וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
מיקוה נייעסירושלים: משטרת ישראל און זק״א אין א זיך נאך א פארלוירענער אינגערמאן ישראל מונק וואס איז לעצטנס געזעהן געווארן זינטאג
יעצט האט מען איהם געפונהען לעבען צפת אינטער א הויכען בריק דערנאך רח"ל.
א גוטע וואך
אינוועסטאגעטארס פרובירן דערגיין דעם אורזאך פון א פייער אין לעיקוואד-ניו גערסי, וואו אכט זענען פארוואונדערט געווארן און א איין און פערציג יעריגער איז געשטארבן אינעם צוויי שטאקיגן הויז פייער. "און דאס איז שוין נאך די אפיציעלע פייער-אפשטעל" זאגט א פאליטיקאנט.
א מיטעלע דרייסיג יעריגער מאטאר ביציקל רייזענדער איז אראפגעקלאפט און דער'הארגעט געווארן אויף דרייצנ'טע עוועניו נעבן דעם היימישן בארא פארק. דער 'עס-יו-ווי' טרעקל דרייווער זאגט אז "דער ביציקל איז נישט געפארן אינעם ריכטיגן ריכטונג". "דאס מיז זיין עפעס מער ווי א בלויזער עקסידענט" זאגט א עדות אויפן פלאץ "די ביציקל האט זיכער פארמאגט מער פון זעכצן אונסעס לעמאן דזשוס".
די מעטראפאליטאן טראנספארטאציע אטורני האט געמאלדן אז די צוויי בריקן וואס פירן אריין צו די פאר-ראקעוועי געגענט, וועלן צוריק אנגעהייבן נעמען טאלל אפצאל. "זינט סענדי, האב איך שוין אויסגעצאלט מיין נייעם אוטא, דורכפארנדיג אריין און ארויס פריי פון אפצאל" זאגט א מאטאריסט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'סמארט איזי-פעס'. צאלט אויס אייער קאר מיט אונזערע סמארט-קארטלעך.
ווי אויף דרייצן / ביי וועלכע גאס? און ווען איז דאס געשען?
נעכטיגע נייעס - געגאנגן שפעט צום דריק...
מאטאריסטן האבן געברויכט ארויסשלעפן נאך א טאללער ביי די בריקן און טאננעלן נאך וואס די פארט-אטארוטי האבן ארויפגעריקט די פרייזן ביי אלע בריקן און טאננעלן צו דרייצן טאללער, און אויפן וועג ארויף צו פופצן. "די פרייזן זענען שטוינענדע, און דאס איז זייער אסאך פאר א דורכשניטליכע ארבעטער" זאגט א מאטאריסט. "מיט העכערע פרייזן, איז פארשטענדליך מען זאל העכער מאכן די בריקן זעלבסט". לאזט זיך הערן די קאנדידאט פונעם 'רענט-איז-טאא-דעממ-היי'.
דריי זענען ארעסטירט געווארן אין מאונט-ווערנאן און נאך איינער ווערט געזיכט, נאך א אנגעבליכע בראנקס רויבעריי לעצטע חודש. נאכן זיך איינברעכן אין דעם הויז, האבן זיי געבינדן און ארויסגעצווינגען דעם מאן צו זיין אנדערע אפארטמענט, וואו זיי האבן פון אים גערויבט געלט און זיין קאר, וואס איז אפגעפינען געווארן איטליכע טאג דערנאך. "זיך אריינכאפן אינמיטן נאכט, איז די זעלבע פארברעך ווי ברענגען נייעס אינמיטן נאכט" זאגט איינע פון די לויערס.
א אכט און פערציג יעריגער איז דערהארגעט געווארן, און דריי זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל. נאכן זיין פארמישט אין א עקסידענט אין מארלבארא-ניו יארק. דאס איז שוין די צווייטע טויטליכע עקסידענט אויף דעם שאסיי דעם וויקענד. אינוועסטאגאציע גייט נאך אן דעם אורזאך פון די עקסידענטן. "מיט די פרישע הויעכע טאלל פרייזן, באלאגנט פאר די דרייווער צוויי ליניעס אויפן שאסיי, און מיט רעכט!" זאגט א אנאליסט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'סליפיס'. מיט אונזערע מאטראצן ברויכט איר נישט ליינען נייעס אינמיטן נאכט. שלאפט און האט הנאה!
כ'זע אז נאר די ערשטע טוויט ווער ער פערזענליך שיקן. די אנדערע וועט דער משב"ט שיקן בהסכמתו. <a class="postlink" href="http://www.google.com/hostednews/ap/article/ALeqM5gWQPPVQONGjQd2A02KiZGCTIh4gQ?docId=4e481f571ee34f1b82f6d49fd8d69776">http://www.google.com/hostednews/ap/art ... 9fd8d69776</a>
יידלכ'זע אז נאר די ערשטע טוויט ווער ער פערזענליך שיקן. די אנדערע וועט דער משב"ט שיקן בהסכמתו. <a class="postlink" href="http://www.google.com/hostednews/ap/article/ALeqM5gWQPPVQONGjQd2A02KiZGCTIh4gQ?docId=4e481f571ee34f1b82f6d49fd8d69776">http://www.google.com/hostednews/ap/art ... 9fd8d69776</a>
😛 😛
משמש בטומאה? אדער משתמש בטוויטער?
בטומאה.
באריכט אין לאס אנג'לעס טיימס
Radio's Michael Savage decries Obama attacks, sorta
איינער ווערט געזיכט נאך וואס ער איז אנגעבליך דער וואס האט אריינגעשטיפט א אכט און פופציג יעריגער מאן אין די באן שינעס אין דאונטאון מענהעטען, און אים דערהארגעט. א אנוועזענדער פון די אנדערע זייט שינעס, 'גאומעז' זאגט, אז ער האט געהערט די צוויי שרייען איינער אויפן צווייטן, ביז די טרעין איז געקומען און ס'שטיל געווארן. די נעקסטע זאך וואס ער האט געזעהן איז געווען ווי רעטונגס לייט ארויסשלעפן דעם מאן פון אונטערן טרעין. יעדע מעשה האט א צווייטע זייט, אפילו ביי די שינעס פונעם באן..
ניו יארקע וואסער-טעקסי וועלן אנגעהויבן פון די מיטוואך פארטיילן פינף-הונדערט פרייע רייזעס, פאר די סטעטן איילענד איינוואוינער. די פערי וואס האט אנגעהויבן קורסירן לעצטע וואך זינט סענדי, וועט טראגן די איינוואוינער וואס זענען באטראפן געווארן. זינט ס'איז אומזיסט, איז ערווארטעט מ'וועט נעמען צוויי, איינס אלס אנדענק..
א איין-און-צוואנציג יעריגער פון קווינס איז געפונען געווארן שולדיג אין א שטעכעריי וואס איז פארגעקומען אנדערהאלבן יאר צוריק אין א באן סטאנציע. דאס איז געקומען נאך וואס דער געשטאכענער איז געקומען צו הילף פאר זיין יונגערן ברידער וואס זיי האבן נארוואס געהאט בארויבט. "ער וועט באקומען זיין פארדינטן אורטייל, פארן בארויבן און אוועקנעמען א טייל פון אונזער משפחה" זאגט א משפחה מיטגליד. ווידער ביים באן סטאנציע?! זיכער מעניני דיומא. דאס איז דאך די וואכעדיגע סדרה..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די תולעת יעקב באסעס. אונזערע שינעס האבן אויך צוויי זייטן. אויף די צוויי-זייטיגע וויליאמסבורגע זיפ-קאוד.
A "person of interest" was taken into custody Tuesday in the case of a man who was pushed onto the subway tracks at a Times Square station and killed by a train.
[ציטאט אראפגענומען]
וועם איז נאך היינט אינטערסאנט די פויבסט?
'דאים דעוויס' א דרייסיג יעריגער היים-לאזער פערשוין איז ארעסטירט געווארן, און ווערט אנגעקלאגט צו זיין דער וואס האט אריינגעשטיפט, און דערהארגעט דעם אכט-און-פופציג יעריגער מאן אין די באן שינעס אין מענהעטען. די בילדער וואס האט געפירט צום ארעסט, איז אפגעכאפט געווארן דורך א צוקוקער, וואס האט שוין חרטה דערפאר, נאכן ווערן אצינד באפאלן פארן נישט ארויסהעלפן.
אריינקומענדע נייעס: א סקעפאלד פון די הונדערט-זיבן-און-זעכציגסטע גאס האט זיך צוזאמגעלייגט אויפן מעידזשאר-דיגאן סאוט. די שאסיי איז אצינד הערמאטיש פארשלאסן. בלומבערג פלאנט עס דארט לאזן, און נעמען טאאל אפצאל דאס דורכצופארן. "אין די נאכט שעות וועט מען נאר קענען דורכפארן קאר-פאאל" זאגט ער. "ווארום, איינער אליינס קען נישט אויפהייבן און אריבערלייגן דעם קאר" שלאגט פאר זיין יוואזשנעם בייפאל.
צוויי יונגעטליכע זענען ארעסטירט געווארן אין לאנג איילענד, נאך וואס זיי זענען נאכגעפארן א יו-פי-עס טראק, און געגנב'ט די באקסעס נאכן אראפלייגן ביים טיר. צווישן די געטראפענע זאכן ביי זיי, זענען געווען לעצט-ארויסגעקומענע עפל פרודאקטן, און טייערע שיך. פון עפל האט מען נאכנישט געהערט קיין אפיציעלע סטעיטמענט. אבער די שיך זאגט אז "זינט די גנבים האבן געלייגט זייער האנט דערויף, פארדינען זיי זייער פארדינטן אורטייל. אונז זענען געמאכט פאר פיס, און אויסדרוקליך נישט פאר הענט".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די נייע 'איי-שיך'. שפארט אייך צייט מיט אונזערע שיך וואס פארמאגן שוין א דזשי-פי-עס, און וועט אליינס גיין צו אייערע פיס.
[ציטאט אראפגענומען]
יעצט אריינגעקומען, אז די ערשטע טוויט פונען פויבסט איז א בילד ווי ער פארברענגט מיט גאט אופן פויבסטליכן יאכט.
מקור:
דער צוויבלזיבן זענען פאוואונדערט געווארן אין א העליש פייער איצט פארנאכטס אין א אפארטמענט בילדינג אין בראנקס. דריי פייער לעשער זענען געווען צווישן די צו ווערן אפגעפירט אין שפיטאל פאר היילונגס. די אורזאך פון וואס די פייער האט אויסגעבראכן איז נאכנישט באוויסט. "די פלאמען זענען געווען ווילדע, און זענען גאר שנעל ארויס פון קאנטראל" זאגט א צוקוקער. "אפילו א ספיידער וואלט נישט געקענט נאכלויפן דעם קאנטראל" זאגט ער.
צוויי פיר-און-צוואנציג יעריגע יונגען זענען ארעסטירט געווארן און ווערן אנגעקלאגט אין א שיסעריי אין פעטרוסאן ניו גערסי. די צוויי זענען געפארן אין א קאר און האבן זיך אפגעשטעלט צו בארויבן א שפאצירנדע מאן. נאכן זיך אפזאגן פון געבן, האבן זיי אים געשאסן. זיי זענען געפינען געווארן אנגעגעבענעם קאר. זייער מאטיוו איז נאך אומקלאר, זיי זענען אבער ווארשיינליך געווען נאך אינעם קאנטראל.
פאליציי אין קווינס האבן ארויסגעשאסן זעקס רונדען קוילן און דערהארגעט א דראג פארברעכער, נאך וואס ער איז ארויסגעקומען פון א שווארצע קאר, מיט א אויסקוקנדע גאן אין האנט. פאמיליע פונעם געשאסענעם זאגט אז די גאן וואס ער האט פארמאגט איז געווען א פאלשע, אבער דעטקטיוון צייגן אן אז דאס איז אויך נישט לעגאל אין ניו יארק. דער פארברעכער איז שוין געווען ארעסטירט ניין-און-דרייסיג מאל בעפאר. "די פאליציי זענען פילייכט געווען אינדרויסן פון קאנטראל" ברויזט א משפחה מיטגליד.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'נר מצוה'. אונזערע פלאמען האלטן זיך רואיג, און אינעם קאנטראל.
מ'האמיר געמיסט די נייעס די פאר טעג
א פארברעכער ווערט געזיכט נאך וואס א איין-און-דרייסיג יעריגער מאן איז געשאסן געווארן צום טויט אויף די אכט-און-פופציגסטע גאס אין מענהעטען. צוקוקער ביים סצענע האבן געזעהן א מאן אריינגיין אין א קאר דערנעבן. אבער אנדערע זאגן אז מ'האט קיינעם נישט געזעהן. "דער שיסער איז ווי איינער וואס עקזעסטירט נישט" זאגט א דערנעבנדיגער. פאליציי זיכן אויף סעוויליענס קעמערע פאר עפעס באווייז. "אנע באווייז קען מען קיינעם נישט ארעסטירן!" זאגט די פאליציי שעף.
א צוועלעף יעריג קינד ערהוילט זיך אין שפיטאל נאכן פאלן אין א עלעוועיטאר שעפט פון די דריטע שטאק אין מאונט-ווערנען. די קינד איז געפאלן נאך וואס ער האט זיך אנגעלאנט אויפן פארמאכטן עלעוועיטאר טיר, און ס'האט זיך פלוצליג צועפענט. ער איז אפגעקומען מיט איטליכע צובראכענע ביינער. די בילדינג דעפ. איז אראפגעקומען פאר אינטערזיכונגען. אבער נישט געפינען קיינע באווייז. "אנע באווייז קען מען נישט קלאגן דעם בילדינג".
אויב סענדי האט נאר אויסגעוואשן די הייזער פון לאנג ביעטש, האט זיך אין די טעג אינפארמירט א גרופע וואלאונטירן וואס גייען ארום וואשן און צוזאמלייגן די וועש פאר די ארטיגע איינוואוינער וואס סענדי האט געוואשן און צוזאמגעלייגט זייערע הייזער. "סענדי וועט זיכער געפינען ווערן שולדיג, מיט קלארע באווייזן פון אייער צוזאמגעלייגטע זאקן" זאגט א וואלאונטיר.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דבש מילך'. מיט אייער באווייז, ווייזט איר אייערע טאלאנטן, און וואשט אויס אייערע מאלצייטן מיט דבש.
א פרוי איז געשאסן געווארן צום טויט אין א פארקינג לאט אינדרויסן פון ברוקדעל יוניווערסעטי האספיטל אין ברוקלין. די פאטאלע שיסעריי איז פארגעקומען נאך א באזיך ביי איר קינד וואס איז אין שפיטאל פאר היילונגס. "פונקט פארענט פון א שפיטאל האט זיך די מערדער געטראפן ס'פלאץ?!" ברויזט די מאמע פונעם געשאסענעם. "פארוואס האט דער וואס האט לעגאל געמאכט גאנס, אומלעגאל געמאכט קעמערע'ס?" שרייט זי.
א ריזן חלק פונעם שפיץ פונעם ווארלד-טרעיד-סענטער איז היינט אנגעקומען קיין מענהעטען. די שטאלענע מעטאל וואס איז פיר-הונדערט-אכט פיס הויעך, איז צוטיילט אויף ניין שטיקער, און וועט מארגן אנגעהויבן ווערן ארויפגעשלעפט. ס'קען נעמען דריי חדשים ביזן פארענדיגן. און דערמיט ווערן די דריטע העכסטע בילדינג אין די וועלט. "אמעריקע וועט זיך נאך בעטן צו ווערן אנערקענט אלס א אייגן לאנד ביי אונז אין ניו יארק" זאגט בלומבערג.
דריי-הונדערט סעקיוריטי אפיצירן פון דזשעי-עף-קעי לופטפעלט גרייטן זיך צו סטרייקן און פראטעסטירן ענדע וואך, אויב זייער פארלאנג פון א העכערן געהאלט ווערט נישט נאכגעגעבן. "די שוידער פון יעדן פאסאנזשיר אינעם לופטפעלד, איז נאר געוואנדן אין אונז" זאגט א אפיציר. דער טעראריסט פארדינט שוין מער פון אונז" פירט ער אויס. "פאר אכט דוללער א שעה, איז ניטאמאל ווערד די זעקל אין וואס די באמבע ליגט".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'וואדהאל האספיטעל'. אונזערע קעמערע'ס זענען אויסגעשווענקט געווארן מיט בליעטש, און איז גרייט אויף יעדן שיסעריי פאל.
שעפטל: וויפעל קאסט צו זיין א ספאנסער?
פאר דיר בחינם
די מערדער וועלכע האט אומגעברענגט די אידישע יונגל 'איתן פעטץ' האט זיך היינט דערקלערט שולדיג אין געריכט.
וואס איז נייעס: די טעראריסט וואס איז היינט געהרג'ט געווארן איו ירושלים האט געהאט א פאלשע גאן - גוט פאר איהם
ניו גערסי גאווענער 'קריס קריסטי' האט זיך היינט אין א אינטערוויאו אויסגעדריקט אז די וואס זאגן אז ס'וועט אים זיין שווער צו געווינען פרעזידענטשאפט צוליב זיין איבערוואגיגקייט, זענען סתם נעריש. "איך בין מער פון בלויז אביסל איבערוואגיג, נאר אסאך איבערוואגיג" זאגט ער. "אבער איך קען נאך אריינגיין אינעם ווייסן הויז". פירט ער אויס. "און אויב נישט, וועט די ווייסע הויז אריינקומען אין מיר".
א מאן אין קווינס איז היינט ערשינען אין קאורט וואו ער ווערט אנגעקלאגט פארן הארגענען זיינע עלטערן, ביידע אין באזונדערע אטאקעס. דער באשולדיגטער זאגט אז ער איז נישט באזארגט, זינט ס'איז נישט דא קיין באווייז אז ער האט זיי געהארגעט, ווארום קיינער איז נישט געווען אין די הויז וואס איז געווען פארשפארט מיט דריי שלעסער.
א דריי-און-דרייסיג יעריגער 'פרעדי קעיט' איז ארעסטירט געווארן און ווערט אנגעקלאגט פאר דריי רויבערייען -אלע דריי אין א עלעוועיטאר- אין מענהעטען. די לעצטע איז געקומען אין אן אנפאל אויף א פונף-און-אכציג יעריגע פרוי אין א עלעוועיטאר. נאכן איר בארויבן אירע קרעדיט און מעטרא קארטלעך, האט זי געריפן פאליציי, און האבן אים ארעסטירט. מ'פרובירט צו דערגיין וויפיל שלעסער די עלעוועיטאר האט געהאט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די עלעוועיטארס אינעם ווייסן הויז. שטימט פאר אונז אנצוקומען צום ווייסן הויז #עלעוועיטאר טווענטי-זיקסטין.
א קינד איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, אין א סטאבעלירטן מצב, נאכן אראפטאנצן פון א פענסטער פון א שולע אין לאנג איילענד. איינגעשטעלטע פרובירן צו דערגיין אויב ער האט איבערגעלאזט א צעטיל פאר א חבר. "אונז זענען שאקירט, אונז האבן מיטלייד מיט די פאמיליע, און מיר קוקן ארויס פאר זיין פולקאמע ערהוילינג" זאגט זיין לערער. אנדערע שטודירן אויב ער האט פרובירט נאכלויפן א נארוואס ארויסגעפאלענע דאונאט.
זעקס גאזאלין סטאנציעס אין ניו גערסי האבן באקומען גאר שטארקע גאזאלין וואס ווערן גענוצט פאר פליגערס. די אכציג-טויזענט גאלאנען זענען געווארן צוריק צוזאמגענומען היינט דורכן טאג. "מ'האט דאס אויפגעכאפט נאך וואס קליענטן האבן זיך אפגערעדט אז זייערע קארס האבן זיך געהויבן אין די לופט". זאגט א ארבעטער. סייענטיסן גיבן איבער אז די גאור-פאנדעישאן פלעגט אלץ זאגן אז פליגערס גיבן ארויס די ווארימע לופט, וואס פירט צום גלאובאלע-ווארעמינג.
די דריי גאווענערס פון ניו יארק, ניו גערסי, און קאנעטיקאט האבן זיך צוזאמגעשטעלט פארלאנגענדיג הילף פון די קאנגרעס פאר די סענדי געליטענע. דאס קומט נאך וואס די קאנגרעס האט צוריק געוויזן א פארלאנג פון זעכציג מיליאון פאר הילף. אין די צייט וואס מעסעדשעס ווערן געשיקט פון אלע זייטן, שיקן די גאווענערס א מעסעדש פארן קאנגרעס אז "דאס זיך ארום שפילן מיט די געליטענע איז נישט קיין קינדער שפיל". דער ערפינדער פון 'קינדער שפיל' אנטזאגט זיך פון קאמענטירן דערויף.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פאדריגאל'ס דאונאטס'. אונזערע ווארימע דאונאטס פאלן נישט מיט די פליעדיגע ווארעמקייט.
א גוטע וואך.
א מאן אין די פערציגערס איז אראפגעקלאפט און דערהארגעט געווארן אונטער א גאסן-קלינינג טראק אין ברוקלין. אלטערנעט-סייד-טיקעטינג ווערט סוספענדירט מארגן ארויסצייגנדיג טרויער.
סעקרעטערי-אוו-סטעיט פרוי קלינטאן איז צוזאם-געפאלן און געווארן אפגעפירט אין שפיטאל, וואו זי ערהוילט זיך. 'די צייטונג' האט אנגערופן אפגיבן איר מיטלייד.
מעיאר בלומבערג האט אונטערגעריסן דעם ווייסן הויז פאר נישט טוהן געניג קעגן גאנס. "ס'איז אומדערהערבאר אז קינדער וואס קענען נאכנישט טרינקן זעכצן אונס מילך, זאלן אזוי קאלטבלוטיג דערשאסן ווערן" ברויזט ער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'שם-ראק סקעפאולדס'. פאוסט-נאו-בילדער!
צוויי טויט און איינער אין שפיטאל נאך א פאטאלע צוזאם קראך אויפן קינגס הייוועי. די עקסידענט איז געשעהן נאך וואס די קאר איז אריינגעפארן אינעם קעגנקומענדע ליניעס. גיין קעגן דעם שטראם איז שוין א אלטע ערשיינונג אין ניו יארק, זינט די קאלטע גלעזל איז געגאנגען קעגן דעם שטראם לעמאן דזשוס פון דערינען.
גאווענער קאומא האט אין א קאנפרענס געמאלדן דעם שידוך צווישן פערציג מיליאון טאללער פונעם פעדערל, און נעסאו קאונטי, פארן אויפרייניגן און איבערבוי נאך סענדי. פונעם שעריף'ס אפיס האט מען נאכנישט ראגירט צום שידוך.
א פייער האט אפגעווישט א צוויי-שטאקיג בילדינג אין בראנקס. צוויי פייערלעשער און א פאליס מאן זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו זיי קומען אפ מיט לייכטע ברען וואונדן. לויטן פראצענט מערהייט, איז דאס ווארשיינליך א טרעפיק פאליציאנט'קע, בשעת'ן אויסשרייבן א טיקעט פארן פייער טראק.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: פירסט-טשויס דייעטע. מיר גייען קעגן דעם שטראם פונעם אויליגן פאנקען.
די פרייז פונעם פארלאנג פארן נייעם טאפען-זי בריק איז אראפ צו בלויז דריי-ביליאון, נאך וואס די סטעיט האט אפגעזאגט א פארלאנג פון דריי-א-האלב ביליאון. "מיטן נידריגערן פרייז, איז דא מעגליכקייטן פון א נידריגערן בריק" זאגט קאומא. "און פון א חלום ביזן איינטינקן א שאוועל אינעם ערד, איז שוין בלויז א קאצן שפרינג" פירט ער אויס.
א שפיל פון גאנס און מעסערלעך וואס גייט שוין אן יארן אין וועסטשעסטער קאונטי, איז אפגעריפן געווארן דורך די עקזעקאטיוו סופערווייזער פונעם קאונטי, נאכן מאסן שיסעריי די וואך. "מיר וועלן אויך נישט באנייען דעם קאנטראקט פאר קומענדיגע יארן" זאגט די סופערווייזער. "אז פונעם שפיל, איז געווארן א שעדליכע שפיל, איז דאס ממש א שפיל מיט פייער".
א פייער האט אויסגעבראכן אין א דזשאנק-יארד אין קווינס, און האט מיטגענומען אלעס דערינען. קארס, העלצער, רעדלעך, און פארברענטע קארס. די בילדינג דערנעבן איז געראטעוועט געווארן. ס'איז אומקלאר די אורזאך פונעם פייער. מאנכע זאגן אז מ'האט געזעהן עלימענטן זיך שפילן דארט בעפאר. "אז פונעם שפיל, איז געווארן א שעדליכע שפיל, איז דאס ממש א שפיל מיט גאנס און מעסערלעך". זאגט א דיטעקטיוו.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די פלעיקידאו מקוה איד. אונזערע מעסערלעך בלייבן מיט די הויעכע פרייזן. ס'איז קיינע שפילן.
ווידעראמאל האט א פאליציי מאן געמאכט נייעס מיט א טאהט פון חסד, נאכדעם וואס ער האט אפגעשטעלט א אינגע מאן אין פלענאוי, וואס האט זיך פארענטעפרט אז די סבה פארוואס ער האט אן אפגעלאפענעם רעגיסטראציע קארטל איז פשוט ווייל ער מיטשעט זיך מיט געלט און דארף שפייזן זיין געזינדעל, די פאליס האט אים דערלאנגט א טיקעט, און ווי ערשטוינט איז דער מאן געווארן ווען אויפוויקלענדיג די קוויטל האט זיך אנטפלאקט פאר זיינע אויגן א
הונדערטער באנקנאט.
ער האטאך אים אבער געגעבן א טיקעט וואס קאסט געלט ניין?
מיט די געלט האט ער באנייט די רעגיסטראציע, וואס דאן ווערט די טיקעט דיסמיסד.
צוויי העלדן וואס האבן איטליכע וואכן צוריק ארויסגעראטעוועט א מאן פון די שינעס געציילטע סעקונדן בעפאר די באן איז דורכגעפארן, זענען היינט צוזאמגעברענגט און ארויסגעהויבן געווארן דורך די סיטי. "די צוויי האבן שוין געזעהן די לעקטער פונעם באן זיך דערנענטערן" זאגט ברוקלין בארא פרעזידענט מארטי מארקאוויטש. "אין ווינציגער פון דרייסיג סקונדען איז שוין די לעקטער נישט געווען זעהבאר" פירט ער אויס. "נאך א מזל יעצט איז נישט די זוממער זייגער!" זאגן זיי.
ניו יארק סיטי אפישאלס האבן אין ליכט פון די מאסן שיסעריי פארריפן א קאנפרענס, און פארשפראכן אז אלע וואס פארמאגן אומלעגאלע גאנס, זאלן דאס אריינברענגען אין פאליציי סטאנציעס, און וועלן באקומען הונדערט טאללער דערפאר. "איך קען אליינס גיין עס אפנעמען אויב איר וואוינט ווייט פון א סטאנציע" זאגט קאנסלמאן ראבערט דזשעקסאן אויף די טרעפ. איינער האט א וויץ אויף דעם? נעהה, פארגעריט. ס'א שטיק וויץ.
צוויי פאקיסטאנע געבוירענע, פלארידע אויפגעוואקסענע ברידער זענען ארעסטירט געווארן לעצטע חודש אין זייער היים אין פלארידע. און זענען היינט געווארן אנגעקלאגט פארן פלאנירן אויפצורייסן ניו יארקע צילן. זיי זענען געווארן אויפגעכאפט נאך וואס זיי האבן געזיכט אויפן וועב פאר הילף מיט געלט. זיי ווערן אצינד געהאלטן אן בעיל. איינגעשטעלטע אין בעליוויע זענען שאקירט אז מענטשן ווערן געהאלטן אן בעיל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: באמפער סטיקערס. ווען מ'וועט נישט פארשטיין די טרעפ שמיעסעריי, וועלן מיר פארריפן א קאנפרענס. דערווייל זעמער אויף בעיל.
עפעס טוט זיך אין ארץ ישראל א היימישע אינגערמאן פון א חסידות וואס גייט נישט צום כותל האט געטראפן ביים כותל 2 מיליארד אנדערער זאגן נאר 2 מיליאן דאלער, אין קעש געביגעלטע הינדערטערס, ער האט עס אריין געגעבן פאר די משטרה, עס איז נאך ביז דערווייל אויף אויספארשונג
איך אויך
פיין האט עס געבאסט.
2 רויבער זענען אנטלאפען פין טשיקאגוי טורמע
📎 40jgn.jpg 📎 h9bwv.jpg
א דריי יעריג קינד מיט זיין צוויי-און-דרייסיג יעריגע מאמע זענען געפינען געווארן טויט נאך א פייער אין זייער היים אין סקאטש פלעינס. אינוועסטאגעישאנס זענען העפטיג ביי די ארבעט, נאך וואס די פייער קוקט אויס פארדעכטיגט. שכינים דרוקן אויס זארג נאך וואס די הינטל איז אויך געפינען געווארן טויט.
א עלטערע מאן איז געשטאכן געווארן אין א רויבעריי אין סטעטן איילענד. ער ערהוילט זיך אין שפיטאל מיט מילדע וואונדן. דער שטעכער איז אנגעבליך א ספאניש אפשטאמיגער אין די צוואנציגער יארן. ס'איז אומקלאר אויב דער געשטאכענער רעדט ספאניש. דערווייל זינגט ער זיך אונטער. דאקטורים פרובירן דערגיין די אפשטאם פונעם ניגון.
אריינקומענדע נייעס: א מאסיווע עקסידענט אויפן לאנג איילענד עקספרעסוועי. עקסידענט נעמט אריין דריי טרעילערס, זיבן-און-צוואנציג קארס. אכצן זענען אריינגעפירט און ווערן באהאנדלט אין שפיטאל. איינער טויט. איטליכע קארס זענען ארויף אין פלאמען.
פאר מער, דריקט דעם געז-פעדעל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'רעקארד-פלעיאר'. מיט אונזער שפאגל נייע פראפעסאנאלע שטאב רעקארדס, וועט איר שנעל אויפכאפן א ניגון.
שעפטל.
פאר מער, דריקט דעם געז-פעדעל.
😂 😂 😂 😂
ברויןמ'האמיר געמיסט די נייעס די פאר טעג
ס'זעהט זיך נישט אן אז דו האסט אפילו הנאה.... וד"ל
[ציטאט אראפגענומען]
ס'האלט שוין היינט אז ממש נאר פאר דיר ברענג איך עס אהער....
Mayan end-of-world rumors prompt Michigan officials to close 33 schools
More than 30 Michigan schools closed for the holidays two days early, in part because the Mayan calendar predicts the world will end on Friday, an official said.
Read moreFacebook tests system to charge $1 for some messages
Facebook said Thursday it has begun testing a system for users to send messages to people outside their circle of contacts for $1.
In a statement posted online, Facebook cited research showing that "imposing a financial cost on the sender may be the most effective way to discourage unwanted messages and facilitate delivery of messages that are relevant and useful."
More on the story from the Wall Street Journal hereא געוועזענע ניו יארק פאליס אפיציר איז געווען צווישן די זעקס ארעסטירטע אין א מאסיווע דראג אויפברעכעריי. 'טאמעס גיראונדע' א געוועזענע שאסיי-אפיציר איז געווען דער וואס האט גאר באהאלטן די סחורה ביי זיך אינדערהיים פאר די פעדלערס וואס האבן דאס פארקויפט ביי די פעדלעריי ערטער אין זיין געגענט. "אויב וואלט איך געווען א געוועזענע פעדלער, און באהאלטן שאסיי סחורה, וואלט דען בעסער געווען?!" פרעגט טאמעס מיט וואונדער.
גרויסע נומבערן פון זיבן-פיס הויעך מיט די ציפערן 'דרייצן' איז אנגעקומען קיין טיימס-סקווער, וואו ס'וועט ווערן ארויפגעלייגט אויף א הויעכן פלאטפארמע קומענדיגע וואך, צום בעפארשטייערן צערעמאניעס פארן נייעם יארע. די ציפערן וועט ער'שיינען' ווען דער גרויסער באלל וועט אראפפאלן פון דער הייעך. בלומבערג זאגט אז די 'פאל' וועט דאס יאר פארקומען פון אויבן אראפ. אלס אנדענק צום געפאלענעם סאודע באטעל.
'פיטער-מעידאף', זיבן-און-זעכציג. א ברידער פון דעם פאנזי שווינדלער 'ברענדארד-מעידאף' איז היינט געאורטיילט געווארן צעהן יאר אין חד גדיא' פארן ארויסהעלפן זיין ברידער מיטן געשעפט. נאך פינף ארבעטער וועלן אויסשטיין זייער קאורט אין די קומענדיגע חדשים.
זעהט אויס אז אין זיין 'דאזען' אייער, זענען נישט געפינען געווארן קיין 'דזשורי'ס'.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'באן שינעס'. אלע לעצטערע געפאלענע זענען פארגעקומען פון אויבן אראפ. אלס אנדענק צו בלומבערגס שניי פאל.
ווי באוואוסט (פאר די וואס ווייסן), ווערט יעדע נייער קאר געטעסט פאר איר סעיפטי, ווי פארזיכערט עס איז אין א עקסידענט, ל"ע.
עס זענען פאראן בעצם 2 קאמפאניס וועלכע טעטסן דאס, איינס ארבעט פאר די גאווערמענט, און די אנדערע פאר די אינשורענס קאמפאניס, און רופט זיך IIHS, וואס איז ר"ת (Insurance Institute for Highway Safety).
דער וועג ווי אזוי מען טעסט איז, אז מען בינדט אריין א דאמי אינעם דרייווערס זיץ, און מען שמעטערט אריין דעם אויטא בערך ביי א ספיד פון 40 מפ"ש אין א וואנט, און מען באקוקט דערנאך דעם אימפאקט וואס דער דאמי האט געליטן, אטון לויט דעם שאצט מען די זיכערהייט.
זעלבסטפארשטענדליך אז אלע קאר מאנופעקטשורערס פרובירן צו זיין ווי בעסער און פארזיכערט.
דעריבער איז געווען א שאק אז די לעצטע באריכט, איבער די צוויי גרעסטע און בארימסטע קאר קאמפעטישאנס, די טאיאטע קעמרי און האנדא אקארד, איז האנדא ארויסגעקומען פון די בעסטע, און די קעמרי אויף גאר א נידריגן ארט.
<a class="postlink" href="http://www.thecarconnection.com/news/1081256_new-frontal-crash-tests-honda-accord-aces-toyota-camry-flubs">http://www.thecarconnection.com/news/10 ... amry-flubs</a>
Gallup Inc. asked roughly 1,000 people in each of 148 countries the following questions: Did you feel well-respected yesterday? Were you treated with respect all day yesterday? Did you laugh or smile a lot yesterday? Did you learn or do something interesting yesterday? Did you experience the following feelings during a lot of the day yesterday? How about enjoyment?
Here are the 10 the countries where the highest percentage of people answered "yes" to all five questions, and the nine countries with the lowest percentages:
HAPPIEST
Panama, 85 percent
Paraguay, 85 percent
El Salvador, 84 percent
Venezuela, 84 percent
Trinidad and Tobago, 83 percent
Thailand, 83 percent
Guatemala, 82 percent
Philippines, 82, percent
Ecuador, 81 percent
Costa Rica, 81 percent
SADDEST
Singapore, 46 percent
Armenia, 49 percent
Iraq, 50 percent
Georgia, 52 percent
Yemen, 52 percent
Serbia, 52 percent
Belarus, 53 percent
Lithuania, 54 percent
Madagascar, 54 percent
נתי גרוסמן רעדאקטאר פון ׳הפלס׳ אין שפיטאל נאכן ווערן אטאקירט פארן זיך נישט בייגען פאר גערילע שטיינמאןס קאפריזן. <a class="postlink" href="http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%A9%D7%A2%D7%95%D7%AA-%D7%9C%D7%A4%D7%A0%D7%99-%D7%94%D7%93%D7%A7%D7%99%D7%A8%D7%94-%D7%A8%D7%91-%D7%94%D7%95%D7%AA%D7%A7%D7%A3-%D7%91%D7%91%D7%91.html">http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%A9%D ... D7%91.html</a>📎 A-oy2FxCQAAqHiD.jpg
Obama Picks Kerry for Secretary of State
President Obama plans to nominate Senator John Kerry of Massachusetts as secretary of state, a senior administration official said, succeeding Hillary Rodham Clinton and putting in place the first member of his second-term national security team.
Read the full story hereא גוטע וואך
די 'פארט-אטארוטי' האבן געברויכט אריבערפירן פאסאנזשירן פון א באן ביי די איין-און-אכציגסטע גאס, צום דערנעבנדן סטאנציע. נאך וואס די שינעס האבן געמאכט פראבלעמען פאר די רעדער פונעם באן. די באן איז ווייטער געפארן נאכן אריבערגעלייגט ווערן אויף אנדערע שינעס. "איז דען די שינעס בעסער? א נעכטיגן טאג!" שרייט א פאסאנזשיר. "יא, א נעכטיגע טאג!" זאגט א צווייטער "אינעם נעכטיגן טאג אליינס, איז די באן אריבערגעלייגט געווארן אהין צוליב פראבלעמען אויף דיזע שינעס"
די אפעלאט געריכט אין ניו גערסי האט ארויסגעגעבן זייער אורטייל איבער א פרוי וואס איז געביסן געווארן דורך א הינט וואס זי האט געהיטן פאר א שכן. אז די פרוי קען יא אנקלאגן דעם הינטס עלטערן. "זיי ברויכן דעוועלאפען דעם הינטל נישט צו בייסן אנדערע".
שוין צייט איינצופירן קאורט-קאנטראל.
די 'מארלבראו-שולע' אין ניו גערסי וועט ווערן באוואכט מיט פאליציי ווען זיי מאכן צוריק אויף קומענדיגע יאר. "מיר ברויכן טוהן ס'מאקסימום צו באשיצן אונזערע קינדער".
בלומבערג נעמט אין באטראכט איינצושטעלן דעם 'איווען-אדד' סיסטעם.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'לי-עוועניו-פאוטא'. ביי אונז קענט איר אלעס דעוועלאפן, ביז הינט. די הינט וועלן ווערן אפגעפירט צו אנדערע שינעס.
Iowa Supreme Court: Bosses can fire employees they see as an 'irresistible attraction'
The Iowa Supreme Court ruled that bosses can fire employees they see as an "irresistible attraction," even if the employees have not engaged in flirtatious behavior or otherwise done anything wrong.
The all-male court ruled on Friday that a dentist acted legally when he fired an assistant that he found attractive simply because he and his wife viewed the woman as a threat to their marriage.
More from the Associated Press here.
עפעס באריכטן פון א נעווי סיעל קאמנדיר וואס איז געהארגעט געווארן שבת אין אפגאניסטאן. ווייסט איינער מער?
א פייער האט אויסגעבראכן אין א קלויסטער אין ברוקלין, ס'האט גענומען א שעה פאר איבער הונדערט פייערלעשער צו נעמען דעם פייער אונטער קאנטראל. אבער נישט בעפארן פארניכטערן דעם פארצימער און אנדערע צימערן ארום. א אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן נאך וואס איינגעשטעלטע זאגן אז ס'איז געווען אונטערגעשטעלט.
ס'איז צייט פאר פייער-קאנטראל.
בלומבערג האט היינט אין א קאנפרענס געזאגט אז די קרימינאלע פארברעכער זענען נישט קיין פארברעכער, נאר בלויז משוגה, און זאלן ליבערשט צוגעשטעלט ווערן מענטאל-הילף אנשטאט אין חד גדיא. "זעקס-און-דרייסיג פראצענט פארברעכער, זענען משוגה" זאגט ער.
'סיטי-האל' איז די ערשטע אפציע פאר די מענטאל הילף רעזארט.
די זיכעניש נאך א צעהן יעריג קינד גייט ווייטער אן אין קווינס נאך וואס דאס קינד איז פארלוירן געווארן זינט פרייטאג. צוויי אנדערע פארלוירענע קינדער זענען אפגעפינען שבת אין בראנקס. ס'איז אומקלאר אויב די דריי קינדער האבן זיך געקענט בעפאר, אדער אויב די פארברעכער האבן געארבעט באנאזאם.
די פארכאפער זענען זיכער בלויז משוגה.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'עקסעלענט-מאווערס'. מיר נעמען אן צו מופן אלע תפיסה'ס קיין סיטי-האלל.
איז ביליגער פאר בלומבערג צי לייגן די פארברעכער און מענטעל אינסטעטאשן ווי און תפיסה?