגיין געזעגענען און זיך צאמפאקען, מארגן פארט מען קיין לאנדאן! דרך צלחה!
וואס איז אין לאנדאן?
מסתמא אלס לא טוב היות אדם לבדו, פון לאנדאן פארט מען ווייטער קיין א"י, ס'וועט זיין מנשה'ס ערשטע מאל אינעם הייליג לאנד.
מנשה לוסטיגאבקק וואודריש איז קיין פוסק און אפילו יא איז נישט געווען קיין דרשה ברבים אויסער מנשה פיליפ
אבד"ק וואדרידש איז נאך אזא פוסק ווי די סקווירא דיינים און ער האט נאך אזוי מוחה געווען ברבים אויף די סקווירא רבי מיט אלע דיינים ווי די רבי דיינע האט מוחה געווען אויף די מעשה רציחה אליין! איך האב דאס אליין געהערט ביי שלש סעודות תורה אין וואדרידש! באזניי שמעתי!
הערטס אויף קינדער די טעמא איבער דער סקווירא רבי איז זיינע דיינים קענען גיין אין צימעס, דארט קען מען פארהאדלען די האנטוכער, די סטעידזש, זיינע שטענדערס, ועל כולם זיין שעטנז פריי בענקל, אנטשולדיק שטוהל...
דא אין דעם אשכול איז מיוחד בלויז פאר די עגמת נפש וואס דער רבי האט געהאט, ווען א בחור האט זיך געקליטשט פון "סקווירא דרך" וואס איז דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום, אין געגאנגען בזדון, ובמחשבה צום יענעם אדרעסס אין געשיכטע ווייטער איז שוין באקאנט. אין די תוצאות איז אז זיין פאטער און מוטטער וועלען נישט זיצען מיט איהם אינאיינם ביי איין שבת טיש פאר לאנגע יארען, אזוי לאנג ווי ער זיצט כאחד הריקים אין א מערדערישע תפיסה.
איין דבר חיזוק אז סקווירא עסקנים ארבעטן שטילעהייט גרינגער צו מאכען זיין אורטייל, ווייניגער יארען, הויז ארעסט וכו' וה' יצליח דרכם.
בדרך אגב ועיקר.
וואס טוט זיך אין סקווירא זייט דער מעשה.
מען דאווענט שוין נישט אין דעם בית המדרש מחוץ לעיר?
אויב יא, רודף'ט מען נאך אלץ די מענטשען וואס דאווענען דארט?
האט מען שוין "ארויס פין סקווירא'ט" זייט דער מעשה?
מנשה לוסטיג
אבקק וואודריש איז קיין פוסק און אפילו יא איז נישט געווען קיין דרשה ברבים אויסער מנשה פיליפ
דו מיינסט אוודאי פארקערט:
אבדק"ק וואודרידזש האט נישט געזאגט א דרשה ברבים, און אויב יא איז ער נישט קיין פוסק...
דערווייל לויפט אלעס ווי געפלאנט!
און וואס איז געווען געפלאנט?
אפצופליען קיין לאנדאן..
📎 747-.jpg
אינטערעסאנט וויאזוי די עמיגרעישן ווייסט אז איך בין סקווערס פארטרעטער.. ווייל זיי האבן מיר געוויזן די באהאלטענע קאוידס, וואס נאר די אינסייד סקווערע ווייסן.
פארוואס אימיגרעישן? פון דזשולאנד צו לאנדאן דארף מען א וויזע?
די אימיגרעשאן זענען אינסייד סקווירא'ר??
כ' האב מורא צוויי אנדערע מענטשן האבן זיך געווינקן וועגן אנדערע זאכן...
תן לחכם ויחכם
מנשה לוסטיגטעות, מנשה פיליפ האט מוחה געווען, זלמן לייב פיליפ האט נישט מוחה געווען, אדרבה אז דו ברענגסט א אודיו ווי מ'הערט זיין קול מוחה זיין, ממילא.
אבקק וואודריש איז קיין פוסק און אפילו יא איז נישט געווען קיין דרשה ברבים אויסער מנשה פיליפ
אך, ווי שיין צו זען דער אמת'ער סקווערער שיטה. פאר'ן נישט דאווענען אין רבי'נס בית המדרש קומט זיך שריפה, אבער א איד א ריזן תלמיד חכם און מורה הוראה מובהק וואס פס'קנט שאלות פאר טויזנטער אידן פארדינט זיך אפילו נישט קיין ר'.
אויס מענטש
אין די מעלות יארן צוריק איז געשטאנען ביי קליינע אוצרות, אז א סקווירעל {די חי'} הייסט אזוי ווייל עס האט א קליינע קאפ און א גרויסע שוואנץ...
איך רעדט נישט פון די עולה שבה, אז מען טאר עס נישט שרייבן, אין א היימישע אויסגאבע, אבער די פוינט איז ווערט געווען.
איך ליין שוין די מעלות לאנגע יארן און איך געדענק נישט אזא זאך. איך גלייב נישט אז זיי וואלטן אזוינס אריינגעלייגט. אבער דאס איז א באקאנטע ווערטל סיי ווי אזוי.
ווילאנג ?
איך רעדט פון בערך 14-1-5 יאר צוריק
אבער אז די ליינסט יא די מעלות קענסטו מיר מסביר זיין
די ארטיקל פון אייר אדער סיון תשע"ב וועגן די פרוי מיט הויזן און לאנגע האר אין מירון
איך האב נישט געגלייבט וואס איך ליין דארטן
איך האב זייער הנאה געהאט דערפון אבער והאיש עומד ומשתאה ווי קומט דאס צו די מעלות ??
בכל אופן, זאגסטו אז די נמשל איז אז מיר האבן א היבשע שוואנץ, איז דאך שוין בעסער צוזיין א זנב לאריות, ווי איידער א חלק אינעם שיטת ה'נשתכחה'
אויס מענטשווילאנג ?
איך רעדט פון בערך 14-1-5 יאר צוריק
אבער אז די ליינסט יא די מעלות קענסטו מיר מסביר זיין
די ארטיקל פון אייר אדער סיון תשע"ב וועגן די פרוי מיט הויזן און לאנגע האר אין מירון
איך האב נישט געגלייבט וואס איך ליין דארטן
איך האב זייער הנאה געהאט דערפון אבער והאיש עומד ומשתאה ווי קומט דאס צו די מעלות ??
איך ליין שוין די מעלות ממש זינט איר גרינדונג מיט זעכצן יאר צוריק כ"י, כאטש איך קען נישט זאגן אז איך ליין דורך די אלע ווערטלעך יעדן חודש. בעיקר בין איך זיך סומך אויף זיי אז זיי וואלטן קיינמאל נישט אריינגעלייגט אזא זאך וואס באליידיגט א ריזן ציבור אידן, צווישן זיי צענדליגער אדער הונדערטער פון זייערע קונדן.
איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט מיט די ארטיקל פון די פרוי אין מירון. דו מיינסט צו זאגן אז דאס איז צו אויפגעקלערט פאר מעלות?
איך פארשטיי נישט:
איך וויל פרעגן דעם דעת הציבור דא. איז מנשה טאקע אזא בהמה, אדער איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט?
וואס גייט דא פאר?
אין אדם משים עצמו.. אבער יא! ער איז א נער און ער גלייבט
מנשה לוסטיגאין אדם משים עצמו.. אבער יא! ער איז א נער און ער גלייבט
צו ער גלייבט איז נאך א ספק, אבער .... איז ער זיכער.. 😃
מיינסט כ'גיי באקומען א סטיף נעק?