וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
[ציטאט אראפגענומען]
א רפוי,
וואס פאר א באשעפעניש איז דאס?
דולה ומשקהא רפוי,
וואס פאר א באשעפעניש איז דאס?
הא? עפעס א וויקי לינק, עניבאדי?
שמעקעדיגדולה ומשקהא רפוי,
וואס פאר א באשעפעניש איז דאס?
הא? עפעס א וויקי לינק, עניבאדי?
http://newyork.cbslocal.com/2013/02/12/woman-struck-killed-by-train-in-brooklyn/שמעקעדיגדולה ומשקהא רפוי,
וואס פאר א באשעפעניש איז דאס?
הא? עפעס א וויקי לינק, עניבאדי?
וואס איז א רפוי?צ"ל "פרוי" בכתי"י
באריכטן אז א פליגער האט געקראכט אין אקריינע.
איינער מיט מער אינפאו?
נעכטן נאכטיגע - אנטשולדיגט פארן שפעטיגן
אין לאס אנג'לעס זענען זיך הונדערטער פאליציי צוזאמגעקומען צום הייזקע וואו ס'איז אנגעבליך דער געזיכטער מערדער וואס דרייט זיך שוין די לעצטע וואך און שיסט פאליציאנטן, נאכן אפגעזאגט ווערן פון פאליציי-אמט. ער האט זיך איינגעשפארט אין דעם הויז פון וואו ער האט געשאסן אויף די פאליציאנטן וועלעכע האבן דאס ארומגענומען. די הייזקע איז ארויף אין פלאמען נאך א פייער אויסטוישט. דער מערדער איז ווארשיינליך טויט דערינען.
פאליציי אין ברוקלין האבן געשאסן און ארעסטירט א יונגער סטודענט מיט א גאן. דער זעכצן יעריגער איז דערזעהן געווארן אויף א דאך אויף אטלענטיק עוועניו, ווען שכינים האבן געריפן פאר הילף. "ס'האט אויסגעקוקט ווי א פאלשע גאן" זאגט א חבר וואס האט זיך געדרייט מיט אים. אבער ער איז אויך ארעסטירט געווארן. א ווארט זאגער פאר 'מעסטער ראאפינג' זאגט: אונזערע דעכער קוקן נישט אויס ווי א פאלשע דאך.
אין א אנדערע אינצידענט האבן פאליציי געשאסן און פארוואונדעט א איין-און-דרייסיג יעריגער פארן צילן א גאן אקעגן אפיצירן. דאס איז פארגעקומען א קנאפע מייל אוועק פונעם פריערדיגן יונגער שיסער אויף אטלענטיק. דער מאן איז אפגעפירט געווארן קיין 'ברוקדעיל-יוניווערסעטי שפיטאל, און איז אונטער וואכזאמע אויגן פון פאליציי, וואס האלטן אים אונטער ארעסט. "איז דאס נישט א פאלשע ארעסט?" פרעגט ער מיט וואונדער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'הגדה פסח פראדוקטן'. וואס דערמאנט די היינטיגע שיסערייען מיט פסח? פאלשע פיש!..
הגדה מאכט שוין פש? כאב געמיינט נאר קוקיס.
די היינטיגע (נעכטיגע?) נייעס דארף זיין געספאנסערד ביי די פאליציי אפטיילונג פון שיסערייען. יעדע נייעסל ענטהאלט א געשיסעריי פון (אדער צו) פאליציאנטן.
אוי מיין גאט!!
קומענדיגער ענגלישע קעניגן קען זיין א איד
די שנור פון די קעניגן פון ענגלאנד, מאדאם קעיט די ווייב פון פרינץ ווילסאן.
איז א איד, כדת וכהלכה, איר מאמע איז איד און איר מאמעס עלטערן זענען ביידע אידן.
זייערע קינדער וועלן האבן הלכה ווי אידן, און דאס קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיי, איז די צוקונפטיגע קעניגן פון ענלאנד,
איז נאר געליבן צו ווינטשן למען יאריך ימים על ממלכתה הוא ובנותיה בקרב האנגלים.
זי האט
בפשטות אידיש בליט אין זיך אבער צו זי איז הלכהדיג אידיש ווייס איך נישט. זעה אביסל
דא.
שעפטל, we miss you!
דינסטאג - פאר Sunbar
א מאן איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פאר גנב'נען א האנט-געמאלענע בילד, ווערד פון הונדערט-פופציג-טויזענט דוללער. ער איז געכאפט געווארן נאכן אויפגעכאפט ווערן אויף די קעמרעס דאס אראפרייסן פון וואנט. "וואס האט ער דען געטראכט ווען ער האט דאס אראפגעריסן אונטער די וואכזאמע אויג פון קעמרעס?" פרעגט מיט וואונדער די אטורני. "וואס הייסט וואס?!" זאגט א טויגליכער. "אז קיינער האט סייווי נישט די געלט דאס צו קויפן".
היסטאריע חזר'ט זיך איבער: די קאנעטיקעיט מעיאר ווערט שטארק קריטיקירט פארן איבערלאזן א איבערקערניש נאכן מאסיוון שניי לעצטע וואך. דרייווערס האבן נישט געקענט פארן. באסעס זענען געווען געשטראנדערט אויף יעדן גאס. "זעקס טאג ביז די ערשטע שארער טראק איז דורכגעפארן מיין גאס" שרייט א איינוואוינער. "ער האט נישט געריפן פאר א סטעיט-אוו-אמערגענסי, טראץ מ'האט געוויסט דערפון בעפאר". "די גאס וואו ער וואוינט איז געווען פיין געפיצט". ס'הערט זיך קענטליך? וועלקאם טו ניו יארק.
די היסטאריע לאנגע שולע-באס סטרייק גרייט זיך צו קומען צו א ענדע. מארגן אינדערפרי וועלן די איבער אכט טויזענט סקול באסעס רייזן אויף די ראודס צום ערשטן מאל זינט לעצטן חודש. די טראנזיט יוניאן האבן נישט ארויסגעגעבן קיין אפמאך. מאראל פונעם געשעעניש: זכרי' דער באס קלינער איז צוריק צום ארבעט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קרעסטירער מצה בעקעריי'. אונזערע האנט-געמאלענע ווייץ. איז אויך אונטער א וואכזאמע אויג. מאראל פונעם בעקעריי: פארמאגט א אייגענע שארער טראק.
מיטוואך - פארן 'לייק' פון אנאנים...
נאך וואס די באן סטאנציעס אין מענהעטען איז געווארן א ארט פאר היימלאזע. און באן סטאנציעס אין ברוקלין איז געווארן א ארט פאר מערדער. זענען באן סטאנציעס אין בראנקס געווארן א ארט רויבער. פאליציי זיכן פאר רויבער נאכן ניצן בראנקס באן סטאנציעס דורכצופירן רויבערייען. "זיי זענען א גרעסערע גרופע פון רויבער" זאגט א פאליציי אפיציר. "ביי איינע פון די סצענע'ס זענען זיי געווען א גרופע פון אכט". פירט ער אויס.
פאליציי אין קלינטאן היל זיכן נאך דריי פארברעכער וואס האבן געשאסן א פונף-און-דרייסיג יעריגער מאן. דער מאן געפינט זיך אין שפיטאל אין א סטאבאליזירטן צושטאנד. די שיסעריי איז פארגעקומען צוויי וואכן צוריק אויף פאלטאן סטריט. פאליציי האבן היינט אנגעהויבן די זיך אקציע, נאכן ארויסבאקומען די ווערטפולע אינפארמאציע אז אלע דריי האבן אנגעהאט א שווארצע דזשעקעט.
באורד מעמבערס פון קווינס דאבעטירן צו טוישן דעם נאמען פון לאנג איילענד סיטי געגענט אין קווינס. "מאנכע פארמישן זיך מיט לאנג איילענד" זאגט א קאנסול מעמבער. "טוריסטן זיכן צו וויילן אין לאנג איילענד סיטי וואס איז נאנט צו מענהעטען. און ענדיגן זייער רייזע אין לאנג איילענד וואס איז אסאך ווייטער". איינוואוינער ברויזן: איינער וואס וויל וויילן נעבן מענהעטען, קען גלייך גיין קיין וויליאמסבורג. שרייט יענער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'וואט-עי-בארגען'. מיר פארמאגן נאך פון די לעצט פארבליבענע באן-שינעס וואס זענען געאייגענט טאקע נאר פאר באנען.
נעכטיגע - טעפל'ס 'לייק' איז א קלייניקייט?
א ראקלענד-קאונטי מאן איז ארעסטירט און ווערט אנגעקלאגט פארן ארויסשטעלן אויף פעיסבוק סטראשונגען מיטן הארג'נען בלומבערג, קאומא און איטליכע קאנגרעסלייט. צוויי גאנס, מעסערלעך, א שווערד, און נאך שעדליכע מאטריאל זענען געפינען געווארן ביי אים אינדערהיים בשעת'ן ארעסטירן. פארשער קוקן מיט וואונדער: וויפיל קען דען א מענטש פארנעמען אויף די אייגענע פלייצע?!
א מאסיווע לאך האט זיך געעפענט אויפן גארדן סטעיט פארקוועי דרום ריכטונג. די פיר פיסיגע לאך האט געשעדיגט אכצן דורכפארענדע אוטא'ס בעפאר די שאסיי איז געווארן פארשלאסן. קיינער איז נישט ערענסט פארוואונדערט געווארן. א שלעפער טראק איז געווען ביים סצענע ארויסשלעפן אלע קארס פונעם לאך. בלומבערג לייגט ארויס א פלאן פון ארויפלייגן א 'בוטס' אויף די קארס אנשטאט זיי ארויסשלעפן..
פאליציי אין בראנקס זיכן פאר א רויבער וואס האט בארויבט א ניינציג יעריגער מאן. דער רויבער איז אריינגעקומען אין א קליידונג געשעפט אויף מעלראוז, אראפגעווארפן דעם אלטן אויף דער ערד און אוועקגענומען ס'לעצטע ביסל גראשן פון זיין בערזל. דער אלטער איז אפגעקומען מיט מילדע וואונדן, און פריידט זיך אז "ער האט כאטש איבערגעלאזט די פאלשע ציינדלעך פונעם אלטן שבת זייגער".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'בייגלס'. אונזערע בייגלס פארמאגן די לעכער וואס ברויכן נישט קיין פאלשע ציינער דערפאר.
שעפטלא ראקלענד-קאונטי מאן איז ארעסטירט און ווערט אנגעקלאגט פארן ארויסשטעלן אויף פעיסבוק סטראשונגען מיטן הארג'נען בלומבערג, קאומא און איטליכע קאנגרעסלייט.
צ״ל
עטליכע, ווייל איטליכע מיינט יעדע.
יישר כח שעפטיל
ישר כח שעפטל!!
און יעצט צו אונזערע טייערע מיטגלידער: די איינציגסטע זאך וואס וועט מאכן אז שעפטל זאל אונז ווייטער מהנה זיין מיט די נייעס, איז א לייק, א א גוט ווארט אא'וו. עס איז נישט גרינג צו זוכן און טרעפן יעדן טאג א ספאנסאר. אידן, רופט אייך אן ווארעם!
א דאנק!
בילי בן נתינה, דער היימלאזער ארענטליכער שנארער
בילי רעי העריס, א האומלעיס שנארער, האט גאמאכט השבת אבידה, ער האט צוריק געגעבען א רינגעל פאר א לעידי וואס האט אים געגעבען אפאר צענט און איר רינגעל איז אריינגעפאלן אין זיין שנאר פישקע בטעות. א קליינע אפשר איין קאראט פינטעלע דיימאנט שטיין. כאטש ער האט געווארט זי זאל קומען צו אים און נישט איר אויפגעזוכט.. אמעריקע איז אזוי איבער גענומען פון זיין העפלעכקייט, הלמאי ער האט דאך עס געקענט טראגען צו א פאאון שאפ.
די האסבענד פון די שלימזל האט אויפגעשטעלט א זייטעל מיט די גאאול צו רעיזען אן אלף'ל פאר בילי רעי, ס'האלט שוין ביי קרוב צו הונדרעט פופציג אלפים
<a class="postlink" href="http://www.giveforward.com/billyray">http://www.giveforward.com/billyray</a>
אוי ווי, ס'וועט דאך זיין א חרון אף.
ווען א גוי געט עפעס צוריק איז עס א גאנצע נייעס.
אידען האבען השבת אבידה סענטערס און קיינער רעט נישט פון עס.
סע א נארמאלע זאך.
פארוואס זעהען מיר אין אלעס א קאמפעטישאן איד ווס. גוי?
ער האט געטון אן ארנטליכע זאך און עס קומט אים קרעדיט. ענד אוו סטארי!
דענקערפארוואס זעהען מיר אין אלעס א קאמפעטישאן איד ווס. גוי?
ער האט געטון אן ארנטליכע זאך און עס קומט אים קרעדיט. ענד אוו סטארי!
די גמ' זאגט (איך בין זיכער) "גדול המצווה ועושה מאינו מצווה ועושה".
[ציטאט אראפגענומען]
דער "לייק" איז פאר די אונטערשריפט אויפ'ן אוואטאר. דער וואונטש און דיירעקשן וואו הערשל קלאר זאל גיין.
דענקערפארוואס זעהען מיר אין אלעס א קאמפעטישאן איד ווס. גוי?
ער האט געטון אן ארנטליכע זאך און עס קומט אים קרעדיט. ענד אוו סטארי!
ער איז א קאמפעטישען?
יעדען טאג איז דא צעטלעך ווער סע האט פארלוירען זאכען און זשולערי זאל רופען די נומבער און דא האב בילי עס געהאלטען און מע האט איהם אויפגעזיכט.
דעס הייסט קאפמעטישען?
שטעלטס ענק פאר מע זאל מאכען אזא שנארער סייט פאר יעדעם וואס געט צריק א דיימענד פין אדער רינגעל.
[ציטאט אראפגענומען]
די רעפאבליקאנער האבען עס צוגעלאזט?
טעפל[ציטאט אראפגענומען]
די רעפאבליקאנער האבען עס צוגעלאזט?
דריי רעפאבליקאנע האבן געשטימט פאר אים
א מאן מיט זיין אכט-חדשים'דיג קינד זענען פארוואונדערט געווארן אין א פייער אין זייער אפארטמענט אין יאנקערס היינט נאכמיטאג. די פייער האט אויסגעבראכן אויפן ערשטן שטאק פונעם בילדינג. זיי זענען ביידע אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו דאס קינד קומט אפ מיט מילדע וואונדן. און די פאטער מיט צווייטע-דעגרי ברען-וואונדן. "אפפאל פון שעדליכע האט-קאפס זענען געפינען געווארן אינעם פארברענטן אפארטמענט" זאגט א פייער אינספעקטאר.
לויט ווי באריכטן גיבן איבער, וועלן אלע 'צוויי-ליטער' באטלעך פון קאלירטע סאודע ווערן אראפגענומען פון די פאליצעס קומענדיגע מארטש. די זעכצן אונסיגע בלומבערג-פלאן וועט אריינגיין אין אפעקט, און א שטראף פון צוויי הונדערט דאללער וועט אויסגעטיילט ווערן פאר די אלע וואס וועלן דאס נישט אויספאלגן. נאך צוויי מאל פארלעצן דעם געזעץ, וועט מען ארויפלייגן א בוטס. ביים דריטן מאל וועט מען שוין באקומען פויענטס אויפן מעטרא קארטל.
וויליאמסבורג- היינט פארטאגס איז אפיציעל פארראכטן געווארן די וואסער אפלויף וואס האט געפלאצט אנהויב וואך אויף פרענקלין צווישן פלאשינג און פארק. די גאס איז געווען אפגעשפארט אין לויף פון די טעג, צוליב די שטראמען וואסער אויפן גאנצן ארום. שטאטישע ארבייטער זענען געזעהן געווארן דורכאויס די צוויי טאג. אבער ווי די שכנים גיבן איבער: "די שטאטישע ארבייטער האבן בלויז אובאכט געגעבן אז קיינער זאל נישט ארויס שעפן קיין וואסער מער פון זעכצן אונס".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פעסטערייזט'. די פארלוירענע גרעיפ-דזשוס דעקל, באקומט א קאמפאוטישן. די מיסטיריעזע האט-קאפ דעקלעך.
א הויז האט עקספלאדירט אין העמפסטעד געגענט אין לאנג איילענד. קיינער איז נישט געווען אינעם בילדינג וואס איז געשטאנען (אמאל) פאר פארקלאוזשער. א פרוי פונעם דערנעבנדיגן בילדינג איז אפגעקומען מיט לייכטע וואונדן. שכינים האבן געהערט א הויעכע אויפרייס, אבער ס'איז נישט געזעהן געווארן קיינע פייער צינגען. די הויז איז אצינד א הויפן האט-קאפס.
בלומבערג איינגעשטעלטע ארעסטירט: א פייער וואלאונטיר אין סטעטן איילענד איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן צוברעכן א אייפעד קלאפנדיג אויף זיין ווייבס קאפ. ס'איז נישט קלאר אויב די אינטערנעט איז געווען די אורזאך פונעם קלאפ.
א סקול סעיפטי אפיציר אין ברוקלין איז ארעסטירט געווארן פארן נאכשרייען סטודענטן. "די הארבסטע איז נאך, דאס ארויסנעמען דעם פייפערל פון מויל" זאגט א הויעך-ראנגיגע גאסן קערער.
א זעקס-און-זיבעציג יעריגער איז דערהארגעט געווארן אין א עקסידענט דרייוונדיג זיין ספארטס יוטיליטי וויהקעל אין וואדהעיווען קווינס. די דרייווער פונעם אנדערן קאר איז ארעסטירט געווארן. פאליציי האבן נאכנישט ארויסגעגעבן קיין קלאגעס איבערן ארעסט. ווארשיינליך ערווארט אים איינע פון די פרישע קרימינאלע קלאגעס. די פרינטער איז נאך צומישט, און די קלאגעס גייען דערווייל נאכנישט דורך.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: דעם אלטמאדישן 'טשייניק'. זינט ווען די פייפערל צופייפט זיך, האבן אונז נישט וואו אריינגיסן ס'הייס וואסער. ברויכן מיר האקן אין קאפ מיטן טשייניק.
שעפטל ביסט בעסער פון גוט!
New York - New York City's best mayor of the last half-century? A new poll says city voters rank Rudy Giuliani tops. A Quinnipiac (KWIN'-uh-pee-ack) University poll released Thursday found 31 percent of city voters said Giuliani did the best job. That compares to 25 percent for Ed Koch and 24 percent for incumbent Michael Bloomberg. David Dinkins and John Lindsay got 6 percent each.
אינטרעסאנט וואס מען וואלט געזאגט אויף אים ווען נישט 9/11.
ער איז געווען היבש פארפיינטעט בעפאר דעם. איינער געדענקט נאך די דזשעיוואלקינג אנשיקעניש? ווען די פאליציי האבן געטיילט טיקעטס ביים אריבערגיין די גאס ביי א רויטע ליכט?
ער האט זיך געשלאגן און גע'הרג'עט מיט יעדן איינעם, א מין FIGHTER געוועהן.
פלוצים ביי סעפט. 11 איז ער געווארן דער "מעיאר פון אמעריקע", און זינט דאן באליבט ביי יעדן.
הכל תלוי במזל.
ניין ניין, ער האט רעדוסט קריים. אונטער דינקינס איז געווען א דיזעסטער
אמת, דאס יא.
איך געדענק נאך ווי פרייליך איך בין געווען ווען ער האט אונטערגענומען די מלחמה אנטקעגן די ווינדאו-שפריצער אויף די קארס וועלכע פלעגן דערנאך בעהטן א טיפ...
וואס גייט פאר און ווילי לעצטענס?
@KolHaolam: WILLIAMSBURG: Person was just killed at Throop & Middleton after he raised a car to work under and it apparently fell on him while doing so.
א גוי.
אין פורענות באה לעולם אלא בשביל ישראל.
פון די סיום מס' שבת וואס אגודת ישראל האט געמאכט די וואך מוצאי שבת אין וויליאמסבורג רעדט מען נישט?
ווער בענקט זיך נאך די טעגליכע נייעס פון שעפטל?
שעפטל וואו ביסטו??
גנב'נען און Saudi Arabia
קען קאסטן א מיתה משונה'דיגן ענדע דורך ווערן פארנאגעלט,
(
לינק)
גראדע האב איך אמאל געוואטשט א אינטערוויו מיט די סאודי אראביע טאטעס. איינער פרעגט זיי איבער דעם טויט-שטראף אויף אזעלכע עבירות ווי גניבה, אדער ברוטאלע עונשים ווי אפהאקן די האנט וכו'
זאגט ער דארטן אז עס איז נישט פאר א גניבה'לע סתם אזוי ווי די וועלט מיינט, אויב דער גנב איז א ארעמאן און דארף צום לעבן איז בכלל נישטא קיין עונש, און אפילו אנדערע, דארף דאס זיין נאך 3 מאל התראה אז ער גייט באקומען דעם עונש, און יענער גנב'עט ווייטער נאר לשם גניבה, סתם א בעל תאוה, דאן באקומט מען א עונש.
The United States bluntly warned North Korea on Monday that it will use military force if necessary to protect the United States and its allies in Asia from a North Korean nuclear strike or to prevent the impoverished North from selling nuclear weapons or expertise.
[ציטאט אראפגענומען]
פראביר יעצט,
Linkאיך ווייס נישט אויב איך וויל עכט א תשובה. וואס מיינט דאס? מען דעהארגעט גרויזאם א מענטש מיטן אריינהאקן אין אים נעגלעך בשעת ער לעבט?
שמעקעדיגאיך ווייס נישט אויב איך וויל עכט א תשובה. וואס מיינט דאס? מען דעהארגעט גרויזאם א מענטש מיטן אריינהאקן אין אים נעגלעך בשעת ער לעבט?
א קשיא אויף דעם בלוט דורשטיגע איסלאמישע רעליגיע,
VINeias: NEW YORK: Police have arrested a suspect after four people are shot dead and at least two more are injured in upstate, NY In Herkimer
איינער ארעסטירט אין הערקמייער ני (ווייס נישט ווי דאס איז) נאך וואס 4 מענטשן זענען געהרג'ט
דירה געזיכט: מערסטנסטייל מענטשליכע פאמיליעס האבן זיך שוין באזעצט אויף א פרישן ארט זינט דעם סענדי שטורעם. אבער א הינט וואס וויילט שוין זינט דאן אין א שעלטער אין לאנג איילענד הייבט איצט אן זיכן א פרישע היים נאך וואס די שעלטער גרייטן זיך צו אראפלאזן אירע טירן דעם פרייטאג. "סעקשאן אכט איז קיין אפציע" זאגט א וועכטער אינעם שעלטער. "די הינט איז ווילד, און לויפט כסדר ארויס פון זיין סעקשאן".
די אדמיניסטראטאר פון די טי-עס-עי איז אויסגעשטאנען הייס-פייער ביים זיך שטעלן בעפאר ערוויילטע אפישעלס, צו ענטפערן איבער זיין פלאן ארויפצולאזן מעסערלעך אויף פליגערס. ווי אויך האבן זיי אים אנדעקט אז לעצטן חודש האבן זיי אונטערגעשטעלט א פאלשע באמבע פארנייעט מיט סטיטשעס אין א הויזן, און ס'איז נישט אויפגעכאפט געווארן. זיין אנטווארט: אויב אין ניו יארקע גאסן קען מען זיך דרייען פראנק-און-פריי מיט גרויסע קאפס סאודע, דאן מעג מען ארויפטראגן מעסערלעך אויף פליגערס".
א ניין-און-פערציג יעריגע פרוי אין ברידזשפארט קאנעטיקאט איז אנגעקלאגט געווארן פארן זיך באניצן מיט די פיר-און-זיבעציג טויזענט דאללער וואס זי האט אנגעטראפן אין איר באנק אקאונט. פאליציי זאגן אז דאס איז בטעות אריינגעשטעלט געווארן, אנשטאט צו די ריכטיגע אקאונט פון סי-טאון סופערמארקעט. די פארוויילטונג פון סענטערל-מארקעט לייגט אבער אפ: די געלט איז נישט פון אונזערע קאסעס. אונז קוקן אויף קוואליטי.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קוואליטי העלטה סענטער'. טראץ די אראפגעלאזטע טירן, וועט אונזער שטאב אייך פארנייען מיט סטיטשעס לויטן געברויך.
שעפטל איז בעק!!!
א
פרישע גאלאפ אנקעטע,
צייגט אמעריקאנע שטיצע פאר מדינת ישראל שטייט יעצט ביים העכסטן שטאפל דורכאויס די לעצטע 22 יאר ,
64% האבן סימפאטיע פאר מדינת ישראל,
בלויז 12% פאר די פאלאסטיניע,
23% האבן נישט אדער יא סימפאטיע צו ביידע,
נעכטן
די ניו יארק קאוסט-גארד האבן פאררופן א קורצע אפשטעל נאך א זעכצן שעה זיכעניש נאך א מאן וואס האט אריינשפאצירט אין די וואסערן ביים די ברעגס פון קאני-איילענד. ער איז לעצט געזעהן געווארן געציילטע מינוטן דערנאך, ווען זיין קאפ האט זיך נאך ארויסגעזעהן פונעם וואסער. שיפן מיט ספעציעלע דייווערס זענען געברענגט געווארן. מאנכע האבן זיך צושמייכלט נאך וואס בלומבערג האט געפרעגט וויפיל אונסעס די וואסער איז.
צוויי זענען היינט ארעסטירט געווארן נאך באזונדערע פאלשע באמבע ווארענונגען אינעם ניוארק לופטפעלד אין ניו גערסי. 'עווען-העריס' פון תל אביב האט אריינגעריפן נאך וואס ס'איז נישט געווען קיין זיץ אויפן פליגער וואס ער האט געוואלט אהיימפארן. 'טאמעס-פאולי' פון האבאוקען האט דאס געטוהן נאכן ווארטן אין א לאנגע שורה. ביידע זענען גלייך אנגעקלאגט געווארן. טי-עס-עי אדמיניסטראטאר זאגט: פאלשע ווארענונגען איז קיינמאל פארבאטן געווען ארויפצוטראגן אויף א פליגער.
פונף ניו יארק פאליציי איינגעשטעלטע זענען ארעסטירט געווארן אין די לעצטע צוויי טעג. דריי אפיצירן און צוויי טרעפיק אגענטן. איטליכע פון זיי פארן דרייוון זייענדיג אנגעטרינקן, איינע פארן באזיץ פון געגנב'טע סחורה. און איינע פארן טראגן מיט זיך פאלשע וואפן. די אגענטור האט נישט ארויסגעגעבן איינצלעהייטן איבער די ארעסטן. קעלי זאגט: די טינקעלע פערשוינען זענען דאס מאל אויף אונזער זייט פון די ריאטן.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'יו-עס-עירוועיס'. אונזערע פליגער האבן א זיץ פאר אייך, מיט א בלויזע לאנגע שורה ארויסצוגיין, נאכן אריינדייוון אין די גרעסטע האדסאן-וואסערן.