☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

ישראלי » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 10:27 pm

· #307768
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
זייער אומקלאר איינער האט אפשר א pdf?

חקרן » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 11:17 pm

· #307776
ראש הקהל און געוואגטער יונגל, איך האב עס נאכאלס נישט געקענט ליינען. אפשר קען מען דאס האבן עטוואס קלארער און גרעסער? - יישר כח.

חקרן » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 11:22 pm

· #307777
איך האב געליינט פיני גליק'ס מאמר און ענטפער פאר חיים וואלדער און איך האב זיך צוגעגרייט צו ענטפערן א לאנגע תגובה, און איך האב אסאך וואס צו ענטפערן, איך גלויב אויך אז ווען איך וועל ענטפערן אויף דער מאמר, וועט עס נישט זיין געשמאק פאר דעם פיני גליק. נאר ליינענדיג ביז צןום סוף, און זעענדיג די קינדערישקייט אין די דאזיגע ווערטער, וואס שפיגלט שטארק אפ דער מהות און אייגנשאפט פון דעם ארט, האב איך געקלערט אז יעדע ווארט איז איבעריג. דען יעדער רעכטדענקיגער מענטש זעט די פאלשקייט און נארישקייט אין זיינע ווערטער, איך גלויב נישט אז עס איז פאראן איינער וואס ווערט איבערצייגט פון זיינע ווערטער. עס איז בלויז מער חוזק געמאכט פון זיך אליין, ווי צו ענטפערן פאר חיים וואלדער.

ואתכם הסליחה.

ליפא » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:03 am

· #310243
חתן געווארן

סאשי פיש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:12 am

· #310244
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מיט?

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:12 am

· #310245
צו וועם?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:17 am

· #310246
מזל טוב! זאל ער זוכה זיין צו א גוט לעבן.

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:22 am

· #310247
שמעקעדיג
מזל טוב! זאל ער זוכה זיין צו א גוט לעבן.

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:02 pm

· #310280
געוואגטע, אין סקווירא לערנט מען פארמיטאג שולחן ערוך?

איש את רעהו » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:21 pm

· #310286
.

ענדע צדיק » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:43 pm

· #313984
מזל טוב!!!
הב' שאול יחזקאל שפיטצער איז א חתן, מיט רייצנשטיין פון שיכון סקווירא.

גאנצל » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 2:34 pm

· #314003
מזל טוב מזל טוב

א גרויסע שמחה ב"ה

חכם עתיק » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 12:03 pm

· #314247
מזל טוב, זאל ער שוין זעהן נאר שמחות.

מיר האט עפעס א חכם אין ביהמ"ד געזאגט אז די מחותן הייסט פייערשטיין..

שלמה המלך » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:37 pm

· #314296
ווי אלט איז זי? ווי איז זי געזעצען? וואס איז די צאמשטעל?

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:40 pm

· #314298
שלמה המלך
ווי אלט איז זי? ערגעץ צווישן 17 און 23
ווי איז זי געזעצען? אין איר מאמעס דיינינ"ג רו"ם
וואס איז די צאמשטעל? ער איז א זכר און זי איז א נקיבה

שלמה המלך » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:42 pm

· #314299
לית דין בר נש
שלמה המלך
ווי אלט איז זי? ערגעץ צווישן 17 און 23
ווי איז זי געזעצען? אין איר מאמעס דיינינ"ג רו"ם
וואס איז די צאמשטעל? ער איז א זכר און זי איז א נקיבה

לאל

Chasidishmashpia » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:18 am

· #315159
מזל טוב הרבה נחת..

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:45 am

· #315161
שלמה המלך
ווי אלט איז זי? ווי איז זי געזעצען? וואס איז די צאמשטעל?

@שלמה המלך
גארנישט פערזענליך ח"ו, אבער איך זעה אז דו האסט זייער ליב צו פרעגן פערזענליכע קשיות און וויסן אלע דיטעילס פון א מעשה, אלזא גיי איך דיך אויך פרעגן אפאר קשיות פשוט פאר נייגעריגקייט.

ווי אלט ביסטו? וועלכע חסיד ביסטו? וועלכע ישיבה האסטו געלערנט? וועלכע מלמד האט געפּראקט די מערסטע? ווי ביסטו א איידעם? כמיין צו פרעגן 'איידעמער', שלמה המלך האט דאך געהאט טויזנט ווייבער, וועלכע פון די טויזנט האסטו ליב די בעסטע? וועלכע פון די טויזנט שוויגערס האסטו פיינט די מערסטע? וואס עסטו פאר פרישטיק? פון ווי קענסטו מאטי שטיינמעץ? וויפל יאר קוועטשטו שוין די באנק אין כולל? סה"כ וויפל קאצקע צוקער א וואך עסטו? פון ווי האסטו פרנסה? דיין משפחה העלפט דיר? האסט סעקשאן 8? וויפל צאלסטו רענט? וויפיל הילף באקומסטו א חודש? וויפל איז דיין טעקס ריטערן טשעק א יאר? ווער קעשט עס פאר דיר? ווי קויפסטו דיין לולב און אתרוג? דו וואשט זיך יעדע וואך ביי שלש סעודות? וואס עסטו ביי מלוה מלכה? ווי אלט איז דיין עלטסטע מחותנ'סטע שוויגערס שכן'ס מאן בזיווג ראשון? האסט ליב א קאלטע מקוה אדער א ווארימע? וויפל מאל א וואך נעמסטו א שויער?

המשך יבא.

דוק ותשכח » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:30 am

· #315187
ער האט שוין באקומען א פאסטן אלס משפיע און ישיבה

סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 3:37 pm

· #315233
שבת אחים, גארנישט פערזענליך ח"ו, אבער איך זעה אז דו האסט זייער ליב צו פרעגן פערזענליכע קשיות און וויסן אלע דיטעילס פון א מעשה, אלזא גיי איך דיך אויך פרעגן אפאר קשיות פשוט פאר נייגעריגקייט, ווי אלט ביזטו? די ביזט נאך א בחור אדער א יונגערמאן? און אויב א גרוש דאן ביי וועם ביזטו געוועהן אן איידעם? ווען ביזטו געפלויגן פון דיין ערשטע ישיבה? ווער איז דיין נאנסטע חבר און פוטסטעפס? פון ווי קענסטו מושב זקנים? ווען האסטו זיך געוואשן די לעצטע מאל ביי של"ס? האסט דיך שוין אמאל געוואשן צו מל"מ? המשך יבא..
סארא חוצפא!

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 4:43 pm

· #315235
אה מיי
די עולם האט נישט גענומען די פילן היינט? כאפטס א טשיל!

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 4:57 pm

· #315482
סמבטיון
שבת אחים, גארנישט פערזענליך ח"ו, אבער איך זעה אז דו האסט זייער ליב צו פרעגן פערזענליכע קשיות און וויסן אלע דיטעילס פון א מעשה, אלזא גיי איך דיך אויך פרעגן אפאר קשיות פשוט פאר נייגעריגקייט, ווי אלט ביזטו? די ביזט נאך א בחור אדער א יונגערמאן? און אויב א גרוש דאן ביי וועם ביזטו געוועהן אן איידעם? ווען ביזטו געפלויגן פון דיין ערשטע ישיבה? ווער איז דיין נאנסטע חבר און פוטסטעפס? פון ווי קענסטו מושב זקנים? ווען האסטו זיך געוואשן די לעצטע מאל ביי של"ס? האסט דיך שוין אמאל געוואשן צו מל"מ? המשך יבא..
סארא חוצפא!


ווי אלט ביזטו? -39.
די ביזט נאך א בחור אדער א יונגערמאן? - א יונגערמאן.
און אויב א גרוש דאן ביי וועם ביזטו געוועהן אן איידעם- ביי יענקל ברוך טירנויער׳ס שוועסטער פון העוועיז סטריט.
ווען ביזטו געפלויגן פון דיין ערשטע ישיבה? -קיינמאל נישט געפלויגן פון קיין איין ישיבה, אין פאקט די ישיבות בעטן מיר נאך היינט צוריק צוקומען.
ווער איז דיין נאנסטע חבר און פוטסטעפס? -איך גיי נישט צו פוטסטעפס.
פון ווי קענסטו מושב זקנים?- איך קען אים פון די זעלבע פלאץ ווי דו קענסט אים פון קאווע שטיבל.
ווען האסטו זיך געוואשן די לעצטע מאל ביי של"ס? -12 א האלב יאר צוריק.
האסט דיך שוין אמאל געוואשן צו מל"מ?-אוואדי אסאך מאל.
האסט נאך שאלות? פרעג מיין קינד!

Chasidishmashpia » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 10:04 pm

· #315522
לייק כפול ומכופל!!!!!!!!!!!

שלמה המלך » זונטאג יאנואר 3, 2016 2:03 am

· #315741
שבת אחים
שלמה המלך
ווי אלט איז זי? ווי איז זי געזעצען? וואס איז די צאמשטעל?

@שלמה המלך
גארנישט פערזענליך ח"ו, אבער איך זעה אז דו האסט זייער ליב צו פרעגן פערזענליכע קשיות און וויסן אלע דיטעילס פון א מעשה, אלזא גיי איך דיך אויך פרעגן אפאר קשיות פשוט פאר נייגעריגקייט.

ווי אלט ביסטו? וועלכע חסיד ביסטו? וועלכע ישיבה האסטו געלערנט? וועלכע מלמד האט געפּראקט די מערסטע? ווי ביסטו א איידעם? כמיין צו פרעגן 'איידעמער', שלמה המלך האט דאך געהאט טויזנט ווייבער, וועלכע פון די טויזנט האסטו ליב די בעסטע? וועלכע פון די טויזנט שוויגערס האסטו פיינט די מערסטע? וואס עסטו פאר פרישטיק? פון ווי קענסטו מאטי שטיינמעץ? וויפל יאר קוועטשטו שוין די באנק אין כולל? סה"כ וויפל קאצקע צוקער א וואך עסטו? פון ווי האסטו פרנסה? דיין משפחה העלפט דיר? האסט סעקשאן 8? וויפל צאלסטו רענט? וויפיל הילף באקומסטו א חודש? וויפל איז דיין טעקס ריטערן טשעק א יאר? ווער קעשט עס פאר דיר? ווי קויפסטו דיין לולב און אתרוג? דו וואשט זיך יעדע וואך ביי שלש סעודות? וואס עסטו ביי מלוה מלכה? ווי אלט איז דיין עלטסטע מחותנ'סטע שוויגערס שכן'ס מאן בזיווג ראשון? האסט ליב א קאלטע מקוה אדער א ווארימע? וויפל מאל א וואך נעמסטו א שויער?

המשך יבא.

איך וועל דיר ענטפערען: (אויך נישט פערזענדליך)
בשעת די ביסט פארנומען פרעגען קשיות אויף גאט פרעג איך נאטירליכע קשיות פון ק"ש! נישט קיין פערזענדליכע, דהיינו שאולי שפיצער איז ווייט נישט קיין פריוואטע פיגור ער איז וועל נוינד מיט זיין אקט, איז היצט אז ער איז א חתן געווארען בשטומ""צ, איז אין א"וו קען מען אזעלעכע קשיות נישט פרעגען אבער אין ק"ש איז נאטירליך צי פרעגען אויף א פאבליק מענשט דיטעילס נאך דעם וואס איינער האט געמאלדען דעם מז"ט.
דאס זעלביגע מיט מאטי שטיינמעץ איז א פובליק פיגור און דער ישראלישער עולם איז געוועהן אויף מיט די נייעס איבער זיין גירושין האב איך געפרעגט נאטירליך ביי די קאווע צי איינער האט געהערט דער וועגען... סארי באט איי דוינט סי ענטינג ראנג וויט איט..
@לית דין האט גע'ענפערט א גיט'ן וויץ אז די צאמשטעל איז א זכר מיט א נקבה וואס אלע האבען געלאכט ואני בתוכם! טאקע א גיטס, אבער די ביסט דאך פארנומען מיט קשיות אויף גאט ב"ה און אויף חז"ל וכדו' און ב"ה אויך אויף מיר....

שבת אחים » זונטאג יאנואר 3, 2016 3:53 am

· #315749
איך האב ניטאמאל איין איינציגע קשיא אויף גאט! אפס זערא זילטש נאדא נאָלאַ גארנישט! אבער אז דו ווילסט טאקע וויסן וועל איך דיר זאגן אין אישי.

שלמה המלך » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:36 pm

· #315795
ניין איך וויל נישט וויסען
יש"כ פאר די אפפער...
אויב עפעס וויל איך האבען מיט דיר אן אפענע קאנפראנטציע נישט א אישיות'דיגע, וואס עס איז דערווייל נישט ערלויבט דא... דאס ברענגט סאמאטוכעס מיט זאוואראכעס...

ישראל גלויבער » מוצ"ש מערץ 19, 2016 9:34 pm

· #325670
ענדע צדיק
מזל טוב!!!
הב' שאול יחזקאל שפיטצער איז א חתן, מיט רייצנשטיין פון שיכון סקווירא.

כ'וואלט געפארן צום חתונה אויב כ'האב א וועג

סאשי פיש » זונטאג מערץ 20, 2016 12:46 am

· #325685
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
קענסט אויפהערן משוגע צו מאכען?
ווי קומט עס אריין יעצט?

מבקר » זונטאג מערץ 20, 2016 12:58 am

· #325687
סאשי פיש
קענסט אויפהערן משוגע צו מאכען?
ווי קומט עס אריין יעצט?

די וואך איז די חתונה.

גר ותושב » זונטאג מערץ 20, 2016 4:00 am

· #325699
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מבקר
סאשי פיש
קענסט אויפהערן משוגע צו מאכען?
ווי קומט עס אריין יעצט?

די וואך איז די חתונה.

אה זאל זיין בהצלחה! ביטע מודיע זיין ווען זיין יעקב יוסף ווערט געבוירן און ווער עס גייט זיין סנדק, און מיר וועלן שוין אליינס פארשטיין אז צוויי יאר דערויף גייט ער ווערן אפגעשוירן, דאס דארף מען שוין נישט זאגן.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג מערץ 20, 2016 8:57 am

· #325702
איך ווייס נישט

ישראל גלויבער » זונטאג מערץ 20, 2016 12:45 pm

· #325720
התם ומתמם עם תמימים
איך ווייס נישט

וואס אלץ ווייסטו נישט?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 20, 2016 2:20 pm

· #325726
גדול מכלל דאיכא קטן. וואס איז דער ביהמ"ד הקטן דשיכון סקווירא?

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מערץ 21, 2016 11:55 am

· #325871
נעביך... א רחמנות...

ישראל גלויבער » מאנטאג מערץ 21, 2016 3:53 pm

· #325907
ישראל גלויבער
ענדע צדיק
מזל טוב!!!
הב' שאול יחזקאל שפיטצער איז א חתן, מיט רייצנשטיין פון שיכון סקווירא.

כ'וואלט געפארן צום חתונה אויב כ'האב א וועג

נו איינער פארט פון ברוקלין?

וזרח השמש » דינסטאג מערץ 22, 2016 12:28 pm

· #326048
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
https://vimeo.com/159970414

די חתונה נעכטן

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מערץ 30, 2016 9:35 am

· #326935
די סקווערע זאגען אז די שבע שנים איז ווייל ער זאהל קענען האבן שבע ברכות

דער דאס » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:28 am

· #345688
מנשה לוסטיג
סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט, אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם

דא האב איך ערענסט, אויף א שוידער'ליכע פארנעם, שרעקליך שטארק אויסגעקראכט אין א הילכיגע געלעכטער!! ש'כח @מנשה שוין לאנג אזוי נישט געלאכט! יושש איז דאס גוט..
די ווענט האבן זיך געטרייסלט! דער דאס'ל איז געקומען צולויפן, זען צו אלעס איז בסדר.

און איך לאך אפט, אבער אזאנס?

קידוש » פרייטאג יאנואר 14, 2022 12:55 pm

· #491662
.

יין שרף » פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:33 pm

· #491663
די לעצטע ווארט, ויר ווייס איך נישט וואס עס מיינט, אבער א"ש איז פארשטענדליך

יין שרף » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 6:32 pm

· #491685
יין שרף
די לעצטע ווארט, ויר ווייס איך נישט וואס עס מיינט, אבער א"ש איז פארשטענדליך
📎 Screenshot_20220115-183110_Drive.jpg

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 7:01 pm

· #491686
דער איצטיגער שואל ומשיב איז דער ריכטיגער מענטש ווען ס'וועט אויפקומען די שאלה וויאזוי דער העיליגער רבי איז מקיים שריפת הפתילות. מיט א פע"י. נישט מיט א בעי"ת. וואסי מיט דיר. דו הערסט נישט ? אפשר די מיצוועה אויך. אבער נישט היינט. ער קען פונקטליך איבערגעבן וויפיהל אלקאהאל מ'דארף אריינגיסן כדי אנצוצינדן דעם פייער. אז ס'זאלל זיין הלהב עולה מאליה. ער רעדט פון אייגענע עקספיריענס...!
אויף דעים האט די רעבע שליט"ע געזאגט...דאער טאאטע פלעגט זאגן..."עין חאאכעם קעבאאל הא-ניסאייען"...!

שמן למאור » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 7:35 pm

· #491693
מען פלעגט זאגן, אז די חילוק פון א מלמד ביז א שוחט איז, אז די מלמד איז אן ארימאן, און דער שוחט איז א בלוטיגער ארימאן,
עכ''פ דער נייעם שו''מ וועט זיכער זיין א 'פייערדיגן' 'ברענענדיגן' 'קאכעדיגן' שו''מ,
אפשר איז שו''מ גאר ר''ת, ש'ריפות ו'גם מ'כות.

איך האב געהערט א מעשה שהיה פון א סקווירא חסיד, ומעשה שהיה כך היה,
דער הייליגע רבי שליט''א איז אמאל ארויס פון א בנין, און דארט איז געשטאנען איינער, און געכאפט א בילד ממש און פארנט פונעם רבינס נאז, אויף א חוצפה'דיגן אופן, ס'איז געווען 'קלאר' אז מען 'מוז' 'עפעס' טון אראפצונעמען דעם חרון אף פון כלל ישראל,
די רבי האט מרגיש געווען ברוב קדושתו אז די חסידים גרייטן זיך אויף עפעס, האט ער זיך אנגערופען, 'נישט מיט הענט'.

די חסידים האבן דאס געהערט, און אנגעפרעגט דעם רבין זון ר' אהרן מענדל וואס איז געשטאנען דערביי, וואס צו טון, פון איין זייט האט רבינו געזאגט נישט מיט הענט, אבער מצד שני מוז מען דאך עפעס טון, האט ער געזאגט, 'מען זאל גיין מיט פיס'!!

וכך הוה, איינער איז געגאנגען צו יענעם פון אינטן, און יענעם געטריפט, און ער איז געפאלן צו דר'ערד, און ספאנטאן האבן די חסידים זיך גענומען שטויסן און בריקעווען אזש ער איז געווארן גוט צוביילט, אבער אלעס בלויז מיט די פיס!!

נא, אנצוקומען צו אזא מאס דרגה פון חכמה אלוקית, און ירא''ש, מוז מען אויפנעמען די ריכטיגע שו''מ, און מחנכים, אויפצוציען א דור וואס וועט זיין נאמן לשם ולתורתו.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16