☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

קרעקער » מאנטאג יולי 23, 2012 1:36 pm

· #27427
באמת א שיינע זאך פין עם
פארפאלען ער איז א נאבעלער מענטש בעצם

טעפל » מאנטאג יולי 23, 2012 1:51 pm

· #27433
לעמיל
כ"ק אדמו"ר מסקווער איז יעצט אויפען וועיג צו באזוכען די בחור שפיצער און תפיסה

אר יו פאר ריעל???

אלבערט » מאנטאג יולי 23, 2012 2:20 pm

· #27457
וועט זיין בילדער אין אלע אויסגאבעס?

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 23, 2012 3:33 pm

· #27484
ס'וואלט געווען, ווען נישט ס'איז אסור מטעם המדינה. פאטאגראף מאשינען איז בדרך כלל נישט ערלויבט אריינצוברענגען אין א תפיסה.

מנשה לוסטיג » מאנטאג יולי 23, 2012 4:10 pm

· #27511
האט אינזין לזכות שאול יחזקאל בן שרה מרים לישועה
וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 5:04 pm

· #27547
מנשה לוסטיג
האט אינזין לזכות שאול יחזקאל בן שרה מרים לישועה
וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק


מנשה, איך וויל בעטען אז די קרני פון די רשע זאל האבן א אגדע,

וועם דארף איך אונזין האבען? ווער איז די רשע דא?

פריינדליך » מאנטאג יולי 23, 2012 5:20 pm

· #27552
דרך אגב, איך האלט אז אפילו יעצט ווען עס איז שוין נחתם גזר דינו פון דעם בחור קען נאך סקווער ארבייטען אים גרינגער צי מאכען,

הקדמה,
1}די יוסטיץ סיסטעם וויל הכנעה
2}אויב ווייזט מען אויף אז מען קען מער אויפטיען אז מען איז אינדרויסען לאזן זיי היבשט נאך פינעם פסק, געווענליך ארבייט עס בעיקר פאר זיי געבן די פסק אבער מיט אסאך שתדלנות און געלט קען עס ארבייטען נאכען פסק אויך, {עיין ערך חיים האלענדער}

סקווער דארף טיען פיר זאכען, און עס איז מעגליך אז בעז"ה וועט געלונגען צי מאכען קלענער זיין תפיסה טערמין, זיי דארפן:

1}זיך באמת אדורוך קימען מיט ראטענבערג, אז ער זאל זיין גרייט זיי צי העלפן און זאגען און קארט אז מען זאל נאכגעבן, פאר געלט איז עס זייער מעגליך,

2}זיך אראפזעצען מיטען דיסטריקט אטוירני און פארהאנדלען מיט אים ווי אזוי מען גייט בעסער מאכען די שטעטעל אויפן לעגאלען פראנט, און ווי אזוי די בחור שפיצער גייט צוהעלפן דערצו אויב ער ווערט באפרייט, עס איז דא פראגראמען און זאכען מיט וואס מען קען פארהאנדלען מיטען דיסטריקט אטוירני {ביים ספינקע רבין ב"פ האט דאס געהאלפן די מערסטע אז ער האט באקימען נאר צווי א האלב יאר, נישט פופצען יאר}

3}אויפנעמען א PR קאמפאני וואס זאל עס מסביר זיין און די גוי'שע צייטונגען

4}שתדלנות און נאכאמאל שתדלנות, און די זאכען קאסטען געלט און נאכאמאל געלט,

אויב מען טוט אלעס מיט שכל, איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז מען זאל אים קענענן העלפן, עס גייט נאר קאסטן זייער אסאך געלט,

אלבערט » מאנטאג יולי 23, 2012 5:30 pm

· #27559
פריינדליך

1}זיך באמת אדורוך קימען מיט ראטענבערג, אז ער זאל זיין גרייט זיי צי העלפן און זאגען און קארט אז מען זאל נאכגעבן, פאר געלט איז עס זייער מעגליך,

דאכט זיך אז דאס האבן זיי שוין געטון.

משכיל » מאנטאג יולי 23, 2012 7:32 pm

· #27589
פארוואס העלפט עס נישט ביי רובאשקין ?י

איך אויך » מאנטאג יולי 23, 2012 7:39 pm

· #27590
משכיל
פארוואס העלפט עס נישט ביי רובאשקין ?י

זאג דו אליינס.

דולה ומשקה » מאנטאג יולי 23, 2012 8:25 pm

· #27617
דער רבי פארלירט איין מינוט שלאף, איין מינוט ווייניגער און פרעשבורג צוליב שפיצערס זיצען? א חוץ די עלטערן ווייט נאך איינער, געדענקט נאך איינער אונם שטעטל אז ער זיצט (א חוץ די צוויי דריי "עסקנים")?

מנשה לוסטיג » מאנטאג יולי 23, 2012 10:09 pm

· #27662
עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו אל

טעלעפאן » מאנטאג יולי 23, 2012 10:15 pm

· #27665
מנשה לוסטיג
עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו אל



יא יא, נעמט אפיר די תגובה אז שפיצער גייט נישט זיצן

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 2:37 pm

· #49683
דער עולם האט שוין פארגעסן, אבער עס איז שוין אדורך ראש השנה יום כיפור סוכות, אויף וויפיל 'בימת הכבוד' איז שוין דער סקווירא רבי געזעצן, תשליך, התרת נדרים, טיילען קעיק, וכדומה. ועדיין זיצט דער בחור 'שפיצער' וואס האט זיך פארמאסקירט זיין פנים, מיט געברענגט מיט זיך חפצי סכנה, געקומט בכוונה דייקא צו דעם אדרעסס, און פארברענט א איד, דריי אזייגער פארטאגס.

עז זיצט אין תפיסה כאחד הרוצחים, פאר זיך אנעמען אויף דער כבוד פון זיין רבי.

אגב דער רבי זעלבסט האט געהאט 'עגמת נפש' פון דעם.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 2:57 pm

· #49697
העי, אם ראית ת"ח שעבר עבירה בלילה אל תהרהר וכו' ודאי עשה תשובה...

וויצן אין א זייט -
וואס גענוי ווילסטו יעצט?
דער רבי זאל גענצליך רעזיגנירן ביז שפיצער קומט ארויס?

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 6:25 pm

· #49793
איך בין זיכער דער רבי האט אים אינזין יעדען טאג אין מקוה.

אויס מענטש » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 6:49 pm

· #49806
שמעקעדיג
העי, אם ראית ת"ח שעבר עבירה בלילה אל תהרהר וכו' ודאי עשה תשובה...

וויצן אין א זייט -
וואס גענוי ווילסטו יעצט?
דער רבי זאל גענצליך רעזיגנירן ביז שפיצער קומט ארויס?

איך וויל וויסען וואס האט זיך געטוישט אין סקווירא נאך די פרשה
מען האט אויס געלערנט דעם עולם נישט צו טון קיין טעראר ?!
ניין ניין ניין
אן דאס איז א שטארקע טענה
און ווילאנג דאס געשעהט נישט {אפי' מען זאגט יעצט וועט שוין יעדער מורא האבן ווייל מען ווייסט מען קען גיין זיצן}
האט סקויירא הייסע בלוט אויף די האנט
און ברויכן צו דערמאנט ווערן לחרפה ולדראון עולם
{איך בין געווען זייער א שטארקע סימפאטיקער פון סקווירא ביז די פרשה, און אפי' דערנאך ביז איך האב געזען אז קיינעם גייט נישט אן אז דער בחור זיצט.}
א חסיד האט מיר גראדע יא געזאגט,
אז זייט די מעשה ווייסט ער זיכער אז דער רבי האט צער און האט נאכנישט געפענט קיין ספר, ווייל ער קען נישט מצמצם זיין זיין מוח צום לערנען.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 8:51 pm

· #49846
איחוד פעלד
איך בין זיכער דער רבי האט אים אינזין יעדען טאג אין מקוה.


צווישן אנדערע בחורים... וד"ל.

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 9:39 pm

· #49854
שמעקעדיג
איחוד פעלד
איך בין זיכער דער רבי האט אים אינזין יעדען טאג אין מקוה.


צווישן אנדערע בחורים... וד"ל.


זעהט אויס יאך בין נישט קיין מבין, ווייל איך פאשטיי נישט.

מנשה לוסטיג » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:41 am

· #50541
א מצב אהער א מצב אהין, די שיף פארט ווייטער..

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:42 am

· #50542
מנשה לוסטיג
א מצב אהער א מצב אהין, די שיף פארט ווייטער..

לול, מנשה האט זיך אויפגעוועקט!

האו איז עוועריטינג?

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:42 am

· #50544
די שיף פארט טאקע ווייטער אבער ס'איז דא א גרויסע לאך ווי ס'רינט אריין וואסער.

מנשה לוסטיג » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:43 am

· #50545
רינט? ווי??

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:45 am

· #50547
א שיף זעסטו יא?

מנשה לוסטיג » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:45 am

· #50548
וואס זעסטו

דולה ומשקה » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:48 am

· #50550
מנשה לוסטיג
א מצב אהער א מצב אהין, די שיף פארט ווייטער..


די שיף פאהרט ווייטער, דער קאפטיאן איז נישט באחריות אויף זיינע מיטרייזע...
ווילאנג דער קאפיטאן האט זיינע האנטוכער איז אלסדונג גוט...

מנשה לוסטיג » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:50 am

· #50552
און ווער ס'גייט מיט שטיוועל ווערט נישט נאס פון די נאסע באליידיגטע נאז קוועטשערס

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:51 am

· #50553
און אינדערוואכן ווען מ'גייט נישט מיט קיין שטיוול?

מנשה לוסטיג » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:53 am

· #50556
כאפט מען זיך אן אין די רעבעס זיידענע גארטל

מורינו הרב » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:43 am

· #50572
פשי מנשה, ביז יעצט האב איך נישט געהאלטן מיט דיר, אבער יעצט ווען דו האסט געברענגט די ראיה פון די שטיוול, טויש איך און איך האלט ווי דיר.

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 2:15 am

· #50579
אין ביהכ"ס וואו מ'גייט נישט מיט קיין גארטעל?

אויס מענטש » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 10:13 am

· #50602
מנשהלע די גייטס דאך אבער נישט קיין שטיוול?
אבער נישט נוגע, עס איז מער וויכטיגער צו האבן א גוטען ישבן
דאס קען מער צוניץ קומען אין די מערכה ווי שטיוול, גארטלעך וכ'ו כו'

מנשה לוסטיג » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 4:09 pm

· #50734
אני חסיד בלב

טעפל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 3:51 am

· #50984
מנשה לוסטיג
אני חסיד בלב

קיינער קען דיך נישט אפפרעגען...

מנשה לוסטיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 3:58 am

· #50987
טאקע דערפאר

No_name » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:24 pm

· #51082
אן איראנישער פאקט וואס איינער זאגט מיר.
דער בחור וואס זיצט אין דזשעיל פארן פארברענען איינעם'ס הויז, וואס יענעם'ס חטא איז געווען "דאווענען אינדרויסן פון שטעטל מיט א עקסטערע מנין" האט דער רבי געשיקט צו איהם א מנין וואס זאל דאווענען מיט איהם א גאנץ יו"ט....

וויאזוי דארף דער בחור יעצט פילן?

מנשה לוסטיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 10:48 pm

· #51373
ס'איז א דבר פשוט, די מנהיגי הדור האבן די רשות צו באפעלן וואס יא און וואס נישט. אין פיין וועלי האט דער רבי אויך געשיקט א מנין די גאנצע ימי הרחמים והרצון, אין פרידוואלד איז געווען א פשוטע קליקע שלא ברצון חכמים, און מיר מצייתים לדברי חכמי הדור, האלטן דאס ערליך אז ווער ס'איז עובר על דברי חכמים נידון ברותחין

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 10:49 pm

· #51374
געב אים אביסל פונעם רבינ'ס רותחין

מנשה לוסטיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 10:57 pm

· #51376
פאר וועמען, פאר דער מלעיג אדער דער מארטירער

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:04 pm

· #51377
פטא דער וואס האט עובר געווען אויפ'ן דבר חכם

sunbar » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:20 pm

· #51382
מנשה לוסטיג
ס'איז א דבר פשוט, די מנהיגי הדור האבן די רשות צו באפעלן וואס יא און וואס נישט. אין פיין וועלי האט דער רבי אויך געשיקט א מנין די גאנצע ימי הרחמים והרצון, אין פרידוואלד איז געווען א פשוטע קליקע שלא ברצון חכמים, און מיר מצייתים לדברי חכמי הדור, האלטן דאס ערליך אז ווער ס'איז עובר על דברי חכמים נידון ברותחין


טאמער האלט איר טאקע אזוי, דעמאלס פארוואס ביסטו נישט געקומען זאגן דאס אין געריכט?

אפשר וואלט דער ריכטער פארשטאנען אזוי ווי די?

יעצט זיצט ער נאר צוליב דיין נישט זאגן.

דבילה » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:32 am

· #51456
מנשה לוסטיג
ס'איז א דבר פשוט, די מנהיגי הדור האבן די רשות צו באפעלן וואס יא און וואס נישט. אין פיין וועלי האט דער רבי אויך געשיקט א מנין די גאנצע ימי הרחמים והרצון, אין פרידוואלד איז געווען א פשוטע קליקע שלא ברצון חכמים, און מיר מצייתים לדברי חכמי הדור, האלטן דאס ערליך אז ווער ס'איז עובר על דברי חכמים נידון ברותחין


נאך שיין אז דו אנערקענסט אז ס'האט זיך אפגעשפילט א מעשה רציחה קעגן ראטענבערג. פלענטי סקווירא משוגעים זענען גרייט צו שווערן אז ס'איז גאר ראטענבערג וואס האט זיך אליין צומזיקט ווען ער האט פרובירט צו פארטרייבן דעם איידעלן שפיצער בחור...

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:34 am

· #51458
נישט ממש משוגעים, נאר קאנספיראציע טעאריקער...

מנשה לוסטיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:20 pm

· #51690
sunbar
מנשה לוסטיג
ס'איז א דבר פשוט, די מנהיגי הדור האבן די רשות צו באפעלן וואס יא און וואס נישט. אין פיין וועלי האט דער רבי אויך געשיקט א מנין די גאנצע ימי הרחמים והרצון, אין פרידוואלד איז געווען א פשוטע קליקע שלא ברצון חכמים, און מיר מצייתים לדברי חכמי הדור, האלטן דאס ערליך אז ווער ס'איז עובר על דברי חכמים נידון ברותחין


טאמער האלט איר טאקע אזוי, דעמאלס פארוואס ביסטו נישט געקומען זאגן דאס אין געריכט?

אפשר וואלט דער ריכטער פארשטאנען אזוי ווי די?

יעצט זיצט ער נאר צוליב דיין נישט זאגן.

ווער האט דאס טאקע איינגעפירט צוגיין אין ערכאות?? כ'הער נישט..
האט ראטנבערג איינמאל פראבירט צו רעדן מיט סיי וועלכע יידישע רב?, האט ער איין דעת תורה אויף זיין זייט? ווי קומט דאס אז מנשה לוסטיג זאל אריינטרעטן אין ערכאות און געבן אנערקענונג פארן פאקט פון מסר'ן א יוד. נישט איינמאל און נישט איין יוד.
און דו פרעגסט נאך, פארוואס איך האב נישט אויפגעטרעטן? האב איך דען נישט גערעדט פאר די מידיע עטליכע מאל?

מנשה לוסטיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:26 pm

· #51699
דבילה
מנשה לוסטיג
ס'איז א דבר פשוט, די מנהיגי הדור האבן די רשות צו באפעלן וואס יא און וואס נישט. אין פיין וועלי האט דער רבי אויך געשיקט א מנין די גאנצע ימי הרחמים והרצון, אין פרידוואלד איז געווען א פשוטע קליקע שלא ברצון חכמים, און מיר מצייתים לדברי חכמי הדור, האלטן דאס ערליך אז ווער ס'איז עובר על דברי חכמים נידון ברותחין


נאך שיין אז דו אנערקענסט אז ס'האט זיך אפגעשפילט א מעשה רציחה קעגן ראטענבערג. פלענטי סקווירא משוגעים זענען גרייט צו שווערן אז ס'איז גאר ראטענבערג וואס האט זיך אליין צומזיקט ווען ער האט פרובירט צו פארטרייבן דעם איידעלן שפיצער בחור...

אויב דאס הייסט רציחה, הייסט שעכטן א טשיקן אויכעט רציחה, און ארבע מיתות בין דין אויכט רציחה, און מלקות דרבנן אויכעט רציחה, און כח בי''ד אויכט רציחה, און דעת תורה אויכעט רציחה, און גאר די דעת בעל הבית איז גאלע רחמנות..

אוי טאטי » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:31 pm

· #51703
מנשה׳לע, קאלם דאון!,
זאג, דו ביזט אינגאנצן משוגע געווארן?
פארגלייכסט פארברענען א מענטש, צי שעכטן א טשיקן?!
פארגלייכסט די מעשה רציחה, צי ד׳ מיתות בית דין?!

וואס זאל איך דיר זאגן.. כ׳האב דיר געהאלטן קליגער פון דעים.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:50 pm

· #51711
איי חכמים, איר וואלט שוין לאנג געמעגט וויסן אז איך בין טאטאל פאר'ריקט!
עפעס איך כאפ נישט קיין התפעלות פון די טיטול משוגע נאריש פאנאטיש. צום פוינט, דעת תורה זאגט וואס? אז מ'דארף דעם עזות פנים פארשוינען? איז דען סקווער ליידיג פון רבנים? איז דען ראטנבערג פול מיט תורה?

ברוין » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 5:07 pm

· #51718
מנשה. עס גיסט זיך ביי דיר אזאנע ימח שמו'ס? איך קען קויפן א דאזען

NAVY SEAL » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 5:23 pm

· #51722
מנשה לוסטיג
איי חכמים, איר וואלט שוין לאנג געמעגט וויסן אז איך בין טאטאל פאר'ריקט!
עפעס איך כאפ נישט קיין התפעלות פון די טיטול משוגע נאריש פאנאטיש. צום פוינט, דעת תורה זאגט וואס? אז מ'דארף דעם עזות פנים פארשוינען? איז דען סקווער ליידיג פון רבנים? איז דען ראטנבערג פול מיט תורה?


דו פרעגסט וואס די דעת תורה זאגט? כעל פרובירן דיך מסביר צו זיין, קודם זאגט די דעת טורא אז מדארף אים פארברענען, אין נאכדעם קומט די דעת טורא ארויס מיט א מכתב מחאה אנטקעגן די מעשה רציחה, סא וועלכע דעת טורא דארף איך אננעמען?

מנשה לוסטיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 6:48 pm

· #51741
דיין מעגעלע קרייען הער איך א גאנצע צייט, יעצט לאמיר הערן די דעת תורה, כ'האב דאכט זיך נישט געשריבן דעת טורא און כ'מיין אז מ'ספעלט עס דעת תורה נישט טורא.
לאמיר הערן די דעת תורה
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16