☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

הדד בן בדד » זונטאג יאנואר 6, 2013 2:45 am

· #77878
און איך וויל נאר דא צולייגן א ווארט. אין סקווירא אין ביהמ"ד הגדול איז אפאר יאר צוריק געהאנגען צעטלעך מיט דעם לעטטערהעד פון דעם בית דין, קהילה און מוסדות, מיט דעם נאמען פון א געוויסן אינגערמאן, אז ער האט שוין צענדליגער נשמות מטמא געווען, און מען קען אים נישט אפשטעלן, ע"כ זאל יעדער זעהן צו האלטן זיינע קינדער סעיף פון דעם משחית.

איך האב נאך נישט געהערט קיין איינעם פון די פערד שעללטן דעם יעניגן, אבער דא פאבריצירט מען מעשיות, משומד, מעביר געווען על הדת, מיט טויטע קללות. נו שוין, איך וועל בלייבן יעצט ביי דעם.

טעפל » זונטאג יאנואר 6, 2013 4:33 am

· #77889
ברסלבער
דער חת"ם סופר שרייבט אין א תשובה לגבי דעם וואס דער רמ"א זאגט אז סנדקאות מאכט רייך, און מען זעהט אסאך מענטשן וואס זענען געווען סנדק און זענען נישט געווארן רייך, זאגט ער אז אמאל איז נגזר געווארן שלעכטע גזירות אויפ'ן מענטש און דער אייבערשטער נעמט די סגולה פון עשירות און נעמט אנשטאט דעם אוועק די גזרה, און ווען מען זאל פרעגן דעם מענטש אליינ'ס וואלט ער אויך מסכים געווען צום טויש.
די זעלבע איז ביי תפלה, ווען מען איז נישט געהאלפן געווארן, אמאל קען זיין אז מען האט נישט גענוג געבעטן, יעדע זאך האט א פרייז וויפיל תפלות מען דארף בעטן דערויף, און אמאל קען זיין אז דער אייבערשטער האט גענוצט די תפלות פאר אן אנדערע זאך, און ווען מען זאל וויסן פון די אנדערע זאך וואלט מען נאר געבעטן אויף יענץ.

דערמאנסט מיך א מעשה פונעם חזון איש'ס שוועסטער וואס האט איהם געפרעגט אז ס'שטייט אז ווער ס'וואשט מלוא חפניים צו נטילת ידים איז זוכה צו עשירות, און זי זעהט ווי דער חזון איש וואשט מלוא חפניים און ער האט גארנישט, האט ער איהר געענטפערט אז איינער וואס איז ווייט פונעם מלך דארף איהם די מלך געבען עשירות אבער איינער וואס איז נאנט צום מלך דארף נישט קיין עשירות ווייל ס'איז אלעמאהל דא גענוג..
שוין צוריק צום אומשלידיגע תפיסה זיצער וועגען משומדים וגומר....

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 6, 2013 12:37 pm

· #77950
טעפל, דו רירטס צו צו יסודות הדת.
די משנה ברורה זאגט שוין אויף פלאץ, אז אויב עשירות קומט נישט צו גיין, דאן דארף מען דאס תולה זיין אויף א חטא וואס איז מעכב.
דע מה שתשיב.

מאיר_וואלף » זונטאג יאנואר 6, 2013 1:09 pm

· #77963
קאווע טרינקער
טעפל, דו רירטס צו צו יסודות הדת.
די משנה ברורה זאגט שוין אויף פלאץ, אז אויב עשירות קומט נישט צו גיין, דאן דארף מען דאס תולה זיין אויף א חטא וואס איז מעכב.
דע מה שתשיב.

דא קומט נישט קיין ליצנות,

חזר דיר די "אני מאמין"

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 6, 2013 1:13 pm

· #77966
מאיר וואלף מיר מוזן זיך גט'ן, מיר קומען זיך נישט אויס
א שטיקעל משנה ברורה איז אויך ליצנות? מיט וואס בלייב איך איבער?

מנשה לוסטיג » זונטאג יאנואר 6, 2013 2:16 pm

· #77984
איינער וואס איז נישט גענוג שטארק מיט די 'אמתע יסודות, ווערט נפגע ווען מ'הייבט אן זאגן שטיקלעך חפץ חיים וכדומה

מנשה לוסטיג » זונטאג יאנואר 6, 2013 3:22 pm

· #77997
<a class="postlink" href="http://www.facebook.com/photo.php?fbid=539838219362481&set=a.525229157490054.124811.189878984358408&type=1&theater">http://www.facebook.com/photo.php?fbid= ... =1&theater</a>

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 6, 2013 4:29 pm

· #78009
קאווע טרינקער
מאיר וואלף מיר מוזן זיך גט'ן, מיר קומען זיך נישט אויס
א שטיקעל משנה ברורה איז אויך ליצנות? מיט וואס בלייב איך איבער?

נעה. געט דיך נישט אזוי שנעל. מ'עט גיין צו א שלום בית עסקן.

טעפל » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:17 am

· #78178
קאווע טרינקער
טעפל, דו רירטס צו צו יסודות הדת.
די משנה ברורה זאגט שוין אויף פלאץ, אז אויב עשירות קומט נישט צו גיין, דאן דארף מען דאס תולה זיין אויף א חטא וואס איז מעכב.
דע מה שתשיב.

דע מה שתשיב פאר וועם?

Starbucks » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:53 pm

· #78333
איך ווייס נישט פארוואס מען ווערט דא אזוי ווילד. מנשה האלט נאר א שפיגל. מיר זענען אלע סקווערע חסידים. טויש טווערסקי אויף דיין פארטיי פירערס נאמען און ס׳איז מער ווייניגער די זעלבע זאך.

בדחן » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:30 pm

· #78348
Starbucks
איך ווייס נישט פארוואס מען ווערט דא אזוי ווילד. מנשה האלט נאר א שפיגל. מיר זענען אלע סקווערע חסידים. טויש טווערסקי אויף דיין פארטיי פירערס נאמען און ס׳איז מער ווייניגער די זעלבע זאך.

סתם אזוי? ביסט און די מאאד צו האקען קעגן אלע חסידות?

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 7, 2013 6:45 pm

· #78377
פארוואס נישט. פארוואס ווען אין סקווער געשעהט עפעס זענען אלע אויף מיט פייערדיגע צינגען.. און ווען נחמי' וועבערמאן איז אויפן באשולדיגונגס באנק, קרייעט מען אומשולדיג! אומשולדיג!
ווייל איך הייס סקווער און דו הייסט סאטמאר? ווייל מיר נעמען זיך אן פאר א מנהיג ישראל וואס האט זיינע מנהגים און בעלות מיט כח והרשאה מן הדין, און וואס סאטמאר טוהט איז פשוט המולך מהודו ועד כוש..?
זאג איך, אלע וואס פארליידן נישט סקווער, דערשטיקט אייער קנאה און דעות כוזבות אין אייער עגאואיזעם, ווייל.. מיר האבן נישט אין פלאן אויפצוגעבן אונזער תמימות און אמונה פאר אפאר שפעטלערס און קלאויניס

בדחן » מאנטאג יאנואר 7, 2013 6:57 pm

· #78380
מנשה, די עיקר וואס מיר באדערט איז דער ויהי ממחרת, אמת אז און נאך חסידות האט מען געקענט טרעפן אז זאכען זאלן פירען אז יונגע חברה זאלען זיך פירען באלימות און שעדיגען א צווייטען... אבער וואס עס געשעט א טאג דערנאך דאס מאכט די דיפרענטס..

איך בין ביי מיין מיינוג אז עס איז געווען און די הענט פון סקוועיר אז דער בחור זאל אסאך אסאך גרינגער אפקימען.... און זייער אסאך האלטן אזוי...

ועל זה דוה ליבנו. אז א בחור האט געטיען א ווילדע אקט האט מען שוין געהערט, אז חסידות זאל העצן די יוגענט האט מען שוין אויך געהערט, אבער אז מען זאל ווארפן דעם בחור פאר די הינט אפהרגענענן פאר לייף, דאס איז א חידוש בעולם החסידות.

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 7, 2013 7:57 pm

· #78396
עט ליסט זיי האבן נישט געמאכט קיין עלילת 75 פארן בחור און אזוי ארום זיכער מאכן ער זאל באקומען די הארבסטע שטראף.

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 7, 2013 8:45 pm

· #78405
און זיי האבעו געהייסען זאגען תילים פאר אים, סא סאיז נישט אזויווי זיי האבען גארנישט געטוהן.

מאיר_וואלף » מאנטאג יאנואר 7, 2013 8:47 pm

· #78406
מנשה לוסטיג
פארוואס נישט. פארוואס ווען אין סקווער געשעהט עפעס זענען אלע אויף מיט פייערדיגע צינגען.. און ווען נחמי' וועבערמאן איז אויפן באשולדיגונגס באנק, קרייעט מען אומשולדיג! אומשולדיג!
ווייל איך הייס סקווער און דו הייסט סאטמאר? ווייל מיר נעמען זיך אן פאר א מנהיג ישראל וואס האט זיינע מנהגים און בעלות מיט כח והרשאה מן הדין, און וואס סאטמאר טוהט איז פשוט המולך מהודו ועד כוש..?
זאג איך, אלע וואס פארליידן נישט סקווער, דערשטיקט אייער קנאה און דעות כוזבות אין אייער עגאואיזעם, ווייל.. מיר האבן נישט אין פלאן אויפצוגעבן אונזער תמימות און אמונה פאר אפאר שפעטלערס און קלאויניס

!!!More!!! More

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:32 pm

· #78470
בינד אויף דעם שטריק, פרעג דעם בחור וואס ער האט צו זאגן?
דיין רחמנות אויפן בחור קען צונעמען דאס הארץ.. דיין הארץ צעגייט פאר זיין ליידן, נעבעך א יונגע בחור, ווי מ'האט עהם געקענט גרינגער מאכן, און גארנישט די 'סקווער' האט עהם פשוט מפקיר געווען, ס'נישטא צו סאך אזעלכע אוהבי ישראל ווי דו.
אפילו איך גיי אויס פאר דיין אהבת ישראל פאר דיין אהבת הבחור..

מאיר_וואלף » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:45 pm

· #78475
מנשה, מיין רחמנות גייט נישט אויפן בחור,
מיין רחמנות גייט בלויז אויף דיר

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:49 pm

· #78479
או הא.. שקויעך!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2013 8:33 pm

· #78661
מאיר_וואלף
מנשה לוסטיג
פארוואס נישט. פארוואס ווען אין סקווער געשעהט עפעס זענען אלע אויף מיט פייערדיגע צינגען.. און ווען נחמי' וועבערמאן איז אויפן באשולדיגונגס באנק, קרייעט מען אומשולדיג! אומשולדיג!
ווייל איך הייס סקווער און דו הייסט סאטמאר? ווייל מיר נעמען זיך אן פאר א מנהיג ישראל וואס האט זיינע מנהגים און בעלות מיט כח והרשאה מן הדין, און וואס סאטמאר טוהט איז פשוט המולך מהודו ועד כוש..?
זאג איך, אלע וואס פארליידן נישט סקווער, דערשטיקט אייער קנאה און דעות כוזבות אין אייער עגאואיזעם, ווייל.. מיר האבן נישט אין פלאן אויפצוגעבן אונזער תמימות און אמונה פאר אפוןפאר שפעטלערס און קלאויניס

!!!More!!! More

יא. אבער די "פאר שפעטלערס און קלאוניס" זענען נישט חייב מיתה דורך שריפה. צוריקקוקנדיג. וואלט נישט בעסער געווען זיך נישט וויסנדיג צו מאכן פון מר. ראטנבערג'ס באשלוס צו גיין דאוונען ערגעץ אנדערש?

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 8, 2013 10:59 pm

· #78681
להעביר גילולים מן הארץ, סקווירא עיר הקודש פארליידט נישט קיין טמא'נע שלענג, און פריער צו שפעטער וואלטן זיי צונישט געווארן, איז געקומען א בחור און צוגעאיילט צו שעכטן דעם שעיר לעזאזל, ועלתה לו.. אבער דער שרץ איז מחוץ לתחום. ברוך השם

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 8, 2013 11:26 pm

· #78682
ואתא שופט, ושפט לבחורא, דשרף לכיטרע, דהיכה לכלבא, דפילל בפריוואלד, דאכלא לגדיא, דזבין אבא בתרי זוזי, ואזל בחורא בחד גדיא, אנאנים.

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 8, 2013 11:30 pm

· #78684
מנשה - דו גלייבסט אין דעם סקווערען רבי'ן שליט"א? ער לאזט דאך נישט זיין אויף דעם טמא'נעם אינטרנעט, טא ווי קומט דאס אז דו ביסט דא?
(אלא מאי, דו ביסט אויך נישט 100% מאמין אין דעם רבי'ן ווען עס איז דיר נוגע, ריכטיג?)

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 8, 2013 11:44 pm

· #78686
איך גלייב אינעם רבין טויזענט פראצענט, אבער כ'בין ליידער צו א גרויסע בעל תאווה, און כ'קען נישט טוהן אלעס וואס ער וויל, ממילא גיי איך מיט, מיט וואס דער ציבור טוהט, און ווי עס איז נישט אקעגן, ווי למשל דא צווישן די ווענט פון אונטער.. ווי נאר אזעלכע ווי איך געפונען זיך, שווים איך ארום. אבער גיין אין פארענט פון רבין און פייפן? גיין דווקא אקעגן, נישט ווייל כ'וויל נאר ווייל ער וויל נישט?
פארגעס נישט זיסע ברודער, איך קען די פושעים פערזענליך, זיי זענען געווען מיינע חברים ביז לעצטענס, אבער טיפשים, וואס פישען קעגן די ווינט קענען נישט זיין אין מיין ליסטע.. סליחה

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 8, 2013 11:53 pm

· #78689
מנשה

וואס האלסטו זאל טוהן איינער וואס האט נישט קיין געדולד צו דאווענען מיט'ן רביס מנין?

איז עס גערעכט צו מאכען א תקנה אז מען מוז דאווענען מיט זיין מנין?

אויב יא פארוואס?

היימישער ליטוואק » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:00 am

· #78691
מנשה לוסטיג
איך גלייב אינעם רבין טויזענט פראצענט, אבער כ'בין ליידער צו א גרויסע בעל תאווה, און כ'קען נישט טוהן אלעס וואס ער וויל, ממילא גיי איך מיט, מיט וואס דער ציבור טוהט, און ווי עס איז נישט אקעגן, ווי למשל דא צווישן די ווענט פון אונטער.. ווי נאר אזעלכע ווי איך געפונען זיך, שווים איך ארום. אבער גיין אין פארענט פון רבין און פייפן? גיין דווקא אקעגן, נישט ווייל כ'וויל נאר ווייל ער וויל נישט?
פארגעס נישט זיסע ברודער, איך קען די פושעים פערזענליך, זיי זענען געווען מיינע חברים ביז לעצטענס, אבער טיפשים, וואס פישען קעגן די ווינט קענען נישט זיין אין מיין ליסטע.. סליחה

פארוואס פארשטייסטו נישט דיינע חברים די "פושעים"? אזוי ווי דו קענסט זיך נישט מתגבר זיין אויף דיינע תאוות, האבן זיי זייערע תאוות (למשל: אז דער רבי/קהל/חסידות זאל נישט קענען שאפן איבער מיר, וכדומה) אויף וואס זיי קענען נישט מתגבר זיין.
אין אנדערע ווערטער: פארוואס זענען זייערע תאוות מער "פושעים'דיג" ווי דיינע, דזשאסט ווייל דיינע זענען באהאלטן און זייערע זענען אפן?

יאיר » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:03 am

· #78692
מנשה לוסטיג
איך גלייב אינעם רבין טויזענט פראצענט, אבער כ'בין ליידער צו א גרויסע בעל תאווה, און כ'קען נישט טוהן אלעס וואס ער וויל, ממילא גיי איך מיט, מיט וואס דער ציבור טוהט, און ווי עס איז נישט אקעגן, ווי למשל דא צווישן די ווענט פון אונטער.. ווי נאר אזעלכע ווי איך געפונען זיך, שווים איך ארום. אבער גיין אין פארענט פון רבין און פייפן? גיין דווקא אקעגן, נישט ווייל כ'וויל נאר ווייל ער וויל נישט?
פארגעס נישט זיסע ברודער, איך קען די פושעים פערזענליך, זיי זענען געווען מיינע חברים ביז לעצטענס, אבער טיפשים, וואס פישען קעגן די ווינט קענען נישט זיין אין מיין ליסטע.. סליחה

וואס גלייבסטו?

הדד בן בדד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:23 am

· #78697
יאיר

לייען וואס ער שרייבט דא, ער גלייבט אז דער רבי האלט אזוי.

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:27 am

· #78699
איך גלייב אינעם רבין אמונת בעל שם ומשה רבינו, איך טוה נישט קיין זאך אקעגן זיין רצון בפומבי, א פלאץ וואס ער האט קונה געווען על פי דין תורה אמת תורתינו הקדושה, בירושה פון זיין טאטן, איז יעדער פארפליכטעט צו אויספאלגן יעדע תקנה, אפילו מ'פארשטייט נישט די טעם. ווייל אויף דעם תנאי האבן די ערשטע תושבים גע'חתמ'ט זעכציג יאר צוריק.
די ערשטע קשיא איז, וואס ווייסט עטץ וועגן דעת תורה? אויב ענק שואלים, קלערן פאר איין רגע, אז איינער וואס האט געמאכט א מסירה נישט איין מאל און נישט דריי מאל, און אריינגעשלעפט אין די ערכאות אנדערע יודען, און מיט דעם אפען געטרויטן אויפן תורה הקדושה וואס זאגט ושפטתם צדק בין איש ובין עמיתו, און וואלט לכאורה געדארפט נעמען אלץ סידור קידושין מר. סאסמאן, אויב ער גלייבט נאך אין דת משה וישראל.
מיין תורה זאגט, ככול אשר יוריך.. אפיל שהוא אומר על ימין שמאל. אבער איר אומ'וויסענדע קינדערלעך האבן די רחמנות פונעם 'כל המרחם על הרשעים סופו להחזירן עליהם אכזרות. ווי די הייליגע מאירי זאגט, מנהיג שמחל על כבודו אין כבודו מחול, כי זה לא כבודו רק כבוד עדתו, המאמינים בו, על כל חוק פיו.
קען זיין דער מאירי האט נישט געגלייבט אין דעמאקראטיע.. אויך נישט דער בורא עולם, ער האט גענומען דעם הר סיני און כפה להם הר כגיגית.
סקווירא שטעטל איז געבויעט פאר חסידים וואס האבן איין ציל, אויסצופאלגן די דרך וואס די מנהיג פירט, דאס איז א מסורה וואס איז איבערגעגאנגען פון טאטע צו זון, און נישט פון פלישתים צו פדן ארם.. דאס איז מסורת אבות דאס איז א סעקטע ערליכע יודען וואס האבן זיך נישט מטמא געווען די חושים מיט די פארשטינקענע מחלוקת וואס געוויסע קהילות האבן אנגעזייעט נאכן קריג אין יעדע קהילה און אין יעדע מנהיג און דרך, מיר האבן געלויבט גאט א המשכה און ס'נישט נשתכחה. ווער ס'וויל עס מאכן פארגעסן, זאל אויסגעמעקט ווערן אבער שוין כרגע כמימרא כאשר כילי לדבר.

יאיר » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:32 am

· #78700
מנשה לוסטיג
איך גלייב אינעם רבין אמונת בעל שם ומשה רבינו, איך טוה נישט קיין זאך אקעגן זיין רצון בפומבי, א פלאץ וואס ער האט קונה געווען על פי דין תורה אמת תורתינו הקדושה, בירושה פון זיין טאטן, איז יעדער פארפליכטעט צו אויספאלגן יעדע תקנה, אפילו מ'פארשטייט נישט די טעם. ווייל אויף דעם תנאי האבן די ערשטע תושבים גע'חתמ'ט זעכציג יאר צוריק.

רחמנא ליצלן. איך האף אז ער מיינט דאס נישט ערנסט, נאר אגב חורפיה לא דק.

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:34 am

· #78701
איך זאג וואס איך מיין און איך מיין וואס איך זאג
איך ווייס נישט וועלכע קולטור דו האסט געלערנט, ביי אונז איז אמונה קלאר און מקורות'דיג, ביי אונז אז נישטא אזא מושג ווי רעדן אויף גדולי הדור אויף מנהיגי ישראל אויף דעת תורה ניין שעפעלע, מיר זעמער יודען און חסידים פון מקור.

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:36 am

· #78702
יאיר
מנשה לוסטיג
איך גלייב אינעם רבין אמונת בעל שם ומשה רבינו, איך טוה נישט קיין זאך אקעגן זיין רצון בפומבי, א פלאץ וואס ער האט קונה געווען על פי דין תורה אמת תורתינו הקדושה, בירושה פון זיין טאטן, איז יעדער פארפליכטעט צו אויספאלגן יעדע תקנה, אפילו מ'פארשטייט נישט די טעם. ווייל אויף דעם תנאי האבן די ערשטע תושבים גע'חתמ'ט זעכציג יאר צוריק.

רחמנא ליצלן. איך האף אז ער מיינט דאס נישט ערנסט, נאר אגב חורפיה לא דק.

איז אפשר שייך אפיר ברענגען דעם צעטעל וואס מען האט געחתמעט זעכציג יאר צוריק?

עפעס האב איך אן הרגשה אז אין כאן צעטעל ואין כאן חתימה.

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:43 am

· #78706
בסדר, אין כאן צעטל אין כאן חתימה, איך בין עפעס דא זיך שלאגן ווי א ילד בן יומו? יא נישט ניין אפשר..
איך פארצייל פאקטן, קענסט זאגן אז דער ויואל משה איז געווען באלעבוס, קענסט זאגן סקווערע רבי איז דאס איז יענס, קענסט זאגן וואס אומער, ווער איז די מושל בכיפה היינט? ווער איז דער אדון השלום? ווער האט טויזענטע יודען יראים ושלמים ווי אריבערגעפירט פונעם אמאליגן אוקריינא. ווער איז געבליבן מיטן ווינקעלע אן שמוץ צייטונגען קול מבשר הפגנות שייגעץ ארויס פוי ציוני מיט אלע מעשי טפלות.. ווער איז עוסק אין איין זאך.. אויפשטעלן א דור חסידים לדורותם. אויב זאגסטו אז נישט סקווער, וואס איז נאך דא צו רעדן ווייטער.. איך זאג סקווער דו זאגסט בויבעריק איך זאג הימל דו זאגסט ערד.
קען איך דען רעדן בהמה שפראך? ווילסטו עפעס וויסן פרעג. ווילסטו מיר איבערצייגן, וועט עס נישט גיין. ווילסטו אויסקלארן א נושא הנה איך בין גרייט. אבער זאגן איינס מאל איינס איז קארטאפל, דארפסטו דיר אויסזוכן א צווייטע סוגיא, ווייל פון וועם דו רעדסט און אויף וועם דו רעדסט זענען נישט פון דיין סארט ספישי.. נישט דיין סארט בריאה. אדער מיר מאנקיס און דו מלאך אדער גאר..

מאיר_וואלף » מיטוואך יאנואר 9, 2013 4:57 am

· #78727

עס איז מיר נאר געבליבען, נאכאמאל איבער צו חזרן,
מיין רחמנות גייט נישט אויפן בחור,
מיין רחמנות גייט בלויז אויף דיר

איך אויך » מיטוואך יאנואר 9, 2013 8:14 am

· #78730
מנאשקע דאכט זיך מען האט דיר עס שוין געזאגט, נאך דעם בעל הבאנפייער פון דרייע פארטאגס האט נאך קיינער נישט געמאכט אזויפיל שאדן פאר די העיליגע סקווערע פראאפאגאנדע ווי דיר מיט דיינע נאכאנאנדע פערדערישע פירקלערייען, ביטע עפן דיך אויף א א אייגענע בלאג ווי די קענסט דיך אויסנאפחן וויפיל די ווילסט און באמוטשע נישט דאס מענטשהייט!

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 8:21 am

· #78733
וואס ווילט עטץ פין מנשה. ער איז גוט, ער ברענגט ארויס דער אור פין סקווירא פאר די גאנצע וועלט מיט א קלארקייט.

דער סקווירא איז דער אדון השלום, שטעלט אייך פאר, עס דערמאנט מיר דער טעיפ ווי מען הערט דער דיין זאגט פאר א סקווירא אז פאר מען הייבט אהן מיט די ווילדע שטיק, וויל מען זיך אדורך קומען בדרכי נועם.

דער סקווירא סטראשעט אדער שלום, און אז נישט וועל איך מיט מחלוקת צווינגען מיין שלום, מיט שריפות פראטעסטען און אלימות וועלען אלע איינגעבען צו מיין שלום.

האט היטלער אפשר אויך אזוי געזאגט?

sunbar » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:03 am

· #78739
עס קען זיין אז מנשה איז נישט 100 פראצענט גערעכט. אבער ער איז גערעכט מיט דעם אז די 'סאטמארע' האבן נישט וואס אריינצורעדן דא...

מאיר_וואלף » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:14 am

· #78742
sunbar
עס קען זיין אז מנשה איז נישט 100 פראצענט גערעכט. אבער ער איז גערעכט מיט דעם אז די 'סאטמארע' האבן נישט וואס אריינצורעדן דא...

דו האסט אזוי אליינס באשלאסען!!!

sunbar » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:17 am

· #78744
מאיר_וואלף
sunbar
עס קען זיין אז מנשה איז נישט 100 פראצענט גערעכט. אבער ער איז גערעכט מיט דעם אז די 'סאטמארע' האבן נישט וואס אריינצורעדן דא...

דו האסט אזוי אליינס באשלאסען!!!

יעדער באזעסענע מענטש האלט אזוי. איך וויל נישט אריינגיין אין פרטים וד'ל...

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:22 am

· #78748
נאך א נקודה:
ווען איינער שלאגט זיך פאר זיין כבוד, פאר זיין פארטיי, פאר זיין רבי, קען מען עס ענדערשט דולדן, יעדער מענטש האט זיינע געפילן.
אבער ווען עס גייט נאך אויפן אייבערשטנס חשבון, איז שוין אן אנדערע מעשה.
ער וואלט עס באמת נישט געוואלט טוהן, נאר ער איז ממש געצווינגען זיך אנצונעמען פארן אייבערשטן.
ואנשי סדום רעים וחטאים לה' מאוד, זיי האבן געטוהן אלע זייערע שגץ-שטיק נאר פארן אייבערשטנ'ס וועגן.
דער בעל התניא שרייבט אין א בריוו אז אלע צרות קומען נאר פון "מחלוקת לשם שמים".

מאיר_וואלף » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:58 am

· #78779
ברסלבער
נאך א נקודה:
ווען איינער שלאגט זיך פאר זיין כבוד, פאר זיין פארטיי, פאר זיין רבי, קען מען עס ענדערשט דולדן, יעדער מענטש האט זיינע געפילן.
אבער ווען עס גייט נאך אויפן אייבערשטנס חשבון, איז שוין אן אנדערע מעשה.
ער וואלט עס באמת נישט געוואלט טוהן, נאר ער איז ממש געצווינגען זיך אנצונעמען פארן אייבערשטן.
ואנשי סדום רעים וחטאים לה' מאוד, זיי האבן געטוהן אלע זייערע שגץ-שטיק נאר פארן אייבערשטנ'ס וועגן.
דער בעל התניא שרייבט אין א בריוו אז אלע צרות קומען נאר פון "מחלוקת לשם שמים".

אויב דו ביסט נישט מסביר וועם דו מיינסט, וועט מען מיינען אז דו מיינסט יעדעם, אויזער סקווירא

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:19 pm

· #78780
פאר וועם עס פארשטייט די מענטאליטי פון די היימישע חסידותער דארף מען נישט מסביר זיין פון וועם מען רעדט

משולם שטיינפעלד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 1:47 pm

· #78797
מנשה לוסטיג
בסדר, אין כאן צעטל אין כאן חתימה, איך בין עפעס דא זיך שלאגן ווי א ילד בן יומו? יא נישט ניין אפשר..
איך פארצייל פאקטן, קענסט זאגן אז דער ויואל משה איז געווען באלעבוס, קענסט זאגן סקווערע רבי איז דאס איז יענס, קענסט זאגן וואס אומער, ווער איז די מושל בכיפה היינט? ווער איז דער אדון השלום? ווער האט טויזענטע יודען יראים ושלמים ווי אריבערגעפירט פונעם אמאליגן אוקריינא. ווער איז געבליבן מיטן ווינקעלע אן שמוץ צייטונגען קול מבשר הפגנות שייגעץ ארויס פוי ציוני מיט אלע מעשי טפלות.. ווער איז עוסק אין איין זאך.. אויפשטעלן א דור חסידים לדורותם. אויב זאגסטו אז נישט סקווער, וואס איז נאך דא צו רעדן ווייטער.. איך זאג סקווער דו זאגסט בויבעריק איך זאג הימל דו זאגסט ערד.
קען איך דען רעדן בהמה שפראך? ווילסטו עפעס וויסן פרעג. ווילסטו מיר איבערצייגן, וועט עס נישט גיין. ווילסטו אויסקלארן א נושא הנה איך בין גרייט. אבער זאגן איינס מאל איינס איז קארטאפל, דארפסטו דיר אויסזוכן א צווייטע סוגיא, ווייל פון וועם דו רעדסט און אויף וועם דו רעדסט זענען נישט פון דיין סארט ספישי.. נישט דיין סארט בריאה. אדער מיר מאנקיס און דו מלאך אדער גאר..

ווער קען מיר זאגן וואס די איידעלע בחורים זאגן ביי 1:40?

נצבד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 1:50 pm

· #78799
אז מ'רעדט שוין פון סקווירא,וויל איך פרעגען אזאך וואס איך וויל שוין לאנג וויסען.

אין סאטמאר למשל ווייס איך אז עס זענען דא אסאך מיני סיגים מענטשען,ווי למשל בעל בתישע,רבי'שע אייניקלעך,באמעס,מער חסידישע,גאר פרומע,און שטארק פארחניאקטע,וכדומה און דאס קען מען אויך דערקענען פון אינדרויסען,ווי למשל מיט די מלבושים קורצע און לאנגע רעקלעך,דשעקעטס, טישורטס,ביבער און שטאפענע הוטן,לאנגע און קורצע שייטלען, א קיצור א (אפיציעל דערקלערטע) געמיש פון מענטשען וואס באלאנגען אויף איין פלאץ.

ווידעראום אין סקווירא,זעט יעדער אויס פון אינדרויסען די זעלבע,ממילא וויל איך וויסען צו סאיז באמת נישטא קיין פארשידענארטיקייטען ביים עולם?

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 9, 2013 2:52 pm

· #78807
צו קענען סקווער דארף מען קומען קיין סקווער. ס'דא וואס צו זען
בנוגע ווער ס'בעט איך זאל אויפהערן שרייבן דא, ס'האט קיינער נישט געלייגט קיין שפענדליך אין דיינע אויגן, אז דו מוזט לייענען, דא שרייבט יעדער פרייוויליג, און איך בין גרייט צו רעאגירן ווי איך פארשטיי.
איין זאך איז קלאר, וויפיל איך קוק אן די מצב, איז אלעס דערווייל געגאנגען ווי געפלאנט, ס'איז א קריג אקעגן די מהרסי הדת, קאסט עס אמאל סאלדאטען, אבער די צוועק ווערט אויסגעפירט. להעביר גילולים מן הארץ

outspoken » מיטוואך יאנואר 9, 2013 3:17 pm

· #78810
מנשה לוסטיג
אלעס דערווייל געגאנגען ווי געפלאנט, ס'איז א קריג אקעגן די מהרסי הדת, קאסט עס אמאל סאלדאטען, אבער די צוועק ווערט אויסגעפירט. להעביר גילולים מן הארץ

כ'האב נישט וואס צוצולייגען...

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 9, 2013 3:35 pm

· #78811
איך האב יא וואס צוצולייגן לתקן עולם במלכות שד-י נישט במלכות סאטמאר

איך אויך » מיטוואך יאנואר 9, 2013 4:32 pm

· #78817
מיינסט נישט אז אפשר איז טאמס מער ווירקזאם?

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 9, 2013 4:44 pm

· #78819
ווער? טאמאש דער גלח? ניין.. וואס דו זאגסט.. מ'האט דאך דעם ישו געהאנגען.. ניטא קרייציקער.. בלויז תורה דת אמת

נצבד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 6:27 pm

· #78834
ביי אינז אין סאטמאר ווילען שוין מענטשען פארגעסן ווי אזוי די סארט לאגיק ארבעט,עס איז גאר וויכטיג פאר אינז-פון צייט צו צייט- צו הערען די קאקא גערעדאכץ,אזוי וועלען די סאטמורים געדענקען פארוואס סאיז געווען וויכטיג די סאטמארע טיילונג,
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16