ווייסט איינער אויב די רעבע אז שוין געווען באזוכן ביים בחור?? די קינדער זענען שוין געווען איינער
זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
שמעקעדיגאיך בין זיכער אז אונטער די לעדערנע מאסאדזש זיצן ליגן שטעכעדיגע נאדלען וואס דער רבי נעמט אויף זיך יסורין של אהבה.
די לעדערנע זיצען איז ח"ו נישט לשם עולם הזה צו עפעס, נאר פשוט דער רבי איז מקפיד נישט זיך אוועקצוזעצן אויף א בענקעל פון סחורה מחשש שעטנז, כמנהג אבותיו הק', ממילא איז ער געצוואונגען צו ניצען א קאר מיט לעדערנע זיצען. והכל לשם שמיים.
(אה, סתם להערה בעלמא, די מנהג אבותיו איז געווען אז ווען מ'קומט אין א פלאץ ווי ס'דא סחורה'נע זיצען זיצט מען אויף א פשוט'ע האלצערנע ברעט, נישט אז מפארט אין א לעקסוס מיט לעדערנע זיצען, נו, איכשר דרא..)
ווער זאגט זה קלי ואנוהו גייט נישט אן אויף א לאו?
הודו לשם מיר זענען אין דו דור וואס דער רבי פין סקווער האט א נייע קעדילעק, דער רבי שליט"א האט אראפ גענידערט מן ההר אל העם, מיט געהויבנע געמיטער, מיט א העכערע שטימינג, האט דער רבי שליט"א באנייט דעים קעדי, צי די פרייד פין אלע חסידים וחסידות, חסדי השם, צי אזא געהויבענע זמן, וואס מיר זענען דערין א חלק, וואויל איז אינז אין אינזערע אויגען וואס האבען געזעין ווי דער רבי ציגיסט א שמייכעל אויפן הייליגען געזיכט, ווען מען האט לכבודו אנטפלעקט די הייליגע בליצערס, וויי איז דעים וואס האט פארפאסט דעים רבינ'ס צירה קדישא ווען די סייערין האט געדינערט לכבודו הרמה, זאל דער בורא טאקע געיבן דעים רבין העכערע כוחות ער זאל ווייטער קענען אנפירן מיט די הייליגע מערכה אקעיגן די מיט בייזוויליגע מחשבות, אדער דעי אלע וואס גייען נישט אין די דרכים וואס דער סקווערע רבי זצוללה"ה, האט זיך מוסר נפש געוועין.
וואו איז מנשה ליסטיג לעצטנס?
פארוואס אפיציעלע פלעיט'ס? ער איז איינגעשטעלט און א רעגירונגס אמט?
מורינו הרבוואו איז מנשה ליסטיג לעצטנס?
איך מיין אז עס איז בעסער אזוי...
מורינו הרבוואו איז מנשה ליסטיג לעצטנס?
מאכט קליפס וואס וועט נאך באנק טאן!
מאן דאמרפארוואס אפיציעלע פלעיט'ס? ער איז איינגעשטעלט און א רעגירונגס אמט?
ער קען עס באקומען פון זיינע שטעטל אפיצירין,מעיאר,דעפיוטי מעיאר..... דאכציך אז האדמו״ר מהר״א האט אויך אזוינס. Picture anyone???
שמו יגערדאכציך אז האדמו״ר מהר״א האט אויך אזוינס. Picture anyone???
האט וואס?
שמו יגערמאן דאמרפארוואס אפיציעלע פלעיט'ס? ער איז איינגעשטעלט און א רעגירונגס אמט?
ער קען עס באקומען פון זיינע שטעטל אפיצירין,מעיאר,דעפיוטי מעיאר..... דאכציך אז האדמו״ר מהר״א האט אויך אזוינס. Picture anyone???
דאס איז די שמועס פיגער איט אוט.....
אויב מיינסטו די אפיצעלע פלעיטס, ניין זאג איך דיר,
אויב מיינסטו א קאדילאק, יא זאג איך דיר (אפשר נישט די זעלבע מאדעל)

(באקומען אין אימעיל, ככתבו וכלשונו)
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו
ס'איז לוסטיג און לעבעדיג אין שטעטל. די געפילן זענען גאר דערהויבן. די הערצער פול מיט פרייד. אויף יעדנ'ס געזיכט איז א שמייכל אויסגעשפרייט. דער טאג איז ב"ה אנגעקומען.
פון די קלענערע נורסערי קינדער ביז די עלטערע בעלי בתים איז דאס געווען דאס געשפרעך פון טאג אין די לעצטערע מאנאטן. איצט האט מען עס דערלעבט. "דעם רבי'נס שמחה איז אונזער שמחה", דריקן זיך די חסידים אויס.
לאו בכל יום מתרחיש. אזא דערהויבנקייט אין א גרינעם דינסטאג. די הייליגקייט שפירט זיך אין די לופטן. א הושענה רבה שטימונג הערשט.
קלאנגען האבן קורסירט א צייט צוריק אין שטעטל אז דער רבי וועט למעשה נישט ליעסן די נייע קעדי, אנווייזענדיג אויפ'ן פאקט אז דעם מאדעל דעוויל מאכט מען שוין נישט, און די נייע מאדעלן זענען היבש קליינטשיג און ספארטי, אבער די עלטערע חסידים וואס ווייקן זיך בצילו פונעם רבי'ן האבן דאס צונישט געמאכט, זאגענדיג אז עס איז א קפידה פונעם צדיק, און מען וועט נישט פארקריכן פון די אור אלטע מסורה. דער הייליגער טשערנאבלער וואלט זיכער אזוי מציע געווען אין אזא שווערע סיטואציע.
ווען די קליינטשיגע 'בשורה טובה תדשן עצם' צעטיל איבער די ידיעה פונעם רבי'נס נייעם אוטא איז ארויסגעשטעלט געווארן אויפ'ן וואנט פונעם ביהמ"ד האט עס ארויסגערופן גרויס אינטערעסע ביים ציבור צו הערן די פרטים וואס האט זיך אפגעשפילט הונטער די קוליסן איידער די ערנסטע באשלוס איז געפאסט געווארן. איבער'ן קאווע גלעזל האט מען עס געטון באהאנדלען.
געוויסע האבן אנגעמערקט דער פאקט אז בלויז אין סקווירא רירט מען זיך נישט פון די מסורה, אנדערש וואס מען זעט ליידער ביי אנדערע קרייזן. "למשל אין סאטמאר איז מען גאר ווייט פארקראכן'', האבן מאנכע אנגעוויזן. פון א קאר ביז אן עסקעלעיד איז א שטארקע ירידה. ומה יעשה הבן שלא יחטא. אז דער רבי פאלט פאלן אלע חסידים... אבער ביי אונז אין סקווירא האלט מען זיך פעלזן פעסט. און דאס איז אן קיין צווייפל אן אומגעהויערע קידוש השם וואס עס קלינגט אפ בכל קצוי תבל.

איך ווייס נישט פארואס, אבער איך קען נישט פאוסטן דעם צווייטן העלפט פון דעם אימעיל (איך האב עס געמוזט צוטיילן ווייל איך האב עס נישט געקענט פאוסטן און יעצט גייט מיר נישט דאס צווייטע העלפט)
די געפילן זענען געווען עמאציענאל ווען מען האט דעם רבי'נס שטענדער אריבערגעפירט פונעם דעוויל צום נייעם אוטא. קשה עלי פרידתכם, האבן זיך די ווענט צעקרעכצט. עכבו עלי יום אחד, האט דער קאר געוויינט בתחנונים. די געבעטן זענען אבער געפאלן אויף טויבע אויערן. דער משמש דרייט שוין אראפ די שרויפן פון די אפישעל פלעיטס, און פון איצט און ווייטער איז דער קעדי דעוויל א פארגאנגענהייט.
די גבאים שטייען ארום אלע זייטן פונעם קאר און פארזיכערן אז מען קוקט בלויז דערויף, און מען רירט עס ח"ו נישט צו. קופקעס פון סקוויראער איינוואוינער פארמירן זיך. חסידים קומען צו פארן פון איבער גרעיטער ניו יארק מיטצולעבן דעם היסטארישן מעמד. ס'ווערט א געדרענג. מען ווארט און מען ווארט אז דער רבי זאל שוין ארויסקומען.
דער גלוקליכער מינוט איז ברוך השם אנגעקומען. דעם רבי'נס צורה לייכט און שיינט ווי א מלאך ה' צבאות, ווי כל נדרי ביינאכט. א געטליכע געשטאלט. גאר פאמעלעך ריכט דער צדיק זיינע פיסטריט צום שפאגל נייעם אוטא. ער זעצט זיך אריין, דעם גרויסן גמרא אויפ'ן האלצענעם שטענדער ער עפנט, און צעזינגט זיך דעם אור אלטן גמרא ניגון ווי גארנישט וואלט פאסירט.
מ'צינדט אן די לייטס און סיירינס און... ויסעו
והעיר סקווירא צהלה
ושמחה

ואי לאו האי יומי, כמה קעדאיס איכא בשוקא
הדד בן בדדווען מען האט דעם רבי'נס שטענדער אריבערגעפירט פונעם דעוויל צום נייעם אוטא.
דער רבי האט א שטענדער אין קאר?
האסט נאך קיינמאל נישט געזען קיין רעבעשע קאר
אלע רביס האבען א אריינגבויטע שטענטער אין זייער קאר
נ.ב. איך ווייס נישט צו זיי נוצען עס........

יא כ'האב אמאל געזעהן דעם קלויזענבארגער מב"פ לערנען אין זיין קאר.
moti107ואי לאו האי יומי, כמה קעדאיס איכא בשוקא
ואי לאו האי יומא (קא גרים) כמה רעבעס איכא בשוקא. אבער אונזער רעבע איז ספעשל. עינס פון די טעמים איז ווייל א יעדע שייגעץ שטיק אדער טעראריסטישע שטיק וואס ווערט אפגעטון אין שטעיטל זאגט ער אז ער וועיסט נישט.... 😳 🙄
berlbalagulehואי לאו האי יומא (קא גרים) כמה רעבעס איכא בשוקא. אבער אונזער רעבע איז ספעשל. עינס פון די טעמים איז ווייל א יעדע שייגעץ שטיק אדער טעראריסטישע שטיק וואס ווערט אפגעטון אין שטעיטל זאגט ער אז ער וועיסט נישט.... 😳 🙄
דאס איז א וועיסט קבועה.
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=xtzFMUPpYGQ">http://www.youtube.com/watch?v=xtzFMUPpYGQ</a>
שעפטלמורינו הרבוואו איז מנשה ליסטיג לעצטנס?
מאכט קליפס וואס וועט נאך באנק טאן!
מנשה לוסטיגhttp://www.youtube.com/watch?v=xtzFMUPpYGQ
פרעג ליפא וואס ער זאגט אויפן קליפ היינט.
חברה ס'בכלל נישט קיין דזאויק די חברה זענען מעסיוו ברעין וואשט אין דער צייט וואס די גאנצע יודישע וועלט ווערן מער אויפגעקלערט בלייבן די סקווערע חסידים ביים אלטן! לעצטענס האב איך געכאפט א שמיעס מיט א סקווערל זאגט ער מיר: דו האסט נישט קיין אהנונג וואס דאס מיינט ביי סקוועארער רביס טיש מען שעפט יראת שמים פון א צדיק אמת יעדע ריר בלא בלא בלא בלא ממש אויסטערליש ס'האט מיר געדאכט ווי ער רעדט פון בעל שם אדער מאור ענים איך האב געמיינט אז ס'נאר מנשה וואס איז אזוי דערווייל ווער ןאיך געוואר אז ניין די גאנצע עולם איז דארט קוקו!
נאך די הינדערט אין צוואנציג פון די העיליגין צאדיק וועט גיין אזאלכע בכיות אזוי ווי דארטן אין צפון קאריע!

מנשה לוסטיגאחד היה אברהם, אקעגן א גאנצע דור הפלגה אנוש ומבול. עבד אברהם אנוכי האבן זיינע חסידים געזאגט אן קיין בושה
מנשה דו זאגסט אז אחד היה אברהם און מיט דעים מאכסטו זיך גערעכט אבער די פאקט איז אז די אחד היה האט באוויזן איבערצודרייען די וועלט א יא? ער האט געהאט מאסן "פרעמדע "חסידים" וואס זענען געלאפן צו עים.
לעינינינו אדרבא טרעף מיר 10 מענטשן פון דא אין שטיבל וואס האלטן אז דיין רבי איז העיליג!!!
ברענגען סקווערע חסידים איז ניט קיין קונץ זיי זענען אלע ברעין דעמעדזד נעבעך זיי מיינען נעבעך אז האקען מיט די הייליגע הענט אויפן טיש ביי כל מקדש ווייזט אויף צדקות!
דער בחור זיצט נאך למעשה?
יעצט אויף די מינוט שטייט ער אפשר, אבער בדרך כלל זיצט ער נעבאך, און האט נאך אפאר יארעלעך צו גיין
אונז זיצען אויף קאווע שטיבעל ווען אימער, אבער איין בחור "ממצוייני ומובחרי ישיבתנו נקדושה" זיצט און לערנט פלייסיג...
ער איז אויך "עומד איתן ברוחו בנעימות וגבורות".
ער האט מסיים געוועהן מסכת שבת מיט מהרש"א "בעמל ויגיע ושקידה מופלאה יומם ולילה זה שנתים וחצי - אשרי מי שעמלו בתורה!"...
אוי ווען ער וואלט נאר געלערט יענע נאכט אנשטאט גיין באזוכען און פארברענען א צווייטען למען קדושת רע-בעינו שליט"א...

"מגדולי מקדשי שם שמים המופלאים"... נעבעך א ביטער געלעכטער.
מתנהג בחסידות כחשכה כאורה 😂
דער 'מקדשי שם שמים' איז זייער מיאוס. איך זע נישט מיט וואס דאס איז אנדערש פון זשיהאד. אין קומענדיגע פארברעכנס וואס וועלן דארט פארקומען, וועט מען מסתמא קענען ניצן אזא דאקומענט אין געריכט צו איבערצייגן אז די אגרעסיע איז א טייל פון דער אפיציעלער פרעדיגונג. ווייסט עמיצער וואו ס'איז פובליצירט געווארן? איז דער דאקומענט אויטענטיש?
צדיק נסתר"מגדולי מקדשי שם שמים המופלאים"... נעבעך א ביטער געלעכטער.
ניין עס איז נישט קיין געלעכטער נאר א בכי' לדורות
@דולה ומשקה, פון וואו האסטו באקומען דעם שטיקל? דו ווייסט וואו ס'איז געווען געדרוקט?
פלאוויוס@דולה ומשקה, פון וואו האסטו באקומען דעם שטיקל? דו ווייסט וואו ס'איז געווען געדרוקט?
וואס הייסט ווי עס איז געוועהן געדריקט? קוק 'אונטערן בילד' האב איך אנגעגעבען א פונקטליכע מראי מקום, דער פארגאנגענע וואך אין בחצר הקודש.
'בחצר הקודש' שמיני תשעה גליון כו שנה כא
אה גערעכן פארגעסן דעם מספר הדף... גיב א קוק אויף עמוד מג
אקעי, נאדיר דעם לינק
<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20150418&gil=126">http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 18&gil=126</a>
מקבל כל אדם בסבר פנים "מאירות".....
לא יאומן
טאקע א געוואלדיגע זאך וואס איז ראוי באגריסט צו ווערן
אוי טאטע ותקרא לשבוים דרור ולאסירים פקח קוח שאול יחזקאל בן שרה מרים שתוציאו מאפילה לאורה
שאולי שאולי נעבעך אין דיינע שענסטע יארן זיצטו נעבעך פארשקלאפט וועגן קינדערישע אקטן אבער ב"ה דיין קעת איז נישט אין תפיסה און דו פארנעמסטוך מיט די גמרא ס'איז זיכער די גרעסטע מליצה ישרה פאר אידישע קינדער און דאס איז זיכער מקרב משיח
לך בכוחך זה נוץ אויס די צייט וכשם שזכית לסיים מסכתא זו זאלסטו זוכה זיין ווייטער זיך מענג צו זיין מיט די הייליגע תורה און בקרוב ענדיגן דיין מסכת מכות און זוכה זיין צו מס' קידושין און אויפשטעלן א לעכטיגע אידישע שטוב אזוי ווי ס'איז דיין רצון ולהוי אנא עבדך פקידא בגוי צדיקיא

איך וויל נישט דא פארענטפערן חלילה די עוולה וואס דער בחור האט געטוהן מיט אפאר יאר צוריק, אבער די וועג וויאזוי די עולם דא טראכט פון אים איז פשוט נישט ריכטיג!!
ווען ער איז געווען 18 יאר אלט מיט היציגע בלוט, און ארום גענומען מיט אים געוואונטשענע עקסטרעימע עלמענטען, האט ער נישט געוויסט עפעס מער ווי "סקווירא" "רבי" "מתנגד", דאס איז געווען וואס ער האט געהערט און גערעדט א גאנצע טאג, און ווי א יונג בחור'ל האט ער מחליט געווען צו נעמען די זאך אין האנט אריין, זיך ארויסגעלאזט אויף א מיסיע, און זיך מיאוס פארפאטשקעט!
היינט זייענדיג אין תפיסה, ארויס פון די סקווירא באקס, קומענדיק און קאנטאקט מיט אסאך נערמאלע מענטשן, צו די באזיכער, אדער דארך בריוו, איז ער אביסל ברייטער געווארן, רואיגער געווארן, נערמאלער געווארן.
און יא!! ער איז היינט א פריינטליכע בחור, אן ערליכע בחור, א מענטש וואס קען סובל זיין ווען איינער טראכט אנדערש פון אים, גלייבט אנדערש פון אים, פירט א לעבן אנדערש פון אים.
און צום יעצטיגן מעשה,
און די פארגאנגענע דריי יאר, זענען זיינע חברים חתנים געווארן, חתונה געהאט, טאטע'לעך געווארן,און ער... זיצט און שימעלט אין תפיסה.
און די צייט וואס זיין יונגערע ברודער האט שוין חתונה געהאט, זיצט ער און שימעלט אין תפיסה.
אבער איין זאך איז יא דא אפילו אין תפיסה, מיט וואס ער קען זיך אויפהייבן פון זיין מצב, דאס איז די הייליגע תורה! כי הם חיינו! דער בחור האט א חברותא א יעדן טאג אין יאר און לערנט מיט א געשמאק! פארגעסנדיג אביסל פון זיין מצב, פון די גאנמע ארים און ארים, פון זיין עבר הווה ועתיד.
יעצט צום דריטן יאר טאג פון ווען ער איז געווארן פון די יושבי חושך וצלמות (כפשוטו, נישט מיט ק"ש פשט 😃 ) האבן די חברים זיינע אים געוואלט אביסל אויפלעבן, זענען זיי אויפגעקומען מיט א המצאה, היות ער ענדיגט יעצט מסכת שבת גפ"ת ומהרש"א, וועט מען מאכן א גאנצן עסק דערפון, מ'עט מאכן א גרויסע סעודת מצוה, מיט רבנים דיינים ובעלי דרשנים חברים וידידים, און האפענטליך וועט עס אריינבלאזן אין אים אביסל כח פאר די קומענדע יארן.
אזוי איז טאקע געווען, עס איז פארגעקומען די מסיבת סיום בפארה והדרה, (דאס צו באשרייבן פעלט אויס א באזונדערע לענגערע תגובה, ועוד חזון..).
און אלס די טשערי אן טאפ, האט מען אריינגעלייגט אן עד לכבוד זיין שמחה.
דא האט מען זיך שוין אויף וואס ארויף צי כאפן!!
כנהוג בזמנינו שרייבט מען אויף יעדעם אלע מינע מעלות און טיטלן, האט מען אויך דא ביי אים זיך געלאזט וואוילגיין און אים באטיטל'ט מיט כל הבא לידי הכותב, איין ביטערען טעות האבן זיי געמאכט! ס'איז זיי ארויס פון קאפ אז אויף קאווע שטיבל זענען דא תמימות'דיגע אינגערלייט, וואס וועלן מיינען אז יעדע ווארט אין די עד איז אמת, און ליידער.......... מיינען אז מ'דארף פארברענען מענטשן.. והא ראיה, און בחצר הקודש האט מען אויסגערימט דעם אנצינדער!!

דו האסט נישט גוט אפגעטייטשט דעם מקדש שם שמים און דו האסט די וועלטס טענות
מבקר זייער גוט געשריבען יעדע ווארט אמת ער איז אלעמאל געווען ערליך און פיין נאר א בחור איז פארט א בחור
ס'קומט אמאל צייטן וואס מענטשן ווערן אזוי פארהארטעוועט וועגן זייער אזשענדע אז נעשין כרשעים ממש
איינער קען מיר זאגן וואס מ'וויל פון דעם אומשולדיגן שעפעלע ? אנבעליוועבעל
ער איז געווען א יונג בחור ער האט געטון א ווילדע זאך וואס ס'איז שוין ליידער געטון געווארן ביי כלל ישראל אן זי קאנסעקווענצן ער האט עס געטון מכלומרשט אלס מצוה ער האט שוין 70000000 מאל חרטה וואס ווילסטו פון אים נישט צו פארשטיין ?????..?

@מבקר, דער בחור אליין קומט נישט אריין אין דעם שמועס. איך פערזענליך האב א שטארקע סימפאטיע צו אים, נעמענדיג אין באטראכט זיין עלטער און סביבה בשעת ווען ער האט געטון דעם פארברעכן. די רעדע איז אויך נישט וועגן דעם שיינעם עד וואס מ'האט אריינגעלייגט, וואס דאס קומט זיך אים זיכער. די איינע זאך וואס רופט ארויס די רויטע לעמפלעך איז דער טיטל "מקדשי שם שמים מופלאים" וואס איז גארנישט תמימות'דיג.
דער שמועס האט נישט קיין שייכות מיט אנטי-סיסטעם, ווייל איך בין בדרך כלל נישט קיין חסיד פון זיך ווייקן אין די פראבלעמען פון אונזער אייגענעם חינוך (כאטש איך בין מסכים אז קריטיק דארף זיין, פעלט אבער אויס צו קענען גיין ווייטער פאראויס אין לעבן). אבער דאס וואס מיר רעדן יעצט איז עפעס אנדערש אינגאנצן. מיר רעדן וועגן אן אפיציעל-געדרוקטן וואונטש וואס לעגיטימירט פארברעכנס וואס ווערן באטראכט אין דער גאנצער וועלט אלס דאס ערגסטע (חוץ ביי איסלאמישע עקסטרעמיסטן). צו דערפילן א שמעק דערפון ביי אונז אינדערהיים מוז אונז אויפטרייסלען און מ'מוז עס פארדאמען מיט דער גרעסטער שארפקייט. מ'טאר נישט פרובירן עס צו פארווישן, ווייל ס'איז רציחה.
איך האף למעשה אז דער עד זאל באקומען דעם נויטיגן פרסום. דאס איז א קריטיש-וויכטיגער דאקומענט.

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
וואס מיינען ענק, דער נעקסטער בחור וואס וועט וועלען טוהן אזא פאסקודנע מעשה וועט נישט טראכטען אפאר מאל? נו, זעסט דאך אז מ'קען זיך איינהאלטען, אפילו זייענדיג א בחור. אויב אזוי איז דער טורמע ערליך פארדינט, און מ'דארף קיין סאך רחמנות נישט האבען.
איך פרעג נאר, ס'איז טאקע אזוי? אין טורמע האט ער זיך געטראפען מיט אנדערע און געזען וואס פארא וועלט אין וואס ער לעבט? אדער ארבעט דער סקווערער סיסטעם אווערטיים איהם צו האלטען אינ'ם באקס, כדי שלא יפתח את פיו רח''ל.

אויב איינער האט א ספק וואס שאולי האלט היינט, זאל ער זיך מטריח זיין, אן עהם גיין באזוכן, און אלע וועט איר הערן קליפ און קלאר אז ער איז א שטאלץ פאר סקווירא.
נאך אביסל, הפענטליך נאך שנעלער, וועט ער ארויסקומען, און ס'וועט נאך זיין בעסער פון בעסער, ער האט געמאכט א גוד דזשאב, און די איבריגע סוררים זענען נעלם, און די פארבליבענע שטיל און פארשטעקט אין זייערע זויער לעכער.
איין זאך שטייט נישט אין 'בחצר', גיי ווייס פארוואס. אז ס'געווען א הוק'אפ פון תפיסה, ווי ער האט גערעדט צו זיינע חברים און אלע אמת'ע חסידים, זיך צו האלטן פעסט און זיך נישט שרעקן פון די ערב רב וואס זענען פארהאנען בכל דור ודור.

יא יא די ערב רב....
זאג מיר זענט עטץ נארמאל?
זאג מיר זענט עטץ נארמאל?
מנשה לוסטיגאיין זאך שטייט נישט אין 'בחצר', גיי ווייס פארוואס. אז ס'געווען א הוק'אפ פון תפיסה, ווי ער האט גערעדט צו זיינע חברים און אלע אמת'ע חסידים, זיך צו האלטן פעסט און זיך נישט שרעקן פון די ערב רב וואס זענען פארהאנען בכל דור ודור.
שקר, שקר, שקר! אבי גערעדט!! האפסט אז קיינער וועט נישט דערציילען די אמת? ס'איז דיך נישט געלונגען.
ער האט זיך זייער שיין באדאנקט פאר אלע וואס האפן, טוהן, און בעטן, פאר אים.
נאך איין זאך וואס ער'ט געזאגט, און ציייקט אויף געזונטע כאראקטער, ער'ט געוואונטשען א ווארימע מזל טוב פאר זיין יונגערע ברודער וואס איז יענע טאג א חתן געווארן.
דאס און נאר דאס איז געווען וואס ער'ט גערעדט!
דער בחור אליין איז אפשר נארמאל געווארן אין תפיסה און אפשר נישט, אבער די אלע תמימות'דיגע בחורים'לעך וואס ליינען די עד און זעהען ווי אזוי עס טייטשט זיך לקדש שם שמים זיי זענען זיכער א בכיה לדורות, א"מ חמול על עוללינו וכו'.