זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
793 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #392
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נאר איין הערה'לע. וואס איז דער נ''מ וואס וואלט געשעהן אינדערהיים? אז מ'טאר נישט, אז ער איז נישט דער מוסר פון די תורה (ווייל יענער מסירה מיינט מיט א חשש מיתה, כמובן לכל מי שיש לו מוח בקדקדו) איז דאס פולקאמער רציחה.
מנשה האלט אין איין סטראשען אונז צו זאגען וואס און ווען, אבער למעשה אפילו זיין דמיון האט נישט אפירגעברענגט קיין איין מעשה וואס קען צולאזען אזא פסק.
אילו לא ניתנה חופש הדיבור בקאווע שטיבל אלא שנוכל לשמוע מפי מנשה את דעת סקווירא האמיתית דיינו.
איך בין נישט דעת סקווירא, איך בין איך אליינס, דער וואס האט נישט די טיפשות'דיגע דאגה, אז מ'וועט וויסן אז ער שרייבט דא.
איזהו חכם הרואה את הנולד, יעדער קען מאכן א טעות, אבער דערווייל ווי גרויס א טעות זאל זיין, - אויב ס'איז בכלל א טעות - איז עס דאך נישט אזא פאטאלע טעות, דעם שטייגער וויאזוי מ'באהאנדעלט מצבים ביי אונז, און ס'דערווייל יצא הפסדו בשכרו, סקווירא איז היבש צעפרידן וויאזוי זאכן האבן זיך אנטוויקעלט.
אבי מ'בארעדט אייסיס... נישט דא ווער זאל לאכן.
איך הער אז הקדוש שאולי שפיצער ני''ו, מאכט טאקע א גרויסע קידוש השם אין טורמע, און לערנט שעות אויף שעות, שרייבט חידושי תורה, און האלט קאנטאקט מיט אלע אקטיוויטעטן וואס גייט פאר אינערהאלב דעם הייליגן הויף, און איז א חידוש ביי די טורמע פאליציאנטן, אלץ א גאר נאבעלע און קלוגע ארעסטאנט, וואס שוין עטליכע יאר, האט ער אפילו קיין איין מינדעסטע פראבלעם נישט געמאכט דארט.
און זיין שמייכל געבט לעבהאפט פאר אלע ארומיגע.
דאס איז נאר בכח וואס ער האט איינגעזאפט אלע יארן אין זיך, וואס העלפט א חסיד אין אלע אומשטענדן, זיך צו האלטן פעלזן פעסט אין מיטן הייליגן תורה.
סאו זאגסטו אז מען דארף גאר אהינשיקן נאך סקעווערערס צו די ווינדערליכע אינסטוציע?
און מצד שני, די גוטע אפעקט פונעם קלינ'אפ אין שטעטל איז זייער זעעבאר, אז צוביסלעך ווערט מען פטור פון אומגעוואונטשענע קרעץ, ווי דער פריערדע רבי הקדוש יעקב זצוק''ל האט געזאגט ביים בויען, מיין שטעטל איז ווי תיבת נח, ווער ס'וועט ניט דא באלאנגען וועט עס אויסשפייען בעל כרחו.
היסטאריע וועט פלאקערן אין פנים פאר די סקווערער חסידים אין הונדערט יאר ארום וועלכע וועלן פרובירן שרייען אז סקווירא האט נישט געשטיצט די רציחה און נישט glorified די מארד-פרואוו. געלויבט גאט אז מ'קען נישט פארמעקן תגובות אין ק"ש נאך אפאר טעג אזוי אז די גרויליגע, הימל-שרייענדע קאמאנטארן פון מנשה לוסטיג וועלן פאראייביגט ווערן דא לדראון ולחרפת עולם.
מנשה לוסטיגאיך הער אז הקדוש שאולי שפיצער ני''ו, מאכט טאקע א גרויסע קידוש השם אין טורמע, און לערנט שעות אויף שעות, שרייבט חידושי תורה,.
יעצט ווייס איך שוין וואס מיינט הקדוש ווען די שרייבסט עס אויף דיין רבי,
ווי איז די בחור געווארן א קדוש? די ווייסט וואס מיינט קדוש? איינער וואס ווינט ביי כתר הייסט קדוש?
דיין שרייבען דא מאכט מיר בויך וויי, כשעם זיך ביסט בכלל א איד
מנשה לוסטיגדאס איז נאר בכח וואס ער האט איינגעזאפט אלע יארן אין זיך, וואס העלפט א חסיד אין אלע אומשטענדן, זיך צו האלטן פעלזן פעסט אין מיטן הייליגן תורה.
די אמת איז אז ער ניצט די מעטאד פון innate health און דאס איז וואס גיבט אים די עיקר כח ווייטער אנציגיין
וואס פאסירט ווען ער דארף לערנען צו שרייבען א וויכטיגע חידוש, נאר אין הויף פאסירט עפעס וויכטיג? מי נדחה מפני מי? די אלע געוואלדיגע מצוות וואס ער טוט דארט, וואס די בא'אמטע האבען אין זייער לעבען נישט געזען, ווי א מענטש האלט מיט די נישטיגע פאסירונגען אין עפעס א פארם אין אפסטעי"ט איז טאקע צו באוואונדערען.
און דער קדוש יעקב (ווען האט מען געדרוקט דער ספר? ווי קען מען עס לערנען?) איז טאקע אויטך שולדיגט פאר דעם וואס מ'דארף אויסשפייען בכח יעדער וואס פאסט נישט אריין אין דער בלאטע? אדער איז דאס סתם אויסגעזויגען פון (מיטעלסטע?) פינגער?
ס'קומט א סורפרייז, וואס וועט דערפרייען די אנשי צורה און פארביטערן די אנשי חומר.
סטעי טונד!
מנשה לאמיר פארשטיין ס'הייסט אז שאולי איז געגאנגען בזדון אנצינדן די הויז און ער געוואלט שענקן מיתה כדת פאר א גאנצע משפחה וועגן זייער טאטנס עבירות ? דעמאלט איז ער טאקע א רוצח זאל ער טאקע יא פוילן אין תפיסה איך מיין ווער האט אים באשטעטיגט די חיוב מיתה ? א בי"ד אדער וואס ? אויב נישט איז ער א געהעריגע רוצח
אז דו ווילסט פון מיר א ריכטיגע ענטפער, וועסטו אבער עס באקומען מיט אסאך איבעראשונג, און זייער מעגליך אז זיצנדיג דא צווישן פארביסענע סקעפטיגער אין מלכות שמים, וועט עס מעגליך אפילו נישט נתקבל ווערן על ליבך.
דאך, בין איך גרייט זיך אנשטרענגן און מיט דעטאלן דיר פארציילן א תשובה אויף אלע 'נארמאלע' פראגעס.
הנני מוכן ומזומן לשמוע דברים כדרבונות
מנשה סטראשעט שוין יארען אונז אויסצוזאגען דער 'סוד' פון דער מעשה. ער גייט אונז זאגען פארוואס דער ויבחר בדוד עבדו (מאלר עלות הביאו?) איז צדיק הדור, פארוואס חסידות איז נישט נשתכחה וכו'. האלט נאר נישט דער אטעם, ווייל ס'קען זיך נאך זוימען א שטיק צייט.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
גאנצלהנני מוכן ומזומן לשמוע דברים כדרבונות
גאנצלהנני מוכן ומזומן לשמוע דברים כדרבונות
גאנצלהנני מוכן ומזומן לשמוע דברים כדרבונות
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ענק האלטען טאקע אז ער האט געוואלט פארברענען א גאנצע משפחה!!!????
itsnotmeענק האלטען טאקע אז ער האט געוואלט פארברענען א גאנצע משפחה!!!????
זיכער נישט נאר דער גאנצע שטעטל
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ערענסט גערעט ווען ער ווייסט פריער אז איינער גייט געשעדיקט ווערען וואלט ער עס געטיען!!!! איז דא איינער דא וואס האלט אזוי????
כ'וויל איינמאל פאר אלעמאל אראפשרייבן דעם אמת'ע געשעעניש, כאטש לעת עתה איז עס שווער צו הערן, און אויך אז לעת עתה מוז איך אויסלאזן פרטים אינעם אינצידענט - צוליב לשון הרע ורכילות, וואס איך פאס אויף שטארק.
אבער איך גיי עס בעזרת השם שרייבן באלד, למען יעמדו ימים רבים, למען האמת שלא יהא נעדרת.
יא, יא. דו גייסט, דו וועסט, דו פלאנסט. TOT ביז איך זעה עס נישט, גלייב איך עס נישט.
איך בין נישט קיין סקווערער וואס בויט גלויבונגען לויט'ן נויט, און דערנאך רופט עס אן 'אמונת צדיקים' און דער וואס טוט עס נישט קומט טויטע קללות.
itsnotmeענק האלטען טאקע אז ער האט געוואלט פארברענען א גאנצע משפחה!!!????
זו הוא דברי מנשה
א בפירושער בחצר הקודש
מפי כ''ק אדמו''ר מראכמסיטריבקא זצ''ל מירושלים
לא מצאתי בדור הזה יהודי עם כל כך הרבה אהבת ישראל כמו הרבי מסקווירא...
יא יא קלארע ווערטער דארף מען שוין נישט רעדן.............
📎 בחצר הקודש.PNG
[ציטאט אראפגענומען]
איך קען דיר ענטפערן אלעס, איך דארף צוענדיגן קודם וויכטיגערע זאכן. און בכלל, קענסטו - און ווער ס'וויל, איבערלאזן א פריוואטע הודעה, אויב איר ווילט נישט אין פאבליק, און כ'וועל ענטפערן ווען ס'וועט אביסל פריי ווערן צייט. איך דארף כאפן דעם אטעם פון אסאך האום ווארק
מנשה לוסטיגאיך דארף כאפן דעם אטעם פון אסאך האום ווארק
😂
מנשה לוסטיגאבער מנשה איז דאך נישט קיין פרעמדער אין די ריקארדען וועלט
איז דא נאך איינער וואס כאפט די איראניע?
בעזרת השם יתברך, וויל איך דא פארציילן די אמת'ע געשעעניש, וואס האט פאסירט יענע מוצאי שבת, ל''ג בעומר תשע''א, אינעם שטעטל סקווירא עיר הקודש.
וויבאלד ס'דא זייער אסאך צו שרייבן, אויב מ'וויל ארויסשרייבן יעדע חלק פונעם השתלשלות, וויאזוי אלעס איז אנגעקומען ביז צו יענע אינצידענט, און די נאכפאלגן אינערהאלב דעם שטעטל גופא, וועל איך צו ערשט נאר פארציילן די עצם געשעעניש, במציאות וואס עס איז געשען, און קען זיין שפעטער וועל איך ממשיך זיין מיט די ארומיגע פאקטן, וויפיל כ'וועל קענען פארציילן, און נישט גורם זיין קיין גילוי שמות, אדער סתם לשון הרע אדער רכילות.
ובזה החלי.
מוצאי שבת קודש, ס'איז ל''ג בעומר, און ס'קומען פאר אומאפציעל, עטליכע בחורישע פייערלעך דא און דארט, אינעם שטעטל.
ס'געווען א שמועס דורכן שבת, אז אום ל''ג בעומר ווען בחורים מאכן אלץ אן רשות פייערלעך, זאל איינער אויך מאכן א פייער אויף ראטנבערגס פארטש. אבער קיינער האט עס נישט געוואלט אויספירן למעשה, און וואס א שעה שפעטער איז געווארן שטיל.
איז געווען א בחור שאול יחזקאל שפיטצער – וואס פלעגט דעמאלט שלאפן אין א שטוב אונטן, נעבן די קאווע צימער אינעם רבינס הויף. ער איז גראדע געווען א מתמיד, וואס איז דאן געווארן אכצן יאר, און האט איבערגענומען די שלאף שטוב אוואו בחורים פלעגן אלץ שלאפן, אלץ עפעס א ענין, נאך פונעם אלטן רבי'ן, ס'זאל שלאפן נאך מענטשן אינעם זעלבן בנין.
דער בחור איז געווען פונקט אויפן גאס, און באמערקט דעם ראטענבערג אהיימגיין מיט זיין משפחה, פון זיין שוואגערס הויז, שמח וטוב לב.
האט עס עהם זייער געשטערט, אז קיינער דערוואגט זיך נישט עהם צו דערלאנגן א פארציע, און אפילו די איינגערעדטע שמועס אז מ'גייט מאכן א פייער אויף זיין פארטש איז געבליבן א חלום, האט ער אפגעמאכט אז ער גייט עס טון.
אבער ער האט דאך קיינמאל נישט געפאטשקעט מיט די קנאות מעשיות ביז דאן, האט ער געבעטן א חבר פון דארמעטארי זאל עס טון, אבער דער חבר האט געזאגט, קודם לייג דו אהין אויפן פארטש א נאסע שמאטע מיט געז, און איך וועל עס אנצינדן.
שאולי איז פון נאטור אויס, זייער א פלינקער, און אומר ועושה, שאולי טראכט נישט לאנג, און הייבט אן זוכן א שמאטע, ער גייט אראפ אין רבי'נס קאך, און זוכט אויף די גענעראטאר וואס ארבעט אויף געז, און גיסט אריין א פלעסטיג בעג וויפיל ס'גייט, און טונקט איין א האנטוך דערין, און געגאנגען.
דאס האט ער נישט געוואוסט, אז ראטענבערג האט געשמעקט אז מ'קוקט עהם נאך ווי ער גייט אהיים, און האט פארדעכטיגט אז עפעס גייט געשען.
אבער מעשה שהיה האט דער בחור זיך אריינגעשלייכט אינעם קליינעם וועלדעלע וואס טיילט אפ צווישן דעם שוהל הויף, און אונטער די הויז פון ר' הערש מיילעך האלבערשטאם שליט''א, וואס א הויז נאכדעם איז ראטענבערגס הויז.
ווי נאר ער איז אריין אינעם טונקעלע וואלד, איז עהם באפאלן איינער, און עהם אראפגעשליידערט אויפן ערד.
ער שפירט ווי יענער זעצט זיך ארויף אויף עהם, און צינד אן א ציגארעט לייטער, און פראבירט עהם אפברענען די פינגער, ער זאל ריליסען זיין הענט פון די בעקיטשע איבערן פנים.
ער האט נישט געקענט אנטלויפן, האט ער איבערגעדעקט זיין פנים מיטן בעקיטשע זיינע, אבער יענער הייבט עהם אן דערווערגן ביים האלדז, און ער ראנגעלט זיך מיט יענעם – וואס איז אסאך שטערקער פון עהם.
יענער כאפט עהם אן ביים גענאק, און הייבט אן שטויסן אין בויך, האט שאולי זיך אנגעהויבן ראנגלען מיט עהם, און אזוי האט זיך אויסגעגאסן די געז אויף ביידע,
שאולי האט מיר פארציילט, אז דעמאלטס האט ער געכאפט אז ס'איז ראטענבערג אליינס, ווי ער שטייט דארט מיט זיין בלויזע נאכט העמד, און צינד אן נאכאמאל און נאכאמאל דעם ציגארעט לייטער.
האט שאולי געגעבן א שריי, איך האב דא א בעג מיט געז, ס'קען אויפ'פלאמען אויף אונז ביידע!
און כרגע כמימרא, זענען ביידע געווען אין פלאמען!
ראטענבערג האט אנגעהויבן אנטלויפן אהיים, און שאולי האט זיך אנגעהויבן קוילערן אויפן ערד, ביז ער איז פארלאשן געווארן.
ער איז אריינגעלאפן אין שול, איבערגעטאנצן א וואנט וואס איז ביים בור השקה פונעם מקוה, און אריינגעטאנצן אין וואסער.
אבער ס'געווען אויסגעמישט מיט בליטש, האבן זיך זיינע בראנד וואונדן אנגעהויבן שיילן, איז ער פלינק ארויפגעלאפן, און זיך גענומען לויפן צו משפחת פאל, וואס געבט זיך אפ מיט בראנד וואונדן, ער האט שטארק געהאקט אויפן טיר, יענער האט געעפענט און שנעל אנגעהויבן באהאנדלען די וואונדן, אבער ס'געווען צו שטארקע וואונדן, האט מען גערופן הצלה.
די הצלה איז שוין דעמאלס געווען ביי ראטנבערגס הויז, וואס איז געזעצן אויף זיינע טרעפן אינדרויסן, און זיין ווייב און קינדער, וואס זענען געשטאנען א גאנצע צייט ביים פענסטער, און מיטגעהאלטן די גאנצע געפעכט, האט זיך גענומען שרייען, כ'דארף נישט די סקווערע הצלה'ס טובות.
נישט גענוג, ער האט זיך נישט אראפגעווארפן אויפן ערד, צו פארלעשן די פייער פון זיינע קאטענע נאכט בגדים, ביז זיין זון דער בחור האט עהם געבעטן לייג דיך אראפ אויפן ערד, האט ער אפילו נישט פארלאשן די פונקן פון זיין בארד, וואס איז געווען א חידוש אויף עהם זיך אויפצופירן אזוי, ווען ער איז געווען באקאנט אלץ נישט אזא טיפש, צו פארנאכלעסיגן וואס איז וויכטיג.
למעשה איז איינער פון די הצלה מעמבערס צוגעלאפן צו עהם, און אנגעהויבן שרייען, זיי נישט קיין נער יעצט, די וואונדן קענען ווערן א סכנה, דו מוזט גיין אין שפיטאל.
האט ראטנבערג געזאגט, לויף צו דעם שפיצער בחור, איך מיין אז ער פלאקערט דארט ערגעץ אין וואלד – מער ווי מיר.
ווען מ'האט אין שפיטאל עהם אנגעהויבן באהאנדלען, האט מען ארויפגעלייגט א ספעציעלע דעקע פון לעדער, וואס האלט קיל די קערפער, אז די פיבער וואס די וואונדען זענען גורם זאלן זיך האלטן סטאביל, אבער סך הכל איז ער געווען נאר אפגעבריעט אויפן טשעסט, קליינע וואונדן אויפן האנט, און א חלק בארד.
ווען שאולי איז געווען אפגעברענט די גאנצע רעכטע האנט, און איז פארבליבן ביז צוויי וואכן אין שפיטאל.
אינעם פרימארגן, האבן זיך אויפגעוועקט די גאנצע קליקע, און אנגעהויבן אויסקאכן דעם סקאנדאל. קודם זענען זיי געגאנגען אין שפיטאל, און געמאכט בילדער פון ראטנבערג מיט די לעדער דעקע איבער זיין קערפער, וואס קוקט אויס ווי ער איז אפגעברענט א האלבע קערפער, אבער דאס איז דאך געווען א שקר.
אמת, אז יעדע קליינע בראנד וואונד קען ארויפהייבן די פיבער, אבער על פי דרך הטבע, איינער וואס איז אפגעברענט אזויווי מ'האט עהם געזען אויף די בילדער, וואס זיי האבן פארשפרייט, איז נישט מעגליך יענער זאל נאך גיין אויף די פוס אמאל, און ראטנבערג איז שוין געווען אויפן מידיע עטליכע טעג נאך דעם, מיט א פולע מוסר דרשה..
דאס איז די עצם מעשה, וואס איך האב שוין געוואוסט גאנץ אנהייב, אבער אלץ גוטע ידיד פאר שאולי, וואס האט מיר געבעטן זייער שטארק אנהייב שוין, כ'זאל נישט זאגן די אמת'ע פאקטן פאר קיינעם, ווייל זיין משפחה האט געבעטן, ער זאל נישט עפענען די מויל.
איך בין נבהל ונשתומם געווארן, אז א בחור, וואס האט געהאט די מעגליכקייט צו עפענען א מויל, און פארציילן זאכן אויף ראטנבערג, פון יארן פארדעם מיט עהם, וואלט ער בלי ספק עהם געלייגט אין חד גדיא, האט פארמאכט די מויל, און געזאגט, איך בין נישט קיין מסור!
שאולי איז געווען אין שפיטאל צוויי וואכן... וועמען ווילסטו איינרעדן די באבקעס?
מנשה איך הער איך קען גארנישט אפפרעגן איך בין דאך נישט געוועהן דארט
אבער איין זאך יא פארוואס זאל איך גלייבן דיין ווערסיע אין די מעשה ווען יעדע ווייסט דער אנדערע ווערסיע..
דארפסט ברענגן קלארע הוכחות אויף דעם דאן וועל איך קענען גלייבן ..
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
ווילסט נאך הוכחות? דער מקדש שם שמים האט אזוי געזאגט, נישט פאר'ן ריכטער וואס קען איהם אוועקלייגען, נאר פאר לוסטיג'ן!
און מאכען א פייער אויף זיין פארטש מיינט פארברענען זיין הויז, make no mistake אפילו לפי הודאתו איז ער א חשוד אויף רציחה, דער מתמיד דיינער.
אויפקלערונג, איך בין נישטא געקומען מיטן שרייבן דעם אמת'ע ווערסיע, צו איבערצייגן מיינע ווערטער, נאר צו זאגן איינמאל פאר אלעמאל די אמת אין קורצן.
ווער ס'וויל באמת פארשטיין זאכן, קען מיר פרעגן אין פריוואט, צו אפילו דא. וועל איך ענטפערן נארמאל, אבער אויף זיך צו שטעכן און פייטן, האב איך עס נישט געשריבן, ווייל דאס טוה איך שוין א גאנצע צייט, און כ'קען ווייטער..
אויף א ערנסטע פראגע און ענטפער, איז א אנדערע וועג פון רעדן, סיי פונעם שואל סיי פונעם משיב. פארשטאנען? איך ווער נישט נתפעל פון סתם פראקערס דא. I'm used to it
צדיק נסתרשאולי איז געווען אין שפיטאל צוויי וואכן... וועמען ווילסטו איינרעדן די באבקעס?
דאס איז א מציאות, ער איז געווען צוויי א האלב וואכן אין שפיטאל, און ווען ער איז אהיימגעקומען פון שפיטאל האט ער אנגעהויבן הערשט הערן וואס א וועלט דרייעט זיך אלץ איבער.
און אז איר וועט עהם גיין באזוכן אין טורמע, וועט איר זען זיינע בראנד וואונדן אויף די האנט, אז ס'וועט אייך ווערן קאלט און הייס, אויב איר עקלט זיך פון וואונדן..
מנשה, נאך ווי לאנג האט ער צו זיצן?
צוויי א האלב יאר
מנשה. איז דא (אדער געווען) CCTV פון סיי וועלכע חלק געשעניש וואו מ׳קען זעהן האמת עם מי?
#שלא_לשם_פראקעניש
מנשה, ביסט אים שוין אמאל געווען באזוכן אין תפיסה?
פארוואס איז ליטואק שטיל ווען מהארגעט זיך און פאנעועש
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=49123">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=49123</a>
אז דו מיינסט מיר, ווער זאגט דיר איך בין שטיל? אין דער שטיבעל רעדט מען ווייניג דערפון, ווייל ס'איז א חסידיש'ע קרעטשמע, אבער צווישען מיין חברים וועסטו נאך הערען.
ס'קרענקט טאקע אז אן איידעלע פאלק, וואס זוכט צו לעבען שטיל און זיך צו בא,ארבעטען, איז פארוואנדעלט געווארען אין א באנדע נצחנים און שלעגער'ס. ביזדערווייל האט עס נאך נישט קיין גרויסע שטיצונג פון די מנהיגים, וואס איז א הצלה פורתא, אבער טויגען טויג עס נישט. דער פראבלעם פון דער שלעגעריי איז נישט אזוי פיל דער פיין וואס דער געשלאגטע באקומט, נאר דער נידריגקייט וואס ווערט ערוועקט ביים שלאגער. דער מנהיג פונ'ם שלעגער'ס דארף זיין מער פארזארגט ווי דער פון די געשלאגענע.
און איך ווייס פארוואס דו ברענגסט נאר די שלעגעריי פון איין צד. ביידע צדדים שלאגען און שמייסען יעדער פאר מאנאטען, און אמאל געווינט דער און אמאל יענער.
לינק צו דיינע ווערטער, א דאנק.
דו רעדסט פון דע רמחלוקת, איך רעד פון די שלעגעריי. בחיי הרב שך איז ווייניג געווען שלעגעריי. מ'האט געוואוסט אז ס'מג נישט זיין, און דער צד וואס האט עס געטוהן וואלט זיך געשעמ'ט דערפון. היינט איז געווארען אסאך ערגער, ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם און מ'פיהרט זיך אויף ווי אראבער רח"ל.
יין שרףמנשה. איז דא (אדער געווען) CCTV פון סיי וועלכע חלק געשעניש וואו מ׳קען זעהן האמת עם מי?
#שלא_לשם_פראקעניש
ס'נישטא קיין CCTV פונעם געראנגעל, אבער ס'דא לעבעדיגע עדות, ר' הערש מיילעך האלבערשטאם האט עס געזען פאסירן נעבן דעם טישן זאל און זיין הויז, בכלל נישט ביי ראטנבערגס הויז, און והא ראיה, אז ראטנבערג האט געהאט אריינגעלייגט CCTV ביי זיין הויז, און מ'זעט דארט נאר ווי ראטנבערג לויפט צום וועלדל, און נאכדעם צוריק, ווייל נעבן זיין הויז, איז גארנישט געווען.
נאכמער, די פארברענטע שמאטע איז נאך דארט געליגן נעבן די טישן זאל, ביז דריי וואכן, ווען שאולי איז אהיימגעקומען פון שפיטאל, און זיין לויער האט געוואלט זען ווי עס האט פאסירט, האט שאולי עהם געשלעפט צום טישן זאל, און פלוצלינג געטראפן דעם שמאטע נאך ליגן דארט, אין די צייט וואס די פאליס האט געמאכט די אינוועסטיגעישען די לעצטע וואכן ארום און ארום און ארום ראטנבערגס הויז, און פארשטייט זיך גארנישט דערטאפט.
סאו זאגסטו אז דער ריכטער איז סתם א ברעסלעווער?
און איך בין דיזי
למעשה עפעס איז טאקע אביסל ראנג מיט די סטארי ווי סיי ווער דערציילט עס. מיר איז אלץ שווער געווען וויאזוי פון א שמאטע געווייקט אין געזאלין האט אויסגעבראכן א פייער. חיים אהרן האט שוין דאן געקעקעצט איבער דעם און געזאגט פאר די מידיאו אז "ער האט עס פארלוירענעהייט געווארפן און פנים און עס האט אויפגעפלאקערט"... איך האב דעמאלס נאך געפרעגט א ריפארטער פון LOHUD.COM וויזאוי עס האט אויפגעפלאמט האט ער גענפערט כ'ווייס נישט און געווען זייער פארנעפעלט.
בקיצור זאגסטו מנשה אז ער האט עס געטון בזדון אבער ער איז געווען איבערגעאיילט איא ?
גאנצלבקיצור זאגסטו מנשה אז ער האט עס געטון בזדון אבער ער איז געווען איבערגעאיילט איא ?
נישט ריכטיג פארשטאנען,
די עיקר וואס מנשה דערציילט איז אז שאולי האט נישט אינטערגעצונדן קיין מענטש, נאר פארקערט ער'ז געווארן אינטערגעצונדן!
מנשה, האסט אויסגעלאזט צו פארציילן אז ראטענבערג איז בכלל דער וואס איז געקומען צו שפיטצער'ס הויז כדי אונטערצוצינדן שאולי'ס פינגער.