☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 30, 2012 4:57 pm

· #8911
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
וואס מיינט טשולענט?

משה רוקח » מאנטאג אפריל 30, 2012 5:13 pm

· #8912
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איך האב מורא אז דאס איז נישט די אמת'ע מנשה, ער רעדט נישט אזעלכע שטותים!

א איד » מאנטאג אפריל 30, 2012 5:24 pm

· #8917
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
אין סקווירא עסט מען קאשע אנשטאט טשאלענט?

שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 30, 2012 5:25 pm

· #8919
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
וואס מיינט טשולענט?

וואס מיינט סקווירא?

משה רוקח » מאנטאג אפריל 30, 2012 5:27 pm

· #8920
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
טשאלענט איז א מאכל וואס מען עסט הייסערהייט. סקווירא איז דער וועג וויאזוי מען הייצט עס אהן.

א איד » מאנטאג אפריל 30, 2012 5:28 pm

· #8921
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
שמואל הלוי
מנשה לוסטיג
וואס מיינט טשולענט?

וואס מיינט סקווירא?


תירוץ

מיכאל

די וועלט זאגט, אז פארוואס הייסט א מאוקאש א סקווערעל, ווייל עס האט א קליינע קאפ אין א גרויסע שוואנץ,

איינער » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:46 pm

· #8974
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
הירשל ציג
ווען איך וואלט ווען געוואוסט אז מנשה דרייט זיך דא און העצט קעגן אידישע קינדער וואלט איך נישט אזוי שנעל זיך אנגעשריבען אינעם "שטיבל"

לדעתי דארף מען ווייזען מנשה'ס ווערטער פאר שאול יחזקאל שפיצער כדי ער זאל וויסען וואס די רבי'ס פארברענטע חסידים האלטען פון אים ...

אוי לעינים שכך רואות!


דער פאקט אז דא אין שטיבל קען מען אזא איינעם ענטפערן צודערזאך אן ווערן געמעקט, דאס ווייזט ווי גוט איך האב געטון זיך איינצושרייבן אינעם שטיבל.

gehlungen » מאנטאג אפריל 30, 2012 8:07 pm

· #8983
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
#1 you are all acting very silly #2 I think M roikech is right this is not the real Menasha cause I spoke to a few real skvere chasidim & they all said This time the skvere Rebbe Goofed big time in many ways

איינער » מאנטאג אפריל 30, 2012 8:38 pm

· #9003
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איך האב גערעדט, און איך האלט און איין רעדן מיט סקווערע און זיי זאגן די זעלבע זאכן וואס מנשה זאגט.

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 1, 2012 12:40 am

· #9073
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מיכאל
מנשה לוסטיג
איז וואס גייט געשען?
דו האלטס אז סקווער גייט פאר קלאויזשער?


וואס גייט געשען קענסטע פרעגען פין א נביא, זיכער האפט מען אז אידישע קינדער זאלען האבען א ריינע אמונה אין באשעפער, אן קיין אמונות טפילות, אין מען זאגט יעדען טאג, להעביר גילולים מין הארץ והאללים כרות יכריתון לתקו עולם במלכות ש-ד-י וכל בני בשר יקראו בשמך,

די סקווערע איינוואוינער זענען דאך תינוקות שנשבו, מען האט זיי נעבעך איינגערעדט פין קליינווייז אן אין זיי ווייסען נישט בעסער, אין אידען האפען אז דער באשעפער זאל זיי ארויס שלעפען פין דער גלות הדעת,


און מיר בעטן יתמו חטאים ולא חוטאים, אז סקווירא רבי זאל תשובה טאהן און ווערן אן אמת'ער בעל תשובה, ער קען נאך, ס'שטייט תשב אנוש עד דכא, עד דכדוכה של נפש. ווייל ואני אקשה את לב שטייט נאר ביי פרעה, אבער ביי א אידיש קינד, בפרט נאך אז ער האט געהאט גרויסע זיידעס, וועט דאך דאס נישט זיין, איז דאך עס נאר אז ער איז אליינס מקשה את לבו, נו, קענמיר נאך האפן אז איין טאג וועט ער זיך גיבן א כאפ ביים קאפ און וועט טוהן תשובה שלימה.

אוי, הלואי.

ווידער די שוטים, אויף זיי ווייסעך שוין נישט. מען זאגט נאך א ווארט פון סאטמאר רב, פארוואס שטייט דער רשע פארן תם, לכאורה וואלט דער תם געדארפט זיין פריער, ער איז דאך כאטשיג נישט קיין בעל עבירה. זאגט ער אז דער רשע קען תשובה טאהן און ווערן א צדיק, אבער א שוטה בלייבט א שוטה...

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 1, 2012 12:45 am

· #9074
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איינער
איך האב גערעדט, און איך האלט און איין רעדן מיט סקווערע און זיי זאגן די זעלבע זאכן וואס מנשה זאגט.


רוב סקווירא חסידים זינקען איין פאר בושה און רעדן נישט פון דעם בכלל, און ווען מען פרעגט זיי זאגן זיי דאס וואס איך און רוב אנדערע דא זאגן. דערנאך זענען דא א קליינע מספר חסידים שוטים, וועלכע מאכן זייער אסאך נויז, און רעדן זיך איין אז ווען זיי וועלן עס שרייען גענוג הויך וועט איינער עס מקבל זיין, און זיי זאגן דאס וואס מען הערט דא אינעם שטיבל פון עפעס א מטורף ל"ע.

John Doe » דינסטאג מאי 1, 2012 2:46 am

· #9083
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
הדד בן בדד
מיכאל
מנשה לוסטיג
איז וואס גייט געשען?
דו האלטס אז סקווער גייט פאר קלאויזשער?


וואס גייט געשען קענסטע פרעגען פין א נביא, זיכער האפט מען אז אידישע קינדער זאלען האבען א ריינע אמונה אין באשעפער, אן קיין אמונות טפילות, אין מען זאגט יעדען טאג, להעביר גילולים מין הארץ והאללים כרות יכריתון לתקו עולם במלכות ש-ד-י וכל בני בשר יקראו בשמך,

די סקווערע איינוואוינער זענען דאך תינוקות שנשבו, מען האט זיי נעבעך איינגערעדט פין קליינווייז אן אין זיי ווייסען נישט בעסער, אין אידען האפען אז דער באשעפער זאל זיי ארויס שלעפען פין דער גלות הדעת,


און מיר בעטן יתמו חטאים ולא חוטאים, אז סקווירא רבי זאל תשובה טאהן און ווערן אן אמת'ער בעל תשובה, ער קען נאך, ס'שטייט תשב אנוש עד דכא, עד דכדוכה של נפש. ווייל ואני אקשה את לב שטייט נאר ביי פרעה, אבער ביי א אידיש קינד, בפרט נאך אז ער האט געהאט גרויסע זיידעס, וועט דאך דאס נישט זיין, איז דאך עס נאר אז ער איז אליינס מקשה את לבו, נו, קענמיר נאך האפן אז איין טאג וועט ער זיך גיבן א כאפ ביים קאפ און וועט טוהן תשובה שלימה.

אוי, הלואי.

ווידער די שוטים, אויף זיי ווייסעך שוין נישט. מען זאגט נאך א ווארט פון סאטמאר רב, פארוואס שטייט דער רשע פארן תם, לכאורה וואלט דער תם געדארפט זיין פריער, ער איז דאך כאטשיג נישט קיין בעל עבירה. זאגט ער אז דער רשע קען תשובה טאהן און ווערן א צדיק, אבער א שוטה בלייבט א שוטה...


זייער פיין געזאגט, און פארשטייט זיך אז סקווערער רבי איז נאר א משל, אלע רעבעס מעגן תשובה טוהן. אין סאטמאר האט מען דען נישט אינטערגעצינדן ילד שעשועים וואו מאמעס מיט פיצל קינדער זענען קוים אנטלאפן מיטן לעבן? סקווער האט נישט קיין מאנאפאל אויף שגץ שטיק, רובם ככולם פארטיי פירער זענען פארברעכער. זאגט נאר, א רבי וואס אין זיין מוסד האלט מען שוואכע מלמדים יאר איין יאר אויס, איז ער נישט קיין פארברעכער? ער פארברענט קינדער אבער צושטייטעלעך רח״ל. זיי זענען עתיד ליתן את הדין! אוי וועט מען זיי בראטן.

בן תימא » דינסטאג מאי 1, 2012 8:39 pm

· #9251
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
וועלכע רבי האלט אין זיין מוסדות שוואכע מלמדים סתם פאר נייגריגקייט

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 1, 2012 8:50 pm

· #9253
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
בן תימא
וועלכע רבי האלט אין זיין מוסדות שוואכע מלמדים סתם פאר נייגריגקייט
די זעלבע מוסדות וואס נעמען אויף מלמדים וואס זייער איינציגע קוואליפיקאציע איז אז זיי זענען בנש"ק'לעך.

בן תימא » מיטוואך מאי 2, 2012 12:47 am

· #9319
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איך האב נאכנישט געכאפט וועם מען מיינט אפשר זאג ארויס קלארער איך בין פשוט נישט אזוי באקאנט אין די זאכן א דאנקע

איך לאך » מיטוואך מאי 2, 2012 8:24 am

· #9328
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מען פאדרייט דא דעם שמועס
איך האלט נישט אז סקווער איז גערעכט, אבער ראטענבערג איז זיך ווערט דאס געלט ווער האט אים געבעטן זיך צו רייצן סקווער געפעלט דיר נישט פיץ ארויס
פארשטייט זיך אבער אז עס איז נאך נישט קיין תרוץ צי הארגונים מענטשן

איך לאך » מיטוואך מאי 2, 2012 10:19 am

· #9341
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
די ביסט גערעכט אבער אז מען וואוינט ביי יענעם פאקט מען אן
און נאכאמאל עס איז נישט קיין תרוץ צו הארגענען

אורח » מיטוואך מאי 2, 2012 1:36 pm

· #9372
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ער האט נישט געקענט פארקויפען זיין דירה

הדד בן בדד » מיטוואך מאי 2, 2012 2:26 pm

· #9383
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איך לאך
מען פאדרייט דא דעם שמועס
איך האלט נישט אז סקווער איז גערעכט, אבער ראטענבערג איז זיך ווערט דאס געלט ווער האט אים געבעטן זיך צו רייצן סקווער געפעלט דיר נישט פיץ ארויס
פארשטייט זיך אבער אז עס איז נאך נישט קיין תרוץ צי הארגונים מענטשן


ער האט איינגעפאקט, ער האט זיך נישט באוויזן דאס פנים ער האט געדאווענט ערגעץ אנדערש שטילערהייט, אלל ער האט געוואלט איז אז מען זאל אים לאזן לעבן. דו ווילסט אים נישט דא, קויף אפ זיין דירה פארוויפיל עס איז ווערט, און העלף אים גיין, נישט לייג אים אונטער פיסלעך אויף רעכטס און לינקס.

איך לאך » דאנערשטאג מאי 3, 2012 6:43 am

· #9530
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נאכאמאל עס איז נישט קיין תרוץ צו האגענען מענטשן
איך וויל נאר פארשטיין וואס יעטיגע מעשה איז ערגער פון סיי וועלכע פאליטיק און די פארגאנגענהייט
נ.ב. איך האלט אז די סיבה פארוואס דער סקווערער ארבייט פאר די כינוס כלל ישראל איז כדי דער עולם גולם זאת פארגעסן פון די שמיציגע מעשה 

gehlungen » זונטאג מאי 6, 2012 6:56 pm

· #10201
הדד בן בדד
איך לאך
מען פאדרייט דא דעם שמועס
איך האלט נישט אז סקווער איז גערעכט, אבער ראטענבערג איז זיך ווערט דאס געלט ווער האט אים געבעטן זיך צו רייצן סקווער געפעלט דיר נישט פיץ ארויס
פארשטייט זיך אבער אז עס איז נאך נישט קיין תרוץ צי הארגונים מענטשן


ער האט איינגעפאקט, ער האט זיך נישט באוויזן דאס פנים ער האט געדאווענט ערגעץ אנדערש שטילערהייט, אלל ער האט געוואלט איז אז מען זאל אים לאזן לעבן. דו ווילסט אים נישט דא, קויף אפ זיין דירה פארוויפיל עס איז ווערט, און העלף אים גיין, נישט לייג אים אונטער פיסלעך אויף רעכטס און לינקס.

Feeslech is 1thing. But we are talking about burning down a house with a whole family rch"lzln.

דולה ומשקה » זונטאג מאי 6, 2012 8:03 pm

· #10230
לכבוד די שלשים פון שאול שפיצער שמאכטען אין תפיסה איז מורו ורבו געפארען קיין מאנטריאל.

געהערט בדרך צחותף סקווירא רבי געהאט באזוכען שפיצער אין תפיסה, זאגט איהם דער רבי: "זארג נישט דער באשעפער איז דא מיט דיך. שפיצער ווי א חסיד ענפערט שפיצער ווי א סקווירא חסיד: "איך וויל דער רבי דא מיט מיר אין תפיסה.

זר זהב » מיטוואך מאי 9, 2012 6:18 pm

· #10979
The New Square arsonist who tried to burn down religious dissident Aron Rottenberg's house while the entire Rotenberg family was sleeping in it, has been transferred to NY State's Sullivan County maximum security prison where he will join the Son of Sam serial killer David Berkowitz and mob hitman Joe "Mad Dog" Sullivan, among other notorious prisoners.

😞 😞

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 15, 2012 3:09 pm

· #12324
ער זיצט שוין אין תפיסה איבער א חודש צייט,
ווייסט איינער ווי אזוי ער האט זיך צוגעוואוינט דארט? אויב מ'קען...
די עלטערן גייען איהם באזוכען? דער רבי? עסקנים?
וואס איטז בכלל דער אפדעיט?

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 3:24 pm

· #12330
וואס איז? וילסט אים גיין באזיכען? מחזק זיין?

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 3:28 pm

· #12334
אפשר וויל ער אויסטרייען צו ס'לוינט זיך (דזשאסט קידינג)

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 3:34 pm

· #12338
מ'קען נישט ויסען היינטיגע טעיג

מנשה לוסטיג » דינסטאג מאי 15, 2012 4:27 pm

· #12366
איך האב אלע אפדעיטס. ער האט אליינס א שטוב, מ'קען עהם יעדן טאג באזוכן זעקס שעה, ער מעג האבן זיבן ביכער. דערווייל איז איינגעטיילט זיין כיתה, יעדן טאג אנדערע צוויי וואס גייען צו עהם, חברותות צו לערנען און אנדערע 'היימישע'.. שמועסן..

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 5:33 pm

· #12383
יישר כח מנשה פאר די אפדעיטס
ממש מ'פארט א יעדין טאג פין סקוירא??? ממש וי א רבי

פינטאו » דינסטאג מאי 15, 2012 6:22 pm

· #12406
יישר כח מנשה.

בן תימא » דינסטאג מאי 15, 2012 8:50 pm

· #12449
זייער שיין פין זיי...

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 15, 2012 9:09 pm

· #12453
מנשה, מ'קען שוין ערגעץ סיינען א פעטיציע פאר זיינעטוועגן? אויב נישט אויף ארויסגיין פריי כאטש אז ער זאל באקומען cable TV אין זיין צעל.

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 16, 2012 8:00 am

· #12548
מנשה לוסטיג
איך האב אלע אפדעיטס. ער האט אליינס א שטוב, מ'קען עהם יעדן טאג באזוכן זעקס שעה, ער מעג האבן זיבן ביכער. דערווייל איז איינגעטיילט זיין כיתה, יעדן טאג אנדערע צוויי וואס גייען צו עהם, חברותות צו לערנען און אנדערע 'היימישע'.. שמועסן..


הייסט דאס ער איז פארנומען יעדען טאג 6 שעה רצופות, פון א 24 שעה, בלייבט איהם איבער צו שטיפען די אנדערע 18 שעה וואס דאס איז כולל א גוטע 8 שעה שלאף.

וואס איז מיט שבת קודש?

בן תימא » מיטוואך מאי 16, 2012 8:44 pm

· #12780
שבת ליינט ער דער בחצר הקודש מיט א תשיקה כמה וכמה פעמים

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:14 am

· #12830
יא כ'מיין אז שבת איז נישט שייך צו וויזיטן. כ'דארף געוואויר ווערן.
אז מ'רעדט שוין, ראטנבערג האט א גוטע חבר וואס זיצט אין יענע תפיסה, און ער האט פארציילט מיט זאפט אפאר וואכן צוריק פאר זיין חבר, אז ער גייט באקומען א גאסט. למעשה האט ער לעצטע מאל ווען ראטנבערג איז עהם געקומען וויזיטען, געבעטן אז ער זאל מער נישט קומען צו עהם.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:57 am

· #12884
שקר. שקר. שקר.

איך בין שוין געווען וויזיטן עטליכע מאל די פאר פארשטויסענע אידן וואס זיצן אין יענע תפיסה.

פון די פאר אידן וואס זיצן דארט איז נישט דא קיינער וואס זאל האבן פון ווי צו קענען ראטענבערג.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:48 am

· #12895
עס איז דא דארט נאך היימישע אידען?

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג מאי 17, 2012 11:14 am

· #12934
עכט היימישע איז נישט דא. נאך אלעם איז עס א מאקסימום סעקיוריטי סטעיט תפיסה. רוב חברה דארט זענען באשולדיגט אין רציחה.

עס איז דא אבער עטליכע אידן וואס זענען געווארן פרום אין תפיסה, למחצה לשליש ולרביע.

איינער למשל זיצט דארט ווייל מען באשולדיגט אים אז ער האט געדרייווט די אנטלויף קאר ביי א געוויסע רציחה. אבער עכט היימישע איז נישט דא דארט.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:31 pm

· #13079
עליכם שלום ר' יאנקל.

איך בין שוין אן באורד כמעט מיום הווסדה פונעם קאווע שטיבל. קענסט קוקן אויף די דאטום ווען איך האב מיר רעגיסטרירט. אזוי אויך קענסטו זעהן וויאזוי איך שרייב דיין נאמען... איך האב ביז יעצט בלויז געליינט, איך האב אין ערגעץ נישט מגיב געווען.

מנשה דילן, האט מיר שוין עטליכע מאל כמעט גורם געווען אז איך זאל אראפנעמען דעם דעקל פון פעדער און אנפאנגן שרייבן און רעאגירן, אבער איך האב מיר יעדעס מאל איינגעהאלטן.

אבער דאס וואס ער שרייבט שטותים והבלים, פאנטאזיעס וואס האט נישט קיין שום האפט, בלויז ווייל אזוי וויל ער, דאס קען איך נישט סובל זיין.

מנשה לוסטיג
אז מ'רעדט שוין, ראטנבערג האט א גוטע חבר וואס זיצט אין יענע תפיסה, און ער האט פארציילט מיט זאפט אפאר וואכן צוריק פאר זיין חבר, אז ער גייט באקומען א גאסט. למעשה האט ער לעצטע מאל ווען ראטנבערג איז עהם געקומען וויזיטען, געבעטן אז ער זאל מער נישט קומען צו עהם.


וואס האט ער אים פארציילט אפאר וואכן צוריק? אפאר וואכן צוריק האט דען איינער געוואוסט אז ער גייט זיך געפינען אין סאליווען קאונטי קארעקשענעל פעסיליטי? דאס איז דאך געווען א טרענספער וואס איז געווען צוויי וואכן נאכן אורטייל.

זינט ווען גייט ראטענבערג באזוכן אידן אין תפיסה? פארוואס האט ער געבעטן אז ער זאל מער נישט קומען צו אים ?

דארט זיצן נישט קיין היימישע אידן, אפילו נישט קיין אידן וואס זענען געבוירן היימיש. די אידן וואס זיצן דארט זענען געווארן פרום זיצנדיג אין תפיסה.

די מעשה וואס מנשה AKA משה חסיד פארציילט דא איז א ריינע פאנטאזיע אויסגעזויגן פון פינגער.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:43 pm

· #13088
באמת וויל איך זיך בכלל נישט מתווכח זיין, און ס'קימערט נישט אז דו גלייבסט מיר נישט. אבער פשוט אז איך האב די קראנטע נייעס, וועל איך עס זאגן, און ווידער אמאל, איך גיי זיך ניט מיט דיר - שטיינפעלד - אין דעבאטע שטעלן.
ראטנבערג איז איינגעשריבן אין 'לאסורים' ממילא גייט ער יא אהין, און אפאר וואכן צוריק האט מען יא געוואויסט אז ער גייט דארט אנקומען, אבער מ'האט נישט געקענט וויסן ווילאנג ס'וועט געדויערן, ס'איז א פאקט אז מ'האט דאס אויסגע'פועל'ט, און אז ביים קארט האט מען דאס אויסגערופן. די חלק פון זעקס שעה וויזיטן און יענע פרטים האט מען נישט אנאנסירט.
ווי יענער האט פארשטאנען אז ראטענבערג איז גאר דער באשולדיגער, האט ער עהם אפען און גראב דאס געזאגט, און טאמער איז אמת אז דו שטיינפעלד ביסט א לאסורים מעמבער, דעמאלטס גיי זיי עס אליינס מברר.
אמת טאקע אז שפיצער האט אליינס א שטוב, אבער אין יענעם אפטיילונג איז דא נאך א יידיש קינד וואס ווייסט גוט וואס גייט פאר ביי אונז. לפי מירב ידיעתי. [איך שרייב מיך מיט שפיצער, און עהם גלייב איך מער ווי דו]

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:47 pm

· #13090
מנשה לוסטיג
[איך שרייב מיך מיט שפיצער, און עהם גלייב איך מער ווי דו]

שרייבסט [שיקסט] אים כאטש אויסצוגן פון דעם אשכול?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:51 pm

· #13092
יא, ער לאכט..
צו ער וועט לאכן אפאר יאר ארום? ווער ווייסט, אבער די אויסטעלישע גבורה וואס ער פארמאגט 'יעצט' על כל פנים, גייסטיש, איז אפילו צויבערענד.
איינער פון די אויבער חכמים אין סקווער נישט די בעסטע פריינד אונזערע, געבט ארויס וועכענטליך צעטליך אויפן פרשה. ער האט עהם געשיקט אין תפיסה אויכעט פון די לעצטע צוויי וואכן, שפיצער שרייבט מיר, כ'האב עס אפילו נישט אנגעקוקט, ס'ליגט אין די רעליגיע שטוב אין גארביטש, צעריסן

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:01 pm

· #13094
מנשה לוסטיג
ס'איז א פאקט אז מ'האט דאס אויסגע'פועל'ט, און אז ביים קארט האט מען דאס אויסגערופן. די חלק פון זעקס שעה וויזיטן און יענע פרטים האט מען נישט אנאנסירט.


דא קען מען זעהן די קאורט פראסידינגס מהחל עד כלה.

זיי מוחל ווייז מיר ביטע ווען מען האט גערעדט בנוגע וועלכע תפיסה ער וועט גיין ?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:13 pm

· #13097
איך פראביר נישט דא צו מאכן פרישע מעשיות, דאס איז וואס שפיצער פארציילט מיר, קען זיין מ'האט עס ערלעדיגט נישט ממש ביים קארט, אדער א אנדערע זיצונג, אבער איך אליין ווייס אויכעט ווער ס'האט עס אהערגעשטעלט, זיין פעטער שמעון שלום ביסטאן, וואס האט אויסגעארבעט וועלכע תפיסה איז די בעסטע פאר עהם, און מ'האט געהאפט כאטש א חלק פון די זאכן צו ערלעדיגן, למעשה האבן זיי אלעס נאכגעגעבן, אויסער צוויי זאכן, ווען דאס זאל זיין - דאס הייסט ווילאנג ס'וועט געדויערן ער זאל דארט אנקומען, און ווילאנג ער זאל דארט בלייבן - דאס הייסט ביזן באפרייען, דאס טייטש די ענדגילטיגע יארן תפיסה.
נעכטן האט ער צוריקבאקומען זיינע אייגענע שיך, ביז יעצט איז ער געווען בלויז מיט ווייסע תפיסה סניקער

דבילה » דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:47 pm

· #13120
משולם שטיינפעלד
מנשה לוסטיג
ס'איז א פאקט אז מ'האט דאס אויסגע'פועל'ט, און אז ביים קארט האט מען דאס אויסגערופן. די חלק פון זעקס שעה וויזיטן און יענע פרטים האט מען נישט אנאנסירט.


דא קען מען זעהן די קאורט פראסידינגס מהחל עד כלה.

זיי מוחל ווייז מיר ביטע ווען מען האט גערעדט בנוגע וועלכע תפיסה ער וועט גיין ?


יעצט דורך געליינט די גאנצע מעשה. נישט דא דארט קיין זכר וואו ער גייט זיצן.

בד"א, א'מ'ליינט שוין, אינטרעסאנט ווי דער שופט טוט דורך דער גאנצע געשעפט. שפיצער האט נסים אז דער שופט האט עם נישט גע'משפט געהעריג נאך א קאנוויקשען ביי דז'ורי.

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 29, 2012 10:26 am

· #14905
ערשטע יום טוב וואס דער סקווירא צינדער זיצט אין תפיסה, דאס וואס דער עלטערן ווייסען דער מציאות אז זייער קינד שמאכעט אין תפיסה ארומגענומען מיט די ערגסטע פון די עלעמעטן אויף דעם ארויף החרשתי, דאס קומט אבער בכלל נישט צו צי דער דער צער וואס דער בחור האט נישט קענעדיק זעהן דער פנים פון זיין גרויסע רבי בשעת ער זיצט אויף זיין 'שטיהל' הויך אויף א סטעידש, אין ער עסט אדער האקט דעם פויסט אונם שניי-ווייסע געביגעלטע האנטוך. אפגערעט די אנדערע ענינים מיט וואס דער יום טוב איז ארם גענומען.

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 19, 2012 1:18 pm

· #18625
דער זוממער ריקט זיך שוין אן... אלע בחורים שלאגען זיך ארום, מ'דארף מאכען צוויי דריי חבורות, ווי אזוי מ'זאל זיך אנטיילען ווער שלאפט מיט וועמען, ווען נעמט דער אונטערשטער בעט ווער דער העכערע, דער וויל שוין נאר אונטער יענעם, דער נאר העכער דער צווייטער. יעדער איז פארטוהן איז זיינע הכנות ...מגייט אין קעמפ...

איין בחור ווייסט שוין מיט וועמען ער שלאפט, דער איין בחור ווייסט שוין פונקליך אויף וועלעכע בעט ער וועט שלאפען. ער דארף נישט מיט ברענגען א פען...

הבחור שאול שפיצער וועם דער קורט האט פאראורטיילט זיבען יאר תפיסה פאר פארברענען א איד - בשגגה או במזיד - ער גרייט זיך יעצט אפצוזעצן אין זיין תפיסה צעל, זיין קליינע קאבין, אונטער אייזערנע גראטעס, זיין ערשטע זוממער אין דזשעיל, ה"י.

אלבערט » דינסטאג יוני 19, 2012 1:36 pm

· #18635
אויב איך מעג פרעגן, וואס איז דיין ציל מיטן אויפברענגען די קאשמארן יעדע וויילע?

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 19, 2012 3:51 pm

· #18658
קוקט אויס צו זיין פון די נאנטע מענטשן.

די ציהל קען זיין פשוט אלס "עמו אנכי בצרה", זיך משתתף זיין מיט אן אנדערנס איד צער, און מתפלל זיין דאס מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פונעם ביטערן גלות, און בפרט פאר די וועלכע זיצן אין גלות בתוך גלות, השם ישמרנו.

לעמיל » מאנטאג יולי 23, 2012 1:13 pm

· #27422
כ"ק אדמו"ר מסקווער איז יעצט אויפען וועיג צו באזוכען די בחור שפיצער און תפיסה
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16