☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:21 am

· #52966
לויט דיין נייע אוועטאר גייסטו זיכער באקומען א סטיף נעק... 😛

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:40 am

· #52977
ס'הייסט יעצט, זייער ערענסט, לויט ווי די סימנים צייגן, און אויך אסאך מבינים אינעם געביט און איבער דעם טעמע, וואס ווערט פארהאנדעלט אינעם נושא, און ווי אנקעטעס צייגן קליפ און קלאר, אז די פראבלעם וואס ווערט געשאפן אינעם צייט פון קריזיס און נויטפאל ברענגענדיג נאך זיך פאטאלע טעותים און דערויף צייגניסן פון איבערשויער פון סימפאטיקער און קעגנער צוגילייך.. וואס?

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:33 pm

· #53243
א שאד.
איך האב געהאפט דער עבודה זרה פין סקווירא וועט כאפען א מפלה בעזה"י.

נישטא נאך א פלאץ וואס מען פרעדיגט אזוי אריין אז דער רבי איז א גאט ווי אין סקווירא, אפילו חב"ד איז בעסער.

אוי טאטי » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 9:48 am

· #53356
הבחור שאול שפיטצער, האט די וואך געשיקט א בריוו צי ׳דער איד׳, ווי ער לייגט אראפ זיינע ימים טובים טעג אין טורמע.

לעמיל » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 10:02 am

· #53363
אוי טאטי
הבחור שאול שפיטצער, האט די וואך געשיקט א בריוו צי ׳דער איד׳, ווי ער לייגט אראפ זיינע ימים טובים טעג אין טורמע.

נאר צו די איד? און נישט צו די בלאט?

אוי טאטי » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 10:09 am

· #53365
עס קען זיין אז יא, אבער איך האב עס נישט געזען דארט.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 10:22 am

· #53369
אוי טאטי
הבחור שאול שפיטצער, האט די וואך געשיקט א בריוו צי ׳דער איד׳, ווי ער לייגט אראפ זיינע ימים טובים טעג אין טורמע.

איך האב עס געלייענט, און נישט גע'חלומ'ט אז דער איז דאס!
איך האב זיך געוואונדערט וועלכע שפיצער דאס איז!
אפגעזעהן צי ער איז גערעכט - ס'איז זייער א הארציגע בריוו. סאם-האו האט עס מיר זייער באנומען.

געפילטע פיש » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:27 pm

· #53455
מיינסט טאקע אז ער האט עס געשריבן? עכ"פ האט ער עס געלאזט שרייבן, אזוי ווי די בריוו פונעם יאפאנעזע בחור.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:39 pm

· #53460
נאר ווער דען שרייבט אזא בריוו מיט אלע דעטאלן?
האסט עס בכלל אפילו געלייענט?

גוטזאגער » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:53 pm

· #53469
אויב איינער איז וויליג זאל ער זיך מיען און אריבערברענגן די בריוו אין קאווע שטיב

זר זהב » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 9:45 pm

· #53527
ער באדאנקט זיך פארן שיקן אים די איד יעדע וואך.

פאנדיט » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:37 pm

· #53755
געפילטע פיש
מיינסט טאקע אז ער האט עס געשריבן? עכ"פ האט ער עס געלאזט שרייבן, אזוי ווי די בריוו פונעם יאפאנעזע בחור.

וואס פאלט דיר ביי יאפאנעזער בחור'ס בריון זענען נישט אמת? כ'ווייס אז ס'איז יא אמת

מיקוה נייעס » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:02 pm

· #53769
געפילטע פיש
מיינסט טאקע אז ער האט עס געשריבן? עכ"פ האט ער עס געלאזט שרייבן, אזוי ווי די בריוו פונעם יאפאנעזע בחור.

אפשר זאגסטו מיר וואס שטערט דיר אז ער האט דאס געשריבן ??

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:50 pm

· #53798
שמעקעדיג
נאר ווער דען שרייבט אזא בריוו מיט אלע דעטאלן?
האסט עס בכלל אפילו געלייענט?

ניין.
פאנדיט
געפילטע פיש
מיינסט טאקע אז ער האט עס געשריבן? עכ"פ האט ער עס געלאזט שרייבן, אזוי ווי די בריוו פונעם יאפאנעזע בחור.

וואס פאלט דיר ביי יאפאנעזער בחור'ס בריון זענען נישט אמת? כ'ווייס אז ס'איז יא אמת

ארלעדיגט, וועט מען מוזן זאגן אז ער איז געווארן א יודע ספר אין יאפאן.
מיקוה נייעס
אפשר זאגסטו מיר וואס שטערט דיר אז ער האט דאס געשריבן ??

שטערט מיר כלל נישט, כ'האב נאר געווארפן אן השערה.

דולה ומשקה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 9:05 pm

· #77579
לאמיר נישט פארגעסן,
אין תפיסה זיצט א בחור, וואס האט זיך עטליכע חדשים צוריק פארמאסקירט זיין פנים, פיר אזייגער פארטאגס האט ער שפאצירט אין די הענט האט ער געהאלטן נישט קיין אור החיים אדער מאור עינים..., ער האט שפאצירט מיט א כוונה צו א געוויסע אדרעסס, כ'ווייס נישט וואס, אבער דער בעל הבית וואס האט געוואוינט אין יענער אדרעסס איז פארברענט געווארען אויף א גרויסע חלק פון זיין קערפער. ס'געוועהן א קאורט קעיס, דער דזאדזש האט גע'פסק'נט אז 'שאול שפיצער' האט געוואלט פארברענען א צווייטע, אין מ'האט איהם געגעבען דערפאר זיבען יאר תפיסה.

כעת עתה זיצענדיק אין תפיסה, איז דערווייל אדורך זיין ערשטע חנוכה, שמונת ימי אורה. מיר זענען זיכער אז זיין 'רבי', דעם אויף וועמענ'ס כבוד דער בחור האט זיך אנגענומען, האט ארויס גענומען פון זיין צייט צו זאגען א קפיטל תהלים, כ'רעד נישט פון שבת פאר שחרית, נאר ארויס גענומען דאס תהלים'ל פאר זיין 'באטלערס' אויסלייז (אין אויך לרפואה שלימה פאר דעם פארברענטן איד).

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 9:14 pm

· #77585
ייש"כ פאר די הודעה, האסט מיך דערמאנט נעבעך פון דעם שפיצער
יושבים האחרונים משכחים יושבים הראשונים

אויב תפילה העלפט: ה' פליז ברענג אים אהיים, ער - און בעיקר זיינע משלחים - האבן שוין באקומען דעם לעקציע

מאיר_וואלף » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:56 am

· #77657
קאווע טרינקער
ייש"כ פאר די הודעה, האסט מיך דערמאנט נעבעך פון דעם שפיצער
יושבים האחרונים משכחים יושבים הראשונים

אויב תפילה העלפט: ה' פליז ברענג אים אהיים, ער - און בעיקר זיינע משלחים - האבן שוין באקומען דעם לעקציע

וואס מיינען די ווערטער?

יאיר » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:08 am

· #77658
כוונת שותה קבה הוא דברוב ענותנותו לא ידע גדל מדרגתו, וחשב בעצמו שתפילתו תפילת הדיוט אינה ראויה שתעלה לפני כסא הכבוד. ודפח"ח.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 9:46 am

· #77684
דולה ומשקה, דו שאצט מיך איבער.
מאיר וואלף, אז דו האסט צייט, זיי חוקר, און זאג דו מיר צו א מענטש איז מחויב צו גלייבען אז תפילה העלפט.
איך זאג נישט אז ס'איז נישט דא קיין חיוב תפילה -עכ"פ בעת צרה, לויט רמב"ם - אבער פון דא ביזן זיין מחויב צו גלייבען אז מיין תפילה העלפט.. איך בין נישט זיכער, אדרבה, זיי מברר.

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 11:40 am

· #77710
ווי אזוי איז מען דאס חוקר?
איך מיין אז די בעסטע וועג איז עס אויסצופרובירן, וועט מען זעהן אויב עס ארבעט.
איך האב עס אויספרובירט און עס האט געארבעט וואונדערבאר ב"ה.
נישט איין מאל, נישט צעהן מאל, און נישט הונדערט מאל, האב איך געהאט זאכן וואס האט עס אויסגעזעהן ווי איך וועל זיך בשום אופן נישט קענען אן עצה געבן דערמיט, און איך האב פשוט געבעטן דעם אייבערשטן, און איך האב געזעהן געוואלדיגע ישועות (איך דארף עס טאקע אריינלייגן אינעם דבר יום ביומו).
אדרבה פרובירט.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 11:46 am

· #77713
האסט פראבירט אן תפילה?
אפשר וואלסטו געהאלפן געווארן בכל אופן?

און מאן יימר אז גאט דיר געהאלפן צוליב דיין תפילה? אפשר האט ער געהאט אן אנדערע חשבון?

און אפילו נניח אז ס'העלפט יא, דארף מען חוקר זיין צו ס'איז דא חיוב אמונה אויף דעם

מאיר_וואלף » פרייטאג יאנואר 4, 2013 11:51 am

· #77717
קאווע טרינקער
דולה ומשקה, דו שאצט מיך איבער.
מאיר וואלף, אז דו האסט צייט, זיי חוקר, און זאג דו מיר צו א מענטש איז מחויב צו גלייבען אז תפילה העלפט.
איך זאג נישט אז ס'איז נישט דא קיין חיוב תפילה -עכ"פ בעת צרה, לויט רמב"ם - אבער פון דא ביזן זיין מחויב צו גלייבען אז מיין תפילה העלפט.. איך בין נישט זיכער, אדרבה, זיי מברר.

"כי א-ל שומע תפלות ותחנונים אתה"
"כי אתה שומע תפלת כל פה עמך ישראל ברחמים"
וואס דען העלפט?

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:02 pm

· #77719
דו .... כ'וויל נישט זאגן וואס.

איינער זאגט דא אז ה' הערט נישט?

מאיר_וואלף » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:07 pm

· #77721
עס מיינט נישט אז עס העלפט אויף די מנוט,
אדער, אזוי ווי דיר, צי ווי מיר, שמעקט,
אבער, ווי מעג מען אין דעם מסופק זיין?

מאיר_וואלף » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:11 pm

· #77723
קאווע טרינקער
דו .... כ'וויל נישט זאגן וואס.

איינער זאגט דא אז ה' הערט נישט?

וואס מיינט ער הערט?
ער הערט אזוי ווי דו,
אין ער איגנארט?

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:11 pm

· #77724
רבש"ע! פרעגן טאר איך שוין אויך נישט?

מאיר_וואלף » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:18 pm

· #77728
קאווע טרינקער
רבש"ע! פרעגן טאר איך שוין אויך נישט?


"אני מאמין באמונה שלמה שהבורא יתברך שמו לו לבדו ראוי להתפלל ואין לזולתו ראוי להתפלל"

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:20 pm

· #77732
קאווע טרינקער
דולה ומשקה, דו שאצט מיך איבער.
מאיר וואלף, אז דו האסט צייט, זיי חוקר, און זאג דו מיר צו א מענטש איז מחויב צו גלייבען אז תפילה העלפט.
איך זאג נישט אז ס'איז נישט דא קיין חיוב תפילה -עכ"פ בעת צרה, לויט רמב"ם - אבער פון דא ביזן זיין מחויב צו גלייבען אז מיין תפילה העלפט.. איך בין נישט זיכער, אדרבה, זיי מברר.


דו זעהסט אין דעם א סתירה צום "אני מאמין"?
א מאיר און א וואלף איז א גרעסערע סתירה

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:28 pm

· #77737
וואס איז שייך צו טענה'נען? פרובירט עס אליינ'ס אויס, מען דארף גארנישט אינוועסטן, ווי שווער איז צו זאגן "רבונו של עולם העלף מיר!" פרוביר עס אויס און איבערצייג דיך אליינ'ס.

עי' רמב"ם תחלת הלכות תפלה אז די מצות עשה דאורייתא פון תפלה איז צו בעטן יעדן טאג אויף די אייגענע שפראך וואס מען דארף.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:44 pm

· #77739
ברסלבער
וואס איז שייך צו טענה'נען?

איר זענט גערעכט, ס'איז נישט שייך זיך צו טענה'ענן ווען יעדער רעדט פון גאר א צווייטע ענין

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:51 pm

· #77740
כקאווע טרינקער ועוד.
ס'איז נישט קיין סתירה.
השי"ת הערט זיכער אויס יעדע תפלה, און מען דארף מתפלל זיין.
אבער צי ס'העלפט? מסתמא אויך, אבער נישט אלץ גענוי אויף וואס - און אויף דעם אופן - וואס מען בעהט.

איך בעט אסאך זאכן, און איך זעה נישט עס זאל העלפן.

(חוץ מזה איז דא א ענין פון א תפלת שוא.)

מאיר_וואלף » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:04 pm

· #77748
שמעקעדיג
כקאווע טרינקער ועוד.
ס'איז נישט קיין סתירה.
השי"ת הערט זיכער אויס יעדע תפלה, און מען דארף מתפלל זיין.
אבער צי ס'העלפט? מסתמא אויך, אבער נישט אלץ גענוי אויף וואס - און אויף דעם אופן - וואס מען בעהט.

איך בעט אסאך זאכן, און איך זעה נישט עס זאל העלפן.

(חוץ מזה איז דא א ענין פון א תפלת שוא.)


זיכער אויך

מען דארף צו גלייבען
אויף א זאך וואס מען זעהט, פעלט נישט אויס צו גלייבען

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:08 pm

· #77751
דער חת"ם סופר שרייבט אין א תשובה לגבי דעם וואס דער רמ"א זאגט אז סנדקאות מאכט רייך, און מען זעהט אסאך מענטשן וואס זענען געווען סנדק און זענען נישט געווארן רייך, זאגט ער אז אמאל איז נגזר געווארן שלעכטע גזירות אויפ'ן מענטש און דער אייבערשטער נעמט די סגולה פון עשירות און נעמט אנשטאט דעם אוועק די גזרה, און ווען מען זאל פרעגן דעם מענטש אליינ'ס וואלט ער אויך מסכים געווען צום טויש.
די זעלבע איז ביי תפלה, ווען מען איז נישט געהאלפן געווארן, אמאל קען זיין אז מען האט נישט גענוג געבעטן, יעדע זאך האט א פרייז וויפיל תפלות מען דארף בעטן דערויף, און אמאל קען זיין אז דער אייבערשטער האט גענוצט די תפלות פאר אן אנדערע זאך, און ווען מען זאל וויסן פון די אנדערע זאך וואלט מען נאר געבעטן אויף יענץ.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:10 pm

· #77753
מאיר_וואלף
שמעקעדיג
כקאווע טרינקער ועוד.
ס'איז נישט קיין סתירה.
השי"ת הערט זיכער אויס יעדע תפלה, און מען דארף מתפלל זיין.
אבער צי ס'העלפט? מסתמא אויך, אבער נישט אלץ גענוי אויף וואס - און אויף דעם אופן - וואס מען בעהט.

איך בעט אסאך זאכן, און איך זעה נישט עס זאל העלפן.

(חוץ מזה איז דא א ענין פון א תפלת שוא.)


זיכער אויך

מען דארף צו גלייבען
אויף א זאך וואס מען זעהט, פעלט נישט אויס צו גלייבען


אבער טאמער די "אמונה" איז א סתירה צו וואס איך זעה?

שטעל דיר פאר, איך בין מתפלל צו השי"ת אז איך וויל ווערן א עושר יעצט, היינט (נישט יומו של הקב"ה)!
און נאכן ווארטן א גאנצע וואך האט זיך מיין מצב נישט פארבעסערט.
מיין תפלה האט געהאלפן? זיכער יא. ערגעץ, אמאל וועט עס צוניצקומען.
אבער למעשה בין איך נישט געהאלפן געווארן.
אט דאס האב איך געמיינט צו זאגן.

---

ברסלב'ער האקט ענליך.

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:16 pm

· #77754
פון די וואכעדיגע סדרה

וַיְהִי בַיָּמִים הָרַבִּים הָהֵם וַיָּמָת מֶלֶךְ מִצְרַיִם וַיֵּאָנְחוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעֲבֹדָה וַיִּזְעָקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל הָאֱלֹהִים מִן הָעֲבֹדָה:
וַיִּשְׁמַע אֱלֹהִים אֶת נַאֲקָתָם... וַיֹּאמֶר יְקֹוָק רָאֹה רָאִיתִי אֶת עֳנִי עַמִּי אֲשֶׁר בְּמִצְרָיִם וְאֶת צַעֲקָתָם שָׁמַעְתִּי מִפְּנֵי נֹגְשָׂיו... וְעַתָּה הִנֵּה צַעֲקַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בָּאָה אֵלָי

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:18 pm

· #77756
ברסלבער
דער חת"ם סופר שרייבט אין א תשובה

נודע ביהודה

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:24 pm

· #77758
ש'כח פארן פארעכטן.
אפשר ווייסטו אויך דעם פונקטליכן אדרעס אין נודע ביהודה?
איך האב עס נאר געהערט מפי השמועה

מנשה לוסטיג » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:45 pm

· #77773
נסתרים דרכי השם, אבער [...] זאל בקרוב פייגערן מיט א מיתה משונה

יאיר » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:50 pm

· #77775
מנשה לוסטיג
נסתרים דרכי השם, אבער [...] זאל בקרוב פייגערן מיט א מיתה משונה

איינער קען מיר מסביר זיין ווי אזוי דער לוסטיג קען האבן אזויפיל רשעות אין זיך?

boxcover » פרייטאג יאנואר 4, 2013 3:01 pm

· #77779
יאיר
מנשה לוסטיג
נסתרים דרכי השם, אבער [...] זאל בקרוב פייגערן מיט א מיתה משונה

איינער קען מיר מסביר זיין ווי אזוי דער לוסטיג קען האבן אזויפיל רשעות אין זיך?

עס איז נישט רשעות; אין אדם חוטא אלא נכנס בו רוח שטות.
סקווירא = שטות
רבי = רוח

petergrifin » פרייטאג יאנואר 4, 2013 3:38 pm

· #77784
מנשה לוסטיג
נסתרים דרכי השם, אבער [...] זאל בקרוב פייגערן מיט א מיתה משונה


איך האב געמײנט אז דו ביסט א נארמאלער מענטש װאס האט מיך משמח געװען א יעדער פרײטאגס צונאכטס מיט ״נו שרה ברענג ארײן די װײן״ אבער
אז מעמײנט נערט מען זיך.

מנשה לוסטיג » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 6:42 pm

· #77790
און אפשר בין איך פשוט א ערליכער יוד, וואס גלייבט וואס שטייט אין חז''ל, אז א מסור א פורש מן הציבור, א לועג על דברי חכמים חוטא ומחטיא כופר בתורה שבעל פה ועוד, איז פארשאלטן? נעם דיר די טירחה און קוק אריין אין חפץ חיים, וועסטו זען 'אביסל' וואס די דעת תורה איז בנוגע א מסרב לבי''ד און א מסור און א פורש און א לועג. כ'פארשטיי אז דו האסט געפילן.. אבער אויך די ענימעל רייטס פיפעל האבן איך עפעס רחמנות.

יתרו » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 7:07 pm

· #77793
מנשה בן דוואשע בתוך שאר חולי ישראל

בדחן » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 7:10 pm

· #77794
מנשה לוסטיג
נסתרים דרכי השם, אבער .... זאל בקרוב פייגערן מיט א מיתה משונה


עד כדי כך? אלעס פארען וועלן דאווענענן מיט א עקסטערע מנין שב״ק??
מיט די תפיסה פינעם בחור האט ער דאך זילטזש איינגעלייגט, כידוע.

מנשה לוסטיג » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 7:40 pm

· #77798
נישט פאר דאווענען, פארן אפ'שמד'ן אפאר נשמות וואס איך ווייס, און דו נישט

בדחן » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 8:56 pm

· #77809
וואס מיינט אפ׳שמד׳ן? ער האט זיי צוגערעדט אז זיי זאלן נישט גיין צום טיש? אדער אז זיי זאלן אויך דאווענענן עקסטער?

דרך אגב, מען וואנטש נישט קיין מיתה אפילו פאר אזא איינעם וואס האט א צווייטען מחטיא געווען, און כ״ש ווען די שמד איז נאר נוסח סקוויער דאס מיינט אז עס קען זיין אז זיי זענענן נאך געהעריגע אידן אבער נישט סקווירע חסידים...

boxcover » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 9:22 pm

· #77811
מנשה לוסטיג
נישט פאר דאווענען, פארן אפ'שמד'ן אפאר נשמות וואס איך ווייס, און דו נישט

ענלייטן אונז, ביטע

מנשה לוסטיג » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 9:41 pm

· #77817
איך בין נישט דער גרויסער קנאי, וויפיל פערל ווערטער איך האב געהערט פון עהם, אין די עבר, און וויפיל חברים איך קען וואס ער האט גלאט מעביר געווען על הדת, ווי קומט אריין סקווער דא? אז דער שרץ האט געוואוינט אין סקווער, און אז ער גייט אקעגן סקווער איז ער פלוצלינג כשר? א שייגעץ בלייבט שייגעץ אפילו ער האט געהאט א געפעכט מיט איינעם און אפילו מיט א גאנצע קהילה, א כופר בלייבט א כופר, און ביי מיר אין תורה שטייט אנדערש ווי ביי 'בדחן' אין קאפ.

מאיר_וואלף » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 11:24 pm

· #77842
מנשה לוסטיג
און אפשר בין איך פשוט א ערליכער יוד, וואס גלייבט וואס שטייט אין חז''ל, אז א מסור א פורש מן הציבור, א לועג על דברי חכמים חוטא ומחטיא כופר בתורה שבעל פה ועוד, איז פארשאלטן? נעם דיר די טירחה און קוק אריין אין חפץ חיים, וועסטו זען 'אביסל' וואס די דעת תורה איז בנוגע א מסרב לבי''ד און א מסור און א פורש און א לועג. כ'פארשטיי אז דו האסט געפילן.. אבער אויך די ענימעל רייטס פיפעל האבן איך עפעס רחמנות.

!!!We want more, keep on

הדד בן בדד » זונטאג יאנואר 6, 2013 2:43 am

· #77876
קאווע טרינקער
ייש"כ פאר די הודעה, האסט מיך דערמאנט נעבעך פון דעם שפיצער
יושבים האחרונים משכחים יושבים הראשונים

אויב תפילה העלפט: ה' פליז ברענג אים אהיים, ער - און בעיקר זיינע משלחים - האבן שוין באקומען דעם לעקציע


יעדער האט זיך אפגעשטעלט אויף די ערשטע דריי ווערטער פון דעם לעצטן שורה. איך וויל רעדט פון די איבריגע ווערטער פון דעם שורה.

"ער און בעיקר זיינע משלחים האבן שוין באקומען דעם לעקציע". ער, אפשר. אבער זיינע משלחים האבן נאך זיכער און קלאר נישט באקומען דעם לעקציע (גראדע באקומען האבן זיי עס יא, נאר עס געלערנט, האבן זיי נישט), אסאאאאאאך מער פון דעם וועט מוזן געשעהן אז זיי זאלן דעם לעקציע לערנען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16