☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14

פעדער » דינסטאג יוני 19, 2012 12:25 pm

· #18611
וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
אטענס – גריכלאנד
די נעא-נאצי גאלדן דאון פארטיי האלט אן א שטארקע מאמענטום אין די ארטיגע פארלאמענט געווינענדיג היי יאר קרוב צו זיבן פראצענט וואלן אין די גריכישע נאציאנאלע וואלן.
די פאשיסטישע פארטיי, מיט א ענליכן נאצישן סוואסטיקא סטיל סימבאל, און לייקענענדע האלאוקאוסט פירער, האט באקומען פראמינענטליכע דעקונג איבערן לאנד, זינט זי איז אנערקענט געווארן צום ערשטע מאל אין די גריכלאנד'ס 'נאכנישט ענטשידענע' נאציאנאלע וואלן – זעקס וואכן צוריק.

פארט אבער האט די קאסערוואטיווע נייע דעמאקראטישע פראטיי - וואס טוט שטיצן דאס בלייבן אין אייראפעישע יוניאן, ווי אויך, דאס איינהאלטן איר התחייבות, וואס גריכלאנד האט זיך אונטערגענומען בשייכות די בעילאוט פלענער פארגעשריבן פאר איר. – געווינען א מערהייט וואלן, און וועט ווארשיינליך פארמירן די נייע רעגירונג.

כאטש די פאראויסזאגעכצער פון אסאך עקספערטן, פאולס, און קאמענטירער, אז די שטיצע פאר די נאצי-געשטימטע פארטיי וועט פאלן אין די שפעטערדיגע רונדעס פון וואלן, און די ארגינאלע ערשטע רעזולטאטן זענען בלויז געווען א אנדייטונג אויף די שטארקע אנטוישונג און ווייטאג וואס הערשט ביי דעם המון עם אויף די ביז איצטיגע עסטאביליזירטע פאליטישע פארטייען שולדיג אין די עקענאמישע קריזיס האט זיך עס אבער אין פאקט, נישט צופיהל געביטן, כאטש ס'איז יא מיט אביסל ווינציגער געווארן, בלייבן זיי אבער נאכאלץ איבער מיט א 6.97 פראצענט וואס וועט זיי איינהאנדלען 19 בענקלעך אין א פארלאמענט פון 300.

"דאס ווייזט קלאר אז מיר זענען אלע פאלש געווען מיט די מיינונג איבער די פראצענטן לגבי דעם נושא, און וויפיהל טוען באמת שטיצן זייער אומלעגאלע אימיגראנטן פאליסיס, און נאצי אנטשויאונגען" האט געזאגט דעיוויד סאלטייל, דער פרעזידענט פון 'באורד אף דזשאויש קאמיוניטיס' אין גריכלאנד. "ס'איז א פראבלעם פאר די גריכישע דעמאקראטיע, און עס בלייבט נאר איבער צוזען וויזוי די אנדערע פארטייען וועלן רעאגירן, ס'איז צום האפן אז זיי וועלן איזאלירט ווערן" האט ער צוגעענדיגט
גאלדען דאון קאמפיינט אויף א אנטי שטייער העכערונג און אנטי אימיגראציע פלאטפארמע, רייטענדיג אויף די פחד פון די פשוטע מאסן וואס זענען באזארגט זעענדיג זייערע שכינות'דיגע לענדער ווערן אינוואדירט ביי כמעט א האלבע מיליאן אימיגראנטן פון אזיע און אפריקע וועלכע נוצן זיי אלס א בריקל זיך אזוי אריינצובאקומען אין די אייראפעישע יוניאן.

נאך די ערשטע וואלן, האט גאלדן דאון'ס פירער 'ניקאלאאס מיכאלאליאקאס' - וועלכער איז באקאנט געווארן נאכן געווינען א זיץ אין אטענס סיטי קאנסול יאר 2010 – ווען ער האט דאן געפייערט זיין דערגרייכונג מיטן סאלוטירן דעם נאצי סאלוט אינעם הויפטשטאט'ס סיטי געביידע – האט געגעבן אן אינטערוויאו אין וועלכן ער לייקנט אינגאנצן דעם עקזיסטענץ פון די גאז קאמערן אין די נאצי טויט לאגערן.
------------------------------------------
אלען גראס איז אין 'געווענליכע' געזונט צושטאנד! זאגן באאמטע..

אלען גראס, א אידישער אמעריקאנער קאנטראקטער פון פאטאמעק-מערילענד 63 איז ארעסטירט געווארן אין 2009 פארן אנגעבליך געזאלט האבן אריינגעברענגט סאטעליט טעלעפאונען און קאמפיוטער עקוויפמענט פאר מיטגלידער פון די קובאנע אידישע קאמיוניטי. און פאריאר פאראורטיילט געווארן צו 15 יאר טורמע

שוין א לאנגע צייט וואס די קובענע אויטאריטעטן ווערן באשולדיגט דורך די אמעריקאנער/פאמיליע/און פרייע פרעסע פארן פארנאכלעסיגן זיין געזונטהייט און פרובן צו באהאלטן די פאקטן פון די פרייע וועלט, נאכן שטופן איבער א מאנאט דאס ארויסגעבן זיינע מעדיצינישע רעקארדס פאר די משפחה און פריוואטע לויער.

ענדליך יעצט האט די קובאנע רעיגרונג ארויסגעבן זיינע פיילס פאר די פאמיליע נאך וואס די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגערין וויקטאריע נאלאנד, האט באשולדיגט די קובאנע אין זיך שלעכט אפגעבן מיט גראס, זאגנדיג ער איז אין אזא שוואכע צושטאנד אז ער קען ניטאמאל שטעלן אפאר טריט אפ' אינעם אייגענע קליינטשיג טורמע צעל

די קובאנע זייענדיג שטארק פארשעמט האבן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכן זיי טוען העפטיג פראטעסטירן אנטקעגן די באשילדיגונגען זאגענדיג אז די אמעריקאנע רעגירונג/משפחה, און זיי מצדם האבן אויסגעטוישט נאכאנדיגע קאמפלעטע מעדיצינישע באריכטן איבער זיין געזונט צושטאנד, ווי אויך טוען זיי פארדאמען די פאלשע פאבריקאציעס וואס דרייען זיך ארום איבער די ווירקליכקייט פון זיין לאגע, און ס'איז אמת אז גראס איז נישט געווען אמבעסטן ליידענדיג פון געוויסע קראנקהייטן אבער טענה'ט אז לעת עתה איז ער אין א 'נארמאלע' געזונטהייט סטאטוס און ווערט נאך ווייטער געהאלטן אין א מיליטערישע שפיטאל ווערנדיג באהאנדלט, בכדי צו פארזיכערן די בעסטע אטמאספערע פאר זיין ערהוילונג.אנשטאט אים צוריקפירן אין תפיסה.

די פאמיליע האט געזאגט אין א סטעיטמענט ארויסגעגעבן דורך זייער לויער. "ס'איז צום באדויערן אז ס'האט זיי גענומען איבער א חודש ארויסצוגעבן די רעקארדס, כאטש די נאכאנאנדע פארלאנגען דערפאר, מיר וועלן זיך אפהאלטן פון קאמענטירן ביז נאכוואס אלענ'ס אמעריקאנע דאקטורים וועלן האבן א שאנס איבערצוגיין און אנאלאזירן די מעדיצינישע דאקומענטן וואס די קובאנע האבן צוגעשטעלט.

בכל אופן, וויזוי ס'זאל נאר נישט זיין, טוט יעדער וואס האט געזען די לעצטיגע 'בלאסע' בילדער פון אלען – וואויל פארשטיין, די פאמיליעס לעגעטימע זארגן פאר זיין גייסטישע און פיזישע וואוילזיין.
-----------------------------------------------------------
די איזראעלישע רעגירונג האבן אלע בפה אחד באוויליגט צו פארברייטערן די פאנדן פאר ציין קעיר אין ישראל. נעמליך, אנגעפאנגען פון דעם ערשטן פון יולי וועלן אין די הילפס פראגראמען געגעבן ווערן אויך פאר קינדער ביז די יארגאנג פון 12, ביז איצט האבן נאר קינדער ביז 10 געקענט דערפון געניסן.

ביים אריינפיר צום זיצונג, האט פרעימיער מיניסטער בנימין נתניהו אויסגעלויבט דעם פארברייטערונג געבנדיג דערפאר קרעדיט צום חרדישן סגן שר הבריאות יעקב ליצמאן, קלארער גערעדט: מכאן והלאה וועלן איינס און אהאלב מיליאן קינדער אין ישראל באקומען בחנם ציין באהאנדלונג. ביז איצט האט ציין טריטמענט אפגעקאסט א הון רב, און איז פאר גאר אסאך משפחות אוממעגליך געווען זיך צו ערלויבן, אבער פון היינט אן האט זיך עס געביטן!

"ליצמאן איז די בעסטע זאך וואס האט פאסירט צום געזונטהייט אדמיניסטראציע" האט נתניהו באטאנט.
דער סגן שר הבריאות חבר הכנסת יעקב ליצמאן האט אויסגעלויבט די רעגירונגס באשלוס זאגנדיג " די רעפארמען אין דעם געביט ברענגען א בעסערע טויש און געבן א מער יושר'דיגן באהאנדלונג פאר אונזערע קינדער'ס געזונטהייט. אדאנק דעם סיסטעם וועלן מיר פארזעצן צו פארשריטירן ווייטערדיגע שטאפלען אין רעפארמען, און מיט די צייט אויך ארייננעמען אין די אומזיסטיגע פראגראמען קינדער ביז 14, שוין אפילו אזוי נאנט ווי קומענדיגע יאר, און אזוי ווייטער ביזן דערגרייכונג א אויסברייטערונג ביז צו די יארגאנג פון 18
די צאל קינדער וואס זענען כהיום בארעכטיגט צו די פראגראמען (0-10 זענען - 1.230 די צאל קינדער וואס וועלן צוקומען נאכן ענדגילטיגן החלטה פון די אנגייענדע זיצונג איז – 267.000. די צאל קינדער וואס האבן באקומען ציין באהאנדלונג אויף די פראגראמען אין יאר 2011 (0-8) זענען 265.000. און קינדער פון 9-10 (2011) זענען 90.000. – אין א האלבע יאר אליין!
ס"ה קינדער וואס האבן באקומען אומזיסטע ציין באהאנדלונגען אין יאר 2011 איז 355.000 קינדער.

נו ווילאנג די געשנארעטע געלטער גייט פאר געזונטהייט און נישט פאר באמבעס און חינוך, לאמיר קלאפן א גוטס.

אלבערט » דינסטאג יוני 19, 2012 1:33 pm

· #18632
א דאנק אייך פאר דעם נייעס רעפארט.

פעדער » דינסטאג יוני 26, 2012 12:01 pm

· #20071
פרעזידענט פון רוסלאנד אויף א באזוך אין איזראעל

פוטין איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד דורך צה"ל מיליטער און האט אויפגעטרעטן פאר די איזראעלישע פרעסע צוזאמען מיט פרעזידענט שמעון פערעס ווי צווישן אנדערע האט פערעס געזאגט צו פוטין אז זיין באזוך טראגט א באדייטפולע אינטערעסע פאר די איזראעלישע בירגער צוגעבנדיג אז די דארטיגע איינוואוינער זעען אין אים א 'פירער וואס זיינע פאליסיס זענען וויכטיג און חשוב פאר וועלט סטאביליטעט'

פערעס האט אויך צוגעלייגט אז ער איז איבערצייגט רוסלאנד שפילט א הויפט ראלע אין לעזן די אלטוועלטליכע זארגן אנבאלאנגט די געפארן וואס איראן ברענגט צו גלאבאלע פרידן. "איך ווייס אז רוסלאנד ווארפט אפ סיי וועלכע באשילדוגונג דאס זי העלפט איראן פאבריצירן מאסן פארניכטיגונגס וואפן" און אריינקוקנדיג אין פוטין'ס געזיכט האט ער אויסגעפירט דרוקנדיג יעדעס ווארט – האסט עס דייטליך דערקלערט, אלזא איז גאר וויכטיג אז די אנשטרענגונען זיך אפצוהאלטן דערפון זאלן ווייטער פארזעצן.

אויף דעם האט פוטין רעאגירט, דאס אז רוסלאנד טראגט א פליכט פון פארזיכערן פרידן פאר ישראל, און דערמאנט אז נאך דאן ווען זי האט זיך געגרינדעט האט דער סאוויעטן פארבאנד גענומען אויף זיך איר צו שטיצן. וואס שייך די באגעגעניש צווישן פוטין און נתניהו האט ער דאס באצייכנט אלס 'עפעקטיוו און פריוואט' אבער נישט אריינגייענדיג אין פרטים, נאכן רעדן צו די פרעסע האבן פערעס און פוטין פארגעזעצט זייער צוזאמנטרעף אונטער פיר אויגן, צווישן אנדערע איז ערווארטעט אז זיי וועלן רעדן פון איראנ'ס נוקלעארע פרשה און די אויפשטענדלער קאמפן אין סיריע.
דאס באנייען אנדרטה און באגעגעניש מיט נתניהו

צוערשט האט זיך דער טאג אנגעהויבן מיט א גרויסארטיגע צערעמאניע פאר א ניי געפארטיגטע מאנומענט 'אנדרטה' אין נתניהו, אפצוצייכענען דאס געווינס פון די רויטע ארמיי איבער די נאצישע כוחות ביים צוייטן וועלט קריג. אין פוטין'ס רעדע האט ער באוואונדערט דעם מאנומענט און באטאנט אז איר באנייאונג טוט פארשטערקערן זיין עהרע וואס ער פיהלט כלפי דאס אידיש פאלק און מדינת ישראל.

דערנאך האט פוטין פארגעזעצט קיין ירושלים וואו ער האט זיך געטראפן מיט בנימין נתניהו אין זיין וואוינונג, די צוויי האבן גערעדט צווישן זיך ווי אויבן דערמאנט פאר העכער א שטונדע, פוטין האט שפעטער אנגעצייכנט אז די צוויי האבן גערעדט איבער א שטויס אנגעלעגנהייטן און ספעציעל איבער נושאים וואס נעמען אריין עקענאמיע, און אויך איבער פארדרייטע געפעלשטע פאקטן בשייכות די האלאוקאסט און דעם צווייטן וועלט קריג
ביים ענדיגן האט פוטין צוגעגעבן אז די שמועסן איבער איראן, זענען געווען גאר איינצעלהייטליך און זייער ווירקזאם"
----------------------------
אן עצרת אום 5 פארטאג, זיך מוסר נפש צו זיין געגן די גיוס

טויזנטער ערליכע אידן, מענער פרויען און קינדער האבן זיך באטייליגט מאנטאג פארטאג ביים עצרת תפילה און מחאה וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורך די עדה החרדית אין ירושלים אנטקעגן דאס איינרוקן אין מיליטער תלמידי הישיבות.
די פראטעסטירער אין שפיץ פון די חושיבע רבנים האבן זיך פארזאמלט אין כיכר השבת נאנט צו 5 פארטאגס א טייל איינגעהילט אין צוריסענע זעק, פארזאגנדיג פסוקי תהילים, פיוטי סליחות , און פזמונים פון קינות, אויסשרייענדיג זייער ווייטאג געגן די סכנה פון גיוס

די גאב"ד פון עדה החרדית הרב יצחק טוביה ווייס שליט"א האט הויעך אויסגעשריגן "מיר וועלן נישט ערלויבן צו נעמען אונזערע אינגעלייט צום מיליטער אדער פאליציי, און מיר וועלן נישט באיינדרוקט ווערן פון אלע זייערע איבעררעדונגען" צוגעבנדיג אז דאס אלץ איז א פראוו פון די ממשלה צו איינווארפן און חרוב מאכן דעם עולם התורה.
אין א אומגעווענליכע שריט האבן זיך צו די דאמענסטראציעס אויך משתתף געווען אפילו חושיבע מעסיגערע רבנים וואס ציילן זיך נישט צוישן די עדה ווי הרב שמואל אויערבאך וואס האט אין א דרשה קלארגעשטעלט אז מען ברויך זיך קעגנשטעלן דעם גיוס מיטן פולסטן עקשנות, און דאס גייט אריין בגדר "יהרג ואל יעבור"

אין די רעזאלטירנדע באשלוסן פונעם עצרת איז פארשריבן געווארן דאס די ציבור זעט אין די געשטעלטע עסקנים א פאראנטווארטליכקייט אין דעם אויסגאנג פון די געזעץ און לויט ווי זיי באשליסן דאס איז יעדעם מחייב, אריינגערעכנט דאס אז אויף יעדעם ליגט א חיוב זיך געגן צושטעלן מיטן הארץ און זעהל ממש ביז צו מסירת נפש געגן די נידריגע גיוס-פארשלאגן: פארגרעסערן די צאל חרדים וואס דארפן איינרוקן, און שרינקונג פון די 'פטורים' וואס ווערן געגעבן פאר 'תלמידי ישיבות' וואס ס'איז 'תורתם אומנותם'.

דורכאויס די הפגנות איז נישט פארצייכנט געווארן קיין אויסעראדנטליכע געשעהענישן, אויסער דאס אז עטליכע זשורנאליסטןוואס זענען געקומען דעקן די מצב זענען באווארפן געווארן מיט שטיינער, פאלציי איז פונקט נישט געווען דאן אויפן ארט צו זעהן דעם אטאקע.

אין א מודעה וואס די רבני עדה החרדית האבן פובליצירט אין צוגרייטונג צו די פראטעסטן האבן זיי געווארנט און קלאר געמאכן פארן ציבור אז אין אזא צייט וואס די באהערדע זוכט אפצוטוהן דעם מסך המבדיל צווישן די ערליכע אידן און פרייע מחללי התורה זיי אויסצומישן אין איין טאפ, איז נישט קיין צייט צו מאכן פשרות און וויתורים נאר א צייט אויפצורידערן א וועלט 'יהיה מה שיהיה'. און דאס זעלביגע האבן די רבנים מחוץ לעדה החרדית געשריבן: אז מיר זענען מחויב זיך מוסר נפש צו זיין דערויף און נישט נאכגעבן קיין פינטל, ווייל דאס רירט אן אין די יסודות און שורשים פון דעם רוחניות'דיגן און גשמיות'דיגן עקזיסטענץ פון עם ישראל.

זר זהב » דינסטאג יולי 3, 2012 12:27 pm

· #21451
אמעריקע פארשטערקערט די קראפטן נעבן איראן
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2012/07/03/world/middleeast/us-adds-forces-in-persian-gulf-a-signal-to-iran.html?_r=1&hp&pagewanted=all">http://www.nytimes.com/2012/07/03/world ... wanted=all</a>

“The message to Iran is, ‘Don’t even think about it,’ ” one senior Defense Department official said. “Don’t even think about closing the strait. We’ll clear the mines. Don’t even think about sending your fast boats out to harass our vessels or commercial shipping. We’ll put them on the bottom of the gulf.” Like others interviewed, the official spoke on the condition of anonymity because of the delicacy of the diplomatic and military situation.

זר זהב » דינסטאג יולי 3, 2012 4:00 pm

· #21504
A federal judge today sentenced Mordchai Fish, an Orthodox rabbi from Brooklyn who was a key money-laundering figure swept up in the FBI’s 2009 “Bid Rig III” sting, to nearly four years in prison.

פיינע קאווע » דינסטאג יולי 3, 2012 4:15 pm

· #21505
אוי איז ער א טייערער איד, שווער צו גלייבן ער האט געוויסט אז ער באגייט א עבירה קלפי דינא דמלכותא. איך וויל אים זייער שטארק מלמד זכות זיין.

זר זהב » דינסטאג יולי 3, 2012 4:18 pm

· #21506
שווער צו גלייבן ער האט געוואוסט אז ער הייבט זיך אן מיט'ן מאלחיס שעל כעיסעד.

פעדער » מיטוואך יולי 4, 2012 4:22 pm

· #21713
חיזבאלא האט באריכטעט אז איזראעלישע לופט כוחות האבן אויפגעריסן זייערס א אונטערהער אפאראט וועלכע זיי האבן געהאט אינסטאלירט אויף טעלעקאמוניקאציע-קעיבלס אין דרום לבנון נאכוואס חיזבאלא האט אנטדעקט די אינסטאלאציעס וואס מדינת ישראל האט איינגעריכטעט, און אזוי ארום שפיאנירט אויף זייערע טעלעקאמוניקאציע סיסטעמען. מיליטערישע באמבאדיר עראפלאנען זענען געזען געווארן אויף די לבנון הימלען, און לויט ווי לבנון באריכטעט האבן די ישראלים אראפגעשאסן א מיסיל און דערמיט צושטערט דעם אפאראט.
חיזבאלא טענה'ט אז זי האט מצליח געווען אויפצוכאפן איזרעל'ס אקטיוויטעטן אונטערצוהערן זייערע טעלעפאונישע פארבינדונגען אד"ג – אין יענעם געגנט און איזרעל האט דאס פונדערווייטן אויפגעריסן אהן מענטשליכע פאטאליטעטן. דאס איז זאגן זיי, א לעצטע פון א רייע אטאקעס מצד איזראעל אויף זייערע טעלעקאמוניקאציע איינריכטונגען, אבער זי וועט ווייטער פארזעצן מיטן איבערקלוגן די פיינט'ס בייזוויליגע פלענער. איזראעל האט ווי געווענליך זיך אפגעזאגט פון קאמענטירן
------------------------------------

א אור אלטער בית הכנסת נאך פון די ימי התלמוד איז אנטדעקט געווארן דורכאויס ארכעלאגישע גראבונגען אין די חורבות-חוקוק דאן א אידישע ישוב אונטן אין גליל, צפון מערב פון כנרת. די חורבות זענען געפינען געווארן אויף א דערנבענדיג בארג וואס שטארצט ארויס פון צווישן די חורבות פון די געוועזענע שטאט חוקוק פון די ימי המשנה והתלמוד, ווען צו יענץ צייט האט געוואוינט דארט א באדייטנדע צאל תנאים ואמוראים, און די שטאט ווערט דערמאנט אין תלמוד ירושלמי אין פארבינדונג צו די קדושים וטהורים וועלכע האבן געלעבט אין געווירקט דארט.
אויפן עקזיסטענץ פונעם אור אלטן בית הכנסת צווישן די דארטיגע חורבות, ווערט שוין געברענגט עדות'שאפטן פון רבי אשתורי הפרחי אין זיין חיבור "כפתור ופרח", און אויף פריערדיגע פראוון פון ארכעלאגן אנגעוואנדן אין די פארגאנגענהייט, איר צו אנטדעקן.

אין פאקט האט מען דורכאויס די פריערדיגע יארן שוין געטראפן פולע דעקארירטע ארכיטעקטועלע שטיינער וואס האבן באלאנגט צום בית הכנסת אבער אויפצוגראבן און אנטבלויזן א טייל פונעם עצם געבוי אריינגערעכנט א פרעכטיגע וואנט געבויעט מיט גרויסע הערליך אויסגעהאקטע שטיינער, און אויסגעפלאסטערטע רוימיש סטיל, מאזאיק דיל (בילדער און אויסצירונגען צוזאמגעשטעלט פון מארבל שטיינער אויף די ערד) – איז דאס ערשטע מאל אין היסטאריע.
די גראבונגען ווערן אנגעפירט און פינאנצירט דורך עטליכע גרויסע איניווירזיטעטן און שולעס פון אמעריקע און קאנאדא, און ווי אויך טוען גרויסע פראפעסארן און סטודענטן פון די ארטיגע אקאדעמיעס אנטיילנעמען אין אין די פריעקטן.

ווי די פירער און די וועלכע שטייען אין שפיץ פון די פארשונגען האבן באריכטעט איז זיכער די קלימאקס פונעם געפינס – דאס אנטדעקן א הערליך מאזעאיק פון צווישן די חורבות אויף וועלכע ס'איז גאר קונצליך אויסגעמאלן און געפארעמט די קאפיטלען פון שמשון הגיבור באזירט אויף די פסוקים פון תנ"ך אין ספר שופטים, און נאך פארשידענע גאר מייסטערליכע בילדער און צייכענונגען. צווישן זיי א שיין אויסגעצירטע ברכה פאר די וואס זענען מקדיש זייער פלאג פאר מצות און מעשים טובים.. כאטש א קענבארע טייל איז שוין אפגעמעקט געווארן, זעט זיך נאך אלץ אן די ווערטער "בכל מצותכן יהא עמלכן... שלום.
📎 1215.jpg

פעדער » מיטוואך יולי 4, 2012 4:22 pm

· #21714
די אראבער טוען אין די טעג פארשוועכן דאס הייליגסטע ארט ביי כלל ישראל די אבן שתיה וואס דערויף האט גערוהט דער ארון הברית אינעם קודש הקדשים. די אראבישע באהערדע און וואקף מיטגלידער האבן אויפגעשטעלט אויפן ארט גרויסע סקעפהאלדינגס מיטן ציל צו רענארווירן זייער קלויסטער (דזשאמדזשא) דער 'כיפת הסלע'.
פארשידענע ארגאניזאציעס אפצוהיטן די מקום המקדש רופן פאר א באלדיגע רעזיגנאציע פון די ירושלימ'ער פאליציי קאמאנדיר צוליב זיין פארנאכלעסונג אפצוהאלטן די שענדונג פונעם הייליגן ארט.

לויט זייער טענה איז דאס מפקיר זיין די הר הבית אין מוסלעמענער הענט, א זאך וואס ברענגט נאר צו כסדר צו אפטערע חילול און צעשטערונג צו דאס ביסל וואס איז פארבליבן פונעם בית המקדש, מיט די אנלייגעניש פון מאסיווע ארבעטס מאשינעריי און געצייג, און אהנע נארמאלע אופזיכט, דורך די פארלייקענער פונעם הייליג הויז – די אראבער.
די מקדש-היטער וויאזוי זיי פאררופן זיך זאגן אז די איזראעלישע לאקאלע אינסטאנצן זענען גוט אינפארמירט איבער די שרעקליכע עוולות און פארוויסטונגען וואס די אראבער זייען אן אויפן הר הבית, אבער פרובן עס צו באהאלטן פון די פובליק כדי זיך איינצוקויפן רוהיגקייט מצד די אראבער אין בעפארגרייטונג צו זייער ראמאדאן חאגע. און 'ניסו שחם' דער שעף פון די פאליציי דעפארטמענט איז פאראנטווארטליך אויף אלץ, געבנדיג א פרייע האנט פאר די אראבער צו טוהן וואס זייער הארץ גלוסט אריינגערעכנט שעדיגן און פארשוועכן, פארמעקן אלטע איינקריצונגען און געדענקענישן פון אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט אויפ'ן הר הבית און אין די היילן וואס געפינט זיך הונטער די אבן שתיה. ווי אויך הערשט א שטארקע זארג פאר די פרעזערווירונג און פרידן פון אומצאליגע אומשאצבארע היסטארישע טרעפונגען און ארטיקלען וועלכע זענען אין א געפאר פון פארטיליגונג און פארלירונג.

די ארגאנאזאציעס ווענדן זיך מיט א רוף צו חבר הכנסת אורי אריעל דער פארזיצער פון די סטעיט קאנטראל קאמיטע, ארויסצוגעבן די רעזולטאטן פון די רעגירונגס אינספעקטארס פארן המון און עס מפרסם זיין אזוי צו קענען פאררעכטן די שרעקליכע אומרעכטן וואס ווערן באגאנגען, אויפן בארג, מעשים, וועלכע זענען גורם שאדן צו די איבערבלייבענישן פון בית מקדש ראשון, און אויך דאס פאראייביגונג פונעם הר הבית'נס היסטאריע.

פעדער » מיטוואך יולי 4, 2012 4:22 pm

· #21715
קעניע: געבראכן אן איראנע צעל

צוויי איראנע אגענטן זענען פארהאלטן און ארעסטירט געווארן נאכן געפונען ביי זיי א זאפאס פון אויפרייס מאטעריאל, זיי ווערן געהאלטן אויפן פארדאכט צו האבן פלאנירט ווי צו אטאקירן אמעריקאנע, איזראעלישע, און בריטישע צילן אין א"י לויטעט די אינטעלידזשענס באריכטן פון די איזרעלישע שפיאנאזש אגענטורן.

די צוויי 'אחמעד אבו אל פאתחי מוחמד' און 'סייד מאנסור מוסאווי' מיטגלידער פון א ספעציעל סיקרעט יוניט, אינערהאלב די איראנע שפיאנאזש, זענען ארעסטירט געווארן אינעם פארט שטאט 'ממובסא' ווען צו זייער באזיץ פארמאגן זיי 15 קילאגראם אויפרייס שטאף פון גאר א הויכן קאליבער RDX . ווי אנגעגעבן באלאנגן א טייל פון די האטעלן לענגאויס דעם בארטן צו איזראעלישע אייגענטומער

די צוויי פארדעכטיגטע האבן אפגעלייקנט סיי וועלכע באשילדוגונגען "מיר פארלאנגען באפרייט צו ווערן אויף בעיל וויבאלד מיר זענען אומשולדיג" האט איינער פון זיי דערקלערט פאר א געריכט אין ניירובי. "די פאליציי האט קאנפעסקירט אונזערע געלטער און מיר זענען אויסגעשטאנען פייניגונגען"

איינע פון זיי האט געטענה'ט אז די מוסד אגענטן האבן זיי געפייניגט אינדערצייט וואס זיי האבן זיך געפינען אינעם ארטיגן פאליציי סטאנציע, מוחמד זאגט אז איינע פון די אגענטן האבן אים איינגעשפריצט מיט כעמישע קעמיקאלע פליסיגקייטן אהן זיין ערלויבעניש די פאליצייאישע פראקואר דאניעל מאסאנזשי האט אפגעווארפן מוחמד'ס און זיין קאלעגע'ס פאלשע אנגעגעבענע טענות. פארט אבער האט דער שופט פול ביגוויט באשטימט אן אויספארשונג דערויף זאגנדיג אז די קלאגעס פארמאגן האפט.
אין ליכט פון דעם פאסירונג האט די איזראעלישע אמבאסאדער אין קעניע ארויסגעגעבן א פרישע ווארענונג איבער פאטענציעל פאר א מעגליכע טעראר אטאקע אויף אירע בירגער.

פעדער » מיטוואך יולי 4, 2012 4:23 pm

· #21716
א נייע געזעץ איז אריין אין קראפט אין פראנקרייך וואס פארלאנגט יעדן מאטאריסט צו פארמאגן אין קאר א 'ברעטעלייזער קיט' (אן אינסטרומענט די פאליציי אינטערזוכט דערמיט די שטאפלען אלקאהאל אינעם דרייווער'ס בלוט כדי צו באשטימען אויב ער איז אנגעטרונקען)

ווי אויך ברויך יעדע דרייוער האבן אין אויטא ריפלעקטער פארזיכערונגס וועסטל, און א ווארענונגס טרייענגל (אן אביעקט אין א דרייעקיג פארעם וועלכע מ'שטעלט אויפן שטראז בכדי צו ווארענען אנדערע אויטא'ס, ווען מ'איז געשטאראנדעט)
דרייווער וועלכע פארלעצן דעם געזעץ קענען באשטראפט ווערן מיט א טיקעט פון 11 יוראס. די פארנצויזישע גאווערמענט האפט מיט דעם געזעץ אראפצוברענגען די רעקארד הויכע צאל עקסידענטן וואס קומען אין רעזולטאט פון שיכור'ע דרייוער.

ארום 4,000 מענטשן ווערן געהארגעט אין פראנקרייך יערליך, צוליבן טרונקן-דרייוון, וועלכע איז דאס גרעסטע פאקטאר צו עקסידענטן, העכער אפילו ווי ספידינג.
ניקאלעס סארקאזי'ס רעגירונג זאגט אז זי שאצט אז מיט דעם געזעץ וועט מען מעגליך אפראטעווען 500 לעבנס יערליך.

צענדליגע מיליאנען קיט'ס וועלן פארפלייצן די מארקעט'ס כדי נאכצוקומען דעם מאסשטאבליכן פארלאנג, און צו די איצטיגע צייט הערשט א גרויס מאנגל אינדעם פראדוקט, וואס צוליב דעם האט די רעגירונג געגעבן א פיר מאנאטיגן הפסק זיכער צומאכן אז יעדער האט צייט געהאט זיך עס איינצוהאנדלען. אפילו אויסלענדישע דרייווערס זענן אויך איינגעשלאסן אינעם געזעץ.

דער קיט קומט אין צוויי סארטן. איינע וועלכע איז ביליג פון קעמיקאלן אבער דיספאזעבל און דאס אנדערס א עלעקטעראנישע, און א טייערער סארט.

דער געזעץ איז א גאלדן גרוב פאר מאנופעקטשערער פון דעם פראדוקט, זינט פראנקרייך פארמאגט בלויז צוויי פראדוצירער אין גאנצן לאנד.

פעדער » מיטוואך יולי 4, 2012 4:23 pm

· #21717
איינער איז אומגעקומען און ניין אנדערע פארוואנדעט פון א אומגליק האט פאסירט אין עין יהב, ווען א רער וואס האט געפירט היידראליק עסיד האט אויפגעפלאצט און ארויסגעשאסן די שעדליכע היידראליק עסיד אין די לופטן, און די ווינטן האבן דעם געפארפולע מאטריאל געטראגן אין די לופטן, צו יענע צייט האבן א גרופע ארבעטער זיך געפינען דערנעבן אין געגנט און זענען אויסגעשטאנען אריינצואטעמען די קעמיקאלן. פירענדיג צו איין טויטפאל, נאך איינער קריטיש פארוואונדעט און אכט אנדערע לייכטער.

פונקטליך וואס עס האט פאסירט דארט איז נישט קלאר וויבאלד די שטארק געשעדיגטע זענען נאך איינגעשלעפט און נישט ביים באוואוסטזיין. אבער ווי מען גלויבט האט די פייפ געקראכט צוליב געוויסע ארבעט פון שטיינער-אויסהאקונגען, אדורכגעפירט ממש נעבן דעם רער. די שאדנס און יסורים זענען זייער גרויס, צווישן זיי בריען און האלדז. וויבאלד די עסיד איז א קעמיקאל וואס אפילו אנרירנדיג קען עס גורם זיין בריען און וואונדן.

עטליכע אמבולאנסן און רעטונגס העליקאפטער האבן אנטייל גענומען צו עוואקואירן די געליטענע, און א דערנעבנדיגע הייוועי איז אויך אפגעשלאסן געווארן אויף עטליכע שעה ביז די אטמאספערע וועט אויסגערייניגט ווערן.

זר זהב » מיטוואך יולי 4, 2012 5:43 pm

· #21740
"פעדער", קיעפ איט אפ!

יידל » מיטוואך יולי 4, 2012 8:33 pm

· #21779
פעדער האסט א גאלדענעם פעדער!

פעדער » דינסטאג יולי 10, 2012 12:24 pm

· #22972
נאך פאלאשן קיין ארץ ישראל
ירושלים-ישראל
ישראל'ס קאבינעט האט באשטעטיגט פלענער אריבערצוברענגען די לעצט פארבליבענע עטיאפיע פאלאשן קיין ישראל אין די קומענדיג צווי יאר.
איבער 120,000 עטיאפישע אידן וואוינען היינט אין ישראל נאך א מאסן אמיגרירונג דורכאויס די לעצטע דריי צענערלינג. אדוואקאטן שאצן בערך 2,200 זענען נאך פארבליבן אין עטאפיע.
די שווארצע אידן זענען מיטגלידער געווען אין א קהילה וועלכע האט זיך געטויפט צו קריסטנום אונטער צוואנג מער ווי הונדערט יאר צוריק, אבער האבן זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט.
אסאך אין לאנד זענען סקעפטיש איבער זייער אידישע אידענטיטעט. און דעריבער דארפן עטאפיער פאלאשן ביים זיך איינבירגערן אדורכגיין א גיור פראצעדור, אסאך פון זיי גייען אדורך שוועריגקייטן צוליב די דיפערענצן צו זייער קולטור, און געוויסע זאגן אז זיי שטייען אויס אנטיסמעטיזם אין לאנד.
די רעגירונג האט זונטאג געזאגט אין א סטעיטמענט אז זי וועט גרינדן א 4.3 מיליאן דאלערדיגע איינגלידרונגס צענטער אין סעפטעמבער צו קענען אקאמאדירן די ניי-אנגעקומענע.
--------------------------------------------
עובדיה יוסף זעט ענדליך איין אז זיין מוזשינקל וועם ער האט אלע יארן געלעקט ברענגט נישט קיין האניג.
ירושלים
ביי זיין וועכנטליכע דרשה מוצאי שבת, האט די ספרדישע מנהיג הרב עובדיה יוסף אפעלירט צו די ישיבות אפצורופן די יערליכע דריי וואכענדיגע בין הזמנים פאר ישיבה בחורים. רב עובדיה יוסף האט ארומגערעדט איבער די שטייגנדע באוועגונג איינצופירן א דרעפט אויף ישיבה תלמידים, איבער די מארש אין טל אביב אין וועלכע הויכע רעגירונגס באאמטע האבן גערופן פאר א גערעכטע יושר'דיגע שותפות, מצד אלע שיכטן אין לאנד, מיינענדיג די פרומע אויך - ווען עס קומט צו באשיצן דאס לאנד פון אירע פיינט,
"מיר זענען ארומגענומען פון פיינט" הרב עובדיה יוסף געזאגט. "מיר האבן איראן" מיר האבן חיזבאלא" און וואס קען אונז באשיצן? נאר תורה לערנען! מיר געפינען זיך אין גרויס געפאר, און מיר קענען נישט ערלויבן צו פארמינערן די פרייהייט פון תורה לערנער. איך וויל בעטן פון אלע ישיבות אין לאנד אז אויב מעגליך זאלן זיי בלייבן אפן און נישט גיין וואקאציע דאס יאר, נאר ליבערשט לאזן די בחורים לערנען און זיך שטארקן אין תורה. אויב וועלן מיר זיך אזוי פירן וועט השי"ת טוהן זיין חלק האט ער צוגעלייגט.
------------------------------------------------
די דייטשן עפענען זיך אויך די הינטערשטע פאקעט'ס
ארום 80,000 מלחמה איבערלעבער וועלן ערהאלטן א אפצאל פון אומגעפער 300 ביליאן דאלאר, נאכפאלגענדיג פארהאנדלונגען דעם פארגאנגענעם מאנטאג צווישן די "רעפרעזענטירער פון די מלחמה געליטענע פאראייניגונג" און דויטשע באאמטע, פארגעקומען אין וואשינגטאן.
די מערהייט פון די געלטער וועלן געגעבן ווערן פאר געליטענע פון נאצי ברוטאליטעטן אדורכגעפירט מיינסטנס אין געוועזענע 'סאוויעטישע פאראיין טעריטאריע' וועלכע האבן ביז היינט נאכנישט גענאסן קאמפענסאציע געלטער פון פריערדיגע אנטשעדיגונגס אפמאכן מיט דייטשלאנד.
די געלטער וועלן דערנאך געגעבן ווערן אויף איינמאל פון די "רעפרעזענטירער פון די מלמה געליטענע פאראייניגונג" פאנד, פאר די אידן וואס האבן מיטגעמאכט די ליידן און פיין פונעם נאצי רעזשים.
א ווארטזאגער פון די איבערלעבער פארשטייער געט איבער פון וואשינגטאן – דארט ווי די פארהאנדלונגען זענען פארגעקומען – אז די 'אפמאך' איז אבסאלוט א היסטארישער דערגרייכונג.
גלייכצייטיג האבן זיך די ביז איצטיגע פארשריפטן ווער ס'איז פאסיג צו באקומען אנטשעדיגונגס אויך געביטן דערמיט וואס אפילו די וואס זענען דורכאויס דעם קריג באהאלטן געווען פאר 6 מאנאטן וועלן אויך האבן ציטריט צו די געלטער, אנדערש ווי ביז היינט ווי נאר די 12 חדשים'דיגע באהאלטענע, זענען ראוי געווען צו באקומען.
--------------------------------------------
די דייטשן האבן זיך דערטראכט צו א נייע מיטל, ווי איידער הרגענען, ענדישער נישט לאזן געבוירן ווערן
די אייראפעישע רבנים פארזאמלונג האט גערופן פאר א באלדיגע עמערדזשנסי זיצונג אין בערלין בכדי צו דיסקוטירן די ארטיגע נייע געזעץ וועלכע טוט פארבאטן דאס מל'ן קינדער מחמת רעליגיע. זאגענדיג אז דאס קען שעדיגן דאס קינד, און איז דעריבער אומלעגאל אפילו די עלטערן ווילן.
קאנפערענץ פרעזידענט, פנחס גאלדשמידט האט געזאגט אין א סטעיטמענט מאנטאג " די געריכט האט פארפעלט זיך צו רעכענען מיט ווי וויכטיג און פונדאמענטאל דאס מל'ן קינדער איז פאר די אידישע גלויבן און אידענטיטעט.
די פון מאנטאג-דאנערשטאג מיטינג זוכט ווי אויפצוקומען מיט א סטראטעגיע וויאזוי צו אדרעסירן דעם אישו.
קיין געזעץ טוט נישט פארבאטן דעם פראצעדור, אבער דאס בכלל נעמען אזא שטעלונג, טוט פארשטעלן א פרעצעדענט וואס וועט קען גענומען ווערן אין באטראכט דורך אנדערע מדינות.
די ארטיגע געריכטליכע קעיס, -וואו די געזעץ איז באשטעטיגט געווארן, - טוט איינשליסן א דאקטער וועלכער האט אדורכגעפירט א ברית אויף א 4 יאריג קינד וועלכע האט געפירט צו מעדיצינישע קאמפליקאציעס.
די דייטשע רעגירונג האט פארשפראכן אז רעליגעזיע טראדיציעס וועלן פארבלייבן באשיצט.
--------------------------------------
האלאנד, אויך מיר א דאגה. סייווי א מיליאן טשיקנס פאר יעדע איד.
א האלאנדישע געזעץ געבער 'ווים קארטענאווען' האט רעזיגנירט פון זיין פארטיי אין פראטעסט צו זייער שטיצע פאר שחיטה-פארבאט, צווישן נאך אישוס.
קארטענאווען האט דערקלערט זיין רעזיגנאציע פון די 'פארטיי פאר פרייהייט' - ביי א נייעס קאנפרענץ לעצטע וואך אין 'די העיג' – געגרינדעט אין 2005 דורך 'גריט ווילדערס'. די פארטיי פארטיי טראגט א אנטי-איסלאמישע פרא-איזראעל פאליסי.
"בשייכות מיט שחיטה בין איך געקומען אונטער גרויס דרוק פון ווילדערס צו וועהלן אנטקעגן מיין געוויסן" האט ער געזאגט.
לעצטע יאר האט זיין פארטיי געוועהלט אין גינסטן לטובת אפצושאפן און פארבאטן שחיטה אבער קארטענאווען איז געווען די איינציגסטע וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו וועלן אנטקעגן דעם אקט. די ביל איז אריין אין קראפט, אבער איז געווארן אפגעשאפן פארגאנגענעם חודש.
ווי אויך באשולדיגט ער אז די פארטיי האט געפעלטשט אין איר פאליסי צו שטיצן איזראעל דערמיט וואס זי האט געשטיצט שניטן אין די דעפענס בודזשעט, און דאס באדייט אז זי קען מער נישט העלפן איזרעעל.
ווילדערס אנטי-מוסלעמענישע רעטאריק איז געווארן א קאנצערטרירונג פון אינטערנאציאנאלע אויפמערקזאמקייט, דורכאויס די פארלאפענע פינף יאר. ער באזוכט אפט איזרעל, וועמען ער רופט אן "די מעריב'ס הויפט און ערשטע דעפענסיווע ליניע" אנטקעגן איסלאם.
א אנדערע געזעץ געבער פון דעם זעלבן פארטיי 'מארקיעל הערנאנדעז' האט אויך אויסגערופן זיין רעזיגנאציע צוזאמען מיט קארטענאווען זיך אפרעדנדיג אויף שטרענגע פארטיי דיסיפלין, זאגענדיג "נארט קאריע'ס פירער 'קים דזשאנג-אן' קען זיך לערנען עפעס ביי ווילדערס.
לויט די לעצטע וואהלן-פאולס אין סעפטעמבער, וועט די 'פארטיי אף פרידאם' פארבלייבן די דריט גרעסטע פארטיי, מיט 20 זיצן אין פארלאמענט.

פעדער » דינסטאג יולי 10, 2012 12:29 pm

· #22974
די פרעמיער מיניסטער פון א"י נתניהו וועט בלייבן איינגערקריצט לעולם וועד אלס דער מאן וואס האט אויפגעהויבן א פאן פוגע צו זיין אין די תורה הק' און אירע לערנער האט געזאגט דער פארזיצער פון אגודת ישראל בירושלים הרב מאיר פרוש אין רעאקציע אויף זיין החלטה צו מוטיגן דאס פארשלאג פון חבר הכנסת פלסנר ארויפצולייגן הארבע שטראפן אויף בני ישיבה וואס דרייען זיך ארויס פון מיליטער.
אונז זענען נישט משלים מיטן מצב, זיך געבנדיג א תירוץ אז די סיבה פארוואס נתניהו האנדלט אזוי איז א רעזולטאט פון די מאטיוון און דרוק וואס די בג"ץ לייגט אויף אים.
זיין הארבע צוגאנג צו די בני הישיבות האט זיך נאך אנגעזען לאנג בעפאר די העכסטע בית משפט האט באשטעטיגט צו אנולירן די חוק טל געזעץ. ווען ער האט נאך דאן קלאר געמאכט ביי יעדן געלעגנהייט אז חוק טל איז אן אלטע געזעץ און וועט נישט לאנג מאריך ימים זיין.
אזעלכע דערקלערונגען זאגט הרב פרוש האבן געגעבן חיזוק און שטארקייט פאר די בית משפט צו קענען טוהן אזא אומדערהערטע אקט און שענדליכע זאך, ווי מבטל זיין א געזעץ וועלכע זיי האבן פריער נישט געהאט די העזה צו טוהן. איינצופירן אזוינע געזעצן וואס וועט אריינפירן א דעמאקראטישע לאנד אין אנארכיע און באצווינגען טויזנטע פרייע בירגער, ווען זיי וועלן ליבערשט גיין אין טורמע ווי איידער אין מיליטער.
די געדאנק אליין אז די מדינה ווערט געפירט פון א פארשוין וואס טוישט זיינע מיינונגען נאך יעדע בלאז פון די פרעסע, טוט פארזארגן ביז גאר. די גאנצע וועלט פאלגט נאך מיט ווינדער, זעענדיג פאר זיך א אומבאגלייבטע און אומפאראנטווארטליכע פירער וואס יעדע קליינע געשריי פון די דורכגעפוילטע מידיא טוט גורם זיין ער זאל צוריקציען זיינע ווערטער.
דער קווענקלדיגער פרעמיער מיניסטער נתניהו האט געציטערט צום טויט פון א פרייע-הפגנה וואס דאס האט צוגעפירט ער זאל טוישן דראסטיש טוישן זיין דעה, ביזן אנדערן עקסטרים, ווען בלויז איינציגע טאג בעפאר האט ער באשלאסן אז פלסנר'ס וועד און אירע מסקנות זענען נישט לעגעטים, און ער טוט זיך שארף קעגנשטעלן דערצו. "מיר דארפן וויסן אז נתניהו'ס ליכוד, אונטער זיין פירערשאפט איז נישט פארלעסליך און טרויבאר. זיין שטאנד ביים שפיץ פון די רעגירונג טוט חרוב מאכן און שטעלן אין שאטן די עקזיסטענץ און די יסודות פון יהדות אין אונזער הייליג לאנד, נאכוואס ער שעמט זיך נישט אפצולייקענען אין זיין התחייבות וואס שטייט קלאר ארויסגעשריבן אין די "קאאליציע'ס הסכם" אפצושלאגן יעדע פראוו פון טשעפען די בני ישיבות, און אין פאל דאס געשעט, וועט די כנסת אפילו באשטעטיגן ספעציעלע געזעצן בכדי צו באשיצן דעם צוקונפט פון "לומדי התורה"

--------------------------------------------

א דראמע שפילט זיך אפ די דאזיגע טעג אין די פאליטישע הייעכאריע אין אונגארן ווען הרב שלמה כובש, דער רב פון די פאראייניגטע קהילות איז איינגעלאדנט געווארן צו א עפנטליכע פארמעסט מיט גאבור וואנה דער פירער פון די דזשוביק פארטיי וועלכע ווערט שוין פונלאנג באשולדיגט מיט פרעדיגן אנטיסמיטיזם.
אין די פארלאפענע וואכן איז געעפנט געווארן א שטרענגע איבערזיכט אין רעזולטאט פון די שטארקע באשולדיגונגען וואס זענען ארויסגעריקט געווארן געגן די פילע אנטיסימיטישע סטעטימענט'ס, פילע האבן געטענה'ט אז זי איז א אינטיסימיטישע און פאשיסטישע פארטיי מיט אלע פיטשיווקעס און האט נישט קיין ארט אויפ'ן פאליטישן מאפע אין אונגארן. דגער פירער פון די פארטיי וועלנדיג אויפווייזן אין די אומריכטיגקייט פון די פארוואורפן, טענה'ט אז זיי פארטיי איז נישט דוקא אויסגעשפראכן קעגן אידן, נאר איר ציהל און פאן איז "פאר אונגארן" – א קלאסישער תירוץ צו פארמאסקירן זייער אנטיסעמיטישע אגענדע. און כדי דאס איבערציווייזן האט ער געוואלט איינלאדענען די אידישע הויפט רב כדי ער זאל איבערצייגן דעם המון אז ס'רעדט זיך נישט פון א קעגן-אידן געשטימטע פארטיי.
אין א שמועס וואס א איזראעלישע צייטונג האט געהאט מיט הרב כובש זאגט ער "איך וועל נישט זיין דער צו ווארפן זאמד אין די אויגן פונעם פאבליקום דורכן זיך באטייליגן אין דעם שמועס" די פאקטן זענען קלאר באוואוסט פאר יעדעם איינעם. די פארטיי האט זיך אומצאליגע מאל אויסגעדריקט מיט אנטיסעמיטישע דערקלערונגען בפומבי. נישט לאנג צוריק האט איינער פון די הויכע שישקעס דארט דעקלערט אז אנטיסמעטיזם איז נישט בלויז א זכות, נאר א חוב פאר יעדער וואס ליבט די מוטער-לאנד. און ס'איז אונזער אבליגאציע זיך אנצוגרייטן מיט א באוואפנטע מלחמה קעגן די אידן"
הרב כובש שטרייכט אונטער די איינלאדענונג איז געקומען געציילטע טעג נאך די בושות וואס איינע פון די הויכ-ראנגיקע מיטגלידער 'טשענאד סאגדי' האט לעצטנס אויפגעדעקט אז ער שטאמט פון אידן, א זאך וואס האט אויפגעברענגט א שטורעם פון געמישטע רעאקציעס אין די אונגארישע פרעסע.
טשענאד סאגדי וואס האט שוין מער ווי איינמאל זיך באקאנט געמאכט מיט זיין אויסגעשפראכענע אידן פיינטשאפט האט ארויסגעשטארצט, ערשיינענדיג צום ערשטן זיצונג פון די אייראפעישע פארלאמענט – מיט די אוניפארם פון די 'אונגארישע מיליצן' א מיליצע איינהייט וואס איז געגרינדעט געווארן דורך די דזשוביק פארטיי און איז שוין אינצווישן אויפגעלעזט געווארן.

אלבערט » דינסטאג יולי 10, 2012 4:51 pm

· #23066
מיר זענען דאנקבאר פאר אייך, פעדער.

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 10, 2012 5:18 pm

· #23084
גם אני מצטרף
הק' שמואל הלוי
חונה פה קאווע שטיבל

פעדער » מיטוואך יולי 11, 2012 4:24 pm

· #23446
א ס"ת וואס האט זיך געפינען ביי די טעראריסטישע אטאקע אין מאמביי איז אריינגעגעבן געווארן אין א ביהכ"נ אין רענננה.

די הכנסת ספר תורה פאר איינע פון זיבן ספרי תורה וועלכע זענען שטארק געשעדיגט געווארן אין די שוידערליכע אטאקע אין בית חב"ד מאמביי - איז געפראוועט געווארן מיט גרויס התרגשות לעצטע וואך, און איז אריינגעברענגט געווארן מיט א ספעציעלן מעמד אינעם שוהל פון קניון רננים וואס אין רעננה.
דאס ערמעגליכן אריינצובאקומען דעם ספר תורה דוקא אין רעננה איז צו פארדאנקען הרב ברוך שנהב די יעצטיגע שליח חב"ד אין רעננה, און געוועזענע שליח חב"ד אין די שטאט מנאלי- אינדיע אין די צייט פון די אטאקע.
די ספר תורה איז באנוצט געווארן דורך די מתפללים אין הרב שנהב'ס שוהל אין מאנאלי, אבער היות דאס פלאץ איז געווען אקטיוו בלויז א טייל חדשים פון יאר, אין די תקופה ווען די יערליכע טוריסטן באזוכן דעם שטאט, איז די ספר תורה דאן געגעבן געווארן צוהאלטן ביז צו די קומענדיגע האלידעיס ביים שליח פון מאמביי הרב גבריאל האלצבערג הי"ד.

נאך די שרעקליכע אטאקע איז הרב שנהב אנגעקומען צום בית חב"ד אין מאמביי אפצונעמען זיין פיקדון אבער איז אויפגעציטערט געוארן זעענדיג ווי שטארק זי איז געשעדיגט געווארן דורך די קוילן וועלכע האבן ליידער צוריסן די יריעת רח"ל און די גאנצע ספר איז געווען געשפאלטן. דעריבער האט באשלאסן אריינצוגעבן איבערצומאכן דעם ספר תורה בעבודת הקודש ביי א סופר מומחה אין בני ברק, און די ארבעט האט געדויערט גאר א לאנגע צייט.
די אוימגעהויערע קאסטן צו פאררעכטן דעם ספר האט מנדב געווען משפחת הערינג פון רעננה לע"נ זייער פאטער וועלכער איז געווען א באשטימטע מתפלל אין די שוהל וואס הרב שנהב האט אנגעפירט אין אינדיע.
ביים הארציגן מעמד פאריגע וואך מיטוואך האט זיך באטייליגט דאס אינגע איבערלעבער הילד משה'לע האלצבערג צוזאמען מיט זיין זיידע הרב שמעון ראזנבערג.

הרב שנהב האט באטאנט מיט התרגשות אז כאטש פון אנפאנג זענען די שאנסן איבערצומאכן די ספר תורה געווען גאר קליינע פונדעסטוועגן האט ער באשלאסן זיך אנצושטרענגען און משקיע זיין ריזיגע סכומים, כדי ארויסציווייזן און ארויסהויבן די אייביגקייט פון די תורה הקדושה און די נצחיות פון עם ישראל אין אלע צייטן און אלע אומשטענדן.

פעדער » מיטוואך יולי 11, 2012 4:25 pm

· #23447
באנייאונג פון פינף מקוואי טהרה אין רוסלאנד
אין די לעצטע וואך אליין זענען אין רוסלאנד באנייט געווארן פיהר נייע מקוואות. די מקוואות זענען געעפנט געווארן איינע נאכן צווייטע אין די פאלגנדע שטעט: מאסקעווע, קאסטראמא, ארנבערג, און בריאנסק.

די מקוואות זענען געבויט געווארן אונטערן אויפזיכט און לאנגיעריגע ערפארונג פון דייני רבנות הראשות אין רוסלאנד. בראשות פונעם רב הראשי הר"ר בערל לאזאר, און מיט די שטיצע און הילף פון נדבנים און ידידים צווישן זיי: קרן אור אבנר פון ר' לוי לבייב, קרן צדקת משה פון ר' מיכאל מירלשווילי, וועלכע שטיצט דורכאויס דעם גאנצן יאר, די אנגייענדע פעולות אויפצובויען אידישקייט אין רוסלאנד. די קרן פון דעם איש החסד ר' יצחק משען, קרן ג.מ.ר. פון משפחת אלשווילי און שמילשווילי. און די מרכז רבני אייראפע דורך ר' מנחם מרגולין.
אין די שטאט מאסקעווע, פונקציאנירט די נייע מקווה אין ביהמ"ד 'דרכי שלום' מיט די אנפירערשאפט פונעם רב הקהילה, הרב דוד קארפאוו.

אין שטאט קאסטראמא, איז די מקווה ארגינעל געבויעט געווארן שוין מיט איבער הונדערט יאר צוריק, במסירות נפש ממש, מיט פינף או צוואנציג יאר צוריק, טאקע אין דעם וואך, ווען האדמו"ר הריי"צ מליובאוויטש זצ"ל איז פארטריבן געווארן אין קאסטראמא, צוליבן חטא פון פארשפרייטן אידישקייט אין רוסלאנד, איז די מקווה רענארווירט געווארן דורך החסיד ר' מיכאל דובורקין ז"ל, וועלכער האט דערנאך אפילו געגרינדעט א ת"ת און עס געהאלטן אפן מיט מסירות נפש. אבער במשך פון די יארן, איז עס אפגעשפארט און צעווארפן געווארן דורך די קאמוניסטישע הערשאפט. אצינד האט דאס פלאץ זוכה געווען צו א תיקון ווען עס איז איבערגעפרישט געווארן דורכ'ן רב הרב ניסן רופו, די ראש ישיבה 'תומכי תמימים' אין מאסקעווע, וועלכער האט עס שיין איבערגעבויעט לשם ולתפארת.

אין שטאט ארנבערג, האט מען געבויעט די מקווה נעבן דעם ביהמ"ד אין צענטער פון שטאט, אונטערן באגלייטונג פונעם רב העיר, הרב גואל מאייערס, די מקווה וועט אצינד דינען די טויזנטע ארטיגע אידישע איינוואוינער צווישן זיי הונדערטער עלטערן פון די תלמידי בית הספר 'אור אבנר אין ארנבערג.

אין שטאט בריאנסק איז אויפגעבויעט געווארן א שפאגל נייע פרעכטיגע מקווה, נאנט צום צענטער פון שטאט און אזוי אויך די הערליכע ביהמ"ד וועלכער די רב הרב מנחם מענדל זעקלס שליט"א האט אויפגעבויעט. גלייכצייטיג פירט די רב אויך אן מיט א ת"ת, און קינדערגארטן, און נאך אנדערע סערוויסעס און פראגראמען צוגעשטעלט פאר די טויזנטע משפחות אין בריאנסק.

די הויפט רב פון רוסלאנד הר"ר בערל לאזאר, וועלכער האט זיך פערזענליך באטייליגט קומענדיג צופליען ביי יעדע פון די באנייאונגען עקסטערער, האט גאר שטארק אויסגעלויבט די געוואלדיגע איבערמידליכע כחות און מסירות נפש פון די דערמאנטע רבנים און קהילות, שטייענדיג על המשמר אויף די קדושה און טהרה אין אונזער מחנה, און טוען גלייצייטיג מרבה זיין מיט זייערע תורה'דיגע אקטיוויטעטן, פאר חינוך, און חסד במשך דאס גאנצע יאר, שבתות און ימים טובים.

פעדער » מיטוואך יולי 11, 2012 4:25 pm

· #23448
צו קען 'זיצן ווייניגער' צוגעבן עטליכע יאר צו אייער לעבן?
סייענטיסטן זענען אויפגעקומען נאך פארשונגען מיט אן אינטרעסאנטן אויפקום, נעמליך, דאס פארמינערן די צייט וואס מיר זיצן טעגליך צו בלויז דריי שעה א טאג קען פארלענגערן דאס לעבן ערווארטונג צו כאטש צוויי יאר.
אבער עקספערטן זאגן אז דער אמעריקאנע-שאצונג באזירט אויף פינף באזונדערע פאפולאציע שטודיעס זענען צושטארק אומפארלעסליך צו קענען דערפון ארויסדרונגען ווען עס קומט צו פערזענליכע שאדן, בנוסף צודעם וואס די רעזולטאטן זענען נישט אויף אויסצופירן.
פראפעסער דעיוויד שפיגלהאלטער א עקספערט אין שאדן אויסרעכענונגען, אין די יונעווערזיטי פון קעמברידזש, זאגט "דאס איז א שטודיע אויף פאפולאציעס אין אלגעמיין און קען דיר נישט זאגן פערזענליך וואסערע עפעקטן זיך אויפהייבן פון קאוטש וועלן האבן אויף אייך פריוואט.

"אזויפיל יא, אז מעגליך אויב וועלן זיך די קומענדיגע דורות אביסל מער באוועגן וועט די דורכשניטליכע לעבנס ערווארטונג זיך הייבן אין אלגעמיין".
אבער זייער ווייניג פון אונז געבן אוועק ווינציגער פון דריי שטונדן אויף צו זיצן, און דעריבער איז די ציהל פון די שטודיע גאר אפטעמיסטיש געשטימט".
זיצן באקוועם?
ערוואקסענע ווערן געראטן צו מאכן ווייניגסטנס צוויי אהאלב שעה געלאסענע-קרעפטיגע איבונגען ווי ביציקלען, אדער שנעל גיין – וועכנטליך.און ווי אויך מאכן עטליכע סעסיעס פון מוסקל-פארשטארקערונג עקסערסייז, ווי אויפהייבן שווערע וואג, און גראבן אין די גארטן.

אבער אפילו איר טוט דאס אלץ זענט איר נאכנישט פארזיכערט, ווייל לדוגמא אויב ארבעט איר אין א אפיס צוגעשמידעט צו א בענקל רוב ארבעטס שעות פון טאג וועט די פריער דערמאנטע מאס נישט זיין גענוג פאר אייך.

פעדער » מיטוואך יולי 11, 2012 4:26 pm

· #23449
רוטערס – ווען פעסל בערקאוויטש האט זיך געאיילט צו כאפן א טרעין צו שולע אין יענעם פראסטיגן דעצעמבער צופרי איז די לעצטע זאך וואס זי האט געקענט חלומ'ען געווען, אז זי וועט נאך איין טאג רעפרעזענטירן איזראעל אין די פאראלימפיקס (שפיל פארמעסטן צווישן אטלעטיקס מיט קערפער-פעלערן)

זי איז דאן אלט געווען 17 יאר, ווען זי האט פרובירט ארויפשפרינגען אויף א אפפארענדיגע באן, אבער האט נישט מצליח געווען, זי איז ארונטערגעפאלן אונטער די רעדער, און קריטיש פארוואנדעט געווארן ווען די באן האט איר געשלעפט עטליכע מעטער, שווער שעדיגענדיג אירע היפס, און איר איבערגעלאזט אינטשעס אוועק פון טויט.
איר ערהוילונג איז געווען זייער ווייטאגליך און דויערנד, בערקאוויטש יעצט א 44 יעריגע מאמע פון צוויי מיידלעך וואוינט היינט אין ארץ ישראל וואו זי האט פארגאנגענע מאל רעפרעזענטירט איר אדאפטירטע לאנד אין די פאראלימפיקס פארמעסטן אין בעידזשינג, ווען זי האט אנטייל גענומען אין א לאפעטע-שיפלען פארמעסט (ראוואינג) און גרייט זיך אצינד אויף א רייזע קיין לאנדאן צו די דארטיגע פארמעסטן אלץ א האנט-סייקעליסט.

"איך בין געווען טאטאל אין שאק, איך האב פרובירט רופן פאר הילף, איך בין געלעגן אליין הילפלאז אויף די שינעס פאר 47 מינוט, עס האט אויסזעען פאר מיר ווי א אייביגקייט האט זי פארציילט רוטערס איבער איר אינצידענט.
איך האב נישט געוויסט וואס וועט פאסירן.. צו וועל איך עס איבערלעבן?.. איך האב פארשטאנען אז אלץ וואס איז געווען אמאל איז א פארגאנענהייט, און כ'האב נישט געוויסט וויזוי מיין נייע לעבן וועט זיין, אויב איך וועל אפילו האבן נוצן אין א נייע לעבן.

נישט בכח צו רירן א גליד, בין איך געלעגן אויף די באן-שינעס, ציילענדיג די סעקונדן ביז די נעקסטע באן וועט אנקומען און מיך ציפארטיגן, געדענק איך אז ווען די פאראמעדיק איז ענדליך ערשינען, האט ער זיך געראכטן צו טרעפן א טויטע קערפער.

בערקאוויטש האט אויסגעפינען פון איר אידישע אפשטאם, ווען זי איז אלט געווען 13 יאר, און דאס האט איר א שטופ געגעבן צו וואלונטירן אין די איזראעלי מיליטער, נאך וואס זי ענדיגט אירע שולע-שטודיעס. די אינצידענט האט אפגעשטופט אירע פלענער אבער זי האט עווענטועל מצליח געווען אויסצופירן איר וואונטש.
נאך א צופרידנשטעלנדן ערהוילונג, האט זי געדינט אין מיליטער פאר צוויי יאר און זיך צוריקגעקערט צו ספראטס אונטער די אויפזיכט פון אתגרים א ארגעניזאציע וועלכע העלפן ריהעביליטעטן אינוואלידן דורך ספארטס אקטיוויטעטן.
בערקאוויטש אייסערט זיך אז זי איז געווארן א בעסערע ספארטלער אויף דער עלטער, און פאר דיסעיבלד אטלעטס זענען די אינגע יארן א קלענערען פאקטאר צו סוקסעס.

"פאר אזעלכע ווי מיר ווערט מיט די יארן גרינגער זיך אויסצוצייכענען אין ספארט'ס" ווען איך בין געווען 20 גלייב איך נישט אז כ'האב געקענט אזוי גוט שווימען ווי היינט. איך בין פיל שטערקער און מיט מער קאנצערטרירונג און אסאך קלוגער היינט צוטאגס ווי אמאל.

בערקאוויטש פלעגט ארבעטן אלץ א טעלעוויזיע דזשורנאליסט און פילם פרדוצירער קאנצערטרירענדיג זיך אויף דיסעיבליטי אישוס, און מאכט פרנסה פון ארומגיין רעדן איבער די נושאים איבעראל, נוצנדיג איר לעבנס-לערע אויף וואס צו באזירן איר פרעזענטאציעס.

אלבערט » מיטוואך יולי 11, 2012 6:21 pm

· #23488
זייער שיין באשריבן און געניט אראפגעלייגט.

פעדער » מיטוואך יולי 18, 2012 6:36 pm

· #25857
ירושלים. הילערי קלינטאנ'ס באזוך אין מדינת ישראל.

די סטעיט סעקרעטארין הילערי קלינטאן האט געזאגט מאנטאג, ביי א פרעסע קאנפרענץ אז זי ערווארט נישט אז פאלארד זאל באפרייט ווערן, "ער איז באשולדיגט און פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע אין 1987 פארן שפיאנירן פאר מדינת ישראל, ער ער דארף עס אויסדינען, איך גלייב נישט אז דאס וועט זיך עטוואס בייטן. קלינטאן האט אין לויף פון איר באזוך באגעגנט פראטעסטירער וועלכע האבן גערופן פאר פאלארד'ס באפרייאונג
די פרעסע קאנפרענץ פאלגט נאך נאכאנאנדע געשפרעכן, אפגעהאלטן מיט איזראעלי הויכע רעגירונג באאמטע.
אנבאלאנגט איראן זאגט זי: " די אמעריקאנער וועלן ווייטער נוצן אלע מיטלען אין איר מאכט, צו פארמיידן איראן פון זיך איינהאנדלען דעם אטאם.

איראן איז געווען דער ציהל פון אונזערע געמיינזאמע געשפרעכן, און מיין לאנד פארזיכערט פארצוזעצן מיטן אויפרידערן די אינטערנאציאנאלע געזעלשאפט, בנוגע די געפאר וואס איראן שטעלט פאר מיט זיך. טעהראן איז אצינד אונטער אומגעהויערע דרוק ווי קיינמאל בעפאר, און דאס וועט נאר פארשווערט ווערן, אירע באראטונגען מיט איזראעל האט זי געזאגט, זענען א חלק פון אן אנגייענדע טיפע דיאלאג מיט איזרעאל בשייכות מיט איראן.

קלינטאן האט אויסגעמיטן ענטפערן א פראגע וועלכע איינע האט איר געשטעלט, אויב זי האלט אז די אדמיניסטראציע האט געגרייזט מיטן מאכן די שטחים-בוי פראיעקטן אלץ א הויפט אישו אין באדינגונג מיט פרעזידענט באראק אבאמא'ס שטיצע.

די סעקרעטארין האט גע'עצה'ט נתניהו, אויפצוקומען מיט א פרישע סעריע פשרות און נאכגיביגקייטן פאר פאלאסטינע כדי איר צוריק צו ברענגען צום פארהאנדלונגס טיש.

קלינטאן האט זיך פריער אין טאג אויך געטראפן מיט פאלעסטינער פרעימיער מיניסטער סאלאם פאייאד, און צוועלעף טאג פריער מיט פרעזידענט מאכמוד אבאס, אין פאריז, קלינטאן האט געזאגט פאר נתניהו אז די צויי זענען ישראל'ס בעסטע אויסוואלן פאר שלום, און מען קען קיינמאל נישט וויסן ווער עס וועט זיי ערזעצן. קלינטאן איז צוריק אפגעפלויגן קיין אמעריקע, נאך מיטל נאכט, נישט לאנג נאכן אפהאלטן דעם זיצונג מיט נתניהו, און שפעטער איר קורצע פרעסע קאנפארענץ.

קלינטאן איז אנגעקומען קיין איזראעל זונטאג נאכט פון קאירא נאכן אפשטאטן א באזוך אין עגיפטן, זיך טרעפנדיג מיט די מצרישע פירערשאפט,
זי האט אנגעפאנגען דעם טאג, 9 אזייגער מיט א סעריע מיטינגען מיט א רייע רעגירונגס פירער, אויסערן מיניסטער אביגדור ליבערמאן, פרעזידענט שמעון פערעס, פאאיאד פון פאלעסטינע, און דעפענס מיניסטער אהוד באראק, דערנאך נתניהו.

שפעטער אין טאג האט נתניהו איינגעלאדנט זיינע מיניסטארן, באראק, ליבערמאן, וויצע פרעמיער מיניסטער משה יאלאן, צו א נאכט-מאלצייט מיט קלינטאן. בעפאר נאכטמאל האט זי געהאט א שמועס מיט נתניהו פאר א האלבע שעה.
די פיר עיקר נושאים צו וועלכע זיי האבן זיך באצויגן איז געווען 1- איראן. 2 - קלינטאנ'ס איינדרוק איבער די רעזשים טוישנגען אין מצרים. 3 – די דיפלאמאטישע פראצעדורן מיט פאלעסטינע, און 4 – די מהומות אין סיריע. א אנדערע נייעס באריכט ווייסט אנצוגעבן אז קלינטאן האט אויך ארומגערעדט וועגן טערקיי, און געבעטן ישראל זי זאל ארבעטען אויף א שלום מיט אנקארא.

די נייעס אגענטור באהויפטעט: קלינטאן האט געזאגט נתניהו'ן "די שפאלט צווישן טערקיי מיט ישראל טוט שאדן מאכן פאר איזראעל'ס סטראטעגישע אינטערעסן און פארשווערט צו קענען איזאלירן איראן, און לייגן דרוק אויף סיריע.

בנוגע איראן האט קלינטאן - לויט ווי איזראעלישע באאמטע האבן באריכטעט: - געזאגט פאר פערעס, אבאמא ברויך אנהאלטן א אלטעוועלטליכע קאאליציע און פאראייניגונג בכדי אפצוהאלטן טעהראן פון אריינבאקומען נוקלעארע וואפן אין אירע הענט, צולייגענדיג אז די עקענאמישע סאנקציעס האבן שוין אסאך אויפגעטוהן דערווייל און עס וועט נאך בעסער ווערן.

קלינטאן איז געקומען אין באגלייטונג פון ווענדי שערמאן, דער אמעריקאנער פארטרעטער. ביי די P5+1 פארהאנדלונגען מיט איראן (פינף פערמענאנטע מיטגלידער [וועלטס לענדער] פון די יו ען סעקירויטי קאנסיל - א הויפט פליגל אינערהאלב די יונייטעד נעישנס" און איז א צענטראלע טייל פון די יו ען מאכט.- בנוסף מיט א זעקסטן-דייטשלאנד. דאס זענען געווען, טשיינע, רוסלאנד, פראנקרייך, גרויס בריטאניע, און די פאראייניגטע שטאטן און אויך אן אמעריקאנער מיטל מזרח געזאנדעטער "דעיוויד העיל".

שערמאנ'ס מיטקומען מיט דעם באזוך ווייזט דאס שטארקע אויבן אן וואס די נושא פון איראן האט גענומען, אין די מיטינגען צווישן קלינטאן מיט ישראל באאמטע. די פאקט אז ער איז מיטגעקומען, כדי צו דערהיינטיגן ישראל מיט די לעצטיגס'טע אנטוויקלונגען אין די P5+1 פראצעדורן, ווי אויך רעדן איבער די דרוק וועלכע ווערן געלייגט אויף איראן פון אנדערע פראנטן, דורך סאנקציעס און דאס גלייכן. דאס אלעס ווייזט ווי ערנסט די נושא פון איראן איז באהאנדלט געווארן.

די באאמטע האבן איבער געזוכט אנצושטעלן דעם פנים אז עס איז גארנישט אויסערארדנטליך מיט די לעצטע סוויטע הויעך ראנגיקע אמעריקאנע באאמטע וועלכע זענען געקומען אויף באזוכן קיין איזראעל אנגעהויבן פון לעצטע וואך, אריינגערעכנט, US דעפיוטי סעקרעטערי אף סטעיט 'וויליאם בורנס', נאציאנאלע סעקרעטערי עדווייזער 'טאם דאנילאן', און אויף קומענדיגע וואך איז ערווארטעט US סעקרעטערי אף דעפענס 'ליאן פאנעטע' אפצושטאטן א באזוך אין ישראל.

"די נאכאנאנדע באזוכן באדייטן גארנישט ספעציעל ווי דאס אז מיר האבן שטענדיג א רייע זאכן און דיפלאמאטישע ענינים וועלכע פארלאנגען זיך צוזאמענארבעט און קאפעראציע איינער מיטן צווייטן. האט א באאמטער געזאגט. צולייגענדיג אז די דיסקוסיעס מיט ישראל איבער איראן איז בלויז וועגן די P5+1 קאנפרענץ און די סאנקציעס אנגענומען אויף איראן. גארנישט מער. א קלארע פארזוך צו באהאלטן דעם געדאנק אז זייטיגע צוקוקער טראכטן מעגליך אז דא רעדט זיך איבער מיליטערישע אקציע-געשפרעכן. די באאמטע זאגן אז צוליב די אקטועלע שלום אפמאך מיט איזראעל פארלאנגט זיך און איז וויכטיג דעריבער, זיך צו טרעפן און צונויף רעדן איבער די דאזיגע אישוס, ווען די אומשטענדן צווינגען דערצו. און אז די זעלבע האבן זיי מיט אנדערע פארבינדעטע ווי למשל ענגלאנד און פראנקרייך.

נאכפאלגענדיג די באגעגעניש צווישן קלינטאן מיט פאייאד, האט א ראמאלא באאמטער אין פאלעסטינע געזאגט אז די ציהל אויף וואס די פאלעסטינע אויטאריטעטן האבן זיך קאנצערטרירט דורכאויס דעם באגעגעניש איז געווען דאס בעטן צו קענען אימפארטירן מער וואפן פאר אירע זיכערהייטס קרעפטן אין די מערב שטחים. און אויך די באפרייאונג פון די פאלעסטינער וועלכע זענען ארעסטירט געוווארן אין ישראל נאך איידער מען האט אינטערגעשריבן די אסלא אפמאכן און רשות צו אימפארטירן וואפן, און נאך פאר אירע פירער האבן מסכים געווען זיך אראפצוזעצן צום פארהאנדלונגס טיש.

אבאס, וועלכער האט ווי אויבן דערמאנט זיך געטראפן מיט קלינטאן אין פאריז לעצטע וואך, האט ארויסגעלייגט זיינע פארלאנגען צו די אבאמא אדמיניסטראציע און געבעטן וואשינגטאן זאל לייגן דרוק אויף ירושלים, זי זאל איינגיין דערויף.

כעת אבער האבן די באאמטע נישט געזאגט צו קלינטאן האט צוריקגעברענגט א ציפרידנשטעלנדן ענטפער צו פאאיאד אויב איזראעל וועט נאכקומען זייערע פארלאנגען. יעדנספאל, זאגן זיי אז קלינטאן האט נישט געהאט קיין פרישע אויפקומען און המצאות, וואס זאל העלפן באנייען און פארשנעלערן א שלום אפמאך צווישן פאלעסטינע און ישראל.

מיר ערווארטן נישט קיין דורכברוך אין די נושא, יעצט ווען די אמעריקאנער זענען צו פארנומען און אריינגעטאן מיט זייערע פרעזידענטליכע וואהלן. האט א באאמטער פון פאלעסטינער אויטאריטעט געזאגט צו די דזשערוזעלעם פאסט.

פעדער » מיטוואך יולי 18, 2012 8:11 pm

· #25898
פאריז. די פראנצויזישע רעגירונג עפנט אצינד צום ערשטן מאל אירע ארכיוון, וועלכע אנטדעקן אן אומאנגענעמע שטיקל היסטאריע פון פראנקרייך'ס טרויעריגע טייל אין ארויסהעלפן די נאציס דעפארטירן אידן צו די אוישוויץ טויט לאגער. פראנקרייך'ס קאלאבארירונג מיט די נאצי'ס איז איינע פון זייערע טונקלסטע טעג אין היסטאריע און מאלט אפ אביסל אן אנדער בילד אויף פראנקרייך ווי דאס וואס מיר האבן ביז היינט געוואוסט.

די אויסשטעל וועט געוויזן ווערן דעם דאנערשטאג, דעם טאג וואס עס ווערט אפגעצייכנט די זיבעציגסטע יארטאג פון ווען די פראנצויזישע פאליצאנטן האבן אויסגעזידלט א נומער פון ארום 13,000 אידן און זיי פארשיקט קיין אוישוויץ.
עס איז געווען א צוויי טאגיקע אפעראציע אין וועלכע די פאליציי קרעפטן האבן איינגעזאמלט די טויזנטער אידן און זיי געהאלטן אין א ביציקלינג-סטאדיום מיטן נאמען "וועלאדראומע ד'הייווער" אדער אין ענגליש "ווינטער וועלעדרומע" א ריזיגע שטח וואו אסאך שפילן זענען אפגעהאלטן געווארן. די אידן זענען געהאלטן געווארן דארט אין שרעקליכע אומשטענדן מיט קוים עסן און טרינקען. פון וואו זיי זענען א טאג שפעטער אפגעפירט געווארן קיין אוישוויץ.

בילדער, אינטערשריפטן, און א גרויסע זאמלונג פערזענליכע חפיצים פון אסאך פון די קרבנות, וועלכע זענען קאנפעסקירט געווארן דעם טאג פון זיי, ווערן געוויזן אויף אויסשטעל אין די פאריזער דיסטריקט טאון האול.
פרעזידענט פרענסוא האלאנדע וועט געבן א רעדע אין צייכן פון געדענקעניש פאר די טויזנטער קרבנות, די ערשטע אזא צערעמאניע אין 17 יאר.
📎 Patin_d'Or_Roller_Skating_Competition_Paris_1911.jpg 📎 France-Holocaust-Arch_Horo-635x357.jpg 📎 France-Holocaust-Arch_Horo-2-305x172.jpg

פעדער » מיטוואך יולי 18, 2012 8:22 pm

· #25902
לאנדאן-ענגלאנד. דעיוויד נובערגער אויך באוואוסט אלס 'לארד נובערגער' אין די ענגלישע פארלאמענט, איז באשטעטיגט געווארן צו זיין אמט אלץ קומענדיגע פרעזידענט פון די ענגלישע סופרים קאורט.

די זעקס און פערציגע יעריגער ניובערגער איז א גראדואירטער פון אקספארד אקעדעמיע און איז א נעפיו פון דער בארימטער ראביי הערמאן נובערגער, וועלכער איז געווען אונסטרומענטאל אין ראטעווען נאנט צו 60,000 אידן אין איראן נאכפאלגענדיג די איסלאמישע רעוועלוציע אין 1979.

"איך וועל טוהן אלעס מעגליך צו פארזיכערן אז עס פארט ווייטער אין גוטע רעלסן, און פילט אויס איר תפקיד וואס דאס איז פאלגן ווי די געזעץ לויטעט, און אזוי אויך ארויפלייגן און פארעמען יושר'דיגע אויסגעהאלטענע געזעצן, אויף פראקטישע און גלייכע פרינציפן, און וואס זענען פאסיג און געאייגנט פאר די היינטיגע וועלט" האט דעוויד געזאגט.
📎 news-graphics-2007-_447461a.jpg
-----------------------

א גרופע פאלעסטינער פון א שטעטל צפון פון ירושלים האבן געפלאנט צו פארכאפן אן איזראעלי זעלנער און אים נוצן פאר א משכון אזוי ארום צו געווינען די באפרייאונג פון אכמעד סאדאט דער געוועזענער פירער פון די טרויעריג בארימטע "פראנט אף די ליבערעישן אף פאלעסטינע". די פאלעסטינע פלאטירער זענען ארעסטירט געווארן דורך די שין בית, האט די איזראעלי שפיאנאזש אגענטור געמאלדן דעם מאנטאג

לויט די שין בית אגענטור האט דער צעל געפירט אן 42 יעריגער אראבער מיטן נאמען 'ראהאב אלדין' א איינוואוינער פון חיזמא, און א מיטגליד אין די PFLP טעראר ארגעניזאציע (די צווייט גרעסטע פארטיי פארמירענדיג די 'פאלעסטיניען ליבערעישן ארגאנזיציע" נאכפאלגענדיג דאס ערשטע - פאטאח.) די צעל האט געפלאנט צו קידנעפן א סאלדאט, באהאלטן אים אין א פארזיכערט הויז, אדער אין א הייל נעבן די געגנט, און דערנאך אים טראנספערירן אוין אויסטויש פאר קעש, צו די פאמיליע און נאנטע פון פאלעסטינע ארעסטאנטן אין ישראל.

סאדאט איז ארעסטירט און פאראורטיילט געווארן צו 30 יאר טורמע אין 2008 פארן אנפירן א טעראריסט ארגאניזאציע וואס איז פאראנטווארטליך געווען פאר אומצאליגע אטאקעס קעגן איזראעל, דורכאויס די צווייטע אינפיטאדא, און האט אויסגעפירט די אטענטאט אויף ישראל'ס טוריזם מיניסטער רחבעם זאבי אין 2001...

די צעל האט פלאנירט אפצושטעלן זייער אויטא הארט נעבן א סאלדאט און אים אריינצווינגען אין אויטא די צעל האט געפלאנט צו נוצן ביי די אקציע א מעטאלענע רער און אים צעשלאגן, אויך האבן זיי פארשאפט הענד-קאפס כדי אים צוצובינדן. סוף סעפטעמבער האט די גרופע פארקירט זייער אויטא ביים 'מעלה אדומים' פרשת דרכים מיטן ציהל צו קידנעפן דעם קומענדיגן פארבייגייענדן סאלדאט, אבער ווען ס'איז אדורך צען מינוט און קיינער האט זיך נישט באוויזן, זענען זיי אפגעפארן פון ארט.

יאנואר דעם פערטן האבן זיי ווידער פרובירט אבער נאכאמאל אן דערפאלג, ס'איז געקומען צו א מצב, וואס זיי האבן שוין געוואלט אויפגעבן און ווען זיי האבן דערזען א מתנחלת פארבייגיין האבן זיי זיך באראטן איר צו פארכאפן, אבער האבן באשלאסן אז א זעלענער וועט זיין מער ווערט ביי די ישראלים. די צעל האט ווידעראמאל פרובירט צוויי טעג שפעטער אבער א דריטן מאל נישט מצליח געווען צו געפינען א סאלדאט נעבן מעלה אדומים.

די צעל מיטלגידער האבן דאן געטראכט צו פארכאפן א סאלדאט פון אין ירושלים אדער תל אביב אבער האבן נישט אנגעיאגט אויסצופירן די פלענער איידערן ווערן ארעסטירט דורך שין בית און איזרעלי פאליציי.

די אגענטור זאגט אז דאס איז קומט נאך פארמערטע אנשטרענגונגען און פרובן מצד די PFLP צו אויסקעמפן סאדאט'ס באפרייאונג און דעמאנסטרירן זייערע אנטשלאסנקייט צום ציהל פון צווישן אלע אנדערע טעראר גרופעס
די ישראל מיליטער טוט כסדר קאמפיינען און אויפמערקן אירע סאלדאטן, אויף גאסן-שילדן, טרעין און באס סטאנציעס, און פאפולערע וועבזייטלעך, אז זיי זאלן זיך זייער היטן, ספעציעל פון 'כאפן היטשעס' מיט פרעמדע דרייווער, נאכוואס זיי קענען נישט וויסן וואס עס ערווארט זיי. זייער אפיציעלער סלאגאן איז: "כאפט נישט קיין רייד, ווייל דער רייד קען אייך כאפן".

----------------------------------
📎 F070903WA02-512x340.jpg

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 1:56 am

· #26817
נס בוויליאמסבורג: אברך ניצל מדליפת גז
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/95900">http://www.jdn.co.il/news/95900</a>

נח געציל » מאנטאג יולי 23, 2012 7:17 pm

· #27587
ווידיאו: קאר פארט אריין אין וואסער
א פרוי אין ניו זשערסי האט זיך ווייזט אויס נישט באגעניגט מיט א פשוטן קאר וואש, און האט אריינגעפירט איר קאר אינעם "העקנסעק ריווער" צו זיכער מאכן אז עס בלייבט נישט קיין פלעק...

די אומאינדענטיפיצירטע פרוי איז געווען אויפן וועג ארויס פון א קאר וואש ביי "ספאטלעסס אויטא לאנדרי", וועלכע געפינט זיך ביים ברעג פונעם ריווער, און איז געפארן אין א שלעכטן ריכטונג צום וואסער. רבייטארער קענען געזען ווערן אויפן ווידיאו ווי זיי פרובירן איר צוריקצוהאלטן און קלאפן אויפן קאר, אבער ווי עס קוקט אויס האט זי געדריקט דעם שלעכטן פעדל און געכאפט א פלאטשקע אין וואסער אריין. א קאסטומער און אן ארבייטארער האבן איר ארויסגעשלעפט דורך די פענסטער, און זי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט לייכטע וואונדן.

אט איז א ווידיאו

פעדער » מיטוואך יולי 25, 2012 5:43 pm

· #28550
דאס אנטווערפענע אידנטום, האט אפגעצייכנט דעם צוועלעפטן סיום הש"ס פראווענענדיג א פראכטיגע מעמד פאר די פילצאליגע לומדים וועלכע האבן זיך געפלאגט פילעווענדיג אין תורה מיטן טעגליכן בלעטל אינעם סדר פון דף היומי, און אפגעזען אלע שוועריגקייטן האבן זיי טאג איין טאג אויס זיך געהאלטן צום תקנה וואס עס האט מתקן געווען אותו צדיק, מר הגאון רבי מאיר שפירא מלובלין זי"ע.

נאך גאר פריה איידער דער מעמד האט זיך אנגעהויבן איז שוין די זאל פול געפאקט געווען מיט מענטשן. און די ווענט זענען באצירט געווען מיט גרויסע פארביגע פלאקאטן און שילדן, בילדער און אויסצוגן פון די דברות קודש, פון מרנן ורבנן די גדולי הדור זכרונם לברכה, פון די פריערדיגע מעמדי סיום הש"ס, וועלכע זענען שוין אלץ אפגעראכטן געווארן איבער די גארער וועלט בכל מקומות ישראל, און אזוי אויך בילדער פון די סיומי הש"ס פארגעקומען אין אנטוורפן אליין דורכאויס איר לאנגע היסטאריע.

אויבן אהן באשיינענדיג דעם מעמד זענען געזעצן א רייע אנגעזעהענע רבנים פון שטאט, דיינים, ראשי ישיבות, ראשי כוללים, און חושיבע מרביצי תורה שליט"א. זייטיג זענען געזעצן די ראשי הקהילה, פרנסים, און גע'עהרטע עסקנים. א מייסטערהאפטיגע קאפעלע צוזאמגעשטעלט פון געשולטע מנגנים אויסגעוועלט פון צווישן אלע קהילות אין אנטוורפן האבן הערליך און מייסטערליך באגייסטערט דעם ציבור מיט זייערע הארציגע ניגונים. אונטערן פונקטליכע קאנדאקטיטור פון דעם בעל מנגן הר"ר ישעי' ברים, באגלייט דורכן 'וואונדערליך קינד' הילד אביגדור האפמאן ני"ו.
צו דברי פתיחה וברכה בשם אגודת ישראל באנטוורפן האט זיך אויפגעשטעלט דער לעגנדארער עסקן הנגיד הרב לייבל פערלמאן, וואס האט א גאלרייכע פארגאנגענהייט זיך צו ספעציאלעזירן אין ארגאניזירן און אנפירן מיט סיומי הש"ס, פון שטענדיג אן, ווערנדיג איצט קע"ה דער זעקסטער מאל לאוי"ט.

שפעטער האט אויפגעטרעטן הגאון הרב חיים הורביץ ראש הכולל אנטוורפן, וועלכער האט ארויסגעברענגט אין א רייכער שפראך, דעם דבר המעמד, און די גרויס חשיבות פון דעם דאזיגן טאג לכבוד התורה ולומדיה.

א שטילקייט האט געהערשט אין זאל ווען דער מרא דאתרא פון שטאט הגאון רבי אהרן שיף גאב"ד אנטוורפן איז מכובד געווארן מיטן 'סיום הש"ס'. דערנאך איז מכובד געווארן מיט 'קדיש זאגן' - הנגיד הרה"ח ר' חיים פלוטשניק וועלכער האט מנדב געווען דעם מעמד לעילו נשמת אביו הרה"ח רבי יצחק ז"ל מתלמידי מהר"ם שפירא מלובלין זי"ע, דער ערפינדער און גרינדער פון דער לימוד דף היומי, און פון די חשובי נכבדי החסידים אין גערער הויף.

נאכדעם האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דיבורים צום משא המעמד, דער גאב"ד אנטוורפן שליט"א, אנהויבנדיג זיינע ווערטער מיטן דערמאנען דעם פוסק הדר מרן הגרי"ש אלישיב זצוק"ל וועלכער איז נסתלק געווארן אין די דאזיגע טעג, איבערלאזענדיג א חשכות און טרויער בכל בית ישראל, בכל מקום שהם. ווייטער האט ער ארויסגעברענגט במתיקות לשונו ארומרעדנדיג פון די גרויסע זכות וואס כלל ישראל פארמאגט מיט די דאזיגע געהויבענע אידן וועלכע לאזן אפ די טאג טעגליכע עולם הזה'דיגע געשעפטן און לייגן זיך אריין אין הוויות דאביי ורבא מיט א גרעניצלאזע מסירות נפש און איבערגעגעבנקייט צו די תורה. און דאדורך ווערן די משפחה גלייכע שותפים אין די זכות פון זייער תורה.

מיט התחלת מסכת ברכות פון די דרייצנטע נייע צירקל איז מכובד געווארן ראב"ד אנטוורפן הגאון רבי אליהו שטערנבוך שליט"א, לאזענדיג הערן דערנאך א גאר אינטרעסאנטן פייערדיגע דרשה וואו ער האט פארציילט וואונדערליכע סיפורים אויף די געוואלדיגע הערצה און רעספעקט וואס די פריערדיגע גדולי הדור האבן געשפירט און ארויסגעוויזן צו די געוואלדיגע אויפטואונגען און אקטיוויטעטן פון מרן הרב מלובלין זי"ע. ובראשם דער הייליגער חפץ חיים זי"ע וואס האט זיך ספעציעל אנגעטאן בגדי שבת לכבודו פון רבי מאיר שפירא זי"ע.
דערנאך האט הגאון רבי דוד משה ליבערמאן אב"ד קהילת שומרי הדת, משמיע געווען דברי ברכה, און ברייט אויסגעשמוסט דעם רעיון און מושג פון די לימוד דף היומי, די איינציגסטע זאך וואס איז מאחד און טוט פאראייניגן אלע קרייזן און שאטירונגען פון כלל ישראל, אין יעדן ארט ווי זיי געפינען זיך.

גלייכצייטיג האט מען ביים מעמד אנגעצינדן א ליכטל, א נר זכרון לעילו נשמתו פון הרב מלובלין. רבי מאיר בן רבי יעקב שמשון זצ"ל. אנצוצינדן דעם ליכט איז מכובד געווארן הרה"ח ר' דוד גאליצקי מחשובי חסידי בעלזא, און פון די זקני מגידי שיעור אין אנטוורפן.

'תהילים זאגן' און מיט 'אל מלא רחמים איז מכובד געווארן החזן הר"ר יוסף ראטנבערג הי"ו דער חזן אינעם גרויסן בית הכנסת 'האסטן', און תיכף דערויף האט די קאפעליע געזונגען דעם ניגון זרעא חיא וקיימא מיט די ווערטער אין אידיש וואס הרב מלובלין זי"ע האט מחבר געווען.

די קלימאקס פונעם מעמד איז געווען ווען הגאון הרב ישראל יצחק מענדלזאן שליט"א פארזיצער פון 'תורה ויהדות לעם' דער נואם הכבוד ביים סיום, האט אויפגעטרעטן מיט דער הויכפונקט פונעם מעמד. אנהויבנדיג מיט עטליכע ווערטער אין געדענקעניש פון הרה"ח רבי יצחק פלוטשניק ז"ל וועלכער איז געווען דער בעל אכסניה פון זין טאטע הגה"צ רבי בנימין זצ"ל דער אב"ד פון קוממיות ווען ער פלעג קומען קיין אנטוורפן צו משפיע זיין גדולות ונצורות פאר די דארטיגע אידן אין יענע טעג. און זיין געשטאלט האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף גאר אסאך פון די שטאטישע תושבים.

ער האט ווייטער פארגעזעצט בהמשך הדברים א שיינע וויילע, מיט א טיפע און ברייטע בקיאות, וואו ער האט נאכאנאנד צוזאמגעווארפן מיט א וואונדערליכע באהאוונטקייט און קענטעניס צענדליגע מאמרי חז"ל פון אלע מסכתות אין ש"ס ארום די גרויסקייט און מעלת קביעת עיתים לתורה, און איבער די אויסטערלישע גוטס וועלכער איז אוועקגעלייגט פאר די לומדי התורה בעולם הזה און אין עולם הבא.

ביי דעם געלגנהייט האט אויך הרב יעקב ווקשטוק, פון די חשוב'ע מגידי שיעורים בדף היומי – געשאנקען א 'תעודת הערכה' פאר הרה"ג ר' אלי' אפטרגוט פון די וותיקי מגידי שיעור אין שטאט אויסצודרוקן צו אים די שעצע געפיהלן אויף זיין אומבאשרייבליכע איבערגעגעבנקייט פארצולערנען די שיעורי דף היומי שוין צענדליכע יארן כולם שווין לטובה.

נפתלי » מיטוואך יולי 25, 2012 5:52 pm

· #28555
[ציטאט אראפגענומען]

די זייגער דארט איז געריקט פאראויס פון אמעריקע מיט עטליכע שעה
יעצט רעכן אויס זיבן יאר (די צייט וואס ס'נעמט דורכצולערנען ש"ס על סדר דף היומי) יעדן עטליכע שעה פאראויס, קומט אויס אז זיי זענען שוין לאנג פערטיג...


יישר כח פעדער פאר דיינע באריכטן

פעדער » מיטוואך יולי 25, 2012 6:03 pm

· #28559
רייזנדע אויף די לאנדענע באנען - אונטערערדישע און רעילראוד סיסטעמען וועלן אויסשטיין א אבנארמאלע פארנומענע זומער, יעצט מיט די בעפארשטייענדע אלימפיקס, דאס וועט זיין א פראבע צו זען אויב די שטאטישע טראנספארט פארוואלטונג קען באהאנדלען א ערווארטעטע געשאצטע 3 מיליאן פרישע רייזעס א טאג, אין צוגאב צו די געווענליכע טעגליכע צאל, אין נארמאלע אומשטענדן.

שפילער, באאמטע, נאכפאלגער, צושויער, און מיליאנע לאנדאנע ארבעטער אריינגערעכנט פרעמיער מיניסטער דעיוויד קאמראן וועלן זיך שטופן אין די רייעס צו קענען באנוצן פובליק טראנספארט.

'עס וועט ווערן מער פארנומען' האט די סיטי טראנספארט טשיף פיטער הענדי געזאגט דינסטאג. " עס איז שוין פארנומען, און עס וועלן זיין ווארטענדע רייעס דא דארט".
מאנטאג נאכט זענען צוויי באן-באהעפטונגען וועלכע סערווירן די אלימפיק פארק, איין סאבוועי באן ליניע פאר סענטראל לאנדאן, און א אנדערע פאר אווערלענד טרעין, - צייטווייליג ארויס פון באנוץ, אין רעזולטאט פון סערווירן די טויזנעטע וואלונטירן וועלכע האבן זיך צוגעגרייט און געחזר'ט פאר די עפענונגס צערעמאניע דעם פרייטאג.
"מיר האבן עווענטועל יעדן אפגעפירט אהיים, עס איז געווען א סוקסע-פולע טאג און מיר קוקן ארויס אויף די קומענדיגע וואכן אין די אלימפיקס אז אלעס זאל זיין כשורה, אבער מיט אזא קאמפליצירטע טראנספארטאציע סיסטעם ווי די לאנדענע, איז פארשטענדליך אז זאכן גייען צומאל מיטן פיטום אראפ.
געוויסע טיילן פון די לאנדענע הינטערגרונט סיסטעם איז שוין אזוי אלט ווי הונדערט פופציג יאר. און די געווענליכע צאל רייזעס, זענען ארום 12 מיליאן טעגליך. יעצט מיט די אלימפיקס איז ערווארטעט אז עס קען גרייכן אזויפיל ווי 15 מיליאן רייזעס א טאג.

דעיוויד קעמראן האט געזאגט אין א סטעיטמענט, ער פלאנט צו נוצן פובליק טראנספארט, פאר געוויסע רייזעס דורכאויס די אלימפיק שפילן, און נישט די VIP ראוד טראפיק ליניעס וועלכע גייען אריין אין קראפט פון מיטוואך אנגעפאנגען.

בריטאניע האט שוין אויסגעגעבן איבער 6.5 ביליאן פונט (10$ ביליאן) פון ווען זי האט געווינען די ביד אויף צו מאדיפיצירן די לאנדענע טראנזיט סיסטעם.
די נייע שנעל-צוג "דזשאוולין" טרעין פירט אפ מענטשן פון א צענטראלע לאנדאן טראנספארט טראנזיט סטאנציע צו די אלימפיק פארק וואס אין אנגעזעהענע טייל פון לאנדאן, אין בערך 6 מינוט. אנדערע סאבוועי טרעינס אין מזרח לאנדאן זענען אויך פיהל מער מאדערנעזירט געווארן.

אבער נישט בלויז א איבערפלוס פון רייזענדע קענען גורם זיין פארשפעטיגונגען פאר די פובליק טראנספארטאציע. אפילו שלעכטער וועטער'ס זענען עלול צו שאפן ערנסטע פראבלעמען פאר די צוג-סיסטעמען. ווי אויך קענען צו הייסע וועטער'ס ארויסנעמען באנען פון דינסט, צוליב די אוממעגליכקייט צו פונקציאנירן אין גאר הויכע טעמפראטורן, וועלכע אפעקטירן די פאווער פון העכער די באן-ליניעס.

'עס איז א חלק פון די איינשטעלונגען' האבן די באמטע געזאגט. מיר פרובירן צוצושטעלן סערוויס פאר די 18,000 שפילער, 11,000 באאמטע, און 26,000 מיטגלידער און מיליאנע טוריסטן וועלכע קומען צו די שפילערייען. און נישט פארגעסן אז לאנדאן מוז אויך געדענקען ווייטער צו באדינען אירע געווענליכע קונדן. די לאנדענע בירגער.

באמטע האפן אז די שפילן וועלן נישט שטערן די לאנדענע איינוואוינער מער וויפיל מען דארף, אבער אסאך לאקאלע וועלן מעגליך פילן צווייט קלאס בירגער פאר די קומענדיגע פאר וואכן.
די ספעציעלע אפגעזונדערטע אלימפיק ליניעס וועלכע קומען אריין אין קראפט 6 צופרי קומענדע מיטוואך, האבן שוין גורם געווען אז אסאך אומצופרידענע דרייווער פון די ברייט באקאנטע שווארצע מיני קעבס, זאלן דאמאנסטרירן מאנטאג איבער די פאקט אז זיי זענען נישט ערלויבט צו נוצן דעם ספעציעלן אלימפיק ליניע.

אבער ס'איז נישט אלץ שלעכטע נייעס. ווייערלאזע אינטערנעט איז יעצט צוגעשטעלט פאר בחנם אין אסאך לאנדענע סאבוועי סטאנציעס פאר די ערשטע מאל. אויב זענט איר געשטראנדעט אין איינע פון די ערטער, האט איר כאטש פרייע צוטריט צו אינטערנעט קענענדיג האלטן חשבון אויף די קומענדיגע רייזעס.

פעדער » מיטוואך יולי 25, 2012 6:06 pm

· #28562
די ערשטע מעמד אין די קייט פון סיומי הש"ס איבער די גארער וועלט איז געפראוועט געווארן אינעם זעלבן שטאט ווי עס איז געגרינדעט געווארן די לימוד דף היומי.
דער רירנדע צוזאמקום און ערשטע סיום הש"ס פון דעם צירקול אין לאנד עסטערייך.

א הערליכע מעמד סיום הש"ס לכבוד התורה ולומדיה איז געפראוועט געווארן אין וויען, זייענדיג דעם ערשטן סיום הש"ס פון דעם צוועלפטן מחזור, וואו עס האבן דערין אנטייל גענומען די הונדערטע מיטגלידער פון די חרדי'שע קהילות אין עסטערייך. דער סיום איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר דורך אגודת ישראל ארגאניזאציע אין וויען . דער זעלבער שטאט וואו מרן המר"ם שפירא מלובלין זי"ע האט אויפגעברענגט דעם געדאנק, און מתקן געווען די לימוד דף היומי ביים גרויסן פארזאמלונג וואס איז פארגעקומען אין יאר תרפ"ג.
די ערשטע טייל פון די מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין בית הכנסת 'אגודת ישראל' אין וויען, וועלכער מען האט הערליך צוגעגרייט ספעציעל פאר דעם מאורע. אזוי זי זאל קענען אקאמעדירן די הונדערטע באטייליגטע וועלכע האבן אנגעפולט דאס פלאץ פון וואנט צו וואנט.

דער נואם הכבוד איז געווען הגאון רבי אהרן שיף גאב"ד אנטווערפן, וואס איז ספעציעל געקומען צופארן זיך משתתף זיין אין די מעמד להגדיל תורה ולהאדירה. דער ציבור האט מיט געדולד געווארט אויף די ערשיינונג פון רבני העיר שליט"א.

מיטן אנקום פון די רבנים האט זיך דאס גאנצע ציבור אויפגעשטעלט פון די ערטער, און צום עמוד איז צוגעגאנגען החזן הר"ר דוד בריל. ווען די גאנצע ציבור זאגט די תפילה 'נשמת כל חי' צוזאמען ווארט ביי ווארט מיט גרויס התעררות. וואס האט נאכגעפאלגט מיט תהילים זאגן און נאך גרויסע תפילות געאייגנט פארן אזעלכע דערהויבענע מאמענטן.
דערנאך האט הנגיד הרה"ח ר' יצחק בנימין ניימאן פון די חשובים און נכבדי הקהילה, וואס ער אליין האט במשך פון יארן אליין פארגעלערנט די שיעורים אין דף היומי אין וויען - אנגעהויבן און געעפנט דעם מעמד

מיט גרויס התרגשות האט ער ארויסגעברענגט די דערהויבענע געפילן אז מען האט ענדליך זוכה געווען מיט אזופיל פלאג און מיט די בשותפות'דיגע מיטארבעט פון אלע מיטלערנער - אנצוקומען צום היינטיגן טאג,

נאכדעם האט הגאון הרב דוד לייב גרינפעלד די רב פון ביהמ"ד אגודת ישראל אין ווין, געלאזט הערן דברי פתיחה, דערמאנענדיג אז נישט אומזינסט האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט אז אין וויען טוען מיר יעצט אפרעכטן די ערשטע סיום הש"ס פון דעם מחזור, היות דאס איז די טאקע די שטאט וואס האט זוכה געווען צו האבן צוגאסט ביי זיך די גרויסע היסטארישע פארזאמלונג אין תרפ"ג, וועלכע איז ארגאנאזירט געווארן און אנגעפירט געווארן דורך די חפץ וחיים זי"ע און דורכאויס דעם פארזאמלונג האט די גאון מהר"ם שפירא מלובלין, אויפגעפאדערט פון כלל ישראל צו מתקן זיין זיין הייליגע תקנה אויף לימוד דף היומי.

מיט די סיום הש"ס און הדרן איז מכובד געווארן הגאון הרב אברהם יונה שווארץ אב"ד קהל חסידים וויען, וועלכער האט מיט פלאם פייערדיגע ווערטער אראפגעלייגט דאס גרויס חשיבות פון קביעת שיעורי תורה ברבים, און די געוואלדיגע השפעה וואס דאס לאזט איבער אויפן ווייטערדיגע טאג.
מיטן אנהויבן מסכת ברכות די ערשטע מסכת פונעם דרייצנטן מחזור, איז מכובד געווארן דער מגיד שיעור, הנגיד הרה"ח ר' יצחק בנימין ניימאן. און נאכדעם האט מען ארויף גערופן צוויי תלמידים פון די תלמוד תורה אין וויען זיי זאלן מסיים זיין סדר מועד פון ששה סדרי משנה, וועלכע זיי האבן געלערנט אין די מסגרת 'מפעל המשניות משנת חיים' פאר די תלמידי תשב"ר אין וויען.

נאכדעם האט אויפגעטרעטן הגאון רבי אהרן שיף גאב"ד אנטווערפן, וואס האט אין לויף פון א שעה צייט מאריך געווען און הערליך ארומגערעדט איבער די מורא'דיגע בענעפיטן און מעלות וועלכע קומען ארויס פון לערנען דעם דף. און עס צוגעגליכן צו די ביכורים, זאגענדיג: די בני ירושלים פלעגן ארויסגיין מקבל פנים זיין די אידן וועלכע האבן געברענגט די ביכורים, לויט וויפיל עס זענען געקומען צו ירושלים, און נישט צוליב זייער חשיבות אדער גרויסקייט. נאר צוליב דעם איינע פאקט אז א פשוט'ע איינפאכע איד רייסט זיך אוועק פון זיין פעלד ארבעט און מיט מסירות נפש מאכט ער דורך דעם שווערן לאנגען וועג צו ירושלים. דאס אליין איז א געוואלדיגע מדריגה און דעריבער איז ער ווערט מען זאל ארויסגיין אים מקבל פנים זיין. אזוי אויך ביי אונז האט ממשיך געווען דער גאב"ד, א מענטש, וועלכער פלאגט זיך אגאנצן טאג על המחיה ועל הכלכלה, און שאלטערט זיך אויס פון אלץ כדי צו גיין לערנען אין בית המדרש דעם שיעור אין דף היומי איז נישטא קיין גרעניץ צו זיין גרויסקייט און חשיבות. און עס ליגט אויף אונז ארויסצוגיין און מכבד זיין, מיט שמחה און טוב לבב. דעריבער מאכן מיר א יו"ט היינט.

נאך תפילת מנחה ברוב עם, האט מען אפגעראכטן די פרעכטיגע סעודת מצוה אין א ריזן שאטער וועלכע איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן פאר דעם צוועק, מיט די באטייליגונג פון אלע שטאטישע איינוואוינער, אין שפיץ פון רבני העיר שליט"א.

א הערליכע קאפעלע פון די וויענע תלמיד תורה קינדער מיט די אנפירונג פון הר"ר מרדכי פיקסלער האט באשיינט דעם מעמד מיט הייליגע ווארעמע ניגונים לכבוד דעם מעמד.
דורכאויס די סעודה האט הגאון הרב משה אליעזר ווייס אב"ד מחזיקי הדעת משמיע געווען דברי תורה, ארויסהויבענדיג די אויסטערלישע השפעה פון דאס לימוד דף היומי. סיי אויף דעם לערנער און אויך אויך זיין הויזגעזונד אונטערשטרייכענדיג די מסירות נפש פון אידן אין אלע צייטן און זמנים, אויפצושטיין פרי און זיך פעדערן צו גיין לערנען דעם שיעור אין דף היומי. און די גוטע השפעה וואס דאס האט איבערגעלאזט אויף זייערע קינדער.

צו די זעלבע צייט איז אויך געפראוועט געווארן א סעודה פאר די ילדי תשב"ר, מיט די השתתפות פון דעם ירושלים'ער מחנך נפלא ר' יוסף אייזנבאך, ווען עס איז צוגעשטעלט געווארן א ספעציעלער פראגראם פאר די קינדער לכבוד דעם סיום הש"ס. גלייכצייטיג איז אויך אפגעראכטן געוארן א ספעציעלע מעמד פאר די פרויען, וואס האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע דרשות דורך הוק אפ. (לייען לעבעדיגע טעלעוויזיע)

די עסקנים טוען אויסדרוקן גרויס דאנק און שעצע פארן חושיבן עסקן הרב שמעון וויינבערגער וואס האט אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות אלץ זאל קלאפן לכבוד התורה, ולומדיה.

פעדער » מיטוואך יולי 25, 2012 6:07 pm

· #28563
וואנדעליזם אין אונגארן.

אנטיסעמיטן האבן וואנדאלאזירט קברים אין דעם אידישן בית הקברות וואס אין שטאט קאפוסבאר אין אונגארן, וועלכע געפינט זיך 200 קילאמעטער פון הויפשטאט בודאפעסט.
די ארטיגע אידישע קהילה האט באטיטולט דעם אינצידענט, "א אנטיסעמיטישע אקציע, מיט לויטער ראסיסטישע מאטיוון"

אין דעם בית החיים געפינט זיך א אידישע מאסן קבר פון 250 קדושים וועלכע זענען אויסגע'שחטן געווארן דורך די נאציס ביים קריג. לויט ארטיגע אידישע געמיינדע פירער, איז דער שאדן געשאצט צו זיין 12 טויזנט יורא, און מאכט אויס 150 פראצענט פון וויפיל עס באטרעפט די יערליכע בודזשעט פון די "פאראייניגטע קהילות אין קפוסבאר". ווי באריכטעט האבן די ארטיגע פאליציי געעפנט א אויספארשונג צוגעפינען די שולדיגע אין די נידריגע אקטן.

די ארטיגע באהערדע פירער, - אין שפיץ פון זיי דער מאיאר קרולי סיטא, און אויך דער פארזיצער פון די געגנט קאמיטע האבן שארף פארדאמט די וואנדאלאזירונגען.
אויך האט די וויזנטאל צענטער אין ישראל קאמענטירט דערויף און געזאגט אז לויט ווי ס'קוקט אויס זענען די שענדונגען געטוהן געווארן דורך רעכטע עקסטערמיסטן אלס רעאקציע צום אויפדעקונג פון דעם מערסט געזוכטן נאצי רוצח לאדיסלאו טשאטארי. "די אונגארן טוט וויי דעם אמת'ן מציאות לגבי זייער מיטארבעט מיט די קריג פארברעכנס אנטקעגן די מענטשהייט" דער אמת איז שווער צו פארטראגן, און דעריבער זוכן די רעכטע אנטיסעמיטן צו פארהוילן די פארברעכנס און קרימינאלע מעשים, און אויך פארדעקן און אויסבהאלטן די שולדיגע דערינען.

צו די זעלבע צייט איז באריכטעט געווארן אז א אנטיסעמיטישע צייטונג האט אנגעטראגן א באלוינונג פון 450 דאלאר פאר דער וואס וועט ברענגען אינפארמאציע אויף די מענטשן וועלכע האבן פראטעסטירט פארנט פון דעם נאצי'ס הויז די לעצטע וואך. די צייטונג האט פארשפרייט די בילדער פון די פראטעסטירער, און בעט פאר אידענטיפעצירונגען, זייערע טעלעפאן נומערן, און אדרעסן. זעט אויס ווייל ווי עס שיינט האבן די פראטעסטן עווענטועל געלייגט דרוק און געצווינגען די רעגירונג צו ארעסטירן דעם מערדער, כאטש זיין הויכע עלטער.

פעדער » מיטוואך יולי 25, 2012 6:09 pm

· #28564
דער פאזיצער פון סיעת יהדות התורה ח"כ הרב ישראל אייכלער מיט א שטורמישע רעדע אין כנסת:

"ווער עס רופט אן די לומדי תורה 'ארויסדרייער פון מיליטער' איז פון די וואס האבן פיינט דעם באשעפער און דאס אידישע פאלק".

"מיר שטייען יעצט אין די טעג פונעם חורבן, וויל איך דא מוחה זיין אויף די זונדיגע בייזוויליגע רייד וועלכע זענען דא געזאגט געווארן אויף די תורה לערנער וועלכע די רשעים רופן אן מיט בזיון "משתמטים- ארויסדרייער". דער וואס רופט אן די טויזנטע באטייליגטע ביי די לויה פון מרן פוסק הדור הגרי"ש אלישיב זצ"ל מיט אזא מיאוסע טיטול . "ארויסדרייער". איז פון די פיינט צום באשעפער. אויף זיי איז דאך געזאגט געווארן. "ה' ילחם לכם ואתם תחרישון. די אויבישטער שיצט אויף די לומדי תורה, און קיינער קען זיי נישט שלעכטס טאן, אויב אין די פרעסע זענען דא אזעלכע וואס רופן פאר דאס אפפירונג און שמד פון די חרדים, דאן איז עס קלאר צוליב וואס ביים שיסל אין די רעגירונגס זענען דא אזעלכע וואס רופן זיין אן 'משתמטים'. די ווערטער האט הרב ישראל אייכלער געזאגט נעכטן ביי זיין אויפטריט אין כנסת. דורכאויס די פראצעדורן דן צו זיין די פארשלאגן וועלכע זענען אויפגעברענגט געווארן פאר א פארגלייכונג צווישן די צוויי צדדים אנבאלאנגט גיוס בני ישיבות.

צו ערקלערן זיינע ווערטער: פון וואנען שטאמט דער באגריף אז א אידישע מדינה זאל אויסרופן א מלחמה געגן די אידישע תורה און אירע לערנער? צו די דאזיגע רעד איך נישט אפילו. ווער האט ענק געבעטן איר זאלט אריבערטרעטן מיין שוועל און קומען צו דעם הייליג לאנד, אויב נאר צורופן אידישע קינדער 'משתמטים'..מיר זענען געווען דא פאר אייך, און מיר וועלן אויך פארבלייבן דא נאך אייך . איך ווענד מיך דא בלויז צו די וואס טוען אנרופן די אידן וואס פלאגן זיך און זענען זיך מוסר נפש, באהלי של תורה - 'משתמטים'. יעדער איינער ווייסט בלי ספק אז רוב כלל ישראל אפילו פרייע און אפילו אזעלכע מיט וועמען מיר פירן וויכוחים אינעם נושא פון גיוס, - האבן אלע ליב די תורה און זענען מחשיב גדולי התורה. בלויז א קליין פראצענט פון מסיתים שלעפן זיך נאך צו די רשעים מיט זייער גענצליכע שנאה צו די תורה.

אין די צייטן פון די ניין טעג פארן חורבן, טוען דוקא די וואס 'דרייען' זיך ארויס פונעם חוב מקיים צו זיין די תורה, שמירת שבת, און קיום המצוות, - אנרופן לעם ה' השוכן בציון מיט אזא נאמען ווי "משתמטים". אויף זיי זאגט דער פסוק אין עמוס: הנה עיני ה' אלוקים בממלכה החטאה והשמדתי אותה מעל האדמה'. אבער הקב"ה איז אונז מבטיח. "אפס כי לא השמיד אשמיד את בית יעקוב נאום ה' וכו'. בחרב ימותו כל חטאי עמי האומרים לא תגיש ותקדים בעדינו הרעה. ביום ההוא אקים את סוכת דוד הנופלת וכו' והריסותי ואקים ובניתיה כימי עולם. ושבתי את שבות עמי ישראל וכו' ולא ינתשו עוד מעל אדמתם אשר נתתי להם אמר ה' אלוקיך".

דער באשפער זאל אונז אפהיטן פון אלע אונזערע שונאים. איך טוה נאכאמאל ווידערהאלן און איבערחזרן, אז די מערהייט פון דער אידישער פאלק, אריינגערעכנט די פרייע, ווילן געהערן צו די עם ה', די תורה לערנער, און אירע אפהיטער. אבער מיר זענען מתפלל אז אויך די להכעיס'ניקעס און די וואס רופן אונז אן "משתמטים" זאלן תשובה טאהן און נישט ווערן באשטראפט אויף זייערע אומפארשעמטע מעשים.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:51 pm

· #37087

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:20 pm

· #37398
איינער קען דאס איבערטייטשן?
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/110362">http://www.jdn.co.il/news/110362</a>

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:26 pm

· #37403
זר זהב
איינער קען דאס איבערטייטשן?

די קעפל אדער די גאנצע?

קעפל
מאנטיסעלא: א באוויליגטער (וואלאנטיר) האט זיך צובראכן די האנט - די שכנים האבן זוכה געווען צו א פעטע נאכטמאל.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:30 pm

· #37409
די גאנצע תוכן, נישט ווערבעטים.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:40 pm

· #37415
זר זהב
די גאנצע ביטע

ר' שלום יוסף דייטש א וואלונטיר אין די הצלה ארגאניזאציע איז גערופן געווארן צו אן עמוירזשענסי קאל אין מאנטיסעלא מינוטן בעפאר שבת אויסגאנג, און ער אליין איז געשעדיגט געווארן.

דער וואלונטיר האט זיך געאיילט מיט זיין אויטא צום דעסטינאציע פונעם עמוירזשענסי רוף, ווען פלוצים האט זיך באוויזן א בער אויף Fraser רד, דער וואלונטיר האט נישט אויספיעט אויסצומיידן דעם בער, און ער האט אריינגעזעצט אינעם בער. אלס רעזולטאט פונעם קלאפ האט דער וואלונטיר זיך צובראכן דאס האנט, און אויך זיין אויטא איז טיילווייז געשעדיגט געווארן אבער נישט געפערליך, דער בער איז אבער שווער פארוואונדעט געווארן.

דער וואלונטיר איז באהאנדלט געווארן אויפן פלאץ, און דער בער איז אוועקגעפירט געווארן דורך די פאליציי צו די ארומיגע שכנים וואס וואוינען ארום די קעמפ, זאגענדיג אז זיי קענען טון מיטן שווער פארוואונדעטן בער וואס זיי ווילן, די חברה האבן נישט קיין סאך געטראכט נאר גע'שחט'ן (געקוילעט) דאס בער, און צוגעשטעלט געשמאקע פעטע בערן פלייש פאר נאכטמאל.

א גוטער פריינט פונעם וואלונטיר האט איבערגעגעבן פאר JDN אז בחסדי ה' איז ר' שלום יוסף ארויס כמעט גענצליך אומבאשעדיגט פונעם אינצידענט, חוץ א צובראכענע האנט ווי געזאגט.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:42 pm

· #37416
וואס באקום איך פארן איבערזעצן? א לייק?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:48 pm

· #37422
א לייק קען איך נישט געבן פאר איינעם וואס קען עברית. סארי.
איך קען דיר זאגן: תודא ראבא

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:09 pm

· #37436
זר זהב
א לייק קען איך נישט געבן פאר איינעם וואס קען עברית. סארי.
איך קען דיר זאגן: תודא ראבא

99.9 פראצענט דערפון איז ריין לשה"ק.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:10 pm

· #37438
איז טאקע בערן פלייש אזוי געשמאק?
קיינמאל נישט געהערט מען זאל קוילען א בער צו עסן זיינע "געשמאקע, פעטע" פלייש.

נישט אז ס'איז מיר נוגע ח"ו, נאר איך פרעג פאר נייגעריגקייט.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:11 pm

· #37440
א קעי. כעל פרעגן א שאלה...

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:12 pm

· #37441
מיר איז אויך שווער דאס זעלביגע.

(איך האב בלויז איבערגעזעצט זייער לשון ווי זיי שרייבן אז די גוים האבן צוגעשטעלט אן "ארוחת ערב דשנה", וואס דאס מיינט א פעטע נאכטמאל).

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:16 pm

· #37445
די פאליציי האט עס גע'הרגט, ווייל ער האט געהאט שווערע וואונדען.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:18 pm

· #37446
זר זהב
די פאליציי האט עס גע'הרגט, ווייל ער האט געהאט שווערע וואונדען.

קענסטו דאך שוין היברו בעסער ווי מיר 😉

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:20 pm

· #37447
"ע"י המשטרה עקב פגיעתו הקשה" --- דאס האביך פארשטאנען

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:21 pm

· #37448
אה... די טעסט איז געלונגען 😂

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:23 pm

· #37449
😃 😃
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14