☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 12:11 am

· #8358
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
דער דבר אח''ר הייסט נישט חוטא ומחטיא ביי מיר, פארן נישט פאלגן דעם רבין, ער האט מיר פערזענליך פראבירט אויפווייזן אז ס'נישטא קיין האפט אין די תורה שבעל פה

ברוין » זונטאג אפריל 29, 2012 12:13 am

· #8361
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איך נעם נישט אן די לשון הרע. און דו ביסט נישט באגלייבט ווייל דו ביסט א שטארקע נוגע בדבר

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 12:18 am

· #8363
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
אקעי

ידען » זונטאג אפריל 29, 2012 12:32 am

· #8365
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ער האט געמיינט די תורה שבע״פ פונעם רבין...

מיכאל » זונטאג אפריל 29, 2012 12:33 am

· #8366
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
דער דבר אח''ר הייסט נישט חוטא ומחטיא ביי מיר, פארן נישט פאלגן דעם רבין, ער האט מיר פערזענליך פראבירט אויפווייזן אז ס'נישטא קיין האפט אין די תורה שבעל פה


זייער א סאך סקווערע וואס פארנעמען נישט די סיסטעם ווערען נאכדעם אפיקורסים, ווייל מען איז זיי מחנך אז יודישקייט מיט סקווירא איז די זעלבע, אין ווען זיי זעהן אז זיי קענען נישט פארנעמען א סטאליניסטישע סיסטעם, ווערען זיי ברוגז אויף יודישקייט אויך,

איך האב שוין ב"ה געראטעוועט א פאר אזאלכע דורעך זיי מסדר זיין אז סקווירא מיט יודישקייט איז לא קרוב זה אל זה, אבער ס'נישט אנגעקומען גרינג, סקווירא מאכט א גוטען דזשאב מיט זייער ברעינוואשונג חינוך

ידען » זונטאג אפריל 29, 2012 12:38 am

· #8368
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מיכאל

סקווירא איז בכלל נישט די איינציגע וואס מאכן אזא גוטע זשאב.

מיכאל » זונטאג אפריל 29, 2012 12:41 am

· #8371
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
און דער רבי איז אין מאנטריאל
קיינער האט עהם נישט געהייסן זיך רייצן מיט דעם חוטא ומחטיא, יעצט אז ס'האט פאסירט, שטעלט זיך גארנישט אפ, ישועת השם כהרף עין, און רשעים כיקר כרים תכלו


אהא, הייסטעס אז דער בחור איז דער גאנצער שולדיגער, יא יא, דער בחור איז פשוט דער שייגעץ,

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 12:45 am

· #8374
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
פארוואס בין איך העפי און די מרה שחורה

מיכאל » זונטאג אפריל 29, 2012 12:50 am

· #8377
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
פארוואס בין איך העפי און די מרה שחורה


אזוי האסטע הייסטעס אפגעמאכט, איי די ווייסט נישט אמאל ווער איך בין,

כ'בין ב"ה זייער א גוטמוטיגע מענטש, דער באשעפער זאל ווייטער העלפען,

אין ביטע מאך נישט די דיסקאשען פערסאנעל, ווייל כ'וויל נישט גיין אויף דעם וועג, וד"ל

א איד » זונטאג אפריל 29, 2012 12:59 pm

· #8476
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
[ציטאט אראפגענומען]


איך וואלט עס מסביר געווען אביסל אנדערש.
מן הסתם האט מען ביי זיין טאטען אינדערהיים אויסגעלערנט אז מען טוט נישט קיין ווילדע שטיק, און נישט דאס איז דעם רבינ'ס דרך.
אין אז ער טוט עס יא קומט עס מדעת עצמו און נישט פונעם רבין.

אזוי האט מיין טאטע אונז אויסגעלערנט, נישט כלפי סקווער, ווייל מיר זענען נישט קיין סקווירא (און איך רעד אינגאנצן נישט אריין אין דען נושא) נאר כלפי יעדע מחלוקת, אז א אידישע דרך איז נישט שלאגן וכדו'.
ובכן אויב איך וועל יא גיין מיט הענט קומט עס מדעת עצמי.

פריינדליך » זונטאג אפריל 29, 2012 1:23 pm

· #8481
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה,

דו פארשעמסט סקווירע חסידים, די פארשעמסט סקווירע רבי, דו פארשעמסט יעדן חסידישען איד,

א 18 יעריגע בחור שמאכט און תפיסה פאר 7 יאר, דער בחור איז געהעצט געווארען און סקוויער צו טיען וואס ער האט געטיען,
איך בין א סקווערע אנהערגער, איך גיי נישט בארעדן אדער באשילדיגען קיינעם אויף דאס וואס עס איז געשען, עס איז באמת נישט קיין נפקה מינה ווער,וואס,ווען,ווי,

אבער יעדער סקווער חסיד - דארף שפירען - און שפירט א לאך און הארץ אויף די מצב פינעם בחור, עס טאר נישט אדורוך גיין א טאג אדער א האלבן טאג וואס א סקווערער זאל נישט טראכטען און שפירען מיטלייד מיט די בחור און די משפחה ארום, סוכ"ס איז די גאנצע עגמ"נ א תוצאה פון זאכען וואס די בחור איז נישט געווען און קאנטראל,

ווי שעמסטע זיך נישט צו זאגען אז דער בחור איז אליינס שולדיג? ווי דערוואגסטע זיך זיך אזוי צו רעדן? האסטע פארלוירען יעדע טראפ מענטשליכקייט?
און אפילו ער וואלט יא געווען שולדיג, ווי מעג מען טאנצען אויף זיין פארגאסען בליט?! איז מענטשליכקייט אדער אידשקייט נישט א חלק פון דיר?

דו פארשעמסט סקווירע חסידים, די פארשעמסט סקווירע רבי, דו פארשעמסט יעדן חסידישען איד,דו פארשעמסט די מענטשהייט בכלל,

לאז אפ די נושא, הער אויף רעדן, עס קיקט בכלל נישט אויס אז די ביסט משיג די חומר הדבר,

פריינדליך » זונטאג אפריל 29, 2012 2:12 pm

· #8502
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
קאווע טרינקער
אבל באמת דער בחור איז א רחמנות, ווען מיין תפילה וואלט געהאלפען וואלט איך אינוועסטירט אינדעם,


די ווייסט אז איד טאר נישט אזוי רעדן, איא?! ניטאמאל פאר א דשאוק!

שנעל צו צוריק, און גיי זאג צוויי קאפיטליך תהילים צו ווייזען פאר השי"ת אז דו טוסט תשובה און די גלייבסט אז ער הערט דיר אויס,

זר זהב » זונטאג אפריל 29, 2012 2:23 pm

· #8507
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
פריינדליך, נישט אלע תפילות ווערן געענטפערט אויף די ספעציפישע זאך אויפ וואס מ'בעט. די ספרים זאגן שוין אז תפילות גייען קיינמאל נישט לריק אפילו מ'זעט אז ס'העלפט נישט יעצט קען עס העלפן פאר דורות שפעטער אא"וו.

אפשר דאס האט "קאווע טרינקער" געמיינט, אויב ווייסט ער אז זיינע תפילות וועלן העלפן ממש אויף וואס ער בעט וואלט ער געבעטן.

שרייבער » זונטאג אפריל 29, 2012 2:33 pm

· #8511
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
פריינדליך
מנשה,

דו פארשעמסט סקווירע חסידים, די פארשעמסט סקווירע רבי, דו פארשעמסט יעדן חסידישען איד,

א 18 יעריגע בחור שמאכט און תפיסה פאר 7 יאר, דער בחור איז געהעצט געווארען און סקוויער צו טיען וואס ער האט געטיען,
איך בין א סקווערע אנהערגער, איך גיי נישט בארעדן אדער באשילדיגען קיינעם אויף דאס וואס עס איז געשען, עס איז באמת נישט קיין נפקה מינה ווער,וואס,ווען,ווי,

אבער יעדער סקווער חסיד - דארף שפירען - און שפירט א לאך און הארץ אויף די מצב פינעם בחור, עס טאר נישט אדורוך גיין א טאג אדער א האלבן טאג וואס א סקווערער זאל נישט טראכטען און שפירען מיטלייד מיט די בחור און די משפחה ארום, סוכ"ס איז די גאנצע עגמ"נ א תוצאה פון זאכען וואס די בחור איז נישט געווען און קאנטראל,

ווי שעמסטע זיך נישט צו זאגען אז דער בחור איז אליינס שולדיג? ווי דערוואגסטע זיך זיך אזוי צו רעדן? האסטע פארלוירען יעדע טראפ מענטשליכקייט?
און אפילו ער וואלט יא געווען שולדיג, ווי מעג מען טאנצען אויף זיין פארגאסען בליט?! איז מענטשליכקייט אדער אידשקייט נישט א חלק פון דיר?

דו פארשעמסט סקווירע חסידים, די פארשעמסט סקווירע רבי, דו פארשעמסט יעדן חסידישען איד,דו פארשעמסט די מענטשהייט בכלל,

לאז אפ די נושא, הער אויף רעדן, עס קיקט בכלל נישט אויס אז די ביסט משיג די חומר הדבר,


איך בין נישט קיין סקווירא חסיד, אבער מיר שיינט אז באשולדיגן דעם סקווירא רבין איז סתם על לא דבר, פונקט ווי דער דברי יואל איז געווען שולדיג פאר אלע מעשה פראות וואס זיינע חסידים האבן געטון, ואחריו דער ברך משה, ואחריו בניו האדמורי"ם שליט"א, איך ווייס אז סקווירא איז נישט סאטמאר, און דארט איז די חסידות אויף א גרעסערע פארנעם, דאך וואלט איך געוואלט הערן איינער וואס ווייסט ווי אזוי זאכן זענען געווען אין סאטמאר, און קען מיר זאגן אויב דארט איז געווען אנדערש, מ'שטיינס געזאגט, מער געפירט פון די באהערדע, אין מיינע אויגן איז דאס א מעשה פראות פון א בחור וואס זיינע געפילן האבן אים געשיקט, פונקט ווי סאטמארע בחורים פלעגן טון זייערע מעשה פראות

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 2:35 pm

· #8514
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
דעת תורה היפוך דעת בעל הבית, קוקט אויס דעת סקווירא היפוך דעת העולם. קיינער האט דעם בחור עס נישט געהייסן טוהן, און אז ער האט עס געטון [זיך רייצן מיטן דבר אח''ר, ווייל די פייער האט דער דבר אח''ר אנגעצינדן] האט ער פיין געטון כלפי שמיא, אבער נישט כלפי המצב, ווייל אין סקווער פייט מען נישט, און מ'פלאטיזירט נישט, און ס'געווען א וועג וויאזוי צוגיין א טריט ווייטער מיטן דבר אח''ר, נאך פינעף יאר וואס מ'האט עהם געבעטן און געבעטן, און די דיינים זענען געווען ביי עהם אין שטוב מיט תחנונים און ס'האט אויפגעטון באנקעס.

דאס אז ער זיצט, איז נישט קיין דורכפאל, ס'איז חשבונות משמים, און די סארט בושה וואס די פארעווע סקווערע האבן, איז נישט ווערד קיין ניקל, אין די תורה שטייט אז א מסור איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, ס'נישטא קיין דעת תורה אז ער האט געמעגט גיין אין ערכאות, און ס'נישטא קיין איין רב אויף זיין זייט.
מאנסי רבי האט געהאלטן ממש פארן לייגן אויפן דבר אח''ר א חרם, און מ'האט געבעטן אז נישט, אונזער רבי איז ב''ה גענוג ערפארן וויאזוי צו באהאנדלען מצבים,
We are in a good shape

פריינדליך » זונטאג אפריל 29, 2012 2:37 pm

· #8515
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איך בין 1000% מיט דיר אז דער רבי און די קהלה זענענן נישט שולדיג, איך האב עס זייער קלאר ארויסגעשריבען,

אבער פון דא ביז באשולדיגען די בחור, און זאגען שלום עלי נפשי, עס 100% נאר זיין פראבלעם, ער אז זיך אליינס שולדיג, וכד'
איז הימל און ערד, קלאר נישט בארעכטיגט, און זיי זאגען עס ניטאמאל, עס איז נאר מנשה דא וואס זאגט עס,

זר זהב » זונטאג אפריל 29, 2012 2:42 pm

· #8517
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
דעת תורה היפוך דעת בעל הבית, קוקט אויס דעת סקווירא היפוך דעת העולם. קיינער האט דעם בחור עס נישט געהייסן טוהן, און אז ער האט עס געטון [זיך רייצן מיטן דבר אח''ר, ווייל די פייער האט דער דבר אח''ר אנגעצינדן] האט ער פיין געטון כלפי שמיא, אבער נישט כלפי המצב, ווייל אין סקווער פייט מען נישט, און

לייען איך גוט ???????????????????

פריינדליך » זונטאג אפריל 29, 2012 2:42 pm

· #8518
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
דעת תורה היפוך דעת בעל הבית, קוקט אויס דעת סקווירא היפוך דעת העולם. קיינער האט דעם בחור עס נישט געהייסן טוהן, און אז ער האט עס געטון [זיך רייצן מיטן דבר אח''ר, ווייל די פייער האט דער דבר אח''ר אנגעצינדן] האט ער פיין געטון כלפי שמיא, אבער נישט כלפי המצב, ווייל אין סקווער פייט מען נישט, און מ'פלאטיזירט נישט, און ס'געווען א וועג וויאזוי צוגיין א טריט ווייטער מיטן דבר אח''ר, נאך פינעף יאר וואס מ'האט עהם געבעטן און געבעטן, און די דיינים זענען געווען ביי עהם אין שטוב מיט תחנונים און ס'האט אויפגעטון באנקעס.

We are in a good shape


עס איז דא א ענטפער פאר די תגובה,
נאר ווי געזאגט, וויבאלד דו פארטרעסט נישט קיינעם נאר דיין ארימע איינצעלע מיינוג, איז נישט ווערט דערפאר אויסצוואשען דא די סקווירע שמיץ וועש, קריך אראפ פון די נושא, ווייל באלד וועלן אפירקימען אנדרע מיט א קלענרע כח המעצר,

ווי שוין פריער געשריבען

פריינדליך
איך בין 1000% מיט דיר אז דער רבי און די קהלה זענענן נישט שולדיג, עס איז זייער קלאר ארויסגעשריבען,
אבער פון דא ביז באשולדיגען די בחור, און זאגען שלום עלי נפשי, עס 100% נאר זיין פראבלעם, ער אז זיך אליינס שולדיג, וכד'
איז הימל און ערד, קלאר נישט בארעכטיגט, און זיי זאגען עס ניטאמאל, עס איז נאר מנשה דא וואס זאגט עס,

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 2:55 pm

· #8521
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
פריינדליך באטשי
אנשטאט דו זאלסט דיך שעמען מיט אונז, פארוואס שעמסטו זיך נישט, ווען כלל ישראל האט באשטיינערט צלפחד, ווען מ'האט געהאנגען ישו הנוצרי, ווען מ'האט דערשטיקט יעדן מסור, ווי דער הייליגער רמב''ם פסק'ט להלכה בזמן הזה.

אלא מאי דו האסט בושה פון וואס די גאסן שמענדריקס האבן צו זאגן? זינט ווען זענען גדולי ישראל און גאנצע קהילות, די טשיקן הינדל פון יושבי קרנות? זיי פסק'נן ווער ס'גערעכט ווער נישט?

ס'איז גענוג פאני אסאך מצוות, אבער דער קעצל גייט בארפיסיג ווייל ער האט קעצל שכל, א סקווערער גייט מיט שטארקייט ע''פ מסורה, און טאמער ס'פאסירט עפעס קוקט מען נישט אריין אין בחדרי חרדים צו ערגעץ ערגער צו זען די פסק דין. אונז האבן גדולי ישראל, און זייער ווארט איז ביי 'אונז' קדוש! ווילסט זאגן דו שעמסט דיך. זאג אבער נישט אז איך בין ראנג

ברוין » זונטאג אפריל 29, 2012 2:59 pm

· #8523
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה איך וואלט קיינמאל נישט אנגעפאנגען צו שרייבן צו דיר ווען איך ווייס ווען לכתחילה ווי ווייט פון רעאליטי דו ביסט. סארי

מיכאל » זונטאג אפריל 29, 2012 3:05 pm

· #8530
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג


קוקט אויס דעת סקווירא היפוך דעת העולם.


יא יא....
מנשה לוסטיג
קיינער האט דעם בחור עס נישט געהייסן טוהן,

הייסען דארף מען נאך ? דאס איז געווען די מצב אין די גאס, שוין א יאר צוויי פארדעם האט די סקווירא טעראריסטען געשאסען פענסטער'ס אין געשניטען רעדער, אין סקווירא רבי האט עס נישט פארדאמט,

נו וואס פאר א מעסעדזש שיקט דאס ?? אז ס'גייט אים אין לעבען אז ס'זאל נישט פאסירען אדער אז ער האט גאנץ גוט געקענט באשטיין אז איינער זאל טוהן די שמוציגע ארבעט.........

אבער טאמער ס'געלונגט נישט אין ס'קלאפט צוריק אין פנים, קומט מען ארויס מיט א פנים פין א תם אין מען זאגט "יעדער ווייסט אז דאס איז קיינמאל נישט געווען דער דרך אין סקווער" (ס'יענץ געלעכטער)

מנשה לוסטיג
און אז ער האט עס געטון [זיך רייצן מיטן דבר אח''ר, ווייל די פייער האט דער דבר אח''ר אנגעצינדן] האט ער פיין געטון כלפי שמיא,

יאפ דער אמת איז ארויס גערינען, אזוי ווי כ'האב פריער געזאגט אז סקווערע רבי מיט א היבש ביזסעל פין זיינע חסידים האלטען אז ס'גוט אז דער בחור האט עס געטוהן נאר די פראבלעם איז אז ס'נישט געלונגען אין דאס קומט ווייל די סטרא אחרא האט זיך אריין געמישט ווייל ער שלאגט זיך מיט די קדושה (וואס?!)

מנשה לוסטיג
אבער נישט כלפי המצב, ווייל אין סקווער פייט מען נישט,

אין סקווער פייט מען נישט . פינטעל, פרעג מיר נישט אפ מיט קיין פאקטען, מען פייט נישט אין פארטיג,
מנשה לוסטיג
און מ'פלאטיזירט נישט,

חוץ מנשה אויפען אינטערנעט טוט עס קיינער נישט, אין ווייטער קום נישט ציגיין מיט קיין פאקטען, אזוי איזעס אין פארטיג,


מנשה לוסטיג
דאס אז ער זיצט, איז נישט קיין דורכפאל, ס'איז חשבונות משמים,


יא יא...... ווען חיים בערגער איז געשטארבען אין תפיסה, איז דער סקווערער רבי געקומען מנחם אבל זיין די משפחה, האט ער אויך געזאגט דעמאלץ עפעס אז ס'איז נשמה זאכען וואס מ'פארשטייט נישט,

מנשה לוסטיג
און די סארט בושה וואס די פארעווע סקווערע האבן, איז נישט ווערד קיין ניקל,

אוודאי נישט, זיי זענען נאכנישט גענוג ברעין וואשט, סקווער דארף איבער ארבעטען ס'חינוך אז ס'קען נאך זיין אזאלכע וואס האבען נאך עפעס מענשליכע בישה אין זיך איז דער חינוך א דורעכפאל,

מנשה לוסטיג
אונזער רבי איז ב''ה גענוג ערפארן וויאזוי צו באהאנדלען מצבים,
We are in a good shape


יא ס'זעהט זיך אן אויף טריט אין שריט, די גאנצע וועלט גייט פשוט אויס פאר קנאה פאר די געלונגענקייט פין סקווערע

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 3:13 pm

· #8534
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
יא! האסט גוט געהערט

gehlungen » זונטאג אפריל 29, 2012 3:14 pm

· #8535
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
Menashe. Whom are you trying to convince u are fooling only yourself. Look in the mirror and say loud I CAN'T FOOL ALL THE PEOPLE ALL THE TIME

מיכאל » זונטאג אפריל 29, 2012 3:17 pm

· #8537
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
פריינדליך באטשי
אנשטאט דו זאלסט דיך שעמען מיט אונז, פארוואס שעמסטו זיך נישט, ווען כלל ישראל האט באשטיינערט צלפחד, ווען מ'האט געהאנגען ישו הנוצרי, ווען מ'האט דערשטיקט יעדן מסור, ווי דער הייליגער רמב''ם פסק'ט להלכה בזמן הזה.


אוודאי ס'ממש די זעלבע זאך,

מנשה לוסטיג
אלא מאי דו האסט בושה פון וואס די גאסן שמענדריקס האבן צו זאגן? זינט ווען זענען גדולי ישראל און גאנצע קהילות, די טשיקן הינדל פון יושבי קרנות? זיי פסק'נן ווער ס'גערעכט ווער נישט?

אין פארשטייט זיך טאמער א ערליכע איד האלט אנדרעש ווי סקווער, ווערט ער אוטומאטיש א "גאסען שמענדריק"

מנשה לוסטיג
ס'איז גענוג פאני אסאך מצוות, אבער דער קעצל גייט בארפיסיג ווייל ער האט קעצל שכל, א סקווערער גייט מיט שטארקייט ע''פ מסורה,

די וועלט זאגט, אז פארוואס הייסט א מאוקאש א סקווערעל, ווייל עס האט א קליינע קאפ אין א גרויסע שוואנץ,

מנשה לוסטיג
און טאמער ס'פאסירט עפעס קוקט מען נישט אריין אין בחדרי חרדים צו ערגעץ ערגער צו זען די פסק דין. אונז האבן גדולי ישראל, און זייער ווארט איז ביי 'אונז' קדוש! ווילסט זאגן דו שעמסט דיך. זאג אבער נישט אז איך בין ראנג


אין פארשטייט זיך א גדול בישראל אין סקווער מיינט מען נישט א גדול בתורה, נאר מען מיינט נאר "איינעם", וואס דער איינער טוט וואס ער וויל אין די דיינים דארפען שוין טרעפען דעם היתר טאמער זיי ווייסען וואס איז גוט פאר זיי,

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 3:34 pm

· #8546
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
וועט די רעזשים פאלן?
זענען די ברעינ'וואשד סקווערע מרה שחורה?

איך האלט אז נישט, ווער ס'האלט אז יא, פארשטיי איך וואס מ'קאמפעינט דא, דערווייל האט די עיקר יסוד פון סקווער זיך נישט גערירט, און ווער ס'וועט זאגן נאכט איז טאג וועט זאגן אז סקווער וועט זיך טוישן

עסן עסט'זיך » זונטאג אפריל 29, 2012 4:18 pm

· #8562
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
רבותיי עטץ טענה'ט זיך אין עפעס וווואס מע וועט קיינמאל נישט ענדיגן זיך טענה'ן א חסיד וועט גלייבבן אין זיין רעבין אפילו אויב אלע לאגיק וועט זיין פארקערט, איר וועט קיינמאל נישט משכנע זיין מנשה ליסטיג

א איד » זונטאג אפריל 29, 2012 5:09 pm

· #8601
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איך בין נאר ממשיך יאנקלס תגובה.

איי וועט עטץ וועלן ענטפערן, אז ביי סקווירא רבי אין שטוב איז מען מקפיד, ביודעי ובמכירי קאמינא.
דאס איז אבער נישט קיין תירוץ, ווייל אז וויזשניץ מאנסי רבי, קען זעהן אז זיין בילד זאל זיך נישט געפינען אין קיין צייטונג, און זיינע חסידים זאלן נישט מאכן בילדער ביי קיין חתונה אפילו ביי די פרויען, דארף עס סקווירא רבי אויך קענען באווייזן.

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 5:39 pm

· #8612
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
סקווערע רבי האט פאר זיך קיינמאל נישט געקויפט קיין שום גאלדענע זאך, אלעס האבן חסידים מרוב אהבה געקויפט בזכיה, און איך בתוכם.
אויך דער אלטער סקווערע רבי האט גארנישט געקויפט און האט באקומען במתנה א שיין ביסל עכט גאלדענע כלים און חפצים.
סקווערע רבי טוהט אלץ ווייזן, אז מ'זאל נישט מאכן קיין בילדער, אבער ער האלט אז ס'איז א שאד זיך צוגיין שלאגן דערויף, און ספעציעל ווען אין קיין שום סקווערע אויסגאבע איז נישט פארהאנען קיין שום בילד.
סקווערע רבי האט נישט קיין קפידות אויף יענעם, און פארשעלט נישט מיט מחאות און דער וועלט יענע וועלט, און האט נאך נישט גערעדט קיין שלעכט ווארט אקעגן ראטנבערג.
די קאר האט מען עהם געקויפט במתנה, און דעם שטוהל האט מען עהם געקויפט במתנה, דער אלטע סקווערע רבי איז געזעצן אויף א היבשע טייערע שטוהל, מיט א אויסגעשנוצטע קרוין און א מגן דוד דערויף. וואס אויף דעם היינטיגן רבינס בענקל איז אויכעט געווארן געשניצט, און דער היינטיגער רבי האט עס געהייסן אראפשניידן פון זיין בענקל, [ס'דא בילדער ווי ס'האט אויסגעקוקט פארן שניידן]
בעיקר, אויף א רבי פרעגט מען ניט קיין שאלות, און דער רבי איז דער וואס ווייסט, וואס מיינט משנה זיין און וואס נישט, די תקנה וואס זיין טאטע האט איינגעפירט טוהט ער מיט מסירות נפש אנהאלטן, און עפעס וואס ער האלט אז זיין טאטע וואלט היינט אויכעט נאכגעגעבן טוהט ער אויכעט נאכגעבן.
למשל, דאס ענין אז מיידלעך זאלן גיין שווימען, האט דער אלטע רבי נישט געהאלטן, מיט אפאר יאר צוריק האט דער רבי קלאר געזאגט אז ער פארשטייט אז לויטן היינטיגע מצב קען עס יא זיין, אבער נישט אין שטעטל נאר אינעם מיידל קעמפ. און ווען ער האט דאס געמאלדן האבן זיך אפאר 'הייסע חסידים' אנטזאגט פונעם חסידות. ווייל זיי האבן געהאלטן אז ער האט משנה געווען. און דאס איז אונזער רבי וואס ווייסט ווי איין און ווי אויס, ווער ס'טראסט עהם נישט, קען באמת פיקען א צווייטן, אבער דא אין פראנט פון זיין נאז אנפייפן איז עזות פנים'שאפט וואס לאזט זיך נישט פארגעבן.
דאס איז די קונץ פון א מנהיג צו וויסן ווי איין און ווי אויס, ביטער וואלט געווען ווען מיר וואלטן געהאט א נארישע רבי, אבער א רבי בלייבט א רבי, אין לנו אלא דברי בן עמרם

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 29, 2012 5:46 pm

· #8616
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
אבער ער האלט אז ס'איז א שאד זיך צוגיין שלאגן דערויף

א שאד אז ער האט נישט געהאלטן אזוי ביי פרשת ראטענבערג

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 5:58 pm

· #8617
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול

איינער » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:05 am

· #8756
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
דעת תורה היפוך דעת בעל הבית, קוקט אויס דעת סקווירא היפוך דעת העולם. קיינער האט דעם בחור עס נישט געהייסן טוהן, און אז ער האט עס געטון [זיך רייצן מיטן דבר אח''ר, ווייל די פייער האט דער דבר אח''ר אנגעצינדן] האט ער פיין געטון כלפי שמיא, אבער נישט כלפי המצב, ווייל אין סקווער פייט מען נישט, און מ'פלאטיזירט נישט, און ס'געווען א וועג וויאזוי צוגיין א טריט ווייטער מיטן דבר אח''ר, נאך פינעף יאר וואס מ'האט עהם געבעטן און געבעטן, און די דיינים זענען געווען ביי עהם אין שטוב מיט תחנונים און ס'האט אויפגעטון באנקעס.
דאס אז ער זיצט, איז נישט קיין דורכפאל, ס'איז חשבונות משמים, און די סארט בושה וואס די פארעווע סקווערע האבן, איז נישט ווערד קיין ניקל, אין די תורה שטייט אז א מסור איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, ס'נישטא קיין דעת תורה אז ער האט געמעגט גיין אין ערכאות, און ס'נישטא קיין איין רב אויף זיין זייט.
מאנסי רבי האט געהאלטן ממש פארן לייגן אויפן דבר אח''ר א חרם, און מ'האט געבעטן אז נישט, אונזער רבי איז ב''ה גענוג ערפארן וויאזוי צו באהאנדלען מצבים,
We are in a good shape


מיט די ווערטער העצטסטו פאר געוואלדטאטען וואס די וועסט אויכעט זיין אליין שולדיג ווען מען וועט דיך איינזעצען פאר דעם.
ראטענבערג איז נישט נאר קיין מוסר, נאר א צדיק וואס געראטעוועט אידן פון טויט רח"ל, סקווער מיט זייערע רבי האבן א דין ווי א רודף און ווער עס האט נאך א ספק אין דעם, זאל איבערליינען די תגובה.
איך ווייסט נישט וועם די רופסט מאנסי רבי, אבער קיין איינער מיט אביסל שכל האט אים נישט געוואלט לייגן און חרם, דאס קען מען ענק אין סקווער פארקויפן מיט נאך ליגנט וואס די האסט ווי א נער פארקויפט דא און אויף היידפארק.
א טייל פון ליגנט וואס די האסט אומפארשעמט פארקויפט
1)דער אמת גייט ארויס קומען און לויער גייט אויפווייזן אז דער בחור האט פשוט געוואלט מאכן א ל"ג בעומר הדלקה.
2)דער בחור גייט נישט זיצן קיין איין טאג.
3)ראטענבערג גייט נישט זען א רויטן צענט.
4)דער בחור זיצט נאר ווייל מען האט נישט געפאלגט דעם רבי און געמאכט א פלי בארגעין.

בן תימא » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:08 am

· #8758
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
חברה געניג געוועהן דער עולם צולאזט זיך אין גרויסן. קיינער וועט דא נישט ארויס גיין קיין געווינער ווייל יעדער האלט זיך ביי די אייגענע דיעה .. קיינער גייט זיך נישט טוישען די דיעה פאר א צווייטער..

..האב איך מחליט געוועהן אז כ'זאג "איך ווייס נישט" ... דאס איז דער בעסטע זאך אין גענדיגט... האב אלע א גוטן טאג

איינער » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:21 am

· #8761
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
פריינדליך באטשי
אנשטאט דו זאלסט דיך שעמען מיט אונז, פארוואס שעמסטו זיך נישט, ווען כלל ישראל האט באשטיינערט צלפחד, ווען מ'האט געהאנגען ישו הנוצרי, ווען מ'האט דערשטיקט יעדן מסור, ווי דער הייליגער רמב''ם פסק'ט להלכה בזמן הזה.


לאמיר אויספירן דעם נמשל, מיין רבי איז אויכט גאט עפ"ל און אויב איינער רעדט אדער טוט אנדערש ווי ער הייסט דארף מען טון וואס מען טוט צו נועץ ד'

אלא מאי דו האסט בושה פון וואס די גאסן שמענדריקס האבן צו זאגן? זינט ווען זענען גדולי ישראל און גאנצע קהילות, די טשיקן הינדל פון יושבי קרנות? זיי פסק'נן ווער ס'גערעכט ווער נישט?

סארי, קיין גדול בישראל זאגט נישט אז מען דארף איינם דן זיין בשריפה ווייל ער דאווענט נישט מיטן רבי'נס מנין. אפילו עס איז זיין טאטן תקנה.

ס'איז גענוג פאני אסאך מצוות, אבער דער קעצל גייט בארפיסיג ווייל ער האט קעצל שכל, א סקווערער גייט מיט שטארקייט ע''פ מסורה, און טאמער ס'פאסירט עפעס קוקט מען נישט אריין אין בחדרי חרדים צו ערגעץ ערגער צו זען די פסק דין. אונז האבן גדולי ישראל, און זייער ווארט איז ביי 'אונז' קדוש! ווילסט זאגן דו שעמסט דיך. זאג אבער נישט אז איך בין ראנג


עפ"ל. עס איז נישט קיין איין פאני מצוה.

מיכאל » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:22 am

· #8762
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
א סקווערע פראפעגאנדע ליפלעט,
📎 2011527_20191531663_jpg.jpg

קול גדול » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:25 am

· #8763
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה, ווען גייט מען זוכה זיין צו קענען בייוואוינען א מצוות סקילה אינעם שטעטל?
שריפה איז שוין געווען, כאטש ס'איז נישט געהעריג געלונגען אבער מחשבה כמעשה, יעצט בלייבט איבער צו מקיים זיין די אנדערע מיתות בית דין.

איינער » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:26 am

· #8764
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
סקווערע רבי האט פאר זיך קיינמאל נישט געקויפט קיין שום גאלדענע זאך, אלעס האבן חסידים מרוב אהבה געקויפט בזכיה, און איך בתוכם.
אויך דער אלטער סקווערע רבי האט גארנישט געקויפט און האט באקומען במתנה א שיין ביסל עכט גאלדענע כלים און חפצים.
סקווערע רבי טוהט אלץ ווייזן, אז מ'זאל נישט מאכן קיין בילדער, אבער ער האלט אז ס'איז א שאד זיך צוגיין שלאגן דערויף, און ספעציעל ווען אין קיין שום סקווערע אויסגאבע איז נישט פארהאנען קיין שום בילד.
סקווערע רבי האט נישט קיין קפידות אויף יענעם, און פארשעלט נישט מיט מחאות און דער וועלט יענע וועלט, און האט נאך נישט גערעדט קיין שלעכט ווארט אקעגן ראטנבערג.
די קאר האט מען עהם געקויפט במתנה, און דעם שטוהל האט מען עהם געקויפט במתנה, דער אלטע סקווערע רבי איז געזעצן אויף א היבשע טייערע שטוהל, מיט א אויסגעשנוצטע קרוין און א מגן דוד דערויף. וואס אויף דעם היינטיגן רבינס בענקל איז אויכעט געווארן געשניצט, און דער היינטיגער רבי האט עס געהייסן אראפשניידן פון זיין בענקל, [ס'דא בילדער ווי ס'האט אויסגעקוקט פארן שניידן]
בעיקר, אויף א רבי פרעגט מען ניט קיין שאלות, און דער רבי איז דער וואס ווייסט, וואס מיינט משנה זיין און וואס נישט, די תקנה וואס זיין טאטע האט איינגעפירט טוהט ער מיט מסירות נפש אנהאלטן, און עפעס וואס ער האלט אז זיין טאטע וואלט היינט אויכעט נאכגעגעבן טוהט ער אויכעט נאכגעבן.
למשל, דאס ענין אז מיידלעך זאלן גיין שווימען, האט דער אלטע רבי נישט געהאלטן, מיט אפאר יאר צוריק האט דער רבי קלאר געזאגט אז ער פארשטייט אז לויטן היינטיגע מצב קען עס יא זיין, אבער נישט אין שטעטל נאר אינעם מיידל קעמפ. און ווען ער האט דאס געמאלדן האבן זיך אפאר 'הייסע חסידים' אנטזאגט פונעם חסידות. ווייל זיי האבן געהאלטן אז ער האט משנה געווען. און דאס איז אונזער רבי וואס ווייסט ווי איין און ווי אויס, ווער ס'טראסט עהם נישט, קען באמת פיקען א צווייטן, אבער דא אין פראנט פון זיין נאז אנפייפן איז עזות פנים'שאפט וואס לאזט זיך נישט פארגעבן.
דאס איז די קונץ פון א מנהיג צו וויסן ווי איין און ווי אויס, ביטער וואלט געווען ווען מיר וואלטן געהאט א נארישע רבי, אבער א רבי בלייבט א רבי, אין לנו אלא דברי בן עמרם


לאמיר זיין קלאר די רבי האט מסירות נפש אז יעדער זאל נאר דאווענען מיט זיין מנין. סארא מסירות נפש.... נישט אומזינסט האט ער באקומן די "שרביט הנהגה"

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:26 am

· #8767
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
דער רבי קומט יעצט צוריק פון קאנאדע, און באלד גרייט מען זיך א היסטארישע נסיעה קיין קראקא. ממילא וועט מען די איבריגע פושעים מסדר זיין נאכדעם.

מיכאל » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:28 am

· #8768
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איינער
מנשה לוסטיג
פריינדליך באטשי
אנשטאט דו זאלסט דיך שעמען מיט אונז, פארוואס שעמסטו זיך נישט, ווען כלל ישראל האט באשטיינערט צלפחד, ווען מ'האט געהאנגען ישו הנוצרי, ווען מ'האט דערשטיקט יעדן מסור, ווי דער הייליגער רמב''ם פסק'ט להלכה בזמן הזה.


לאמיר אויספירן דעם נמשל, מיין רבי איז אויכט גאט עפ"ל און אויב איינער רעדט אדער טוט אנדערש ווי ער הייסט דארף מען טון וואס מען טוט צו נועץ ד'


כ'האב אויך אזוי געטראכט, איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס אזא חסידות וואס גיין מיט גלייבען אין א רבי אזוי עקסרעים, פארוואס ס'נישט געהעריג עבודה זרה, וואס איז פין די שלש חמורות וואס איז ביהרג ואל יעבור, אין אנדערע ווערטער אז שיכון סקווירא איז א עיר הנדחת, לויט מיין חשבון איז דאס די מציאות,

זיי דינען נישט דעם באשעפער, פינטעל, זיי דינען א בשר ודם, אין גלייבען אז ער איז ווייסעך וואס, ווי זענען די רבנים וואס האבען גאסרט דעם שטערען ?!

איינער » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:30 am

· #8769
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
דער רבי קומט יעצט צוריק פון קאנאדע, און באלד גרייט מען זיך א היסטארישע נסיעה קיין קראקא. ממילא וועט מען די איבריגע פושעים מסדר זיין נאכדעם.


און לאמיר נישט רעדן פון די בושת וואס ער האט געהאט און קאנאדא, האלב אפטאון וואס פלעגט אים געבן געלט האט נישט געוואלט הערן פון אים.

איינער » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:37 am

· #8774
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מיכאל
איינער
מנשה לוסטיג
פריינדליך באטשי
אנשטאט דו זאלסט דיך שעמען מיט אונז, פארוואס שעמסטו זיך נישט, ווען כלל ישראל האט באשטיינערט צלפחד, ווען מ'האט געהאנגען ישו הנוצרי, ווען מ'האט דערשטיקט יעדן מסור, ווי דער הייליגער רמב''ם פסק'ט להלכה בזמן הזה.


לאמיר אויספירן דעם נמשל, מיין רבי איז אויכט גאט עפ"ל און אויב איינער רעדט אדער טוט אנדערש ווי ער הייסט דארף מען טון וואס מען טוט צו נועץ ד'


כ'האב אויך אזוי געטראכט, איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס אזא חסידות וואס גיין מיט גלייבען אין א רבי אזוי עקסרעים, פארוואס ס'נישט געהעריג עבודה זרה, וואס איז פין די שלש חמורות וואס איז ביהרג ואל יעבור, אין אנדערע ווערטער אז שיכון סקווירא איז א עיר הנדחת, לויט מיין חשבון איז דאס די מציאות,

זיי דינען נישט דעם באשעפער, פינטעל, זיי דינען א בשר ודם, אין גלייבען אז ער איז ווייסעך וואס, ווי זענען די רבנים וואס האבען גאסרט דעם שטערען ?!


100% עס איז אן עיר הנדחת איך וועל לאזן מנשה אויספירן וואס מען דארפן טון פאר עיר הנדחת..

ער רעדט פון "ישו הנוצרי" עס קוק מיר אויס אז די סקווערע גלייבן און זייער רבי'ן פונקט אזוי ווי זיינע תלמודים האבן געגלייבט און אים.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:37 am

· #8775
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איז וואס גייט געשען?
דו האלטס אז סקווער גייט פאר קלאויזשער?

איינער » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:42 am

· #8778
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
איז וואס גייט געשען?
דו האלטס אז סקווער גייט פאר קלאויזשער?


ניין, די "סטרא אחרא" איז שטארק.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:42 am

· #8779
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
איז וואס טוה איך? זאל איך אויפהערן גלייבן?

מיכאל » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:46 am

· #8782
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
איז וואס גייט געשען?
דו האלטס אז סקווער גייט פאר קלאויזשער?


וואס גייט געשען קענסטע פרעגען פין א נביא, זיכער האפט מען אז אידישע קינדער זאלען האבען א ריינע אמונה אין באשעפער, אן קיין אמונות טפילות, אין מען זאגט יעדען טאג, להעביר גילולים מין הארץ והאללים כרות יכריתון לתקו עולם במלכות ש-ד-י וכל בני בשר יקראו בשמך,

די סקווערע איינוואוינער זענען דאך תינוקות שנשבו, מען האט זיי נעבעך איינגערעדט פין קליינווייז אן אין זיי ווייסען נישט בעסער, אין אידען האפען אז דער באשעפער זאל זיי ארויס שלעפען פין דער גלות הדעת,

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:37 am

· #8799
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
אוי נעכטן איז געווען דאס ערשטע קידוש לבנה וואס ער האט פארפאסט, ביים רבין זאל מאריך ימים זיין.

פריינדליך » מאנטאג אפריל 30, 2012 11:16 am

· #8831
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
אוי נעכטן איז געווען דאס ערשטע קידוש לבנה וואס ער האט פארפאסט, ביים רבין זאל מאריך ימים זיין.


סליחה, ביסט אדער א טרול,
אדער ........

שרייבער » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:07 pm

· #8843
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נעבעך, א דאקטאר ביטע

הירשל ציג » מאנטאג אפריל 30, 2012 2:25 pm

· #8870
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ווען איך וואלט ווען געוואוסט אז מנשה דרייט זיך דא און העצט קעגן אידישע קינדער וואלט איך נישט אזוי שנעל זיך אנגעשריבען אינעם "שטיבל"

לדעתי דארף מען ווייזען מנשה'ס ווערטער פאר שאול יחזקאל שפיצער כדי ער זאל וויסען וואס די רבי'ס פארברענטע חסידים האלטען פון אים ...

אוי לעינים שכך רואות!

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 30, 2012 3:28 pm

· #8894
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
כ'האף אז שאולי באקומט די בחצר הקודש, אן דעם קען מען נישט פילן א טעם שבת

דאקטער » מאנטאג אפריל 30, 2012 4:23 pm

· #8903
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
מנשה לוסטיג
כ'האף אז שאולי באקומט די בחצר הקודש, אן דעם קען מען נישט פילן א טעם שבת


ביי אונז שפירט מען א טעם שבת אין א נשמת, אדער אין א טשולענט,

אין סקווער זעהט אויס איז אנדרעש...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16