☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אפריל 29, 2015 11:02 am

· #270856
לאליפאפ
מנשה, האסט אויסגעלאזט צו פארציילן אז ראטענבערג איז בכלל דער וואס איז געקומען צו שפיטצער'ס הויז כדי אונטערצוצינדן שאולי'ס פינגער.


ניין ער איז אזא חסיד אז ער איז געגאנגען כדי צו ווערען אינטערגעצינדען

גאנצל » מיטוואך אפריל 29, 2015 1:21 pm

· #270883
מבקר
גאנצל
בקיצור זאגסטו מנשה אז ער האט עס געטון בזדון אבער ער איז געווען איבערגעאיילט איא ?

נישט ריכטיג פארשטאנען,

די עיקר וואס מנשה דערציילט איז אז שאולי האט נישט אינטערגעצונדן קיין מענטש, נאר פארקערט ער'ז געווארן אינטערגעצונדן!


מנשה האט אין פריערדיגע תגובות אראפגעלייגט כאילו אז דער בחור כלשונו דער קדוש האט דאס דוקא געטאן פאר'ן רבינס כבוד און מקנא געוועו קנאת ד' וואס אויב דאס איז אמת איר דער בחור א פאלנע רוצח אבער דא זאגט ער אז ווי נאר דער בחור האט געזען דעם ראטענבערג וואקן רואיג אזוי געמיטליך איז ער געווארן גערעגט אויף די מינוט און געטאן א אוםאיבערגעטראכטע שריט אקעי דאס קען מען פארשטיין

yatzmachp » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:08 pm

· #270964
יין שרף
למעשה עפעס איז טאקע אביסל ראנג מיט די סטארי ווי סיי ווער דערציילט עס. מיר איז אלץ שווער געווען וויאזוי פון א שמאטע געווייקט אין געזאלין האט אויסגעבראכן א פייער. חיים אהרן האט שוין דאן געקעקעצט איבער דעם און געזאגט פאר די מידיאו אז "ער האט עס פארלוירענעהייט געווארפן און פנים און עס האט אויפגעפלאקערט"... איך האב דעמאלס נאך געפרעגט א ריפארטער פון LOHUD.COM וויזאוי עס האט אויפגעפלאמט האט ער גענפערט כ'ווייס נישט און געווען זייער פארנעפעלט.


לאמיר דיך אויסלערנען איין זאך וועגן געזאלין. געזאלין איז זייער א פלעימעבל כעמיקאל, דאס פאלט אינטער א קאטעגאריע פון אראמעטיקס וואס האט א מיט א הויכע vapor pressure. וועגן דעם איז עס זייער פלעימעבל און איז עלול פאר spontaneous combustion. יא ווען צוויי מענטשן קריגן זיך און זיי האבן מיט זיך געזאלין, פון די רייבערייען קען עס אנהייבן צו ברענען.

מבקר » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:13 pm

· #270966
yatzmachp

לאמיר דיך אויסלערנען איין זאך וועגן געזאלין. געזאלין איז זייער א פלעימעבל כעמיקאל, דאס פאלט אינטער א קאטעגאריע פון אראמעטיקס וואס האט א מיט א הויכע vapor pressure. וועגן דעם איז עס זייער פלעימעבל און איז עלול פאר spontaneous combustion. יא ווען צוויי מענטשן קריגן זיך און זיי האבן מיט זיך געזאלין, פון די רייבערייען קען עס אנהייבן צו ברענען.

חובת ההוכחה עליך!!

מנשה לוסטיג » מיטוואך אפריל 29, 2015 5:38 pm

· #271005
גאנצל
מבקר
גאנצל
בקיצור זאגסטו מנשה אז ער האט עס געטון בזדון אבער ער איז געווען איבערגעאיילט איא ?

נישט ריכטיג פארשטאנען,

די עיקר וואס מנשה דערציילט איז אז שאולי האט נישט אינטערגעצונדן קיין מענטש, נאר פארקערט ער'ז געווארן אינטערגעצונדן!


מנשה האט אין פריערדיגע תגובות אראפגעלייגט כאילו אז דער בחור כלשונו דער קדוש האט דאס דוקא געטאן פאר'ן רבינס כבוד און מקנא געוועו קנאת ד' וואס אויב דאס איז אמת איר דער בחור א פאלנע רוצח אבער דא זאגט ער אז ווי נאר דער בחור האט געזען דעם ראטענבערג וואקן רואיג אזוי געמיטליך איז ער געווארן גערעגט אויף די מינוט און געטאן א אוםאיבערגעטראכטע שריט אקעי דאס קען מען פארשטיין

אין די ערשטע טעג האבן זייער אסאך אין שטעטל געהאלטן אז דער בחור האט געטון א אומ'אויפשטענדליכע זאך, אבער ווען ס'איז אריבער דריי טעג, און דער קליקע זיינע - אין די גוטהייסונג פון יאסל וואלדחזיר האבן אראפגעברענגט דעם סאספערד אין שטעטל, ארויסצוגעבן זייער פארלאנג, אז נישט דעם בחור ווילן זיי אויף דזשאסטעס, נאר דעם רבי'ן. האבן אלע שוין פארשטאנען דעם סוף מעשה במחשבה תחילה, אז זיי האבן געווארט אויף אזא זאך זאל אויפשאקלען די מידיע און אריינבייסן אינעם חסידות, נישט עפעס א יושר'דיגע קאנפליקט.
און ווען ס'האט זיך עהם נישט איינגעגעבן צו אנקלאגן דעם רבי'ן זאל געזונט זיין, האט ער געוואלט אלעס אפלאזן, אבער צוריק גייט א קאזע, און פון דאן איז ער מוחרם ביי כלל ישראל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 29, 2015 5:57 pm

· #271012
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ווער זאגט אז ארייבייסען אינ'ם כאסידעס איז נישט א יושר'דיגע קאנפליקט?

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:08 pm

· #271287
מנשה לוסטיג
און פון דאן איז ער מוחרם ביי כלל ישראל.


אזוי גאר?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:45 pm

· #271306
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער זאגט אז ארייבייסען אינ'ם כאסידעס איז נישט א יושר'דיגע קאנפליקט?

ווער זאגט אז יא?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:46 pm

· #271307
געוואלדיג
מנשה לוסטיג
און פון דאן איז ער מוחרם ביי כלל ישראל.


אזוי גאר?

נו וואס דען?
פארוואס וויל זיך קיינער נישט משדך זיין מיט עהם?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:48 pm

· #271308
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
People who live in glass houses.........

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:49 pm

· #271375
מנשה לוסטיג
געוואלדיג
מנשה לוסטיג
און פון דאן איז ער מוחרם ביי כלל ישראל.


אזוי גאר?

נו וואס דען?
פארוואס וויל זיך קיינער נישט משדך זיין מיט עהם?


מען וויל יא נאר מען האט מורא............

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:31 pm

· #271406
מיט אנדערע ווערטער, איז ער דאך מוחרם ביים כלל

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:37 pm

· #271409
מ'וויל זיך נישט אריינמישען אין א פייערדיגע מחלוקת. זעסט דאך קיינער האט זיך נישט משדך געווען מיט שפיצער זייט דעמאלס....

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:42 pm

· #271411
ליטוואק פון בודאפעסט
People who live in glass houses.........

ודי בזה.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:57 pm

· #271418
איך בין דווקא געווען פארמישט אין א שידוך וועגן זיין זון, און מ'טאפט א וואנט, קיינער וויל נישט, פון אויסטראליע ביז אלאסקע, וואס זענען זיינע ילדים שולדיג?
נאר ביי קורח זענען אויך נענש געווארן אונטער די עלטער פון בני עונשין.

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:01 pm

· #271423
מנשה מעגסט אמאל כאפן אויפן ווינק ,נישט אלעס דארף מען דיר ארויסספעלן וד''ל.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:12 pm

· #271430
איך אויך
סאו זאגסטו אז דער ריכטער איז סתם א ברעסלעווער?

וואס דארף דאס מיינען, עפעס לשון הרע חלילה אויף א היימישער יוד?

לבלר » מיטוואך יולי 1, 2015 7:48 pm

· #286575
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
פליז עקספלען ?
וואס איז יעצט מיט אים? אריוס פריי?

שמעון וואלף » מיטוואך יולי 1, 2015 7:53 pm

· #286579
זיי שיקן עס צוריק צום סופרים קאורט אז זיי זאלן איבערמאכן זייער פסק נעמענדיג אין חשבון אז ער איז געווען יונג.

למעשה פארשטיי איך נישט טאמער איז ער שוין געווען אכצן, פארוואס הייסט ער נאך יונג?

אלנפאס, יעדער איז צופרידן אז ס'דא האפענונג אז ער זאל ווערן באפרייט ווייל די מעסעזש איז שוין דערהערט געווארן loud and clear.

lazar » מיטוואך יולי 1, 2015 7:59 pm

· #286582
פארשטיי איך נישט פארוואס ס'האט געדויערט איבער 3 יאר אז מ'זאל זיך כאפן אז מ'האט פארגעסן אריינצורעכענען זיין יונגן עלטער.

לבלר » מיטוואך יולי 1, 2015 8:47 pm

· #286599
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
lazar
פארשטיי איך נישט פארוואס ס'האט געדויערט איבער 3 יאר אז מ'זאל זיך כאפן אז מ'האט פארגעסן אריינצורעכענען זיין יונגן עלטער.

די קענסט אפשר איבער קיקען אפער קעסיס אין מיך יעצט זאגען וואס ס'איז רונג.
נאך דעם איז נישט קיין קינץ.

יואליש » מיטוואך יולי 1, 2015 9:26 pm

· #286612
שמעון וואלף
זיי שיקן עס צוריק צום סופרים קאורט אז זיי זאלן איבערמאכן זייער פסק נעמענדיג אין חשבון אז ער איז געווען יונג.

למעשה פארשטיי איך נישט טאמער איז ער שוין געווען אכצן, פארוואס הייסט ער נאך יונג?
loud and clear.


זיי רעדן נישט פון juvenile נאר youthful. ס'קוקט אויס פון די פסק אז דאס איז א פאקטאר וואס מיז גענימען ווערן אין באטראכט ביים סענטענסינג.

לכאורה וועט די קאונטי ריכטער זאגן אז די קושי השיעבוד האט שוין משלים געווען.

יואליש » מיטוואך יולי 1, 2015 9:31 pm

· #286613
דרך אגב:

ניו יארק איז פון די לעצטע סטעיטס וועלכע קלאגן יוגענטליכע אלס ערוואקסענע:

Sixteen and 17 year olds are automatically charged as adults and 13 to 15 year olds may be charged as adults for more serious and violent crimes

Read more: <a class="postlink" href="http://criminal-law.freeadvice.com/criminal-law/juvenile_law/new-york-juvenile-crimes-how-system-works.htm#ixzz3eh3Nkakm">http://criminal-law.freeadvice.com/crim ... z3eh3Nkakm</a>
Under Creative Commons License: Attribution
Follow us: @FreeAdviceNews on Twitter | freeadvice on Facebook

lazar » מיטוואך יולי 1, 2015 10:54 pm

· #286629
אין אנדערע נייעס הער איך אז ס'איז רעדיצירט געווארן די תפיסה יארן פון ר' מרדכי יצחק סאמעט.

גאנצל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:02 pm

· #286723
אוי הלוואי אנא ד' הושיעה נא אז שאול יחזקאל בן שרה מרים זאל שוין ארויס גיין מאפילה לאורה שוין יעצט

קום אהער » דאנערשטאג יולי 2, 2015 8:43 pm

· #286859
יואליש
דרך אגב:

ניו יארק איז פון די לעצטע סטעיטס וועלכע קלאגן יוגענטליכע אלס ערוואקסענע:

Sixteen and 17 year olds are automatically charged as adults and 13 to 15 year olds may be charged as adults for more serious and violent crimes

Read more: <a class="postlink" href="http://criminal-law.freeadvice.com/criminal-law/juvenile_law/new-york-juvenile-crimes-how-system-works.htm#ixzz3eh3Nkakm">http://criminal-law.freeadvice.com/crim ... z3eh3Nkakm</a>
Under Creative Commons License: Attribution
Follow us: @FreeAdviceNews on Twitter | freeadvice on Facebook

וואס איך פארשטיי נישט איז, וויאזוי קען מען אנקלאגן א under age , ממה נפשך האט ער שכל טא פארוואס ווען עס קומט צו אלע אנדערע זאכן האלטסטו ניין ער טאר נאכנישט קויפן אלקאהאל ווייל ער איז נאך יונג , האט ער נישט פארוואס ווען עס קומט צו עוולות שפארסטו אים אין תפיסה אריין . ??

דרך אגב איז יעצט ארום געפארן א קליפ וויאזוי א פאליס ארעסטירט א 11 יערוג יונגעל ממש נישט צו פארשטיין ער האט דאך זיכער נישט קיין שכל .

ראוונע » זונטאג יולי 5, 2015 2:11 am

· #287085
קום אהער
דרך אגב איז יעצט ארום געפארן א קליפ וויאזוי א פאליס ארעסטירט א 11 יעריג יונגל ממש נישט צו פארשטיין ער האט דאך זיכער נישט קיין שכל.

לייג ארויף די קליפ

מ גפני » זונטאג יולי 5, 2015 11:03 am

· #287120
אין אנדערע נייעס הער איך....
אז דער בחור איז געווארן באפריינדעט מיט הרב הצדיק ר' יעקב הורוויץ (הנקרא "דער רבי פון די תפיסות") און אזוי ווי הרב הורוויץ גייט נישט אין שפאן מיט די אכזרים (די קהילה פירער) פון סקווירא, האבן זיי גע'שתדל'ט אז מ'זאל דעם בחור אריבערפירן צו אן אנדערען --און אסאך שווערער-- תפיסה אבי דער בחור זאל נישט נהנה זיין פון די טובות פון הרב הורוויץ!!!

ביקורת המקרא » זונטאג יולי 5, 2015 1:24 pm

· #287141
// /

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יולי 8, 2015 10:55 am

· #288069
מ גפני
אז דער בחור איז געווארן באפריינדעט מיט הרב הצדיק ר' יעקב הורוויץ (הנקרא "דער רבי פון די תפיסות") און אזוי ווי הרב הורוויץ גייט נישט אין שפאן מיט די אכזרים (די קהילה פירער) פון סקווירא, האבן זיי גע'שתדל'ט אז מ'זאל דעם בחור אריבערפירן צו אן אנדערען --און אסאך שווערער-- תפיסה אבי דער בחור זאל נישט נהנה זיין פון די טובות פון הרב הורוויץ!!!


אה! מי כעמך הנאציס

חקרן » מאנטאג יולי 27, 2015 12:43 am

· #291953
געוואגטער טייערער: איך האב אליין געהערט פון הרב אברהם יעקב הורביץ, במעמד פון עדים כשרים, ווי אזוי ער דערציילט מיט זיין אייגן מויל, אז דער סקווירער האט געשיקט א מעסעזש פאר די משפחה זאגנדיג "אברהם יעקב הורביץ איז מיר א שונא שוין פופצן יאר..." די משפחה האט גראד פארשטאנען וואס דער רבי וויל, און מען האט אים געטרענספערט צו א פיל שווערערע תפיסה. דאס איז געווען נאך וואס אברהם יעקב האט פאר אים גע'שתדל'ט און געמאכט פאר אים פראטעקציע, וואס אנדערע ארעסטאנטן האבן נישט אין אמעריקע.

דער אויבערשטער וועט זיס מאכן דאס לעבן פון זיינע קינדער.

מבקר » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 7:52 pm

· #305639
האט ער זיך נישט מחייב געווען צו טוהן אלעס כדי שפיצער זאל ווערן גע'משפט צום גוטן?

בונדל » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 9:06 pm

· #305645
אין די הסכם צווישען ראטענבערג און סקווער איז אויך געווען געשריבען אז ער רעדט מער נישט אויף סקווער און זיי רעדען נישט אויף איהם.
ער איז געווען אויף זיין טאטענס ציון נישט לאנג צוריק און פון די ישיבה האט מען באשריגען אים און זיין משפחה. יעצט ווען מען האט אים געבעטען ער זאל אונטער שרייבען, האט ער פארלאנגט אז סקווער זאל אפשטעלן די טערער קעגן איהם. מען האט דאס אבער נישט געוואלט נאכגעבען. סקווער האט נישט געוואלט ווייזען קיין שום צייכען לטובתו אז די טערעריסטן זאלן אים אויפהערן טשעפענען און נאכשרייען.
רעסט איז היסטארי

מבקר » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 9:38 pm

· #305651
,
📎 Screenshot_2015-10-22-21-36-23-1.png

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:31 pm

· #305655
נישט געוואוסט אז דער בעל דזשו לענד, איז אויך א מחבר חיבורים.

גנדי » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:35 pm

· #305657
דאס איז א נייע צעטיל? אדער אן אלטן צעטיל?

ווי איז די שכל?
אויב טייטשט מען איבער די צעטיל פארן דזשאזש וועט שפיצער נאר ליידן.

ווי איז די שכל?

יהושע חיים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:04 pm

· #305667
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
וואס האט וועלוול שמעלצער געזינדיגט?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:17 pm

· #305671
דער צעטל שמעקט פון אונזער מנשה'לע....

איך האלט אז שפיצער איז בלויז א שעיר לעזאזל, און האט שוין גענוג צייט געדינט אין טורמע. ער האט שוין געלערנט זיין לעססאן און ער איז מער נישט קיין סכנה פאר די גאס. הגם איך פארשטיי אויך ראטענבערג וואס ליידט אזעלכע יסורים, מיין איך אז ער זאל זיך אפלאזן פון שפיצער וואס איז נאר דער שטעקן מיט וואס מען האט געשמיסן.

Chuchem » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 8:04 pm

· #305888
ס'שמעקט ווי א בוחורישע צעטל

קרעקער » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:51 pm

· #305923
ס'שמעקט ווי א בוחורישע צעטל


דע פראבלעם איז טאקע בחורישע מעשיות, א בחור האט פארברענט ראטענבערג

Milk shake » זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:48 pm

· #306068
זעה איך אז ראטנבערג'ס עיקר טענה איז אז קיינער האט זיך נישט אנטשולדיגט פאר אים אין משך די גאנצע צייט, ס'איז אבסיל אומדיפלאמאטיש, אבער אביסל צו פארשטיין געבן די מצב,

סקווירא קהילה האט זיך פון די ערשטע מינוט אפגעשאקלט דערפון, מורא האבנדיג אז זיי וועלן ווערן אריינגעשלעפט, זיי האבן געדרייט דעם רוקן צום בחור און זיין משפחה, און נישט געהאלטן ביים צוהעלפן מיט גארנישט, נישט מיט געלט און נישט מיט אנדערע הילף, אזוי איז געווארן די משפחה און די קהילה צוויי פארטייען, א שיינער חלק פון די משפחה זענען דעריבער זייער פארווייטאגט אויף די קהילה און אפילו אויף די רבי.

Kool man » זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:38 pm

· #306090
רויטע וואנצעס
נישט געוואוסט אז דער בעל דזשו לענד, איז אויך א מחבר חיבורים.


❓

שושן פורים » זונטאג אקטאבער 25, 2015 4:12 pm

· #306095
שמעקעדיג
דער צעטל שמעקט פון אונזער מנשה'לע....

איך האלט אז שפיצער איז בלויז א שעיר לעזאזל, און האט שוין גענוג צייט געדינט אין טורמע. ער האט שוין געלערנט זיין לעססאן און ער איז מער נישט קיין סכנה פאר די גאס. הגם איך פארשטיי אויך ראטענבערג וואס ליידט אזעלכע יסורים, מיין איך אז ער זאל זיך אפלאזן פון שפיצער וואס איז נאר דער שטעקן מיט וואס מען האט געשמיסן.

this is Menashe's arts & crafts, he sent it around to all his email contacts erev Rosh Hashana

מבקר » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 7:26 pm

· #306259
’
📎 Screenshot_2015-10-26-19-25-03-1.png

קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 7:38 pm

· #306260
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/">http://www.kikar.co.il/</a>משפט-סקווירא-המכתב-הדרמטי-נחשף.html

<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/">http://www.kikar.co.il/</a>משפט-סקווירא-המכתב-הדרמטי-נחשף.html

אלטע סחורה, מן הסתם שוין געלינקט אהין אין דעם אשכול.
ס'איז אינטערסאנט אז דוקא וואס סקווירא וויל נישט הערן איז געווען בייהילפיג פארן בחור, א דאנק א קנאישע איד פון לאנדאן.

מבקר » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:24 pm

· #306262
קודם כל דא האסטו א לינק וואס ארבעט

<a class="postlink" href="http://goo.gl/yPPjVZ">http://goo.gl/yPPjVZ</a>

ושנית, די איד איז אן איידעם אין סקווירא, און איז געבעטן געווארן פון זיי צו שרייבן דעם בריוו.

סלינקי » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:34 pm

· #306415
באפרייט!!!

מבקר » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:35 pm

· #306416
יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם ברוב חסדי הבורא ווערט איבערגעגעבן די גוטע נייעס אז
הבחור החשוב שאול יחזקאל שפיטצער ני"ו איז ארויס זכאי בדין!!


חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

טשולענט » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:37 pm

· #306419
Shame on the justice system!

רימון » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:40 pm

· #306420
דער גוי פארשטייט אז ער איז געווען א יונג קינד און זיך באנארישט, און אז דריי יאר איז גענוג, אבער אונז זעלבסט-האסער, לאמיר פארדאמען דעם זשאסטיס סיסטעם.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16