☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:20 pm

· #146182
למדן
א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן

ברענט שוין ווייטער דארט

petergrifin » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 2:44 pm

· #153778
ברעקינג ניוס-שיסעריי אין די קעפיטאל
<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/190489/DEVELOPING:+SHOTS+FIRED+AT+US+CAPITAL.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... PITAL.html</a>

petergrifin » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 2:49 pm

· #153781
@שעפטל די ארבייטס פאר די פעדס? ווי ביזטו כעל די געבן א לייק אבער קום שוין

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 4:03 pm

· #153795
כ'בין דא

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 4:37 pm

· #153797
ביסט נישט אין די קעפיטעל? עפעס א שיסעריי איז פארגעקומען דארטן.

petergrifin » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 7:23 pm

· #153846
די לייק איז פאר א שטופ פאראויס

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 7:27 pm

· #153847
נישט פאראויס, נאר "פראנויס". דער אויסלייג האט א באזונדערן חן און איז מער פאסיג פאר דעם אלטן קראכער אינעם אוואטאר....

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 8:34 pm

· #153859
אז מען רעדט שוין... שעפטל ווי איז פארשוואונדן געווארן די הומאריסטישע נייעסלעך פון ניו גערסי וועלכע פלעגט טעגליך אויפשמייכלען מיינע לעפצן? מיר בענקען!

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:17 pm

· #176589
שמעקעדיג
די FAA אוויאציע אגענטור האט פארארדענט אז מען זאל דערווייל נישט נוצן דעם נייעם באואינג 787 "דרימליינער" עראפלאן, נאכדעם וואס עטליכע פייערן האבן אויסגעבראכן ביי די בעטעריס אונטערן קאקפיט פונעם פילאט.
די פייערן זענען אונטער אויספארשונג, און די באאמטע האפן אויפצוקומען מיט א סאלושען ווי אמשנעלסטן, כדי צו קענען ווייטער פליען מיט דעם באליבטן (ביי די עירליינס) עראפלאן.


ווידעראמאל איז ארויסגעקומען רויך פון דעם באטערי פון דעם 787 אין טאקיא, און דער עראפלאן בלייבט דערווייל געשטראנדעט.

<a class="postlink" href="http://money.msn.com/business-news/article.aspx?feed=OBR&date=20140115&id=17260548">http://money.msn.com/business-news/arti ... d=17260548</a>

מ גפני » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:56 pm

· #184860
Thruway south between exit 16-15 is closed due to a accident

דער (פינטעל) איד » פרייטאג פעברואר 21, 2014 2:34 am

· #185379
א 5 מאנאטיגער קינד האט אויפגעהערט אטעמען און שוין געווען קאליר בלוי אויף א מיאמי הייוועי, א מומע האט געמאכט סי פי אר, א מיאמי העראלד פאטאדזשורנאליסט איז פונקט דארכגעפארן דארט און געלאפן זוכן עמערדזשענסי פערסאנעל, אין דער זעלבער צייט האט ער זיכער אויך געמוזט נעמען בילדער. דאס קינד האט מען געיאגט צום שפיטאל. דאס קינד איז אקעי

9653198.jpg

דער (פינטעל) איד » פרייטאג פעברואר 21, 2014 2:54 am

· #185380
Pound Bomb (500 lbs) Dropped on U.S. Soldiers By Mistake
Published on Feb 18, 2014

Paktika Province, Afghanistan - After spotting Taliban forces on a distant ridge line, U.S. Army mortar teams engage with 60mm mortars. A simultaneous airstrike is called in which accidentally drops a 500 pound bomb on a U.S. Army infantry outpost, mistaking the position for Taliban fighters.

Luckily there were no friendly casualties in this rare incident, due to the First Sergeant's decision to bring everyone to "stand to" before the drop. It is still unclear what caused the pilot to target the wrong position.

"If it wasn't for the decision of our First Sergeant, three of our guys would have died in that wooden building which was shredded by shrapnel."


שמעקעדיג » מיטוואך מאי 14, 2014 4:28 pm

· #200495
א שרעקליכע אונטערערדישע מינע אויפרייס האט פאסירט אין טערקיי, מען האלט שוין ביי 274 טויטע רח"ל און איבער 100 פעלן נאך!
787 מענטשן זענען געווען אינעם גרוב בשעת די עקספלאזיציע, איבער האלב (363) איז געלונגען צו ראטעווען.
אין אינסטאמבול טוט זיך מיט פראטעסטן אקעגן זייער פריים מיניסטער... דער עולם דארט איז געפערליך אויפגערעגט... די ראיאטן פאליציי ארבעטן שווער.

.
📎 פראטעסטן מיט ראיאט פאליציי.jpg 📎 א פרוי פאלט צאם.jpg 📎 א געראטעוועטער 2.jpg 📎 א געראטעוועטער.jpg 📎 די טראגעדיע.JPG

סאשי פיש » מיטוואך מאי 14, 2014 7:26 pm

· #200535
און אנדערע נייעס פון טערקיי האט דער פרעמיער מינאסטאר אליין געשטויסען א פראטיסטירער...!!!!
image.jpg

יין שרף » מיטוואך מאי 14, 2014 7:33 pm

· #200541
wow! און קוק נאך ווי די שטויס איז געלונגען...!

סאשי פיש » דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:29 pm

· #201832
נאך א בילד פון טערקיי, מען זעט די קויל ווי עס פליט!
image.jpg

קינד_אן_קייט » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 4:59 pm

· #231994
ווירדזשין׳ס ספעיס שיף האט געקראכט ביי א טעסט מיסיע אומברעגנדיג איין פילאט און מעגליך גאר דעם גאנצ׳ן ״טוריסטן צום חלל״ חלום:

1 Dead, 1 Injured In Virgin Galactic Spacecraft Crash
Virgin Galactic spaceship crashes during California test flight



דאס איז שוין באמת ווייטאגליך, א שווערע וואך פאר ספעיס עקספלארער׳ס.

ישמעאל הכהן » מוצ"ש מאי 30, 2015 11:34 pm

· #279144
וויצע פרעזידענט ביידענס זון איז געשטארבן פון מח יענע מעשה

שמעקעדיג » זונטאג מאי 31, 2015 6:38 am

· #279225
דזשאן קערי אין שפיטאל נאך א ביציקל עקסידענט אין שווייץ.

פלעין יודיש » זונטאג מאי 31, 2015 7:46 am

· #279227
.

ידען » זונטאג מאי 31, 2015 8:30 am

· #279228
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
.

סאשי פיש » זונטאג מאי 31, 2015 10:56 am

· #279248
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
שקויעך כוכב פארן האלטען די פלאץ אויף א הויכע ניווא

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:18 am

· #299295
איבעראל זעה איך בילדער פון refugees
אין בודאפעסט פירט מען מענטשן אויף באנען.
וואס גייט פאר?

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 9:10 am

· #299305
קאווע טרינקער
איבעראל זעה איך בילדער פון refugees
אין בודאפעסט פירט מען מענטשן אויף באנען.
וואס גייט פאר?


יא ליידער! שרעקליכע בילדער!!!

<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-3220673/All-aboard-migrant-express-Germany-Chaos-Budapest-police-reopen-station-following-two-day-stand-hundreds-immediately-swarm-trains.html">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... rains.html</a>

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 9:17 am

· #299306
וואס גייט פאר?

פלעין יודיש » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 10:01 am

· #299496
קען איינער קלאר אראפלייגען וואס דארט גייט אצינד פאר?

petergrifin » זונטאג פעברואר 7, 2016 2:45 am

· #320460
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
שווערע אנטי איסלאם-אימיגראנטן פראטעסטן און ריאטס האבן אויס געבראכען אין אייראפע ווי אויך אין אוסטראליע.
<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-3435093/A-world-divided-Violent-clashes-break-globe-thousands-streets-anti-Islam-protests-organised-far-right-group-PEGIDA.html">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... EGIDA.html</a>

פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 23, 2016 9:52 am

· #322386

טעלעגראם - די גרעסטע קאמפעטעטער פאר וואטסעפפ - יצא לאור עולם פאר צוויי א האלב יאר צוריק. וואטסעפפ האט נישט לאנג צוריק געמאלדן אז זיי האבן שוין א ביליאן יוזערס. יעצט איז געקומען די נייעס פון טעלעגראם אז זיי האבן דערגרייכט 100 מיליאן אקטיווע יוזערס. און 350 טויזענט נייע אקאונטס קומען צו יעדן טאג. טעלעגראם דעליווערט 15 ביליאן מעסידזשעס יעדן טאג. און לויט וויאזוי די נומערס ריקן זיך וועט נישט דארפן נעמען לאנג פאר טעלעגראם צו דעפיטען וואטסעפפ וואס איז ערשט ארויסגעקומען אין 2010, 6 יאר צוריק.

פרייוויליג » דאנערשטאג מאי 5, 2016 3:12 pm

· #331808
צוויליניג חתונה געהאט מיט צווילינג און ביידע געהאט צווילינגס
📎 ChtGxqxWEAEfMPU.jpg

נעגעל וואסער » דינסטאג מאי 10, 2016 11:28 am

· #332442
חמשה בכרס אחד!
א מאמע אין ווייטן אויסאליע האט געהאט 5 געזונטע קינדערלאך (quintuplets) אין january, האט היינט פובליצירט שמעקי בילדער.
📎 33FA61BB00000578-3580520-She_and_husband_Vaugn_welcomed_five_healthy_babies_in_January_a_-a-67_1462803540560.jpg 📎 33E2E7AB00000578-3580520-Precious_cargo_The_babies_were_recently_taken_to_a_medical_appoi-a-65_1462803540384.jpg 📎 _89636554_quins2.jpg

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג מאי 10, 2016 11:50 am

· #332444
15 יאריגע בחור מאכט נייעס
א 15 יאריגער בחור האט היינט אנדעקט א פארלוירענע שטאט און סאוט אמעריקע

<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/www.independent.co.uk/news/world/americas/forgotten-mayan-city-discovered-in-central-america-by-15-year-old-a7021291.html%3famp?client=safari#">https://www.google.com/amp/www.independ ... nt=safari#</a>

טמיר » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 11:58 pm

· #357114
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
קול מבשר מעלדעט אז עס איז מעגליך דא א פרואוו פון אן אויפשטאנד אין צפון קוריאה אנטקעגן די רעגירונג. אויב עס איז ריכטיג איז עס פון זייט פרייליכע נייעס אז די ערגסטע מלכות הרשעה קען אפשר קומען צו אן ענדע, און שרעקעדיגע נייעס ווער ווייסט וויפיל לעבנס דאס וועט קאסטן.
לאמיר מתפלל זיין און אינזין האבן ביי מלכות הרשעה מהרה תעקר.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 7:07 pm

· #357175
כ'האב ממש נעכטן געלייענט אין די נייעס אז דער גרויליגער דיקטאטור מאכט ביטערע ליצנות פון זיינע נאנטסטע מענטשן, ממש צו שאנד און צו שפאט, זיין סעלפישקייט האט נישט קיין גרעניץ, שוין צייט ער זאל האבן א מיאוס'ע מפלה און זאל בלייבן פארצייכענט לחרפה ולדראון עולם.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 1:17 pm

· #357261
איך זעה נישט אין ערגעץ באריכטעט דערוועגן.
פון וואו נעמט קול מבשר די אינפא?

שלום על ישראל » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 1:26 pm

· #357262
דו זעהסט נישט אין ערגעץ באריכטעט דערוועגן ווייל עס איז געבוירן געווארן אין א לאנגווייליגע ק"מ אפיס...

גיבור » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 12:25 pm

· #357414
ממש אין די מינוטן קומט אריין די נייעס אז די רוסישע אמבאסאדער צו טערקיי אנדרעי קארלעב איז געשאסן געווארן און אומגעקומען אין זיינע וואונדען דורך א אומאינדעפיצירטע שיסער,
באריכטן געבן אהן אז די שיסער האט געשריגן אללה אכבר און אז אין חאלעב שטארבן אומשילדיגע מאנטשן דורך רוסלאנד און יעצט וועסטו שטארבן.

גיבור » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 1:06 pm

· #357417
נישט אז איינער דא איז אינטרעסירט אין די נייעס, אבער יעצט קומט אריין אז די שיסער איז א טערקישע סעקיוריטי גארד.

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 1:09 pm

· #357419
GRAPHIC

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 29, 2017 4:42 pm

· #367478
א שוידערליכע געשיכטע איז פארגעקומען אין אינדאנעזיע, ווען א ריזיגער 23 פוסיג פייטאן שלאנג האט אויפגעפרעסן א מענטש רח"ל - לכאורה לעבעדיגערהייט, לויט די אויספארשער.

דער קרבן - א פארמער - פלעגט זיך כסדר דרייען אין יענע געגענט, און ווען ער איז נישט אהיימגעקומען האבן באזארגטע משפחה מיטגלידער און חברים אנגעהויבן זוכן. טרעפנדיג דעם אויפגעשוואלענעם שלאנג האבן זיי באקומען א חשד אז אפשר איז דאס דער מערדער, האבן זיי געכאפט דעם שלאנג, אויפגעשניטן דעם גראבן בויך וואס האט שוין געהאלטן נאכן זיך אונטערברימען שישו מעי שישו, און געטראפן דעם טויטן פארמער גאנצערהייט!

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 3, 2017 10:01 am

· #368003
טעראר אטאקע אין סט. פעטעסבורג, רוסלאנד.

א מעכטיגע אופרייס אין א מעטרא סטאנציע אין סט. פעטעסבורג, רוסלאנד האט איבערגעלאזט צען טויטע און צענדליגע פארוואונדעט.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 9, 2017 3:23 am

· #370335
א פראפערטי ביליאנער רעסטארט א גארטן אויף פארנומענע לאנדאנע ג
אבי מען זאגט אז אלע פראפערטי גבירים רייסן אויס די גרינע איקאסיסטעם.
📎 rsz_3img-20170509-wa0000.jpg

שמעקעדיג » זונטאג יוני 17, 2018 8:26 am

· #406193
שמעקעדיג
א שוידערליכע געשיכטע איז פארגעקומען אין אינדאנעזיע, ווען א ריזיגער 23 פוסיג פייטאן שלאנג האט אויפגעפרעסן א מענטש רח"ל - לכאורה לעבעדיגערהייט, לויט די אויספארשער.

דער קרבן - א פארמער - פלעגט זיך כסדר דרייען אין יענע געגענט, און ווען ער איז נישט אהיימגעקומען האבן באזארגטע משפחה מיטגלידער און חברים אנגעהויבן זוכן. טרעפנדיג דעם אויפגעשוואלענעם שלאנג האבן זיי באקומען א חשד אז אפשר איז דאס דער מערדער, האבן זיי געכאפט דעם שלאנג, אויפגעשניטן דעם גראבן בויך וואס האט שוין געהאלטן נאכן זיך אונטערברימען שישו מעי שישו, און געטראפן דעם טויטן פארמער גאנצערהייט!

און עודך!
ווידעראמאל האט פאסירט א ענליכע שרעקעדיגע געשיכטע באותו מקום אין אינדאנעזיע, ווען א גרויסער פייטאן שלאנג האט אריינגערוקט גאנצערהייט א 54 יעריגע פרוי, וועלכע איז געגאנגען באקוקן איר פעלד.

נאכדעם וואס די פרוי האט זיך נישט צוריקגעקערט צו איר הויז די גאנצע נאכט, האט מען אנגעהויבן א זוך אקציע, ביז מען האט געטראפן דעם ריזן שלאנג מיט א גראבן בויך וואס האט זיך קוים געקענט רירן, מען האט גלייך פארשטאנען וואס דא טוצעך רח"ל, האט מען געקוילעט דעם שלאנג, עס אויפגעשניטן, און אכן נודע הדבר, די פרוי איז דארט געווען גאנצערהייט נאך מיט אירע קליידער! ה"י.

די יודעי דבר זאגן אז אזא שלאנג עסט נישט אויף דעם קרבן
לעבעדיגערהייט (אנדערש ווי געשריבן לעצטע יאר), נאר וועט עס קודם דערשטיקן און ערשט דאן איינשלינגען.

<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/news/worldviews/wp/2018/06/16/a-woman-went-to-check-her-corn-and-was-swallowed-by-a-python/">https://www.washingtonpost.com/news/wor ... -a-python/</a>

בן תורה » דינסטאג יולי 3, 2018 1:59 am

· #407837
א דראמאטישע פאסירונג האט זיך היינט אפגעשפילט אין טיילאנד ווען מען האט אפגעפונען 12 יונגע קינדער פון א סאקער טיעם וואס זענען געגאנגען שפאצירן אין א cave מיט זייער סאקער קאוטש, נאכן זיין פארלוירן פאר גאנצע 9 טעג.

די געשיכטע האט זיך אנגעפאנגען פאריגע וואך שבת, יוני 23, ווען זיי זענען געגאנגען שפאצירן אין די cave פארקירענדיג זייערע ביציקלעך אינדרויסן און זענען ווארשיינליך געווארן סטאק נאכדעם וואס עס האט דארט שטארק גערעגנט פאראורזאכנדיג פארפלייצונגען דארט אין די cave.
א פארק באאמטע האט באמערקט די פארקירטע ביציקלעך און אלאמירט די אינסטאנצן וואס האבן מיט הילף פון באאמטע פון די גאנצע וועלט אריינגערעכנט אמעריקע, אוסטראליע, טשיינע און נאך, דורכגעפירט א מאסיווע זוכעריי אבער מען האט זיך נישט געקענט אפגעפונען, דערביי געבענדיג שוואכע שאנסן זיי צו טרעפן לעבעדיג.
היינט, נאך איבער 9 טאג זיי זוכן האט מען אפגעפונען אלע דרייצן מענטשן אין א גוטן צושטאנד, אבער זיי זענען נאך דערווייל סטאק דארט אין cave צוליב וואס עס איז זייער שווער זיי ארויסצונעמען פון דארט צוליב די שווערע פארפלייצונגען דארט.

איסר האטלקי » דינסטאג יולי 3, 2018 9:50 am

· #407855
זיי דארפן דארט בלייבן פאר לכה''פ 5 -6 חדשי,ם, חוץ אויב זיי לערנען זיך אויס צו דייווען, וואס איז די איינציגע וועג ארויס.

וויאזוי מען קען זיי שיקן עסן, אבער נישט ארויס זען פון דארט דורך א העליקאפטאר שטריק וכדו', ווייס איך נישט...

אונטער חכם » דינסטאג יולי 3, 2018 4:46 pm

· #407934
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
די עסן שיקט מען אויך דורך דייווערס.

החוקר » מיטוואך יולי 4, 2018 12:49 am

· #407989
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
סי.ען.ען. רעדט מיט א דייווער אין טיילאנד וואס איז מסביר די שוועריקייטן אנצוקומען צו די קינדער.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/3g_-agsDW5o">https://youtu.be/3g_-agsDW5o</a>

בן תורה » זונטאג יולי 8, 2018 1:05 am

· #408283
אין א פרעסע קאנפרענץ יעצט מוצ"ש, זונטאג אינדערפרי אויפן ארטיגע זייגער האט די גאווערנער פונעם ראיאן געמאלדן די ברעכענדע נייעס אז די רעטונג אקציע האט זיך שוין ענדליך אנגעפאנגען.
13 אויסלענדישע דייווערס אינאיינעם מיט 5 טיילאנדישע דייווערס זענען אריין אינעם cave זונטאג ארום 10 אינדערפרי לאקאלע צייט.
"מיר זענען יעצט אנגעקומען צו 100% רעדינעס" האט די גאווערנער פראקלאמירט.
רוב פון די וועג וועלן די קינדער קענען גיין צופיס, נאכדעם וואס מען ארויסגעפאמפט מיליאנען גאלאנען פון וואסער, די אויטאריטיס האבן אבער נישט געוואלט קאנפירמן אויב די קינדער וועלן נישט דארפן דייווען בכלל.
די פריסטע וואס עני קינד קען זיין אינדרויסן איז 9 ביינאכט לאקאלע צייט וואס איז ארום 11 צופרי נ.י. צייט.
צענדליגער אמבולאנסען ווי אויך עטליכע העליקאפטערס זענען אנגעגרייט על כל צרה שלא תבוא.
ווי אויך האבן זיי פארשיקט אלע מידיא לייט און לאזן בלויז צוטריט פאר זייער באצאלטע פאטאגראפירער.
די רעטונגס אקציע קען געדויערן אפאר טעג.

די וועלט קוקט ארויס מיט שפאנונג און האפענונג אז די קינדער זאלן באפרייט ווערן בשלום, און א קאפיטל תהילים איז יעצט פאסיג צו זאגן, און אינזין האבן די רחמנותדיגע געשטראנדעטע קינדער.
האף מיר צו קענען באריכטען בקרוב גוטע נייעס.

בן תורה » זונטאג יולי 8, 2018 8:51 am

· #408297
ברעיקינג!
כאטשיג צוויי קינדער זענען שוין באפרייט פונעם הייל, און זענען אויפן וועג צום שפיטאל פאר אינטערזיכונג און באהאנדלונגען.

נאך פיר קינדער גייען בקרוב 'ארויסוואקען' לויט די ארטיגע גאווערנער וואס איבערזיכט די אקציע!

בן תורה » זונטאג יולי 8, 2018 10:09 am

· #408303
אין א פרעסע קאנפרענץ זאגט די ארטיגע גאווערנער אז פיר קינדער זענען שוין באפרייט, און זיי דארפן נאך ארום 10 שעה ביז זיי זענען גרייט פאר די קומענדיגע הילף אקציע.
דאס קומט צוליב דער וואס מען דארף צוריק אנפילן די אקסידזשען סופליי אינעם הייל, וואס האט זיך כמעט אויסגענוצט.

סמבטיון » דינסטאג יולי 10, 2018 2:37 pm

· #408437
איך וויל פארשטיין, וויאזוי די 12 קינדער האבן עס איבערגעלעבט אן עסן פאר 10 טעג? איך האב אלעמאל געוויסט, אז א מענטש קען גיין 2 מאקסימום 3 טעג אן עסן, וויאזוי האבן עס די קליינע קינדער דארט איבערגעלעבט?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14